ליין דורך עני טעמע פון יאר 2024 און דאן פון 2025 און די קום מיר זאגן די חילוקנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:05 amאיך האב נישט קיין פראבלעם אויב מען שפארט עס איך זאג סתם אז איך זעה נישט וואס עס שטערט. אפשר גיב מיר א לינק.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:51 amכ'ווייס נישט וועגן יענעם.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 am
לאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.
איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
די מהפיכה איז אווער, געראטעוועט איז געראטעוועט, סצייט צו פארמאכן דעם גארבידזש קאנע
וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? — חלום חלמתי
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4664
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33162
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
סאיז טאקע אנדערש אבער אבער נישט אוועק מאכן געוויסע נקודות וואס איז דאן געווען שלעכט און איז רעלאטיוו בעסער געווארן נעם א משל סאטמארע פאליטיק פלעגט דא אויסזען כסדר ווי תשס"ב אין ישיבה אין דעי נושא איז עס אביסעלע בעסער געווארן עכ"פ רעלאטיוו ספלעגט דארט זיין די מערסטע אקטיוו אפילו ווען אלס איז געשלאפןחלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:12 amליין דורך עני טעמע פון יאר 2024 און דאן פון 2025 און די קום מיר זאגן די חילוקנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:05 amאיך האב נישט קיין פראבלעם אויב מען שפארט עס איך זאג סתם אז איך זעה נישט וואס עס שטערט. אפשר גיב מיר א לינק.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:51 am
כ'ווייס נישט וועגן יענעם.
די מהפיכה איז אווער, געראטעוועט איז געראטעוועט, סצייט צו פארמאכן דעם גארבידזש קאנע
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אז @חלום חלמתי ברענגט ארויף א קאנסערן, איז א חיוב צו ענטפערן.
מיר האבן שוין כמה פעמים דן געווען אין דעם נושא. פון איין זייט האמיר א קלארע הוראה פון גדולי הרבנים אז דער טעמע איז א מצוה רבה, און אפשר גאר א חיוב. פון די צווייטע זייט, מן יימר אז מיר דארפן טון מצות אויפ’ן חשבון פון די חברים ביים טישל?
דערווייל איז באשלאסן געווארן צו איינציען דעם פאסיק אינעם לב טהור טעמע, און הגם אנהייב פונעם מערכה האט מען געלאזט דעם שמועס פארן אסאך מער לויז, האט מען זיך אין די לעצטערע טעג גענומען צו דעם טעמע גאר שארף, און ווער עס רעדט נישט אידטישע שפראך פארט אהיים. מיר האבן שוין ב"ה פארמאכט א שיינע פאר ניקס דארט (אגב, נישט נאר דארט).
כוויל נאכאמאל דערמאנען, אויב איינער פון די שטענדיגע אידטיש שרייבער שפירט אויף א לב טהור טעמע גאסט אז ער קומט נישט נאך אונזערע סטאנדארטן, זאל מען עס באריכטן פאר די חברי המערכת.
מיר האבן נישט מפקיר געווען אונזער טישל פאר אומלעגאלע אימיגראנטן... ווער עס וויל קען אימיגרירן אויף א נארמאלע וועג.
מעיק אידטיש גרעיט עגעין.
טענק יו פאר יור אטענטשאן טו דיס מעטער.

היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
דער מנהל האט שוין בעצם געענטפערט איך וויל נאר קלארשטעלן אז איך בין דער וואס האט זיך גע'טענה'ט אין אישי מיט @נאסע שמאטעס.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 amלאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.
איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
איך וויל אויך קלארשטעלן אז איך בין נישט אויף קיין שום לב טהור גרופעס און מיין מיינונג איבער דעם נושא האט זיך כמעט נישט געטוישט פון ווען איך האב אקטיוו געשריבן אין יענער טעמע (און מ'קען גיין זוכן פאר מיינע פאוסטס דארט וועמען איך פארטיידיג), און איך ווידערהאל מיין מיינונג וואס איך האב דא געשריבן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8040
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
@חלום חלמתי , איי וויש יו גוד לאק! האופ יו וויל בי סוקסעספול!
-
אורך ימים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
- Location: New York
- x 561
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
מיינע צוויי סענט, הגם איך בין ליידער יא בעיקר אקטיוו אין די לב טהור טעמע. פשוט ווייל יענץ ענדשוי איך די מערסטע...
קוקטס איבער די לב טהור טעמע וועט עטס זען אז די ערשטע 20-30 בלעטער איז זייער געשמאק און רואיג.
די חורבן דארט האט זיך אנגעהויבן ווען ניקס וועלעכע וואוינען אין גווטאמאלא האבן אנגעהויבן שרייבן זאכן וואס האבן ארויסגענומען מענטשן פון די כלים, און קעגן די דעת של רוב הקהל, פון דארט און ווייטער זענען זאכן ארויס פון קאנטראל.
די מנהלים האבן אפען געשריבן אז זיי זען איי פי אדרעסן פון גווטאמאלא.
וואס מען קען טון? שווער צו זאגן. אבער דאס איז קלאר אז ווען ציונים קומען ווען שרייבן אין די גיוס טעמע, אדער הייסע דעמאקראטן אין די טראמפ טעמע וואלט עס אויסגעזען גענוי די זעלבע.

