נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6908

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הוהא עס ווערט א פאקט. א מחיה צו זעהן. עס גלוסט זיך פיין...
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 257

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך אהא »

Takunes.pdf
(12.92 MiB) דאונלאודעד 312 מאל
נאנטער חבר
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 4:57 pm
x 146

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך נאנטער חבר »

עפעס הער איך אז זיי צאלן פאר קאפלס צו קומען אויסטשעקן דאס פלאץ
קנה לך חבר!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6686

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך וואוילער »

Subject: Fwd: Weekly Overview of Lakefront

Here's a quick snapshot of this past weeks on-site high highlights, progress, and walk-throughs that brought the project to life! Dive in below!

עומדות היו רגלנו בשעריך לעיקפראנט!

היינט מיטוואך פארטאגס האבן זיך צום ערשטן מאל ארויסגעלאזט נאנט צו צוויי מנינים פארפעלקער, אין באגלייטונג פון א דעלעגאציע עסקנים, באזוכן דעם הערליכן שטעטל לעיקפראנט, מיטן ציל אונטערצושרייבן קאנטראקטן און קומען צום נענטסטן שטאפל צום באוואוינען דעם הערליכן אויפבליענדן שטאט.

דאס איז אן היסטארישער שריט און מילשטיין דערגרייכונג, ווען ענדליך דערזעט זיך שוין די ערשטע פירות פון די שווערע און לאנגיעריגע הארעוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין דעם פראיעקט, ווען די ערשטע פאטענציאלע איינוואוינער באקענען זיך פון דער נאנט מיט די גאסן, וועלכע וועלן אט אט באוואוינט ווערן מיט אידישע קינדער, און שטיין לשם ולתפארת אלס דער רעוואלוציאנערישער בעפארשטייענדער צענטראלער אידישער שטאט אין פלארידע.

Live at the Lakefront development in Okeechobee Florida!

הרה״ג רבי זושא אויש שליט״א מו״ץ בק״ק סאטמאר וחבר וועד הרבנים דלעיקפראנט, אין א שמועס מיט העסקן הר״ר יודל פערלשטיין הי״ו און דעם עסקן און כלל-טוער הר״ר חיים מאיר מארקאוויטש הי״ו.

ורחובות העיר ימלאו ילדים וילדות משחקים ברחובותיה…

פירושים זענען איבריג.

ווידעא גענומען היינט מיטוואך, דורכן פאפולערן מידיא בעאיינפלוסער ר׳ חיים פערלאוויטש הי״ו

דער שעריף דרוקט אויס גרויס צופרידנהייט איבערן אנקום פונעם חרדי׳שן ציבור קיין לעיקפראנט, און פארשפרעכט פארן פאפולערן בעאיינפלוסער ר׳ חיים פערלאוויטש אז ער וועט שטיין שטייף אנטקעגן אנטיסעמיטיזם, און פארזיכערן אז אידן זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט, מיט רואיגקייט און זארגפעלטיגקייט.

ענערגעטישער לעיקפראנט עסקן הר״ר אליעזר בינער הי״ו מיט א וויכטיגער מעסעדזש אנבאלאנגט קויפן הייזער אינעם נייעם אויפבליענדער ישוב, גאר אינפארמאטיוו און וויכטיג אויסצוהערן.

הערט פונעם באנקיר ר׳ דוד ברעשער הי״ו איבער די ספעציעל ביליגע ראטעס, און דער שטוינענד ביליגער סכום עס פאדערט זיך אראפצולייגן פאר א דאון-פעימענט אינעם נייעם לעיקפראנט ישוב.

דער שמועס איז אפגעהאלטן געווארן דורכן פאפולערן היימישן בעאיינפלוסער ר׳ חיים פערלאוויטש הי״ו.

