חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
דא וועט מען קענען שרייבן אלעס בנוגע די חורבן יהדות אייראפע ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
די אשכול איז אין אידישע היסטאריע פארום, ביטע שרייבן בלויז זאכן בנוגע די אידן. פאר אלגעמיינע היסטאריע בנוגע די וועלט מלחמה קען מען עפענען א באזינדערע אשכול.
טאמער שרייבט מען נאך פון אנדערע פלעצער, זייטס מענטשליך און גיבטס קרעדיט.

62, בלאק אריין די קעדי
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
גענומען פון history.com
איבערגעטייטשט אויף אידיש, קרעדיט: גוגל
דעם 22סטן יולי, 1942, (ח' אב תש"ב) האט זיך אנגעהויבן די סיסטעמאטישע דעפארטאציע פון יידישע מענטשן פון דעם ווארשעווער געטא, ווען טויזנטער ווערן טעגליך איינגעזאמלט און טראנספארטירט צו א ניי-געבויטן קאנצענטראציע/פארניכטונג לאגער אין טרעבלינקע, פוילן.
דעם 17טן יולי, איז היינריך הימלער, הויפט פון די נאצישע SS, אנגעקומען אין אוישוויץ, דעם קאנצענטראציע לאגער אין מזרח פוילן, אין צייט צו זען די אנקומען פון מער ווי 2,000 האלענדישע יידן און די פארגאזונג פון כמעט 500 פון זיי, מערסטנס די עלטערע, קראנקע און זייער יונגע. דעם נעקסטן טאג האט הימלער באהעפט דעם לאגער קאמאנדאנט, רודאלף העעס, צו SS מאיאָר און באפוילן אז דער ווארשעווער געטא (דער יידישער קווארטל געבויט דורך די נאציס ביי דער אקופאציע פון פוילן, איינגעשלאסן ערשט מיט שטעכלדראט און דערנאך מיט ציגל ווענט), זאל ווערן דעבאפעלקערט - א "טאטאלע רייניקונג," ווי ער האט עס באשריבן - און די איינוואוינער טראנספארטירט צו וואס איז געווארן א צווייטער פארניכטונג לאגער געבויט אין דעם באן-דארף טרעבלינקע, 62 מייל צפון-מזרח פון ווארשע.
אין די ערשטע זיבן וואכן פון הימלערס באפעל, זענען מער ווי 250,000 יידן געפירט געווארן קיין טרעבלינקע מיט די באן און פארגאזט געווארן צום טויט, מארקירנדיג דעם גרעסטן איינציקן אקט פון פארניכטונג פון יעדער באפעלקערונגס-גרופע, יידיש אדער נישט-יידיש, ציוויל אדער מיליטעריש, אין דער מלחמה. ביים אנקומען אין "T. II", ווי דער צווייטער לאגער אין טרעבלינקע איז גערופן געווארן, זענען די געפאנגענע אפגעטיילט געווארן לויט געשלעכט, אויסגעטון געווארן, און געפירט געווארן אין וואס זענען באשריבן געווארן אלס "באד-הייזער," אבער זענען אין פאקט געווען גאז-קאמערן. T. II'ס ערשטער קאמאנדאנט איז געווען דר. אירמפריד עבערל, 32 יאר אלט, דער מאן וואס האט אנגעפירט די עוטאנאזיע פראגראם פון 1940 און האט געהאט אסאך עקספיריענס מיטן פארגאזן קרבנות, ספעציעל קינדער. ער האט געצווינגען עטליכע הונדערט אוקראינישע און ארום 1,500 יידישע געפאנגענע אים צו העלפן. זיי האבן ארויסגענומען גאלדענע ציין פון קרבנות איידער זיי האבן געשלעפט די קערפער צו מאסן-קברים. עבערל איז באפרייט געווארן פון זיינע פליכטן פאר "אומעפעקטיווקייט". עס שיינט אז ער און זיינע ארבעטער האבן נישט געקענט שנעל גענוג ארויסנעמען די קערפערס, און פאניק האט זיך פארשפרייט אין די באן וואגאנען פון ניי אנגעקומען געפאנגענע.
