חלק א',
דאס איז די חלק המציאות,
וואס עס איז געווען באריכטעט א שרעקליכע מעשה באגלייט מיט א בילד, ווי מען זעהט אז אין א חרדישע מוסד אין לאנדאן זענען געהאנגען תועבה סימבאלן (סיי אין די הייך, און אויך לאנגע אויסגעצויגענע ליילעכער).
די מעשה\בילד איז געווען מפורסם אין צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן אין פארשידענע אימעיל גרופעס נאך פאר דורותינו האט עס באריכטעט, דערנאך איז געווארן באריכטעט די מעשה אין עטליכע גליונות ווי דורותינו און זעקת החינוך לאנדאן.
ווען די מעשה איז געווארן מפורסם, האט דאס יעדן שאקירט, און מענטשן זענען געווען שאקירט דערפון און נישט געגלייבט אז דאס האט געקענט געשעהן.
און אויך
@totty איז ארויפגעקומען אנפרעגנדיג צי דאס איז טאקע אמת
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 07, 2026 3:05 am
למעשה וואס איז געבליבן איז געווען א טמאנע פאן אויף א מוסד אדער נישט
אויף דעם ארויף האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי און עס איז אנגעגאנגען משך א שיינע פאר טעג א וויכוח, וואס די וויכוח אנהייב איז בעיקר געווען אויף די מציאת הדברים, צי די סימבאלן זענען יא אדער נישט געהאנגען אויף די בניני המוסד און אין זייער שטח, און עס זענען ארויפגעקומען פארשידענע וואס האבן פרובירט אראפצומאלן כאילו דאס איז כלומר'שט געהאנגען גאר אויף גויאישע בילדינגס וכו'
יעדער האט אבער דאן פארשטאנען אז אויב די מעשה איז אמת, און די תועבה סימבאלן האבן דארט געהאנגען פאר א שטיקל וויילע (אפילו נאר אפאר טעג), דאן איז דאס א געפערליכע פאסירונג, וואס איז נאכנישט געווען ביז אהער אזא זאך, וואס אפילו ביי די מתוקנים שבאומות האט מען אויך פארדאמט אזא סארט מעשה,
און נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה דער מוסד האט דאס געטוהן, דארף מען נאך אלץ מוחה זיין דערויף און דאס דארף נאך אלץ ווערן פארדאמט, און דער מוסד דארף זיך אנטשולדיגן אז דאס וועט מער נישט געשעהן אדער למשל מפרסם זיין משום והייתם נקיים אז דאס האט טאקע נישט געהאט מיט זיי.
למעשה נאך מערערע פאנטאזיעס וואס זענען געווארן דא אויפגעברענגט איינמאל און נאכאמאל צו פרובירן אפווענדן אז די סימבאלן זענען נישט געווען אינעם שטח המוסד, איז צום סוף געווארן אויסגעקלארט די מציאות לויט די בילד וואו מען זעהט הענגען די תועבה סימבאלן, צוזאמען מיט מערערע בילדער פון די שטח המוסד וואו עס איז פארגעקומען די מעשה, און עס איז קלאר געווארן אויפגעוויזן אז דאס איז די ביטערע אמת, אז די אלע תועבה סימבאלן סיי וואס האט געהאנגען אין די הייך און סיי די לאנגע אויסגעצויגענע תועבה קאלירן ליילעכער, (וואס די אלע פאנטאזירער האבן מאיזה סיבה פארגעסן צו רעדן פון די אויסגעצויגענע ליילעכער, און אייביג נאר גערעדט פון די שטריק אין די הייך, וואס דארט האט מע געקענט פרוביר צו ארומחושען), איז אלעס געווען טאקע דייקא אינעם שטח פון די מוסד און אנגעהאנגען אויף די בניני המוסד, און יעדער האט שוין איינגעזעהן דעם אמת וואס עס האט ווירקליך פאסירט דא, און געמוזט מודה זיין דערצו.
