חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
טייערע ילדי קאסא גראנדע ביי דעם וועכנטליכן באזוך ביים קיען פארם צו פראדוצירן פרישע ארגאנישע מילך תחת השגחת הועד הכשרות דקהילתנו.
די מילך איז גאר געשמאק און ריין און אן קיין שום צוגעלייגטע באשטאנדטיילן. עס קומט פון די דזשוירזי קיען וועלכע זענען זייער בא'טעמ'ט און רייך אין וויטאמינען.
די מילך איז נישט פּאַסטוריזירט, כדי צו פרעזערווירן דעם אריגינעלן טעם און אלע וויטאמינען. (ס'איז דעריבער כדי עס נישט צו געבן פאר קינדער אונטער פינף יאר, עלטערע מענטשן און פרויען אין אנדערע אומשטענדן.) און ס'קאסט כמעט דער זעלבער פרייז ווי די רעגולערע גאלדען פלאו/דבש מילך וואס מען קען באקומען אין קאָושער קעניאָן געשעפט שע"י קהילתנו.

- פיילס
-
- IMG-20251123-WA0009.jpg (366.6 KiB) געזען געווארן 1437 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווי איז באטעמ'טער צו וואוינען, אין דעם בילדינג אויף מירטעל אין וויליאמסבורג,
אדער אין א רחבות'דיגע הויז וואס קיינער פירקלט נישט אן אין קאסא גראנדע אריזאנע?

- IMG-20251118-WA0004.jpg (289.59 KiB) געזען געווארן 1360 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 140
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 304
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
עס איז דא א נייע ווידיאו פון ר שמעון ראלניצקי און קאסא גראנדא אויב איינער קען ברענגען [אגב זייט ער איז און קאסא גראנדא איז נאר געווען איין שמועס איך האב מורה מען שלאפט איין דארט]
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך וועל עס פאויסטן בעזה"ש אינדערפרי. ואתכם הסליחה
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 8:52 pm עס איז דא א נייע ווידיאו פון ר שמעון ראלניצקי און קאסא גראנדא אויב איינער קען ברענגען [אגב זייט ער איז און קאסא גראנדא איז נאר געווען איין שמועס איך האב מורה מען שלאפט איין דארט]

נאר אין קאסע גראנדע!בפ איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 3:05 am
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 8:52 pm עס איז דא א נייע ווידיאו פון ר שמעון ראלניצקי און קאסא גראנדא אויב איינער קען ברענגען [אגב זייט ער איז און קאסא גראנדא איז נאר געווען איין שמועס איך האב מורה מען שלאפט איין דארט]
בשעת ווען ר' יצחק גרין איז געגאנגען אויפפיקן זיין פאסט פון די מעיל-באקס טרעפט ער אן ר' שמעון ראלניצקי ווי ער איז פארטיפט אין לערנען זיצנדיג אויף א באנק אין די לאקאלע פארק, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבערן היימישע יושב קאסא גראנדע.
ר' שמעון מיט זיין כריזמא, האט מיטגעטיילט עקסקלוסיווע אינעווייניגסטע קרישקעלעך וועגן דעם לעבן און אין קאסא גראנדע, וואס האט גארנישט קיין אנגעצויגענקייט, ער טוט אויסמשל'ן די ריינקייט פון דעם מדבר'דיגע לופט וואס מענטשן זאגן פאר זיכער אז עס טוט אויסהיילן אסאך סארט קרענק ווי אסטמא, עקזעמא, עלערדזשיס, און ארטרייטוס אויך צו האלטן עסן פריש פאר גאר א לאנגע צייט אפילו פאר חדשים.
האלט מיט ווי א שפאציר צו די מעיל-באקס האט זיך אויסגעלאזט צו זיין א גאר אינטערסאנטע מאמענט.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 140
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 304
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ארויסגעקומען גאר אן אינטרעסאנטע פאדקעסט פון שלומי זייענץ מיט ר יהושיע רובין [וואס שלומי טעהנעט אז מוועט רעדן איבעראל פון דעם] אויב איינער קען ברענגען
-
קוקן פאזיטיוו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 710
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
- x 532
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
סאיז 2 שעה אין 20 מינוטוויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:13 pm ארויסגעקומען גאר אן אינטרעסאנטע פאדקעסט פון שלומי זייענץ מיט ר יהושיע רובין [וואס שלומי טעהנעט אז מוועט רעדן איבעראל פון דעם] אויב איינער קען ברענגען
-
וכן נוהגין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
- x 703
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אידיש: ר׳ יהושע רובין פון קאסא גראנדא, אריזאנע, מיט ר' שלומי זייענס פון טיף טיף פאדקעסט.
