די ענדגילטיגע שטומע איז דורכגעפאלן מיט די הילף פון וויצע פרעזידענט ווענס, נאכדעם וואס די גאנצע אדמיניסטראציע האט שווער געארבעט צו איבערצייגן די עטליכע ארגינעלע פאררעטער צו שטומען דערקעגן.מאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:46 amדי סענאט האט באשטעטיגט די געזעץ (52-47) איינצוצוימען טראמפ'ס מיליטערישע מאכט אין ווענעזועלא. פינף רעפובליקאנער, (קאלינס, האולי, מורקאוסקי, פאול, און יאנג), האבן געשטימט מיט די דעמאקראטן. סענאטאר פעטערמאן האט געשטימט יא, טוישנדיג זיין שטעלונג פון בעפאר.מאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:42 am דער אמעריקאנער סענאט האט אנגעהויבן שטימען יעצט אויף א רעזאלוציע איינצוצוימען פרעזידענט טראמפ'ס מאכט אין ווענעזועלא. די אפשטימונג ווערט אנגעפירט דורך סענאטארן פון ביידע פארטייען וועלכע טענה'ן אז טראמפ טאר נישט פירן קיין מיליטערישע אקציעס אן די הסכמה פון קאנגרעס, בשעת די אדמיניסטראציע טענה'ט אז דאס איז בלויז א "לאו אינפארסמענט" אקציע. די אויסגאנג פון די אפשטימונג איז ערווארטעט צו זיין גאר שמאל לכאן או לכאן.
בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- פיילס
-
- Screenshot_20260115_004823_Telegram.jpg (59.75 KiB) געזען געווארן 528 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די ווייסע הויז נאכדעם וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן צו ערלויבן פארשידענע מילך אין שולע'ס.
- פיילס
-
- Screenshot_20260114_195455_X.jpg (254.64 KiB) געזען געווארן 772 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
חדרים גייען אנהייבן צושטעלן רויטע מילך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:55 pm די ווייסע הויז נאכדעם וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן צו ערלויבן פארשידענע מילך אין שולע'ס.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ווענד זיך אין די סטעיט לכאורה.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:16 pmחדרים גייען אנהייבן צושטעלן רויטע מילך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:55 pm די ווייסע הויז נאכדעם וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן צו ערלויבן פארשידענע מילך אין שולע'ס.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
און נאכאמאל האט א אייס אפיציר געעפנט פייער קעגן א פראטעסטירער.
ICE אגענטן זענען געקומען אפנעמען א אומלעגאלע אימיגראנט פון ווענעזועלא און יענער איז ארויסגעקומען מיט א שאוועל און פרובירט צו אטאקירן די אגענטן וועלכע האבן אים געשאסן אין די פוס, און יענער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
די פראטאקאל לויטעט באמת אז אזא איינער דארף באקומען א קויל אין בויך, אבער די אגענטן האבן פיין מורא פון די לינקע רעאקציע.. דאסמאל איז אבער די וויץ געלונגען.

- IMG_20260114_224826_001.jpg (105.52 KiB) געזען געווארן 633 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ אין א אינטערוויו מיט רויטער'ס זאגט אז אוקריינע איז דער וואס איז נישט מסכים צו שלום, נישט רוסלאנד...
- פיילס
-
- IMG_20260114_225013_868.jpg (190.63 KiB) געזען געווארן 631 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
- פיילס
-
- Screenshot_20260114_225127_Telegram.jpg (121.8 KiB) געזען געווארן 631 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2957
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6504
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
שששששש.. ער האט א פוינטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:52 pm דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
לינדזי גרעהעם מיט א מאדנע מעסידש, קוקט מער אויס ווי ס'האט געזאלט זיין א טעקסט פאר טראמפ...
- פיילס
-
- IMG_20260114_225351_263.jpg (99.08 KiB) געזען געווארן 592 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
נאך א גאנצן טאג וואס ווערייזאן האט נישט געארבעט האבן זיי יעצט פיינעל א אפדעיט אז סערוויס איז צוריק.
(איינער וויל דזשוינען א שערד טי מאוביל פלאן...?)
(איינער וויל דזשוינען א שערד טי מאוביל פלאן...?)