זייט נישט ברוגז אבער דא זענען קיין טראמפ טעמעס נישט פארהאן, ביינונז פארברענגען דעמאקראטן און טראמפיסטן אין איין נעסט ווי ציווילע בירגער.אורך ימים האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 3:05 pm מיינע צוויי סענט, הגם איך בין ליידער יא בעיקר אקטיוו אין די לב טהור טעמע. פשוט ווייל יענץ ענדשוי איך די מערסטע...
קוקטס איבער די לב טהור טעמע וועט עטס זען אז די ערשטע 20-30 בלעטער איז זייער געשמאק און רואיג.
די חורבן דארט האט זיך אנגעהויבן ווען ניקס וועלעכע וואוינען אין גווטאמאלא האבן אנגעהויבן שרייבן זאכן וואס האבן ארויסגענומען מענטשן פון די כלים, און קעגן די דעת של רוב הקהל, פון דארט און ווייטער זענען זאכן ארויס פון קאנטראל.
די מנהלים האבן אפען געשריבן אז זיי זען איי פי אדרעסן פון גווטאמאלא.
וואס מען קען טון? שווער צו זאגן. אבער דאס איז קלאר אז ווען ציונים קומען ווען שרייבן אין די גיוס טעמע, אדער הייסע דעמאקראטן אין די טראמפ טעמע וואלט עס אויסגעזען גענוי די זעלבע.
און טאקע דיין משל איז א גוטע דוגמא פון @חלום חלמתי'ס ווערטער.
סתם נייגעריג, ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס עמיצער האט געשריבן א מיינונג אז לב טהור דארף ווען בלייבן אפן אדער האט מינימוזירט זייער רשעות באיזה אופן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8040
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
כגעב 100 פראצענט גערעכט פאר @חלום חלמתי , איך האלט אויך אז די טעמע איז אבאוט טיים צו גיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס א חלק פון די פאוסטס דא דערמאנט מיך פון טאקער וחביריו...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5662
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20046
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
איך געדענק נאך [ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, בתנועה הידוע] ווען די מערסט געלייקטע פאוסטס איז געווען א שטופ צו שרייבן שיינע ארטיקלען, ווען כ'האב באקומען די טיטל פארן חודש און ס'האט געמאכט מיין טאג... כעת איז נישט דא קיין פרישע ארטיקלען כמעט, און אפילו יא באקומט עס נישט האלב די לייקס פון א נארישע פאוסט אין די לב טהור טעמע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:44 am איך האלט סתם אזוי אז די מערסט געלייקטע מעסעדשעס מעג מען שוין סטאפן פינען, שטייט סתם און וועג און מען זעהט נישט קיין חידושים דארט
עז אף נאו האט עס נישט קיין שום תועלת.
-
אורך ימים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
- Location: New York
- x 561
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
עס איז נישט נוגע. איך רעדט ווען עס האט זיך 'אנגעהויבן'הדסים האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 7:18 pmאורך ימים האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 3:05 pm מיינע צוויי סענט, הגם איך בין ליידער יא בעיקר אקטיוו אין די לב טהור טעמע. פשוט ווייל יענץ ענדשוי איך די מערסטע...
קוקטס איבער די לב טהור טעמע וועט עטס זען אז די ערשטע 20-30 בלעטער איז זייער געשמאק און רואיג.
די חורבן דארט האט זיך אנגעהויבן ווען ניקס וועלעכע וואוינען אין גווטאמאלא האבן אנגעהויבן שרייבן זאכן וואס האבן ארויסגענומען מענטשן פון די כלים, און קעגן די דעת של רוב הקהל, פון דארט און ווייטער זענען זאכן ארויס פון קאנטראל.
די מנהלים האבן אפען געשריבן אז זיי זען איי פי אדרעסן פון גווטאמאלא.
וואס מען קען טון? שווער צו זאגן. אבער דאס איז קלאר אז ווען ציונים קומען ווען שרייבן אין די גיוס טעמע, אדער הייסע דעמאקראטן אין די טראמפ טעמע וואלט עס אויסגעזען גענוי די זעלבע.
סתם נייגעריג, ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס עמיצער האט געשריבן א מיינונג אז לב טהור דארף ווען בלייבן אפן אדער האט מינימוזירט זייער רשעות באיזה אופן?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8040
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אנעלטערן איד..שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 11:33 pmאיך געדענק נאך [ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, בתנועה הידוע] ווען די מערסט געלייקטע פאוסטס איז געווען א שטופ צו שרייבן שיינע ארטיקלען, ווען כ'האב באקומען די טיטל פארן חודש און ס'האט געמאכט מיין טאג... כעת איז נישט דא קיין פרישע ארטיקלען כמעט, און אפילו יא באקומט עס נישט האלב די לייקס פון א נארישע פאוסט אין די לב טהור טעמע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:44 am איך האלט סתם אזוי אז די מערסט געלייקטע מעסעדשעס מעג מען שוין סטאפן פינען, שטייט סתם און וועג און מען זעהט נישט קיין חידושים דארט
עז אף נאו האט עס נישט קיין שום תועלת.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אל מעלת כבוד ידידי הרב @חלום חלמתי.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 11:08 pm חלום חלמתי איז א ניק וואס האט זיך איינגעשריבן אין אידטיש בערך צוויי יאר צוריק, עטליכע חדשים נאך די גרינדונג. ער האט גלייך געשמעקט אז א פרישע זייטל האט מורא'דיגע מעלות, אבער היות ער האלט זיך נישט פאר קיין שרייבער האט ער הנאה געהאט צו לייקן און ליינען, איינמאל א וואך בערך פלעגט ער אריינטשעקן און זעהן וואס פופציגער האט געשריבן, וואס פליט האט דערציילט, מיילעך פרייליך האט באריכטעט, ס'האט זיך געלעבט א באשיידענע רואיגע בעטעמטע לעבן.
