סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געזעהן א קליפיש ווי מאיר מרדכי טרייבט ליצנות פון די ״הויכע דאך״, בפניו פונעם רבי׳ן.
איך פארשטיי אז זיין דזשאב איז צו זיין טשעירמאן און אביסל אונטערהאלטן.
אבער אויסרופן ברבים איינעם אז ער דאוונט נאר אין ביהמ״ד מיט א הויכע דאך!
העלאו!

-
שטייפע קוגל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 190
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 358
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
והתקין לו ממנו בנין עדי עד*
אומגלויבליכע מאמענטום איינגעהילט צענדליגע נכבדי ואישי העדה חברי קהלתינו הק' באטייליגטע ביים זעלטן-רייכן עלעגאנטן באנקעט *"כינוס השותפים בוני הפלטרין"* געפראוועט אינאיינעם מיטן הערליכן *חגיגת שבע ברכות נהדרה* לכבוד השמחה הרוממה בחצרות קדשינו
*כולנו כאחד יחד בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד*
פרעצעדענטלאזער הילכיגן אפרוף פון *געקליבענע צאל לאנגיאריגע מתפללי בית מדרשו של רבי* וועלכע שליסן א זעלטן-היסטארישער שותפות און נעמען אנטייל מיט סכומים אדירים *צו שטעלן א יסוד מוסד פארן גמר הרחבת גבולי הקדושה* פונעם פראכטפולן איבערבוי פון בית מדרשינו הגדול תל תלפיות דקהלתינו הקדושה בכל אתר ואתר
*יחד נבנה הבית הגדול והקדוש לה' ולתורתו*
דינאמישע אטמאספער ביים מסיבה מפוארה *שטעלט דעם דראמאטישן טאָן פונעם מעגאַ-מאַסיוון מגבית אדיר "פלטרין של מלך"* און עראינערט קאכעדיג-הייסע רגשי לבבות ביים גלאבאלן ציבור אנשי שלומינו אקעגן צוקומען *פערזענליכער קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א* להחיות נפש צדיק דורכן צעמענטירן א פארזיכערטן עתיד בעז"ה פארן נערוו-צענטער פון תלמידי וחסידי סאטמאר איבער די גארער וועלט לנו ולדורותינו!

לינדען תושב
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
- Location: Linden
- x 60
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ'מיין אז רב מלאך האט שוין גערעדט ביי די יתומים אין די פארגאנגענהייט
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אהער מיטען קליפ
-
שטייפע קוגל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 190
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 358
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2786
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 13168

האסט געזען א האלבע קליפ און ביסט ממש צישוידערט....
מיילעך דוד איז די שמש אין יואלי לאנדא/אור החיים, מאכט ער א ווערטל אז ער דאווענט שוין לאנג אין א שול מיט א הויכע דאך.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1119
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3753
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:06 amהאסט געזען א האלבע קליפ און ביסט ממש צישוידערט....
מיילעך דוד איז די שמש אין יואלי לאנדא/אור החיים, מאכט ער א ווערטל אז ער דאווענט שוין לאנג אין א שול מיט א הויכע דאך.
העפענס טו בי אז יואלי לאנדא'ס שול מיט די הויכע דאך איז נאכנישט אפן פאר א גאנצע יאר... נאר אחרונות משכחות את הראשונות...
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2786
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 13168
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
קומט א ריזן מעמד היינט!
- פיילס
-
- 1000025275.jpeg (241.79 KiB) געזען געווארן 1630 מאל
-
- 1000025262.jpeg (270.11 KiB) געזען געווארן 1630 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מערקט די ערשטמאליג ערלויבטע 15 שטאק ספעציעלע בליעטשערס פאר וועמענס אויפשטעל עס איז "געשלאסן געווארן א אפמאך מיט א ריזיגע בליעטשערס פירמע וואס ספעציעלעזירט זיך אין דעם פעלד"
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1119
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3753
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
15 שטאק פארענטשעס איז טאקע זייער שיין פאר די בילדער, אבער דאס מיינט אז זיצן וועט מען נאר קענען אויף דער ערד.
בערך וויפיל אזייגער קומט דער רבי אריין?
בערך וויפיל אזייגער קומט דער רבי אריין?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ער מאכט א קיוט דזשאוק פון די הויכע דאך… בפניו פונעם רבי׳ן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:06 amהאסט געזען א האלבע קליפ און ביסט ממש צישוידערט....
מיילעך דוד איז די שמש אין יואלי לאנדא/אור החיים, מאכט ער א ווערטל אז ער דאווענט שוין לאנג אין א שול מיט א הויכע דאך.
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 373
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 788
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
יא איך בין מקנא. אזוי קען מען טאנצן חסדי ה'. נישט די טרוקענע מעמד ווי פון יעדע יאר ביי סאטמאר מהר”א וואס גיבט מיך גארנישט אויסער די דברות קודש.
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 373
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 788
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
רחמנא ליצלן. ביי אונז אין וויזשניץ וואלט ער ארויס אין א ארון מיט חברה קדישא פאר אזא ווערטל. דאס זאגסטו?זוכער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:27 pmער מאכט א קיוט דזשאוק פון די הויכע דאך… בפניו פונעם רבי׳ן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:06 amהאסט געזען א האלבע קליפ און ביסט ממש צישוידערט....
מיילעך דוד איז די שמש אין יואלי לאנדא/אור החיים, מאכט ער א ווערטל אז ער דאווענט שוין לאנג אין א שול מיט א הויכע דאך.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
רבינו שליט"א שרייבט אריין אן אות אין די נייע ספר תורה, וואס העסקן הנודע לטובת הכלל והפרט הרה"ח ר' יואל מייזעלס הי"ו פון קרית יואל, האט אנגעהויבן שרייבן לע"נ בנו החתן היקר כמר חנא ע"ה, וואס איז ליידער נפטר געווארן בדמי ימיו פארגאנגענעם חודש אלול
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 395
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 614

