אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:33 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:30 pm (אויב האט איר אויך די פילטער וועט איר טאקע נישט קענען זעהן רוב מאהל די טריפה'נע חלקים פון די רעפארטס).
גאנץ א גוטע מהלך אויב מגייט נישט טרעפן זאגט איר שוין פאראויס אז עס האט זיך אויסגעמעקט דורכן פילטער
אינטערסאנט אז כהאב נאכנישט געהערט פון אזא פילטער וואס מעקט אויס טייל פון א רעפארט
געווענליך פילטערס לאזן נישט אריין אין די גאנצע סייט אויב האט עס שמוץ אבער סאיז דא א פילטער וואס קען ארויסנעמען שורות??
עס איז מיר א חידוש אויף אייך אז אזא חשובע אינגערמאן וואס איז אזוי אפגעהיטן אין אלע ענינים, זאל נישט האבן קיין נעטפרי פילטער, ווייל אויב וואלט דאס געהאט וואלט איר געוואוסט דערפון.

און עס איז צום האפן, אז יעצט נאכדעם וואס איר ווייסט שוין יא דערפון וועט איר דאס איינהאנדלען ווי שנעלער.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 585

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:57 pm

גדר טויג שוין אויך נישט?
א פרישע מסירה...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

גדר טויג זייער גוט
אבער נעטפרי איז דאכט זיך א העכערע דרגא, און איך בין זיכער אז איר ווילט זיין אפגעהיטן אויף די העכסטע דרגא
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:32 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:13 pm

מען זעהט טאקע פון אייערע ווערטער אז איר זענט טאקע נישט באקאנט מיט לאנדאן, ווייל די געזעץ ערלויבט 'נישט חוזק צו מאכן' פון כופרים, פארקערט מען דארף 'רעספעקטירן' די כופרים (די מענטשן וואס לייקענען ח"ו).
אויב א מלמד זאגט אזוי: "די כופרים מיינען נעבעך אז ס'נישטא קיין גאט, זיי מיינען אז די וועלט האט זיך אליינס באשאפן, חא חא חא, נעבעך ער האט נישט קיין שכל צו פארשטיין".

וויפיל יאר טורמע קריגט ער?
ב"ה אז איך זעה איר כאפט שוין אז מען טאר נישט נוצען די סארט אויסדרוקן, און איר ווילט נאר וויסן וואס איז די שטראף וויפיל יאר תפיסה מען באקומט..

און יא, אויב א מוסד וועט זאגן פאר די קינדער פארנט פון א אינספעקטאר, אזעלכע ווערטער וואס טוען חוזק מאכן פון די כופרים בדרך בזיון, דאן וועט אזא מוסד טאקע דורכפאלן די אינספעקשאן.
פאר די וועלכע גלייבן נאר וואס AI זאגט, האבן מיר אנגעפרעגט פון AI ער זאל איבערטייטשן די ווערטער וואס איר האט פארגעשטעלט: "די כופרים מיינען נעבעך אז ס'נישטא קיין גאט, זיי מיינען אז די וועלט האט זיך אליינס באשאפן, חא חא חא, נעבעך ער האט נישט קיין שכל צו פארשטיין".
און ער זאל זאגן וואס זאגט די ענגלישע געזעץ דערצו.

חוזק מאכן.jpg
חוזק מאכן.jpg (123.9 KiB) געזען געווארן 496 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיר האבן שוין באמת נעכטן אנגעהויבן אביסל צו שרייבן און זיך באציען צי די אלע נעכטיגע ווערטער פון @totty, אבער היות עס געווארן זייער שפעט האבן מיר דאס אפגעלייגט, און יעצט אריינקומענדיג איז שוין געווען דא אסאך פרישע תגובות, האבן מיר זיך קודם באצויגן צו עטליכע פון זיי,

יעצט וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא וואס מיר האבן נעכטן אנגעהויבן צו שרייבן פאר @totty

און איך וויל קלארשטעלן אז מיר וועלן זיך בכלל נישט אדרעסירן צו די אלע נעכטיגע ווילדע פראזן און אויסדרוקן,
און זיכער נישט צי די אטאקעס און פארלאנגען וואס זענען געציהלט צו די גליון דורותינו,
(דאכט זיך אז זיי האבן יעדע וואך אויפן גליון זייער אימעיל אדרעעס וואו מען קען זיי אריינשיקן הערות און בקשות, און אויב ווילט איר עפעס פון זיי, קענט איר זיך דארט ווענדן מיט אייערע טענות און פארלאנגען, ווי אויך קענט איר דאס זעלבע טוהן צו די אנדערע אימעיל גרופעס \ גליונות וואס האבן אויך באריכטעט די בילד מיט די מעשה).
מיר וועלן זיך נאר באציען לגופו של ענין און אויסשמועסן די זאכן בנוגע דאס וואס 'מיר' האבן געשריבן דא אויף אידטיש.

