למעשה, קיין מקור אויף די קליידער האט מען דערווייל נישט געברענגט נו, האב איך אריינגעטראכט און דורכגעטאן אביסל די נושא, דאס איז א חלק שעלה במצודתי,
#מסירות נפש, פארוואס???
אה, אפשר קליידער!, נו, לאמיר זעהן פארוואס ס'איז כדאי צו האבן מסירות נפש פאר די קליידער?
די קליידער איז איינע פון די עיקר מהלכים וואס מען ניצט צו צעברעכן די פרייהייט פון טראכטן און די עצם פערזענלעכקייט פונעם מענטש.
דאס איינפירן די פרויען צו טראגן אייניגע, שווארצע קליידער, אָן קיין נארמאלע אויסזען, דינט עטליכע צילן:
1. עס נעמט אוועק די אינדעפענדענס און אייגענארטיגקייט, אזוי ווערט עס שווערער צו זען זיך אלס א באזונדערער מענטש מיט אייגענע אידענטיטעט און מיינונג, עס מאכט זייער שווער צו האבן אייגענע דעות אדער רצוניות. (אויב רעדט איר אמאל מיט פרויען פון לב טהור וועט איר זעהן אז אלע רעדן כמעט די זעלבע טאון, לשון, שפראך, מיינונג און אויסדרוק)
2. עס איז א פיזישע זעבארע צייכן אז די מיטגלידער זענען אפגעשיידט פון כלל ישראל הנקרא בלשונם "וועלט", פארשטערקערט די איזאלירונג און שטארקט דעם געדאנק אז "די וועלט דארטן איז געפערליך/ערב רב".
3. עס מאכט אויף א פארנעם א כסדר'דיגע פאלגזאמקייט (ביטול בלע"ז), ווען יעדער קלייניקייט אין אויסזען ווערט דיקטירט און דורכגעפירט, ווערן די מענטשן טרענירט צו פאלגן אן קשיות. דאס מאכט גרינגער פאר די פירער צו קאנטראלירן גרעסערע ענינים שפעטער (ווען מען זאל חתונה האבן, צו וועמען מען זאל חתונה האבן , וויאזוי און ווי מען ערציהט די קינדער, וואס מען גלייבט).
עס איז קלאסישער קאנטראל אויף התנהגות, עס איז א טייל פון אויפירונג, אינפארמאציע, מחשבה, און עמאשינעל קאנטראל, וואס מען ניצט אין עקסטרעם פארמאכטע גרופעס/קולטס.
די קליידונג איז נישט קיין הייליגע מסורה און נישט קיין ענין פון צניעות, עס איז א טעגליכער דערמאנונג פון אונטערטעניקייט און א טאטאלע בלאקאדע צו טראכטן.
וואס וויל איך? איך וויל פשוט מסביר זיין פארוואס די פירער פארלאנגן מסירות נפש דערפאר, און אויך פארשטיין געבן פארוואס קען מען נישט פשוט "איגנארירן די קליידער" און זיך קאנצענטרירן נאר אויף צו העלפן אויפבויען די לעבן שפעטער?
די קליידער איז טייל פון דעם וואס צוברעכט די לעבנס פון אנהייב אן!