זאכן וואס איך וויל וויסן

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4972

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:40 pm
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:45 am האבן די אבות הקדושים געוויסט זייער חשיבות בשעת זיי האבן געלעבט?
דהיינו
האבן די אבות געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז נאר זיי זענען די אבות און פון זיי גייט ארויסקומען כלל ישראל?
האבן זיי געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז אלעס וואס זיי טוען איז א סימן לבנים?
האבן זיי געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז זיי זענען א חלק פון די כסא הכבוד ?
האט יעקב אבינו געוויסט בחייו אז ער די בחיר האבות?

נ.ב. האבן זיי געוויסט בחייהם אז זיי זענען (מרומז קעגן) חסד /גבורה/תפארת?
1) וואס מיינט די חשיבות? צו זיי האבן געוויסט וועלכע טיטל מען דארף אויף זיי שרייבן? צו זיי האבן געוויסט זייערע מדריגות? זיי זענען דאך געווען נביאים, זיי האבן זייער פיין געוויסט וואו זיי שטייען אויף די וועלט. ס'איז ווי דו זאלסט פרעגן אויב רבי חיים קנייבסקי האט געוויסט אז ער איז א תלמוד חכם.... אודאי האט ער געוויסט, וואס איז די פראגע בכלל?

2) ווי @תינוק הבורח זאגט, דאס איז פשוט עברי טייטש פון חומש. דער אויבערשטער האט דאך גערעדט מיט זיי דערוועגן מערערע מאל. אודאי האבן זיי געוויסט אז זיי זענען די אבות פון כלל ישראל. יעקב האט דאך קלאר געוויסט אז זיינע קינדער זענען שוין נישט קיין אבות, נאר שבטים. ער האט אפילו אריינגעריקט מנשה ואפרים.

3) קלאר אז יא. ווי דער רמב"ן איז פארנומען מיט די פועל דמיוני, מעשי אבות סימן לבנים. ס'איז קלאר אז זיי האבן געוויסט. ווי ער שרייבט אין פרשת לך לך ווען אברהם אבינו איז אראפ צו מצרים, "ורמז אליו" כי בניו ירדו מצרים מפני הרעב... דער אויבערשטער האט זיי מגלה געווען.

4) איך ווייס נישט וואס מיינט זיין א חלק פון כסא הכבוד, אבער יעדע אידישע נשמה איז דאך חצובה מתחת כסא הכבוד. מיר זענען אלע א חלק פון די כסא הכבוד, ס'איז א נפקה מינה צו פון די פיסל, די הענטל, אדער דער אנליינער?.... יעדע איד איז א חלק אלקי ממעל. מיר גייען אלע אויך אנקומען צוריק אהין, יעדע נשמה מוז צוריק אנקומען צום שורש. מען דארף נאר האלטן די נשמה ריין, אנדערש וועט די נשמה דארפן דורכגיין געוויסע אויסלייטערונגען. הנקרא גהינם וכדו'... דאס איז די ארבעט פון א איד, צו וויסן, גלייבן, און געדענקן אז מען א נשמה איז א חלק אלקי ממעל. און וואטשן און שעצן די נשמה הטהורה.

5) 6) איז כמדומה איין פראגע, בחיר האבות איז לכאורה אן אפצווייג פון די מידות. וואס איז בכלל די פראגע? איך וויל גראדע מאריך זיין אין די ענין ביי די ברסלב'ע טעמע. אבער דו האלטס למשל אז רבי נחמן האט געקענט מגלה זיין די סגולה פון די צען קאפיטלעך, אויב דוד המלך האט דאס נישט מכוון געווען? דו האלטסט אויף די אלע גילוים אין ספרי קבלה אויף מאמרי חז"ל, אז חז"ל האב דאס נישט מכוון געווען נאר דאס איז פרי עטו פון ריקאנטי, ר"י גיקטוליא, רבי משה די ליאון, אר"י הק', רבי שמשון אוסטראפאלער, רש"ש, וכו' וכו'? אין לך ליצנות גדולה מתורת הנסתר יותר מזה, אז די אבות הקדושים אדער חכמינו ז"ל האבן נישט געוויסט, מיינט דאס אז גאנץ תורת הנסתר איז א דמיון ר"ל.
אויף נקודה 5-6. איך ווייס נישט וואס דער אמת איז אבער איך זע נישט דעם הכרח אויף פארקערט, אויף די אנשי כה"ג שטייט אויך אז זיי האבן אליין נישט מכוון געווען אלע כוונות נאר פון הימל האט מען זיי געפירט צו מתקן זיין דעם פונקטליכן לשון וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע כוונות.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 362
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 829