אזויווי די מעשה ציהט זיך שוין פאר א שטיקל וויילע מער ווי א וואך, און אויף א שיינע פאר בלעטער, און במשך די אלע געשרייבעכטס זענען זאכן אביסל אוועקגעפארן פון די הויפט שינעס, וואס מען אנגעהויבן זיך מתווכח געווען איבער א מעשה שהי' אין א געוויסע מוסד, און מען איז אריבער צו טענה'רייען איבער די געזעץ אין לאנדאן, וואס דאס איז בעצם נישט מעלה ומוריד צי די עיקר נושא וואס מען האט אנגעהויבן, דעריבער מוז מען מאכן א פיצעלע חזרה און אביסל צוריקגשטעלן זאכן אויף די שינעס,

די זאך דארף ווערן צוטיילט אין צוויי חלקים:
חלק א' = די מציאות הדברים פון די מעשה וואס איז פארגעקומען אין לאנדאן מיט מוסד וואס האט אויפגעהאנגען די תועבה סימבאלן,
חלק ב' = בנוגע די געזעץ אין לאנדאן וואס מען איז יא אדער נישט מחוייב צו לערנען אין די מוסדות.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 585

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:12 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:32 pm

אויב א מלמד זאגט אזוי: "די כופרים מיינען נעבעך אז ס'נישטא קיין גאט, זיי מיינען אז די וועלט האט זיך אליינס באשאפן, חא חא חא, נעבעך ער האט נישט קיין שכל צו פארשטיין".

וויפיל יאר טורמע קריגט ער?
ב"ה אז איך זעה איר כאפט שוין אז מען טאר נישט נוצען די סארט אויסדרוקן, און איר ווילט נאר וויסן וואס איז די שטראף וויפיל יאר תפיסה מען באקומט..

און יא, אויב א מוסד וועט זאגן פאר די קינדער פארנט פון א אינספעקטאר, אזעלכע ווערטער וואס טוען חוזק מאכן פון די כופרים בדרך בזיון, דאן וועט אזא מוסד טאקע דורכפאלן די אינספעקשאן.
פאר די וועלכע גלייבן נאר וואס AI זאגט, האבן מיר אנגעפרעגט פון AI ער זאל איבערטייטשן די ווערטער וואס איר האט פארגעשטעלט: "די כופרים מיינען נעבעך אז ס'נישטא קיין גאט, זיי מיינען אז די וועלט האט זיך אליינס באשאפן, חא חא חא, נעבעך ער האט נישט קיין שכל צו פארשטיין".
און ער זאל זאגן וואס זאגט די ענגלישע געזעץ דערצו.

חוזק מאכן.jpg
געמיר דאס געזעץ נישט קיין AI
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

חלק א',

דאס איז די חלק המציאות,
וואס עס איז געווען באריכטעט א שרעקליכע מעשה באגלייט מיט א בילד, ווי מען זעהט אז אין א חרדישע מוסד אין לאנדאן זענען געהאנגען תועבה סימבאלן (סיי אין די הייך, און אויך לאנגע אויסגעצויגענע ליילעכער).
די מעשה\בילד איז געווען מפורסם אין צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן אין פארשידענע אימעיל גרופעס נאך פאר דורותינו האט עס באריכטעט, דערנאך איז געווארן באריכטעט די מעשה אין עטליכע גליונות ווי דורותינו און זעקת החינוך לאנדאן.
ווען די מעשה איז געווארן מפורסם, האט דאס יעדן שאקירט, און מענטשן זענען געווען שאקירט דערפון און נישט געגלייבט אז דאס האט געקענט געשעהן.
און אויך @totty איז ארויפגעקומען אנפרעגנדיג צי דאס איז טאקע אמת
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 3:05 am למעשה וואס איז געבליבן איז געווען א טמאנע פאן אויף א מוסד אדער נישט
אויף דעם ארויף האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי און עס איז אנגעגאנגען משך א שיינע פאר טעג א וויכוח, וואס די וויכוח אנהייב איז בעיקר געווען אויף די מציאת הדברים, צי די סימבאלן זענען יא אדער נישט געהאנגען אויף די בניני המוסד און אין זייער שטח, און עס זענען ארויפגעקומען פארשידענע וואס האבן פרובירט אראפצומאלן כאילו דאס איז כלומר'שט געהאנגען גאר אויף גויאישע בילדינגס וכו'

יעדער האט אבער דאן פארשטאנען אז אויב די מעשה איז אמת, און די תועבה סימבאלן האבן דארט געהאנגען פאר א שטיקל וויילע (אפילו נאר אפאר טעג), דאן איז דאס א געפערליכע פאסירונג, וואס איז נאכנישט געווען ביז אהער אזא זאך, וואס אפילו ביי די מתוקנים שבאומות האט מען אויך פארדאמט אזא סארט מעשה,
און נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה דער מוסד האט דאס געטוהן, דארף מען נאך אלץ מוחה זיין דערויף און דאס דארף נאך אלץ ווערן פארדאמט, און דער מוסד דארף זיך אנטשולדיגן אז דאס וועט מער נישט געשעהן אדער למשל מפרסם זיין משום והייתם נקיים אז דאס האט טאקע נישט געהאט מיט זיי.