- פיילס
-
- IMG_20260114_234342_282.jpg (140.63 KiB) געזען געווארן 577 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ וועט זיך מארגן טרעפן מיט די ווענעזועלע אפאזיציע פירער'טע (און נאבול פרייז געווינער)
- פיילס
-
- IMG_20260114_234508_595.jpg (17.02 KiB) געזען געווארן 571 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די נאכט הייבט זיך אן אין מאניאפעלעס, נאך די צווייטע שיסעריי...חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:49 pm און נאכאמאל האט א אייס אפיציר געעפנט פייער קעגן א פראטעסטירער.
ער זאגט אז די פארשוין האט געפאכעט מיט א שאוול אקעגן אים.
- פיילס
-
- Screenshot_20260114_234607_Telegram.jpg (108.3 KiB) געזען געווארן 575 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאליפארניע געווערנער געווין ניוסאם וועט מארגן ארויפברענגען אויף זיין פאדקעסט דעם ארטאדאקסישן קאנסערוואטיווע האוסט, בען שפירא
- פיילס
-
- maxresdefault.jpg (201.93 KiB) געזען געווארן 529 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
-
טאטע אין הימל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 22
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 1:15 pm
- Location: Brooklyn
- x 13
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די בילדער דערמאנען מיך פון איראן...חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:47 pmדי נאכט הייבט זיך אן אין מאניאפעלעס, נאך די צווייטע שיסעריי...חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:49 pm און נאכאמאל האט א אייס אפיציר געעפנט פייער קעגן א פראטעסטירער.
ער זאגט אז די פארשוין האט געפאכעט מיט א שאוול אקעגן אים.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די אמעריקאנער "קרו דראגאן" ספעיס-שיף האט זיך אפגעטיילט פונעם אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע (ISS) און געלאנדעט בשלום אינעם אקעאן נאנט צום בארטן פון קאליפארניע, ברענגענדיג צוריק צו די ערד א שטאב פון פיר אסטראנאטן — דער רוסישער אלעג פלאטאנאוו, די אמעריקאנער זענא קארדמאן און מייק פינקעי, און דער יאפאנעזער קימייא יוי — נאכ'ן וויילן 165 טעג אין ספעיס. די צוריקקער איז געקומען פריער ווי געפלאנט צוליב א געזונטהייט פראבלעם ביי איינעם פון די מאנשאפט מיטגלידער.
- פיילס
-
- 20260115_072709.jpg (30 KiB) געזען געווארן 487 מאל
-
- 20260115_072710.jpg (113.1 KiB) געזען געווארן 487 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א געריכט אין אויסטראליע האט דורכגעפירט א מאדנעם פסק און באשטימט אז א "פענקעיק" ווערט אפיציעל באטראכט אלס א וואפן פאר אן אטאקע, נאכדעם וואס א 56-יעריגע פרוי איז פאראורטיילט געווארן פארן שליידערן א פענקעיק אנגעפילט מיט קריעם אין פנים פון א הויכע רעגירונג באאמטע ביי א מארק אין יאר 2023. די פרוי האט אנגעגעבן אז זי האט עס געטאן אלס פראטעסט קעגן די געצוואונגענע קאוויד וואקסינען, אבער דער ריכטער האט אפגעווארפן איר טענה און באצייכנט די אקציע אלס א קלארע און געפלאנטע אטאקע וואס האט איבערגעלאזט א בלוט-קלאפ (bruising) אונטערן אויג פון דעם באאמטן; און טראץ דעם וואס אזא עבירה קען טראגן ביז פינף יאר תפיסה, האט דאס געריכט זיך גערעכנט מיט אירע פערזענליכע שוועריקייטן און איר בלויז געגעבן א 12-חדשים שטראף (suspended sentence).
- פיילס
-
- 20260115_073212.jpg (189.19 KiB) געזען געווארן 486 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:51 pm טראמפ אין א אינטערוויו מיט רויטער'ס זאגט אז אוקריינע איז דער וואס איז נישט מסכים צו שלום, נישט רוסלאנד...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
נאר איין באשעפער ווייסט וויפיל טויטע עס איז פארמיטן געווארן מיט די טראסקע.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:49 pm אייס אויף אייז, א אייס אפיציר האט אראפגעטראסקעט ביים נאכלויפן א פראטעסטירער, צו די גרויס פרייד פון די פארזאמעלטע. די טראסקע מאמענט איז געגאנגען וויירעל
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:49 pm און נאכאמאל האט א אייס אפיציר געעפנט פייער קעגן א פראטעסטירער.