מיט א דריי פערטל יאר צוריק בערך, חלמתי קומט ארויף און ער הייבט אן זעהן אז דאס פלאץ איז נישט די זעלבע. די גארבידש רינט איבער און קיינער טראגט עס נישט ארויס, די קאווע גלעזלעך בלייבט ליגן אויף די טישן און סקוקט אפילו אויס ווי די אנוועזנדע גלייכן עס, די מודעות אויף די וואנט ווערן נישט געטוישט, אבער די קופקעס שרייען מיט קולי קולות עפעס וואס מען האט קיינמאל נישט געזען דא.
קעי, די עולם קוקט אויס זייער עקסיידעט, לאמיר נישט שטערן די שמחה. און חלמתי באשליסט אז מען וועט פרובירן א צווייטע מאל.
- חלמתי האט זיך געפילט אביסל אינדרויסן, וואס גייט פאר? וואס שרייט מען? פרעגט ער איינעם.
האסט נישט געהערט?! ס'איז דא עפעס א פרשה יעצט. אונז קענען שיינען!!! פון אינזער היכל הביהמ"ד גייט מען אנפירן די קאמאנד צענטער!! אינז גייען ווערן העלדן!!!
אקעי, אבער וואס טוט זיך מיט די דעילי בעיסעס. זעסט נישט די אלע גמרות דארט וואס מען דארף נאך בינדן?!
ס'גוט, נעקסט. האלאו לאמיר שרייען פוי.
ס'גייט דורך עטליכע חדשים און די מצב קוקט אויס ווי די פרויען זאל ביי מצוה טאנץ. ילדים שיסן בלומען און בענקלעך, א יונגל האט געכאפט א מייק און ער שרייט נארישע ווערטער, איינער טאנצט אינדערמיטן און שפריצט סעלצער אויף אלע טישן. בושות. חלמתי באשליסט אז ער מיז עפעס טון. אויב קיינער וויל נישט אויסרופן די עליות וועט ער עס טון. ער דיסיידעט אז אויב קיינער וויל נישט אפדעיטן די לוח המודעות - חוץ א געטרייע מיטגליד וואס פלעגט ברענגען די גליונות פון א דערנעבנדיגע שול - וועט ער עס טון. און והנה. חלמתי נייעס טרעגער.
ס'איז דורך א חודש, און א צווייטע, חלמתי פרובירט זיין בעסטע, און ער כאפט זיך ארויס זיין וויזיע אין א טעמעער האט נישט געגלייבט וועלכע קאנע ער האט געעפענט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:05 pm לעב טהור טעמע ביסטו גערעכט. און די עצה איז צו האלטן אקטיוו אלע אנדערע טעמעס ביז דער אורחישע טעמע וועט אוועקפארן גענוג ווייט...
יענע נאכט באקומט ער א פריוואטע בריוול פון איינע פון די לייבן, מייסדים, ראשי קהילה, וואס שרייבט אים אזוי (נעמען פארמעקט)
און חלמתי איז דיסעפוינטעט.► Show Spoiler
יא ער גייט ווייטער פרובירן צו ארויסהעלפן, ספעציעל ווען אין די לעצטע טעג זעהט מען שוין @פליט און @שאינו יודע לשאול זענען צוריק אינדערהיים! אבער ער וויל הערן פון די הנהלה.
ביז ווען איז די פלאן דעיס זאל אנגיין?
האט אידטיש א צוקונפט?
קודם כל וויל איך דיר באדאנקן פארן אונז כסדר מהנה זיין דא. ס'איז נישט דוקא דיינע נייעסליך אדער דיין פעדער, נאר דיין גאנצע אנוועזענהייט דא איז פשוט א מחיה. ס'איז פלעין א פלעזשער צו זעהן דיין נאמען העכער א פאוסט. ווען מען זעהט די נאמען @חלום חלמתי ווייסט מען אז די פאוסט דארף מען ליינען. צו עס זאל זיין נייעס, אדער אפילו דיינע דיבאטעס. אני כשלעצמי ליג גראדע נישט אין פאליטיק, אבער ווען איך זעה דו שלאגסט דיך מיט @פעיק ניוז איבער די עפשטיין פיילס, אדער מיט @נאו לעיבל וועגן די יאנואר 6, האב איך הנאה. די גאנצע לב טהור טעמע האט זיך געלוינט, אויב צוליב דעם זענען דיינע כוחות אנפלעקט געווארן!
לגבי די פריוואטע בריוו'ל. איך וואלט געזאגט אז די בריוו'ל איז עטוואס צו שארף, מען קען נישט זאגן מעות לא יוכל לתקן. אה"נ ס'איז דא א מעגליכקייט אז אידטיש זאל מער קיינמאל נישט זיין דאס וואס עס איז געווען, איז אבער נישט פשט אז ס'איז שוין נישטא קיין פיוטשער. ס'איז דא אסאך וואס קען געטוהן ווערן, און טאקע אזעלכע ווי דיר זענען די אין וועמענס הענט עס ליגט. אידטיש קען נאך האבן א שטארקע פיוטשער.
