ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10425

ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

"אכטונג חשובע מלמדים!" רופט דער מייק אויס אינמיטן דעם איבערגעשטרענגטן פארמיטאג סדר "אלע טאטעס פון אונזער ברענטש וועלן קענען גיין ריסעס אין 15 מינוט! היינט וועט זיין ריסעס פאר א גאנצע שעה, ווייל נאכדעם גייט מען לערנען רציפות אפאר שעה".

"הערט עטס טאטעלעך?" רופט זיך דער מלמד אן נאכ'ן הערן דעם שליסונג שלוקעץ פונעם מייק סיסטעם "דער מנהל לאזט היינט האבן ריסעס פאר א שעה! אבער יעדער זאל זיכערמאכן צו טרונקען, גיין אין סקיסעס, און ווער ס'דארף אהיימרופן די מאמע זאל עס אויך טון, ווייל באלד ביי רציפות גיי איך נישט לאזן גארנישט".

המממ... בררר... הערן זיך ברעטשעריין צווישן די טאטעלעך, די וועלכע גלייכן - אדער רעדן זיך איין אז זיי גלייכן - רציפות, שיינען צו זיין היבש אויפגעלייגט. די מער קורצע טראכטער פרייען זיך פאר'ן לענגערן ריסעס. די עוורידזש טאטעס אבער רעגן זיך אויף דעם רציפות "א געהעריגע תפיסה דעי חדר!" שרייט איין חוצפה'דיגע טאטע מיט כעס.

אפאר מינוט גייט אריבער און ס'ווערט פורים קטן אין קלאס... ר' חיים יאסל האט פריער אויפגעהויבן די הענט אז ער דארף געפערליך שטארק אין סקיסע, און ביים צוריקקומען האט ער מיטגעברענגט א קאפ וואסער וואס דער מלמד האט בדוחק אים געלאזט נעמען צו זיין פלאץ. וואס מיינסטע... ס'האצעך נישט גוט געענדיגט... זיין שכן הרה"ג ר' ברוך יונה, אזא בנש"ק מיט שווארצע זאקן וועלכע איז טעכניש רב אין א ביהמ"ד אבער האלט נישט ביים לערנען, האט באשלאסן צו אויפלעבן די כתה, און גענומען ר' חיים יאסל'ס וואסער און אריינגעגאסן אין די קראגן פון זיין אנדערע שכן ר' פישל.

ר' פישל איז סתם אזוי פון די מתנגדים פון ר' ברוך יונה'ס פאמיליע חצר, און א מערהייט טאטעס פון דעם כתה האלטן שוין לאנג אז דער מלמד טוט אן עוולה מיט'ן זיי זעצן צוזאמען, אבער דער מלמד האט שוין ביים פתיחה דרשה אינעם ערשטן טאג חדר קלארגעשטעלט אז "יעצט קען זיך יעדע זעצן וואו מ'וויל, אבער איך גיי נאך ארומטוישן", אנדייטנדיג אז דא איז ער באלעבאס.

"רבי ברוך יונה" רופט דער מלמד אויס שטרענג "איך קען עס מער נישט איגנארירן, איך גיי דיר מוזן באשטראפן. גיי צום מנהל'ס אפיס און ווארט מיר דארט".

די טיר מאכט זיך אויף, ר' מעכל קומט אריין, פארסאפעטערהייט הענגט ער אויף זיין מאנטל אויפ'ן הענגער, ווען דער מלמד רופט אויס "ר' מעכל! שוין ווייטער קומסטו שפעט! וואס גייט פאר?!".

"רבי" שטאמלט ר' מעכל ארויס "דער רבי ווייסט דאך אז לעצטנס האב איך פארלוירן מיין פרנסה, און בלית ברירה האב איך אנגעהויבן צו פאקן ספרים ביינאכט אין מיין לאקאלע שוהל צו קענען דעקן מיין חודש... איך גיי שלאפן אזוי שפעט, און ס'מיר שווער צו אויפשטיין פרי".

"איך נעם נישט אן אזעלכע תירוצים" איז אבער דער מלמד הארטנעקיג פאר'עקשנ'ט, ביז ר' מעכל רופט אויס "כהאב א צעטל!"