ICE אגענטן זענען געקומען אפנעמען א אומלעגאלע אימיגראנט פון ווענעזועלא און יענער איז ארויסגעקומען מיט א שאוועל און פרובירט צו אטאקירן די אגענטן וועלכע האבן אים געשאסן אין די פוס, און יענער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
די פראטאקאל לויטעט באמת אז אזא איינער דארף באקומען א קויל אין בויך, אבער די אגענטן האבן פיין מורא פון די לינקע רעאקציע.. דאסמאל איז אבער די וויץ געלונגען.
קעגן א פראטעסטירער? קעגן א געזוכטער קרימינאל וואס האט זיי אטאקירט!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pmשששששש.. ער האט א פוינטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:52 pm דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין איין סעקונדע קען ראוגען ווערן באשולדיגט מיט TDS ועוד... ווייל ער האלט אנדערש. נייס.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:30 amפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pmשששששש.. ער האט א פוינטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:52 pm דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:29 amאין איין סעקונדע קען ראוגען ווערן באשולדיגט מיט TDS ועוד... ווייל ער האלט אנדערש. נייס.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:30 amפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pm
שששששש.. ער האט א פוינט
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
וואס האסטו באשלאסן צו פיקן דוקא דאס פון די דריי מעגליכקייטן וואס איך האב געשטעלט? נאר אזוי קענסטו לעגיטימירן די פערדישקייט וואס ער זאגט?
און ניין, ס'נישט ווייל ער האלט אנדערש, נאר ווייל ער פארגלייכט א לאו ענפארסמענט אגענטור וואס טוט איר דזשאב צו פארסירן נארמאלע, מענטשליכע געזעצן (וואס זענען געווארן דורכגעפירט מיט די שטיצע פון ביידע פארטייען) און איז לכל היותר עטוואס צו שטארק מאכט גייציג, צו א רוצחי'שע באנדע וואס האט דורכגעפירט טייל פון גרויליגסטע, גרויזאמסטע בארבאריזמען אין מענטשליכע היסטאריע.
כ'שטעל זיך פאר אז ביי דיר קומט עס פון שרעקליכע אומוויסנהייט, וועל איך דעריבער אהערשטעלן איין עפיזאד (פון צענדליגער מיליאנען) וואס א אידישער סאלדאט פון די רוסישע ארמיי האט עדות געזאגט (כ'לייג עס אין ספוילער פאר ווער ס'וויל נאך קענען שלאפן היינט נאכט):
► Show Spoiler
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
100% עגריThink and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:46 amמאירוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:29 amאין איין סעקונדע קען ראוגען ווערן באשולדיגט מיט TDS ועוד... ווייל ער האלט אנדערש. נייס.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:30 am
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
וואס האסטו באשלאסן צו פיקן דוקא דאס פון די דריי מעגליכקייטן וואס איך האב געשטעלט? נאר אזוי קענסטו לעגיטימירן די פערדישקייט וואס ער זאגט?
און ניין, ס'נישט ווייל ער האלט אנדערש, נאר ווייל ער פארגלייכט א לאו ענפארסמענט אגענטור וואס טוט איר דזשאב צו פארסירן נארמאלע, מענטשליכע געזעצן (וואס זענען געווארן דורכגעפירט מיט די שטיצע פון ביידע פארטייען) און איז לכל היותר עטוואס צו שטארק מאכט גייציג, צו א רוצחי'שע באנדע וואס האט דורכגעפירט טייל פון גרויליגסטע, גרויזאמסטע בארבאריזמען אין מענטשליכע היסטאריע.
כ'שטעל זיך פאר אז ביי דיר קומט עס פון שרעקליכע אומוויסנהייט, וועל איך דעריבער אהערשטעלן איין עפיזאד (פון צענדליגער מיליאנען) וואס א אידישער סאלדאט פון די רוסישע ארמיי האט עדות געזאגט (כ'לייג עס אין ספוילער פאר ווער ס'וויל נאך קענען שלאפן היינט נאכט):גענוג צו כאפן ווי פערדיש די פארגלייך איז אדער כ'זאל ברענגען נאך?► Show Spoiler
איך האלט אויך אז עס קומט פון אן אמוויסינדער פלאץ.