ווי ווייט איך פארשטיי איז די הנהלה אליינס נישט קלאר וועלכע ריכטונג צו נעמען. מתחילה האבן זיי זיך זייער געפריידט אז אידטיש גייט ווערן פאפיולער, און ווען עס האבן אנגעהויבן אפירקומען פארשידענארטיגע טענות איבער די טעמע האבן זיי מתחילה דאס אוועקגעמאכט. הגם די הנהלה דא באשטייט ע"פ רוב פון בעלי דעת, האט אבער די חלום פון ווערן פאפיולער איבערגעוואויגן די שכל הישר.
ווי לענגער אריין אין די געים, האבן זיי אלץ מער און מער רילייזט אז יש דברים בגו. ווען איינער צוויי האבן טענות קען מען עס נאך אוועק מאכן, אבער ווען מען זעהט אז רוב אלטגעזעסענע ניקס זענען כולם פה אחד אז די טעמע ברענגט אונטער דאס מקום האט זיך די הנהלה צוזאמען גענומען דאס דורכשמועסן.
צד א' איז מער די געשמאקער מנהל, ער האט פאררופן די מיטינג. ער האלט אז מען דארף זיך צושטעלן צו די אקטיווע ניקס. די הנהלה איז טאקע פאראנטווארטליך אויף די טעכנישע חלקים פון די סייט, און ווי אויך זענען זיי געצווינגען מזמן לזמן צו מעקן א פאוסט. אבער אין מלך בלא עם. אז מיר ווילן בלייבן מיט א פארום מוזן מיר זיך צושטעלן צו וואס אונזערע שרייבער פארלאנגען. ס'איז פשוט פראקטיש. דער מנהל איז סתם אזוי נישט אבסעסעד מיט זיין רויטע טיטל, ער ניצט דאס נאר בשעת ההכרח. ווי נישט ווי מוז זיין ארדענונג, וההכרח לא יגונה ולא ישובח. ער וואלט געקענט באשטיין ווען די פארום פארט על מי מנוחות, אן קיין שום באמפס אויף די ראוד.
צד ב' איז מער דער שטילער מנהל. צד ב' האלט אז מען קען נישט פארמאכן די טעמע. ווי נישט ווי האט זיך שוין עסטעבלישט א שטיקל קאמענד סענטער דא, מיר הערן כסדר צוריק פון די עסקנים אז סוקסעס פלוני און גוטע נייעס אלמוני, איז צושטאנד געקומען א דאנק אידטיש. ווי אזוי גייען מיר דאס אפשטעלן? פלעין זאגן פאר די עסקנים פון איין טאג אויפן צווייטן אז מיר שליסן די טעמע? מען קען דאס נישט טוהן. יעצט דער מנהל איז נישט ממש אזוי אקטיוו אינעם שרייבן חלק, סא ער שלאגט פאר אז מען זאל פלעין לייגן א שלאס און נאר עסקנים זאלן קענען שרייבן. ווער עס וויל קאנטעקטן די עסקנים זאל שרייבן באישי. אין פאל איינער האט עפעס וואס ער האלט איז וויכטיג צו ווערן געפאוסט, קען מען עפענען א ספעציעלע הנהלה אישי באקס וואו דארט קען געשיקט ווערן אלע תגובות, און די הנהלה וועט דאס באהאנדלען.
צד א' שטעלט זיך קען די געדאנק. בשום אופן נישט קיין שלעסער, מיר זענען מיד פון שלעסער. איך האב גענוג געהאט אויף אייוועלט מיט שלעסער, איך בין דא ווייל איך וויל דאס פארמיידן. ער האלט אז מען דארף ווען מאכן וואלן צווישן די אקטיווע ניקס, אויב שטעלט זיך ארויס אז צוויי דריטעל האלטן אז די טעמע דארף גיין אין מיסט, זאל עס גיין אין מיסט. אויף אידטיש גייט קיין שלאס נישט זיין!
צד ג' האט אבער גע'טענה'ט אז ס'דארף קענען זיין א געוויסע בחינה פון פרידאם אף ספיטש. א טעמע וואס מעג אויסגעשמועסט ווערן ע"פ תורה, דארף קענען האבן א מקום אויף אידטיש. איי פאר געוויסע שמעקט עס נישט? זיי מוזן עס נישט ליינען. אין צד ג' אויגן איז א געזונטע עסטעבלישמענט ווען יעדער האט זיך זיין טעמע אין וואס ער שפירט זיך באקוועם. ארויספירן א טעמע נאר וויבלאד עס געפעלט נישט פאר געוויסע, איז נישט אויסגעהאלטן. ס'איז נישט ריכטיג. ענדערש דארפן זיך די חברה אויסלערנען ווי אזוי צו דיעלן מיט די פראבלעם.
צד ד' איז די מערסט עקסטרעים. צד ד' האלט אז עס איז א חיוב עס צו לאזן אפען. דער מנהל שפירט ממש ווי דאס וועט זיין זיין חלק בעולם הבא. אויב האבן מיר די גלעגענהייט אז דורך אונזער זייטל קען מען העלפן די יוצאים, מוזן מיר עס טוהן. זאל זיין וואס זאל זיין.