אה, דאס האט שוין דער מלמד אנגענומען, און נעמט זיך פארליינען דעם צעטל "לכבוד דעם חשוב'ן מלמד, ביטע אנטשולדיגן ר' מעכל פאר'ן שפעטיגן, ער האט לעצטנס א ביינאכט דזשאב, מיר האפן ס'וועט ווערן מסודר אינגיכן" אונטערגעשריבן - ר' מעכל'ס ווייב.

דער מלמד קנייטשט איין דעם צעטל, לייגט עס אריין אין זיין שטויביגע כאלאט טאש, און פארזויערט מורמלט ער צו ר' מעכל "גוט, גיי אויפ'ן פלאץ".

*

ווי זינגט ער נאר?

די עקאנאמי, איז אין דער ערד...

איך וויל גיין אויף מיין געלע באס, מיין געלע באס, מיין געלע באס...

פרעג איך דיר, וויל איך דען?...

*

צו מזל און ברכה, מיין מיידעלע גייט אין ערשטע קלאס.

ביים אנהייבן סקול איז געווען א ווארימהארציגע דרשה דורך די מנהלת תחי', אין וועלכע זי האט שיין ערקלערט פאר די מאמעס ווי וויכטיג דער יאר איז פאר די מיידלעך, און ווי נאנט די מאמעס דארפן באגלייטן די קינדער. שאר, אף קאורס.

אויך האט זי ארויסגעברענגט ווי וויכטיג די היימארבעט איז, און אז דאס איז טייל פון די לימודים, וכו' וכו' בלא בלא בלא, און נאך צוגעלייגט אז אין ערשטע קלאס קענען נאך די קינדער נישט אליינס, און די מאמעס מוזן העלפן. זי האט עס כמובן אראפגעלייגט גאר זאפטיג, ווי לאקי די מאמעס זענען אז באכאשעם, מ'דערלעבט, און מיר זענען גליקליך צו נעמען דעם אחריות פון די האום-ווארק. א נקמה אין היטלער און אין דעם נעכטיגן ספיידער.

מיין ווייב האט מיר דאס איבערדערציילט סתם, רענדאמלי, דערציילט וואס מ'האט גערעדט. עס האט תיכף ביי מיר געקלינגען אן אלארם, ווייל ווי איך האב שוין בעבר געשריבן, האלט איך אז האום-ווארק איז א שרעקליכע עוולה וואס ווערט באגאנגען קעגן מענטשהייט.

איך שיק מיין קינד אין סקול, נישט אז זאלסט מיר אהיימשיקן היימארבעט צו טון אינדערהיים! הערסט? דו, דארט, דו מנהל, מנהלת, אדמיניסטראטער, וועקיום קלינער, אדער ווער ס'האט נאר א חלק אין דעם, הערסט גוט? האלט אלע דיינע ארבעט פאר "סקול-ווארק", ביי מיר אינדערהיים געב איך די האום-ווארק!

די פאר שעה וואס א מיידל איז אין סקול איז זי אין סקול. די צייט אינדערהיים באלאנגט נישט צו ווערן אוועקגערויבט!

אבער דא איז עס פשוט געגאנגען צו א נעקסט לעוול... מען ערקלערט אפיציעל, הויך, אויף א מייק, פארנט פון הונדערטער מאמעס, אז די האום-ווארק אין פירסט גרעיד קענען די מיידלעך נישט טון אליינס, און די מאמעס דארפן העלפן. ס'גאר די מאמע'ס אחריות!

עניוועי, שנעל פאראויס אפאר וואכן, שטעלט זיך ארויס אז ווי ביטער איך האב געמיינט ס'איז, איז עס פיל פיל ארגער... איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מ'שיקט אהיים הויפענעס האום-ווארק, און אגב, די סארט האום-ווארק ווי חזר'ן אלף בית האב איך נישט קיין פראבלעם... איך קוק די פרשה צעטלעך מיט מיינע קינדער יעדע וואך שבת, און דער שמייכל אויף מיין פנים בשעת'ן פארברענגען די צייט מיט זיי איז פון אויער צו אויער. ברוך השם, בלי עין הרע.

איך רעד פון דעם וואס יעצט ליגט דא פארנט פון מיר א צעטל מיט א בילד פון א הערש און ליידיגע סירקלס ארום, און געס וואט, דאס דארפן די מאמעס דעקארירן!

העלאו?! וואס? ווען? וואו? וויאזוי? ווער דארף א ציפ?

און ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ס'קומען אהיים אזעלכע זאכן.