We’re looking forward to welcoming you back on-site soon and continuing this journey together. Wishing you and your families a wonderful Shabbos!
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 304

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך וויענער חסיד »

עס קוקט אויס וואו אנדערע געגנטער ווילן זיך מיטכאפן מיט די עולםס הייפ צו מופען צו אויקעטשאבי פלארידע צו שלעפן דעם ציבור צו זיי עיין עדווערטייזמענט קאסא גראנדע וכולהו
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12034

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

לויט די עסקנים האבן זיי באקריגן 2000 אפליקאציעס אין די וואך פון ווען עטליכע וולאגער'ס האבן באגלייט די עסקנים און רבנים צום יישוב
פיילס
IMG_20251126_215100_161.jpg
IMG_20251126_215100_161.jpg (73.72 KiB) געזען געווארן 1154 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4605
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6101

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:52 pm לויט די עסקנים האבן זיי באקריגן 2000 אפליקאציעס אין די וואך פון ווען עטליכע וולאגער'ס האבן באגלייט די עסקנים און רבנים צום יישוב
אינטערסאנט אויב ממש קראנט...

וואס איז זיכער אז זיי מאכן מאסיווע מארקעטינג.

ונזכה ונחי'.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 304

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך וויענער חסיד »

אויב איינער קען אריינקומען וואס איז די מעשה מיט אליעזר קרויס געווען צוזאמען מיט לעיקפראנט; זיך צוטיילט וואס איז די מעשה?
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך שוהם »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 512

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

האבן זיי נישט מורא צו האבן אזאנע ריזיגע לעיקס פארשפרייט אין דעם גאנצן ישוב?
יעדעס מאל מ'וועט זוכן א קינד וועט מען גלייך לויפן קוקן צו מ'זעט עפעס שווימען אויפן לעיק...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12034

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:21 am האבן זיי נישט מורא צו האבן אזאנע ריזיגע לעיקס פארשפרייט אין דעם גאנצן ישוב?

פילצתי....
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 512

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:22 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:21 am האבן זיי נישט מורא צו האבן אזאנע ריזיגע לעיקס פארשפרייט אין דעם גאנצן ישוב?
יעדעס מאל מ'וועט זוכן א קינד וועט מען גלייך לויפן קוקן צו מ'זעט עפעס שווימען אויפן לעיק...
פילצתי....
איך האף זייער אז זיי גייען אינסטאלירן צוימען, אן די גדרים וסיגים האב איך מורא אז די ניסים פון סוזען לעיק גייען זיך מוזן איבער'חזר'ן

#_מאמי_וואטש_מיך
קלאפן
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 198

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך קלאפן »

וואס איז די מיסטעריע איבער די דעוועלאפערס אינוועסטירער דא?
אלע וואס שטעלן זיך ארויס פובליק זענען מארקעטינג אדער רחניות אידן געדינגענע באקאנטע אידן קיינער געהערט נישט צו דארט.
ס'שפירט זיך ווי עפעס זוכט מען צובאהלטן.
מרעדט פון הונדעטער מיליאנען אינוועסטירט אן קיין חשבון פון פראפיט אין די ערשטע יארן בכלל.
מדארף דא האבן גאר ברייטע פלייצעס און אסאאאך געלט.
ר' אברהם דוב עהרענטאל זאגט אין טועמי' אז מיין האט געמאכט א לעגאלע קאנטראקט מיט די בעה"ב אז די וועד הרבנים האט די לעצטע ווארט אויף אלעם..
ס'שפירט זיך ווי די אינוועסטירער זענען אפשר גיום, סקען זיין סאיז א מעלה גאר אבער וואס איז די סוד?

קען זיין איך האב נישט גענוג געליינט דערוועגן אויב איינער ווייסט מער זאל ביטע מיטטיילן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12034

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

קלאפן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:51 pm וואס איז די מיסטעריע איבער די דעוועלאפערס אינוועסטירער דא?
אלע וואס שטעלן זיך ארויס פובליק זענען מארקעטינג אדער רחניות אידן געדינגענע באקאנטע אידן קיינער געהערט נישט צו דארט.
ס'שפירט זיך ווי עפעס זוכט מען צובאהלטן.
מרעדט פון הונדעטער מיליאנען אינוועסטירט אן קיין חשבון פון פראפיט אין די ערשטע יארן בכלל.
מדארף דא האבן גאר ברייטע פלייצעס און אסאאאך געלט.
ר' אברהם דוב עהרענטאל זאגט אין טועמי' אז מיין האט געמאכט א לעגאלע קאנטראקט מיט די בעה"ב אז די וועד הרבנים האט די לעצטע ווארט אויף אלעם..
ס'שפירט זיך ווי די אינוועסטירער זענען אפשר גיום, סקען זיין סאיז א מעלה גאר אבער וואס איז די סוד?