פלוצלינג נאך א וואך נושא ונותן זיין אין די מציאות הדבר, איז אנגעקומען
@totty און פארציילט אז ער האט אנגערופן אן ערליכער דיין פון לאנדאן, וואס יענער האט נאכנישט געהערט פון די גאנצע מעשה ביז יענעם טעללעפאן קאלל -על אף וואס עס האט זיך שוין ארומגערודערט דערפון א וויילע-, און לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט דער דיין געלייקנט די מציאות פון די מעשה און געזאגט אז דאס איז גאר א דמיון, און געברענגט א ראי' אז מען קען יעצט אריבערגיין זעהן אז די תועבה סימבאל זענען נישט דארט (וואס אין קיין איינע פון די באריכטן\אימעילס איז נישט געשטאנען אז די סימבאלן הענגען נאך יעצט דארט בשעת ליינען, מען האט פארציילט א מעשה שהי' וואס איז פארגעקומען).
יעצט איז זייער וויכטיג צו קלארשטעלן מיט אייך און מיטן דיין כלפי
חלק א',
צי האלט איר \ דער דיין, אז די מעשה וואס איז געווען מפורסם צווישן טויזנטער מענטשן באגלייט מיט א בילד וואס מען זעהט הענגען אין א שטח המוסד די תועבה סימבאלן פון די שרעקליכסטע ברואים וואס געפינען זיך היינט אויף די וועלט, דאס אמת יא אדער ניין?
(מיר האבן שוין גראדע בעבר געפרעגט די שאלה, אבער נאכנישט באקומען קיין תשובה).
אויב לייקנט איר \ דער דיין נאך אלץ די גאנצע מעשה, (וואס אפילו די מוסד זעלבסט האט אויך נישט געקענט ארויסקומען לייקענען זאכן וואס זענען געהאנגען בפרהסיא פאר א שטיקל צייט), דאן האבן מיר באמת נישט וואס ממשיך צו זיין אונזער שמועס מיט איינעם וואס איז מכחיש השמש בצהרים,
ווידער אויב זענט איר מודה אז די מעשה בעצם איז אמת, דאן איז כלפי די עוולה בכלל נישט רעלעוואנט וואס די געזעץ איז יא מחייב און וואס נישט,
און אדרבה, ווי מיר האבן שוין געהאט איינמאל געשריבן, אויב איז די געזעץ בכלל נישט מחייב היינט צו לערנען פון די אנשי תועבה דאן מאכט דאס די עוולה טויזנט מאהל ערגער.
נאר אויב די געזעץ פארלאנגט יא צו לערנען פון די מושחתים און זיי צו רעספעקטירן, דאן פארענטפערט דאס אביסל די תמי' גדולה אויף די הנהלת המוסד פארוואס דאס איז פארגעקומען (נישט אז עס פארענטפערט די עוולה, נאר דאן איז דא עפעס א הסבר פארוואס זיי האבן דאס געטוהן).
און איך בין זיכער אז אויב דער ערליכער דיין פון לאנדאן וואלט זיך נאכגעפרעגט און והי' אז ער ווערט געוואויר אז די מעשה איז יא אמת, דאן בין איך זיכער אז ער וואלט געהאלטן אז מען דארף דאס פארדאמען אפילו אויב די געזעץ פארלאנגט נישט צו לערנען פון די מושחתים און פון אנדערע גלויבנס.
און איר האט דאך מודה געווען אז איר זענט נישט אליין קיין דעת תורה, איך בין זיכער אז אויב איר פרעגט אן סיי וועלכע רב\דיין פון אייער קהילה וואס האט גע'אסר'ט צו נעמען א פעטוועי, און געהאלטן אז מען דארף לוחם זיין דערקעגן בכל התוקף, וועט אייך די דעת תורה זאגן אז דאס אויפהענגען תועבה סימבאלן בריש כל חוצות איז ערגער ווי נעמען א פעטוועי.
- - -
עס איז זייער וויכטיג בעפאר מיר גייען ווייטער מיט חלק ב' איבער די געזעץ אין לאנדאן, אז איר זאלט קלארשטעלן דאס וואס מיר האבן געפרעגט איבער חלק א'