למעשה נאך מערערע פאנטאזיעס וואס זענען געווארן דא אויפגעברענגט איינמאל און נאכאמאל צו פרובירן אפווענדן אז די סימבאלן זענען נישט געווען אינעם שטח המוסד, איז צום סוף געווארן אויסגעקלארט די מציאות לויט די בילד וואו מען זעהט הענגען די תועבה סימבאלן, צוזאמען מיט מערערע בילדער פון די שטח המוסד וואו עס איז פארגעקומען די מעשה, און עס איז קלאר געווארן אויפגעוויזן אז דאס איז די ביטערע אמת, אז די אלע תועבה סימבאלן סיי וואס האט געהאנגען אין די הייך און סיי די לאנגע אויסגעצויגענע תועבה קאלירן ליילעכער, (וואס די אלע פאנטאזירער האבן מאיזה סיבה פארגעסן צו רעדן פון די אויסגעצויגענע ליילעכער, און אייביג נאר גערעדט פון די שטריק אין די הייך, וואס דארט האט מע געקענט פרוביר צו ארומחושען), איז אלעס געווען טאקע דייקא אינעם שטח פון די מוסד און אנגעהאנגען אויף די בניני המוסד, און יעדער האט שוין איינגעזעהן דעם אמת וואס עס האט ווירקליך פאסירט דא, און געמוזט מודה זיין דערצו.

פלוצלינג נאך א וואך נושא ונותן זיין אין די מציאות הדבר, איז אנגעקומען @totty און פארציילט אז ער האט אנגערופן אן ערליכער דיין פון לאנדאן, וואס יענער האט נאכנישט געהערט פון די גאנצע מעשה ביז יענעם טעללעפאן קאלל -על אף וואס עס האט זיך שוין ארומגערודערט דערפון א וויילע-, און לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט דער דיין געלייקנט די מציאות פון די מעשה און געזאגט אז דאס איז גאר א דמיון, און געברענגט א ראי' אז מען קען יעצט אריבערגיין זעהן אז די תועבה סימבאל זענען נישט דארט (וואס אין קיין איינע פון די באריכטן\אימעילס איז נישט געשטאנען אז די סימבאלן הענגען נאך יעצט דארט בשעת ליינען, מען האט פארציילט א מעשה שהי' וואס איז פארגעקומען).

יעצט איז זייער וויכטיג צו קלארשטעלן מיט אייך און מיטן דיין כלפי חלק א',
צי האלט איר \ דער דיין, אז די מעשה וואס איז געווען מפורסם צווישן טויזנטער מענטשן באגלייט מיט א בילד וואס מען זעהט הענגען אין א שטח המוסד די תועבה סימבאלן פון די שרעקליכסטע ברואים וואס געפינען זיך היינט אויף די וועלט, דאס אמת יא אדער ניין?
(מיר האבן שוין גראדע בעבר געפרעגט די שאלה, אבער נאכנישט באקומען קיין תשובה).

אויב לייקנט איר \ דער דיין נאך אלץ די גאנצע מעשה, (וואס אפילו די מוסד זעלבסט האט אויך נישט געקענט ארויסקומען לייקענען זאכן וואס זענען געהאנגען בפרהסיא פאר א שטיקל צייט), דאן האבן מיר באמת נישט וואס ממשיך צו זיין אונזער שמועס מיט איינעם וואס איז מכחיש השמש בצהרים,

ווידער אויב זענט איר מודה אז די מעשה בעצם איז אמת, דאן איז כלפי די עוולה בכלל נישט רעלעוואנט וואס די געזעץ איז יא מחייב און וואס נישט,
און אדרבה, ווי מיר האבן שוין געהאט איינמאל געשריבן, אויב איז די געזעץ בכלל נישט מחייב היינט צו לערנען פון די אנשי תועבה דאן מאכט דאס די עוולה טויזנט מאהל ערגער.
נאר אויב די געזעץ פארלאנגט יא צו לערנען פון די מושחתים און זיי צו רעספעקטירן, דאן פארענטפערט דאס אביסל די תמי' גדולה אויף די הנהלת המוסד פארוואס דאס איז פארגעקומען (נישט אז עס פארענטפערט די עוולה, נאר דאן איז דא עפעס א הסבר פארוואס זיי האבן דאס געטוהן).

און איך בין זיכער אז אויב דער ערליכער דיין פון לאנדאן וואלט זיך נאכגעפרעגט און והי' אז ער ווערט געוואויר אז די מעשה איז יא אמת, דאן בין איך זיכער אז ער וואלט געהאלטן אז מען דארף דאס פארדאמען אפילו אויב די געזעץ פארלאנגט נישט צו לערנען פון די מושחתים און פון אנדערע גלויבנס.

