א היימישער טעאטער?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

א היימישער טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

אין אמת'ן אריין האב איך די תגובה געוואלט שרייבן אינעם אשכול פון די rccs אווענט, אבער ס'איז נישט שיין אריינשצושרייבן אין יענעם אשכול, די פאלגענדע מעסעדזש, עפן איך דערפאר א נייעם אשכול. וזה לשון התגובה:

ס'איז א פחד אין א שרעק.
אזא ציבור עצום פון דריי טויזנט אידן!
ס'וואלט דאך געקענט שורה זיין דארטן אזא השראת השכינה.
און ס'איז א ביליגע קאנצערט, פלעי, ליצנות.
וואס איז דאס בעסער פון א טעאטער? [מיט הונדערט יאר צוריק. נישט די היינטיגע].

וואס וואלט גדולי ישראל געזאגט זעהענדיג די בילדער און ווידיאוס פון אזא מעמד?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 571
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1240

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ס'די ערשטע מאל די זעהסט א פלעי?
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 1:54 pm ס'די ערשטע מאל די זעהסט א פלעי?
אויב דו רעדסט פון מיר פערזענליך, בין איך קיינמאל נישט געזיצן ביי א פלעי. חוץ אלס אינגל אין קעמפ.

אבער די מיסט די פוינט. מ'נעמט צאם דריי טויזנט אידן! אויף וואס? אויף א פרעס - פלאס א קאנצערט - פלאס א ליצנות פלעי - פלאס סתם ליצנות.
אונז ווער מיר שוין ליידער צוגעוואוינט, אבער איז עס טאקע ריכטיג?
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 742

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך ChatGPT »

די זאך וואס האט דיר הערשט יעצט ערוועקט איז לכאורה די סטייל ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען. גרויסע סקרינ'ס מיט בליטשקעדיגע פארטי לייטס וכו' בנוסח טעאטער. ריכטיג?

אבער איז "דאס" די פראבלעם? וואס טוט זיך מיט אנדערע סארט פארזאמלונגען - פלעי'ס - סקיטס - דראמאדי'ס ענד וואטעווער - (ש''ב'סעס). איז דאס נישט די זעלבע טעאטער - מושב לצים נאר מער אויף א אלטן טראדיציאנאלע שטייגער וואס איז אוטדעידעט אין יארע 2024?

פרעג די זעלבע שאלה "וואס וואלט גדולי ישראל געזאגט זעהענדיג די בילדער און ווידיאוס פון די אלע מעמדים?
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 2:07 pm די זאך וואס האט דיר הערשט יעצט ערוועקט איז לכאורה די סטייל ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען. גרויסע סקרינ'ס מיט בליטשקעדיגע פארטי לייטס וכו' בנוסח טעאטער. ריכטיג?

אבער איז "דאס" די פראבלעם? וואס טוט זיך מיט אנדערע סארט פארזאמלונגען - פלעי'ס - סקיטס - דראמאדי'ס ענד וואטעווער. איז דאס נישט די זעלבע טעאטער - מושב לצים נאר מער אויף א אלטן טראדיציאנאלע שטייגער וואס איז אוטדעידעט אין יארע 2024?

פרעג די זעלבע שאלה "וואס וואלט גדולי ישראל געזאגט זעהענדיג די בילדער און ווידיאוס פון די אלע מעמדים?
גערעכט, איך רעד נישט דווקא פון די יעצטיגע rccs מעמד. איך רעד בכללות פון די לעצטיגע שוואוילטאג מעמדים וואס פארמערן זיך באיצטלא פון מוסדות צדקה וחסד, און מאכט דעמעדזש פארן יונגן דור בידיים.
ס'איז צייט זיך אויפצואוועקן.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 571
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1240

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ביסט אפשר גערעכט אויף די עצם זאך אבער דו הייבסט אן וואס ס'וואלט געקענט זיין מיט די 3000 מענטשן, מעגסטו וויסן אז די 3000 מענטשן זענען דארט נאר וועגן די פלעי.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 385

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך עומד על תלת »

ווי האט נחמן לווי געזאגט,
א זין האט געזאגט פאר זיין טאטע נאך די סיום הש‘‘ס, ער האט געכאפט אזא התעוררות פון די מעמד,
ער וויל זיך מארגן גיין זעצן לערנען וואזוי מען שפילט א אינסטרומענט.....
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 742

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך ChatGPT »

@בקיצור דו רעדסט פון די חלק האידישקייט.