מאנטריאל
מאנטריאל
מאנטריאל
-
בראדוועי מצות
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 10:17 am
- x 10
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווידעא: טראק רופט נעכטן נאכט די וומסב''ג איינוואוינער צו אנטיילנעמען היינט נאכט כא כסלו אין קרוינהייטס ארמערי.
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 395
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 614
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
א הערליכע מעמד געווען נעכטן, פיהל מיט הודאה להשי"ת, בהתאסף ראשי עם יחד עם אלפי ישראל.
נאר די זאכן וואס מ'האט געוואלט נאכמאכן פון פאריאר איז געווען חרוב, די פרעזעטאציע האט נישט ארויפגעברענגט קיינעמס געפילן פון פאריאר, ס'האט מער געענדעלט ווי א מצוה טאנץ... און די וואזשנעם מאדנעם בייפאל פון צוטיילן די רבי'ס דרשה איז עפעס א מין חרוב'ן געדאנק געווען אן קיין שום פשט, מיט די מורא'דיגע ווארימע ניגונים אינצווישן, פאר דעם קען איך גיין צו ר' דוד הירשלער, נישט צו כ"א כסלו.
אלענפאלס, די רבי'ס דרשה אליינס איז געווען זייער פיין, שטארק און צום פונקט אן קיין איבריגע לענגערע אגדה, זייער שטארק גערעדט.
די בייפאל פון אייזיק דאסקאל אנצוהייבן מיט ובכן צדיקים האב איך פערזענליך נישט געגליכן, איך פיהל אז אין אזא טאג דארף מען מער הודאה ניגונים און דאס הייבט די געמיטער מיט אינערליכע הודאה געפילן, אבער זייער געהויבן געווען, און זייער שיין געווען ווען די ברענטשעס באזע האבן זיך געהויבן אין די לופטן,
אפגערעדט די הצלה קאל האט שטארק צוגעגעבן צום דראמא ביים הויכפונקט...
נאך עפעס? הרב שיף רעדט מורא'דיג פיין, מאמדאניס אויפנאמע אויך געווען עפעס מעכטיג, זאל עס אויפטוהן וואס ס'דארף, טראמפס בריוו כאפ איך נאנישט וואס האט ער געוואלט דערמיט, זאל זיין אזוי.
בילדער, אפשר באלד כ'וועל האבן צייט.

