חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הערליכע סעודת הודאה לרגל כ"א כסלו געפראוועט אין קאסא גראנדע, אריזאנע

מה נהדר. א הערליכע מסיבת רעים, לרגל יום ההצלה איז צוגעשטעלט געווארן דורך דעם מרא דאתרא, דינובער רבי שליט"א, א תלמיד פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ווי עס פאסט זיך פאר אן אויפגייענדן יישוב וואו דער עולם לעבט אינאיינעם באחדות, זעט מען כסדר אז אפילו דער וואס איז א חסיד פון אן אנדערן רבי'ן, פרייט זיך מיט מיט שמחת חבירו. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ביי דער סעודת הודאה האבן איינטיילגענומען אפילו געוויסע חסידי סקווירא און צאנז קלויזענבורג, אא"וו.

דער אורח הכבוד איז געווען הרה"ח ר' אהרן ראלניצקי שליט"א פון ניו יארק וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט הערליכע רעיונות אויף דער פרשה און פארציילט סיפורים פונעם רבי'ן זי"ע וואס ער האט געהערט ממקור ראשון פון זיין רבי'ן, הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל

אויך האט מען געהערט דברות קודש פון דינובער רבי שליט"א און פון הרה"צ רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א, דומ"ץ קאסא גראנדע.

נאכ'ן מעמד האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים לרגל המעמד זינגענדיג דעם באוואוסטן סקולענער ניגון אויף חסדי ה' און דעם באוואוסטן ניגון בך בטחו פון הרה"ק מסאטמאר, אא"וו.

פאר א שיינע קליפ פון די מעמד קליקט דעם גוגל דרייוו.

*Join Our WhatsApp Group - Stay in the loop and connect with our community. Join here:*

https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
פיילס
IMG-20251213-WA0003.jpg
IMG-20251213-WA0003.jpg (151.15 KiB) געזען געווארן 2279 מאל
IMG-20251215-WA0022.jpg
IMG-20251215-WA0022.jpg (311.03 KiB) געזען געווארן 2279 מאל
IMG-20251215-WA0021.jpg
IMG-20251215-WA0021.jpg (273.4 KiB) געזען געווארן 2279 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6340
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 51740

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 2:52 pm הערליכע סעודת הודאה לרגל כ"א כסלו געפראוועט אין קאסא גראנדע, אריזאנע

מה נהדר. א הערליכע מסיבת רעים, לרגל יום ההצלה איז צוגעשטעלט געווארן דורך דעם מרא דאתרא, דינובער רבי שליט"א, א תלמיד פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ווי עס פאסט זיך פאר אן אויפגייענדן יישוב וואו דער עולם לעבט אינאיינעם באחדות, זעט מען כסדר אז אפילו דער וואס איז א חסיד פון אן אנדערן רבי'ן, פרייט זיך מיט מיט שמחת חבירו. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ביי דער סעודת הודאה האבן איינטיילגענומען אפילו געוויסע חסידי סקווירא און צאנז קלויזענבורג, אא"וו.

דער אורח הכבוד איז געווען הרה"ח ר' אהרן ראלניצקי שליט"א פון ניו יארק וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט הערליכע רעיונות אויף דער פרשה און פארציילט סיפורים פונעם רבי'ן זי"ע וואס ער האט געהערט ממקור ראשון פון זיין רבי'ן, הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל

אויך האט מען געהערט דברות קודש פון דינובער רבי שליט"א און פון הרה"צ רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א, דומ"ץ קאסא גראנדע.

נאכ'ן מעמד האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים לרגל המעמד זינגענדיג דעם באוואוסטן סקולענער ניגון אויף חסדי ה' און דעם באוואוסטן ניגון בך בטחו פון הרה"ק מסאטמאר, אא"וו.

פאר א שיינע קליפ פון די מעמד קליקט דעם גוגל דרייוו.

*Join Our WhatsApp Group - Stay in the loop and connect with our community. Join here:*

https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
הרהק מסאטמאר האט נישט געמאכט קיין ניגונים.

