ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געעפענט א ווערמיגע נושא און די ווערעם קריייייכן

@מנהלים ביטע צולייגן א מעגליכקייט צו געבן א +10 לייק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:12 pm
Bro.....
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך יאנטשי »

נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:12 pm

אבער דא קומט די עיקר! איין זאך וואס איך קען בשום אופן נישט אראפשלינגען! איז די זינלאזא, קאראפטירטע, פאריקטע, צודרייטע, משוגענע, אפגעפליקטע, נארישע, ליידיגע, פארשטינקענע, עקעלהאפטיגע, גרויליגע, פארשימעלטע תירץ, אז היים ארבעט איז כדי די מיידלעך זאלן זיך נישט דרייען ליידיג. סיריעסלי? דו ביסט מיט אלעמען? איך בין עפעס היינט געבוירן געווארן? חודש ניסן ווען די וועטער איז שיין, האסטו נישט קיין שום פראבלעם אז די מיידלעך האבן נישט קיין סקול פאר דריי וואכן! חודש סיון/תמוז ווען עס ווערט טונקעל 9 אזייגער, האסטו נישט קיין פראבלעם אז די מיידלעך דרייען זיך ליידיג פאר צוויי וואכן צווישן סקול און קעמפ. פונקט חודש טבת, ווען עס ווערט טונקעל 4 אזייגער, און ס'איז צוואנציג דעגרי אינדרויסן, דעמאלטס האסטו א פראלעם אז די מיידלעך גייען ליידיג!!! דו שעמסט זיך עס נישט צו זאגן? דו ווערסט ניטאמאל רויט? מיין פיס, דיין פיס, און היטלער ימח שמו'ס פיס! וועמן ווילסטו פארקויפן די נאנסענס?! און איין רגע, און וואס טוט זיך מיט די חנוכה/מיד ווינטער וויקעישן? דעמאלטס מעגן די מיידלעך יא גיין ליידיג? אתמהה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוי זאגסטו גוט... קומט שוין אט אט חנוכה וויקעישאן...

בעצם איז עס א עקסטערע נושא וואס פארדינט א באזונדערע אפהאנדלונג, ווען אן קיין שום זין ווערט די מוסד פארמאכט פאר אפאר טעג/וואכן, ווען מען רעדט פון די אלע וויקעישאנס איז די סקול נישט צום האַבן. וכו'

אבער ווען מען קוקט מיט א דרויסענדיגע בליק אויף די צוויי פענעראמען, שטעלט זיך די היפאקריטיע אויף עוג מלך הבשן'ס הערנער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

@נקודות טובות זאגט גוט.

כטראכט אסאך מאל, ווי קען זיין אז כלל ישראל לאזט זיך שוין אפאר דורות פון די סארט זינלאזע טעראר?

ווי איז דער עם נבון וחכם געווארן דומה לחמור מדאורייתא ומדרבנן? אין די לעצטע 70 יאר איז נישט אויפגעשטאנען דער איין קרוק וואס זאל אונטערנעמען א מלחמת חרמה קעגן דעם ווירטשאפט?

האט כלל ישראל געווארט פופציגער זאל האבן א מיידל אין סקול?

אדער גיי איך זיך אויך בארואיגן א שטיק צייט ארום?

הו קנאוס...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:44 am אדער גיי איך זיך אויך בארואיגן א שטיק צייט ארום?
כלל ישראל האפט אז נישט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 329

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך צולייגער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:44 am @נקודות טובות זאגט גוט.

כטראכט אסאך מאל, ווי קען זיין אז כלל ישראל לאזט זיך שוין אפאר דורות פון די סארט זינלאזע טעראר?

ווי איז דער עם נבון וחכם געווארן דומה לחמור מדאורייתא ומדרבנן? אין די לעצטע 70 יאר איז נישט אויפגעשטאנען דער איין קרוק וואס זאל אונטערנעמען א מלחמת חרמה קעגן דעם ווירטשאפט?

האט כלל ישראל געווארט פופציגער זאל האבן א מיידל אין סקול?