וואס טוט זיך מיט די עצם זאך, מאכט סענס וויפיל געלט מ'געט היינט אויס פאר הכרת הטוב? טריפס, פארטי'ס, ש''ב'ס, וכו' וגו'.
די סטענדערט האט די לעצטע עטליכע יאר ארויפגעשאסן אדאנק דאס וואס יעדע פון די א.ג. סופער-פאוער ארגעניזאציעס זיכן צו ווייזן איינער דעם צוווייטן אז זיי זענען מער פון אנדערן.

ס'איז ארויס פון קאנטראל. גאנץ מעגליך אז די אידן - מייסדים וואס האבן געגרינדעט און פירן די מוסד זעלבסט, קוקן עס אויך אזוי אן. נאר די זאך ווערט געפירט פון מארקעטערס און די הויפט אפיס פאנדרעיזערס.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:34 pm @בקיצור דו רעדסט פון די חלק האידישקייט.

וואס טוט זיך מיט די עצם זאך, מאכט סענס וויפיל געלט מ'געט היינט אויס פאר הכרת הטוב? טריפס, פארטי'ס, ש''ב'ס, וכו' וגו'.
די סטענדערט האט די לעצטע עטליכע יאר ארויפגעשאסן אדאנק דאס וואס יעדע פון די א.ג. סופער-פאוער ארגעניזאציעס זיכן צו ווייזן איינער דעם צוווייטן אז זיי זענען מער פון אנדערן.

ס'איז ארויס פון קאנטראל. גאנץ מעגליך אז די אידן - מייסדים וואס האבן געגרינדעט און פירן די מוסד זעלבסט, קוקן עס אויך אזוי אן. נאר די זאך ווערט געפירט פון מארקעטערס און די הויפט אפיס פאנדרעיזערס.
לגבי די עצם זאך אן אידישקייט, קען איך מיר נישט קריגן מיט די מארקעטערס, וואס קענען בעסער די פאך פון מיר.
אבער אויף די אידישקייט חלק קען מען נישט שווייגן.

שפעטער גייט מען זאגן אז די היינטיגע דור האט נישט קיין טעם אין אידישקייט.
די גרויסע ארגאניזאציעס פאר'גויש'ן אונז בידיים.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 742

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך ChatGPT »

בקיצור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:37 pm די גרויסע ארגאניזאציעס פאר'גויש'ן אונז בידיים.
האסט געכאפט דעם טוטער?!

די ליסטע איז פיל לענגער...
די פעסטיוועלס און קאנטריס אונטערן שלייער פון מלוה מלכה.
פארטי'ס לשם יארצייט'ס.
אויספלוגן מיט געטארס שפילער און קומזיץ פירערס (באגלייט מיט שיינע אידן) צו קברי צדיקים.
מקען שרייבן נאך, איך וויל אבער נישט טריגערן געוויסע דא.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:12 pm

איך רעד דא פון גרויסע אנערקענטע ארגאניזאציעס.
ס'מוז זיך אפשטעלן.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 671

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך לאקאלער רב »

בקיצור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:28 pm

אויב דאס איז היינט די וועג פון מאכן געלט, קענסטו זיי נישט אפשטעלן.

וויאזוי האט צאנזער רב געזאגט? איך וועל מיר אליין פארעכטן, וועט מיין שטאט שוין אליין פאראכטן ווערן.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 901

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך תורה ויראה »

לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:09 pm

מסכים, זאלן זיי אבער נישט קומען צו מיר אין ביהמ"ד מיר פעיגערן פאר געלט, מאך אפ וואו דו שטייסט.
(איך זאג נישט אז מ'טאר נישט גיין צו מאדערנע אידן נאך געלט און מאכן דארט אזעלכע סארט זאכן וואס זיי האבן ליב נעבעך, אבער נעמען סתם אונזערע היימישע חסידיש'ע וואוילע שנה ראשונה אינגעלייט און אריינשלעפן צו אזא פלאץ מיטן לבוש פון צדקה איז זייער נישט ריכטיג.
און ניטאמאל מעג איך פארפירן דערויף ווייל ס'איז דאך (טאקע) א הייליגע ארגענעזאציע וואס העלפט ארויס אידישע קינדערלעך.)

תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:21 pm

דיסעגרי, ער האט איין ציל, צו מאכן געלט. ער איז נישט כלל ישראל'ס פארטרעטער.

דו קענסט איהם נישט פארהאלטן פארן נוצן טאקטיקן וואס זענען היינט אנגענומען צו ברענגן געלט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2877
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8888

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווי האט טאהשער רבי געזאגט בשעתו לגבי די פאבליק סקול?
ביסט גרייט צו צאלן וויפיל ער פארדינט מיט דעם מהלך אז ער זאל עס מער נישט טון...?