ווער זיצט דארט אויבן אן? ר' אפרים לעמבערגער?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7066

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שמח »

ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 2:52 pm
אהרן ראלניצקי איז שמעונ'ס טאטע?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 488
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1100

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty »

שמח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 4:13 pm
ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 2:52 pm
אהרן ראלניצקי איז שמעונ'ס טאטע?
יא
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 110

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שטייטער »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:59 pm
ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 2:52 pm הערליכע סעודת הודאה לרגל כ"א כסלו געפראוועט אין קאסא גראנדע, אריזאנע

מה נהדר. א הערליכע מסיבת רעים, לרגל יום ההצלה איז צוגעשטעלט געווארן דורך דעם מרא דאתרא, דינובער רבי שליט"א, א תלמיד פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ווי עס פאסט זיך פאר אן אויפגייענדן יישוב וואו דער עולם לעבט אינאיינעם באחדות, זעט מען כסדר אז אפילו דער וואס איז א חסיד פון אן אנדערן רבי'ן, פרייט זיך מיט מיט שמחת חבירו. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ביי דער סעודת הודאה האבן איינטיילגענומען אפילו געוויסע חסידי סקווירא און צאנז קלויזענבורג, אא"וו.

דער אורח הכבוד איז געווען הרה"ח ר' אהרן ראלניצקי שליט"א פון ניו יארק וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט הערליכע רעיונות אויף דער פרשה און פארציילט סיפורים פונעם רבי'ן זי"ע וואס ער האט געהערט ממקור ראשון פון זיין רבי'ן, הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל

אויך האט מען געהערט דברות קודש פון דינובער רבי שליט"א און פון הרה"צ רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א, דומ"ץ קאסא גראנדע.

נאכ'ן מעמד האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים לרגל המעמד זינגענדיג דעם באוואוסטן סקולענער ניגון אויף חסדי ה' און דעם באוואוסטן ניגון בך בטחו פון הרה"ק מסאטמאר, אא"וו.

פאר א שיינע קליפ פון די מעמד קליקט דעם גוגל דרייוו.

*Join Our WhatsApp Group - Stay in the loop and connect with our community. Join here:*

https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
הרהק מסאטמאר האט נישט געמאכט קיין ניגונים.
אבער טאקע יא דעם ניגון בך בטחו (ארויפגעלייגט די ווערטער אויף אן אלטן ניגון)
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

יעדע צופרי פארענדיג צום אפיס זעט מען גאר אסאך פון די ריזיגע טורקי וואלטשער אדלער'ס רוהן זיך אפ אויף די לייט פוילס. זיי ציהן זיך אויס די ... פליגלען, האלטענדיג אויסגעשפרייט זייערע ריזיגע פליגלען אסאך מאל פאר פיפצן מינוט. די ברייט פון די אויסגעשפרייטע פליגלען פון איין עק ביז די אנדערע איז צווישן פינף א האלב ביז זעקס פיס.

אין די בילד קען מען זען גאר אסאך אדלער'ס ווי זיי מאכן זיך באקוועם אויף די לייט פוילס אין קאסא גראנדע.
פיילס
IMG-20251216-WA0005.jpg
IMG-20251216-WA0005.jpg (137.48 KiB) געזען געווארן 1983 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6868

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך הדסים »

ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 7:13 pm יעדע צופרי פארענדיג צום אפיס זעט מען גאר אסאך פון די ריזיגע טורקי וואלטשער אדלער'ס רוהן זיך אפ אויף די לייט פוילס. זיי ציהן זיך אויס די ... פליגלען, האלטענדיג אויסגעשפרייט זייערע ריזיגע פליגלען אסאך מאל פאר פיפצן מינוט. די ברייט פון די אויסגעשפרייטע פליגלען פון איין עק ביז די אנדערע איז צווישן פינף א האלב ביז זעקס פיס.

אין די בילד קען מען זען גאר אסאך אדלער'ס ווי זיי מאכן זיך באקוועם אויף די לייט פוילס אין קאסא גראנדע.
זיי זענען נישט מסוכן פאר בעיביס?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך בין אוועילעבל אויף hadasimyidtish@gmail.com אימעיל אדער טשעט.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 1:08 am
ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 7:13 pm יעדע צופרי פארענדיג צום אפיס זעט מען גאר אסאך פון די ריזיגע טורקי וואלטשער אדלער'ס רוהן זיך אפ אויף די לייט פוילס. זיי ציהן זיך אויס די ... פליגלען, האלטענדיג אויסגעשפרייט זייערע ריזיגע פליגלען אסאך מאל פאר פיפצן מינוט. די ברייט פון די אויסגעשפרייטע פליגלען פון איין עק ביז די אנדערע איז צווישן פינף א האלב ביז זעקס פיס.