נישט חזרה ארבעט וואס די קינדער דארפן טון און די מאמעס דארפן העלפן... ניין... געהעריג, ארבעט פאר די מאמעס! מאמעס וועלכע ארבעטן שווער אגאנצן טאג, און געבן זיך אפ מיט שפרינגעדיגע פיצלעך אינדערהיים, דארפן זיך זעצן טון האום-ווארק!

ררראַטאַטאַטאַראַטאַלאַלאַלייליילאָאאם... די מאמעס קענען גיין, אויף זייער געלע באס... זייער געלע באס... זייער געלע באס...

די מאמעס גייען צוריק אין סקול! מ'שיקט אהיים ארבעט! כ'האב געהעריג נישט געוואוסט אז אנהייב יאר דארף איך קויפן פאר מיין ווייב א רוק-זאק מיט קאנטעקט-פאפיר, קאלער-פאפיר, סטעיפלערס, גלו, פענסילס, מארקערס, סטיקערס, שערלעך, און די גאנצע ניין ירדן...

איינער ווייסט צי איך גיי איין טאג באקומען א שכר לימוד סטעיטמענט און כעל דארפן צאלן פאר מיין ווייב אויך?

איך שטיי און איך וואונדער זיך, באמת, איז דא סיי וועלכע הסבר דערויף? איך בין זיכער אז יא, ווייל אז אזא פארברעך, אזא צורודערטע איינפיר, גייט שוין אן אזויפיל יארן און קיינער טוט גארנישט עס אפצושטעלן, לאזט זיך פשוט נישט גלייבן אז מיר זענען אזוי צעדרייט זיך צו לאזן טרעטן אן קיין נארמאלע סיבה.

איך גלייב אז עפעס אן אנגעבליכע סיבה האט עס. איך ווייס נישט וואס, אבער איך קען נישט טראכטן אז מיר זענען אזוי פאני.

אדער אפשר יא?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3182

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך הדסים »

חחחח פופציגער.... אייזן

ס'איז צום האפן אז ביז דו וועסט חתונה מאכן די אייניקלעך וועט דאס יהדות החרדית - פון די ל"ג בעומר באסעס ביזן וועד הרבנים - זיין קעיר גענומען...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12046

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

👍👍👍👍👍👍
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 501

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חיימ'קע »

וואס איז זיכער איז זיכער אינז האבן אריינגעכאפט נאך א געשמאקע ארטיקל פון @פופציגער .....
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10425

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

האט איינער צוגעוויזן אז וואו מ'האמיר בעבר גערעדט דערוועגן - ווי געשריבן דא אינעם ארטיקל.

נו שוין, העמיר זיך אליינס ציטירן.
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 11:24 pm איך בין זייער ברוגז.

ברוגז? אקעי, נישט ממש ברוגז, אבער יא.

איך האב א מיידעלע אין פרי-איינס-אלף יארגאנג, דא אינעם הייליגן בית רחל אין קרית יואל, און געס וואט... אין סקול געבט מען שוין האום-ווארק פאר קליינע 5 יעריגע מיידלעך!!

אה, נישט האום ווארק פאר די מיידלעך, נאר פאר די טאטעס פון די מיידלעך!...

יעדע וואך מיט די פרשה צעטל (א באזונדערע פראסק קומט זיך פאר'ן אהיימשיקן יעדע וואך גאנצעטע ביכער...) קומט מיט א פראגע, וואס ווער ס'ברענגט אריין די ריכטיגע ענטפער גייט אריין אין א גורל.
דער פראגע איז נישט קיין פשוט'ע, נאר עפעס וואס מ'דארף טרעפן אין מדרשים... מ'שיקט א חידה... יעצט זאלן אלע טאטעס זיין ביזי זוכן א תירץ!!

איך האב עס אפילו נישט באמערקט אנהייב, ביז מיין מיידעלע האט אנגעהויבן אהיימקומען אנגעווייטאגט אז זי גייט נישט אריין אינעם גורל...

יעצט, לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז מאכן א גורל איז בכלל נישט פאסיג אין דעם יארגאנג. מ'דארף שכל פון א מאנקי דאס צו פארשטיין...

אבער ערנסט גערעדט, וואס איז פשט דערפון?! איך דארף יעצט זיין ביזי נאכזוכן ווער פון די שבטים זענען געווען א צווילינג, און וועלכע עסן יוסף הצדיק האט מיטגעשיקט?!