ביזן סוף פון דער מלחמה, זענען צווישן 700,000 און 900,000 געשטארבן אין טרעבלינקע I אדער II. העסס איז געווארן גע'משפט און פאראורטיילט צום טויט דורך דעם נירנבערג טריבונאל. ער איז געווארן אויפגעהאנגען אין 1947.
הי"ד

- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 513
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד

-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 863
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 919
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
אויב רעדט איר פון יוסל ראקאווער, זייט וויסן אז עס איז נישט קיין אמת'ער בריוו, און עס איז נישט געווען אזא מענטש.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
זיי זענען געווען פרייע אידן. אבער איך מיין אז מען קען נישט צוזאמשטעלן די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי וואס באשטייט פון א נאציאנאלע תאווה פון האבן א לאנד. מיט מענטשן וואס זעהן די טויט פאר די אויגן, און א געלעגנהייט צו אפשטעלן אביסל די רציחה.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
הגם די נאציס האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך אונטערגעגעבן און זיי וועלן זיי לאזן לעבן צו וואס, אבער משוגע האט מען געדארפט זיין צו גלויבן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
אויב האבן זיי געזען די טויט פאר די אויגן און פרובירט אפצושטעלן די רציחות, פארוואס האבן זיי דאס געטון אויף אזא נארישע מהלך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:38 amזיי זענען געווען פרייע אידן. אבער איך מיין אז מען קען נישט צוזאמשטעלן די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי וואס באשטייט פון א נאציאנאלע תאווה פון האבן א לאנד. מיט מענטשן וואס זעהן די טויט פאר די אויגן, און א געלעגנהייט צו אפשטעלן אביסל די רציחה.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
הגם די נאציס האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך אונטערגעגעבן און זיי וועלן זיי לאזן לעבן צו וואס, אבער משוגע האט מען געדארפט זיין צו גלויבן
אין לויף פון די צייט וואס דער אויפשטאנד איז אנגעגאנגען, איז נישט געווען קיין שום פלאן פון אנטלויפן און זיך ראטעווען. ס'איז געווען א זעלבסטמארד פליק אר היטלער אין נאז אריין. אנפירן און אנהאלטן אן אויפשטאנד אינעווייניג אין א געטא, קעגן א מיליטער וואס האט איינגענומען ריזיגע לענדער, איז זינלאז.
אמת טאקע, ס'האט גענומען א לאנגע צייט ביז די נאציס האבן באוויזן גענצליך חרוב צו לייגן דעם געטא און ברוטאל אונטערדרוקן דעם אויפשטאנד, אבער אין לויף פון דעם גאנצן צייט האט קיינער נישט געקוקט אין ריכטונג פון אנטלויפן צו די וועלדער. דער ציל איז דערגרייכט געווארן מיט די צוויי פענער וואס זענען אויפגעהאנגען געווארן אין צענטער פונעם געטא, א רויט-ווייסן (פוילישע) און א בלוי-ווייסן (ציוני'סטישע, נישט די זעלבע ווי פון מדינת ישראל).
ווען דער ציל וואלט געווען אפשטעלן רציחות, וואלטן קיין פענער נישט געהאנגען געווארן, און דער אויפשטאנד וואלט נישט אנגהאלטן מיט א פארביסנקייט פון אינעווייניג, נאר פונקט ווי אין די לעצטע מינוטן, ווען די לעצטע רעשטלעך אויפשטענדלער האבן געזען אז אלעס איז שוין דערנאך, און האבן זיך ארויסגעשלייכט פון געטא דורך די סוער סיסטעם, וואלטן זיי דעמאלטס אויך פאקוסירט אויף פלענער ווי אזוי ארויסצוזען וואס מער אידן פון געטא.