אין די בילד קען מען זען גאר אסאך אדלער'ס ווי זיי מאכן זיך באקוועם אויף די לייט פוילס אין קאסא גראנדע.
זיי זענען נישט מסוכן פאר בעיביס?
וואלטשור'ס זענען נישט קיין טורפים, זיי עסן נאר טויטע באשעפענישן.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שמחת חלאקה און חיידר פירן אין קאסא גראנדע אריזאנע, הילד כמר משולם פייש נ"י בן הר"ר משה יהודה סעבאג הי"ו.

חיידר פירן איז פארגעקומען דינסטאג יום ב' פון חנוכה, צום קינדערגארטן פון תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים.

די קינדער זענען געווען גאר גליקלעך צו באקומען פעקעלעך פון צוויי חיידר פירן'ס אין איין וואך, נאך די אפשערן פון הילד בן הר"ר שמעון ראלניצקי.
פיילס
IMG-20251216-WA0106.jpg
IMG-20251216-WA0106.jpg (113.83 KiB) געזען געווארן 1814 מאל
IMG-20251216-WA0107.jpg
IMG-20251216-WA0107.jpg (94.45 KiB) געזען געווארן 1814 מאל
IMG-20251216-WA0108.jpg
IMG-20251216-WA0108.jpg (116.3 KiB) געזען געווארן 1814 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

אויך אין בית חינוך לבנות פון מוסדות קאסא גראנדע שפירט זיך דער חנוכה אין די לופטן.

די טייערע קינדערלעך האבן אויסגעצירט זייערע קלאסן און הערליך אנגעגרייט די עס זאל פאר א חנוכה מסיבה וועלכע וועט פארקומען פאר די עלטערע קינדער מיטוואך חנוכה.

לכבוד די מסיבה האבן די היי סקול מיידלעך צוגעגרייט הערליכע בלומען קראנצן וועלכע זיי האבן אליינס געמאכט אריינברענגענדיג א יום טוב'דיגע אטמאספערע צווישן די קינדער.
IMG-20251217-WA0068~2.jpg
IMG-20251217-WA0068~2.jpg (229.71 KiB) געזען געווארן 1733 מאל

ביי די קלענסטע קינדער האט מען געמאכט א גאנצע שפיל, ווען די לערערין האט צוגעגרייט א גרויסע טאפ, און אלע קינדער האבן געהאט א שאנס אריינצוגיין און שפילן דעם לאטקעלע וועלכע שפרינגט האפ האפ האפ, אריין אין דעם טאפ
IMG-20251217-WA0071.jpg
IMG-20251217-WA0071.jpg (60.66 KiB) געזען געווארן 1733 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שמחת חלאקה פאר הילד כמר יצחק בן הר"ר שמעון ראלניצקי הי"ו מחשובי תושבי קאסא גראנדע,

די שמחה איז פארגעקומען בהשתתפות פונעם זיידע הרב אהרן ראלניצקי שליט"א וועלעכע איז ספעציעל געקומען צו פארן זיך צו באטייליגן ביי די שמחה פון זיין אייניקל,

צום חיידר פירן האט מען געברענגט דעם חלאקה יונגל צום קינדערגארטן פון תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים קאסא גראנדע,

נאכ'ן חיידר פירן זענען די משפחה מיט'ן חלאקה יונגל אריבער צום שטוב פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א צו נעמען ברכות קדשו.
פיילס
IMG-20251217-WA0066(1).jpg
IMG-20251217-WA0066(1).jpg (248.7 KiB) געזען געווארן 1647 מאל
IMG-20251217-WA0067.jpg
IMG-20251217-WA0067.jpg (370.38 KiB) געזען געווארן 1647 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 22086

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מזל טוב @שמעון ראלניצקי (אופס... ס'ארבעט נישט :roll: )

אסאך נחת, פון דיין נייעם יישוב, פון דיין נייעם אפשערן אינגל, און פון אלעם פון דו טוסט!
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

נעכטן אנקומענדיג צו מנחה איז הר"ר משה סעבאג ערשיטערט געווארן צו טרעפן צוויי קליינע פרייע הינט אין חצר ביהמ"ד, ווי זיי ראנגלען זיך מיט די טשיקענס פון די תלמוד תורה, ר' משה האט אנגעכאפט א קנאות, זיך נישט דערשראקן פון די הינט, נאר זיי גלייך פארטריבן פון שטח.