למעשה וויבאלד מנהל ד' קען די העכסטע שרייען איז געליבן אז די טעמע גייט בלייבן אפען, נאר וואס דען, די צענזור גייט ווערן שארפער ווי אין אלגעמיין. און אזוי האט זיך די זיצונג געשלאסן. שוין זייט דעמאלטס געווען נאך 2 זיצונגען, אבער האט נאכגעפאלגט מיט בערך די זעלבע רעזולטאטן.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
מיין טייערע פריינט, אפשר ווייזטו מיר וועלכע "זאפטיגע שרייבערליך" דו ביסט זיך מחיה מיט? חוץ פון @חלום חלמתי'ס פאוסטס, איז דא נאך עפעס צו ליינען?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 12:16 am איך קוק כמעט נישט דארט, איך בין זיך מחי' מיט אלע זאפטיגע שרייבערלעך, ב"ה עס איז ביזיביזיביזיסיזן, אבער דאס ביסל וואס איז יא דא צייט בין איך זיך מחי' דא.
וואס עס אינטערעסירט מיך נישט עפן איך נישט, און איך האק א לעבן ב"ה.
אדרבה, אפשר האב איך עפעס פארזעהן. ווייז מיר ביטע צו. געב מיר א מראה מקום חוץ אויב מצילי אש אין מאנסי מאכט זיך יא צו אדער נישט, בלומינגראוע מחלוקות, מסע הקודש, ווער עס שטייט בנשיאות סאטמאר בני ברק, וכו' וכו'. ווייז מיר עני נארמאלע שמועס דא.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
יאפ, די שמש אין מיין ביהמ"ד קען אויך נישט פארשטיין. ער האט לעצטענס אנגעהויבן צושטעלן פרייע נאכטמאל פאר היימלאזע אימעגראנטן, און ער וואונדערט זיך פארוואס דער עולם אנטלויפט פון ביהמ"ד. אמער, נעם דיר אין קאפ אז עס זענען צווי אנדערע בתי מדרשים. איך געב זיי צועסן אין א שטיבל וואו מען דאווענט אפילו נישט...וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 2:07 am כ'קען נישט פארשטיין וואס גייט איינעם אן אז יענץ איז אפן, קאנסידער עס ווי א צווייטער וועבזייטל.
וואס יא, 2 זאכן, איינס איז א געוויסע שמוץ קלעבט זיך אן איבעראל (וואס האט מיך שוין געשטערט מיט די אלע קרית יואל, בלומינגעראוו, בלומינגבורג, דירות, וכו' טעמעס), צווייטנס אז די שטותים ווערן אביסל צו זאך אז די גוטע חלקים ווערן פארלוירן און פארלירן פאוקעס, וואס דאס איז א שטארקע חסרון פאר די וואס האבן געגליכן א רואיג שטילע זייטל.
איך אפעליר צו יעדער וואס איז דא זאל באריכטן און אריינשיקן דירעקט צו די הנהלה ווען מ'שפירט אז איינער דארף צוריקגיין פון וואו ער קומט, און שלום על ישראל-טיש.
דו שוטה דו איינער (נישט @וואוילער, נאר מיין משמש), דו כאפסט אז זייט די האסט אנגעהויבן סערווירן די היימלאזע, ניצן זיי אויך די מקוה און די בתי כבוד דא? האסט געזעהן וואס טוט זיך אין בור?? שומו שמים!! אין די מקוה דארף איך גיין יעצט? אודאי אנטלויף איך! איך קום אריין אין היכל התורה, און דער מסורח שלאפט אויף דריי בענקלעך. איך וואק אריין אין ביה"כ, און איך בין געצווינגען זיך צוריק צו דרייען.
און דער בהמה עקשנ'ט זיך אז עס זענען צווי עקסטערע בתי מדרשים. נו נו, פון 20 מינינים א טאג, האלט ער יעצט ביי 5 מינינים. געב עס צוויי חדשים און לאמיר זעהן צו ער וועט נאך בלייבן מיט איין מנין. א מנין אימעגראנטן וועט ער בלייבן מיט...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
יא יא, יעדע מאל מען עפענט אידטיש באגעגענט מען זיך פון פריש מיט די פארשטינקענע טעמע. ווייל דריי חדשים צוריק האט חיים צבי מלכא זיך געפענט דא א ניק.... אויך מיר א שמחה.... פארוואס דארף דאס זיין אויף די הויפט בלאט? לייג די טעמע ערגעץ אין א קעלער, און ווער עס וויל דוקא זאל עס גיין באזוכן.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 11:33 pmאיך געדענק נאך [ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, בתנועה הידוע] ווען די מערסט געלייקטע פאוסטס איז געווען א שטופ צו שרייבן שיינע ארטיקלען, ווען כ'האב באקומען די טיטל פארן חודש און ס'האט געמאכט מיין טאג... כעת איז נישט דא קיין פרישע ארטיקלען כמעט, און אפילו יא באקומט עס נישט האלב די לייקס פון א נארישע פאוסט אין די לב טהור טעמע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:44 am איך האלט סתם אזוי אז די מערסט געלייקטע מעסעדשעס מעג מען שוין סטאפן פינען, שטייט סתם און וועג און מען זעהט נישט קיין חידושים דארט
עז אף נאו האט עס נישט קיין שום תועלת.