קען זיין איך האב נישט גענוג געליינט דערוועגן אויב איינער ווייסט מער זאל ביטע מיטטיילן
לויט די ניו יארק פאוסט זענען דא דארט אויסלענדישע אינוועסטירער, פון אינדיע און כינע צווישן אנדערע.

כ'פארשטיי נישט פונקטליך סאו רעכן זיך נישט מיט מיינע ווערטער

https://nypost.com/2024/03/30/real-esta ... reen-card/
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 3:15 pm
קלאפן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:51 pm וואס איז די מיסטעריע איבער די דעוועלאפערס אינוועסטירער דא?
אלע וואס שטעלן זיך ארויס פובליק זענען מארקעטינג אדער רחניות אידן געדינגענע באקאנטע אידן קיינער געהערט נישט צו דארט.
ס'שפירט זיך ווי עפעס זוכט מען צובאהלטן.
מרעדט פון הונדעטער מיליאנען אינוועסטירט אן קיין חשבון פון פראפיט אין די ערשטע יארן בכלל.
מדארף דא האבן גאר ברייטע פלייצעס און אסאאאך געלט.
ר' אברהם דוב עהרענטאל זאגט אין טועמי' אז מיין האט געמאכט א לעגאלע קאנטראקט מיט די בעה"ב אז די וועד הרבנים האט די לעצטע ווארט אויף אלעם..
ס'שפירט זיך ווי די אינוועסטירער זענען אפשר גיום, סקען זיין סאיז א מעלה גאר אבער וואס איז די סוד?

קען זיין איך האב נישט גענוג געליינט דערוועגן אויב איינער ווייסט מער זאל ביטע מיטטיילן
לויט די ניו יארק פאוסט זענען דא דארט אויסלענדישע אינוועסטירער, פון אינדיע און כינע צווישן אנדערע.

כ'פארשטיי נישט פונקטליך סאו רעכן זיך נישט מיט דעם פאוסט.

https://nypost.com/2024/03/30/real-esta ... reen-card/
ווי איך פארשטיי רעדט מען פון אזעלכע וואס ווילן באקומען איינטריט קיין אמעריקע און מיט די איצטיגע שטרענגע געזעצן איז אן EB-5 וויזע איינער פון די מהלכים.

דאס איז א פראגראם פאר אויסלענדישע אינוועסטירער צו באקומען א גרין קארד, ס'פאדערט זיך 1.05 מיליאן דאלער אין פרישע אינוועסטמענטס וואס דארף פארשאפן לכה"פ צען נייע דזשאבס.
אדער קען מען זיך שפארן און באצאלן נאר 800,000 דאלער מיטן אינוועסטירן אין פלעצער וואס די רעגירונג האט אן אינטערעסע זיי אויפצוארבעטן דאס נעמט אריין געגנטער מיט מיט אן ארבעטסלאזיגקייט ראטע וואס איז 150% העכער ווי דער נאציאנאלער דורכשניט (כהיום אז דער דורכשניט איז ארום 4.4 וועט 150 פראצענט העכער אויסקומען בערך 6.6).
אדער רורעל געגענטער וואס זענען נישט צו נאנט צו א שטאט מיט 20,000 איינוואוינער און העכער. אוקעטשאבי קאונטי מיט אירע ארום ניין און דרייסיג טויזנט איינוואוינער איז אפיציעל א רורעל עריע (זע דא)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
קלאפן
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 198

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך קלאפן »