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך ChatGPT »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:40 pm
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:45 am האבן די אבות הקדושים געוויסט זייער חשיבות בשעת זיי האבן געלעבט?
דהיינו
האבן די אבות געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז נאר זיי זענען די אבות און פון זיי גייט ארויסקומען כלל ישראל?
האבן זיי געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז אלעס וואס זיי טוען איז א סימן לבנים?
האבן זיי געוויסט בשעת זיי האבן געלעבט אז זיי זענען א חלק פון די כסא הכבוד ?
האט יעקב אבינו געוויסט בחייו אז ער די בחיר האבות?

נ.ב. האבן זיי געוויסט בחייהם אז זיי זענען (מרומז קעגן) חסד /גבורה/תפארת?
1) וואס מיינט די חשיבות? צו זיי האבן געוויסט וועלכע טיטל מען דארף אויף זיי שרייבן? צו זיי האבן געוויסט זייערע מדריגות? זיי זענען דאך געווען נביאים, זיי האבן זייער פיין געוויסט וואו זיי שטייען אויף די וועלט. ס'איז ווי דו זאלסט פרעגן אויב רבי חיים קנייבסקי האט געוויסט אז ער איז א תלמוד חכם.... אודאי האט ער געוויסט, וואס איז די פראגע בכלל?

2) ווי @תינוק הבורח זאגט, דאס איז פשוט עברי טייטש פון חומש. דער אויבערשטער האט דאך גערעדט מיט זיי דערוועגן מערערע מאל. אודאי האבן זיי געוויסט אז זיי זענען די אבות פון כלל ישראל. יעקב האט דאך קלאר געוויסט אז זיינע קינדער זענען שוין נישט קיין אבות, נאר שבטים. ער האט אפילו אריינגעריקט מנשה ואפרים.

3) קלאר אז יא. ווי דער רמב"ן איז פארנומען מיט די פועל דמיוני, מעשי אבות סימן לבנים. ס'איז קלאר אז זיי האבן געוויסט. ווי ער שרייבט אין פרשת לך לך ווען אברהם אבינו איז אראפ צו מצרים, "ורמז אליו" כי בניו ירדו מצרים מפני הרעב... דער אויבערשטער האט זיי מגלה געווען.

4) איך ווייס נישט וואס מיינט זיין א חלק פון כסא הכבוד, אבער יעדע אידישע נשמה איז דאך חצובה מתחת כסא הכבוד. מיר זענען אלע א חלק פון די כסא הכבוד, ס'איז א נפקה מינה צו פון די פיסל, די הענטל, אדער דער אנליינער?.... יעדע איד איז א חלק אלקי ממעל. מיר גייען אלע אויך אנקומען צוריק אהין, יעדע נשמה מוז צוריק אנקומען צום שורש. מען דארף נאר האלטן די נשמה ריין, אנדערש וועט די נשמה דארפן דורכגיין געוויסע אויסלייטערונגען. הנקרא גהינם וכדו'... דאס איז די ארבעט פון א איד, צו וויסן, גלייבן, און געדענקן אז מען א נשמה איז א חלק אלקי ממעל. און וואטשן און שעצן די נשמה הטהורה.