איך וואלט גראדע אפעלירט צו די הנהלה אז די לייק אפציע זאל ווערן אראפ גענומען אין יענע טעמע. איך האב שוין אסאך מאל געטראכט אז דאס קען אסאך בעסער מאכן די מצב דארט.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אין לב טהור איז די מערסטע דא וואס צו שרייבן? די וועלט איז אויסגעלאפן פון טאפיקס? אט דאס איז די נקודה! איך מיין נישט דיר ח"ו, אבער די פראבלעם איז מיט די וואס ביי זיי איז גארנישט דא צו שמועסן חוץ פון לב טהור! האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט. עני שמועס וואס דארף א טראפ שימת לב איז נישט אינטערעסאנט, נאר קוקפקענען גאסיפ גאסיפ גאסיפ איז אינטערערסאנט...נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 amלאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.
איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
און בנוגע דיין צווייטע פוינט.
כמדומה בין איך געווען דער גרעסטער העצער דא בעבר וועגן די טעמע הסרוחה. אדרבה, גיי קוק נאך. און איך ווייס נישט וועגן וועלכע וואטסעפ גרופעס דו רעדסט, אבער איך האב שוין פארפירט איבער א האלבע יאר צוריק, און מיינע פאוסט דעמאלטס האבן שוין געהאט א שיינע צאל לייקס (@שמח איך מיין נישט צו מאכן א שמועס פון לייקס, איך וויל נאר ארויסברענגען אז אנדערע האבן מסכים געווען מיט מיר...) און אנדערע זענען געקומען אין אישי מיטשטיין. עס האט קיין שייכות מיט קיין שום וואטסעפ, קענסט שוין נאכלאזן פון דיינע קאנספיראציעס. די מציאות איז אז א גרויס חלק ניקס דא ווילן פטור ווערן פון די טעמע.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז דו האלטסטס אנדערש ווי מיר, אדרבה, איך גלייך א קאלירפולע וועלט. אבער מיר זענען ביידע אינטייטעלט פאר א מיינונג. דו באשולדיג מיר נישט און נאך פלאפלען וואטסעפ, און איך לאז דיר מיט דיין מיינונג. ושלום על ישראל
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
נאופס, מענטשן דארפן אלעמאל האבן א רעכט צו פרעגן פראגעס. און אפילו גאר ציפעדיגע פראגעס. קען זיין אז עס זענען "אויך" געווען ניקס פון דארט, אבער עס זענען געווען געפרעגט געווארן גענוג און נאך פראגעס וואס נארמאלע באזעסענע מענטשן אין ביהמ"ד האבן געפרעגט, און דאס איז פארשריגן געווארן.אורך ימים האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 3:05 pm מיינע צוויי סענט, הגם איך בין ליידער יא בעיקר אקטיוו אין די לב טהור טעמע. פשוט ווייל יענץ ענדשוי איך די מערסטע...
קוקטס איבער די לב טהור טעמע וועט עטס זען אז די ערשטע 20-30 בלעטער איז זייער געשמאק און רואיג.
די חורבן דארט האט זיך אנגעהויבן ווען ניקס וועלעכע וואוינען אין גווטאמאלא האבן אנגעהויבן שרייבן זאכן וואס האבן ארויסגענומען מענטשן פון די כלים, און קעגן די דעת של רוב הקהל, פון דארט און ווייטער זענען זאכן ארויס פון קאנטראל.
די מנהלים האבן אפען געשריבן אז זיי זען איי פי אדרעסן פון גווטאמאלא.
וואס מען קען טון? שווער צו זאגן. אבער דאס איז קלאר אז ווען ציונים קומען ווען שרייבן אין די גיוס טעמע, אדער הייסע דעמאקראטן אין די טראמפ טעמע וואלט עס אויסגעזען גענוי די זעלבע.
די שפראך וואס איז געניצט געווארן דעמאלטס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע געניצט געווארן אויף היימישע פארומס. איך ווייס נישט צו די הנהלה האט שוין ברוב הימים געמעקט, אבער די נאכאנאנדע אטאקעס פון "ביסט א רוצח" "רשע" "מען דארף דיר הרג'ענען, ביסט א מסייע פאר רוצחים", ליטערלי! דאס איז געווען די שפראך דארט! דאס איז געווען די אנטווארט אויף פראגעס וואס איך האב געהערט נארמאלע מענשטן פרעגן אין ביהמ"ד! די עדיטוד איז אויך געקומען פון די עסקנים זעלבסט.
איך רעד שוין נישט פון בארעדן לב טהור אליינס. ס'האט אויסגעזעהן אזוי ווי אין חדר פרשת וירא ווען די קליינע קינדער פרייען זיך אז מען מעג זאגן דעם אויבערשטערס נאמען, ויאמר "אדני" אם מצאתי חן... הי הי הי, א גוטע דזשאוק... חחח... ס'האט זיך געטוהן אזא חיים צבי מלכא "ימח שמו וזכרו" גאלדמאן איז דער שלאנג זעלבטס, ימח שמו!!!... ווער עס האט שוין לאנג געווארט צו קענען שרייען ימח שמו, האט עס אויסגעניצט אין יענע טעמע. דאס איז חוץ פון די נאכאנאנדע ליידיגע פוסטע תגובות (איך רוף עס "תגובות", ווייל יענע "אשכול" איז נישט קיין חלק פון אידטיש...) ווי, לייק די תגובה צו ווייזן מיטלייד פאר די ילדי גאטומאלע... אדער רשעים! ס'איז נישט צו באגרייפן וואס די רוצחים האבן געטוהן!