און איר האט דאך מודה געווען אז איר זענט נישט אליין קיין דעת תורה, איך בין זיכער אז אויב איר פרעגט אן סיי וועלכע רב\דיין פון אייער קהילה וואס האט גע'אסר'ט צו נעמען א פעטוועי, און געהאלטן אז מען דארף לוחם זיין דערקעגן בכל התוקף, וועט אייך די דעת תורה זאגן אז דאס אויפהענגען תועבה סימבאלן בריש כל חוצות איז ערגער ווי נעמען א פעטוועי.

- - -

עס איז זייער וויכטיג בעפאר מיר גייען ווייטער מיט חלק ב' איבער די געזעץ אין לאנדאן, אז איר זאלט קלארשטעלן דאס וואס מיר האבן געפרעגט איבער חלק א'

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:22 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:12 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:55 pm

ב"ה אז איך זעה איר כאפט שוין אז מען טאר נישט נוצען די סארט אויסדרוקן, און איר ווילט נאר וויסן וואס איז די שטראף וויפיל יאר תפיסה מען באקומט..

און יא, אויב א מוסד וועט זאגן פאר די קינדער פארנט פון א אינספעקטאר, אזעלכע ווערטער וואס טוען חוזק מאכן פון די כופרים בדרך בזיון, דאן וועט אזא מוסד טאקע דורכפאלן די אינספעקשאן.
פאר די וועלכע גלייבן נאר וואס AI זאגט, האבן מיר אנגעפרעגט פון AI ער זאל איבערטייטשן די ווערטער וואס איר האט פארגעשטעלט: "די כופרים מיינען נעבעך אז ס'נישטא קיין גאט, זיי מיינען אז די וועלט האט זיך אליינס באשאפן, חא חא חא, נעבעך ער האט נישט קיין שכל צו פארשטיין".
און ער זאל זאגן וואס זאגט די ענגלישע געזעץ דערצו.

חוזק מאכן.jpg
געמיר דאס געזעץ נישט קיין AI
איך האב נישט גערעדט יעצט צו אייך (צו אייך וועל איך שפעטער צוריקקומען איבער די געזעץ), דאס איז געווען געוואנדען צי דעם יעניגן וואס האט געפרעגט א געוויסע שאלה.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 585

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:23 pm חלק א',

דאס איז די חלק המציאות,
וואס עס איז געווען באריכטעט א שרעקליכע מעשה באגלייט מיט א בילד, ווי מען זעהט אז אין א חרדישע מוסד אין לאנדאן זענען געהאנגען תועבה סימבאלן (סיי אין די הייך, און אויך לאנגע אויסגעצויגענע ליילעכער).
די מעשה\בילד איז געווען מפורסם אין צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן אין פארשידענע אימעיל גרופעס נאך פאר דורותינו האט עס באריכטעט, דערנאך איז געווארן באריכטעט די מעשה אין עטליכע גליונות ווי דורותינו און זעקת החינוך לאנדאן.
ווען די מעשה איז געווארן מפורסם, האט דאס יעדן שאקירט, און מענטשן זענען געווען שאקירט דערפון און נישט געגלייבט אז דאס האט געקענט געשעהן.
און אויך @totty איז ארויפגעקומען אנפרעגנדיג צי דאס איז טאקע אמת
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 3:05 am למעשה וואס איז געבליבן איז געווען א טמאנע פאן אויף א מוסד אדער נישט
אויף דעם ארויף האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי און עס איז אנגעגאנגען משך א שיינע פאר טעג א וויכוח, וואס די וויכוח אנהייב איז בעיקר געווען אויף די מציאת הדברים, צי די סימבאלן זענען יא אדער נישט געהאנגען אויף די בניני המוסד און אין זייער שטח, און עס זענען ארויפגעקומען פארשידענע וואס האבן פרובירט אראפצומאלן כאילו דאס איז כלומר'שט געהאנגען גאר אויף גויאישע בילדינגס וכו'

יעדער האט אבער דאן פארשטאנען אז אויב די מעשה איז אמת, און די תועבה סימבאלן האבן דארט געהאנגען פאר א שטיקל וויילע (אפילו נאר אפאר טעג), דאן איז דאס א געפערליכע פאסירונג, וואס איז נאכנישט געווען ביז אהער אזא זאך, וואס אפילו ביי די מתוקנים שבאומות האט מען אויך פארדאמט אזא סארט מעשה,
און נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה דער מוסד האט דאס געטוהן, דארף מען נאך אלץ מוחה זיין דערויף און דאס דארף נאך אלץ ווערן פארדאמט, און דער מוסד דארף זיך אנטשולדיגן אז דאס וועט מער נישט געשעהן אדער למשל מפרסם זיין משום והייתם נקיים אז דאס האט טאקע נישט געהאט מיט זיי.

