די שיעורים פון ש. בילגריי

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:24 pm און אויב איז עס יא גוט, פעלט נישט אויס צוצושטעלן עפעס אנדערש...
און עס פעלט אויס צו קלארשטעלן אז ס'איז גוט, און אהין שיקן די אינגעלייט.

די פוינט איז אז מ'זאגט נאר וואס ס'נישט גוט.

דיינע ווערטער איז בעצם בלויז גוט פאר די ליצנות שבו.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 370

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך האב געהערט פון א חשובער רב וואס העלפט אסאך אינגעלייט,
אז עס איז געווארן א גלגל החוזר,
איינער קימט ארויס מיט א סעריע, מען האט אויף אים טענות,
אפי‘ ער האלט די טענות זענען גערעכט, קען ער זיך נישט צושטעלן צו די מוחים וואס דרייען איבער די שטאט, ווייל ער האלט נישט עס קימט יענעם מיתה,
אין פין די מוחה‘ס קימען נאר ארויס אז אפי‘ די וואס טויגן יא אין זענען יא ראו צו רעדן צום ציבר ווילן שוין נישט ארויסקומען,
פעלט קלארקייט ביים עולם,
הערט מען וועמען עס לאזט זיך,
ער קען נישט מיט שטיין מיט די מוחה ווייל עס איז צו ווילד וכו‘
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3988

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך הדסים »

@דער תהלים איד אפשר גרינדט מען א וועד הקהילות לעניני קורסן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4805
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6468

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך שמח »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:26 pm @דער תהלים איד אפשר גרינדט מען א וועד הקהילות לעניני קורסן?
העי, נאכדעם וועט נאך קומען איינער פון ב.פ. און מאכן א ''למעשה''...

אין אן ערענסט מינוט, ס'איז באמת א ווייטאג אז מ'געט נישט גענוג פאר די היינטיגע יונגעלייט צו וועמען ''יא'' צו רעדן, ווי סקוקט אויס פון אסאך הערשט א גרויסע צעמישעניש ביי די פרישע יונגעלייט, ס'איז זיכער אז מ'קען אויפטון גאר אסאך.

אזויווי מ'האט מיר נישט געשטעלט קעיר צו נעמען פון די דור, וועל איך דערווייל טון וואס איך קען יא טון - מתפלל זיין אז יעדער זאל טרעפן די ריכטיגע מהלך.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1483
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4752

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך Think and Thank »

שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:29 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:26 pm @דער תהלים איד אפשר גרינדט מען א וועד הקהילות לעניני קורסן?
העי, נאכדעם וועט נאך קומען איינער פון ב.פ. און מאכן א ''למעשה''...

די פראבלעם איז אז דא איז שוין דא די למעשה, נאר די ועד הקהילות איז נאכנישט דא..
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 586

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך totty »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:42 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:29 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:26 pm @דער תהלים איד אפשר גרינדט מען א וועד הקהילות לעניני קורסן?
העי, נאכדעם וועט נאך קומען איינער פון ב.פ. און מאכן א ''למעשה''...

די פראבלעם איז אז דא איז שוין דא די למעשה, נאר די ועד הקהילות איז נאכנישט דא..
בעצם הער איך דאך אז עס איז שוין דא 8 רבנים וואס קוקן איבער די זכו שיעורים און זענען מגיהה כרצונם מדארף אבער דארט אריינשטעלן סאטמארער רבנים וואס זאלן עס מגיהה זיין צי עס שטימט טאקע פאר אונז אינגאנצן
אדער מאכן א וועד בכלליות וואס זאל איבערקוקן אלעמען און אויב זכו וועט זיך צי זיי צישטעלן וועלן זיי אויך באקומען דעם זיגל גלייב איך
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 430
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 479

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך בקיצור »

ס'איז דא די סעריע שיעורים פון יאמפאלע רב שליט"א וואס איז זייער קלאר, און אויך ביליג.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3804
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 22819

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:39 pm ס'איז דא די סעריע שיעורים פון יאמפאלע רב שליט"א וואס איז זייער קלאר, און אויך ביליג.
מ'טאר עס אבער נישט אויסהערן ווייל מ'טאר נישט הערן דעי שיעורים אויפן טעלעפאן.

