בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אייס אויף אייז, א אייס אפיציר האט אראפגעטראסקעט ביים נאכלויפן א פראטעסטירער, צו די גרויס פרייד פון די פארזאמעלטע. די טראסקע מאמענט איז געגאנגען וויירעל
פיילס
Screenshot_20260113_194820_Telegram.jpg
Screenshot_20260113_194820_Telegram.jpg (252.32 KiB) געזען געווארן 834 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3288
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:34 pm אויב זעהט איר אין די נאנטע צוקונפט א אינגערמאן אין לופטפעלד מיט זון ברילן זאלט איר וויסן פארוואס.

פרישע גלעזער אויף די מארקעט, וואס ערלויבט דיר צו זעהן אלס און אלעמען, חוץ א סקרין. די סקרינס ווערן שווארץ אונטערן גלאז.
וויאזוי הייסט די גלעזער?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:38 pm שוין יארן וואס מען מיטשעט זיך אין אמעריקע מיטן האוואנע סינדראם.

האוואנע קובא איז די שטאט פון ווי ס'האט זיך אנגעהויבן. אין 2016 האבן פולע דיפלאמאטן האבן זיך אנגעהויבן אפרעדן אז זיי ליידן פון מערדערליכע קאפ ווייס ממש זיי האלטן עס נישט אויס, און קיינער האט נישט געקענט דערגיין וואס דאס איז.

שפעקולאציעס פון אלע סארט זענען געשריבן געווארן אין יעדע סארט מאגאזין (א בלאט נאכן ארטיקל איבער די עשרת השבטים און איבער ווי זענען די כלים פון ביהמ"ק...) אבער מען האט קיינמאל גארנישט באשטעטיגט.

זאגט דער רעפארטער אז מיט עטלעכע חדשים צוריק האט די אמעריקאנע מיליטער אנדעקט א כלי מיט דעם באהאלטענע וואפן און טעכנאלאגישע טאקטיק, און דאס איז אינטער אויספארשונג.
אין מער דעטאלן זאגן זיי, אז די א.ג. אנטדעקונג איז א מאשינקע וואס א באהאלטענע דעפענס דעפארטמענט אגענט - אינטער ביידען'ס פרעזידענטשאפט - האט אפגעקויפט בכסף מלא פאר א סומע וואס מען שרייבט מיט אכט ציפערן, און די מאשין שפייט ראדיאציע שטראלן נאכאנאנד און קוקט אויס רוסיש פראדעצירט.

געוויסע באאמטע טענה'ן אז אינז האבן דעם טוטער, אנדערע זאגן אז נישט דאס איז וואס ס'מאכט דעם מיסטעריעזע טעראר.
פיילס
DOD-budget-1880x1058.jpg
DOD-budget-1880x1058.jpg (224.88 KiB) געזען געווארן 714 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מר. עלען עבאדי- א רייכע ריעל עסטעיט אינוועסטירער - האט מנדב געווען א 100 מיליאן דאלער ווערד 16 שטאקיגע געביידע פאר חב"ד אין קאליפארניע. וועט פארוואנדלט ווערן אין איינס פון די גרעסטע אידישע צענטערן אין די וועלט.
פיילס
IMG_20260113_235056_992.jpg
IMG_20260113_235056_992.jpg (79.33 KiB) געזען געווארן 700 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

זילבער האלט שוין ביי $90 א אונס!

קוקט אױס ווי דער בחור וועט גרייכן א הונדערטער בקרוב

(האט איר אלטע זילבער שטיקער? יעצט איז די צייט דאס איינציטוישן...)
פיילס
IMG_20260113_235454_679.jpg
IMG_20260113_235454_679.jpg (23.06 KiB) געזען געווארן 698 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:38 pm ווען א פראסטע ארבעטער אינעם פארד פאבריק האט געהאט די חוצפה נאכצישרייען דעם יר"ה, איז טראמפ געווארן פארלוירן ווי א קטן און זיך גענומען צוריקשרייען טויטע קללות פאכענדיג מיטן פינגער...
פארד האט ארויסגעווארפן דעם מחוצף.
פיילס
01_Fired_Signs-You-Were-Fired-From-Your-Job-Illegally_604989560-YAKOBCHUK-VIACHESLAV-760x506.jpg
01_Fired_Signs-You-Were-Fired-From-Your-Job-Illegally_604989560-YAKOBCHUK-VIACHESLAV-760x506.jpg (30.92 KiB) געזען געווארן 692 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3288
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 11:58 pm זילבער האלט שוין ביי $90 א אונס!

