בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 4:29 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:22 am טראמפ אויף א אינטערוויו מיט פאליטיקא ווערט צוהיצט ווען דער רעפארטער פרעגט וויזוי ער באצייכנט זיין עקאנאמיע.

A פלאָס פלאָס פלאָס פלאס פלאס פלאָס...

► Show Spoiler
🔔 אידטיש רעפארט.

נאך גוטע אויסצוגן פונעם אינטערוויו
.
(נישט ווארט ביי ווארט).


רעפארטער'קע: אייראפעישע לענדער טראכטן אז אמעריקע איז מער נישט זייער פריינד, און איז נישטא זיי צו באשיצן.

טראמפ: די אלע אייראפעאישע לענדער - איך קען זייערע פירער, אמאל האב איך געמיינט זיי זענען שונאים, אבער כ'זעה זיי זענען פלענע טופשום. זיי מאכן אליינס חרוב זייערע לענדער, בפרט מיט זייערע אימיגראנטן פאליסיס. זיי ווייסן נישט וואס צו טון, וויבאלד זיי ווילן זיין פאליטיקלי קארעקט, אבער זיי טוישן די ווירדן און אויסקוק פון זייער לאנד. למשל אזא שטאט ווי לאנדאן ווי די אימיגראנטן האבן אריינגעוועלט א אומטויגליכע שוטה נארישע מעיאר.

און איז גוט אז מאסקאווע באצייכנט דיינע פאליסיס אלס גוט צו זיי?

איך פיר נישט אייראפע, מיר גייט נאר אן אמעריקע ערשט און רוסלאנד וויל א שוואכע אייראפע, און דאס באקומט ער פון די נארישע פירער זייערע.

------

די ווייסט אז די פויפסט האט שווער פארדאמט דיינע אימיגראציע פאליסיס?

ניין כאנישט קיין אנונג, קען זיין. ער האט אויך פארדאמט די וואנט וואס איך האב געבויעט. קיינער רעדט נישט דערפון, אבער איך האבן סוקסעפול געבויעט א וואנט. און בד"וו ער האט א ברודער א שטארקע מאגא חסיד. אין פלארידע.

וועסטו זיך טרעפן מיט אים?

יא שאר. כאמיך שוין געטראפן מיט זיין ברודער..

ניין כ'רעדט פונעם פויפסט.

אה, זיכער פארוואס נישט...

-------
ענפערט וואס זיינע שריט איבער וועניזועלא וועט זיין, ספעציעל נאכדיין סטעיטמענט אז מאדוראס טעג זענען געציילטע:

פארוואס זאל איך דיר זאגן? עני סיבה איז זאל דיר פארציילן? פאר א מידיע פירמע וואס האט באקומען 8 ביליאן דאלאר פון אבאמא?!

רעפארטערקע; אבער די אמעריקאנע באפעלקערונג וויל וויסן וואס זייער פרעזידענט טוט. וועט מען זעהן אמעריקאנע סאלדאטן אין ווענעזועלע?

אהּ, איך בין די מערסטע אפן פון סיי ווער. אבער דאס קען איך נישט זאגן. אזויפיל זאג איך, מאדוראס טעג זענען געציילטע.

אבער איז דאס נישט קיין סתירה מיטן פארדאנירן די פרעזידענט פון האנדוראס וואס איז געווען פארמישט און דראג שמוגלערייען?

ניין. איך קען אים נישט, אבער איך האב געהערט פון אסאך גוטע מענטשן אז מען דארף אים פריי לאזן. ער איז געווארן פאר'משפט דורך א אבאמא אויפגעמאכטע זאך, מיט צוזאמארבייט מיט זיין לאנד וואס האט באוואפנט זייער יוסטיץ סיסטעם, פונקט ווי ביידען האט געטון מיט אמעריקע. און ער איז נישט געווען דירעקט פארמישט אין די דראגס.
------

ר': מענטשן מאכן יעצט זייערע פלענער פאר די חגאות, זיי ווילן קויפן גע---
ט: מאך נישט אזוי דראמאטיש..
ר: יא אבער מענטשן ווילן קוי--
ט; מאך נישט קיין דראמא..
ר': איך מיין מענטשן מאכן זייערע פלענער פאר'ן קומענדיגן יאר און זיי זארגן זיך אויף די עקאנאמיע בשעת מענטשן - אריינגערעכנט דיינע סופארטער'ס - זאגן אז די ספענסט צופיל צייט פאר אנדערע לענדער בשעת אינז מיטשענען זיך מיט די עקאנאמיע.