און אלס וויכטיגע ארגאניזאציעס טאר זייערע פעולות נישט זיין קיין אפהאלט פון זיי שטיצן.

מעגסט ווייטער האקן דערקעגן בלויז אז דו זאלסט זיך האלטן נארמאל, אבער קיין טענות קען מען ליידער נישט האבן.
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 903
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2392

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך נאו לעיבל »

די כבוד מלכים וואס די דאקטורים מיט די גאנצע NYU שטאב האבן דארט באקומען גייט זיכער ארויס העלפן חולי ישראל און פאר דעם אליינס האט זיך אלעס געלוינט.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:07 pm די כבוד מלכים וואס די דאקטורים מיט די גאנצע NYU שטאב האבן דארט באקומען גייט זיכער ארויס העלפן חולי ישראל און פאר דעם אליינס האט זיך אלעס געלוינט.
קיין שום פרייז אין די וועלט איז נישט ווערט אריינצוברענגען גוי'שקייט און פראסטקייט אין אונזערע אינגעלייט.
נישט די זעלבע ניק
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:44 am
x 22

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך נישט די זעלבע ניק »

אלס א באטייליגטער ביי דעם מעמד מוז איך אויסדרוקן מיין איבעראשונג פון אט דעם הערליכן מעמד,

איך האב שפעקולירט צו איך זאל גיין צו נישט, אבער למעשה האט איך גאר שטארק הנאה געהאט, מ'האט גענומען אפאר טויזענט אינגעלייט און צוגעשטעלט א גאר געשמאקע ערליכע רייכע נאכט,
מען האט נישט סערווירט קיין סעודה אדער פרעס, נאר געווען סענדוויטשעס און אזא טעצל פלייש און וואסער,

די נגינה איז געווען ערליך און היימיש, דער עולם האט אזוי שוין מיטגעלעבט און מיטגעזינגען, ווי רבי פנחס ברייער האט זיך געבעטן ביים עולם אז מ'זאל זיך מקבל זיין אז נאר אזאלכע נגינה וועלן באשיינען אונזערע שמחות בעז"ה

בעצם איז די גאנצע נאכט געווען א שילוב פון הערליכע כשר'ע אונטערהאלטונג, באגלייט מיט הכרת הטוב פאר די העלדישע דאקטוירים וואס ראטעווען אידישע לעבנס יעדן איינציגן טאג, און די דאקטוירים זענען געווען איבערגענומען פון די מצב און כבוד מלכים וואס זיי האבן נאך לכאורה און זייער לעבן נישט באקומען.

לאמיר שוין נישט רעדן פון די געפילן וואס מיר האבן אלע באקומען פאר חולי ישראל און פאר RCCS וואס וועט אונז פאר אייביג פארבלייבן אין די ביינער, צו מיטהאלטן ווי א בחור וואס די דאקטוירים האבן געגעבן פאר די עלטערן נעבאך 2 אפציעס וויאזוי ער זאל חלילה אויסגיין רח"ל, און חסדי השם מיט די הילף פון RCCS איזַ דער חשובער בחור ניצול געווארן מיט גרויס רחמים וחסדים און א חתן געווארן מיט 2 וואכן צוריק, מיטצוהאלטן די דרשות און אמת'דיג באקומען א געפיל וואס די חולי ישראל מאכן נעבאך מיט, און דערנאך די אויסטערלישע טענץ פון שבח והודאה און די מתנה און הכרת הטוב פארן דאקטער, אהה די געפילן ביי די באטייליגטע

אבער העולה על כולנה די דרשה פון הרב רבי פנחס ברייער, וואס די גאנצע אווענט איז ווערט געווען בלויז פאר די דרשה, רבי פנחס מיט זיין זיסע סטייל און שארפע הומאר האט געשניטן שטיקער פון די פרישע אינגעלייט, די ספאנטאנע רבון העולמים ידעתי אויסברוך פונעם ציבור, די געלעכטער פון די באטייליגטע געמישט מיט ערנסטקייט בשעתן הערן די גאר וויכטיגע הדרכה פארן גאנצן לעבן, געמישט מיט אמונה, ארויסגעברענגט אז מה' יצא הדבר, ארויסגעברענגט אז מ'זאל שעצן א ערליכע ווייב, נישט איר טרייען צו טוישן און עפענען איר קאפ, און נאך אסאך אנדערע פראקטישע הדרכות, אדרבה זאלן אנדערע באטייליגטע אריינקומען מיט דעטאלן

און פאר אייך פארגעס די רייכע גאולה'דיגע פרעזענטאציע פון ר' יואל ברוין מיט חיים הערש גלאנצער, וואס האט אין אונז אלע אריינגעברענגט א געפיל פון גלות וגאולה, אזוי אינטערעסאנט און באדינט

שכוח RCCS פאר אזא רייכע, תוכנ'פולע און ערנסטע נאכט, להנאתינו ולהנאת חולי ישראל בכל רחבי תבל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 901

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך תורה ויראה »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 9:40 pm ווי האט טאהשער רבי געזאגט בשעתו לגבי די פאבליק סקול?
ביסט גרייט צו צאלן וויפיל ער פארדינט מיט דעם מהלך אז ער זאל עס מער נישט טון...?