יעדע מאנטאג צופרי טוט זיך דא, מ'קאלט ארום אנדערע מאמעס פון די עידזש, יעדער איז ביזי פרעגן, און אויף יעדע גאס וואו ס'וואוינט א דיין אדער א תלמוד חכם לויפן אלע שכנות הערן דעם דעת תורה...

בקיצור, ס'מאכט נישט קיין סענס, און ס'איז שאנדפול. איך צאל נישט קיין שכר לימוד צו דארפן טון היימארבעט!!! (און אויך נישט אז מיין מיידעלע זאל מיר אהיימקומען זאגן "טאטי די וואך בין איך נישט אריין אין גורל ווייל האסט נישט געהאט די גוטע תירץ [מעשה שהיה אפאר שעה צוריק])
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12046

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 11:38 pm

קאנסט אנפרעגן AI, ווי די מתפללים דא טיען
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3182

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:47 am

ועד הרבנים לאזט דאך נישט..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1475

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:47 am
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 11:38 pm

יעדע מאנטאג צופרי טוט זיך דא, מ'קאלט ארום אנדערע מאמעס פון די עידזש, יעדער איז ביזי פרעגן, און אויף יעדע גאס וואו ס'וואוינט א דיין אדער א תלמוד חכם לויפן אלע שכנות הערן דעם דעת תורה...

בקיצור, ס'מאכט נישט קיין סענס, און ס'איז שאנדפול. איך צאל נישט קיין שכר לימוד צו דארפן טון היימארבעט!!! (און אויך נישט אז מיין מיידעלע זאל מיר אהיימקומען זאגן "טאטי די וואך בין איך נישט אריין אין גורל ווייל האסט נישט געהאט די גוטע תירץ [מעשה שהיה אפאר שעה צוריק])
קאנסט אנפרעגן AI, ווי די מתפללים דא טיען
די מוסדות וואס מען רעדט האט דאך געאסרט AI..

האקט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12046

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די טיטשער'ס טעסט פון דעם שולע קומט אויך פון AI

ביודעי ובמקירי.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10425

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

הער איך פריער ווי מיין מיידעלע מאכט א ראן-דאון אויף די האום-ווארק וואס מ’האט געמאכט היינט צופרי.

יא, שיינע חינוך ב"ה, מאמי האט געדארפט אויפשטיין פארטאגס טון האום-ווארק, ווייל פרייטאג האט מען אהיימגעשיקט 4 באזונדערע האום-ווארק צעטלעך, און זינט פרייטאג שיקט מען געווענליך נישט אהיים, האט מען נישט געוואוסט דערוועגן ביז נעכטן נאכט, און ס’נישט געבליבן ווען עס צו טון חוץ היינט פארטאגס.

אה, פארגעסן, ס’מיין מיידל’ס שולד אז זי האט נישט געזאגט... יא יא, כ’הער, מ’רעדט פון א פירסט גרעיד מיידל, וואס די מנהלת הרבנית תליט"א האט דאך קלאר געזאגט אז זיי קענען נאכנישט אליינס טראגן קיין אחריות.

און א רגע, די האום-ווארק איז געמאכט, אבער זי איז טרויעריג ווייל מהאט פארגעסן צו שניידן איר נעגל פרייטאג און זי גייט נישט באקומען קיין סטעמפ.

משוגעים!! טאטאלע משוגעים!! הערטס אויף מחנך זיין עלטערן!

מתנות פאר’ן שניידן די נעגל קען מען טיילן ווען קינדער זענען די יארגאנג צו אליינס קעיר נעמען דערפון, אדער כאטש געדענקען צו דערמאנען די עלטערן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5933

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך בודקע »

פליפ!...
דער @פופציגער האט דאגות און פראבלעמען...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

אוי איז דאס א שפראך. זאפטיג און רינענדיג.