קוקט אױס ווי דער בחור וועט גרייכן א הונדערטער בקרוב

(האט איר אלטע זילבער שטיקער? יעצט איז די צייט דאס איינציטוישן...)
אויב גייט עס בקרוב גרייכן הונדערט איז ענדערש צו ווארטן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:10 pm

קלינטאן איז אבער נישט געווען קיין שכן...

משפחת קלינטאן, ביל און הילערי, האבן היינט איינפאך איגנארירט א סובפינע צו קומען טעסטיפייען צום קאנגרעס עפשטיין קאמיטע. רעפובליקאנע געזעץ געבער זאגן אז זיי וועלן נעמען שריט קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט.
פיילס
c9db22bd45abac83bcd232aba9025f61.jpg
c9db22bd45abac83bcd232aba9025f61.jpg (96.71 KiB) געזען געווארן 670 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 2:55 pm אראבער פארשטעלט ווי צה"ל זעלנער האבן אויסגעלייגט א צירונג געשעפט אין חברון, און אנטרינען פון סצענע.

מהיכי תיתי אז ס'נישט קיין עכטע צה"ל זעלנער?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:34 pm אויב זעהט איר אין די נאנטע צוקונפט א אינגערמאן אין לופטפעלד מיט זון ברילן זאלט איר וויסן פארוואס.

פרישע גלעזער אויף די מארקעט, וואס ערלויבט דיר צו זעהן אלס און אלעמען, חוץ א סקרין. די סקרינס ווערן שווארץ אונטערן גלאז.

שטארקע געדאנק פאר ערליכע אידן, אבער פארוואס אין די וועלט זאל א גוי'אישע פירמע זיך אריינלייגן אין אהערשטעלן אזאנס?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:35 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 12:32 pm

מלחמה סעקראטאר פיט העגסעט מעלדט זיין נקמה שריט אין קעלי.
קעלי האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן פיט העגסעט פארן אים אראפרוקן פון ראנג.
העגסעט לאכט זיך אויס א גוטס...

דער קעלי ווייסט פונקטליך וואס איך וויל פון אים, און ס'מאכט אים אביסל קראנק..

קרענקי מיינט נישט קראנק אבער ס'נאכאלץ נישט שלעכט געזאגט.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1029
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 6449

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

באאמטע אין ווענעזועלא זענען געווארן ביטער אנטוישט אין רוסלאנד, זעענדיג אז די גאנצע מיליטערישע שטיצע וואס מאסקווע האט צוגעזאגט איז געווען איין גרויסע בלאף. לויט א באריכט אין "בלומבערג", האט די רעגירונג אין קאראקאס געהאפט אז רוסלאנד וועט באשיצן דעם פרעזידענט ניקולאס מאדורא, אבער ווען די אמעריקאנער ארמיי איז אריינגעקומען אים ארעסטירן, האבן די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן אפילו נישט געגעבן קיין ווארענונג פאראויס. די פארגעשריטענע רוסישע וואפן און לופט-שוץ סיסטעמען זענען געווען אינגאנצן נוצלאז, און אמעריקע האט אפילו באוויזן אפצוהאקן די עלעקטריק אין די שטאט דורך א סייבער-אטאקע איידערן כאפן מאדורא. צוליב דעם דורכפאל זעט די נייע פירערין, דעלסי ראדריגעז, אז זי קען זיך מער נישט פארלאזן אויף פוטין, און זי וועט ווארשיינליך מוזן נאכגעבן פאר אמעריקע און איבעררייסן די נאנטע פארבינדונג מיט רוסלאנד און קובא. פון די אנדערע זייט, זאגן קוועלער אין קרעמלין אז הגם עס זעט נישט אויס גוט, איז זיי יעצט וויכטיגער די רואיגקייט מיט וואשינגטאן ווי די גורל פון מאדורא, און זיי האבן באצייכנט דאס כאפן מאדורא אלס עפעס וואס איז טאקע "נישט אנגענעם, אבער נישט קיין קאטאסטראפע."
פיילס
20260114_064330.jpg
20260114_064330.jpg (169.55 KiB) געזען געווארן 602 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1029
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 6449

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

א קאטאסטראפע האט פאסירט אין טיילאנד, וואו א באן וואס איז געפארן פון באנקאק קיין אובאן ראטשאטהאני האט זיך אנגעקלאפט אין א קרעין וואס איז גענוצט געווארן פארן בויען א נייע שנעל-צוג באן ליניע. צום ווייניגסטנס 22 מענטשן זענען אומגעקומען און איבער 50 זענען פארוואונדעט געווארן ווען עטליכע וואגאנען האבן זיך אויסגעדרייט און אנגעהויבן ברענען.
פיילס
20260114_064929.jpg
20260114_064929.jpg (98.45 KiB) געזען געווארן 602 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