2:24:41
2:24:41
- פיילס
-
- maxresdefault (20).jpg (72.59 KiB) געזען געווארן 866 מאל
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
צענזורירט אויף אייוועלטקוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 11:41 pmסאיז 2 שעה אין 20 מינוטוויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:13 pm ארויסגעקומען גאר אן אינטרעסאנטע פאדקעסט פון שלומי זייענץ מיט ר יהושיע רובין [וואס שלומי טעהנעט אז מוועט רעדן איבעראל פון דעם] אויב איינער קען ברענגען
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 140
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 304
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
סקוקט אויס וואו דער עולם וויל נישט מען זאל העלפן דעם ציבור מיט נייע שטעטלעך; די יוטוב קאמענטס אונטער דעם ווידיאו איז געפערליך נעגעטיעוו און נעסטי; האב איך געטראכט ר יהושיע איז קאנטאווערשעל שוין אבער נאכדעם זע איך ביי אוקאוטשאובי האט עפעס א חתן געמאכט א ווידיאו קעגן דעם וואס האט שוין 13000 וויאוס נאכדעם פרעגט מען וואו זענען די עסקנים
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יענע חתן פרעגט גאנץ וואלידע פראגעס און כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן תירוצים.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:11 pm סקוקט אויס וואו דער עולם וויל נישט מען זאל העלפן דעם ציבור מיט נייע שטעטלעך; די יוטוב קאמענטס אונטער דעם ווידיאו איז געפערליך נעגעטיעוו און נעסטי; האב איך געטראכט ר יהושיע איז קאנטאווערשעל שוין אבער נאכדעם זע איך ביי אוקאוטשאובי האט עפעס א חתן געמאכט א ווידיאו קעגן דעם וואס האט שוין 13000 וויאוס נאכדעם פרעגט מען וואו זענען די עסקנים
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
רוב קשיות פון יענעם איז פיין פארענטפערט געווארן אויף קול מבשר ביי די שמועס מיט בינער און מארקאוויטשחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:21 pmיענע חתן פרעגט גאנץ וואלידע פראגעס און כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן תירוצים.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:11 pm סקוקט אויס וואו דער עולם וויל נישט מען זאל העלפן דעם ציבור מיט נייע שטעטלעך; די יוטוב קאמענטס אונטער דעם ווידיאו איז געפערליך נעגעטיעוו און נעסטי; האב איך געטראכט ר יהושיע איז קאנטאווערשעל שוין אבער נאכדעם זע איך ביי אוקאוטשאובי האט עפעס א חתן געמאכט א ווידיאו קעגן דעם וואס האט שוין 13000 וויאוס נאכדעם פרעגט מען וואו זענען די עסקנים
פארשטייט זיך חוץ די שקרים וואס גוגל האט אפגעפרעגט אויפן פלאץ
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואס גוגל האט אפגעפרעגט איז דאך שוין נישט קיין פראגע.אתרוג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:33 pmרוב קשיות פון יענעם איז פיין פארענטפערט געווארן אויף קול מבשר ביי די שמועס מיט בינער און מארקאוויטשחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:21 pmיענע חתן פרעגט גאנץ וואלידע פראגעס און כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן תירוצים.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:11 pm סקוקט אויס וואו דער עולם וויל נישט מען זאל העלפן דעם ציבור מיט נייע שטעטלעך; די יוטוב קאמענטס אונטער דעם ווידיאו איז געפערליך נעגעטיעוו און נעסטי; האב איך געטראכט ר יהושיע איז קאנטאווערשעל שוין אבער נאכדעם זע איך ביי אוקאוטשאובי האט עפעס א חתן געמאכט א ווידיאו קעגן דעם וואס האט שוין 13000 וויאוס נאכדעם פרעגט מען וואו זענען די עסקנים
פארשטייט זיך חוץ די שקרים וואס גוגל האט אפגעפרעגט אויפן פלאץ
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 140
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 304
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די פראבלעם איז נישט חתן דינן ער איז ברוגז מען האט איהם נישט גענומען צו וולאגען מיין דאגה איז די קאמענטס פונעם ציבור וואס איז מסכים מיט אים; אפרים פעדער האט געקאמענט מען זאל זיך בארואיגען האט די עולם זיך גענומען אויף אים בקיצור לאסט קעיס
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2194
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7408
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פון וואס רעדט מען דא?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 4:09 pm די פראבלעם איז נישט חתן דינן ער איז ברוגז מען האט איהם נישט גענומען צו וולאגען מיין דאגה איז די קאמענטס פונעם ציבור וואס איז מסכים מיט אים; אפרים פעדער האט געקאמענט מען זאל זיך בארואיגען האט די עולם זיך גענומען אויף אים בקיצור לאסט קעיס
ברענג אהער
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מ'דארף עס כשר'ןשינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 4:10 pmפון וואס רעדט מען דא?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 4:09 pm די פראבלעם איז נישט חתן דינן ער איז ברוגז מען האט איהם נישט גענומען צו וולאגען מיין דאגה איז די קאמענטס פונעם ציבור וואס איז מסכים מיט אים; אפרים פעדער האט געקאמענט מען זאל זיך בארואיגען האט די עולם זיך גענומען אויף אים בקיצור לאסט קעיס
ברענג אהער
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מיין פריינד, חתן דינן נעמט זיך אן פארן שטאט, ער מיט זיין חבר זענען ביזי פעקט טשעקן דעם בנש"ק...וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 4:09 pm די פראבלעם איז נישט חתן דינן ער איז ברוגז מען האט איהם נישט גענומען צו וולאגען מיין דאגה איז די קאמענטס פונעם ציבור וואס איז מסכים מיט אים; אפרים פעדער האט געקאמענט מען זאל זיך בארואיגען האט די עולם זיך גענומען אויף אים בקיצור לאסט קעיס
און יענער האט גאנץ גוטע פראגעס וואס קיינער האט נישט אדרעסירט.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואס קען מען שוין צענזורירן איבער קאסט גראנדע? חוץ די אינערלעכע פאליטיק אדער עפעס אנדערש?דיעל שפיל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 2:22 pmצענזורירט אויף אייוועלטקוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 11:41 pmסאיז 2 שעה אין 20 מינוטוויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:13 pm ארויסגעקומען גאר אן אינטרעסאנטע פאדקעסט פון שלומי זייענץ מיט ר יהושיע רובין [וואס שלומי טעהנעט אז מוועט רעדן איבעראל פון דעם] אויב איינער קען ברענגען
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 752
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואס זענען די פראגעס? אין קורצן אויב מעגליך? וואלט געווען אינטערסאנטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 5:25 pmמיין פריינד, חתן דינן נעמט זיך אן פארן שטאט, ער מיט זיין חבר זענען ביזי פעקט טשעקן דעם בנש"ק...וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 4:09 pm די פראבלעם איז נישט חתן דינן ער איז ברוגז מען האט איהם נישט גענומען צו וולאגען מיין דאגה איז די קאמענטס פונעם ציבור וואס איז מסכים מיט אים; אפרים פעדער האט געקאמענט מען זאל זיך בארואיגען האט די עולם זיך גענומען אויף אים בקיצור לאסט קעיס
און יענער האט גאנץ גוטע פראגעס וואס קיינער האט נישט אדרעסירט.