ביטע מעורר זיין איינער דעם צווייטן

המעוררים
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
קלאפן
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 203

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך קלאפן »

וואו קען מען זיך פארבינדן מיט מערכת זכו אדער הערן א פריוויו? אישי איז אויך גוט
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1567
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3550

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך דעת קדשי »

קלאפן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:36 pm וואו קען מען זיך פארבינדן מיט מערכת זכו אדער הערן א פריוויו? אישי איז אויך גוט
845-209-1818 נישט אום שבת גערעדט...
ווער ס'רופ'ט דעם נומבער איז אין רוח חכמים נוחה הימנו....
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך לאקאלער רב »

totty האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:19 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:42 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:29 pm

העי, נאכדעם וועט נאך קומען איינער פון ב.פ. און מאכן א ''למעשה''...

די פראבלעם איז אז דא איז שוין דא די למעשה, נאר די ועד הקהילות איז נאכנישט דא..
בעצם הער איך דאך אז עס איז שוין דא 8 רבנים וואס קוקן איבער די זכו שיעורים און זענען מגיהה כרצונם מדארף אבער דארט אריינשטעלן סאטמארער רבנים וואס זאלן עס מגיהה זיין צי עס שטימט טאקע פאר אונז אינגאנצן
אדער מאכן א וועד בכלליות וואס זאל איבערקוקן אלעמען און אויב זכו וועט זיך צי זיי צישטעלן וועלן זיי אויך באקומען דעם זיגל גלייב איך
דו מיינסט אז מען קען נישט טעראראזירן סאטמאר'ע רבנים אויך? געב א זיגל און מארגן האסטו א הכחשה...

אפי' אויב מען וועט עס מעלדן אויף קול סאטמאר וועט מארגן הענגן א צעטל פון אהרן יאסל אז ער ציט צוריק....

ערנסט גערעדט, קיין איין סאטמאר'ע דיין וועט זיך נישט ארויסשטעלן מיט א חתימה אפילו ער וועט קלאר האלטן אז איז גוט.

בכל אופן איז ידוע אז הן הגה"ג דומ"ץ ק"י שליט"א און אב"ד וומ"ס שליט"א זענען זייער הייקל ווען עס קומט צו די נושאים, און ווען מען וויל מסדר זיין שיעורים ברבים איז עס יענס געשעפט.

וואס איך קען דיר אבער יא זאגן אז איך האב מיר אויפגעסיינט פאר די שיעורים, און ביזדערווייל האט ער מיר נאך גארנישט מער מתיר געווען ווי מיין בית נאמן מדריך... סאו, קאלם דאון פליז...
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך לאקאלער רב »

שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:36 pm אין אן ערענסט מינוט, ס'איז באמת א ווייטאג אז מ'געט נישט גענוג פאר די היינטיגע יונגעלייט צו וועמען ''יא'' צו רעדן, ווי סקוקט אויס פון אסאך הערשט א גרויסע צעמישעניש ביי די פרישע יונגעלייט, ס'איז זיכער אז מ'קען אויפטון גאר אסאך.

אזויווי מ'האט מיר נישט געשטעלט קעיר צו נעמען פון די דור, וועל איך דערווייל טון וואס איך קען יא טון - מתפלל זיין אז יעדער זאל טרעפן די ריכטיגע מהלך.
פריוואט? איז דא גענוג און נאך צו וועם צו רעדן. פרעג דיר נאך אויף א "גוטן" מדריך.

ברבים? איז כמעט נישט שייך צוצושטעלן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4805
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6468

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך שמח »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 3:49 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:36 pm אין אן ערענסט מינוט, ס'איז באמת א ווייטאג אז מ'געט נישט גענוג פאר די היינטיגע יונגעלייט צו וועמען ''יא'' צו רעדן, ווי סקוקט אויס פון אסאך הערשט א גרויסע צעמישעניש ביי די פרישע יונגעלייט, ס'איז זיכער אז מ'קען אויפטון גאר אסאך.

