שכל הישר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 2:45 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 2:42 pm
איינער געבט??
מען פראבירט צו ראטעווען וויפיל מען קען
ביטע טראכטן אויפריכטיג:
אויב וואלט מען 10 יאר צוריק, תשע"ו, געזאגט פאר'ן ממשלה און פאר'ן בג"ץ, אז מ'גייט נישט איין אויף גארנישט, אלעס דארף בלייבן ביים אלטן, און אז ענק ווילן קענען ענק ארעסטירן, קיינער שטעלט זיך נישט.
וואס וואלט געווען דער מציאות יעצט, תשפ"ו?
פליז א עכטע אפשאצונג.
נאכאמאל, איך הער די טענה פון פייפן... די שאלה איז צו ס'וועט ארבעטן... וויפיל בחורים וועלן ארעסטירט ווערן? וויפיל בחורים מחמת סאנקציעס וועלן יא גיין אין מיליטער? וויפיל מוסדות און כוללים וועלן זיך פארמאכן, נאכן נישט האבן קיין פאנדינג? וויפיל שידוכים וועט מען נישט קענען מאכן ווייל בחורים וועלן זיין סטאק אין ארץ ישראל??
בקיצור, סאיז גרינג צו זיצן אין ברוקלין און שרייען, אבער סאיז דא גדולים וואס פארשטייען אפשר אנדערש...
הגם כידוע ליודעים האב איך גאנץ א שטארקע רעקארד דא פון פארטיידיגען גדולי התורה אפילו ווען זיי גייען נישט אין שפאן מיט די דעת תורה פון מיינע רב'יס, מוז איך מיך אבער אפשטעלן אויף די שורות.
אזוי? דו טראגסט דאגות? דו ווילסט וויסן וויפיל מוסדות און כוללים וועלן זיך פארמאכן? איך זאג דיר קלאר אז אפילו אלע כוללים און ישיבות זאלן זיך פארמאכן, טאר מען קיין אידיש נפש נישט מפקיר זיין! ווער האט דיר געפרעגט? מי שמך לאיש? דו פירסט די וועלט? ביסט דעם אויבערשטענס אפוטרופות? דו האלטסט ער גייט באנקראטירן אן דיר? וואס פירסטו זיינע חשבונות? (איך מיין נישט דיר, דו ווייסט גאנץ גוט וועמען איך מיין)
מען טאר קיין שום אידיש נפש נישט מפקיר זיין! קיינער, אבער קיינער, זאל זיין ווער עס זאל זיין! מיט א אידיש נפש שפילט מען נישט! פלעין מען טאר נישט!
איי טויזענטער שידוכים גייען שטיין אף האלד? דאס איז נישט דיין געשעפט! דיין אויפגאבע איז צו פארזיכערן אז קיין שום אידיש נפש זאל חלילה נישט נדחה ווערן, און נישט צו פארזיכערן שידוכים. דו טוסט להיפך! אנשטאט קעמפן פאר יעדע אידיש נפש, גייסטו און דו מאכסט פשרות! דו טארסט נישט! דו שטיצט א געזעץ וואס גייט בהכרח ברענגן צו דעם אז א פראצענט בחורים זאלן ל"ע פארפאלן ווערן הם ודורותיהם ודורי דורתיהם!
דו פרעגסט צו די וואס לאזן נישט מסדר זיין א גזירה, וועלן קענען זאגן ידינו לא שפכו א הדם הזה. די תירוץ איז, יא! זיי זאגן קלאר מיר זענען אובד עצות, מיר האבן נישט קיין וועג ארויס, מיר מאכן חלילה נישט קיין פשרות, ועינינו נשואות לשמים. אלץ אונזער חובת השתדלות וועלן מיר זיכער מאכן אז יעדע איד וואס איז אריינגעפאלן אין פראבלעמען, זאל האבן צוטרירט צו הילף. נישט קיין חילוק צו ער הייסט יואל פריעדמאן, אדער עמיחי חברוני.
פון די אנדערע זייט פרעג איך דיר וואס וועלן ענטפערן די וואס זענען יא גרייט אויף פשרות? וואס וועלן זיי ענטפערן ווען טויזענטער בחורים וועלן ר"ל היל"ת אנקומען אין שאול תחתית? אז וואס? אז איך האב געמוזט זיכער מאכן אז סלבודקה גייט אן אומגעשטערט? איז דאס א תירוץ? איז דאס א היתר?