-
וכן נוהגין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
- x 703
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
גראדע איך זעה אסאך מער גינסטיגע קאמענטס ווי די זיבעצען נעגאטיווע קאמענטס, וואס אקעגן דעם איז דא כמעט פופציג גינסטיגע קאמענטס.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:11 pm סקוקט אויס וואו דער עולם וויל נישט מען זאל העלפן דעם ציבור מיט נייע שטעטלעך; די יוטוב קאמענטס אונטער דעם ווידיאו איז געפערליך נעגעטיעוו און נעסטי; האב איך געטראכט ר יהושיע איז קאנטאווערשעל שוין אבער נאכדעם זע איך ביי אוקאוטשאובי האט עפעס א חתן געמאכט א ווידיאו קעגן דעם וואס האט שוין 13000 וויאוס נאכדעם פרעגט מען וואו זענען די עסקנים
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך האב זיך באגעגענט מיט עטליכע שיינע ארטיקלן אויף די קהילות וועבזייטל, איבער קאסא גראנדע וועלעכע זענען נאכנישט געווען דא אויפן פורום.די ארטיקלן זענען נתפרסם געווארן שוין עטליכע יאר צוריק אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
א בליק אויף קאסא גראנדע
לאקאציע
די שטאט קאסא גראנדע געפינט זיך אין דעם הערליכן סטעיט פון אריזאנע, אינעם ברייטערן מעטרא ראיאן פון פיניקס, בערך האלבוועגס צווישן פיניקס און טוסאן. עס איז 45 מינוט צו פארן פון דעם פיניקס אינטערנעשאנעל עירפארט, און פונקט איבער א שעה פון טוסאן. עס נעמט פונקט א שעה מיט א פערטל צו פארן צום סאבינא קעניאן אין טוסאן, וועלכע איז גאר באקאנט מיט איר געזונטע לופט.
דער שטאט
קאסא גראנדע איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 880' (תר"ם) מיט פינף מענטשן, און איז זיך מיט די יארן הערליך שיין צואוואקסן, ביז עס האלט שוין היינט ביי העכער זעכציג טויזענט מענטשן. די מענטשן וואוינען זייער אויסגעשפרייט, און די שטאט פארמאגט ב"ה גענוג און נאך שטח זיך אויסצושפרייטן און זיך פארברייטערן ווייטער. רוב רובם הייזער אין שטאט זענען שיינע, רואיגע, איין פאמיליע הייזער, מיט א שטיקל שטח פון פארנט און אונטן, מיט אן אייגענעם דרייוועי און מיט גרויסע גאראדזשעס. כמעט וואס מען זעהט נישט קיין הויכשטאטקיגע בנינים פאר די אויגן.
דאס ברענגט א געוואלדיגע ישוב הדעת און הרחבת הדעת פאר די מענטשהייט, און ברענגט אז דאס לעבן דא אין שטאט איז פיל רואיגער ווי אין די גרעסערע שטעט. א זאך וואס זעהט זיך אן אפילו ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג וואס איז בדרך כלל פיל איידעלער און מער צוגעלאזן.
הרחבת הדעת
שוין אפגערעדט אז ביי אונז היימישע אידן ברענגט עס גאר אסאך רווחים. עס ברענגט א היימישקייט, אן אחדות און ברודערליכקייט וואס מען טרעפט נישט בכלל אין די גרויסע שטעט און ישובים. קליינע ישובים האבן אלעמאל ארויסגעברענגט דאס בעסטע און שענסטע פון אירע איינוואוינער. די כשרונות קומען מער ארויס, די שעפערישקייט באווייזט זיך און מענטשן שטייגן פיל מער.
קאסא גראנדע איז נישט אנדערש מיט דעם, ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן אין די קורצע צייט אפשניט זייט דער ישוב איז צושטאנד געקומען, און ווי עס זאגן עדות די איינוואוינער וועלכע שפירן גליקליך זיך צו געפונען דא יעדן איינציגסטן טאג. די רואיגקייט האט געוואלדיגע השפעה לטובה אויף די קינדער, אז אפילו אין די קורצע צייט וואס מען וואוינט דא זעהט זיך עס אן גאר שטארק.
קלימאט
די שטאט האט א ווארימע, טרוקענע, מדבר קלימאט; מיט געשמאקע ווארימע ווינטערס, וואס בייטאג איז אין געגענט פון צווישן זעכציג און זיבעציג גראד און ביינאכט ווערט קיל און געשמאק, אינעם געגענט פון פערציג ביז פופציג גראד.
