צו אונזערע טייערע מאמעס, עמו"ש
א גוט'ן תמיד, טייערע מאמעס! מיר בענקען זיך אזוי שטארק! פארוואס קענען מיר נאך נישט אהיים קומען? צו אונז זעט עס אויס אז מיר זענען ח"ו נישט גענוג וויכטיג פאר ענק, אבער אונזערע געפילן שרייען אז עס קען נישט זיין! און ליידער איז דאס די מציאות וואס שמייסט אונז טאג טעגליך אין די אויגן!
איז עס טאקע אזוי, אז אלע ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט גייען אנגעטוען אזוי שטארק אויסגעלאסן אז מען דארף אוועקגעבן די טייערסטע פקדונות פון הקב"ה דערפאר?
וואס גייט זיין מיט ענקער המשך... ווער גייט ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט, אויב איר מאמעס געבטס אונז איבער פאר אנדערע צו ערציען?
מאמע, מיר האבן אלעמאל געלערענט אז מיר טוען אלעס נאר פאר'ן באשעפער! פארוואס זען ענק נישט הקב"ה אין יעדע זאך? ער פירט אלעס!
אפשר טאקע איז געקומען די צייט צו ברעכן אונזערע ווילן פאר זיינעט וועגן?
מאמע, ביטע ראטעוועט אונז, ענקערע אידישע דורות! בעטס ה' זאל ענק ראטעווען פון די בייזוויליגע הענט, וואס מיינען נישט ענקערע טובה נאר זיך אליין! זיי קעמפן מיט ציין און נעגל אז לב טהור מוז אנגיין, אפילו אויב מען דארף אויפגעבן די קינדער! מאמע, וויאזוי קענסטו דעס טוען צו אונז? זענען מיר ענק נישט געווען גענוג געטריי? די מענטשן, וואס זאגן אזוי, זאגן עס פאר זייער אייגענע טובה, ווייל זיי ווייסן אז אין די אידישע וועלט וועלן זיי נישט געפונען א פלאץ, ספעציעל נאך די פילע "מעשים טובים" וואס זיי האבן אפגעטוען!
זיי זוכן צו וואוינען נאר אין קארופטירטע לענדער, וואס פאר א פרייז וועלן זיי פארקוקן א פאר משגעים און זייערע מאדנע וועגן. אויך דווקא צו וואונען אפגעזינדערט פון אנדערע אידן, אז די מענטשן פון די "קהילה קדושה" זאלן נישט וויסן אז מען פאפט זיי גוט אויס! עטץ מיינטס טאקע, אז נאר צו די בעלי עבירה, גייט משיח קומען? וואס וועלן ענק ענטפערן לעתיד לבא, אז צוליב עקשנות זיך נישט צו ברעכן און טוישן די קליידער, האט עטס אוועקגעגעבן ענקערע קינדער? וויאזוי לייגט זיך עס אויפ'ן שכל! טראכטס אריין אויף וואס ענק זענען זיך מוסר נפש, פאר עס איז צו שפעט!!!
א. פארוואס זאגט מען אונז אן אלעס צו באהאלטן (נישט אויסזאגן) וואס איז פארגעקומען אין לב טהור? טאמער עס איז אזוי גוט, דעמאלטס פארוואס פארגינסטו נישט אנדערע?
ב. פארוואס נאר איינער וואס איז געבוירען געווארן אין לב טהור קען פארשטיין זייערע וועגן, ווען אלע זקנים און נאך, זענען נישט געבוירן דארט?
ג. פארוואס דארף מען לייגן די שכל אין מיסט ווען מיר בעטן ה', 3 מאל א טאג, 'אתה חונן לאדם דעת'...?
ד. פארוואס צוליב קליידער זאלן מיר נישט קענען לערנען אין חדר, נאר אויף וואקסן עמי הארצים?
ה. פארוואס דארפן מיר אלעמאל זיין הינגעריג און אין א שוואכע געזונט צושטאנד? מיר שעמען זיך, אז מיר זען אויס פיל אינגער ווי מיר זענען באמת.
קען טאקע זיין אז אלע רבנים זענען זיך טועה, און נאר אפאר עמי הארצים ווייסן וואס איז כשר?
מאמעס, ענק זענען 'רחמנים בני רחמנים', וואו איז ענקער הארץ!!! פארוואס האבן ענק נישט קיין הארץ פאר אונז ענקערע קינדער? מיר פארשטייען אז עס איז שווער זיך צו ברעכן, אבער טוטס עס פאר אונז!!!! מיר זענען די וואס ליידן די מערסטע פון די נארישע גאוה!
ענקערע דערשראקענע קינדער