נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

בעז"ה

איינער האט אפשר מער דעטאלן ארום דעם מיסטעריעזן נייעם שטעטל?

פון זעמל: ניו יארק - אין א היסטארישע אנטוויקלונג פאר חסידי בעלזא אין אמעריקע איז היינט מיטוואך פארעפנטליכט אין די 'המחנה' אויסגאבע פלענער איבער די אויפבוי פון א גענצליך נייע ישוב 'קרית בעלזא ארה"ב', מיטן ציל צו לינדערן די דירות קריזיס וואס פלאגט די גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע, די נייע שטעטל וועט ברענגען פאר חסידי בעלזא און אנדערע צוקונפטיגע איינוואוינער וועלכער ווילן זיך אנשליסן אין דעם ישוב, צוגענגליכע אפציעס זיך צו קענען איינהאנדלען שיינע און גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן.

די פלענער פאר אזא שטעטל גייט שוין צוריק מיט עטליכע יאר דערנאך וואס עסקנים פון די קהילה אין בארא פארק און אנדערע געגנטער האבן זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א לעזונג פאר דעם וואקסענדע דירות קריזיס, זיי האבן פארגעלייגט די פלענער פאר הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט בהורמנא דמלכא פון אביו הגדול געגעבן די ברכת דרך צלחה צו אריינטאנצן אין דעם פראיעקט.

לויט ווי די עסקנים געבן איבער שטייט מען אצינד נאך צוויי יאר פון ארבעט אונטער די קוליסן און מ׳האלט שוין פאקטיש אינמיטן די מאסיווע בוי ארבעט אויפן ריזן שטח פון 1,200 עיקער, און מ׳ארבעט אין די יעצטיגע צייט צו ארייננעמען נאך הונדערטער עיקער ארום צו אנקומען נאנט צו דריי טויזנט עיקער וועלכער זאל זיין אונטער די אייגענטומערשאפט פון די הנהלת הקריה.

די נייע שטעטל ווערט געבויט נעבן די היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי, און עס איז צום האפן אז ביז דריי יאר וועלן די ערשטע עטליכע הונדערט פאמיליעס זיך שוין קענען אריינציען אין די נייע הייזער.

די פונקטליכע לאקאציע וואו דער נייע ישוב ווערט אויפגעבויעט איז דערווייל א געהיימניס, צו זיכער מאכן אז ארטיגע אויטעריטעטן און נישט אידישע שכנים מיט א בייז אויג שטעלן נישט אונטער קיין פיסלעך.

המחנה די וואך:
image (1).png
image (1).png (1.38 MiB) געזען געווארן 1233 מאל
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

דאס איז פון בחצרות אימעיל:
Screenshot 2025-12-25 141524.png
Screenshot 2025-12-25 141524.png (125.96 KiB) געזען געווארן 1202 מאל
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שוין, וויזשניץ וומסב"ג האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט.

דאס איז דער שטח וואס קרית יואל האט געאפערט פאר זייער ראה"ק, ס'איז א געגנט וואס די דירות בויען זיך שוין, אין וואלדען ניו יארק, א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, זייער א גוטע ספאט, און דער אינוועסטאר דארט איז געווען גרייט צו בויען בתי מדרשים און אלס וואס מ'דארף.

וויזשניץ האט דעמאלס גע'טענה'ט אז מ'מאכט חוזק און מ'גיט זיי א שוואכע אפפער. יעצט האט עס בעלזא געכאפט, און וויזשניץ איז געבליבן אן קיין שום אפיציעלע מהלך. אויף דערווייל עכ"פ.
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 357

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך רעאליסטיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:08 pm שוין, וויזשניץ וומסב"ג האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט.

דאס איז דער שטח וואס קרית יואל האט געאפערט פאר זייער ראה"ק, ס'איז א געגנט וואס די דירות בויען זיך שוין, אין וואלדען ניו יארק, א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, זייער א גוטע ספאט, און דער אינוועסטאר דארט איז געווען גרייט צו בויען בתי מדרשים און אלס וואס מ'דארף.

וויזשניץ האט דעמאלס גע'טענה'ט אז מ'מאכט חוזק און מ'גיט זיי א שוואכע אפפער. יעצט האט עס בעלזא געכאפט, און וויזשניץ איז געבליבן אן קיין שום אפיציעלע מהלך. אויף דערווייל עכ"פ.
אפשר קען זיך וויזשניץ יעצט צוכאפן און מאכן א שכונה נעבן בעלז, כגלייב נישט אז בעלז האט אזויפיל מענטשן פאר די דעוועלאפמענט
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:08 pm שוין, וויזשניץ וומסב"ג האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט.

דאס איז דער שטח וואס קרית יואל האט געאפערט פאר זייער ראה"ק, ס'איז א געגנט וואס די דירות בויען זיך שוין, אין וואלדען ניו יארק, א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, זייער א גוטע ספאט, און דער אינוועסטאר דארט איז געווען גרייט צו בויען בתי מדרשים און אלס וואס מ'דארף.