זומער ווידער ווערט יא הייס און דער וועטער גייט אפט ארויף צו ארום 100 ביז 110 גראד, און צומאל אפילו העכער פון דעם. דערפאר אבער איז דער היץ זייער א טרוקענער, וואס מיינט אז מען שוויצט כמעט נישט. אנדערש ווי מען איז געוואוינט אין די צפון מזרח שטאטן ווי דער היץ איז מער א נאסער, און דערפאר שוויצט מען גאר אסאך. ווי די באזוכער און איינוואוינער זאגן עדות, איז דער היגער וועטער פון 110 גראד היץ נישט ערגער פון 85 גראד אין ניו יארק, ווען עס ווערט באגלייט מיט א שווערער שווייס.
אזוי אויך רעגנט כמעט נישט דא אין שטאט. אין דורכשניט פאלט דא רעגן אינגאנצן 32 טעג אינעם יאר. און געווענליך איז דאס מער אפט אין די זומער חדשים. רוב טעג אין יאר איז דער וועטער גאר שיין און זוניג. אפילו ווען עס רעגנט יא, איז געווענליך פארוואלקנט נאר במשך דעם רעגן און עס אפעקטירט נישט דעם גאנצן טאג.
דער שטאט געפונט זיך אין א שיינעם געגענט, מיט עטליכע הערליכע, מאיעסטעטישע בערג ממש נעבן די שטאט, וואס אויסער די שיינקייט וואס זיי געבן צו צום לאנדאשאפט, איז עס גאר געשמאק צו גיין שפאצירן דארט פון צייט צו צייט, צוגעבנדיג צום הרחבה און ישוב הדעת פון וועלכען די איינוואוינער דא געניסן.
באהערדע
די לאקאלע רעגירונג איז זייער פריינטליך און צוגעלאזן און זיי זוכן ארויסצוהעלפן מיט וואס זיי קענען, וואס העלפט שטארק די נייע קהילה זיך בויען און אנטוויקלען, מיט'ן הילף פונעם גרויסן באשעפער, און מיט זיין גרויסע סייעתא דשמיא וואס באגלייט אונזער נייעם ישוב פון דעם ערשטן טאג.
דירה נאה
הייזער אין שטאט זענען היפש ביליג. אפילו יעצט, נאך וואס אין די לעצטע צוויי יאר זענען הייזער אין גאנץ אמעריקא שטארק געשטיגן, קען מען נאך אלץ קויפן אין קאסא גראנדע שיינע הייזער פאר דעם פארהעלטנסמעסיג ביליגער פרייז פון צווישן דריי און פיר הונדערט טויזענט דאלער. און דאס איז סתם הייזער, מיר רעדן נישט יעצט פון דעם גרויסן פראיעקט וואס מיר בויען אליינס, דירעקט פאר'ן היימישן ציבור.
שטייערן
ריעל עסטעיט שטייערן איז אויך זייער ביליג, שטייענדיג ע"פ רוב ביי אונטער צוויי טויזענט דאלער א יאר, אזוי אז אפילו מיט דעם hoa צאלונג, קומט מען נאך אלץ נישט אן – בדרך כלל – צו גאנצע דריי טויזענט דאלער א יאר. צו דעם קומט אויך צו, אז צוליב דער קלימאט, איז דאס אויפהאלטן א הויז אויך ביליגער. די דאך האלט זיך פיל לענגער, אן עירקאנדישאן יוניט האלט כמעט טאפלט אזוי לאנג ווי אין די צפון מזרח שטאטן, וכדו'.
ישוב הדעת
די שטאט פארמאגט אויך פילע פארקס, וואו די קינדער – און זייערע עלטערן, קענען גיין זיך אויסלופטערן סיי וועלכן טאג, און מיילן פון ספעציעלע 'טרעילס' דירעקט געמאכט פאר די איינוואוינער פון שטאט צו שפאצירן און זיך אויסלופטערן נאך א טאג פון ארבעט. די אלע זאכן טוען נאך מער פארבעסערן דעם הרחבת הדעת פון די איינוואוינער.
א געזונטער באלאנס
פארט אבער איז עס נישט קיין דארף. קאסא גראנדע פארמאגט אלע וויכטיגע געשעפטן און ביזנעסער וואו מען קען באקומען אלע נויטיגע געברויכן וואס מען קען באדארפן, ממש ביי דער האנט. עס איז פשוט נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע, אבער אט זענען עטליכע באקאנטע:
אלע געשעפטן ווי וואלמארט. לאויעס (Lowes). האום דיפּאו (Home Depot). פּרייס (אזוי ווי שאפּרייט). סי ווי עס. וואלגרינס. און פילע אנדערע וויכטיגע געשעפטן; און אזוי אויך פילע בענק, אזוי ווי טשעיס, וועלס פארגאו, באנק אוו אמעריקא און עטליכע לאקאלע בענק.
וואוקס
גאר א מערקווירדיגער אנעקדאט איבער די שטאט קאסא גראנדע, איז איר הערליכער וואוקס. אין די לעצטע צוואנציג יאר איז די שטאט געוואקסן מיט איבער טאפלט. פון בערך 24 טויזענט מענטשן אין תש"ס, איז עס זיך צעוואקסן צו ארום זעכציג טויזענט מענטש היינט.
עס איז כדאי אויסצושמועס בקצרה די סיבות דערצו, ווייל דאס איז אויך נוגע פאר אונז. די סיבות, אויסער דעם עצם מציאות אז עס איז אריזאנא, וואס האט אירע מעלות (לייענט אינעם אריזאנע באריכט), האט דער גאנצער געגענט, און די שטאט קאסא גראנדע, א גרויסע מעלה, אז די לאקאלע רעגירונג קוקט מיט זייער א גונסטיגער אויג אויף די וואקס פונעם פלאץ.