און אלס וויכטיגע ארגאניזאציעס טאר זייערע פעולות נישט זיין קיין אפהאלט פון זיי שטיצן.

מעגסט ווייטער האקן דערקעגן בלויז אז דו זאלסט זיך האלטן נארמאל, אבער קיין טענות קען מען ליידער נישט האבן.
גערעכט, כ'האב נישט געזאגט ח"ו אז מ'זאל זיי נישט שטיצן, איך געב אויך, אבער צופיל ווארמקייט דערפאר האב איך נישט נאך וואס זיי ברענגען אריין גויאיש'קייטן ביים ציבור, אבער כ'בין זיך מתגבר אויף מיינע געפילן און כ'געב ב"ה.
@לאקאלער רב ער האט טאקע איין ציהל, אבער צדקה איז נישט מתיר אלעס, יא זיי וועלן באקומען הויפענעס גן עדן פאר די אלע מסירת נפש וואס זיי טועהן פאר אידישע קינדער און כ'בין מקנא זייער שכר און כ'פרוביר זיי צו שטיצן, אבער די אייבערשטער קען מען נישט אפקויפן און דעיס געבט נישט די רעכט צו טוהן וואס זיי טועהן.
כ'האלט זיי יעצט נישט פאר, כ'גלייב נישט ס'גייט אויסמאכן וואס מ'שרייבט דא, אבער ווי @להגדיל הטראסק האט דערמאנט דארף מען פשוט רעדן דערפון פאר אונז זיך צו האלטן נארמאל און אויפריכטיג אין די היינטיגע וועלט.
ובזה סיימתי בל"נ.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3943
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 24570

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נישט די זעלבע ניק האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 10:17 am
ווי ס'שיינט איז די פותח בכלל נישט דארט געווען.

3,000 אידן זענען געזיצן מיט רעקלעך. און אסאך מיט הוטן. געהערט דרשות, ווארימע נגינה. מיטן באטיילונג פון חשובע רבנים רבני RCCS. ווייט ווייט פון טעאטער...

ער האט געהערט א האלבע ווארט און ער מאכט א שטורעם ס'איז גארנישט.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 742

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך ChatGPT »

לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 8:31 pm
דיסעגרי, ער האט איין ציל, צו מאכן געלט. ער איז נישט כלל ישראל'ס פארטרעטער.

דו קענסט איהם נישט פארהאלטן פארן נוצן טאקטיקן וואס זענען היינט אנגענומען צו ברענגן געלט.
ווער שטעלט אוועק וועלכע טאקטיקן ס'ארבעטן היינט צו ברענגען געלט?
ס''ה זעהט עס אויס ווי א פאוער סטראגל צווישן די צוויי דריי גרויסמאכטן ווער ס'קען צושטעלן א גרעסטערע פאנדרעיזינג פעסטיוועל. דערנאך קען מער שוין נישט אנדערש
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 671

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך לאקאלער רב »

תורה ויראה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 10:25 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 9:40 pm ווי האט טאהשער רבי געזאגט בשעתו לגבי די פאבליק סקול?
ביסט גרייט צו צאלן וויפיל ער פארדינט מיט דעם מהלך אז ער זאל עס מער נישט טון...?

און אלס וויכטיגע ארגאניזאציעס טאר זייערע פעולות נישט זיין קיין אפהאלט פון זיי שטיצן.