טראמפ: סיריעסלי?! איך בין געזיצן דא אינעם ווייסן הויז רוב יאר, איין טריפ האב איך געמאכט קיין אייראפע און אהיימגעקומען מיט טריליאנען אין אינוועסמענטס, פארקויפט 300 באואינג פליגער'ס, וואס דאס אלעס האט א ריזן אפעקט אויף אינזער עקאנאמיע. און פרייזן זענען אראפ געקומען גאר שטארק, בשעת די דעמאקראטן האבן ליב צו זינגען עקאנאמיע עקאנמיע האבן זיי אינז געהעכערט די פרייזן אבער איך האב עס אראפגעברענגט, און בפרט ענערגיע. וואס ווען גאז איז נידריג איז אלעס ביליגער.
און איך האב אריינגעברענגט 18 טריליאן דאלאר אינוועסטמענטס אין אונזער לאנד. 18 ט.ר.י.ל.י.א.ן דאלער. א רעקארד נומער! שוטה ביידן האט געהאט 1 טריליאן אין פיר יאר... דאס איז אלעס צו פארדאנקען טעריפס. די אויטא אינדוסטרי קומט צוריק AI קומט ארייןַ. מיר וועלן צוריק ווערן א וועלט'סמאכט.

-----

געוויסע פון דיינע שטיצער זאגן אז די ביסט מער נישט אמעריקע פירסט.

דעי איין שוטה פרוי גרין, פארעטער גרין, פארעטער ברוין, ווייל גרין קען ווערן ברוין. זי איז געווען א פריינד, אבער זי האט זיך באליידיגט אז איך קען איר נישט אויפהייבן די טעלעפאן... איך האב איבער 220 קאנגרעסלייט, איבער 50 סענעטארן, איבער 200 אנדערע וועלט פירער, און פאמיליע. איך קען איר נישט אויפהייבן די טעלעפאן דריי מאל א טאג...

-------

יעדער שטומט צו אז די ראטעס דארפן געשניטן ווערן, וועט די ריקווייערמענט פאר א נייע פארזיצער זיין אז ער מוז שניידן די ראטעס?

יא!
דער פאועל האלט נישט ביים שניידן, ווייל ער האט זיך באליידיגט ווען איך האב אים באשולדיגט, און ער האט סתם אזוי פיינד טראמפ. אבער דער נייער פארזיצער קיין נפק"מ ווער, וועט עס ברויכן שניידן.

------


זאל פיעט העגסעט עדות זאגן אונטער שבועה פאר קאנגרעס, איבער די קאנטערווערסיאלע שיפל שיסעריי? און האסטו געזען די ווידיאו?

איך האב אלעס געזען, ער קען עדות זאגן אויב ער וויל. גייט מיר גאנץ ווייניג אן. יעדע אזא שיפל פארמיידט 25,000 טויטע פון אונזער לאנד און מיר וועלן ווייטער באשיצן אונזער לאנד.

אבער האט אויסגעפעלט צו שיסן די מענטשן?

איך ווייס, קוק. זיי האבן פרובירט צו איבערדרייען די שיפל דערנאך. און די אדמיראל וואס האט געשאסן איז שטארק רעספעקטירט. די ווייסט דאס אויך .
------

ר: די אבאמא העלט קעיר סובסודיס גייען עקספייערן די עולם איז באזארגט איבער די פרומיום'ס וואס גייען ארויפשיסן. וועסטו הייסן קאנגרעס פארלענגערן די סובסודיס?

זאג עס נאכאמאל, אבאמא קעיר... באראק כוסעין אבאמא האט אינז דא איינגעזאלצן מיט א קעיר וואס..