אנדערש ווי אין פילע ערטער אין אמעריקא, וויל די רעגירונג אז דער שטאט זאל וואקסן. זיי מוטיגן עס און שטופן עס אויף יעדן אופן. זיי געבן גוטע הנחות פאר פירמעס צו קומען אהער, זיי ארבעטן מיט מיט יעדן איינעם אויף א פערזענליכן פארנעם אז מען זאל זיין צופרידן און באקומען וואס מען דארף.
אנשטאט אז מען זאל דארפן אויפנעמען מומחים וואס זאלן שתדל'ן ביי די סיטי אז איר זאלט קענען באקומען פערמיטן פאר אייער ביזנעס אדער פאבריק, האט די סיטי אליינס צוגעשטעלט א גרופע פון מומחים וואס ארבעטן מיט יעדע פירמע, אונטערצואיילן די פראצעדור און אז מען זאל קענען גרינגער באקומען א פערמיט.
צו דעם לויפן אדורך אין קאסא גראנדע צוויי אינטערסטעיט הייוועיס און אויך דער באן וואס פירט איבער גאנץ אמעריקא, און צו דעם איז עס אינגאנצן ארום איין שעה אוועק פון צוויי אינטערנעשאנעל עירפארטס.
און ווי דערמאנט פריער, איז דאס אויס די ערפארונג פון אונזער קהילה. די רעגירונג האט מיטגעארבעט און ארויסגעהאלפן צו יעדן פראיעקט. דאס איז גוטע נייעס, ווייל אזא סארט אטמאספערע איז געזונט פאר א היימישע ציבור צו קענען דא עטאבלירן נייעס ביזנעסער, אדער אריבערברענגען אלטע, וואו מען וועט בעז"ה זעהן גרויס הצלחה.
נייע הייזער
נאך א גרויסע מעלה פון דעם איז, אז אנדערש ווי אינעם גאנצן צפון מזרח ראיאן, וואס איז שוין א אלטער ראיאן, און ווען מען קויפט עקזיסטירנדע הייזער זענען זיי גאר אפט איבער הונדערט יאר אלט; איז דער פאקט אז קאסא גראנדע איז א נייער שטאט, א גרויסע מעלה ביים קויפן הייזער. ווייל רוב רובם פון די הייזער וועלכע קומען ארויף אויפן מארק צום פארקויפן, זענען גאנץ נייע הייזער, ע"פ רוב יונגער פון צוואנציג יאר, און פארט זענען זיי ביליגער פון די וועלכע ווערן ממש יעצט געבויעט.
פירמעס
אט איז א קורצע רשימה פון פירמעס, טייל נייע, טייל אלטע, וועלכע האבן באשלאסן זיך אהערצוציען צום געגענט פון קאסא גראנדע, אדער בויען דא נייע פאבריקן און ביזנעס צענטערן:
לוסיד:
די לעצטע יארן איז געווארן שטארק פאפולער אין אמעריקא, און איבער די וועלט, צו דרייוון עלעקטראנישע אויטאס. גאר באקאנט איז די טעסלא פירמע פון אילאן מאסק, וועלכע האט שוין געמאכט אסאך העדליינס און געווארן א פאפולערע אויטא.
אבער אין די לעצטע צוויי-דריי יאר איז אויסגעוואקסן א נייער ריז אין דעם פעלד, א נייער יונגל אויפן בלאק, ווי מען רופט עס, ווען עס האבן זיך צאמגענומען ריזיגע אינוועסטארס און האבן אויפגעשטעלט די 'לוסיד' פירמע, ווערנדיג די גרעסטע קאנקורענט פאר טעסלא.
די פירמע לוסיד האט אויפגעשטעלט א שפאגל נייעם פאבריק צו בויען זייערע אויטאס, ממש גענצליך פונדאסניי. דאס איז געווען א גרויסע נייעס אין אמעריקא, וויבאלד עס איז געווען די ערשטע גענצליך נייע אויטא פאבריק געבויעט צו ווערן אין אמעריקא אין פילע יארן.
דאס ארט וואס לוסיד האט אויסגעקליבן צו בויען זייער נייע פאבריק, איז טאקע אונזער שטעטל, קאסא גראנדע, וואו זיי האבן אפגעקויפט א ריזיגן שטח פון עטליכע הונדערט אקער און אויפגעשטעלט די נייע פירמע, וועלכע פראדוצירט שוין די נייע אויטאס.
וואלמארט:
די וואלמארט פירמע האט לעצטענס אויסגעקליבן קאסא גראנדע, און געבויעט דארט א נייעם, ריזיגן דיסטריביושאן צענטער פון ארום א מיליאן קוואדראט פיס, וועלכע טוט סערווירן די סופערסענטערס פון דריי סטעיטס אינעם ראיאן.
פריטא לעי:
די גרעסטע פאטעיטא טשיפ פאבריצירער, פריטא לעי, פארמאגט א ריזיגע פראדוקציע פאבריק אין קאסא גראנדע, וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן.
אבאט לאבראטאריעס:
די פירמע איז א ריזיגע, אינטערנאציאנאלע פירמע, מער באקאנט צוליב טייל פון אירע פראדוקטן, ווי סימילעק, פידיעלייט און ענשור, טוט אויך אפערירן א ריזיגע פאבריק אין קאסא גראנדע וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן.
ניקאָלאַ:
בערך צוואנציג מינוט פון קאסא גראנדע האט מען אין די לעצטע צוויי יאר אויפגעבויעט א מעגא ריזיגע פאבריק פון די פירמע ניקאלא, וועלכע פראדוצירט עלעקטראנישע טראקס. נישט קארס, נאר טראקס, אבער מאסיווע סעמי טראקס (דאס איז די פאדערשטע טייל פון דעם טרעקטאר טרעילאר).