וויזשניץ האט דעמאלס גע'טענה'ט אז מ'מאכט חוזק און מ'גיט זיי א שוואכע אפפער. יעצט האט עס בעלזא געכאפט, און וויזשניץ איז געבליבן אן קיין שום אפיציעלע מהלך. אויף דערווייל עכ"פ.
אפילו יעצט ווען בעלזא נעמט עס, זעהט עס גראדע נאכאלץ אויס צו זיין גאר א גוטער געגנט פאר וויזניץ צו מאכן א ישוב דארטן, און זיי וועלן אויך קענען געניסן פון די אינפראסטרוקטשער וואס בעלזא מיט זייערע דעוועלאפערס וועלן לכאורה צושטעלן דארט.
לויט ווי איך פארשטיי זוכט נישט בעלזא א געגנט בלויז פאר בעלזא און נישט מער, נאר זיי ווילן מאכן אזא געדאנק אזויווי זיי האבן געטון מיט לעיקוואד אז זיי האבן געמאכט דער ערשטער חסידישער ישוב דארט, און טויזענטער האבן נאכגעפאלגט און זיך געצויגן קיין לעיקוואד.
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך יאנטשי »

רעדט מען מען טאקע פון די געגענט אין וואלדען?
אוועיטער
שמעון דייטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
x 108

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך שמעון דייטש »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 5:52 pm רעדט מען מען טאקע פון די געגענט אין וואלדען?
יא
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך totty »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:08 pm שוין, וויזשניץ וומסב"ג האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט.

דאס איז דער שטח וואס קרית יואל האט געאפערט פאר זייער ראה"ק, ס'איז א געגנט וואס די דירות בויען זיך שוין, אין וואלדען ניו יארק, א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, זייער א גוטע ספאט, און דער אינוועסטאר דארט איז געווען גרייט צו בויען בתי מדרשים און אלס וואס מ'דארף.

וויזשניץ האט דעמאלס גע'טענה'ט אז מ'מאכט חוזק און מ'גיט זיי א שוואכע אפפער. יעצט האט עס בעלזא געכאפט, און וויזשניץ איז געבליבן אן קיין שום אפיציעלע מהלך. אויף דערווייל עכ"פ.
עס איז נישט די זעלעב שטח ווי סאטמאר האט געהאט שייכות דערמיט און געאפערט פאר וויזניץ
יענע שטח איז שוין מיט וואסער און סוער און אלעס ארום מיט פארטיגע פערמיטן זיי האבן לעת עתה גענומען א נוטראלע רב פון וויליאמסבורג וואס פלאנט אהינצומופן מיט א ציבור אידן בעיקר פון וו"ב רוב דערפון סאטמאר געשטימט אבער א חלק אויך ארום און ארום פון אנדערע קהילות
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך הדסים »

totty האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:05 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:08 pm שוין, וויזשניץ וומסב"ג האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט.

דאס איז דער שטח וואס קרית יואל האט געאפערט פאר זייער ראה"ק, ס'איז א געגנט וואס די דירות בויען זיך שוין, אין וואלדען ניו יארק, א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, זייער א גוטע ספאט, און דער אינוועסטאר דארט איז געווען גרייט צו בויען בתי מדרשים און אלס וואס מ'דארף.

וויזשניץ האט דעמאלס גע'טענה'ט אז מ'מאכט חוזק און מ'גיט זיי א שוואכע אפפער. יעצט האט עס בעלזא געכאפט, און וויזשניץ איז געבליבן אן קיין שום אפיציעלע מהלך. אויף דערווייל עכ"פ.
עס איז נישט די זעלעב שטח ווי סאטמאר האט געהאט שייכות דערמיט און געאפערט פאר וויזניץ
יענע שטח איז שוין מיט וואסער און סוער און אלעס ארום מיט פארטיגע פערמיטן זיי האבן לעת עתה גענומען א נוטראלע רב פון וויליאמסבורג וואס פלאנט אהינצומופן מיט א ציבור אידן בעיקר פון וו"ב רוב דערפון סאטמאר געשטימט אבער א חלק אויך ארום און ארום פון אנדערע קהילות
וועלכער רב?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אקעי, איך האב באשטעטיגט ביים בעה"ב פון די וואלדען שטח אז ס'איז בלויז א גאסן רומער, און די בעלזע שטעטל האט גארנישט מיט אים.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2291
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7542

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך שינאווער »

עפעס האב איך געהאט געהערט אז ס'איז ערגעץ אין פענסילוועניע, כגעדענק נישט וואו כהאב דאס געהערט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 12:46 pm אקעי, איך האב באשטעטיגט ביים בעה"ב פון די וואלדען שטח אז ס'איז בלויז א גאסן רומער, און די בעלזע שטעטל האט גארנישט מיט אים.
viewtopic.php?p=229924#p229924
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
זאלמעלע באלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:14 pm
x 32

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך זאלמעלע באלד »

אינטערעסאנט קיינער קען נישט טרעפן די לאטס בעיסד אן די נעמען אין וואלווד, דורך LLC'S וכדומה?
אינטערן טיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 5

Re: נייער שטעטל - קרית בעלז בארה"ב

פאוסט דורך אינטערן טיש »

דאס הענגט אויף די ווענט אין מאנסי , די דעוועלעפמענט פון וואלדען
פאר ווער עס זיכט צו קויפן אין די ערשטע פאזע פאר 30 אלפים דעפאזיט,קען מארגן גיין צו הערן מער דעטאלען
פיילס
IMG-20251226-WA0199.jpg
IMG-20251226-WA0199.jpg (217.76 KiB) געזען געווארן 414 מאל
שרייב פאוסט