פארוואס זענט איר נישט מסביר אייער 'גרינגע פעלד' לגבי די פעלדער געזעץ, נאר איר פירט אריבער די נושא צו די פעטוועיס?פ. לאקס האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:26 pm איך האב זייער א גרינגע פעלד מסביר צו זיין פארוואס די רשעים קלאגן אפילו די פעטוועיס, זיי ווילן דאך דא מחדש זיין פרישע חידושים אינעם ענין פון רעגירונג מאכט איבער פריוואטע שולעס און עלטערן, דעריבער קלאגן זיי אלעס וואס איז נישט אין ליניע מיט זייערע שארפע פארלאנגען.
און ממנ"פ, אויב איר האט זייער א גרינגע פעלד צו פארשטיין פארוואס זיי קלאגן די פעטוועיס וויבאלד דאס איז נישט אין ליניע מיט זייערע שארפע פארלאנגען, פארוואס איז דאס שווערער צו פארשטיין כלפי די נייע אמענדמענט וואס איז לויט די עדיוקעשאן דעפארטמענט ס"ה אן אויסברייטערונג פון די פעטוועיס, איז דאך דאס ווייטער נישט לויט זייערע שארפע פארלאנגען פון די יעצטיגע אנקלעגער?
און פארוואס איז אייך גרינגער צו פארשטיין אז די פעלדער געזעץ איז נישט אין ליניע מיט זייערע שארפע פארלאנגען און זיי דארפן דאס קלאגן, טראץ וואס די עדיוקעשאן דעפארטמענט (און די געריכט) האבן 'קלאר געזאגט' אז דאס מאכט נאר ערגער פאר די ישיבות?
איך מיין אז איר מישט אביסל צוזאם צוויי באזונדערע זאכן,פ. לאקס האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:26 pm אבער דורותינו מוטשעט זיך דא ארום מסביר צו זיין פונקטליך פארוואס זיי קלאגן עס ווען די עדיוקעישאן דעפארטמענט "האט קלאר געזאגט" אז די נייע געזעץ וועט גארנישט העלפן פאר די ישיבות... אויף דעם ענטפערן זיי אז עס איז ווייל זיי ווילן "זיכער מאכן" אז אין "צוקונפט" גייט מען עס גארנישט קענען נוצן לטובה...
איי עס זענען שוין יעצט דא 3 מוסדות וואס האבן געזיגט אין געריכט באזירט אויף דעם געזעץ, און זיי זענען יעצט ווייטער פאררעכנט א לעגאלע שולע נאר צוליב די נייע געזעץ? תיקו...
1) איז א כלליות'דיגע נושא וואס איז נוגע יעדע איינציג מוסד, צי די נייע אמענדמענט טוישט עפעס און מאכט עפעס גרינגער פון די ביז יעצטיגע פעטוועיס וואס זענען שוין אין די רעגולעשאנס, און דאס האט דורותינו די גאנצע צייט ארויסגעברעגט בשם די רבנים אז די נייע אמענדמענט איז בכלל נישט זיכער אז דאס מאכט עפעס גרינגער פון די ביז יעצטיגע פעטוועיס, און ווי מען האט זיך טאקע דערנאך איבעגעצייגט אז דאס איז די שטעלונג פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט אז די נייע אמענדמענט ברייטערט נאר אויס די פעטוועיס.
און די נושא איז נאך דערווייל נישט געהעריג געווארן אויסגעשלאגן אין קיין געריכט, און עס איז נאכנישט געקומען דערצו אז די אטוירני דזשענעראל זאל דארפן מסביר זיין אין געריכט וואס די לעגיסלעטור ציהל איז געווען מיט די נייע אמענדמענט צי עס האט טאקע געציהל צו פארמינערען פון די 'חיוב הלימודים'.
2) איז א פרטיות'דיגע נושא וואס איז נוגע נאר פאר די 3 מוסדות וואס האבן שוין באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן, צי זיי קענען יעצט נאך א פיינעל דעטערמינעשאן נוצן די נייע אמענדמענט און דורכדעם ווערן פאררעכנט אלץ עקוויוועלענט, און דאס האט די עדיוקעשאן דעפארטמענט קלאר נישט געלאזט, און די מוסדות זענען דערויף אריין אין געריכט, און טאקע געווינען אז זיי קענען יא נוצען דעם נייע אמענדמענט.
'דורותינו' האט זיך באצויגן צי נקודה 1) וואס 'טייל האבן געוואלט אפלערנען דעם נייעם געזעץ אז דאס טוט פארלייכטערען פאר [אלע] מוסדות התורה', וואס אויף דעם פרט האט די עדיוקעשאן דעפארטמענט קיינמאל נישט 'קלאר געזאגט' אז דאס וועט גארנישט 'העלפן' פאר די ישיבות, זיי האבן נאר סך הכל קלארגעמאכט זייער שטעלונג אז די נייע אמענדמענט איז ווייטער בבחינת פעטוועי, און דאס העלפט די זעלבע ווי א פעטוועי.
און אויף דעם האט דורותינו -זיך האלטנדיג צו זייער ליניע- פשוט מסביר געווען, אז כאטש די עדיוקעשאן דעפארטמענט האלט אז דאס האט גארנישט געטוישט פון ביז אהער, דאך וויבאלד דאס קען אפילו נאר אפשר ווערן אנגעקוקט צו גרינגער מאכן פאר די מוסדות, ווילן זיי זיכער מאכן אז דאס זאל נישט געשעהן במציאות, און אלץ ראי' דערצו האט דורותינו געברענגט דאס וואס זיי האבן יעצט אויך געקלאגט די פעלדער געזעץ, וואס דאס איז דאך שוין זיכער קלאר געווארן אויסגעפסקנט אין געריכט אז די קאמישאנער האט א רעכט דאס אפצוטייטשן - און טייטשט דאס טאקע אפ - לחומרא, דאך טוען זיי דאס יעצט קלאגן און ווילן דאס גענצליך אראפמעקן פון די מאפע, דאס זעלבע איז מיט די פעטוועיס און די נייע אמענדמענט, אז זיי ווילן עס נישט בלייבן קיין שום מקום און קיין הוא אמינא צו קענען עפעס טרעפן א פארגרינגערונג פאר די ישיבות.
ווידער די נושא וואס איר צייכנט אן אז 3 מוסדות האבן שוין געווינען אין געריכט צוליב די נייע געזעץ, דאס איז שוין א צווייטע זאך, זייער געווינס איז בכלל 'נישט' באזירט אויף די 'הבנה' אינעם נייע געזעץ אז דאס מאכט גרינגער פון די ביז יעצטיגע פעטוועיס, נאר איז באזירט אויף נושא 2), צי א מוסד נאך וואס עס האט שוין באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן, ווערט נאך אלץ אידענטיפיצירט אלץ א 'סקול', וואס אויב יא קען מען נאך אלץ האבן די מעגליכקייט צו אויסקלויבן די נייע פעטוועי פון די נייע אמענדמענט וויבאל די נייע אמענדמענט איז געשריבן מיט א לשון וואס ערמעגליכט פאר יעדע 'סקול' דאס אויסצקלויבן, אבער דאס האט בכלל נישט צו טוהן צי די נייע אמענדמענט טוט פארגרינגערן פון די פעטוועיס אדער לאזט עס די זעלבע.