totty האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am
למעשה האב איך יעצט אנגערופן א ערליכע דיין פון לאנדאן וואס קען די נושא און כאטש וואס ער האט בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה דא האט ער ממש נישט אויפגעהערט לאכן אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס
ער טענהט אז מדארף עס לעת עתה בכלל נישט לערנען פאר קיין שום יא געלט אדער נישט געלט ווייל מהאט לעצטענס ארייגערוקט ווערטער אינעם געזעץ מיט אמענדמענטס אז מזאל עס נישט דארפן לערנען
יענער לייגט צי אז אין לאנדאן איז די נושא נאך זייער פרעמד און א לעצטערע דאטע ווייזט אז 96 פארצענט גויים זענען קעגן תועיבה ממש פארקערט ווי אמעריקא
אייערע ווערטער זענען אביסל אומקלאר, אפשר קענט איר אביסל בעסער אויסקלארן וואס איר האט דא געשריבן.
איר שרייבט אז דער ערליכער דיין האט געזאגט אז די גאנצע זאך איז גאר א דמיון גדול.
(אינטערסאנט צו באמערקן, אז כאטש די מעשה איז שוין מפורסם וואכן לאנג און די בילד האט זיך ארומגעדרייט צווישן טויזנטער מענטשען און אויך אין לאנדאנע גליונות, האט אבער דער דיין נאך בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה ביז היינט זונטאג פר' וארא, אבער בעצם איז ער זייער אויסגעקאכט אין די נושא...)
עס איז אבער נישט קלאר אין אייערע ווערטער אויף וועלכע נקודה דער ערליכער דיין האט זיך באצויגן אז דאס איז א דמיון גדול,
צי די גאנצע מעשה איז גאר א דמיון, און עס איז בכלל קיינמאל נישט געהאנגען אינעם שטח המוסד קיין פענער און ליילעכער?
אדער דאס אז די רעגירונג איז היינט מחייב צי לערנען מיט קינדער די עניני תועבה איז א דמיון?
אדער דאס אז דער געוויסער מוסד האט זיך שוין אונטערגענומען, און לערנט שוין בפועל דא און דארט עניני תועבה, איז א דמיון?
אדער גאר דאס אז די קאלירן טוען סימבאליזירין די תועבה'ניקעס דאס איז א דמיון?
איך האף אז במשך די לעצטע פאר שעה האט איר שוין אנגעיאגט צו געבן פארן חשוב'ן דיין די אימעיל אדרעסס, ווייל דער ציבור ווארט מיט שפאנונג צי זעהן די קלארע דאקומענטן וואס ער האט געשיקט, וואס דארט וועט מען זיך איבערצייגן די פאלגענדע זאכן:
1) אז מען דארף היינט בכלל נישט לערנען פון טאלערירן די מושחתים סיי יא געלט סיי נישט געלט,
2) אז מוסדות וואס נעמען געלט דארפן טאקע גארנישט לערנען פון די געפערליכע עניני תועבה,
3) די דאקומענט פון די אמענדמענט וואס מען לעצטענס אריינגערוקט די ווערטער אז מען דארף נישט לערנען תועבה (וואס איך פארשטיי פון אייערע ווערטער אז דער אמענדמענט איז שוין אריין אין קראפט אינעם געזעץ),
4) אז 96 פראצענט גויים אין לאנדאן זענען קעגן תועבה,
(אגב, אויב קען מען אוועקמאכן קלארע פאקטן און עווידענס געבויט אויף אנקעטעס, דאן איז א ריזיגע פראגע צייכן צי עס איז בכלל דא א גזירת החינוך דאהי אין ניו יארק, וויבאלד ווען די סטעיט האט אנגעפרעגט צי מען זאל מאכן דיי נייע שווערע גייליינס, האבן איבער 90% זיך מתנגד געווען ווי עס איז געווען מפורסם ביי די מאסיווע פעטיציע דרייוו ווי עס זענען אריינגעשיקט געווארן 350,000 בריוון דערקעגן..
אויך לויט דעם כלל, קען אויך נישט זיין אז א מוסד זאל האבן גענומען א פעטוועי... וויבאלד לויט די לעצטע אנקעטע זענען 96% רבנים געווען אויסדרוקליך דערקעגן...),
אויך וואלט געווען א גרויסע תועלת צו מיטטיילען (לכה"פ פריוואט) די קאנטאקט אינפארמאציע פונעם ערליכען דיין, כדי צו קענען מהיום והלאה באקומען די קלארע פאקטן אנבאלאנגט די גזירת החינוך אין לאנדאן, און עס זאל נישט אין די צוקונפט ארויסקומען ח"ו קיין מכשולות פון פאלשע באשולדיגונגען.