5) 6) איז כמדומה איין פראגע, בחיר האבות איז לכאורה אן אפצווייג פון די מידות. וואס איז בכלל די פראגע? איך וויל גראדע מאריך זיין אין די ענין ביי די ברסלב'ע טעמע. אבער דו האלטס למשל אז רבי נחמן האט געקענט מגלה זיין די סגולה פון די צען קאפיטלעך, אויב דוד המלך האט דאס נישט מכוון געווען? דו האלטסט אויף די אלע גילוים אין ספרי קבלה אויף מאמרי חז"ל, אז חז"ל האב דאס נישט מכוון געווען נאר דאס איז פרי עטו פון ריקאנטי, ר"י גיקטוליא, רבי משה די ליאון, אר"י הק', רבי שמשון אוסטראפאלער, רש"ש, וכו' וכו'? אין לך ליצנות גדולה מתורת הנסתר יותר מזה, אז די אבות הקדושים אדער חכמינו ז"ל האבן נישט געוויסט, מיינט דאס אז גאנץ תורת הנסתר איז א דמיון ר"ל.
בנוגע וואס דו שרייבסט אויף גילוים אין תורת הנסתר (5) 6)) פארשטיי איך נישט.
ס'דא א מאמר פון ר' צדוק אז אלע גילויום אין דרכים אין תורת הנסתר, אנגעהויבן פון מראות הר סיני, מראות משה בהר, מראות אליהו בסיני, מראות ישעי', יחזקאל, רשב''י, ר''י סגי נהור, ראב''ד, רמ''ק, אריה''ק וכו' וכו' - זענען בעצם איינס, נאר יעדער האט עס אפגעשריבען ווי אזוי עס איז פאר איז פאר אים נתגלה געווארן כלומר משיג געווען, די אלע ענינים ווערן דאך נישט נתגלה בעיני בשר נאר מיט עיני השכל,
דעריבער דאס אלעס זענען נישט קיין חידושים וואס פריערדיגע האבן נישט געוויסט, נאר ס''ה זיי האבן געהאט א געוויסע השגה כפי ערכם ונשמתם וואס זיי האבן פארשריבען פאר זייערע תלמידים.
אין אנדערע ווערטער כאילו אן אנדערע וועג מסביר צו זיין די זעלבע שטיקל גמרא.

בנוגע נקודה 4) צו זיי האבן געוויסט אז זיי זענען חלק פון די כסא הכבוד, איה''נ ידע איד איז א חלק אלו' ממעל, אבער @דעת קדשי מיינט מסתם צו פרעגן אויפן ענין פון זין די שלש רגלי מרכבה, די זעלבע ווי די נעקסטע צוויי נקודות, מדות - בחיר האבות, סאו 4-5-6 איז אלעס איינס.
די תשובה איז, לכאורה יא. זיי האבן געוויסט פונקט ווי מהאט מגלה פאר דוד המלך האכן מעשה מיט שמעו בן גרא אז ער האט זוכה געווען צו ווערן די רגל רביעי.
יעקב אבינו בחיר האבות שטייט אין חת''ס פר' וישב אז ער האט געוויסט
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 362
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 829

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך ChatGPT »

די אלע פאוסטס וואס קומען געפימפעלט מיט קמץ\פתח'ס אדער מיטן מקף העכערן פ רפוי (ווי די באבע ע''ה פלעגט שרייבן) זענען טאקע פרי עטו פון AI?
בעיקר אין די ל''ט טעמע טרעפט מען עס.
לדוגמא דא און דא
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 814
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1619

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך צווייטער »

הדסים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:09 pm אויף די אנשי כה"ג שטייט אויך אז זיי האבן אליין נישט מכוון געווען אלע כוונות נאר פון הימל האט מען זיי געפירט צו מתקן זיין דעם פונקטליכן לשון וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע כוונות.
ווי שטייט דאס?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. און ס'איז אינטערסאנט, ווייל אין כמה תפילות שטייט כאילו כוונתי כל הכוונות שכוונו בהם אנשי כנסת הגדולה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.

זיכער האבן זיי געוויסט אז זיי זענען די ספירות חסד, גבורה, תפארת וכו'.

זהו מה שמרו ז''ל האבות הן הן המרכבה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 362
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 829

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך ChatGPT »

אגב, אויפן בעלי שו''ע המחבר ורמ''א שרייבט עס ר' יונתן אין תומים, אבער אויף די אנשי כה"ג וווייס איך נישט
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2253
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7299

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך נקודות טובות »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:40 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:09 pm אויף די אנשי כה"ג שטייט אויך אז זיי האבן אליין נישט מכוון געווען אלע כוונות נאר פון הימל האט מען זיי געפירט צו מתקן זיין דעם פונקטליכן לשון וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע כוונות.
ווי שטייט דאס?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. און ס'איז אינטערסאנט, ווייל אין כמה תפילות שטייט כאילו כוונתי כל הכוונות שכוונו בהם אנשי כנסת הגדולה.
איך האב נעכטן געזעהן די פאוסט, און איך האב נישט געהאט קיין נערווען אריינצוגיין אין די נושא. עיין בנפש החיים שער ב' פרק י"ג וואס ער זאגט ווערטער כעין זה. אבער כמדומה האט @הדסים אביסעל פארדרייעט די נקודה. מדברי הדסים איז משמע כאילו די אנשי כנסת הגדולה זענען געווען puppets, און זיי האבן ניטאמאל פארשטאנען וואס זיי שרייבן נאר דער 'אר"י הק' האט מגלה געווען.