אדער גייט מען דיר אויך בארואיגן א שטיק צייט ארום

הו קנאוס...
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-12-10 092228.png
Screenshot 2025-12-10 092228.png (65.39 KiB) געזען געווארן 489 מאל
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 107

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך אגד »

@צולייגער, אבער אז דו האסט שוין יא אהערגעשטעלט א גענאלאגישע דאקטאראט סטיל יוחס, ביטע לפרסם...
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 329

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך צולייגער »

אגד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:35 am @צולייגער, אבער אז דו האסט שוין יא אהערגעשטעלט א גענאלאגישע דאקטאראט סטיל יוחס, ביטע לפרסם...
נעוואדע, ס'אלטע פאררעכטן, נייע נישט קאליע מאכן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

@פופציגער

נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:17 pm @פופציגער
► Show Spoiler
וואס איז דער פראבלעם אין לערנען הלכות וואס איז זיי זייער נוגע אין טאג טעגליכן לעבן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:17 pm @פופציגער

כ'ווייס נישט ווער דער רעדנער איז, אויב פובליק אינפארמאציע ווער ער איז ביטע פארמעקן מיין פאוסט.

אך און וויי אז ער קען נישט די הלכות.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך יאנטשי »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:18 am

אך און וויי אז ער קען נישט די הלכות.
למעשה לערנט מען עס נאר מיט די מיידלעך.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך שמח »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:47 am
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:18 am

אך און וויי אז ער קען נישט די הלכות.
למעשה לערנט מען עס נאר מיט די מיידלעך.
ווייל דער מאן קען/דארף עס אליינס לערנען.
nor ich
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm
Location: ny
x 1

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך nor ich »

למעשה קענען אונז נישט טוישן די סיסטעם
סא איך מיין מען וועט מוזן מוט גיין מיט די סיסטעם ביז אונזערע קונדער וואקסן אויף און ווערן די מנהלים/מנהלות
און דעמאלטס וועלן מיר קענען טין וואס אונזער הארץ באגערד
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

סא, די גרויסע פירסט גרעיד מיידעלע מאכן א פלעי.

און, אודאי, די מאמעס דארפן סטאדיען מיט די מיידלעך!!!!

און, א רגע, יעצט האט מען אהיימגעשיקט א טראקטאר טרעילאר פון עברי פון גאנץ חנוכה - ווייל חנוכה איז נישט געווען קיין האום ווארק.

און, אה, נאך א רגע, היינט איז נישט געווען קיין סקול ווייל די טיטשערס מענער פאסטן... גייענדיג אין שפאן מיט דעם געוועפטן תירץ אז ממאכט האום ווארק ווייל ס’נישט גוט מיידלעך זאלן גיין ליידיג.

וואטעווער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך ויצא »

אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך אנדערער »

ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
איינער'ס פראבלעמען נעמט אוועק פון א צווייטער?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך ויצא »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 12:08 am
ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
איינער'ס פראבלעמען נעמט אוועק פון א צווייטער?
בכלל נישט ס'איז נאר גיט צו וויסען אז ווי צופראסקעט זאכען זענען קען עס זיין 100 מאל מער צופראסקעט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
נישט ממש. דארט פארן גאנצע פאמיליעס אוועק אינאיינעם סאו ס'איז אנדערש ווי א לאנגווייליגע פאסט טאג מיט די קינדער אפן קאפ
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך נקודות טובות »

ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
ווי זאגט יענער? ער וואונדערט זיך נאך ביז היינט ווי אזוי ער האט געהאלפן די אידן אין לאגער, מיטן עסן זיין לאנטש. זיין מלמד פלעגט אלעמאל זאגן אז אין לאגער וואלט מען זיך אויף די עסן געשלאגן... אדער ווי די אלגעמיינע זאגן זיין מאמע זאגט אים יעדען טאג אז ער זאל אויפעסן די סאפיר, ווייל אין אפריקע הונגערן מיליאנען מענטשן. און ער וואונדערט זיך נאר מה שייכות? ווי אזוי ווען איך עס אויף ווערן זיי זאט?....