מעגסט ווייטער האקן דערקעגן בלויז אז דו זאלסט זיך האלטן נארמאל, אבער קיין טענות קען מען ליידער נישט האבן.
גערעכט, כ'האב נישט געזאגט ח"ו אז מ'זאל זיי נישט שטיצן, איך געב אויך, אבער צופיל ווארמקייט דערפאר האב איך נישט נאך וואס זיי ברענגען אריין גויאיש'קייטן ביים ציבור, אבער כ'בין זיך מתגבר אויף מיינע געפילן און כ'געב ב"ה.
@לאקאלער רב ער האט טאקע איין ציהל, אבער צדקה איז נישט מתיר אלעס, יא זיי וועלן באקומען הויפענעס גן עדן פאר די אלע מסירת נפש וואס זיי טועהן פאר אידישע קינדער און כ'בין מקנא זייער שכר און כ'פרוביר זיי צו שטיצן, אבער די אייבערשטער קען מען נישט אפקויפן און דעיס געבט נישט די רעכט צו טוהן וואס זיי טועהן.
כ'האלט זיי יעצט נישט פאר, כ'גלייב נישט ס'גייט אויסמאכן וואס מ'שרייבט דא, אבער ווי @מסתמא האט דערמאנט דארף מען פשוט רעדן דערפון פאר אונז זיך צו האלטן נארמאל און אויפריכטיג אין די היינטיגע וועלט.
ובזה סיימתי בל"נ.
איך דיסעגרי ווייטער מיט דיר.

עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער, אז ווען מען רעדט פון די ארגענעזאציעס מיינט עס ביי דיר פארטי'ען און שוואוילטאג.

איך פארשטיי דעם געפיל, אבער ווען מען נוצט אביסל דעם שכל זעהט מען אז עס איז אבסולוט נישט ריכטיג.

RCCS צו בוני עולם אדער ווער נאר עס זאל נאר זיין, איז דא מיט א ציל צו העלפן כלל ישראל מיט די פעולות טובות וואס זיי טוהען. דאס אז זייערע קאמפיינען איז אויף א היינטיגע וועג, איז פשוט אלץ א פועל יוצא פון די היינטיגע מהלך אין מארקעטינג און זיי זענען נישט די וואס דארפן עס אפשטעלן.

ווען דו וועסט צוגיין צו ר' שלמה באכנער אדער צו ר' הערשל קאהן וועלן זיי נישט פארשטיין וואס דו ווילסט. זיי זענען פארנומען צו העלפן די נויטבאדערפענע און זיי האבן באצאלטע מענטשן צו מסדר זיין די מארקעטינג. די אידן זענען נישט קיין מנהלים אין חדר קעיר צו נעמען פון יעדעס קלייניקייט, און ווען די ווילסט נישט שטיצן א מוסד ווייל זיי זענען געמארקעט נישט לויט דיינע/מיינע השקפות הייסט עס אין א געוויסע זין טעראראזירט.

און יא, איך קום ארויס קלאר אז איך קוק ארויף יעדן וואס האלט זיך צוריק פון גיין צו אזעלעכע איווענטס. און עס וואלט אפי' געמעגט זיין מער אווערנעס אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון גיין צו אזאלכע פלעצער, אזוי עס איז אמאל געווען א צעטל אין כולל אין ק"י בעפאר א געוויסע דינער.
דאס מיינט נאכנישט אז איך זאל זיי שטיצן מיט א פעני ווייניגער.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 901

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך תורה ויראה »

לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 10:47 am

עגריעסטו דאך יא מיט מיר, כ'האלט דאך די זעלבע זאך, ח"ו נישט שטיצן ווייניגער און זיך אליין האלטן די קאפ גראד, און כ'האב נישט גערעדט פון די מנהלי המפעל נאר טאקע פון די עסקנים/ מארקעטינגס וואס ברענגען אריין די מאוומענט.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 671

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך לאקאלער רב »

תורה ויראה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 10:54 am

די חילוק איז אז איך שטיץ זיי מיט די זעלבע ווארעמקייט אפגעזעהן וויאזוי זיי מארקעטן זיך - מען דארף דאס קענען אפטיילן אין הארץ.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 496

Re: היימישע טעאטער?

פאוסט דורך בקיצור »

איך - פותח האשכול - בין טאקע נישט געוועהן ביים דינער. און איך באציה מיך נישט דווקא צו די יעצטיגע דינער, נאר צום כללות'דיגער מנהג וואס האט זיך אריינגעכאפט במחנינו, פון מאכן שוואוילטאג עווענטס, טלס "הכרת הטוב" צו דאונערס. און דאס איז א ביטערע תופעה, וואס פאר'גוי'שט דעם ציבור, בפרט די אינגע אינגעלייט.
איך האב נישט געשריבן אז מ'טאר נישט שטיצן אזעלכע מוסדות. אבער יא אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען עס אפצושטעלן. און אוודאי אז פערזענליך טאר מען זיך נישט משתתף זיין ביי אזא סארט מעמד.

כ'מיין גראדע אז די צדק אווענט איז גגעוועהן די ערגסטע פון אלעם, אויב כ'געדענק גוט. מ'קען בודק זיין די ווידיאוס.
שרייב פאוסט