אני הקטן האב אויך געהאט געוויסע פראגעס, אבער איך בין געווען ביי די מיינונג אז נאמן עלי חיד"ו. איך האב געטראסט דעת תורה פון חיד"ו בלינדערהייט. אבער איך האב זייער גוט פארשטאנען געוויסע פראגעס וואס אנדערע פרעגן, און פארוואס זיי האבן מורא צו טראסטן דעת תורה בלינדערהייט.
נאך לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו איינעם וועמען איך ריספעקטיר, וואס די גאנצע לב טהור קאמפיין איז אים נישט געפאלן. סיי ער טראסט נישט די עסקנים (יענער איז כלל נישט קיין וואטסעפער, מען רעדט פון אן ערענסטער בן תורה). וחוץ מזה האלט ער אז די גאנצע לב טהור איז געבויעט געווארן ארגינעל דורך חסידי קאשוי, וואס זיי זענען מתחילה געווען אויבער חכמים. און עס איז נישט מעגליך זיי צו נארמאל מאכן... דרייסיג יאר שרייען זיי אויף מיר ערב רב, וואס פונקטלעך זאל איך יעצט טוהן?... יענער האט א גאנצע קופה של שרצים אויף בלום אויך...
צו איך האלט אז יענער איז גערעכט? זיכער נישט. הגם ער עס האט א נקודה של אמת אין זיך, למעשה איז אבער דא קינדער וואס זיי זענען זיכער אומשולדיג. אבער ווען יענער זאל דא שרייבן אויף אידטיש וואלט ער בשייגעצט געווארן. איי, ער האט וואלידע נקודות? אין לב טהור טעמע איז אבער וואלידע נקודות נישט רעלאוואנט. ווער עס קען העכער שרייען איז דער העלד. מען וואלט אים פארשריגן אלץ רוצח!
אין איין ווארט. די אידטיש סטאנדארט פון טאלערירן א צווייטענס מיינונג, איז געבראכן געווארן אין די טעמע הסרוחה. די טעמע איז געווען בבחינת מיי וועי אר די היי וועי.
בנוגע דיין אנדערע טענה. ס'איז נישט ריכטיג. גיי ארום און קוק דיך אום. ס'איז דא גענוג טעמעס דא, אפילו נאך היינט (טאקע ווייניג) וואס אפילו ביידע צדדים זענען שארף ממזרח למערב אין מיינונג, איז אבער די שמועס זייער באזעסען. איך זאג נישט אז מען דארף געבן א קוש פאר יעדן וואס מען האט חילוקי דעות, אבער פון געבן א קוש ביז שרייען רוצח, איז זייער א ווייטע מהלך.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 693
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1662
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
כבודו במקומו מונח, לא כך למדונו רבותינונקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 3:36 pm נאך לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו איינעם וועמען איך ריספעקטיר, וואס די גאנצע לב טהור קאמפיין איז אים נישט געפאלן. סיי ער טראסט נישט די עסקנים (יענער איז כלל נישט קיין וואטסעפער, מען רעדט פון אן ערענסטער בן תורה). וחוץ מזה האלט ער אז די גאנצע לב טהור איז געבויעט געווארן ארגינעל דורך חסידי קאשוי, וואס זיי זענען מתחילה געווען אויבער חכמים. און עס איז נישט מעגליך זיי צו נארמאל מאכן... דרייסיג יאר שרייען זיי אויף מיר ערב רב, וואס פונקטלעך זאל איך יעצט טוהן?... יענער האט א גאנצע קופה של שרצים אויף בלום אויך...
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 987
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1143
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
ווען נישט איך בין נישט ערנסטער בן תורה וכו', וואלט איך געזאגט אז דו האסט גערעדט צו מיר...נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 3:36 pm נאך לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו איינעם וועמען איך ריספעקטיר, וואס די גאנצע לב טהור קאמפיין איז אים נישט געפאלן. סיי ער טראסט נישט די עסקנים (יענער איז כלל נישט קיין וואטסעפער, מען רעדט פון אן ערענסטער בן תורה). וחוץ מזה האלט ער אז די גאנצע לב טהור איז געבויעט געווארן ארגינעל דורך חסידי קאשוי, וואס זיי זענען מתחילה געווען אויבער חכמים. און עס איז נישט מעגליך זיי צו נארמאל מאכן... דרייסיג יאר שרייען זיי אויף מיר ערב רב, וואס פונקטלעך זאל איך יעצט טוהן?... יענער האט א גאנצע קופה של שרצים אויף בלום אויך...
אויך האב איך נישט קיין קופה של שרצים אויף הרב בלום.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 693
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1662
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 3:05 pmאין לב טהור איז די מערסטע דא וואס צו שרייבן? די וועלט איז אויסגעלאפן פון טאפיקס? אט דאס איז די נקודה! איך מיין נישט דיר ח"ו, אבער די פראבלעם איז מיט די וואס ביי זיי איז גארנישט דא צו שמועסן חוץ פון לב טהור! האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט. עני שמועס וואס דארף א טראפ שימת לב איז נישט אינטערעסאנט, נאר קוקפקענען גאסיפ גאסיפ גאסיפ איז אינטערערסאנט...נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 amלאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.
איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
און בנוגע דיין צווייטע פוינט.