(אויך איז די ראש הישיבה פון ישיבה קטנה נישט היטלער...)
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2957
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6504
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די נקודה איז, די וועג וויאזוי זיי אינפארסירען די געזעץ הכפנים וויאזוי 'ס'קוקט אויס' (שלעגעריי/געווער-גיט דיר א געפיהל ווי א מאפיע גרופ)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:30 amפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pmשששששש.. ער האט א פוינטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:52 pm דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.
ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
זיי זענען נישט מבחין בין טוב לרע (ס'גייט זיי נישט שטארק אן צו פארבעסערן די סיסטעם, ענדערשט זיך יאגען צו אקאמפלישען די נומערס פארן סוקסעס)
ס'דא אומשילדיגע (ליגאלע) וואס זענען געצווינגען דאס אדורך צוגיין סתם ווייל זיי קוקען אויס ווי אן אימיגראנט.
ס'מיינט נישט אז ס'איז דומה צו רישעות במדה צו במנין. ס'גיט דיר אזא געפיהל, אין הונדערטע אויב נישט טויזענטע האט זיך זייער לעבן געטוישט לרע
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:53 pmדי נקודה איז, די וועג וויאזוי זיי אינפארסירען די געזעץ הכפנים וויאזוי 'ס'קוקט אויס' (שלעגעריי/געווער-גיט דיר א געפיהל ווי א מאפיע גרופ)Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:30 amפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pm
שששששש.. ער האט א פוינט
פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
צוצוגלייכן אייס צו די געסטאפא דארף מען זיין איינס פון דריי: אדער שוידערליך נאריש, אדער שרעקליך אומוויסנד, אדער א גאר ערנסטע קעיס פון TDS.
אדרבה, אפשר קענסטו אנווייזן פינף זאכן מיט וואס די צוויי ענטיטיס זענען די זעלבע?
זיי זענען נישט מבחין בין טוב לרע (ס'גייט זיי נישט שטארק אן צו פארבעסערן די סיסטעם, ענדערשט זיך יאגען צו אקאמפלישען די נומערס פארן סוקסעס)
ס'דא אומשילדיגע (ליגאלע) וואס זענען געצווינגען דאס אדורך צוגיין סתם ווייל זיי קוקען אויס ווי אן אימיגראנט.
ס'מיינט נישט אז ס'איז דומה צו רישעות במדה צו במנין. ס'גיט דיר אזא געפיהל, אין הונדערטע אויב נישט טויזענטע האט זיך זייער לעבן געטוישט לרע
אקעי, יישר כח פאר'ן קלארשטעלן אז דו האסט נישט קיין השגה וואס די ווארט געסטאפא באדייט. געסטאפא מיינט נישט רשעות, געסטאפא מיינט געסטאפא. גיי צוריק צוויי פאוסטס פאר דיינס און קוק די ספוילער, און נאכדעם קום צוריק רעדן וועגן די געסטאפא.
(גראדע איז די גאנצע רעדעריי איבער די ווילדע אייס אגענטן שקר געמישט מיט גוזמאות. אייס פירט זיך נישט אויף קיין האר ווילדער ווי עני אנדערע פאליציי אגענטור - פעדעראל, סטעיט אדער לאקעל - ביים דורכפירן ארעסטן. וואס יא, די פארשאלטענע דעמאקראטישע הינט מוטיגן זייערע קעלבלעך צו בלאקירן און שטערן די אייס אגענטן, ממילא קומט זיי פשוט אויס די טעג צו נוצן גאנץ אפט מאכט. האסט שוין אמאל געזען וואס פאסירט אין ניו יארק סיטי ווען איינער רעזיסט א פאליציאנט?
אבער דאס אלעס איז נישט נוגע צו אונזער שמועס ווייל אפילו אויב אלע באשולדיגונגען זענען אמת, איז די פארגלייך צו די געסטאפא שרעקליך נאריש און זינלאז.)