היות אבער זייער ציל איז געווען א פאליטישע, א נאציאנאליסטישע שטאלץ, שטארבן ווי העלדישע קעמפער, איידער ווי מוטלאזע שעפעלעך געפירט צום שחיטה, האט הענגען פענער אין געטא געדינט אמבעסטן דעם ציל. די פענער האבן היטלער'ן ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. "דו מוזסט אראפנעמען די פענער, פאר יעדן פרייז!" האט ער געקוויטשעט אינעם טעלעפאן צום עס-עס קאמאנדיר שטרופ.
און אגב, דער אויפשטאנד איז אנגעפירט געווארן דורך צוויי באזונדערע באוואפנטע גרופעס, די "אי"ל - ארגון יהודי לוחם" און "אצ"י - ארגון הצבאי היהודי". ביידע זענען צאמגעשטעלט געווארן דורך ציוני'סטישע גרופעס און באוועגונגען, יעדער מיט זיינע באזונדערע אידעאלאגיעס.
אלזא, ס'איז זייער ריכטיג צו זאגן אז דער אויפשטאנד איז געפירט געווארן דורך ציונים, פשוט ווייל דאס זענען זיי געווען, און זייער ציל איז בלויז געווען כחי ועוצם ידי און נאציאנליסטישע שטאלץ, ווי זייערע מעשים דערציילן.
איך האב נישט קיין עקסקלוסיווע אינפא, אלעס וואס איך האב געשריבן איז פובליק אינפא צוגענגליך פאר יעדן שמויגער.
אגב, דער ראדזינער רבי הי"ד האט געפלאנט א ווידערשטאנד קעגן די נאציס אין וולאדאווע געטא, און טאקע מיטן ציל צו ראטעווען אידן. זיינע פלענער האבן געלויטעט אז מען וועט אנהייבן אטאקירן די נאצישע וועכטער און אין דעם גרויסן בהלה וואס וועט געשאפן ווערן וועט מען ארויסטרייבן אלע אידן פון געטא צו די וועלדער. (דער רבי האט זיך אסאך געבעטן ביים עולם אז מען זאל אנטלויפן ווייל די נאציס פלאנען צו הארגענען יעדן, מען האט אים אבער נישט געוואלט פאלגן. האט ער געוואלט פשוט ארויסצווינגען אלעמען פון געטא צו די וועלדער און אזוי זיי ראטעווען).
דאס איז למעשה דורכגעפאלן ווען די נאציס זענען געוואויר געווארן דערפון און אים אומגעברענגט אויפן טאג וואס דער אויפשטאנד האט זיך געזאלט אנהייבן.
פון די גרופע באוואפנטע קעמפער וואס ער האט אנגעגרייט, האבן א מערהייט איבערגעלעבט, נאכן טאקע אנטלויפן צו די וועלדער און זיך אנשליסן אין פארטיזאנער גרופעס, צווישן זיי ציילט זיך דער שפעטערדיגער ראדזינער רבי, זיין שוואגער, וועלכע האט איבערגענומען דאס אדמורו"ת נאכן קריג.
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 863
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 919
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
צו פרעגן קושיות מיט hindsight איז נישט קיין גערעכטע זאך.חנן האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:26 pmאויב האבן זיי געזען די טויט פאר די אויגן און פרובירט אפצושטעלן די רציחות, פארוואס האבן זיי דאס געטון אויף אזא נארישע מהלך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:38 amזיי זענען געווען פרייע אידן. אבער איך מיין אז מען קען נישט צוזאמשטעלן די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי וואס באשטייט פון א נאציאנאלע תאווה פון האבן א לאנד. מיט מענטשן וואס זעהן די טויט פאר די אויגן, און א געלעגנהייט צו אפשטעלן אביסל די רציחה.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
הגם די נאציס האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך אונטערגעגעבן און זיי וועלן זיי לאזן לעבן צו וואס, אבער משוגע האט מען געדארפט זיין צו גלויבן
אין לויף פון די צייט וואס דער אויפשטאנד איז אנגעגאנגען, איז נישט געווען קיין שום פלאן פון אנטלויפן און זיך ראטעווען. ס'איז געווען א זעלבסטמארד פליק אר היטלער אין נאז אריין. אנפירן און אנהאלטן אן אויפשטאנד אינעווייניג אין א געטא, קעגן א מיליטער וואס האט איינגענומען ריזיגע לענדער, איז זינלאז.