ר': מר. פרעזידענט, נאך דא בלויז צוויי וואכן בעפאר די פרייזן שיסן ארויף, וואס די פלאן דא?

ווארט. זיין אבאמא קעיר האט ס"ה געגעבן פאר די אינשורענס פירמעס טריליאנען דאלארן און אינשורענס איז געשטיגן מיט 800 פראצענט! איך וויל געבן די געלט דירעקט פאר די באפעלקערונג זאל קענען גיין קויפן אינשורענס. סארי חברים פון די אינשורענס פירמעס, כ'קען זיי אלע, אבער אינזער פלאן וועט אראפברענגן די פרייזן און געבן די געלט דירעקט פאר די באפעלקערונג.

יא אבער נאך דא א קארגע צוויי וואכן. דעי פלאן צו אויספירן קען נעמען חדשים?!

די ווייסט ווער ס'פייט מיר? די קאראפטורטע דעמאקראטן וואס שטאפן זיך אן מיט געלטער פון די אינשורענס פירמעס. מיר וועלן צוריקלייגן די געלט אין טאש פונעם פאלק.

------
די האסט געהעריג אויפגעבויט די פארטיי. איז דא איינער וואס קען דיר איבערנעמען?

איך גלייב אזוי. איך האף אזוי. ווען מען גייט אריין אין וואסער איז דא געוויסע וואס קענען שווימען, און געוויסע וואס נישט. די וואס קענען שווימען קענען עס אדורכמאכןַ פאליטיק איז א ים, מען דארף קענען שווימען.
איך האב יעצט גאר א גוטע קאבינעט, אין מיין ערשטע טערמין האב איך נישט געהאט אזא גוטע. איך בין אנגעקומען קיין וואשינגטאן איך האב גארנישט געוויסט. איך מיין, איך בין געווען א ביזנעסמאן, געהאט אן גרויסע טיווי שאו, אבער איך האב געקענט ריעל עסטעיט. יעצט האב איך א גוטע קאבינעט, גוטע מענטשן און אסאך פון די וועלן ווייטער פירן די פארטיי.

------

ונפרדו בשלום...

---

איז עס גענוג קלאר געשריבן? לאזט מיר וויסן דא...
פיילס
Screenshot_20251210_004434_Instagram.jpg
Screenshot_20251210_004434_Instagram.jpg (84.39 KiB) געזען געווארן 866 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1303
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4145

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 1:50 am ר: די אבאמא העלט קעיר סובסודיס גייען עקספייערן די עולם איז באזארגט איבער די פרומיום'ס וואס גייען ארויפשיסן. וועסטו הייסן קאנגרעס פארלענגערן די סובסודיס?

זאג עס נאכאמאל, אבאמא קעיר... באראק כוסעין אבאמא האט אינז דא איינגעזאלצן מיט א קעיר וואס..

ר': מר. פרעזידענט, נאך דא בלויז צוויי וואכן בעפאר די פרייזן שיסן ארויף, וואס די פלאן דא?

ווארט. זיין אבאמא קעיר האט ס"ה געגעבן פאר די אינשורענס פירמעס טריליאנען דאלארן און אינשורענס איז געשטיגן מיט 800 פראצענט! איך וויל געבן די געלט דירעקט פאר די באפעלקערונג זאל קענען גיין קויפן אינשורענס. סארי חברים פון די אינשורענס פירמעס, כ'קען זיי אלע, אבער אינזער פלאן וועט אראפברענגן די פרייזן און געבן די געלט דירעקט פאר די באפעלקערונג.

יא אבער נאך דא א קארגע צוויי וואכן. דעי פלאן צו אויספירן קען נעמען חדשים?!

די ווייסט ווער ס'פייט מיר? די קאראפטורטע דעמאקראטן וואס שטאפן זיך אן מיט געלטער פון די אינשורענס פירמעס. מיר וועלן צוריקלייגן די געלט אין טאש פונעם פאלק.