איך ווייס נישט פשט פון היים ארבעט. דערווייל ווייסט קיינער... אזוי קוקט אויס.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 513

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

כ'הער מ'גייט איינפירן "טיטשער ארבעט"

די עלטערן שיקן אהיים פארן טיטשער א גאנצע פאק מיט צעטליך צו שרייבן, קלעבן, שניידן, מאכן פאון קאלס, טראכטן, לערנען און חזר'ן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3182

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:59 am כ'הער מ'גייט איינפירן "טיטשער ארבעט"

די עלטערן שיקן אהיים פארן טיטשער א גאנצע פאק מיט צעטליך צו שרייבן, קלעבן, שניידן, מאכן פאון קאלס, טראכטן, לערנען און חזר'ן
זיי טוען עס שוין. אלע דערמאנטע זאכן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך Think and Thank »

פאריגע וואך בין איך אוועקגעפארן פונדערהיים פאר עטליכע טעג. איך האב פרובירט אויסצוארבעטן אז אלעס זאל זיין מסודר אז מיין ב"ב זאל זיך וואס ווייניגער דארפן ארויסשלעפן מיט די קינדער, אבער למעשה האט זי עטליכע מאל געדארפט ארויסגיין איינקויפן סופלייס און די איבריגע נעכט סתם געדארפט ארבעטן שעות צו דעקארעיטן זאכן פאר מיינע גאנצע צוויי(!) עלעמענטערי מיידלעך.
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:34 pm די מאמעס גייען צוריק אין סקול! מ'שיקט אהיים ארבעט! כ'האב געהעריג נישט געוואוסט אז אנהייב יאר דארף איך קויפן פאר מיין ווייב א רוק-זאק מיט קאנטעקט-פאפיר, קאלער-פאפיר, סטעיפלערס, גלו, פענסילס, מארקערס, סטיקערס, שערלעך, און די גאנצע ניין ירדן...

גראדע האב איך אינדערהיים גאנצע שאכטלען מיט סופלייס, אבער עס איז אבוויעסלי נישט גענוג. אפשר קען מען טון אזוי ווי מען שיקט אהיים אנהייב יאר א ליסטע מיט סופלייס וואס די קינדער דארפן, אויך אהיימשיקן א ליסטע מיט סופלייס וואס די מאמעס וועלן דארפן דורכאויס די יאר...

נאך איין זאך: ווען איך גיי אי"ה זיין פרעזידענט גיי איך דורכפירן א געזעץ אז א טיטשער וואס גיבט ווייניגער ווי דריי מעת לעת פון די צייט וואס מ'זאגט אז מ'דארף עפעס ברענגען פאר די קלאס ביז די טאג וואס מ'דארף עס ברענגען, זאל:
- ביים ערשטן פארלעצונג פארלירן די רעכט צו טיטשן פאר לכה"פ א יאר, און
- ביים צווייטן פארלעצונג באקומען לעבנסלענגליכע טורמע אן די מעגליכקייט פאר פאראל.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3182

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך הדסים »

#טינקי_פאר_פרעזידענט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10425

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

זעמיר נארוואס אהיימגעקומען פון א שמחה.

"אוי! מדארף נאך דעקארעיטן די כא כסלו פעיפער!"

יואל לייב, כרוף דיר שוין צוריק וועגן מיין נדבה פאר די נוסדות. לאמיר קודם ענדיגן דעקארעיטן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5933

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך בודקע »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:49 pm זעמיר נארוואס אהיימגעקומען פון א שמחה.

"אוי! מדארף נאך דעקארעיטן די כא כסלו פעיפער!"

יואל לייב, כרוף דיר שוין צוריק וועגן מיין נדבה פאר די נוסדות. לאמיר קודם ענדיגן דעקארעיטן.
ווען קען איך צוריק קאלן? ווילאנג נעמט שוין צו דעקארעיטן??
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10425

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך פופציגער »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:31 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:49 pm זעמיר נארוואס אהיימגעקומען פון א שמחה.

"אוי! מדארף נאך דעקארעיטן די כא כסלו פעיפער!"

יואל לייב, כרוף דיר שוין צוריק וועגן מיין נדבה פאר די נוסדות. לאמיר קודם ענדיגן דעקארעיטן.
ווען קען איך צוריק קאלן? ווילאנג נעמט שוין צו דעקארעיטן??
ב"ה ס’אויסגעקומען הערליך.

מאיז אויפגעשטאנען 6 פארטאגס נאכאמאל, ברוך השם פאר דעם. ווען נישט קרית יואל וואלט רביצין א. תליט"א גארנישט אויפגעטון אויף דער וועלט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שטארקע אור
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
x 61

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך שטארקע אור »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 2:19 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:59 am כ'הער מ'גייט איינפירן "טיטשער ארבעט"

די עלטערן שיקן אהיים פארן טיטשער א גאנצע פאק מיט צעטליך צו שרייבן, קלעבן, שניידן, מאכן פאון קאלס, טראכטן, לערנען און חזר'ן
זיי טוען עס שוין. אלע דערמאנטע זאכן.
דאס איז דאך זייער דזשאב
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 251

Re: ריסעס פאר די טאטעס אין 15 מינוט!