רבי חיים און אזוי אויך אנדערע ברענגן ארויס פונקט להיפך. די כוונות האר"י איז אפילו נישט כטיפה מן הים פון די כוונות וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מכוון געווען! און עס קען נישט זיין אנדערש ווי אז ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די סדר התפילות איז עס געווען בנבואה! אבער זיכער האבן זיי געוויסט וואס זיי שרייבן.

וז"ל.
► Show Spoiler
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 585

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך בן מלך »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:40 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:09 pm אויף די אנשי כה"ג שטייט אויך אז זיי האבן אליין נישט מכוון געווען אלע כוונות נאר פון הימל האט מען זיי געפירט צו מתקן זיין דעם פונקטליכן לשון וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע כוונות.
ווי שטייט דאס?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. און ס'איז אינטערסאנט, ווייל אין כמה תפילות שטייט כאילו כוונתי כל הכוונות שכוונו בהם אנשי כנסת הגדולה.
פונקט פארקערט. זיי האבן דאס אוועגעשטעלט בכוונה תחילה, נאר באהאלטן. די שפעטערע האבן באקומען רשות מגלה צו זיין דאס וואס די אנשי כה״ג האבן באהאלטן.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5250

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 7:16 pm
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:40 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:09 pm אויף די אנשי כה"ג שטייט אויך אז זיי האבן אליין נישט מכוון געווען אלע כוונות נאר פון הימל האט מען זיי געפירט צו מתקן זיין דעם פונקטליכן לשון וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע כוונות.
ווי שטייט דאס?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. און ס'איז אינטערסאנט, ווייל אין כמה תפילות שטייט כאילו כוונתי כל הכוונות שכוונו בהם אנשי כנסת הגדולה.
איך האב נעכטן געזעהן די פאוסט, און איך האב נישט געהאט קיין נערווען אריינצוגיין אין די נושא. עיין בנפש החיים שער ב' פרק י"ג וואס ער זאגט ווערטער כעין זה. אבער כמדומה האט @הדסים אביסעל פארדרייעט די נקודה. מדברי הדסים איז משמע כאילו די אנשי כנסת הגדולה זענען געווען puppets, און זיי האבן ניטאמאל פארשטאנען וואס זיי שרייבן נאר דער 'אר"י הק' האט מגלה געווען.

רבי חיים און אזוי אויך אנדערע ברענגן ארויס פונקט להיפך. די כוונות האר"י איז אפילו נישט כטיפה מן הים פון די כוונות וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מכוון געווען! און עס קען נישט זיין אנדערש ווי אז ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די סדר התפילות איז עס געווען בנבואה! אבער זיכער האבן זיי געוויסט וואס זיי שרייבן.

וז"ל.
► Show Spoiler

אין בבלי (מגילה יז:) שטייט אויף די אנשי כנסת הגדולה 'ובהם כמה נביאים'. אין ירושלמי ברכות (פ"ב ה"ד) שטייט אבער 'ובהם שמונים וכמה נביאים', אז צווישן די אנשי כנסת הגדולה איז גאר געווען עטליכע און אכציג נביאים, דאס הייסט אז מער ווי צוויי דריטל פון די אנשי כנסת הגדולה זענען געווען נביאים!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2437
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8220

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך בודקע »

איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 509

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך ירא השם »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:00 pm איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?
מענין לענין

איך האב אויסגעמעקט מיינע אימעילס ביי מיסטעיק

איז דא א וועג עס צוריקבאקומען?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1417
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2140

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך יאנטשי »

ירא השם האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 4:49 pm

אין די 30 טעג ליגט עס אין טרעש פאלדער, נאכדעם איז עס געווענליך נישט דא מער. חוץ ביי באצאלטע אקאונטס.

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 4:59 pm
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 4:49 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:00 pm איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?
מענין לענין

איך האב אויסגעמעקט מיינע אימעילס ביי מיסטעיק

איז דא א וועג עס צוריקבאקומען?
אין די 30 טעג ליגט עס אין טרעש פאלדער, נאכדעם איז עס געווענליך נישט דא מער. חוץ ביי באצאלטע אקאונטס.
איך האב דאך ביי מיסטעיק אויך אויסגעמעקט די טרעש פאלדער
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5250

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:00 pm איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?