העקס-סעל:
נאך א אינטערנאציאנאלע פירמע וועלכע פארמאגט איר גרעסטע פאבריק אין קאסא גראנדע איז העקס-סעל, וועלכע פאבריצירט מאטריאלן וועלכע ווערן גענוצט אין עראפלאן פראדוקציע, סיי פאר קאמערציעלע עראפלאנען און אויך פאר מיליטערישע עראפלאנען.
קארגיל:
קארגיל איז א ריזן, מולטי ביליאן דאלער'דיגע פירמע, פון די גרעסטע פירמעס אין אמעריקא, און פארמאגט איבער הונדערט זעכציג טויזענט ארבייטערס. זי פארמאגט א גרויסע פאבריק אין קאסא גראנדע וועלכע פראדוצירט הונדערט צוואנציג טויזענט טאן פון עסן פאר בהמות יערליך.
*
געזונטע דזשאב מארקעט
די אויבנדערמאנטע זענען נאר א קליינע דוגמא פון וויאזוי ריזיגע פירמעס טרעפן פונקט די שטאט און איר אומגעגענט אלס פאסיג אויפצושטעלן דא פאבריקן, ווייל עס לוינט זיי. ווי אויך ווייזט עס אז די געגענט פארמאגט א געזונטע דזשאב מארקעט.
מיר זענען זיכער אז פאר די זעלבע סיבות ווי עס לוינט זיי, וועט עס אייך אויך לוינען אויפצושטעלן דא אייער ביזנעס, וועלכע וועט בעז"ה שטייגן און בליען און זיין א מקור פון הכנסה און פרנסה פאר אייך און נאך פילע אנדערע.
*
שפירט אייך באקוועם אינעם קהילה וועבזייטל, שפאצירט ארום אינעם סייט און לערנט מער איבער דעם ישוב און דעם גאנצן סביבה. אויב עפעס בלייבט נאך אלץ שווער, שפירט זיך פריי זיך צו פארבינדן מיט אונז.https://khalchasidimcg.com/contact.php

נאך איינע אין די סעריע פון ארטיקלן איבער קאסא גראנדע אריזאנע.
לאקאציע
די סטעיט אריזאנא געפונט זיך דרום מערב פון די פאראייניגטע שטאטן, עס איז ארומגענומען מיט יבשה פון אלע זייטן. אריזאנע איז געווען די לעצטע - פון די 48 מחובר'דיגע שטאטן - צו ווערן א סטעיט. דאס איז געווען אין יאר 912' (תרע"ב).
היסטאריע
אין 848', נאך די אמעריקאנער-מעקסיקאנער קריג, האט אמעריקא איבערגענומען דעם שטח אויף וועלכען עס געפונט זיך היינט רוב פון די סטעיט אריזאנא, אבער אין יענע צייט האבן דארט געוואוינט גאר ווייניג מענטשן.
אין 860', ווען מען האט דורכגעפירט דארט די ערשטע צענזוס, האבן געוואוינט אין דעם שטח ווייניגער פון 6,500 מענטשן. אפילו צען יאר שפעטער, אום 870', האבן נאכנישט געוואוינט דארט קיין צען טויזענט מענטשן. אבער אין די קומענדיגע פאר יאר האט מען געפונען אין יענעם געגענט גאלד, און אנדערע מעטאלן, און מענטשן האבן זיך אנגעהויבן יאגן אהין, כדי צו קענען שנעל רייך ווערן, און די באפעלקערונג האט אנגעהויבן וואקסן.
ביי דעם צענזוס אין 880', האבן די נומערן געגעבן א שפרונג מיט איבער פיר מאל אזויפיל. אין יענעם יאר האבן שוין געוואוינט דארט העכער פערציג טויזענט מענטשן. אין יאר 912', ווען אריזאנא איז געווארן א סטעיט, האבן שוין געוואוינט דארט העכער צוויי הונדערט טויזענט מענטשן. אויב אבער האט איר געמיינט אז דאס איז אסאך, לאמיר אייך דערציילן אז היינט וואוינען אין דעם סטעיט קרוב צו זיבן מיט א האלב מיליאן מענטשן. עס איז היינט די פערצנטע גרעסטע סטעיט אין מענטשן.
וואוקס
עס זענען דא פילע פאקטארן וועלכע ברענגען דעם ריזיגן וואוקס. אריזאנא פארמאגט גאר אסאך מעלות, וועלכע טרייבן מענטשן פון איבער דעם גאנצן לאנד זיך אריבערצוציען אהין, און מיר וועלן דא אויסשמועסן עטליכע פון זיי.
אוודאי איז דער ערשטער, און מערסט זעעבארער, איר וועטער. רוב אריזאנע פארמאגט זייער א געשמאקער קלימאט, און עס איז כמעט אלעמאל שיין און זוניג. עס רעגנט דארט ווייניג און אפילו ווינטער איז אין רוב ערטער דער וועטער נישט ברוטאל קאלט.
נאך א זאך וואס ברענגט מענטשן קיין אריזאנא איז איר געזונטער עקאנאמיע. דער "קאסט אוו ליווינג", וואו מען רופט עס אין אמעריקא, איז דא זייער צוגענגליך, בפרט ווען מען שטעלט עס צו צו דעם דורכשניטליכן פארדינסט פון די באפעלקערונג.
עקאנאמיע
בשעת וואס עס וואלט געווען א לאנגע מגילה צו באשרייבן ברייט די גרויסע פינאנציעלע דיפערענצן צווישן ניו יארק און אריזאנא, האבן מיר דא אראפגרעברענגט נאר עטליכע קליינע נקודות, וועלכע וועלן אייך געבן א בליק איבער די פאזיטיווע עקאנאמיע פון די שטאט.