אמת טאקע, ס'האט גענומען א לאנגע צייט ביז די נאציס האבן באוויזן גענצליך חרוב צו לייגן דעם געטא און ברוטאל אונטערדרוקן דעם אויפשטאנד, אבער אין לויף פון דעם גאנצן צייט האט קיינער נישט געקוקט אין ריכטונג פון אנטלויפן צו די וועלדער. דער ציל איז דערגרייכט געווארן מיט די צוויי פענער וואס זענען אויפגעהאנגען געווארן אין צענטער פונעם געטא, א רויט-ווייסן (פוילישע) און א בלוי-ווייסן (ציוני'סטישע, נישט די זעלבע ווי פון מדינת ישראל).
ווען דער ציל וואלט געווען אפשטעלן רציחות, וואלטן קיין פענער נישט געהאנגען געווארן, און דער אויפשטאנד וואלט נישט אנגהאלטן מיט א פארביסנקייט פון אינעווייניג, נאר פונקט ווי אין די לעצטע מינוטן, ווען די לעצטע רעשטלעך אויפשטענדלער האבן געזען אז אלעס איז שוין דערנאך, און האבן זיך ארויסגעשלייכט פון געטא דורך די סוער סיסטעם, וואלטן זיי דעמאלטס אויך פאקוסירט אויף פלענער ווי אזוי ארויסצוזען וואס מער אידן פון געטא.
היות אבער זייער ציל איז געווען א פאליטישע, א נאציאנאליסטישע שטאלץ, שטארבן ווי העלדישע קעמפער, איידער ווי מוטלאזע שעפעלעך געפירט צום שחיטה, האט הענגען פענער אין געטא געדינט אמבעסטן דעם ציל. די פענער האבן היטלער'ן ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. "דו מוזסט אראפנעמען די פענער, פאר יעדן פרייז!" האט ער געקוויטשעט אינעם טעלעפאן צום עס-עס קאמאנדיר שטרופ.
און אגב, דער אויפשטאנד איז אנגעפירט געווארן דורך צוויי באזונדערע באוואפנטע גרופעס, די "אי"ל - ארגון יהודי לוחם" און "אצ"י - ארגון הצבאי היהודי". ביידע זענען צאמגעשטעלט געווארן דורך ציוני'סטישע גרופעס און באוועגונגען, יעדער מיט זיינע באזונדערע אידעאלאגיעס.
אלזא, ס'איז זייער ריכטיג צו זאגן אז דער אויפשטאנד איז געפירט געווארן דורך ציונים, פשוט ווייל דאס זענען זיי געווען, און זייער ציל איז בלויז געווען כחי ועוצם ידי און נאציאנליסטישע שטאלץ, ווי זייערע מעשים דערציילן.
איך האב נישט קיין עקסקלוסיווע אינפא, אלעס וואס איך האב געשריבן איז פובליק אינפא צוגענגליך פאר יעדן שמויגער.
אגב, דער ראדזינער רבי הי"ד האט געפלאנט א ווידערשטאנד קעגן די נאציס אין וולאדאווע געטא, און טאקע מיטן ציל צו ראטעווען אידן. זיינע פלענער האבן געלויטעט אז מען וועט אנהייבן אטאקירן די נאצישע וועכטער און אין דעם גרויסן בהלה וואס וועט געשאפן ווערן וועט מען ארויסטרייבן אלע אידן פון געטא צו די וועלדער. (דער רבי האט זיך אסאך געבעטן ביים עולם אז מען זאל אנטלויפן ווייל די נאציס פלאנען צו הארגענען יעדן, מען האט אים אבער נישט געוואלט פאלגן. האט ער געוואלט פשוט ארויסצווינגען אלעמען פון געטא צו די וועלדער און אזוי זיי ראטעווען).
דאס איז למעשה דורכגעפאלן ווען די נאציס זענען געוואויר געווארן דערפון און אים אומגעברענגט אויפן טאג וואס דער אויפשטאנד האט זיך געזאלט אנהייבן.