גייט מיך נישט אן וואס טוט זיך אין די דרויסענדיגע וועלט. איך האב א שטוב מיט קינדער ב"ה, איך צאל אוועק שווערע געלטער אויף שכר לימוד מידי חודש בחודשו, זיי מוחל שטעל צו סקול ווי א נארמאלע מענטש. איך האב גראדע נישט קיין שום פראבלעם מיט האבן די קינדער אינדערהיים, זיי זענען דאך מיינע קינדער. פארקערט, איך האב הנאה צו פארברענגן מיט זיי. אבער יעדע זאך האט זיך זיין צייט, און דו ביסט א חיה רעה פארן זיך שפילן מיט די נערווען יעדע צוויי מינוט.

נישטא קיין איין ביזנעס אויף די כדור הארץ וואס די ארבעטערס באקומען אזוי פיל טעג אף ווי די טשיטשערס באקומען אין די סקולס. קענסט מיר זאגן פארוואס אין די וועלט איז נישט דא קיין סקול א וואך אדער צוויי פאר פסח? וואס איז די הסבר? קוק מיר אריין אין די אויגן און זאג מיר קלאר, וואס איז פשט דערפון?! וואס??!! די טיטשערס דארפן פסח'דיג מאכן? און וואס איז מיט אלע פרויען וואס ארבעטן אין אפיסעס און גייען אריין ביז ליל בדיקת חמץ? זיי דארפן נישט פסח'דיג מאכן? ביסט א הונט! ביסט א הפקר אינג! צוויי וואכן זאלן זיך די מאמעס מיטשענען מיט מיידלעך, ווייל רעבעצין ***** גייט יעצט שאפפינג און קויפט די גארדזשעס טאפ מיט די מעטשינג זאקן פאר איר קליינע אפרוח'ל?? איז דאס נארמאל?? און וואס טוט זיך מיט די צוויי וואכן אף צווישן סקול און קעמפ, איז דאס נארמאל?

די גאנצע סקול ווערטשאפט ווערט געפירט ווי א יוניען. אלע סקול ארבעטן צוזאמען, עס איז העכסט צייט פאר די עלטערן צו מאכן יוניענס! גענדיגט! מען צאלט מער נישט קיין שכר לימוד פאר די מוסדות דירעקט, שכר לימוד באצאלט מען פאר די יוניענס! אז דו הנהלת המוסדות מאכט א באשלוס וואס איז נישט ניחא פאר די עלטערן, צאלט די יוניען נישט די שכר לימוד יענע חודש. ווען טויזענט עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד אפילו פאר איין חודש, וועט קיין איין אדמינעסטרעטאר זיך נישט קענען שלאגן דערמיט. אפגעזעהן וואס רעביצן פלונית, ומיסעס אלמונית האט צו זאגן. עס וועט זיין סקול זיבן טעג א וואך, דריי הונדערט פינף און זעכציג טעג א יאר!

לאמיר זעהן צו מיר זענען שותפים אין די מוסדות איבערן יאר אויך, אדער נאר ביים דינער!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך Think and Thank »

וואויל געזאגט, @נקודות טובות! טייל מוסדות האבן שוין פרובירט א ועד ההורים, אן ערפאלג. אפשר טאקע צאלן שכר לימוד דורך אן עלטערן פאראיין קען מאכן סדר.
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 10:17 am נישטא קיין איין ביזנעס אויף די כדור הארץ וואס די ארבעטערס באקומען אזוי פיל טעג אף ווי די טשיטשערס באקומען אין די סקולס.

:lol: :lol: :lol: מסתמא א טייפאו אבער די שילוב פון טשיטערס און טיטשערס איז עפעס מורא'דיג...
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך ז'וריקער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 10:17 am
ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
ווי זאגט יענער? ער וואונדערט זיך נאך ביז היינט ווי אזוי ער האט געהאלפן די אידן אין לאגער, מיטן עסן זיין לאנטש. זיין מלמד פלעגט אלעמאל זאגן אז אין לאגער וואלט מען זיך אויף די עסן געשלאגן... אדער ווי די אלגעמיינע זאגן זיין מאמע זאגט אים יעדען טאג אז ער זאל אויפעסן די סאפיר, ווייל אין אפריקע הונגערן מיליאנען מענטשן. און ער וואונדערט זיך נאר מה שייכות? ווי אזוי ווען איך עס אויף ווערן זיי זאט?....

