די פראבלעם איז, אז די ווייץ מיט די אתרוגים שניידט מען בערך די זעלבע צייט, בערך סיון-תמוז, זעהט אויס אז די צייט פון די יאר, איז וואס משניידט איז דא א מאנגעל, און דעמאלטס גייט ארויף אינפלעישאן, ויהי לפלא.
קול דממה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:54 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:57 am
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:10 pm
זעה איך אדעוועטייזט אז עס גייט זיין א ספציעלע ד' מינים יריד פאר בחורים פאר גאר ביליגע פרייזן
איז כדאי מעורר צו זיין וואס כ''ק מהר''א מסאטמאר שליט''א האט מעורר געווען פאר צוויי יאר צוריק אויפן בקשה פונעם קרית יואל'ע דיין שליט''א,
אז מען זאל נישט קויפן פאר די בחורים די ביליגע ד' מינים, ווייל די סיבה פארוואס עס איז ביליג איז ווייל עס דיעבד'דיגע שוואכע אתרוגים,
און בחורים וואס זענען געהריג מחיוב במצות דארפן בענטשען אויף געהריגע מהודר'דיגע ד' מינים.
אמת, אבער ס'דא מדריגות אין הידור, און פומקט ווי אן ארימאן טיז נישט מחיוב צו שפענדן צופיל פאר הידור, דארף א בחור אויך נישט.
ענדערש זאל ער ניצען זיין טאטעס ווי האבן אן אייגענע וואס איז בדיעבד.
הער אויס אליעזר קרויס שמועס אויף קול מבשר, בעיסיקלי היינטיגע ביליגע סעטס זענען כשר למהדרין, און שענער ווי די שענסטע פון די פריעדיגע דורות.
אוודאי קען זיך מאכן סעטס וואס האבן א שאלה, אבער אין אלגעמיין איז עס בכלל נישט קיין בדיעבד.
קול דממה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:54 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:57 am
אמת, אבער ס'דא מדריגות אין הידור, און פומקט ווי אן ארימאן טיז נישט מחיוב צו שפענדן צופיל פאר הידור, דארף א בחור אויך נישט.
ענדערש זאל ער ניצען זיין טאטעס ווי האבן אן אייגענע וואס איז בדיעבד.
הער אויס אליעזר קרויס שמועס אויף קול מבשר, בעיסיקלי היינטיגע ביליגע סעטס זענען כשר למהדרין, און שענער ווי די שענסטע פון די פריעדיגע דורות.
אוודאי קען זיך מאכן סעטס וואס האבן א שאלה, אבער אין אלגעמיין איז עס בכלל נישט קיין בדיעבד.
#מדארףוויסןוואסמ'קויפט.פינטל
למעשה זע איך מער ווייניגער, אז די מער מדקדקים אויף א הערליכע אתרוג נישט קיין חילוק די פרייז, זענען בעצם אידן מדקדקים בהלכה, און שטארקע יראי השם, אידן וואס צאלן נישט פאר וואקאציעס וכדו',