-
בשעת ווען אין אמעריקא איז אין די לעצטע דריי יאר די וואוקס פאר נייע דזשאבס געפאלן מיט איבער זעקס פראצענט, איז עס אין דעם ראיאן געפאלן נאר מיט צוויי פראצענט.
און קוקנדיג אויפן עתיד זעהט עס אויס נאך בעסער. בשעת וואס אויף אמעריקא בכלליות זאגט מען פאָר א וואוקס ראטע פון 33.5 פראצענט, איז עס פאר דעם פיניקס ראיאן פיל העכער, ביי 48.2 פראצענט. דאס איז גאנצע פופצן פראצענט מער. אויך דער ארבעטלאזיגקייט ראטע איז בעסער אין דעם ראיאן ווי אין אמעריקא בכלליות.
אין ניו יארק קאסט אין דורכשניט פופציג פראצענט מער דאס לעבן ווי אין פיניקס. און קאסא גראנדע איז נאך בערך 25 פראצענט ביליגער ווי אין פיניקס.
בכלל וואקסט עס אויף א פיל שנעלערע ראטע ווי ניו יארק, און עס ציעט א יונגערע עולם, טאקע צוליב איר בעסערע עקאנאמיע, אבער דאס אליינס העלפט אויך די עקאנאמיע. ווייל עס איז א יונגערע ציבור וואס וויל און זוכט צו ארבעטן. עס פארמאגט א גרעסערע פראצענט פון פארהייראטע פאמיליעס מיט קינדער, וועלכע ווייזט אויך אויף א שטערקערע סטאביליטעט.
געאגראפיע
דער סטעיט געפונט זיך אין א גוטן ארט געאגראפיש. דער קלימאט איז א ווארימער און טרוקענער. בערך האלב פון די סטעיט איז א מדבר קלימאט (כאטש עס איז צוטיילט אין פיר אנדערע מדבריות, וואס מיינט אז עס פארמאגט אנדערע סארט געוויקסן און אנדערע סארט בעלי חיים), און די אנדערע האלב, כאטש עס איז נישט מדבר, איז עס אבער פארט א ווארימער קלימאט.
דער ווארימער קלימאט ברענגט אהער אסאך מענטשן וועלכע האבן נישט ליב די ווינטערדיגע קעלטן פון די צפון שטאטן, און אירע נאסע זומערס. און כאטש וואס די זומערס דא זענען טאקע שטארק הייס, פארמאגט אבער די סטעיט מערערע ערטער וואס אפילו אין זומער ווערט נישט מער פון אכציג, וואס אינאיינעם מיט דעם וואס עס איז טרוקן, איז דער וועטער אויסנאם געשמאק. פילע איינוואוינער וועלן האבן א זומער הייזקע אין די קאנטריס אויף די בערג, וואו עס איז גאר אנגענעם סיי ווינטער – ווען די קעלטן זענען אויך נישט די ברוטאלע סארט ווי אין ניו יארק – און סיי זומער.
פילע פון די קאנטריס, וועלכע געפונען זיך אין די בערג, ציען יעדן ווינטער סקיערס, מענטשן וועלכע קומען זיך גליטשן אויף די שנייען, און די מענטשן דינגען אפ די זומער הייזער, אזוי אז עס ברענגט נאך אן איינקונפט אויך. דאס איז אויך גוטע נייעס פאר היימישע אידן, אז אויב עס פארבענקט זיך אייך אמאל צו די ניו יארקער שנייען, זענט איר קיינמאל נישט מער פון א שעה צוויי אוועק פון די בערג.
-
דער ראיאן איז אויך מער ווייניגער באשיצט פון נאטורליכע אומגליקן; דא פאסירן נישט קיין האריקעינס, טארנעידאס, ערדציטערנישן, אדער סיי וועלכע אנדערע נאטורליכע אומגליקן. דער פאקטאר אליינס ברענגט אסאך פירמעס אויפצושטעלן פאבריקן און וועירהאוזעס אינעם געגענט, וואס ברענגט אסאך דזשאבס מאכנדיג דעם געגענט פאר איינס מיט גאר א געזונטע דזשאב מארקעט.
רעליגיעזע חינוך
כאטש מיר זענען אידן און מיר נעמען נישט קיין צד צווישן רעכטע און לינקע פאליטיק, איז אבער דער מציאות, אז דאס וואס די סטעיט איז מער ווייניגער א רעכטע סטעיט, א גרויסע מעלה פאר אונז אידן. די שטייערן זענען נידריג, און אזוי אויך זענען די געזעצן איבער חינוך, און פראגראמען בנוגע שכר לימוד אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן, פאר רעליגיעזע מוסדות שטארק גינסטיג פאר א ערליכע, אידישע ישוב.
באקוועמליכקייט
וויבאלד רוב פון די סטעיט איז ניי, זענען די גאסן בדרך כלל געבויעט אין א גריד, וואס מאכט עס גרינגער צום דרייוון און צו טרעפן וואס מען זוכט. אזוי אויך זענען די גאסן ע"פ רוב ברייט און געשמאק צום פארן, מיט פיל ווייניגער טראפיק. אין די סטעיט פון אריזאנא איז נישט פארהאן אזא זאך ווי טאלל. איר צאלט קיינמאל נישט קיין געלט צו קענען אריינפארן, אדער ארויספארן פון ערגעץ, אדער צו פארן אויף א ספעציפישן הייוועי, און פארקינג איז בדרך כלל אויך נישט קיין פראבלעם.