גייט מיך נישט אן וואס טוט זיך אין די דרויסענדיגע וועלט. איך האב א שטוב מיט קינדער ב"ה, איך צאל אוועק שווערע געלטער אויף שכר לימוד מידי חודש בחודשו, זיי מוחל שטעל צו סקול ווי א נארמאלע מענטש. איך האב גראדע נישט קיין שום פראבלעם מיט האבן די קינדער אינדערהיים, זיי זענען דאך מיינע קינדער. פארקערט, איך האב הנאה צו פארברענגן מיט זיי. אבער יעדע זאך האט זיך זיין צייט, און דו ביסט א חיה רעה פארן זיך שפילן מיט די נערווען יעדע צוויי מינוט.

נישטא קיין איין ביזנעס אויף די כדור הארץ וואס די ארבעטערס באקומען אזוי פיל טעג אף ווי די טשיטשערס באקומען אין די סקולס. קענסט מיר זאגן פארוואס אין די וועלט איז נישט דא קיין סקול א וואך אדער צוויי פאר פסח? וואס איז די הסבר? קוק מיר אריין אין די אויגן און זאג מיר קלאר, וואס איז פשט דערפון?! וואס??!! די טיטשערס דארפן פסח'דיג מאכן? און וואס איז מיט אלע פרויען וואס ארבעטן אין אפיסעס און גייען אריין ביז ליל בדיקת חמץ? זיי דארפן נישט פסח'דיג מאכן? ביסט א הונט! ביסט א הפקר אינג! צוויי וואכן זאלן זיך די מאמעס מיטשענען מיט מיידלעך, ווייל רעבעצין ***** גייט יעצט שאפפינג און קויפט די גארדזשעס טאפ מיט די מעטשינג זאקן פאר איר קליינע אפרוח'ל?? איז דאס נארמאל?? און וואס טוט זיך מיט די צוויי וואכן אף צווישן סקול און קעמפ, איז דאס נארמאל?

די גאנצע סקול ווערטשאפט ווערט געפירט ווי א יוניען. אלע סקול ארבעטן צוזאמען, עס איז העכסט צייט פאר די עלטערן צו מאכן יוניענס! גענדיגט! מען צאלט מער נישט קיין שכר לימוד פאר די מוסדות דירעקט, שכר לימוד באצאלט מען פאר די יוניענס! אז דו הנהלת המוסדות מאכט א באשלוס וואס איז נישט ניחא פאר די עלטערן, צאלט די יוניען נישט די שכר לימוד יענע חודש. ווען טויזענט עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד אפילו פאר איין חודש, וועט קיין איין אדמינעסטרעטאר זיך נישט קענען שלאגן דערמיט. אפגעזעהן וואס רעביצן פלונית, ומיסעס אלמונית האט צו זאגן. עס וועט זיין סקול זיבן טעג א וואך, דריי הונדערט פינף און זעכציג טעג א יאר!

לאמיר זעהן צו מיר זענען שותפים אין די מוסדות איבערן יאר אויך, אדער נאר ביים דינער!
מען וועט אייך קענען אויפנעמען צו זיכען נייע טיטשערס פארן נייעם זמן??

די אפיס ארבעטארערין מאכט גענוג אז זי מוז אריין קומען ביז בדיקת חמץ, די טיטשער מאכט נישט גענוג פאר א גרינע דינסטאג אויך נישט....

אגב, צו צאלן די שכר לימוד דירעקט צום טיטשער דאס קען יא העלפן....
...Thank you for your attention to this matter
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך נקודות טובות »

ז'וריקער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 4:02 pm

הייסט דו סטראשעסט מיך יעצט? און אויב בין איך נישט גרייט צו זוכן פרישע טיטשערס, מעג איך שוין נישט רעדן? סארי, עס ארבעט נישט אזוי!

אויב טיטשערס באקומען יא אדער נישט באצאלט איז גענצליך א צווייטע נושא. איך רעד פון תכלית. איך באצאל שכר לימוד, און דו האסט גענומען די אויפגאבע פון זיין א טיטשער. דו ערפילסט נישט דיין פליכט! דו מאכסט פורים פון די וואס באצאלן דיר!