הדסים האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 9:27 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 3:15 pm
קלאפן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:51 pm וואס איז די מיסטעריע איבער די דעוועלאפערס אינוועסטירער דא?
אלע וואס שטעלן זיך ארויס פובליק זענען מארקעטינג אדער רחניות אידן געדינגענע באקאנטע אידן קיינער געהערט נישט צו דארט.
ס'שפירט זיך ווי עפעס זוכט מען צובאהלטן.
מרעדט פון הונדעטער מיליאנען אינוועסטירט אן קיין חשבון פון פראפיט אין די ערשטע יארן בכלל.
מדארף דא האבן גאר ברייטע פלייצעס און אסאאאך געלט.
ר' אברהם דוב עהרענטאל זאגט אין טועמי' אז מיין האט געמאכט א לעגאלע קאנטראקט מיט די בעה"ב אז די וועד הרבנים האט די לעצטע ווארט אויף אלעם..
ס'שפירט זיך ווי די אינוועסטירער זענען אפשר גיום, סקען זיין סאיז א מעלה גאר אבער וואס איז די סוד?

קען זיין איך האב נישט גענוג געליינט דערוועגן אויב איינער ווייסט מער זאל ביטע מיטטיילן
לויט די ניו יארק פאוסט זענען דא דארט אויסלענדישע אינוועסטירער, פון אינדיע און כינע צווישן אנדערע.

כ'פארשטיי נישט פונקטליך סאו רעכן זיך נישט מיט דעם פאוסט.

https://nypost.com/2024/03/30/real-esta ... reen-card/
ווי איך פארשטיי רעדט מען פון אזעלכע וואס ווילן באקומען איינטריט קיין אמעריקע און מיט די איצטיגע שטרענגע געזעצן איז אן EB-5 וויזע איינער פון די מהלכים.

דאס איז א פראגראם פאר אויסלענדישע אינוועסטירער צו באקומען א גרין קארד, ס'פאדערט זיך 1.05 מיליאן דאלער אין פרישע אינוועסטמענטס וואס דארף פארשאפן לכה"פ צען נייע דזשאבס.
אדער קען מען זיך שפארן און באצאלן נאר 800,000 דאלער מיטן אינוועסטירן אין פלעצער וואס די רעגירונג האט אן אינטערעסע זיי אויפצוארבעטן דאס נעמט אריין געגנטער מיט מיט אן ארבעטסלאזיגקייט ראטע וואס איז 150% העכער ווי דער נאציאנאלער דורכשניט (כהיום אז דער דורכשניט איז ארום 4.4 וועט 150 פראצענט העכער אויסקומען בערך 6.6).
אדער רורעל געגענטער וואס זענען נישט צו נאנט צו א שטאט מיט 20,000 איינוואוינער און העכער. אוקעטשאבי קאונטי מיט אירע ארום ניין און דרייסיג טויזנט קאונטיס איז אפיציעל א רורעל עריע (זע דא)
איך פארשטיי נישט פונקטליך
ווייל די לעצטע האלבע יאר האט טראמפ שווער געמאכט די ארבעטער וויזא סיסטעם, און אנגעהויבן בעטן א מיליאן דאללער פאר א וויזא, אינוועסטירט איינער איבער הונדערט מיליאן דאללער (לויט זיי) די לעצטע 4-5 יאר כדי צו באקומען אדיסקאונט פון צוויי הונדערט אלפים?? גי"וו מ"י ע"י ברעי"ק

דאכצעך אנהייב ווען אליעזר קרויס איז געווען אינוואלווד האט ער געגעבן עטוואס פרטים איבער די אינוועסטירער. איינער געדענקט?
סתם טעאריעס איז נישט אינטערעסאנט.. אבער אויב שוין יא, שמעקט עס מיר ווי עפעס א ריזיגע פראדזשעקט וואס איז דורכגעפאלן און אנשטאט צו דערלייגן די געלט האט זיי איינער אנגע'שדכנ'ט מיט אונזער קאמיוניטי...
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 356

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

קלאפן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 1:02 am

גויאישע הייזער ווערן געבויעט גענצליך אנדערש ווי אידישע. וויאזוי זענען די הייזער דארט?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך הדסים »

קלאפן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 1:02 am
הדסים האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 9:27 pm ווי איך פארשטיי רעדט מען פון אזעלכע וואס ווילן באקומען איינטריט קיין אמעריקע און מיט די איצטיגע שטרענגע געזעצן איז אן EB-5 וויזע איינער פון די מהלכים.