למעשה נאך מערערע פאנטאזיעס וואס זענען געווארן דא אויפגעברענגט איינמאל און נאכאמאל צו פרובירן אפווענדן אז די סימבאלן זענען נישט געווען אינעם שטח המוסד, איז צום סוף געווארן אויסגעקלארט די מציאות לויט די בילד וואו מען זעהט הענגען די תועבה סימבאלן, צוזאמען מיט מערערע בילדער פון די שטח המוסד וואו עס איז פארגעקומען די מעשה, און עס איז קלאר געווארן אויפגעוויזן אז דאס איז די ביטערע אמת, אז די אלע תועבה סימבאלן סיי וואס האט געהאנגען אין די הייך און סיי די לאנגע אויסגעצויגענע תועבה קאלירן ליילעכער, (וואס די אלע פאנטאזירער האבן מאיזה סיבה פארגעסן צו רעדן פון די אויסגעצויגענע ליילעכער, און אייביג נאר גערעדט פון די שטריק אין די הייך, וואס דארט האט מע געקענט פרוביר צו ארומחושען), איז אלעס געווען טאקע דייקא אינעם שטח פון די מוסד און אנגעהאנגען אויף די בניני המוסד, און יעדער האט שוין איינגעזעהן דעם אמת וואס עס האט ווירקליך פאסירט דא, און געמוזט מודה זיין דערצו.

פלוצלינג נאך א וואך נושא ונותן זיין אין די מציאות הדבר, איז אנגעקומען @totty און פארציילט אז ער האט אנגערופן אן ערליכער דיין פון לאנדאן, וואס יענער האט נאכנישט געהערט פון די גאנצע מעשה ביז יענעם טעללעפאן קאלל -על אף וואס עס האט זיך שוין ארומגערודערט דערפון א וויילע-, און לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט דער דיין געלייקנט די מציאות פון די מעשה און געזאגט אז דאס איז גאר א דמיון, און געברענגט א ראי' אז מען קען יעצט אריבערגיין זעהן אז די תועבה סימבאל זענען נישט דארט (וואס אין קיין איינע פון די באריכטן\אימעילס איז נישט געשטאנען אז די סימבאלן הענגען נאך יעצט דארט בשעת ליינען, מען האט פארציילט א מעשה שהי' וואס איז פארגעקומען).

יעצט איז זייער וויכטיג צו קלארשטעלן מיט אייך און מיטן דיין כלפי חלק א',
צי האלט איר \ דער דיין, אז די מעשה וואס איז געווען מפורסם צווישן טויזנטער מענטשן באגלייט מיט א בילד וואס מען זעהט הענגען אין א שטח המוסד די תועבה סימבאלן פון די שרעקליכסטע ברואים וואס געפינען זיך היינט אויף די וועלט, דאס אמת יא אדער ניין?
(מיר האבן שוין גראדע בעבר געפרעגט די שאלה, אבער נאכנישט באקומען קיין תשובה).

אויב לייקנט איר \ דער דיין נאך אלץ די גאנצע מעשה, (וואס אפילו די מוסד זעלבסט האט אויך נישט געקענט ארויסקומען לייקענען זאכן וואס זענען געהאנגען בפרהסיא פאר א שטיקל צייט), דאן האבן מיר באמת נישט וואס ממשיך צו זיין אונזער שמועס מיט איינעם וואס איז מכחיש השמש בצהרים,

ווידער אויב זענט איר מודה אז די מעשה בעצם איז אמת, דאן איז כלפי די עוולה בכלל נישט רעלעוואנט וואס די געזעץ איז יא מחייב און וואס נישט,
און אדרבה, ווי מיר האבן שוין געהאט איינמאל געשריבן, אויב איז די געזעץ בכלל נישט מחייב היינט צו לערנען פון די אנשי תועבה דאן מאכט דאס די עוולה טויזנט מאהל ערגער.
נאר אויב די געזעץ פארלאנגט יא צו לערנען פון די מושחתים און זיי צו רעספעקטירן, דאן פארענטפערט דאס אביסל די תמי' גדולה אויף די הנהלת המוסד פארוואס דאס איז פארגעקומען (נישט אז עס פארענטפערט די עוולה, נאר דאן איז דא עפעס א הסבר פארוואס זיי האבן דאס געטוהן).

און איך בין זיכער אז אויב דער ערליכער דיין פון לאנדאן וואלט זיך נאכגעפרעגט און והי' אז ער ווערט געוואויר אז די מעשה איז יא אמת, דאן בין איך זיכער אז ער וואלט געהאלטן אז מען דארף דאס פארדאמען אפילו אויב די געזעץ פארלאנגט נישט צו לערנען פון די מושחתים און פון אנדערע גלויבנס.

און איר האט דאך מודה געווען אז איר זענט נישט אליין קיין דעת תורה, איך בין זיכער אז אויב איר פרעגט אן סיי וועלכע רב\דיין פון אייער קהילה וואס האט גע'אסר'ט צו נעמען א פעטוועי, און געהאלטן אז מען דארף לוחם זיין דערקעגן בכל התוקף, וועט אייך די דעת תורה זאגן אז דאס אויפהענגען תועבה סימבאלן בריש כל חוצות איז ערגער ווי נעמען א פעטוועי.