אין רוב ערטער איז דער ספיד לימיט העכער ווי אין ניו יארק, און מער אין איינקלאנג מיט רעאליטעט, וואס אויסער דער באקוועמליכקייט און פראקטישקייט שבו, טראגט עס א זייטיגער בענעפיט, אז מען באקומט ווייניגער טיקעטס ווי אין ניו יארק.
נאטור
אריזאנא איז באקאנט צו זיין איינס פון די שענסטע סטעיטס, ווען מען רעדט פון נאטור. יא, יעדער ווייסט צו זאגן פון דעם גרענד קעניאן, וועלכע ווערט פאררעכנט אלס איינס פון די זיבן נאטורליכע וואונדערס פון די וועלט, און וועלכע ציעט צו זיך מיליאנען באזוכער יערליך. אבער פיל ווייניגער ווייסן צו זאגן איבער די צענדליגער אנדערע גאר הערליכע, אויגנפארכאפנדע סצענעס מיט וועלכע די סטעיט איז געבענטשט. און דא רעדן מיר נאר פון זאכן וועלכע קאסטן אפילו נישט קיין געלט.
און אפילו ביי די זאכן וועלכע קאסטן יא, געהערן זיי ע"פ רוב צו די אמעריקאנער אינדיאנער, וועלכע באזיצן א גרויסן טייל פון דעם סטעיט, און צוליב דעם האט עס נישט צוגעשטעלט דעם גאנצן עולם הזה פאר די באזוכער. וואס איז א גרויסע מעלה פאר ערליכע אידן, ווייל דאס ברענגט אז די דרגא פון צניעות אויף די מקומות זענען פיל מאל בעסער ווי ביי די גאר באקאנטע ערטער.
-
אט געבן מיר אייך צוויי ערטער, פשוט אלס א קליינע טעימה. די ביידע ערטער, מאנומענט וואלי און ענטעלאופ קעניאן, ווערן פאררעכנט ביי פילע מענטשן אלס טייל פון די זיבן נאטורליכע וואונדערס פון די וועלט, צוליב זייער אויסטערלישע שיינקייט. טראץ וואס זיי זענען פיל קלענער פון דעם גרענד קעניאן, זענען זיי אבער אויסנאמליך שיין און אויגנפארכאפנד, און פילע מענטשן האלטן אז עס איז פיל מער וואונדערליך ווי דער גרענד קעניאן.
און היות א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, וועלן מיר בעסער לייגן עטליכע בילדער, ווי איידער אייך אויפצוהאלטן דא לענגער, מיט מערערע ווערטער, וועלכע וועלן סייווי נישט דערציילן איבער די ערטער מער ווי די בילדער!
זמנים
נאך א גרויסע מעלה פון די סטעיט אריזאנא, וואס איז נוגע פאר אידן שומרי תורה ומצוות, אז אריזאנא האט נישט קיין דעילייט סעיווינגס טיים. דאס מיינט אז מען רוקט קיינמאל נישט דעם זייגער. דאס איז א גרויסע מעלה פאר משפחות מיט קינדער, ווען זומער פאלט צו דער נאכט, אין ניו יארק, גאר שפעט. די שפעטסטע שקיעה אין ניו יארק, אינעם זומער, איז נאך 8:30. ווידער אין קאסא גראנדע איז די שפעטסטע שקיעה זומער, אום 7:39.
אויך ווינטער איז עס גרינגער ווי אין ניו יארק, ווייל וויבאלד עס איז נידריגער, מער דרום, אויפן כדור העולם, קומט אויס אז דער שקיעה איז שפעטער. אין ניו יארק איז ווינטער דער שקיעה פרי, אזוי פרי ווי ארום 4:30, וואס מאכט אז דער ווינטערדיגער פרייטאג איז א שווערע, קורצע פרייטאג. אין אריזאנא איז עס מיט כמעט א שעה לענגער. ווען דער פריעסטער שקיעה איז 5:21. מיט כמעט א שעה שפעטער ווי אין ניו יארק, מאכנדיג דעם ווינטערדיגן פרייטאג אביסל גרינגער.
דאס איז אויך א מעלה ביי אזעלכע תעניתים פון שבעה עשר בתמוז, תשעה באב און יום כיפור, ווען דער טאג איז לאנג און פאר טייל מענטשן איז שווער צו פאסטן אזוי לאנג, איז דא דער זמן מיט כמעט א שעה פריער ווי אין ניו יארק.
אט די אלע זאכן זענען טייל פון די מעלות פון דעם סטעיט אריזאנא, וואס טוט, זעלבסטפארשטענדליך, נאר צוהעלפן צו דעם אז דער ישוב זאל קענען שטייגן און בליען, און זיך הערליך אנטוויקלען צו אן עיר ואם בישראל.

Rummy
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 2
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:19 pm
- Location: Kiryes Joel
- x 3
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איינער קען עס מאכן פאר א אוידיא פייל ?וכן נוהגין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:06 am אידיש: ר׳ יהושע רובין פון קאסא גראנדא, אריזאנע, מיט ר' שלומי זייענס פון טיף טיף פאדקעסט.
2:24:41
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך האב נישט קיין וועג צו עס מאכן פאר אודיאו. אבער אויב העלפט דיר עס צו הערן אויף א בליק האסטו די לינקRummy האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 4:13 pmאיינער קען עס מאכן פאר א אוידיא פייל ?וכן נוהגין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:06 am אידיש: ר׳ יהושע רובין פון קאסא גראנדא, אריזאנע, מיט ר' שלומי זייענס פון טיף טיף פאדקעסט.
2:24:41
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=I ... tegories=2