ס'מיר א פלא וויאזוי טראמפ לאזט זיך ווערן אריינגעשלעפט אין די פרעכע שקר אז די אבאמאקעיר סובסידיעס גיייען אויסלויפן. די איינציגסטע זאך וואס גייט אויסלויפן איז די ענהענסד סובסידיעס וואס די דעמס האבן צוגעלייגט בשעת די קאוויד כאדאראם אין א פרואוו צו פארגלעטן די פאקט אז אבאמאקעירלעס האט ארויפגעטריבן די אינשורענס פרייזן אינ'ם אלף השישי אריין.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בערני סאנדערס היינט צופרי אויף סי ען ען.

די פאקט איז אז בעפאר די 'ביג ביוטעפיל ביל' איז אונזער העלט קעיר געווען א צובראָכענע סיסטעם, דעמאקראטן און רעפובליקאנע דארפן האנדלען מיט די פאקט...!


(Cc@Think and Thank ...)
פיילס
images (1).jpeg
images (1).jpeg (26.31 KiB) געזען געווארן 814 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

טראמפ: ס'איז קיינמאל נישט געווען אזא פרעזידענט וואס ארבעט אזוי שווער ווי מיר. די לענגסטע שעות מעגליך און די רעזולטאטן זענען גאר גוט.
פיילס
IMG_20251210_100623_449.jpg
IMG_20251210_100623_449.jpg (193.98 KiB) געזען געווארן 814 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 430
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 886

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:56 pm אין טשיינע ארבעט מען אויף פליענדע אדוויטייזמענט סקרינס.

א דראון וואס פליעט מיט א גרויסע סקרין דערויף, מער וועט מען נישט דארפן ניצן קיין טראקס צו פראפעגאנדירן...

CC, דעם יעניגע...
זעט אויס אז אין טשיינע איז אויך דא עגונה'ס?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1303
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4145

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 10:06 am בערני סאנדערס היינט צופרי אויף סי ען ען.

די פאקט איז אז בעפאר די 'ביג ביוטעפיל ביל' איז אונזער העלט קעיר געווען א צובראָכענע סיסטעם, דעמאקראטן און רעפובליקאנע דארפן האנדלען מיט די פאקט...!


(Cc@Think and Thank ...)

זעה איך יעצט אז די רעפובליקאנער פלאנען אויפצוברענגען אן אייגענע העלטקעיר ביל.

(מיינע צוויי צענט: אויב איז עס א לייטישע ביל, גאו אהעד. אויב אבער איז עס א צופאטשקעטע זאך, לאזט עס לויפן און אנשטאט האמערטס נאנסטאפ אז די יעצטיגע קריזיס איז אבאמאקעיר בתפארתה.)
זבולון שטיינקלאץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 254

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

פעד האט געשניטן די ראטעס מיט 25 פונקטן.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער צו שפעטער פאועל האט ווידער געשניטן די ראטעס מיט קארגע 0.25.

ס'איז אבער פארט די ביליגסטע אין דריי יאר, און אויך נאכן זאגן אז מען גייט מער נישט שניידן, סאו מען קען זיך נישט אפרעדן...
פיילס
IMG_20251210_143102_556.jpg
IMG_20251210_143102_556.jpg (137.63 KiB) געזען געווארן 676 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די שפיל גרופע FIFA האט פאריגע וואך פאבריצירט א ערשטמאליגע מעדאל צו באערן פרעזידענט טראמפ - דער שלום מאכער - אויף זיינע געוואלדיגע אויפטועהן. אבער יעצט וויל די באורד ארויסשיסן זייער טשערמאן פארן מאכן דעי געראטשקע
פיילס
Screenshot_20251210_143241_Telegram.jpg
Screenshot_20251210_143241_Telegram.jpg (84.34 KiB) געזען געווארן 678 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

וויקטור אורבאן פרעזידענט פון אונגארן זאגט אז זיין לאנד וועט זיך נישט צושטעלן צו די אייראפעאישע אימיגראנטן קוואטעס קומענדיגע יאר.