שטעל דיך פאר א גראסערי אייגענטומער וואס אפפערט אז פאר 100 דאלער א חודש סובסקריפשן קען מען באקומען פרייע דעליווערי אן קיין מינומעם. אבער ווען עס קומט למעשה הייבט זיך אן שה"י פה"י תירוצים. נישט היינט ווייל היינט איז פרייטאג, היינט איז חוה"מ, היינט איז סתם מידווינטער וויקעישן. אזא איינער איז א רויבער! א מוסד איז גארנישט אנדערש. איך צאל שכר לימוד טאפ דאלער, און עס קומט מיר א נארמאלע באהאנדלונג. סטראשע מיך נישט!

נאר צו קלארשטעלן. איך זוך נישט צו באשולדיגן די מוסדות אלץ גנבים, מיין פראבלעם איז נישט אז דו ביסט א גנב. נאר די גלייכגילטיגקייט מיט וואס מען שניידט סקול ווען מען וויל, אבער האום ווארק איז זייער וויכטיג ווייל די קינדער זאלן נישט גיין ליידיג...

איי וועסטו מיר זאגן שיק דיינע קינדער ערגעץ אנדערש, די תירוץ איז קודם כל איך האב דיר נישט געפרעגט. די מוסד איז נישט דיינס, איך האב דיר נישט געפרעגט וואו צו שיקן. די מוסד באלאנגט פאר די גאנצע קהל, דו ביסט סך הכל א שליח ציבור. אז דו קענסט נישט צופרידן שטעלן די ציבור, גיי דו זוך א צווייטע דזשאב, און נישט איך א צווייטע מוסד. און צווייטענס די אנדערע מוסדות טוען די זעלבע. עטס זענטס אלע די זעלבע גענגסטערס.

און צוליב דעם טאקע האב איך אויפגעברענגט די געדאנק פון אן עלטערן פאראיין. נישט דא מער אזא זאך ווי מאכן באשלוסן און לאזן וויסן די עלטערן וואס די מנהלת האט באשלאסן. פון היינט און ווייטער מאכן די עלטערן די באלוסן, און זיי לאזן וויסן די מנהלת וואס די באשלוס איז.

ואגב, אויב זוכן די טיטשערס געלט זאלן זיי גיין טרעפן נארמאלע דזשאבס. ס'דא א סיבה פארוואס טיטשערס באקומען שוואך באצאלט. מען הרג'עט זיך צו באקומען א טיטשינג דזשאב. האסט געפייגערט דאס צו באקומען. ביסט גארנישט קיין נעבעך. ווען דו ביסט געווען אין צוועלעפטע קלאס האט דיין טאטע/זיידע/עלטער פעטער/ מומע געניצט די גאנצע פראטעקציע אז דו זאלסט באקומען א דזשאב. און פארשטייט זיך אז די רבי'ס אייניקלעך זענען אטאמאטיש פארזיכערט מיט א דזשאב. שפיל מיר נישט רחמנות דא. דו ווילסט ביידע וועלטן? אן אפיס ארבעט האלטסטו נישט ביים נעמען ווייל דו האלטסט נישט ביים ארבעטן, אדער ווייל דיין טאטע האט א שיטה אז מען טאר נישט ארבעטן אין אן אפיס. ווידער זיין א טיטשער איז דאך געווען דיין חלום פון אלץ קליין מיידל. אלזא וואס ווילסטו יעצט? פארוואס זאל מען דיר באצאלן?

ווען עס זאל זיין א מאנגל אין טיטשערס וואלט די וועידזש געווען פונקט ווי אפיס ארבעט. סופליי און דימענד איז א מציאות! דאס אז מען צאלט אזוי ווייניג, ווייזט אז די אויסוואל איז גאר גרויס.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך ויצא »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 10:17 am
ויצא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:03 pm אגב און די דרוסינדגע וועלט איז דא א זאך וואס הייסט ישיבה וויעק וואס גייט פון יאנוואר 12 ביז יאנוואר 25 באלד 2 וואכען וואס עס איז נישט דא נישט קיין חדר נישט קיין סקול. אמאל דארף מען רעדען מיט איינעם פון אינדרוסען צו זעהן וואס מען פארמאגט יא
ווי זאגט יענער? ער וואונדערט זיך נאך ביז היינט ווי אזוי ער האט געהאלפן די אידן אין לאגער, מיטן עסן זיין לאנטש. זיין מלמד פלעגט אלעמאל זאגן אז אין לאגער וואלט מען זיך אויף די עסן געשלאגן... אדער ווי די אלגעמיינע זאגן זיין מאמע זאגט אים יעדען טאג אז ער זאל אויפעסן די סאפיר, ווייל אין אפריקע הונגערן מיליאנען מענטשן. און ער וואונדערט זיך נאר מה שייכות? ווי אזוי ווען איך עס אויף ווערן זיי זאט?....