נאכ'ן זיך בארואיגן האט ער איבערגעציילט און געטראפן זעקס טשיקענס ליידער נישט בין החיים. אבער ב"ה ער האט מצליח געווען צו ראטעווען פיר טשיקענס.

עס וועט נעמען אביסל צייט פאר די קינדער זיך צו בארואיגן און זיך אויסלערנען וויאזוי מען נעמט אויף א דורכגאנג אין לעבן. די מלמדים טרעפן אין די צייט א אפערטוניטי צו אויסלערנען די קינדער וויאזוי אויפצונעמען שוועריגקייטן וואס די לעבן ברענגט מיט זיך.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
שטיינער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 104

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שטיינער »

ישוב החדש האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 4:29 am נעכטן אנקומענדיג צו מנחה איז הר"ר משה סעבאג ערשיטערט געווארן צו טרעפן צוויי קליינע פרייע הינט אין חצר ביהמ"ד, ווי זיי ראנגלען זיך מיט די טשיקענס פון די תלמוד תורה, ר' משה האט אנגעכאפט א קנאות, זיך נישט דערשראקן פון די הינט, נאר זיי גלייך פארטריבן פון שטח.

נאכ'ן זיך בארואיגן האט ער איבערגעציילט און געטראפן זעקס טשיקענס ליידער נישט בין החיים. אבער ב"ה ער האט מצליח געווען צו ראטעווען פיר טשיקענס.

עס וועט נעמען אביסל צייט פאר די קינדער זיך צו בארואיגן און זיך אויסלערנען וויאזוי מען נעמט אויף א דורכגאנג אין לעבן. די מלמדים טרעפן אין די צייט א אפערטוניטי צו אויסלערנען די קינדער וויאזוי אויפצונעמען שוועריגקייטן וואס די לעבן ברענגט מיט זיך.
די איבריגע טשיקענס זענען ספק טריפה.
Rummy
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:19 pm
Location: Kiryes Joel
x 6

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Rummy »

ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 7:13 pm יעדע צופרי פארענדיג צום אפיס זעט מען גאר אסאך פון די ריזיגע טורקי וואלטשער אדלער'ס רוהן זיך אפ אויף די לייט פוילס. זיי ציהן זיך אויס די ... פליגלען, האלטענדיג אויסגעשפרייט זייערע ריזיגע פליגלען אסאך מאל פאר פיפצן מינוט. די ברייט פון די אויסגעשפרייטע פליגלען פון איין עק ביז די אנדערע איז צווישן פינף א האלב ביז זעקס פיס.

אין די בילד קען מען זען גאר אסאך אדלער'ס ווי זיי מאכן זיך באקוועם אויף די לייט פוילס אין קאסא גראנדע.
דאס זע מיר אויך אין ניו יארק
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ווי געשריבן פריער איז מוצ"ש פארגעקומען א מלוה מלכה חנוכה מסיבה ארגעניזירט און צוגעשטעלט דורך די עלטסטע כיתה ילדי קאסא גראנדע, זיי האבן עס אהערגעשטעלט לכבוד די עלטערן פונעם יישוב,