כמדומה בין איך געווען דער גרעסטער העצער דא בעבר וועגן די טעמע הסרוחה. אדרבה, גיי קוק נאך. און איך ווייס נישט וועגן וועלכע וואטסעפ גרופעס דו רעדסט, אבער איך האב שוין פארפירט איבער א האלבע יאר צוריק, און מיינע פאוסט דעמאלטס האבן שוין געהאט א שיינע צאל לייקס (@שמח איך מיין נישט צו מאכן א שמועס פון לייקס, איך וויל נאר ארויסברענגען אז אנדערע האבן מסכים געווען מיט מיר...) און אנדערע זענען געקומען אין אישי מיטשטיין. עס האט קיין שייכות מיט קיין שום וואטסעפ, קענסט שוין נאכלאזן פון דיינע קאנספיראציעס. די מציאות איז אז א גרויס חלק ניקס דא ווילן פטור ווערן פון די טעמע.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז דו האלטסטס אנדערש ווי מיר, אדרבה, איך גלייך א קאלירפולע וועלט. אבער מיר זענען ביידע אינטייטעלט פאר א מיינונג. דו באשולדיג מיר נישט און נאך פלאפלען וואטסעפ, און איך לאז דיר מיט דיין מיינונג. ושלום על ישראל
דו פארשטייסט פארוואס אוקריינא איז מער א לעבעדיגע טעמע ווי טייוואן? איך זאג נישט אז לב טהור איז בעסער אדער ערגער, איך זאג אז דאס איז א אקטועלע נושא מיט אקטועלע דיונים און נייעסן. איך פארשטיי אז דו ענדזשויסט מער אינהאלט, אבער נישט יעדער איז דו.
און בנוגע די צווייטע פוינט ביסטו גערעכט אויב דו האסט שוין דעמאלס פארפירט באט איך פארשטיי אז דיין מיינונג איז אנדערש ווי די עוורידזש. איך האב שוין געשריבן אז מצדי קען מען פארמאכן אזעלכע טעמעס אבער בעניי האב איך נישט געזען וואס יענץ האט דא אנגעברענגט שלעכט. מיין פריוואטע מיינונג אלץ איינער וואס ליינט יא יענץ אבער אויך אלעס.
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
חחחח אבי מ'רעדט זיך אפ אז דו ביסט נישט דא.. כ'זע דו קענסט דיך אויס אין די טיפסטע ווינקלען דאהי...נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 3:01 pmמיין טייערע פריינט, אפשר ווייזטו מיר וועלכע "זאפטיגע שרייבערליך" דו ביסט זיך מחיה מיט? חוץ פון @חלום חלמתי'ס פאוסטס, איז דא נאך עפעס צו ליינען?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 12:16 am איך קוק כמעט נישט דארט, איך בין זיך מחי' מיט אלע זאפטיגע שרייבערלעך, ב"ה עס איז ביזיביזיביזיסיזן, אבער דאס ביסל וואס איז יא דא צייט בין איך זיך מחי' דא.
וואס עס אינטערעסירט מיך נישט עפן איך נישט, און איך האק א לעבן ב"ה.
אדרבה, אפשר האב איך עפעס פארזעהן. ווייז מיר ביטע צו. געב מיר א מראה מקום חוץ אויב מצילי אש אין מאנסי מאכט זיך יא צו אדער נישט, בלומינגראוע מחלוקות, מסע הקודש, ווער עס שטייט בנשיאות סאטמאר בני ברק, וכו' וכו'. ווייז מיר עני נארמאלע שמועס דא.
בדוו אמאל ווען דו פלעגסט ארויסגעבן דיטעילס פונעם מנהלים צימער איז עס געגאנגען מיט נעמען..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אידטיש'ס עי-איי באט @נקודות טובות ווערט נישט מיד...
נקודות, כ'מוז קלאר ארויסברענגען אז טראץ מ'האט אריינגעברענגט @מערכת אידטיש צו הענדלען באריכטן און אישיס, זענען דיינע אישיס צו מיר נאכאלץ אפרישיעיטעט...
נקודות, כ'מוז קלאר ארויסברענגען אז טראץ מ'האט אריינגעברענגט @מערכת אידטיש צו הענדלען באריכטן און אישיס, זענען דיינע אישיס צו מיר נאכאלץ אפרישיעיטעט...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4664
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33162
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
די האסט אזא קלארקייט נאכנישט געזען אויף קיין שום AI...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
דער עולם כאפט נישט וואס דא גייט פאר. איך האב באשלאסן איך גיי טרייען צו די נייע אישי באקס ווערט טאקע געמאניטערט, און וואס מיינט איר, אויף עפעס אן אופן האט @ווירקליך זיך דערוויסט איבער מיין מעסעדזש, און תיכף ריפלייט. (לאו דוקא תיכף, מען קען דאך נישט פארלאנגען פון @ווירקליך צו סאך, אבער עטוואס מער ווי א שעה שפעטער האב איך שוין געהאט א ריפליי.)
דער עולם כאפט וואס דא גייט פאר? ווען איך שיק אים א מעסעדזש דירעקט, האט ער צייט צוויי וואכן ביז ער ליינט. אבער ווען מען שיקט עס פאבליק ניק, און ער האט מורא אז א צווייטער גייט עס ליינען, איז ער באלד דא... יא יא...
מערכת אידטיש האט געשריבן:היי, יו העוו ריעטשט מיי וואויסמעיל. טענקס.נקודות טובות האט געשריבן: לאמיר זעהן צו עס ווערט טאקע מאניטערט....
געס וואט...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2247
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7262
Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.
אונטער קאנסטראקשען.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again