מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4684
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 33296

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מתיבתא קר"י און מתיבתא קווינס וואונטשן צוזאמען פארן פאפא עסקן
פיילס
20251109_003323.jpg
20251109_003323.jpg (90.6 KiB) געזען געווארן 439 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4684
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 33296

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מוסדות ירושלים מהרי"י איז מקבל פנים זייערע נגידים מקהילת מהר"א
פיילס
IMG-20251117-WA0158 (2).jpg
IMG-20251117-WA0158 (2).jpg (405.4 KiB) געזען געווארן 379 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2917
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9062

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווען 4 טייערע חברים מעמבערס זענען זונטאג געשטאנען אין די קעלט און אין די ווינטן א שעה און 20 מינוט זיך געמיטשעט צו טוישן א רעדל פון מיין וויהיקל, עס איז געווען ראסטיג און שווערער ווי א געווענליכע רעדל, אבער אלעס מיט געדולד און געשמאק...

(כ'האב געוואלט רופן די אויטא פירמע, אבער זיי זענען פארמאכט זונטאג און נישט געהאט קיין ברירה נאר צו רופן הילף)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך Think and Thank »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:05 am
פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2025 5:17 pm ק/פ

היינט מיטגעהאלטן ווי איינער טרעפט אין א שול א טשעק וואס איינער האט פארלוירן אין די טשעק האט א גרויסע סכום געהאט אפאר טויזענט דאלער אין גלייך האט ער גערופן מענטשן אין די נעמען וואס זענען געשטאנען אויף די טשעק אין עס שרייט זיך ארויס די מי כעמך ישראל

קרעדיט @קארעספעדאנט
עס קען זיין א שאלה אין הלכה אויב דאס הייסט א סימן, היינט צוטאגס גייט א טשעק פון איינעם צום צווייטן

איך האב אמאל געטראפן א טשעק ביכל פול מיט אויסגעשטעלטע, אונטערגעשריבענע טשעקס - נאך מחובר צום ביכל. האמיר ב"ה זוכה געווען מקיים צו זיין השבת אבידה אויף גאר שיינע סכומים...
בן בית
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:01 pm
Location: USA
x 119

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך בן בית »

גאט ב״ה, האסט א הערליך פאלק.


געווען א פרייטאג, זיממער, אריין אין שפיטאל פאר גיטע סובות, געווען שלא כהרגילה זייער צישאקעלט וויסענדיג אז די מאמע / שוועסטערס, זענען נישט לאקאל, געווען ותקש בלידתה. אנגעקימען זייער שווער.

אינמיטען קימט אריין א ביקור חולים וואלענטיר, כבין געווען זיכער אז זעהנדיג די מצב וועט זי גיין ווייטער צו יודן וואס זענען אין שפיטאל פאר אנדערע סיבות, למעשה איז זי אריינגעקימען, מחזק געווען, געגלעט, געהאלזט, געזינגען אינאיינעם, מתפלל געווען, געזיצן דארט פאר איבער צוויי שעה, ביזן שמחה למזל טוב.

און יא, זי ווייסט נישט אינזער נאמען, און אינז ווייס מיר נישט איר. זיכער געמאכט מיט מיר יעדע 5 מינוט אז כבין אקעי מיט איר דארט זיין. כמלאך המושיע, און א זימערדיגע פרייטאג מיטאג.
בן בית
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:01 pm
Location: USA
x 119

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך בן בית »

מעשה וואס כהאב געהערט פון א כלי ראשון, און סהאט מיר איבערגענימען ביז טרערן.

א באקאנטע נגיד אין וויליאמסבורג האט געטראפן א בחור, א הענדיקעפד ה״י, און ער פרעגט אים וואס מאכסטע? וועלעכע ישיבה גייסטע?

זאגט אים דער בחורל: כבין נישט מסודר אין ערגעץ. כפלעג לערנען דארט און דארט (א מעינסטריעם ישיבה) אבער צום נייעם זמן נעמט מען מיר נישט צירוק. סאיז זיי צו שווער.

דער יוד גייט אראפ צו די הנהלה, געניצט זיין אינפלוענס און בערזל, ביז זיי זאגן אים אז זיי זענען שוין מסכים אים צירוקצינעמען, אבער די בחורים און קלאס קרימען, סאיז זיי לעול ולמשא.

דער נגיד גייט אריבער צום קלאס, געזאגט אפאר הארציגע ווארעמע ווערטער, געגעבן געלט און מתנות פאר די חברים, ציגעזאגט מער גורלות סוף זמן אויב מפירט זיך אויף שיין צי אים, איבעריג צו זאגן אז אינזער בחור׳ל אז געווען אין ישיבה א טאג דערויף.


טאטע. השקיפה ממעון קדשך מן השמים. א יוד ניצט זיין כבוד און אינפלוענס צי העלפן א צווייטן, אנשטאט געבן א גלעט פאר דעם בחורל מיט א ווארעמע ברכה, און גיין ווייטער.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4684
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 33296

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:23 pm וועכנטליכע קידוש השם ווען די מעגא B&H פירמע פארמאכט די טשעק אוט פון זייער וועבזייטל. שטארצט ארויס אינעם שווארצן פרייטאג, ווען אינמיטן די שאפינג טאג פארשליסט זיך די געשעפט.
IMG_20251129_222222_103.jpg
IMG_20251129_222222_103.jpg (143.25 KiB) געזען געווארן 212 מאל
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1498
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5438

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך עדיטאריעל »

הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וואונטש אן אנוועזענדער מתפלל ביים ציון פון בת עין זי"ע נאכדעם וואס די אינטער בחור האט אים נישט צוגעלאזט...

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 509

Re: מי כעמך ישראל - סיפורים פון אנשים פשוטים

פאוסט דורך ירא השם »

היינט צופרי אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים איז פאר א בחור אדער יונגערמאן שלעכט געווארן אין מקוה, די הצלה איז געקומען און באשלאסן אים אריינטראגן אין אמבולנס אדער שפיטאל פאר אינטערזוכונגען

ארויסקומענדיג מיט די הצלה האט זיך געהערט די רעקארדינג וואס דערמאנט סוף זמן קר"ש, דער פאציענט האט געבעטן די הצלה צו ווארטן ער זאל קענן לייענען קר"ש בזמנה

מי כעמך ישראל
שרייב פאוסט