גייט מיך נישט אן וואס טוט זיך אין די דרויסענדיגע וועלט. איך האב א שטוב מיט קינדער ב"ה, איך צאל אוועק שווערע געלטער אויף שכר לימוד מידי חודש בחודשו, זיי מוחל שטעל צו סקול ווי א נארמאלע מענטש. איך האב גראדע נישט קיין שום פראבלעם מיט האבן די קינדער אינדערהיים, זיי זענען דאך מיינע קינדער. פארקערט, איך האב הנאה צו פארברענגן מיט זיי. אבער יעדע זאך האט זיך זיין צייט, און דו ביסט א חיה רעה פארן זיך שפילן מיט די נערווען יעדע צוויי מינוט.

נישטא קיין איין ביזנעס אויף די כדור הארץ וואס די ארבעטערס באקומען אזוי פיל טעג אף ווי די טשיטשערס באקומען אין די סקולס. קענסט מיר זאגן פארוואס אין די וועלט איז נישט דא קיין סקול א וואך אדער צוויי פאר פסח? וואס איז די הסבר? קוק מיר אריין אין די אויגן און זאג מיר קלאר, וואס איז פשט דערפון?! וואס??!! די טיטשערס דארפן פסח'דיג מאכן? און וואס איז מיט אלע פרויען וואס ארבעטן אין אפיסעס און גייען אריין ביז ליל בדיקת חמץ? זיי דארפן נישט פסח'דיג מאכן? ביסט א הונט! ביסט א הפקר אינג! צוויי וואכן זאלן זיך די מאמעס מיטשענען מיט מיידלעך, ווייל רעבעצין ***** גייט יעצט שאפפינג און קויפט די גארדזשעס טאפ מיט די מעטשינג זאקן פאר איר קליינע אפרוח'ל?? איז דאס נארמאל?? און וואס טוט זיך מיט די צוויי וואכן אף צווישן סקול און קעמפ, איז דאס נארמאל?

די גאנצע סקול ווערטשאפט ווערט געפירט ווי א יוניען. אלע סקול ארבעטן צוזאמען, עס איז העכסט צייט פאר די עלטערן צו מאכן יוניענס! גענדיגט! מען צאלט מער נישט קיין שכר לימוד פאר די מוסדות דירעקט, שכר לימוד באצאלט מען פאר די יוניענס! אז דו הנהלת המוסדות מאכט א באשלוס וואס איז נישט ניחא פאר די עלטערן, צאלט די יוניען נישט די שכר לימוד יענע חודש. ווען טויזענט עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד אפילו פאר איין חודש, וועט קיין איין אדמינעסטרעטאר זיך נישט קענען שלאגן דערמיט. אפגעזעהן וואס רעביצן פלונית, ומיסעס אלמונית האט צו זאגן. עס וועט זיין סקול זיבן טעג א וואך, דריי הונדערט פינף און זעכציג טעג א יאר!

לאמיר זעהן צו מיר זענען שותפים אין די מוסדות איבערן יאר אויך, אדער נאר ביים דינער!
זייער אסאך נקודות שווער מגיב צו זיין... און ס'פילט אביסל מאדנע זיך אנצונעמען פאר די מוסדות ווען איך פארשטיי בעצם די טענות
די פאקט איז אז די סקול סעסטעם קומט עפ"י רוב פון די דרויסענדיגע וועלט
די צאלסט נישט נאנט צו טאפ דאלער פאר שכר לימוד
רוב ביזנסער זענען פארשלסאן יעדן זינטאג
ווי ווייט איך ווייס איז בכלל נישט גערינג צו טרעפען טישערס אגב די טשירעס זענען נישט דעי וואס באשליסען ווען ס'זאל זיין סקול
שרייב פאוסט