דאס איז א פראגראם פאר אויסלענדישע אינוועסטירער צו באקומען א גרין קארד, ס'פאדערט זיך 1.05 מיליאן דאלער אין פרישע אינוועסטמענטס וואס דארף פארשאפן לכה"פ צען נייע דזשאבס.
אדער קען מען זיך שפארן און באצאלן נאר 800,000 דאלער מיטן אינוועסטירן אין פלעצער וואס די רעגירונג האט אן אינטערעסע זיי אויפצוארבעטן דאס נעמט אריין געגנטער מיט מיט אן ארבעטסלאזיגקייט ראטע וואס איז 150% העכער ווי דער נאציאנאלער דורכשניט (כהיום אז דער דורכשניט איז ארום 4.4 וועט 150 פראצענט העכער אויסקומען בערך 6.6).
אדער רורעל געגענטער וואס זענען נישט צו נאנט צו א שטאט מיט 20,000 איינוואוינער און העכער. אוקעטשאבי קאונטי מיט אירע ארום ניין און דרייסיג טויזנט קאונטיס איז אפיציעל א רורעל עריע (זע דא)
איך פארשטיי נישט פונקטליך
ווייל די לעצטע האלבע יאר האט טראמפ שווער געמאכט די ארבעטער וויזא סיסטעם, און אנגעהויבן בעטן א מיליאן דאללער פאר א וויזא, אינוועסטירט איינער איבער הונדערט מיליאן דאללער (לויט זיי) די לעצטע 4-5 יאר כדי צו באקומען אדיסקאונט פון צוויי הונדערט אלפים?? גי"וו מ"י ע"י ברעי"ק

דאכצעך אנהייב ווען אליעזר קרויס איז געווען אינוואלווד האט ער געגעבן עטוואס פרטים איבער די אינוועסטירער. איינער געדענקט?
סתם טעאריעס איז נישט אינטערעסאנט.. אבער אויב שוין יא, שמעקט עס מיר ווי עפעס א ריזיגע פראדזשעקט וואס איז דורכגעפאלן און אנשטאט צו דערלייגן די געלט האט זיי איינער אנגע'שדכנ'ט מיט אונזער קאמיוניטי...
איך געב אייך אפילו צוויי ברעיקס נאר זייט מיר קלאר מסביר אייער קשיא; איר האלט אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך ווי EB-5?

צום ענין, ארבעטער וויזע סיסטעם איז דער H1-B וויזע וואס גראדע טראמפ האט שוין געמאלדן אז ס'וועט יא בלייבן געהעריג אין אפעקט.

איך רעד כאמור פונעם EB-5 וויזע וואס איז נישט דוקא פאר שטארק געלערנטע מענטשן וואס וועלן מוזן ארבעטן אויף א ספעציפישער פלאץ בכדי זייער גרין קארד זאל בלייבן אין אפעקט, דאס איז פאר אזעלכע וואס אינוועסטירן אין דער עקאנאמיע און באקומען פרייע איינטריט.

דאן איז דא דער גאלד קארד אדער טראמפ קארד וואס קומט אין א געוויסן זין איבערנעמען דעם ביז יעצטיגן EB-5 דער פראבלעם איז אז דער פראגראם איז נאך נישט אין באניץ.

דער פראיעקט, גלייב איך, ציט זיך שוין אביסל לענגער פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט וואס פארענטפערט פארוואס זיי זענען נישט געגאנגען מיטן גאלד קארד. און ס'איז לויטן ארטיקל דא מערערע אינוועסטירער ממילא זע איך נישט עכט וואס איז שווער דערמיט.

______
סתם אביסל היסטאריע.

דער EB-5 פראגראם איז געווארן אוועקגעשטעלט אין די פריע ניינציגער יארן, דער פרייז איז געווען א האלב מיליאן דאלער פאר Targeted Employment Areaׁ) TEAׂ) - געגנטער וואס די רעגירונג האט אן אינטערעסע און 1,000,000 פאר סתם פלעצער כדלעיל.