תמצית הדרשה פון רבין שליט"א ביים מעמד כ"א כסלו אין נ.י. סטעיט ארמארי קרוינהייטס
לוחות ראשונות(...)
אגדה.
בשבח המוסדות אין וומסב"ג, קרן עלה נעלה, קרן המלמדים, הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות בכל רחבי תבל.
ארויסמופן פון די שטאט, צוגעשטעלט דירות אין קרית יטב לב, בלומינגראוו, לעיקוואד, צו קענען ארויסמופן און וואוינען בהרחבת הדעת.
סיום בדברי אגדה, און התבוונות של הודאה אין דעם גרויסן טאג.
ניגוני התעוררות...
לוחות שניות
חיוב חינוך הבנים והבנות.
פירצה פון שוואוילטאג ביי שמחות, ארויסגעברענגט לשבח די הנהלת המודות און די עסקנים וואס מאכן די ביליגע זאלן, ארויסגעברענגט לשבח הנגיד ר' יואל לאנדא וואס בויעט יעצט אויף 2 פרישע חתונה זאלן, וואס וועט אויך קענען גענוצט ווערן שב"ק פאר קלענערע שמחות, און ווי אויף האפט מען איינצופעדימען פרישע חתונה נאכט תקנות נאך מער צו מצמצם זיין די הוצאות, מ'שטעלט אלעס צו, דער עולם דארף נאר מיטשטיין און נישט אויסגעבן סתם געלט.
פירצת הדת, כלים טמאים, שרעקליכע פירצה פון די היינטיגע שייטלעך, צניעות, אכטונג געבן אויף אלע סארטן ליין מאטריעל למיניהם, הכשר אויף טעלעפאונס און ריקארדינג כלים בלויז מיטן הכשר פון וועד הקהלות, אנדערע סתם כשר'ע זיגלעך נישט ווערד.
מצב הנורא אצל אחב"י דרי ארה"ק ווי 80,000 בחורים שטייען אויס לידי סכנה, חיוב צו שטיצן אלע אפיסעס פון קרן ויואל משה און די עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט די מחאות, גאר שטארקע ווערטער קעגן די ראשי ישיבה מפשרי פשרות וואס ווילן פארקויפן 50% כלל ישראל רח"ל היל"ת.
ארויסגעברענגט מורא'דיגע ווארימקייט ביים ציבור צו שטיצן די מוסדות עטה"ק ובפרט זייט דעם לעצט יאריגן כינוס סאטמאר ווי מ'האט דערהויבן די כבוד המנהלים החשובים, די מיליאנען וואס מ'שיקט דורך שקל הטהור, די שטארק געהויבענע תמיכה ביי קרן הצלה אין די לעצטער יארן, די געוואלדיגע חידוש פלא ווי ביים פערטן דור פון רבי'ן זי"ע הערשט נאך ב"ה די מורא'דיגע ווארימקייט דערפאר, די חשוב'ע מסירות נפש'דיגע ארבעט פון אחיעזר אין אלע שטעט וואס העלפן די מנהלים.
סיום הדרשה בגודל היום.

סתם נייגעריג אז די רבי זז"ג האט דערמאנט לעיקוואד, קען מען נאך קויפן דירות אין סאטמאר לעיקוואד? וואס קאסט?
-
עריק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 216
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 208
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אריין אין אלקותו בקהל חסידים אשכולתורה ויראה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:17 am
[/color]
לוחות ראשונות(...)
לוחות שניות
-
שטייפע קוגל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 190
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 358
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די חתונה האט געזאלט פארקומען צוויי טעג צוריק. די טאטע ר' יואל איז ארויפגעקומען אויף קול מבשר יענע טאג מיט אן אמונה דורכגעווייקטע שמועס.שטאטסמאן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 1:46 pm רבינו שליט"א שרייבט אריין אן אות אין די נייע ספר תורה, וואס העסקן הנודע לטובת הכלל והפרט הרה"ח ר' יואל מייזעלס הי"ו פון קרית יואל, האט אנגעהויבן שרייבן לע"נ בנו החתן היקר כמר חנא ע"ה, וואס איז ליידער נפטר געווארן בדמי ימיו פארגאנגענעם חודש אלולWIoCRo.jpeg1BPE7T.jpeg
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דאס ציטיילן די דרשה האט מיט דעם אז די רבי האט נישט קיין כח צו רעדן אזוי לאנג אין א צי ווי ווער ס'געדענקט פאר 2 יאר צירוק האט די רבי געמיזט טרינקן וואסער אימיט די דרשהתורה ויראה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:55 am א הערליכע מעמד געווען נעכטן, פיהל מיט הודאה להשי"ת, בהתאסף ראשי עם יחד עם אלפי ישראל.
. און די וואזשנעם מאדנעם בייפאל פון צוטיילן די רבי'ס דרשה איז עפעס א מין חרוב'ן געדאנק געווען אן קיין שום פשט, מיט די מורא'דיגע ווארימע ניגונים אינצווישן, פאר דעם קען איך גיין צו ר' דוד הירשלער, נישט צו כ"א כסלו.