די קינדער האבן ארויסגעברענגן זייערע טאטלאנטן און אהערגעשטעלט א יונגערליך קווייער ווי זיי האבן געזינגן יעדער איינער כפי קולו הנעים. מה נהדר צו זען ווי א כיתה פון עלף קינדער בליעה"ר זענען זיך אויסגעקומען אויפן העכסטע מאס אחדות צו פארגינען יעדעם איינעם, און צושטעלן פאר יעדעם איינעם א חלק יפה צו זינגן. אלץ א דאנק די געטרייע מחנכים וועלעכע לייגן אריין גאר אסאך כוחות ארויסצוברענגן דעם חלק שנראה כל אחד מעלת חבירינו ולא חסרונם. א יסוד וואס דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין אינאיינעם מיטן רב שליט"א האבן געשטעלט אין ת"ת כנסת יהושע אז די קינדער זאלן זיין געבויעט אויף געזונטע יסודות. און יעצט חנוכה ביים מסיבה האבן זיך די תוצאות אנגעזען מיט אלע קאלירן. ווען איינע פון די קינדער האט קאמפאזירט א נייע ניגון איבער קאסא גראנדע, דערנאך האבן די קינדער געזינגן חנוכה ניגונים אינאיינעם און פון דארט האבן זיי אהערגעשטעלט א פארשטעלונג מיטן פארזינגן דעם באקאנטן יאקאב ניגון פון הרב יום טוב ערליך זצ"ל.

זעט א שיינע קליפ פון די קאסא גראנדע יונגערליך קווייער
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א געהויבענע חנוכה איז אריבער אויף תושבי קאסא גראנדע אריזאנע, עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער די כסדרדיגע אויפטוהן און די וואוקס מיט נייע תושבים אינעם יישוב, אבער איך וועל לאזן דבר דבר באופנו און יעצט ווען חנוכה איז אריבער וועל איך זיך האלטן צום פרינציפ אין אהערברענגן עטליכע בילדער פון חנוכה אין קאסא גראנדע.

זאת חנוכה איז ווי יאר יערליך פארגעקומען הדלקת נר חנוכה אין שטוב פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א ווי עס האבן זיך צוזאמגענומען חסידים ואנשי מעשה וועלעכע האבן געוואלט אינאיינעם פארברענגן מיט שורות ותשבחות להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות וואס כלל ישראל איז אריבער בימים ההם בזמן הזה.

די רבי איז אריינגעקומען צום ליכט צינדן ארום ניין אזייגער, די ליכט צינדן האט געדויערט אביסל מער פון א האלבע שעה. דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א מילכיגע סעודת חנוכה וואס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה.

ביים סעודה האבן די ילדי תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים נאכאמאל פארגעשטעלט א קווייער זינגענדיג חנוכה ניגונים. און דערנאך האט דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי געטיילט חנוכה געלט פאר די קינדער כנהוג.
פיילס
IMG-20251223-WA0019.jpg
IMG-20251223-WA0019.jpg (261.46 KiB) געזען געווארן 1294 מאל
IMG-20251223-WA0052.jpg
IMG-20251223-WA0052.jpg (110.74 KiB) געזען געווארן 1294 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

► Show Spoiler
א שיינע קליפ פון די מעמד זאת חנוכה ביים מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א

שיינע בילדער פונעם טיילן חנוכה געלט פאר ילדי תשב"ר פון תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים, ווערט געזען ביים טיש דער רבי שליט"א אין א שמועס מיט הרה"צ רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד קהל חסידים.
פיילס
IMG-20251223-WA0011.jpg
IMG-20251223-WA0011.jpg (231.72 KiB) געזען געווארן 1287 מאל
IMG-20251223-WA0006.jpg
IMG-20251223-WA0006.jpg (259.24 KiB) געזען געווארן 1287 מאל
IMG-20251223-WA0010.jpg
IMG-20251223-WA0010.jpg (237.22 KiB) געזען געווארן 1287 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 395

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מכבי »

שטיינער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:37 am
ישוב החדש האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 4:29 am נעכטן אנקומענדיג צו מנחה איז הר"ר משה סעבאג ערשיטערט געווארן צו טרעפן צוויי קליינע פרייע הינט אין חצר ביהמ"ד, ווי זיי ראנגלען זיך מיט די טשיקענס פון די תלמוד תורה, ר' משה האט אנגעכאפט א קנאות, זיך נישט דערשראקן פון די הינט, נאר זיי גלייך פארטריבן פון שטח.

נאכ'ן זיך בארואיגן האט ער איבערגעציילט און געטראפן זעקס טשיקענס ליידער נישט בין החיים. אבער ב"ה ער האט מצליח געווען צו ראטעווען פיר טשיקענס.