- - -

עס איז זייער וויכטיג בעפאר מיר גייען ווייטער מיט חלק ב' איבער די געזעץ אין לאנדאן, אז איר זאלט קלארשטעלן דאס וואס מיר האבן געפרעגט איבער חלק א'
חלק א' האב איך נישט אריינגערעט אויף למעשה נאר זיך גוואונדערט דערויף וויאזוי עס קען זיין אזא זאך אז פאר געלט אדער געזעץ זאל מען טוהן אזא השחתה
נאכן אנרופן א דיין אין לאנדאן וואס קען די נושא האט ער געלאכט אז אנע מברר זיין פארשטייט ער אז עס קען פשוט נישט זיין ווייל? (דא בין איך געוואויר געווארן אז סאיז דא א הקדמה פאר חלק א' ווייל חלק א איז דאך נאר געווען קלארצישטעלן די ביטערע מצב פון די גזירה
בין איך געוואויר געווארן אז)
לא דובים ולא יער נישטא קיין געזעץ מזאל דארפן לערנען דעריבער כאטש וואס די נושא פון יענע מוסד דארף נאך א בירור לשיטתך אבער די גאנצע באלאן האט געפלאצט נישטא קיין בער און נישטא קיין וואלד
איי סאיז דא א טויטע בער אין קאנאדא דאס איז נאר א ענף צי אייער פאזעל
אבער נפל היסוד וכל הבנין אויף פיץ פיצלעך

און דא בין איך געווארן אויס מענטש פארוואס כהאב דאס נישט געוואוסט און אפשר געהאט א חלק אין די השחתה מיטן מסכים זיין עכ"פ צי אייער מערכה נישט וויסענדיג די אנדערע צד פון די מטבע
דעריבער איז נישטא קיין חלק א ביי מיר מער איך וויל ערשט די הקדמה צי די מעשה וואס דאס איז ביי אייך חלק ב'
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

איך בין נישט מחוייב מיטצוטאנצן מיט אייערע קאפריזן, און מיט וואס איר ווילט אוועקפירן די נושא פון די רעלסן, און איר קענט נישט אליין אפמאכן אייער אייגענע סדר הדברים און טוישן חלק א' און צולייגן הקדמות.

דא גייט מען אויפן סדר וויאזוי זאכן זענען געווארן אויפגעברענגט דא אויך אידטיש, וואס האט זיך אנגעהויבן פאר 10 טעג צוריק, און די שמועס איבער די נושא האט זיך אנגעהויבן וואס איינער האט אנגעפרעגט אויב די באריכט פון די מעשה אין לאנדאן איז אמת, זעהט דא און ווייטער די סדר והמשך הדברים.

דערנאך זענט איר געקומען אפאר טעג צוריק און יא אריינגערעדט אויף למעשה און נאכגעזאגט א סטעטמענט אויף די מציאות המעשה בשם אן ערליכן דיין פון לאנדאן (וואס האט נאך ביז אייער טעלעפאן קאלל בכלל נישט געוואוסט פון די מעשה), און איר האט דאן נישט געשריבן בלשון ספק אז מען דארף מברר
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm אז אנע מברר זיין פארשטייט ער אז עס קען פשוט נישט זיין
נאר איר האט געשריבן בשם דעם דיין וואס געזאגט מיט א זיכערקייט אז דאס איז נאר א דמיון, און גאר געזאגט א הוכחה ווייל מען קען יעצט אריבערגיין קוקען.
totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס

ממילא ווי לאנג איר קומט נישט אריין קלאר בנוגע חלק א' צי די מעשה איז אמת אדער נישט, איז באמת א שאד צו גיין ווייטער צו חלק ב' איבער די געזעץ אין ענגלאנד.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 585

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

סאיז בסדר איר האט שוין געוואנען
ווייל מקען נישט גיין צום הקדמה אדער חלק ב' פאר איך פאר אראפ קיין לאנדאן און איך מאך א חקירה מיט די FBI צי דערגיין וואס די מעשה איז געווען
הצלחה מרובה...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

נאך א וויכטיגע זאך בעפאר מיר זענען ממשיך מיט חלק ב' אויסצוקלארן וואס די געזעץ אין ענגלאנד איז מחייב 'כהיום' פאר די מוסדות, וואס איך וויל קלארמאכן נאך אפאר נקודות פון דאס וואס @totty האט געשריבן ביז יעצט.

לויט ווי האב פארשטאנען פון ביז אהער, קומט אויס פונעם ערליכן דיין, אז עס איז געווען עפעס א שרעקליכע גזירת החינוך וואס איז אריין אין קראפט שוין פון בערך 12 יאר צוריק, נאר פאר 3 יאר צוריק (דאס מיינט בערך תשפ"ב-ג) האט זיך -אנגעבליך- זאכן געטוישט לטובה, און עס איז געווארן אריינגעלייגט אן אמענדמענט וואס האט געטוישט די נוסח, און דורכדעם איז געווארן אויס גזירה,
און בפשטות ווי איך האב פארשטאנען איז די לאנדאנע גזירה פון 12 יאר צוריק כולל ביידע זאכן סיי בעניני כפירה סיי בעניני אנשי תועבה, און די אנגעבליכע אמענדמענט פון 3 יאר האט צוריק געטוישט נוסח כלפי ביידע זאכן.