פאוסט דורך צולייגער »

מיינע טייערע, זיסע, נאאיווע ברודער...

עטס וויינטס? עטס קרעכצט? רייסט זיך די האר פון קאפ וועגן א "הערשל דער סוירקל" און "שנייד די נעגל ווייל דיין שכל האט א בראך"?

הא! א געלעכטער אין א ווינקל...

ווארטס נאר ווארטס. דאס איז אלעס נאר די פארשפייז, דאס איז די ענטרעי פארן פייוו קאורס. ווארטס נאר ביז אייערע צאן קדשים וואקסן אונטער און קומען אן בשעה טובה ומוצלחת אין די "היי-סקול" יארגאנג... דאן וועט עט זיך בענקען צו די גוטע צייטן פון אלף-בית האום-ווארק ווי א איד פון אמאל בענקט זיך צום אלטן היים.

דארט רעדט מען שוין נישט פון קיין קינדערישע נארישקייטן. דארט פאדערט מען שוין פראפעסיאנאלע "דאקטאראט" ארבעט.

עס הייבט זיך אן מיט די בארימטע "יחוס בריוו". דו, טאטע לעבן, דארפסט זיך יעצט פארוואנדלען אין א היסטאריקער און א גענעאלאג, און אפשרייבן א 'ביאגראפיע עססיי' וואס זאל דעקן זיבן דורות ארויף, אריינגערעכנט פרטים וואס דער עלטער-זיידע אליינס האט נישט געוואוסט, באזירט אויף מדרשים פליאות און אומגעזעענע תרגום שני'ס וואס נאר די מנהלת'ס באבע האט געזען בחלום.

און דאס איז נאר דער תוכן. יעצט קומט דער שפיץ: דער "סקרעפ-בוקינג"!

דער חיבור דארף זיין באצירט און באקלעבט מיט ספעציעלע, מהודר'דיגע פאפירן. יעצט, וועט איר לכאורה טראכטן: "נו, גיי איך אויף עמעזאן, באשטעל איך א פעקל פון פופציג הערליכע פאפירן פאר זעקס דאלער, און פטור א עסק".

האסט געמיינט!

עמעזאן? פעה! שקוץ! טריף! מ'דארף דוקא קויפן דעם ספעציפישן פאפיר, אין יענעם ספעציפישן געשעפט וואס געפינט זיך דריי שטעט אוועק, וואו מען פארקויפט איין איינציג בלעטל פאר'ן "מציאה פרייז" פון א דאלער א שטיק! און פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן א מינימום פון צוואנציג בלעטער, אז נישט פאלט דאס קינד דורך דעם גאנצן מאחרייקע.

און ווען אן אומשולדיגע מאמע דערוואגט זעך ביי די 'פע-טע-עה' פרעגן מיט א ציטערדיג קול: "רבנית לעבן, פארוואס הייסט מען קויפן עפעס וואס קומט טעקניקלי אויס אז מען קויפט עס אנליין...

די חשוב'ע רבנית, די אשת חבר פונעם הייליגן מאן דהוא, האט זיך אזוי צוגעשטעלט צום מייק דעם קומענדיגן טאג, פארראכטן דאס טיכל (כ'שטעל זיך פאר, נישט אז כ'ווייס פאר א פאקט), און מיט א פאטאס געגעבן א דרשה:

"איר דארפט פארשטיין... פונקט ווי מיין מאן (אה, דא קומט עס...) ווען ער גייט קויפן אן אתרוג, קוקט ער נישט אויף קיין פרייזן! ער צאלט זעקס הונדערט דאלער פאר אן אתרוג מהודר! נו, מעג דאך א 'בית רחל' מיידל אויך פארשטיין אז פאר אזא הייליגע זאך ווי א 'יחוס בריוו' צאלט מען טייער און מען קויפט אין א געשעפט, און נישט – רחמנא ליצלן – אויף די אנליין!"

הערט איר א מוח?!

שטירן. אקסן. לייבן. קעמלען. וואטעווער.

אומר אדם לשורים הרבה... ש-ו-ר!
שרייב פאוסט