עס וועט נעמען אביסל צייט פאר די קינדער זיך צו בארואיגן און זיך אויסלערנען וויאזוי מען נעמט אויף א דורכגאנג אין לעבן. די מלמדים טרעפן אין די צייט א אפערטוניטי צו אויסלערנען די קינדער וויאזוי אויפצונעמען שוועריגקייטן וואס די לעבן ברענגט מיט זיך.
די איבריגע טשיקענס זענען ספק טריפה.
נאר אויב ער האט געלעכערט ביזן חלל
ווייל אין דריסה לכלב
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א גאר שרייענדע תגובה איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך מעטריקס ריעלטי אפיס סי אי או, העסקן ר' מאיר טויבער,

די מעסעזש דארף אויפרודערו כלל ישראל אין גרעיטער ניו יארק, און ברענגן את ערעעסטערע אויפוואכונג ביים עולם איבער די וויכטיגקייט פון זיך ארויסציען צו נייע געגענטער ווי מען קען יא עפארדן צו לעבן פאר ביליגער,

נעבעך נעבעך נעבעך ההרוגה עליך.... פארקויף דיין הויז אין ניו יארק און קויף א גרעסערע, שענערע פאר אסאךךךךך ביליגער, אין די הערליכע בליענדע יישוב קאסא גראנדע אריזאנע. צו מאכן א טרעיד-אין אדער סתם צו קויפן א הויז רוף שוין די ועד און עסקני העיר 520.535.1045

די ועד העיר האט יעצט א קורצע צייט ספעשיל, אז אויב קויפסטו א הויז אין נאכן וואוינען א יאר אין די הויז גלייכסטו עס נישט. דאן וועט מען צוריק אפקויפן פון אייך די הויז און צוריקצאלן די הוצאות, רופט פאר מער דעטאלן ווילאנג די אפפער איז גילטיג
פיילס
IMG-20251229-WA0087.jpg
IMG-20251229-WA0087.jpg (53.11 KiB) געזען געווארן 1062 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

די עסקני העירוב ארבייטן די טעג צו פארגרעסערן דעם שטח העירוב אריינצונעמען אויך וויילדוואוד אין דעם שטח העירוב, אבער עס קאסט אסאך געלט.

אויב זוכט איר א זכות קענט איר יעצט נעמען א חלק אין אויפהאלטן און פארגרעסערן די עירוב אין דעם בליענדע יישוב אין קאסא גראנדע.

https://abcharity.org/cgeruv

תזכו למצוות
פיילס
IMG-20251231-WA0082.jpg
IMG-20251231-WA0082.jpg (185.76 KiB) געזען געווארן 914 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

היינט נאכט קומט פאר די שמחת בר מצוה פאר הבחור החשוב אפרים בן הרה"ח ר' משה סורקיס הי"ו

דאס איז בחסדי ה' די פינפטע בר מצוה אין קאסא גראנדע אין די פערטע בר מצוה פון א תלמיד אין ת"ת כנסת יהושע ד'קהל חסידים

צו די בר מצוה איז ספעציעל געקומען צו פארן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א
פיילס
IMG-20260113-WA0016.jpg
IMG-20260113-WA0016.jpg (211.91 KiB) געזען געווארן 678 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א הערליכע שבת איז געפרעוועט געווארן אין קאסא גראנדע די וואך ווי תושבי קאסא גראנדע האבן מיטגעהאלטן א דאפעלטע שמחה.

די עליה לתורה און ברכת ברוך שפטרנו פונעם אלעם באליבטן ר' משה סורקיס לרגל די בר מצוה ווערן פון בנו הבחור החשוב כמר אפרים הי"ו ביים עליה און קידוש לרגל די שמחה האט זיך עקסטער ארויסגעוויזן די ברידערליכקייט פון די תושבים און ספעציעל פון די ילדי הכיתה.

אזוי אויך איז די שמחה אין שטעטל געווען גאר גרויס מיט די וואוקס פונעם יישוב, אז די וואך האט מען זוכה געווען אז נאך א חסידישע משפחה האט זיך אריבערגעצויגן אין קובע יישוב געווען אין אונזער בליענדע יישוב.