אידישקייט איז קאי וקיים טויזענטער יארן, און פון אלע שמדיות האט מען זיך ברוב רחמיו וחסדיו ארויסגעזעהן. שבכל דור ודור הקב"ה מצילינו מידם. אז דו זעהסט נישט קיין וועג בדרך הטבע זיך צו ראטעווען, הייב הענט און געב אויף! מיר גלייבן באמונה שלימה אז גאט ברוך הוא פירט די וועלט, דער מענטש דארף טוהן זיין השתדלות. אויב זעהט מען נישט פאר זיך קיין לאגישע השתדלות, אדער אויב די השתדלות איז נגד התורה, איז פשט אז עס איז נישט דא קיין חיוב השתדלות און דעמאלטס דארף מען זיך פארלאזן אויפן אויבערשטען אליינס! מאכן א געזעץ וואס גייט בהכרח קאסטן אידיש נפשות, איז אן איסור גמור! דו האסט מורא אז כלל ישראל גייט אונטער גיין? גיי דורך אלע מי שענה'ס און וועסט זעהן אז דאס איז נאך גאנץ א קליינע פראבלעם. דער אויבערשטער האט זיך אן עצה געגעבן מיט אסאך שווערערע פראבלעמען. העכסטענס וועט דא אויך זיין א מי שענה!
ביי משה רבינו שטייט ויפן כה וכה און געזעהן אז פון דעם מצרי וועט קיין גוטס נישט ארויסקומען, האט ער אים אוועקגעלייגט. איז דא היינט איינער וואס דו קענסט מיר זאגן אז ער קען דורך זעהן דורות? ווער ווייסט וויפיל גדולי ישראל דארפןן נאך ארויסקומען פון די אזוי גערופענע שוואכע בחורים וואס האבן נישט די כוחות צו זיצן און לערנען צוועלף שעה א טאג? דאס איז דאך מעשים בכל יום! און פארקערט אויך, וויפיל ערליכע אידן האבן ליידער איבערגעלאזט קינדער שאינם עושין רצונם של מקום. קען מען דען דן זיין בהדי כבשי דרחמנא? ווער איז גרייט צו זיין דער מענגעלע ימח שמו וואס זאל מאכן די סעלעקציע? ווער? ווער קען קומען זאגן אלו לחיי עולם ואלו לחרפות לדראון עולם?? ווער?? וואו קען א איד מאכן פשרות מיט אידישע נפשות? עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין!
וחוץ מזה, אפילו אליהו הנביא זאל יא מגלה זיין פאר די גדולי בני ברק אויף א בחור אז פון אים וועט שוין קיין מר בר רב אשי נישט ארויסקומען, איז נאכאלץ אסור בתכליץ האיסור צו פארהאנדלען מיט נפשות ישראל! ער איז טאקע נישט דער מציון, ער איז טאקע נישט דער גרויסער תנא קמא, אבער ער גייט אי"ה חתונה האבן, ער גייט אי"ה פירן אן ערליכן לעבן, ער וועט מאכן ברכות, היטן שבת, עסן כשר, האלטן טהרות המשפחה, ער וועט עוסק זיין על המחיה און נזהר זיין מאבק גזל, ער וועט מחנך זיין די קינדער אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט! און דו ביסט דירעקט גורם ר"ל אז ער זאל אדער יא אדער נישט זיין שומר שבת! היש לך שמד גדול מזה??!!
געווענליך גלייך איך שטארק נישט די סטרא אחרא עדיטוד. אבער אויב איינער זאל מיר יעצט קומען זאגן אז ווער עס איז גרייט צו מפקיר צו זיין נפשות ישראל בכדי צו שיצן אויף לומדי תורה, אז זיין תורה איז פון די סטרא אחרא, וואלט איך אים נישט פארדאמט! מיר ווייסן אלע אז גדול תלמוד המביא לידי מעשה, דער עיקר איז עס זאל זיין ללמוד ע"מ ללמד לשמור ולעשות. אבער איינער וואס ביי אים איז דער עיקר די תלמוד, און אויף די למעשה איז ער גרייט אויף פשרות, שמעקט עס נישט גוט. איך זאג עס נישט אויף למעשה, איך זאג נאר אז איך וואלט נישט מוחה געווען.
און צו די וואס האבן שטארק מורא אז אויב וועט נישט זיין קיין פאנדינג וועלן זיך די ישיבות פארמאכן, וויל איך אייך זאגן "נישט געזארגט". שווערע טויזענטער קינדער, בחורים, אינגעלייט מקהילת סאטמאר, דושינסקיא, תולדת אהרן ואברהם יצחק, און נאך און נאך מוסדות על טהרות הקודש וואס עפענען זיך ב"ה בכל יום ויום וועלן אי"ה אנגיין אומגעשטערט. זיי זענען ביז יעצט אויך נישט נהנה פון די מדינה הטמאה, און וועלן בעזר שמו יתברך זיך ווייטער האלטן שטארק. זייט נישט אזוי באזארגט פאר די עתיד.