אייראפע פארלאנגט פון אירע לענדער צו אריינעמען א צאל אימיגראנטן אדער צאלן א שטראף.
פיילס
IMG_20251210_143708_715.jpg
IMG_20251210_143708_715.jpg (97.55 KiB) געזען געווארן 668 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאָר זאגט אז סטיווען מיללער האט עטליכע מאל געמאכט צייט פאר CNN די לעצטערע טעג, אבער די חברה דארט האבן מורא אים ארויפצוברענגען ווייל ער מאכט סדר פון זיי יעדע מאל..
פיילס
IMG_20251210_144133_635.jpg
IMG_20251210_144133_635.jpg (178.3 KiB) געזען געווארן 665 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די מייק דזשאנסאן רעאקציע אויף די פראגע וואס ער זאגט צו דזשעסימיין קראקעט'ס סענאט געלויף....

איך בין פרייליך אז זי לויפט אינעם רויטן טעקסאס ווי זי גייט סייווי נישט געווינען, די טעקסאס מענטשן האבן שכל..


דזשאנסאן איז - יעצט אויף די מינוט - אביסל פארשוויצט פרובירנדיג איבערצייגן זעקס ליבערטיריען קאנגרעסלייט צו שטומען ארויפצוברענגען די מיליטער בודזשעט ביל..
פיילס
6939c5f120d866939c5f120d87.jpg
6939c5f120d866939c5f120d87.jpg (118.51 KiB) געזען געווארן 645 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דעמאקראטישע פענסילוועניע גאווערנער שפירא - וועמענס היים איז אונטערגעצינדן געווארן, אין א פאליטישע אטאקע. און רעפובליקאנע יוטא גאווערנער קאקס - אין וועמענס סטעיט טשארלי קורק איז געהארגעט געווארען. זענען אינאיינעם ארויף אויף אינטערוויו צו רעדן איבער פאליטישע ווייעלענס.
פיילס
IMG_20251210_171145_198.jpg
IMG_20251210_171145_198.jpg (62.08 KiB) געזען געווארן 576 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פעדעראלע ריכטער אורטיילט אז טראמפ קען נישט אריינשיקן די נעשאנעל גארד אין לאס אנדזשעלעס.

חד גדיא חד גדיא
פיילס
IMG_20251210_171738_465.jpg
IMG_20251210_171738_465.jpg (167.4 KiB) געזען געווארן 571 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אין א דראמאטישע מאנעווער, וויל טראמפ פארלאנגען אז יעדע פרעמדע בירגער וואס קומט אריין אין לאנד, זאל ערלויבן צו איבערקוקן זיינע סאושל מידיע פאוסטס פון די לעצטע 5 יאר...
פיילס
IMG_20251210_171847_558.jpg
IMG_20251210_171847_558.jpg (157.14 KiB) געזען געווארן 564 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

האומלענד סעקיוריטי האט אונטערגעשריבן א 141 מיליאן דאלארדיגע דיעל מיט באאינג, צו קויפן א פלאטע 737 פליגער'ס צו קענען ניצן פאר די מאסן דעפארטאציע'ס..
פיילס
Screenshot_20251210_172115_Telegram.jpg
Screenshot_20251210_172115_Telegram.jpg (190.02 KiB) געזען געווארן 560 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אמעריקע האט פארכאפט א ווענעזועלע אויל טאנקיר שיף - וואס איז געווען אינטער סאנקציעס - און איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צווישן די צוויי לענדער
פיילס
IMG_20251210_172256_386.jpg
IMG_20251210_172256_386.jpg (34.03 KiB) געזען געווארן 559 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אויסערן מיניסטער מארקא רוביא האט באפוילן אז אלע דיפלאמאטישע דאקומענטן מיזן ווערן געשריבן מיט די Tims new roman פאנט. אזויווי אמאל.

די ביידן באפעל צו טוישן פאנט איז בטל.
פיילס
IMG_20251210_174149_811.jpg
IMG_20251210_174149_811.jpg (141.28 KiB) געזען געווארן 529 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דזשאנסאן דזשעפריס און שומער ביי א צינדן מנורה צערעמאניע, אינאיינעם מיט די אידישע קאנגרעסלייט דען גאלדמאן פון בארא פארק (דעמאקראט) און רענדי פיין פון פלארידע (רעפובליקן)
פיילס
IMG_20251210_191206_031.jpg
IMG_20251210_191206_031.jpg (180.86 KiB) געזען געווארן 438 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 2:59 pm
דזשאנסאן איז - יעצט אויף די מינוט - אביסל פארשוויצט פרובירנדיג איבערצייגן זעקס ליבערטיריען קאנגרעסלייט צו שטומען ארויפצוברענגען די מיליטער בודזשעט ביל..
די פיינעל ביל איז עווענטועל דורך, מיט 312 יא'ס.