ביזדערווייל האט דער דיין נאר געשיקט אין אימעיל די יעצטיגע געזעץ, וואס איז אנגעבליך געווארן געטוישט 3 יאר צוריק, וואס דאס האט איר דא ארויפגעלייגט די לינק (אגב, איינער וואס האט נעטפרי און דאונלאוד די פייל, וועלן עטליכע פלעצער זיין בלענק און אויסגעמעקט, וואס די פילטער האט נישט אדורכגעלאזט, זעהט אויס אז דארט איז נישט קיין בא'טעמ'טע ענינים),
אבער מיר האבן געהאט שוין געבעטן בעבר אז מיר דארפן זייער וויכטיג האבן אויך די נוסח פון די אלטע געזעץ, כדי צו קענען קלאר זעהן פונקטליך ווי און וואס עס האט זיך געטוישט פארדעם און נאכדעם, און דאס איז אויך זייער וויכטיג צו זעהן פונקטליך דעם דאטום ווען איז אריין אין קראפט די נייע אמענדמענט וואס האט געטוישט די נוסח פון געזעץ, און דאס האט דער דיין נאכנישט צוגעשטעלט.

ווי אויך האט ער נאכנישט געשיקט די אנקעטע וואו מען זעהט אז 96% גויים אין ענגלאנד זענען קעגן תועבה.

די פאר זאכן פעלט זייער וויכטיג אויס פאר חלק ב', צו וויסן קלאר וואס די געזעץ איז אין ענגלאנד.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 585

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

ברעקינג:

נאך וואכן פון וויכוחים איבער די מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד ווערט נתגלה די אמת'ע מעשה מיטן פאן
נאך א בירור וואס אני הקטן האט יעצט געמאכט מיט די הנהלת המוסד שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד:

עס איז דא אין לאנדאן 2 וואכן וואקאציע כמו "דעי קעמפ" אין די חאגע וואכן און דאן איז דא א פראגראם דורך היימישע פרויען און זיי האבן געמאכט א פראגראם מיטן נאמען "שושנים" דעריבער האט א פרוי געזוכט אויף "עמעזאן" קאלירטע פענער ווי שושנים און זייענדיג א היימישע ערליכע פרוי האט זיך ווי מיר און יעדער פון דא ביז היינט נישט געוואוסט גארנישט איבער אזא סימן פון א תועבה פאן נישט די אנפירער און נישט די קינדער האבן א אנונג פון אזא פאן ברוך השם אבער דער סיקריק וואס האט עס באמערקט האט יא געוואוסט און איז געלאפן מיט שמחה אז מהאט זיי געכאפט ביי די מעשה...
אשרי להם פון די ערליכע מוסד אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון די זאכן און ליגן נישט אין טמאנע שמוץ אזוי ווי די מוחים וואס הערן נישט אויף זוכן שמוץ אויף גאנץ כלל ישראל און מטינקט זיך טאג אין נאכט אין בלוט אין און שמוץ!!!

אט אזוי קוקט אויס אלע מעשי שוא ושקר!!!

יגודו על נפש צדיק ודם נקי ירשיעו!
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מזל טוב!!!

פאלגט נאך ווייטער מיט שפאנונג אינעם באזונדערען אשכול פאר לאנדאן...
זלמעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 66

דע"ת פון פאר הדור הגרי"מ שעכטער: די איינציגע וועג צו ראטעווען די מוסדות איז אפהאקן אינגאנצן די רעגירונג'ס געלטער

פאוסט דורך זלמעלע »

.
דעת תורה הבהירה.gif
דעת תורה הבהירה.gif (52.64 KiB) געזען געווארן 244 מאל
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: דע"ת פון פאר הדור הגרי"מ שעכטער: די איינציגע וועג צו ראטעווען די מוסדות איז אפהאקן אינגאנצן די רעגירונג'ס געלטער

פאוסט דורך ויצא »

זלמעלע האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 8:16 am .דעת תורה הבהירה.gif
דאס איז לכורה די זעלבע ביי פוד סטמפעס וכו
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

די סטעיט האט היינט געפיילט פאפירן אין די רעבעלל קעיס צו ענטפערן אויף די אנקלאגע.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פאלגענד זענען די פריש געפיילטע דאקומענטס

NOTICE OF MOTION
532364_2025_A_B_et_al_v_Kathy_Hochul_et_al_NOTICE_OF_MOTION_59.pdf
(108.95 KiB) דאונלאודעד 5 מאל

MEMORANDUM OF LAW
AFFIDAVIT OR AFFIRMATION IN SUPPORT OF MOTION
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

EXHIBIT(S) - A
532364_2025_A_B_et_al_v_Kathy_Hochul_et_al_EXHIBIT_S__62.pdf
(551.97 KiB) דאונלאודעד 5 מאל

NO FEE AUTHORIZATION (LETTER/ORDER/AFFIRMATION)
532364_2025_A_B_et_al_v_Kathy_Hochul_et_al_NO_FEE_AUTHORIZATIO_63.pdf
(178.31 KiB) דאונלאודעד איין מאל
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1343