אין 2019 האט טראמפ פרובירט צו רעפארמירן דעם פראגראם מיטן ארויפרוקן דעם פרייז צו 900,000 פאר ספעציעלע געגנטער און 1.8 מיליאן פאר סתם געגנטער.

אין 2021 האט אבאמא געשטעלטע פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין סקאט קארלי פון קאליפארניע אפגעווארפן דעם געזעץ (וואס דען?..) מיט דער טענה אז דער עקטינג סעקרעטאר אוו די דעפארטמענט אוו האמלענד סעקיוריטי קעווין מעקאלינען וואס האט אנגעהויבן דעם פראצעדור פונעם רעפארם איז נישט געשטעלט געווארן לויטן ריכטיגן סדר1 און דעריבער איז אויך דער קומענדיגער עקטינג סעקרעטאר וואלף - וואס האט עס פארענדיגט - נישט געווען לעגאל אויף זיין פאזיציע וואס מאכט אויטאמאטיש אלע טוישונגען איינגעשטעלט אין זייער צייט אומאפעקטיוו.

אין 2022 האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ ארויפצורוקן דעם פרייז פון 500K צו 800 און פון א מיליאן צו 1.05 מיליאן. און דא איז וואו ס'האלט יעצט.

טראמפ האט ווארשיינליך געזוכט נאכאמאל א גרינגער רעפארם האט ער אנשטאט דעם געלאזט אין גאנג א נייעם פראגראם און אזוי דערמיט הייבן נאכאמאל דעם פרייז. די סיבה פארוואס איינער זאל דאס בכלל וועלן איז ווייל ס'וועט אנגעבליך זיין גרינגער צו באקומען און בכלל וועט מען נישט דארפן אינוועסטירן נאר מ'וועט קענען סתם באצאלן דאס געלט און גיין.

______
1 טראמפ'ס צווייטע סעקרעטאר אוו דהס פרוי ניעלסאן האט זיך צעריבן מיט טראמפ אין 2019, לויטן געזעץ איז פארהאן צוויי ליסטעס; איינס ווער ס'נעמט איבער ווער דער סעקרעטאר איז נישט אוועילעבעל און א באזונדערע ווער ס'נעמט איבער ווער יענער רעזיגנירט. דא האט מען - ווארשיינליך בטעות - געניצט דעם ערשטן ליסטע אויפצונעמען מעקאלינען וואס האט געמאכט זיין פאזיציע ווערדלאז. און דערמיט אויך זיין נאכפאלגער (מעקאלינען האט אויך רעזיגנירט נאכן זיך צעקריגן מיט טראמפ) טשאד וואלפ'ס פאזיציע אלס עקטינג סעקרעטאר.
וואלף האט זיך עווענטועל אויך -- יאפ, צעאמפערט מיט טראמפ..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 304

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך וויענער חסיד »

דער חתן האט דעי וואך נאכאמאל ארויפגעברענגט העצן קעגן לעיקפראנט; זאגט מיר איינער פון די מארקעטינג פירמע מעגסט בארעדן; אבער פרעג דיך נאך; גיי אראפ קוקען; פאר די רייסט אראפ א זאך וואס יודען האבן אוועקגעגעבן די נשמה
בני יואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 167

Re: נייע ישוב לעיקפראנט, אין אוקיטשאובי פלארידא

פאוסט דורך בני יואל »

וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:09 pm דער חתן האט דעי וואך נאכאמאל ארויפגעברענגט העצן קעגן לעיקפראנט; זאגט מיר איינער פון די מארקעטינג פירמע מעגסט בארעדן; אבער פרעג דיך נאך; גיי אראפ קוקען; פאר די רייסט אראפ א זאך וואס יודען האבן אוועקגעגעבן די נשמה
יא, ער רעדט זיך זייער אפ וועגן פאאלס
אויב זאל אקעטשאבי זיין א סוקסעס מיט ערליכע תושבים איז עס אסאך צו פארדאנקען חתן דינן
שרייב פאוסט