פרוביר אריינצוסיינען דורך א דעווייס וואס האט אסאך מאל אריינגעלאגט צו די ספעציפישע אקאונט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2437
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8220

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך בודקע »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:22 pm

און אויב האב איך נישט אזאנס?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 362
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 829

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך ChatGPT »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:17 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:22 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:00 pm איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?

פרוביר אריינצוסיינען דורך א דעווייס וואס האט אסאך מאל אריינגעלאגט צו די ספעציפישע אקאונט.
און אויב האב איך נישט אזאנס?
דאס האסטו פרובירט?
g.co/recover
https://support.google.com/accounts/ans ... 8492442048
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1417
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2140

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך יאנטשי »

איך האב באקומען דעם טעקסט מעסעדזש, איך בין נייגעריג וויאזוי עס ארבעט, איינער ווייסט? ווען ער געבט מיך א נומער וואס איך דארף צאלן אריינצוגיין אינעם גורל רעכענט מען אריין מיין ערשטע נדבה?
לויטן חשבון אז 25k צעטיילט מען אין 500 קומט עס אויס 50 דאלאר, דאס מיינט לכאורה אז די לכה"פ וואס זיי בעטן איז 100

Chavivim Raffle! Win 25K in jewelry @SJ Diamond or 18K cash! Tickets 1-500, each ticket sold once! Support Chavivim's mission! https://www.rayze.it/chavivimkj
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2437
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8220

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך בודקע »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:54 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:17 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:22 pm

פרוביר אריינצוסיינען דורך א דעווייס וואס האט אסאך מאל אריינגעלאגט צו די ספעציפישע אקאונט.
און אויב האב איך נישט אזאנס?
דאס האסטו פרובירט?
g.co/recover
https://support.google.com/accounts/ans ... 8492442048
יא, סארבייט נישט
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5250

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:30 am איך האב באקומען דעם טעקסט מעסעדזש, איך בין נייגעריג וויאזוי עס ארבעט, איינער ווייסט? ווען ער געבט מיך א נומער וואס איך דארף צאלן אריינצוגיין אינעם גורל רעכענט מען אריין מיין ערשטע נדבה?
לויטן חשבון אז 25k צעטיילט מען אין 500 קומט עס אויס 50 דאלאר, דאס מיינט לכאורה אז די לכה"פ וואס זיי בעטן איז 100

Chavivim Raffle! Win 25K in jewelry @SJ Diamond or 18K cash! Tickets 1-500, each ticket sold once! Support Chavivim's mission! https://www.rayze.it/chavivimkj

מען פארקויפט 500 טיקעטס, יעדע טיקעט קאסט אן אנדערע פרייז אנגעהויבן פון איין דאלער און געענדיגט ביי 500 דאלער. דאס קומט אויס צו א סך הכל פון $125,250

דו קענסט נישט וויסן פון פאראויס וויפיל דיין טיקעט גייט קאסטן, נאר נאכ'ן עפראוון צו טשארדזשן דיין קארטל וועסטו געוואויר ווערן וויפיל מען האט געטשארדזשד.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1417
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2140

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך יאנטשי »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:20 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:30 am איך האב באקומען דעם טעקסט מעסעדזש, איך בין נייגעריג וויאזוי עס ארבעט, איינער ווייסט? ווען ער געבט מיך א נומער וואס איך דארף צאלן אריינצוגיין אינעם גורל רעכענט מען אריין מיין ערשטע נדבה?
לויטן חשבון אז 25k צעטיילט מען אין 500 קומט עס אויס 50 דאלאר, דאס מיינט לכאורה אז די לכה"פ וואס זיי בעטן איז 100

Chavivim Raffle! Win 25K in jewelry @SJ Diamond or 18K cash! Tickets 1-500, each ticket sold once! Support Chavivim's mission! https://www.rayze.it/chavivimkj

מען פארקויפט 500 טיקעטס, יעדע טיקעט קאסט אן אנדערע פרייז אנגעהויבן פון איין דאלער און געענדיגט ביי 500 דאלער. דאס קומט אויס צו א סך הכל פון $125,250

דו קענסט נישט וויסן פון פאראויס וויפיל דיין טיקעט גייט קאסטן, נאר נאכ'ן עפראוון צו טשארדזשן דיין קארטל וועסטו געוואויר ווערן וויפיל מען האט געטשארדזשד.
הייסט אויב בין איך נאר גרייט צו געבן 100 דאלאר איז די גאנצע זאך נישט פאר מיר, ווייל די עוורידזש וואלט געווען 250.