אזויווי מ'האט מיר נישט געשטעלט קעיר צו נעמען פון די דור, וועל איך דערווייל טון וואס איך קען יא טון - מתפלל זיין אז יעדער זאל טרעפן די ריכטיגע מהלך.
פריוואט? איז דא גענוג און נאך צו וועם צו רעדן. פרעג דיר נאך אויף א "גוטן" מדריך.

ברבים? איז כמעט נישט שייך צוצושטעלן.
כ'האב געשריבן לויט ווי ס'האט מיר אויסגעקוקט פון די ווערטער פון אסאך ניקס דא, דו זאגסט אז די פרישע יונגעלייט האבן יא צו וועמען צו רעדן? איז דאך זיכער גוט.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך לאקאלער רב »

שמח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 4:22 pm

איך זאג אז עס איז דא. נישט נאר פאר יונגע נאר אויך פאר עלטערע.

נאר אויב מען שעמט זיך און מען פרעגט נישט בלייבט מען איינגעמיירעט...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3804
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 22819

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 3:49 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:36 pm אין אן ערענסט מינוט, ס'איז באמת א ווייטאג אז מ'געט נישט גענוג פאר די היינטיגע יונגעלייט צו וועמען ''יא'' צו רעדן, ווי סקוקט אויס פון אסאך הערשט א גרויסע צעמישעניש ביי די פרישע יונגעלייט, ס'איז זיכער אז מ'קען אויפטון גאר אסאך.

אזויווי מ'האט מיר נישט געשטעלט קעיר צו נעמען פון די דור, וועל איך דערווייל טון וואס איך קען יא טון - מתפלל זיין אז יעדער זאל טרעפן די ריכטיגע מהלך.
פריוואט? איז דא גענוג און נאך צו וועם צו רעדן. פרעג דיר נאך אויף א "גוטן" מדריך.

ברבים? איז כמעט נישט שייך צוצושטעלן.
אינז האבן שוין גערעדט אמאל פריוואט וועגן דיין חתן מדריך, די געדענקסט מסתם אז איך האב גלייך צוגעטראפן ווער דאס איז געווען.

איך האב שוין אמאל געטון דערין, ניין ס'נישט דא צו וועם צי רעדן, יא ס'איז דא גענוג אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום פארלוירן און זיי כאפן זיך צו צי יעדע זכו בשעת ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיוו פאר זיי. און שוין.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 525

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך בן מלך »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 3:49 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 7:36 pm אין אן ערענסט מינוט, ס'איז באמת א ווייטאג אז מ'געט נישט גענוג פאר די היינטיגע יונגעלייט צו וועמען ''יא'' צו רעדן, ווי סקוקט אויס פון אסאך הערשט א גרויסע צעמישעניש ביי די פרישע יונגעלייט, ס'איז זיכער אז מ'קען אויפטון גאר אסאך.

אזויווי מ'האט מיר נישט געשטעלט קעיר צו נעמען פון די דור, וועל איך דערווייל טון וואס איך קען יא טון - מתפלל זיין אז יעדער זאל טרעפן די ריכטיגע מהלך.
פריוואט? איז דא גענוג און נאך צו וועם צו רעדן. פרעג דיר נאך אויף א "גוטן" מדריך.

ברבים? איז כמעט נישט שייך צוצושטעלן.
ממש א איבערפלוס.. דו זעהסט ניטאמאל א סיבה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט ארומגיין פרעגן חברים אויב זיי ווייסן פון א ״גוטע״ מדריך, דריי יאר אדער גאר צעהן יאר נאכן חתונה. העכסטנס העט יענער טראכטן אז ער סטראגלט, פארדעם זוכט ער צו רעדן צו א חתן מדריך יארן נאכן חתונה. ביג דיעל

וועמען ווילסטו נאַרן?
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך לאקאלער רב »

בן מלך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:09 pm

צו איך זעה נישט קיין סיבה? איך האב דאס דאך געשריבן אפאר פאוסטס שפעטער, מיט בושה וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען.

און זאגן דערפאר אז די איינציגסטע וועג איז שיעורים ברבים, איז אויך נישט פאסיג לענ"ד.