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:10 pm די סטעיט האט היינט געפיילט פאפירן אין די רעבעלל קעיס צו ענטפערן אויף די אנקלאגע.
דאס איז נישט צו "ענטפערן" אויף די רעבעל קלאגע, נאר א מאושען ארויס צו ווארפן די גאנצע קלאגע
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט

אינעם מאושען טענה'ט די סטעיט אז
1) מען קען נישט קלאגן די סטעיט נאר אויב ספעציפישע שולעס קומען נישט נאך די געזעץ, נאר אויב א "גאנצע דיסטריקט" קומט נישט נאך די געזעץ,
2) די סטעיט קאנסטיטוציע פארלאנגט נישט אז די סטעיט דארף פארזיכערן א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן פאר יעדע קינד, נאר דארף בלויז פארזיכערן אז עס איז דא א "מעגליכקייט" פאר יעדע קינד צו באקומען אזא עדיוקעישן - און דאס איז די סטעיט יוצא מיט די פובליק סקולס.

אין א פוטנאטוט צו די טענה מוטשעט זיך די סטעיט צו פארענטפערן פארוואס די פערלס אורטייל ציטירט דורך די קלעגער אלץ באווייז אז עס איז יא חל אויך אויף פריוואטע שולעס מינט נישט ממש דאס.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 424

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:21 pm
פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:10 pm די סטעיט האט היינט געפיילט פאפירן אין די רעבעלל קעיס צו ענטפערן אויף די אנקלאגע.
דאס איז נישט צו "ענטפערן" אויף די רעבעל קלאגע, נאר א מאושען ארויס צו ווארפן די גאנצע קלאגע
געכאפט מיט א דיוק... ;)
איך מיין גראדע עס איז היינו הך,
זיי "'ענטפערן" אויף די אנקלאגע מיט פארשידענע טענות פארוואס די אנקלאגע איז נישט אויסגעהאלטן, און אויף דעם יסוד גיבן זיי אריין א מאושען מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קלאגע,
עס איז אבער נישט מעלה ומוריד.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1343

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:32 pm

איך הער, אבער א געווענליכע געריכט קעיס ארבעט אז איינער געט אריין א קאמפלעינט, און די צווייטע זייט אן ענטפער, דאס האט נישט פאסירט.

זיי האבן אנשטאט געגעבן א מאושען - דאס איז ווי א קאנטער קלאגע - אז די גאנצע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן, און די "קלעגער" זענען די וואס דארפן יעצט "ענטפערן" פארוואס מען זאל זיי "נישט" ארויסווארפן...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 973
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1089

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:39 pm
פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:32 pm
פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:21 pm

דאס איז נישט צו "ענטפערן" אויף די רעבעל קלאגע, נאר א מאושען ארויס צו ווארפן די גאנצע קלאגע
געכאפט מיט א דיוק... ;)
איך מיין גראדע עס איז היינו הך,
זיי "'ענטפערן" אויף די אנקלאגע מיט פארשידענע טענות פארוואס די אנקלאגע איז נישט אויסגעהאלטן, און אויף דעם יסוד גיבן זיי אריין א מאושען מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קלאגע,
עס איז אבער נישט מעלה ומוריד.
איך הער, אבער א געווענליכע געריכט קעיס ארבעט אז איינער געט אריין א קאמפלעינט, און די צווייטע זייט אן ענטפער, דאס האט נישט פאסירט.

זיי האבן אנשטאט געגעבן א מאושען - דאס איז ווי א קאנטער קלאגע - אז די גאנצע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן, און די "קלעגער" זענען די וואס דארפן יעצט "ענטפערן" פארוואס מען זאל זיי "נישט" ארויסווארפן...
מען פרובירט אלס אויב מען קען ארויסווארפן די גאנצע קלאגע.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1343

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:44 pm
פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:39 pm
פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:32 pm

געכאפט מיט א דיוק... ;)
איך מיין גראדע עס איז היינו הך,
זיי "'ענטפערן" אויף די אנקלאגע מיט פארשידענע טענות פארוואס די אנקלאגע איז נישט אויסגעהאלטן, און אויף דעם יסוד גיבן זיי אריין א מאושען מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קלאגע,
עס איז אבער נישט מעלה ומוריד.
איך הער, אבער א געווענליכע געריכט קעיס ארבעט אז איינער געט אריין א קאמפלעינט, און די צווייטע זייט אן ענטפער, דאס האט נישט פאסירט.

זיי האבן אנשטאט געגעבן א מאושען - דאס איז ווי א קאנטער קלאגע - אז די גאנצע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן, און די "קלעגער" זענען די וואס דארפן יעצט "ענטפערן" פארוואס מען זאל זיי "נישט" ארויסווארפן...
מען פרובירט אלס אויב מען קען ארויסווארפן די גאנצע קלאגע.
אבער דאך איז דאס א מאושען צו דיסמיסן, נישט אן ענטפער צו די קלאגע.

שרייב פאוסט