גאריט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5250

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:34 pm

נישטא עכט קיין עוורידזש נאר רענדאם - דו קענסט באקומען עני רענדאם נומער צווישן 1 און 500, ממילא זאלסטו נאר געבן אויב דו ביזט מסכים פאר א שאנס צו געבן ביז 500.
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1635
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3825

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך דעת קדשי »

צ''ק
פארוואס די מוסלעמענער פראווען יאנאוואר דעם ערשטן אלס נייע יאר טאג?
דאס האבן די קריסטן איינגעפירט ווייל אין די טאג איז יאשקע ווייסעך וואס....
אין אמתן וואלט זיער קראצמעך חאגע געדארפט אויספאלן יאנאוואר דעם ערשטן נאר זייער חשבון איז געוורן צופארן
און די זעלבע איז די מספר יארע 2026 אויך וועגן זייער יאשקע זיי ציילן דאך וויפיל יאר ס'דורך פון אים
א''כ וואס האט דאס מיט די מוסלנעמנער?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1143

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 12:38 am צ''ק
פארוואס די מוסלעמענער פראווען יאנאוואר דעם ערשטן אלס נייע יאר טאג?
דאס האבן די קריסטן איינגעפירט ווייל אין די טאג איז יאשקע ווייסעך וואס....
אין אמתן וואלט זיער קראצמעך חאגע געדארפט אויספאלן יאנאוואר דעם ערשטן נאר זייער חשבון איז געוורן צופארן
און די זעלבע איז די מספר יארע 2026 אויך וועגן זייער יאשקע זיי ציילן דאך וויפיל יאר ס'דורך פון אים
א''כ וואס האט דאס מיט די מוסלנעמנער?
עס איז נישט זייער עכטער ראש השנה, זיי פראווען עס נאר ווייל דאס איז דער ניי יאר אין דער פארגעשריטענער וועלט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2437
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8220

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך בודקע »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:00 pm איינער ווייסט צו סאיז דא א מעגליכקייט צוריק צו באקומען א אימעיל אדרעס אויב מאיז געווארן ארויס געלאגט, און סהאט נישט קיין ריקאווערי פאון\אימעיל?
למעשה ווייסט איינער צו ס'איז דא א וועג?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5250

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 12:38 am צ''ק
פארוואס די מוסלעמענער פראווען יאנאוואר דעם ערשטן אלס נייע יאר טאג?
דאס האבן די קריסטן איינגעפירט ווייל אין די טאג איז יאשקע ווייסעך וואס....
אין אמתן וואלט זיער קראצמעך חאגע געדארפט אויספאלן יאנאוואר דעם ערשטן נאר זייער חשבון איז געוורן צופארן
און די זעלבע איז די מספר יארע 2026 אויך וועגן זייער יאשקע זיי ציילן דאך וויפיל יאר ס'דורך פון אים
א''כ וואס האט דאס מיט די מוסלנעמנער?

ס'נישט אינגאנצן אזוי. אדם הראשון האט מתקן געווען, לשמים, א יום טוב ביום תקופת טבת ביז אכט טעג שפעטער (וואס דעמאלס קומט אויס יאנואר 1), נאר די גוים האבן עס נאכדעם גענומען פאר א חגא פאר די עבודה זרה (כמבואר בע"ז ח.).

אלזא, די חגאות פון קראצמעך און ניו יער זענען סאך עלטער ווי קריסטנטום און אודאי ווי איסלאם, נאר איז געווארן אדאפטירט דורך קריסטנטום, ווארשיינליך טאקע ווייל דער אותו האיש איז דעמאלס געבוירן (און ווי די מקובלים זענען מסביר האט ער דוקא נאר געקענט געבוירן ווערן אין אזא זמן).

אבער איה"נ, ווי @תינוק הבורח ווייזט שוין אן האלטן זיי זייער אייגענע קאלענדער וואס גייט נאר מיט שנות הלבנה אן קיין עיבור יאר צו פארגלייכן מיט שנת החמה, אזוי אז זייערע יארן פארן שנעלער ווי אונזערע. נאר די סיבה פארוואס זיי פראווען ניו יער און רעדן פון 2026 איז ווייל דאס איז די קאלענדער וואס די פארגעשריטענע וועלט נוצט.
שרייב פאוסט