וויזוי CNN באריכטעט הויכע %6 אינפלאציע אינטער ביידען. און %2.7 אינטער טראמפ...
פיילס
IMG_5329.jpeg
IMG_5329.jpeg (69.77 KiB) געזען געווארן 561 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:02 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:38 pm ווען א פראסטע ארבעטער אינעם פארד פאבריק האט געהאט די חוצפה נאכצישרייען דעם יר"ה, איז טראמפ געווארן פארלוירן ווי א קטן און זיך גענומען צוריקשרייען טויטע קללות פאכענדיג מיטן פינגער...
פארד האט ארויסגעווארפן דעם מחוצף.
א גאו פאנד מי איז געעפנט געווארן פארן ארבעטער.
פיילס
IMG-20260114-WA0019.jpg
IMG-20260114-WA0019.jpg (125.6 KiB) געזען געווארן 481 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך בודקע »

די ווייסע הויז נעמט אפ דעת הקהל פון די גרינלאנד'ע איינוואוינער, וועלכע וועג זיי ווילן גיין.
IMG_20260114_114342_639.jpg
IMG_20260114_114342_639.jpg (344.29 KiB) געזען געווארן 456 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 am

א גאו פאנד מי איז געעפנט געווארן פארן ארבעטער.
היינטיגע וועלט, טוה וואס דו ווילסט, ווען מ'וועט דיר באשטראפן אויף דיינע נארישע מעשים, וועסטו זיין די ''נרדף'' , און עולם גולם וועט דיר נאך שטיין צו הילף.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך בודקע »

הנגיד ר' יואל לאנדא ערהאלט א זילבערנע בעכער פון האדמו"ר מ'גור לרגל נישואי בנו.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1304
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1954

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:18 am וויזוי CNN באריכטעט הויכע %6 אינפלאציע אינטער ביידען. און %2.7 אינטער טראמפ...
#Fake News
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אויך אן איידיע.

צום ערווארטן 15 בוט'ס זאלן דאס נאכמאכן ביים נעקסטן זה מזה (חוץ די פורים מאביל'ס..)
פיילס
IMG_20260114_185937_984.jpg
IMG_20260114_185937_984.jpg (216.41 KiB) געזען געווארן 201 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:02 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:38 pm ווען א פראסטע ארבעטער אינעם פארד פאבריק האט געהאט די חוצפה נאכצישרייען דעם יר"ה, איז טראמפ געווארן פארלוירן ווי א קטן און זיך גענומען צוריקשרייען טויטע קללות פאכענדיג מיטן פינגער...
פארד האט ארויסגעווארפן דעם מחוצף.
א גאו פאנד מי איז געעפנט געווארן פארן ארבעטער.
קאמפיין האלט שוין ביי $650,000. 24 שעה נאכן ווארפן דעם ארבעטער.
פיילס
IMG_20260114_191229_215.jpg
IMG_20260114_191229_215.jpg (187.15 KiB) געזען געווארן 200 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די FBI איז איבערגעפאלן די היים פון א וואשינגטאן פאוסט רעפארטער, און פארכאפט אירע קאמיוניקאציע געצייג. נאכדעם וואס זי האט פארעפנטליכט געהיימע אינפארמאציע

זיי זאגן אז די אינפארמאציע האט זי באקומען פון עמיצן וואס האט געטון פארשידענע ארבעט אינעם פענטיגאן, און ער האט ארויסגעשמוגלט געהיימע דאקומענטן. יענער האט אויך באקומען באזיכער היינט.
פיילס
IMG_20260114_191319_964.jpg
IMG_20260114_191319_964.jpg (214.21 KiB) געזען געווארן 196 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ניו יארקע קאנגרעסמאן ריטשי טארעס וויל לייגן א QR קאוד מיט אלע אינפארמאציע אויף יעדע אייס אפיציר.
פיילס
IMG_20260114_191646_516.jpg
IMG_20260114_191646_516.jpg (163.28 KiB) געזען געווארן 184 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די הימלען העכער איראן...
פיילס
IMG_20260114_191737_540.jpg
IMG_20260114_191737_540.jpg (302.2 KiB) געזען געווארן 193 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

6 פעדעראלע פראקורארן האבן רעזיגנירט אין א רייע, נאכדעם וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיי מכבד געווען צו טרעפן שמוץ אויף די משפחה פון די דערשאסענע פרוי אין מאניאפעלעס, ווילנדיג ארומדרייען די מעשה ווי גלייך די פרוי איז געווען א וועלט'ס פארברעכער.
פיילס
Screenshot_20260114_191803_Telegram.jpg
Screenshot_20260114_191803_Telegram.jpg (75.71 KiB) געזען געווארן 189 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
שרייב פאוסט