דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 6:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:54 pm
ChatGPT האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:41 am
כ'מיין אז יעצט וועט שוין @דער תהלים איד מוזן מודה זיין.
קרעדיט:
קו''מ
די 'עף-די-עי' האט געעפענט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב קאראנא וויירוס וואקסינען זענען
פארבינדן צו טויט פעלער ביי ערוואקסענע
ג' וישב פ״ו
ענדרו ניקסאן, א ווארטזאגער פאר די העלטה דיפארטמענט, זאגט, אז די אגענטור האט געעפענט א גרונטליכע אויספארשונג אויף מערערע יארגאנג גרופעס צו דערגיין אויב עס זענען פארהאן פאטאליטעטן פארבינדן צו די קאראנא וויירוס וואקסינען. דאס קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די 'עף-די-עי' טוט גרונטליך אנאליזירן ווייניגסטענס 10 פעלער מיט קינדער וועלכע מען גלייבט אז זיי זענען געשטארבן פון נעמען די קאוויד-19 וואקסין.
וואס איז די חידוש? אז פון א 'ביליאן' געגעבענע קאראנע וואסקסינס זענען מעגליך עטליכע מענטשן אפעקטירט געווארן? מאכט סענס אז יא, און מ'דארף עס אויספארשן צו וויסן. יעצט, וויפיל זענען אפעקטירט געווארן פון קאראנע זעלבסט?!...
די חידוש איז ענדערשט אז די FDA פארשט עס אויס! אה! זיי קוקן יא אויף פאקטן! און מיך האט מען איינגערעדט אז יעדע קאמפלעינט גייט אונטערן קארפעט!
דאס חזר'ט זיך איבער כסדר... יעדע אויספארשונג וואס קומט ארויס, זאגט מען "זעסט? ס'טויג נישט!". ווען די אויספארשונג ענדיגט זיך אז ס'האט נישט שייכות, זאגט מען "קארופשן".
נאכ'ן נאכקוקן די נייעס זע איך אז דער קעפל איז א טעות, אזוי ווי רוב געזונטהייט-רילעיטעד נייעסן אין די היימישע מידיע.
די אויספארשונג קומט נאכ'ן האלטן אויף 10 טויט פעלער ביי
"קינדער" אז ס'איז רילעיטעד צום קאוויד וואקסין
(נישטא קיין פרטים אויף וואס נאך זיי האבן געליטן). נישט "ערוואקסענע".
די נפק"מ איז, ווייל פאר קינדער איז עס טאקע שווערער אפראווד געווארן, און ס'איז קיינמאל נישט געווארן "ריקווייערד" (נאר געווען רעקאמאנדירט, פאר א שטיק צייט).
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז עלטערן וואס האבן געגעבן פאר קינדער א קאוויד וואקסין, דארפן זיך אונטערזוכן... איינער האט דען געהערט פון קינדער פאטאליטעטן פון קאוויד???)
אבער רעקאמענדירט האבן זיי עס יא, כאטש וואס ס'האט גענצליך נישט אויסגעפעלט און כאטש וואס ס'נישט דורכגעגאנגען די געווענליכע טעסטינג און כאטש מען האט שוין געוואוסט אז עס פארמיידט נישט פון כאפן די וויירוס. אויב געדענק איך ריכטיג האט מען אין אסאך פובליק סקולס איינגעשטעלט רולס אז נאר וואקסינירטע קינדער קענען זיך ארומדרייען אן קיין מאסק.
און די זעלבע בנוגע די וואקסין וואס דו ברענגסט אז מען האט אראפגענומען פון די שעלפס - דאס איז געווען עטליכע יאר (יא יאר!) נאכ'ן צווינגען מיליאנען מענטשן - אריינגערעכנט צענדליגער טויזנטער (אויב נישט מער) וואס האבן עס בכלל נישט געדארפט צוליב'ן האבן די שטערקערע נאטורליכע אימיוניטי - עס צו נעמען, און ווער עס האט זיך געוואגט קעגנצושטעלן האט פארלוירן זיין פרנסה, זיינע גוטע פריינט, און אפטמאל קאריערעס וואס זיי האבן אויפגעבויעט אין צענדליגער יארן.
די חורבן וואס די קראנקע ווירטשאפט פון די אמעריקאנער געזונטהייט מיניסטעריום בנוגע קאוויד וואקסינס (אויף יעדן שטאפל, נישט נאר בנוגע קינדער) האט אנגעברענגט פאר די אלגעמיינע וואקסין אינדוסטריע איז אזוי גרויס, אז אפילו פאוטשי ימח שמו וזכרו האט אויך מודה געווען דערין. און פון די אנדערע זייט, צושטעלן געווענליכע וואקסינס (וועלכע זענען געטעסט געווארן יארן לאנג [די שנעלסטע אפראוועל ביז קאוויד, די MMR, האט געדויערט פיר יאר!] און נישט אין אן ענווייראמענט ווי ווער עס וואגט זיך אויפצוברענגען פראגעס ריזיקירט מיט פארלירן אלעס אין דער וועלט) צו די קאוויד וואקסין איז געטראלט, נישט געברענגט א זאכליכע נקודה צום שמועס.