די נייע 900 ביליאן דאלאר בודזשעט וועט פאנדן די גאלדן דאום, נעמט אראפ סאנקציעס קעגן סיריע, גיבט א %4 רעיס פאר זעלנער, 40 מיליאן דאלער פאר איזריעל, און 800 מיליאן פאר אוקריינא.

די ביל גייט צום סענאט.
פיילס
Screenshot_20251210_205256_Telegram.jpg
Screenshot_20251210_205256_Telegram.jpg (90.62 KiB) געזען געווארן 375 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

א אומקראנטע מקור אז פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט א בריוו צו כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א מהרי"י וואס וועט פארגעליינט ווערן ברבים ביים מעמד היינט.
IMG_20251210_214916_853.jpg
IMG_20251210_214916_853.jpg (86.86 KiB) געזען געווארן 346 מאל

אפדעיט למעשה האט מען פארגעליינט א בריוו ביי די מעמד פון האדמו"ר מהר"א שליט"א

אפדעיט פון די אפדעיט די זעלבע בריוו ווארט ביי ווארט איז געשיקט געווארן צו ביידע קהילות
פיילס
IMG_20251211_120442_247.jpg
IMG_20251211_120442_247.jpg (211.47 KiB) געזען געווארן 270 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מעיאר עלעקט מאמדאני קומט אן צום מעמד כ"א כסלו מהר"א
פיילס
Screenshot_20251210_214628_Telegram.jpg
Screenshot_20251210_214628_Telegram.jpg (180.64 KiB) געזען געווארן 344 מאל
Screenshot_20251210_214854_Telegram.jpg
Screenshot_20251210_214854_Telegram.jpg (155.51 KiB) געזען געווארן 344 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

טראמפ האט היינט אפיציעל ארויסגעגעבן זיין גאלדענע גרין קארטל וואס מען קען זיך איינהאנדלען פאר א מיליאן דאלאר.
פיילס
20251210_235245.jpg
20251210_235245.jpg (137.06 KiB) געזען געווארן 295 מאל
20251210_184629.jpg
20251210_184629.jpg (355.08 KiB) געזען געווארן 295 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 7:15 pm אינאיינעם מיט די אידישע קאנגרעסלייט דען גאלדמאן פון בארא פארק (דעמאקראט) און רענדי פיין פון פלארידע (רעפובליקן)
רעדנדיג פון גאלדמאן, סיטי קאמטראלער און געוועזנע מעיאר קאנדידאט ליבעראלע ברעט לענדער האט היינט געמאלדן אז ער לויפט אין א פריימערי קעגן גאלדמאן.

ער האט שוין באקומען די שטיצע פון מאמ'דאמי, בערני סאנדערס, און פרוי קארטעז.
פיילס
images (2).jpeg
images (2).jpeg (39.87 KiB) געזען געווארן 291 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16771

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הילד החשוב דיען רוי - 14 יאר - פון ווערמאנט האט געמאלדן אז ער לויפט פאר גאווערנער פונעם סטעט.

ווערמאנט האט נישט קיין געזעץ ווי אלט מען דארף זיין צו לויפן, און אינזער שולע אינגעלע שיעור א' שיבע קטנה ניצט עס אויס.

מיטן געלויף האט ער אויך געעפנט א נייע פארטיי - תתחדש - פרידן און פאראייניגט. ווערנדיג די יונגסטע אין היסטאריע צו עפענען א פארטיי.

ברבבתינו! #רוי פאר גאווערנער...

קאמפיין זייטל
https://www.deanroy.us/....
פיילס
dean-roy-1-121025-b50d44e5f963458ca277af2647c4cde2.jpg
dean-roy-1-121025-b50d44e5f963458ca277af2647c4cde2.jpg (90.92 KiB) געזען געווארן 281 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
שרייב פאוסט