וואס איז זיכער, אז ווער עס וויל, און ברעכט דורך זיין בושה, קען אנקומען צו וועמען מען דארף.

און אדרבה אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8462
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20614

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
רוף אן הרב יענקל פון די הורוויץ ID, און פרעג אים אויב ווען עיבער גייט אויפנעמען נאר פריוואט גייט ער זיין מותר.

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:19 pm

לויט איהם טאר איך אויך נישט עסן קיין טונא סענדוויטש פאר פרישטאג...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3804
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 22819

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:19 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
רוף אן הרב יענקל פון די הורוויץ ID, און פרעג אים אויב ווען עיבער גייט אויפנעמען נאר פריוואט גייט ער זיין מותר.
לאז ארויס ר' דוד הורוויץ'נס אור אייניקל. פון זיין טאטעס מאמעס זייט.

די רבנים וואס האלטן מאמענטאל אז ס'איז אסור, וואס איז זייער שיטה אין פאל מען נעמט די שיעור פריוואט?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 525

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך בן מלך »

לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:09 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 3:49 pm

פריוואט? איז דא גענוג און נאך צו וועם צו רעדן. פרעג דיר נאך אויף א "גוטן" מדריך.

ברבים? איז כמעט נישט שייך צוצושטעלן.
ממש א איבערפלוס.. דו זעהסט ניטאמאל א סיבה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט ארומגיין פרעגן חברים אויב זיי ווייסן פון א ״גוטע״ מדריך, דריי יאר אדער גאר צעהן יאר נאכן חתונה. העכסטנס העט יענער טראכטן אז ער סטראגלט, פארדעם זוכט ער צו רעדן צו א חתן מדריך יארן נאכן חתונה. ביג דיעל

וועמען ווילסטו נאַרן?
צו איך זעה נישט קיין סיבה? איך האב דאס דאך געשריבן אפאר פאוסטס שפעטער, מיט בושה וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען.

און זאגן דערפאר אז די איינציגסטע וועג איז שיעורים ברבים, איז אויך נישט פאסיג לענ"ד.

וואס איז זיכער, אז ווער עס וויל, און ברעכט דורך זיין בושה, קען אנקומען צו וועמען מען דארף.

און אדרבה אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
איך פארשטיי באמת נישט. אויב די יסודות פון זכו זענען נכון און אויסגעהאלטן, מיט וועלכע רעכט האלטסטו בכלל צוריק די אינפארמאציע פון אים? פארוואס אין דער וועלט דארף ער/זי האלטן ביי א קריזיס, און זיך פארשעמען ברבים צו באקומען הילף? געב שיעורים ווי א נארמאלע מענטש. תורה הוא!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1483
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4752

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך Think and Thank »

בן מלך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:06 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:09 pm

ממש א איבערפלוס.. דו זעהסט ניטאמאל א סיבה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט ארומגיין פרעגן חברים אויב זיי ווייסן פון א ״גוטע״ מדריך, דריי יאר אדער גאר צעהן יאר נאכן חתונה. העכסטנס העט יענער טראכטן אז ער סטראגלט, פארדעם זוכט ער צו רעדן צו א חתן מדריך יארן נאכן חתונה. ביג דיעל

וועמען ווילסטו נאַרן?
צו איך זעה נישט קיין סיבה? איך האב דאס דאך געשריבן אפאר פאוסטס שפעטער, מיט בושה וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען.

און זאגן דערפאר אז די איינציגסטע וועג איז שיעורים ברבים, איז אויך נישט פאסיג לענ"ד.

וואס איז זיכער, אז ווער עס וויל, און ברעכט דורך זיין בושה, קען אנקומען צו וועמען מען דארף.

און אדרבה אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
איך פארשטיי באמת נישט. אויב די יסודות פון זכו זענען נכון און אויסגעהאלטן, מיט וועלכע רעכט האלטסטו בכלל צוריק די אינפארמאציע פון אים? פארוואס אין דער וועלט דארף ער/זי האלטן ביי א קריזיס, און זיך פארשעמען ברבים צו באקומען הילף? געב שיעורים ווי א נארמאלע מענטש. תורה הוא!

אין דורשין בעריות בשלשה איז א משנה, ועי"ש במפרשים הטעם.

