מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 2:16 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm
למעשה ביז דער ערליכער דיין וועט שיקן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אנדערש
בלייבן די פאקטן קלאר ווי ביז יעצט.
פאקט 1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח, וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין מיט א קלארע ציהל.
די 1 פאקט באשטייט פון 3 השערות (און אפשר אויך א ליגנט)
1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח.
דאס אז עס ליגט "נאר" אויף זייער שטח, איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן, אדרבה פון די בילדער קוקט אויס אז נישט.
באנוצענדיג זיך מיט די בילדער און די נומערן וואס זענען פריער גענוצט געווארן, קוקט אויס קלאר אז אויף איין זייט הענגט עס ביי בילדינג נומער 9 אדער איינס דערנעבן וואס איז נישט דער שטח המוסדות. און אויף די אנדערע זייט הענגט עס טאקע לכאורה נישט אויף בילדינג נטמער 12 אבער עס הענגט אויף א לייט פאול אויפן גאס, נישט שטח המוסד (פארנט פון דעם פלאץ ווי עס קוקט אויס אז עס איז א קאר רענטל)
איך האב הנאה אז כאטש פרובירט איר נישט איבערחזר'ן אלע פריעדיגע שטותים, ווי דאס אז עס איז געהאנגען אויף בילדינג 12.
און אויך זענט איר כאטש מודה אז האלב פון די שטריק דהיינו די רעכטע זייט ליגט יא בלויז אויף די בנין המוסד,
ווי אויך אז איר זענט נישט מחולק בנוגע די אויסגעצויגענע לאנגע ליילעכער און איר זענט מודה אז דאס איז יא קלאר אינעם שטח המוסד,
און בכלל קומט אויס אז איר זענט גארנישט נישט מחולק אז די עצם 'תועבה סימבאלן' (סיי אין די הייך סיי די ליילעכער) געפינען זיך אויסדרוקליך 'העכערן' און 'אינעם' שטח המוסד,
די איינציגסטע זאך וואס איר פרובירט נאר צו מחולק זיין (וואס איז אויך נישט אמת), איז סך הכל וואו די נאגעל ביים עק פונעם שטריק איז געווען באהאפטן.
אבער באמת זענען די אנדערע זאכן וואס איר שרייבט אויך קלאר נגד המציאות, ווייל מען זעהט אין ערגעץ נישט קלאר אז עס ליגט אויף בילדינג נומער 9, און ווי מיר האבן שוין אויבן באריכות מסביר געווען פון אלע בילדער אז עס ליגט אויף די דראטענע געיט וואס טיילט אפ די שטח פונעם מוסד
און דאס וואס איר פרובירט יעצט צו איינרעדן אז הענגט אינדרויסן פונעם שטח המוסד אויף א לייט פאול פארנט פון די קאר רענטל, קוקט איבער מיינע פריערדיגע ווערטער
דא וועט איר זעהן קלאר אז צוליב די זעלבע סיבה קען אויך נישט זיין אז עס הענגט פארנט פון די קאר רענטל.
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 2:16 pm
2) וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין
פארוואס דאס איז א פאקט איז אומפארשטענדליך, פארוואס קען נישט זיין אז אז צווייטער האט דאס אויפגעהאנגען, אפילו ווען עס וואלט נאר געווען אויפן שטח המוסדות?
פארוואס קען נישט זיין אז איינער איז דארט געקראכן (ע"כ איז איינער געקראכן אויפצוהענגען זאכן הויעך)?
וער זאגט מען קען נישט גרינג אנקומען פון די אנדערע זייט?
דארף מען ראיות אז מען קען זיך ערגעץ אריינכאפן ווי עס באלאנגט נישט צו איינעם?
אויב איז דער בילדער כאפער דער דורותינו'ניק אנגעקומען אהין, קען דער תועבה'ניק אויך אנקומען אהין.
די אלע קשיות דערמאנט מיך פון די באריכטן בשעת די פעטוועי מערכה בשנת תשפ"ד, פון די מוסדות וועלכע האבן דעמאלס גע'טענה'ט אז זיי האבן בכלל נישט אליין גענומען די פעטוועי 6, נאר עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען אליין 'אריינגעקראכן' אין די קאמפיוטער פון די סיטי DOE 'שלא ברשות', און האבן 'פון זיך אליין' אויסגעפילט די פעטוועי סורוועי פאר אט די מוסדות....
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 2:16 pm
3) מיט א קלארע ציהל.
און לאמיר זאגן אז מען איז מברר אז די מוסד אליין האט עס טאקע יא אויפגעהאנגען ( און עס איז נישט מעלה ומוריד צו עס ליגט אין זייער שטח אדער אינדרויסן, און אויב עס איז נישט נאר אין זייער שטח [לכאורה קלאר אזוי] גיי איך נישט דארפן קיין גאנצעטע הסברים, אדער פירכות אז עס קען נישט זיין, ווייל וויאזוי קענען זיי אנקומען אהין דארט ווי עס איז נישט זייער שטח...)
וואס איז אבער דער ראיה אויף זייער קלארער ציהל אז זיי מיינען תועבה? וואס איז נגד השכל אזוי צוזאגן.
ווער זאגט זיי האבן געהאט אן אנונג וואס די סימבאלן באדייטן? אזוי ווי אזאסך אנדערע סקולס אין יחידים וואס האבן ב"ה נישט קיין אנונג, די דאזיגע סיינס אין סימבאלן קומען ארויף סתם ביי א סערטש אויף די ווערטער Rainbow flags,
אויב צו דארפן טאלערירן אלע גלויבנס לייגט מען סיינס, פארוואס האט מען נאכנישט געכאפט די מוסד מיט קיין שתי וערב סיינס?
די ראי' אויף זייער ציהל איז שוין געווען אויסגעשמועסט אויבן,
און איך וועל נאר צולייגן נאך א ווארט, אז מען קען זעהן אין די ריפארטס פון יעדע איינציגע מוסד, ווי די אינספעקטארס פון אפסטעד טוען מורא'דיגע שטרענג אינפארסירן און אויספארשן די מוסד ביי יעדע איינציגע אינספעקשאן צו מען פאלגט אויס די תועבה און כפירה געזעצן, איז זייער פארשטענדליך דאס ארויסלייגן די תועבה סימבאלן פאר די אינספעקטארס,
און יא, ליידער האט מען שוין אויך געטראפן ביי מוסדות וואס האבן אויך ארויסגעהאנגען אינעווייניג אויף די ווענט פונעם מוסד, בילדער פון גלחים און קירכעס רח"ל, ווי עס איז געווען באריכטעט אין די גליונות פון די לאנדענע עסקנים 'מאחורי הפרגוד'.
- - -
למסקנא די אלע נארישע תירוצים און אוקימתות וואס מען יעדן טאג קומט ארויף א צווייטער צו פארדרייען דעם קאפ און איבערקייען די זעלבע אויסגעדראשענע זאכן, קיין איינס דערפון לייגן זיך נישט אויפן שכל פאר יעדן וואס זיין קאפ איז נאך גראד און וויל בלויז זעהן דעם אמת.
און פאקט בלייבט ווייטער פאקט אז :
פאקט 1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח, וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין מיט א קלארע ציהל.