דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm
איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.
עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.
ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.
חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
אאהה... הייסט דו האסט שוין גענומען דיין שוואכקייט, און געמאכט דערפון א שיטה... נישט סתם א שיטה, נאר אמונה גאר! איך הער.
איך זעה נישט וואו אין די וועלט אמונה קומט אריין אין שמועס דא. ווען יענער האט נישט דאס געלט, און דו ווישט דיר אפ די נאז. אדער ווען יענער זאגט דיר קלאר איך האלט נישט ביים צאלן, און דו נעמסט אים נישט צום דין תורה, פארשטיי איך. זאגסט המקום ימלא חסרוני און פארטיג. אבער פלעין? בעטן פון יענעם געלט פארן דיר מזיק זיין? וואו קומט אריין אמונה? זייער א שוואכע שיטה דאס... טרעף עפעס בעסערס. אלץ אמונה און בטחון וואלסטו אויך נישט געדארפט אז יענער זאל דיר קומען זאגן איי עם סארי... גלייב אז עס איז דיר געווען באשערט די היזק, און יענער איז נאר די שטעקן... פארוואס דארפסטו יענער זאל דיר קומען זאגן? זארגסט זיך פאר זיין הלכה'דיגע אחריות?
מיין פוס!
בנוגע דיין צוזאמשטעל צו בושת. גאט אין הימל! איר וועט מיר מוזן מוחל זיין פאר די לשון, אבער אזעלכע שטותים צו רעדן? ביסטו
@דער תהלים איד וועמען איך קען? עס פאסט פשוט נישט פאר דיר, איך מיין איך גיי בעטן די הנהלה צו מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך. רעדט מען דען פון רייך ווערן אויף יענעמס טעות? אדער אפשר פון קלעימען אינשורענס ווען מען פאלט אין פראנט פון יענעמס פראפערטי ווי
@פופציגער ווייטאגט? בסך הכל האט יענער אריינגעבעקט אין דיין קאר און דיר געשחטן די באמפער, זאל ער מוחל זיין באצאלן די פאר הונדערט דאלער וואס קאסט צו פיקסן!
דו כאפסט? איך נעם מיך פשוט אן פאר דיר....
וחוץ מזה, אפשר פארציילסטו מיר וועלכע בי"ד פסק'ענט דיני בושת? פון פשטות השלחן ערוך איז מען נישט דן דיני בושות בזמן הזה.
נאר וואס? וואו איך האב געשריבן אויבן. עס איז אן עיגאו פראבלעם, עס "פאסט נישט" זיך נאריש צו מאכן אויף די פאר דאלער, It's beyond my dignity... איך גיי מיך עפעס משוגע מאכן אויף די "נארישע" פאר הונדערט דאלער? איך בין עפעס א שנארער? נע, איך וועל אים זאגן ס'איז גוט.... איי טיף אין הארץ וואלסטו געקענט באשטיין צו טרעפן אין די פאסט אן ענוועלאופ מיט 500 דאלער? דאס דארף שוין יענער נישט וויסן...
דער אמת איז אז איך מיין נישט דיר, דו ביסט באמת א בעל מידות און דיין אמונה איז צום באווינדערן. נאר דו האסט אמאל געזאגט אז עס איז דא נאך איינער וואס באניצט זיך מיט דיין ניק מזמן לזמן, אים מיין איך!
אגב, אז מען רעדט שוין. איך זוך צו מאכן אן עד יעצט, אפשר קענסטו מיר עס מאכן און אויב ס'איז באשערט זאלסט מאכן געלט דערויף וועט עס שוין דער אויבערשטער צושיקן? איך גיי דיר אבער נישט באצאלן, מסכים?