חוץ מזה, שיעורים אין די ענינים אויפ'ן טעלעפאן קען זיין א מקום פאר גרויסע מכשולות, און די מנהיגים האבן א חיוב (אויב ס'איז לדעתם א פראבלעם) אפצושטעלן א זאך וואס קען ברענגען מכשולות.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 525

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך בן מלך »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:09 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:06 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm

צו איך זעה נישט קיין סיבה? איך האב דאס דאך געשריבן אפאר פאוסטס שפעטער, מיט בושה וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען.

און זאגן דערפאר אז די איינציגסטע וועג איז שיעורים ברבים, איז אויך נישט פאסיג לענ"ד.

וואס איז זיכער, אז ווער עס וויל, און ברעכט דורך זיין בושה, קען אנקומען צו וועמען מען דארף.

און אדרבה אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
איך פארשטיי באמת נישט. אויב די יסודות פון זכו זענען נכון און אויסגעהאלטן, מיט וועלכע רעכט האלטסטו בכלל צוריק די אינפארמאציע פון אים? פארוואס אין דער וועלט דארף ער/זי האלטן ביי א קריזיס, און זיך פארשעמען ברבים צו באקומען הילף? געב שיעורים ווי א נארמאלע מענטש. תורה הוא!

אין דורשין בעריות בשלשה איז א משנה, ועי"ש במפרשים הטעם.

חוץ מזה, שיעורים אין די ענינים אויפ'ן טעלעפאן קען זיין א מקום פאר גרויסע מכשולות, און די מנהיגים האבן א חיוב (אויב ס'איז לדעתם א פראבלעם) אפצושטעלן א זאך וואס קען ברענגען מכשולות.
אמת, אבער די טעכנישע זאכן קען מען אויסארבעטן. אגב די שיעורים פאר זיך איז גארנישט אנדערש ווי א וואן-אן-וואן חתן שיעור. נאר פאר די אלע וואס הערן עס, יעדער ביי זיך אין ספרים שטוב פריוואט.

דריטנס, די מוחאות זענען געווען אסאך גראפישער ווי די עדס פאר די שיעורים, און זיי זענען שולדיג אז אין יעדע קאווע שטיבל דיסקוסירט מען עס אזוי ברייט. די עדס זענען געווען איידל עז איט קען פאסיבלי בי.

פערטנס, אויב דאס איז טאקע זייער פראבלעם, פארוואס שרייבסטו ליגנט אויפן קול קורא אז עס קעגן אונזער השקפה?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8462
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20614

Re: די שיעורים פון ש. בילגריי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:19 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:16 pm אויב די פראבלעם פון זכו איז נאר אז עס איז ברבים -לפי הנראה לרוב המוחאים-, מאך אן אפוינטמענט ביי הרב עבער דירעקט.
רוף אן הרב יענקל פון די הורוויץ ID, און פרעג אים אויב ווען עיבער גייט אויפנעמען נאר פריוואט גייט ער זיין מותר.
לאז ארויס ר' דוד הורוויץ'נס אור אייניקל. פון זיין טאטעס מאמעס זייט.

די רבנים וואס האלטן מאמענטאל אז ס'איז אסור, וואס איז זייער שיטה אין פאל מען נעמט די שיעור פריוואט?
דאס קענסטו נישט ווייסן. די וועג וויאזוי מען מאכט סאלאמי. אופס... וויאזוי מען מאכט א קו"ק איז, אז מען זיצט ביי א רב, מען שפילט אויף געשטיקלטע זאכן, מען זעט וועלכע פוינט עס כאפט אים, און דארט הייבט הורוויץ אן צו שפינען, און דער רב זאגט ער וויל עס איבערטראכטן, און איינער קאלט אריין זאגן אז אויב איז נישטא די חתימה ביז היינט 11 אזייגער צופאלט די גאנצע זאך, אלעז איז אויפ'ן רב'ס אחריות, ביז ס'קומט א חתימה.

סוי, גיין מדייק זיין לשונות, יו נעווער קנאו וועלכע לשון מ'האט געלייגט צוליב וועמען.
שרייב פאוסט