צו אלעם האט צוגעגעבן די פאקט אז יעצט אין די ווינטער חודשים ווען פילע געסט וויילן אויף אפרוה אין קאסא גראנדע, אזש עס איז געווען אפס מקום אינעם ביהמ"ד אויף אזוי ווייט אז יעצט איז שוין די צווייטער שבת דעם ווינטער וואס די "קהל חסידים וויילדוואוד" ביהמ"ד אויף איעסט אלבא איז געווען אפען אין געפראוועט מנייני שבת קודש. כשנים קדמוניות, גראדע נאכן אגענאזירן דעם מניין פאר פרייטאג צונאכטס האט זיך די מנין נישט אויסגעארבייט ווי מען האט געוואלט צוליב געוויסע סיבות, און שבת צופרי האט דער עולם געוואלט מיטהאלטן די שמחה אינעם צענטראלער ביהמ"ד אויף סילווער ריעף דרייוו, און אויך צו קענען אריינכאפן א טבילה אין די הערליכע מקווה טהרה פון די קהילה, ביי מנחה ושלו"ס האט אלעס געקלאפט ווען ארום אנדערטהאלבן מניין פון תושבי קאסא גראנדע האבן אינאיינעם מיט די געסט געפראוועט א שיינע שלוש סעודות, ברוב עם הדרת מלך.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 266

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך משה זיכמעך »

עס איז העכסט צייט ארויסצוברענגען מיין התפעלות פון די פלאץ
איך בין דארט געווען א גאנץ לאנגע צייט צוריק און ס'קען זיך נישט פארגעסן די עונג רוחני וגשמי! א חלום פון א מקום!
ברם זכור לטוב דער לב טוב מיט אזא חן ושכל טוב הר''ר יושע רובין שליט"א וואס זיין מהות געבט צו דעם גאנצן שיינקייט און ב'טעמ'טקייט וואס די הערליכע קהילה "קהל חסידים" שטעלט מיט זיך פאר, מיין וואונטש איז דארט צו וואוינען "עיני וליבי שם" אין פילן זון פון ווארט.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

בר מצוה פון הבחור החשוב אפרים בן הרב משה סורקיס הי"ו

ווי געמאלדן, איז פאריגע וואך פארגעקומען די פיפטע שמחת בר מצוה אין קאסא גראנדע אריזאנע.
עס האט זיך באמת געשפירט די שטאטישע אחדות כימי עולם וכשנים קדמוניות אין די אלטע היים בדרך ישראל סבא, ווען די שטעטל איז זיך צאמגעקומען צו די שמחה בבית חבריהם מיט א ברודערליכע נאנטשאפט,
דער עולם איז געזעצן דורכאויס די גאנצע בר מצוה ביז שפעט אין די נאכט אריין און זיך מיטגעפריידט און געטאנצן אינאיינעם לרגל די מאורע. די ילדי הכיתה האבן געזינגן שיינע ניגונים און ספעציעל זיך אנגעגרייט און געזינגן דעם ניגון הבן יקיר לי אפשרים לכבוד די בר מצוה בחור כמר אפרים ני"ו.
ווי אויך זענען געקומען צו פארן משפחה, און עטליכע פון די געסט וועלעכע וויילן יעצט אויף אפרוה אין דעם הערליכע קאסא גראנדע האבן זיך באטייליגט ביי די שמחה.
ביים שמחה האבן אויפגעטרעטן דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי און דער רב הרב חיים שלמה בערגער אב"ד קהל חסידים.
עס איז געווען א גרויסע שאד אז כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט געמוזט טוישן פלעינער און נישט געקענט קומען. אבער די רבי פארשפרעכט בס"ד צו משלים זיין די באזוך.

נ.ב. נאך די נאכנאנדע געבעטענישן וועל איך ארויפשטעלן עטליכע בילדער וואס איך האב באקומען. אבער איך ווארט נאך אויף די בילדער פונעם פוטוגראפירער ער זאל עס שיקן. איך וועל פאויסטן בעזה"ש ווען איך באקום עס
פיילס
IMG-20260120-WA0048~2.jpg
IMG-20260120-WA0048~2.jpg (195.78 KiB) געזען געווארן 2218 מאל
IMG-20260120-WA0050~2.jpg
IMG-20260120-WA0050~2.jpg (199.56 KiB) געזען געווארן 2218 מאל
IMG-20260120-WA0049.jpg
IMG-20260120-WA0049.jpg (212.19 KiB) געזען געווארן 2218 מאל

שרייב פאוסט