פון די גרופע באוואפנטע קעמפער וואס ער האט אנגעגרייט, האבן א מערהייט איבערגעלעבט, נאכן טאקע אנטלויפן צו די וועלדער און זיך אנשליסן אין פארטיזאנער גרופעס, צווישן זיי ציילט זיך דער שפעטערדיגער ראדזינער רבי, זיין שוואגער, וועלכע האט איבערגענומען דאס אדמורו"ת נאכן קריג.
דער קורצער ענטפער איז אז די פוילישע אנטיסעמיטישע פארטיזאנער האבן געהאט צוגעזאגט הילף וואס זיי האבן נישט געגעבן, און קייינער האט נישט געטראכט אז די דייטשן וועלן אוועקנעמען סאלדאטן און טאנקען פונעם פראנט כדי צו דערשטיקן דער אויפשטאנד.
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
דו מוטשעסט זיך צו פארענטפערן עפעס וואס אלגעמיינע היסטאריקער פרובירן אפילו נישט. צו וואס?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:35 pmצו פרעגן קושיות מיט hindsight איז נישט קיין גערעכטע זאך.חנן האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:26 pmאויב האבן זיי געזען די טויט פאר די אויגן און פרובירט אפצושטעלן די רציחות, פארוואס האבן זיי דאס געטון אויף אזא נארישע מהלך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:38 am
זיי זענען געווען פרייע אידן. אבער איך מיין אז מען קען נישט צוזאמשטעלן די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי וואס באשטייט פון א נאציאנאלע תאווה פון האבן א לאנד. מיט מענטשן וואס זעהן די טויט פאר די אויגן, און א געלעגנהייט צו אפשטעלן אביסל די רציחה.
הגם די נאציס האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך אונטערגעגעבן און זיי וועלן זיי לאזן לעבן צו וואס, אבער משוגע האט מען געדארפט זיין צו גלויבן
אין לויף פון די צייט וואס דער אויפשטאנד איז אנגעגאנגען, איז נישט געווען קיין שום פלאן פון אנטלויפן און זיך ראטעווען. ס'איז געווען א זעלבסטמארד פליק אר היטלער אין נאז אריין. אנפירן און אנהאלטן אן אויפשטאנד אינעווייניג אין א געטא, קעגן א מיליטער וואס האט איינגענומען ריזיגע לענדער, איז זינלאז.
אמת טאקע, ס'האט גענומען א לאנגע צייט ביז די נאציס האבן באוויזן גענצליך חרוב צו לייגן דעם געטא און ברוטאל אונטערדרוקן דעם אויפשטאנד, אבער אין לויף פון דעם גאנצן צייט האט קיינער נישט געקוקט אין ריכטונג פון אנטלויפן צו די וועלדער. דער ציל איז דערגרייכט געווארן מיט די צוויי פענער וואס זענען אויפגעהאנגען געווארן אין צענטער פונעם געטא, א רויט-ווייסן (פוילישע) און א בלוי-ווייסן (ציוני'סטישע, נישט די זעלבע ווי פון מדינת ישראל).
ווען דער ציל וואלט געווען אפשטעלן רציחות, וואלטן קיין פענער נישט געהאנגען געווארן, און דער אויפשטאנד וואלט נישט אנגהאלטן מיט א פארביסנקייט פון אינעווייניג, נאר פונקט ווי אין די לעצטע מינוטן, ווען די לעצטע רעשטלעך אויפשטענדלער האבן געזען אז אלעס איז שוין דערנאך, און האבן זיך ארויסגעשלייכט פון געטא דורך די סוער סיסטעם, וואלטן זיי דעמאלטס אויך פאקוסירט אויף פלענער ווי אזוי ארויסצוזען וואס מער אידן פון געטא.
היות אבער זייער ציל איז געווען א פאליטישע, א נאציאנאליסטישע שטאלץ, שטארבן ווי העלדישע קעמפער, איידער ווי מוטלאזע שעפעלעך געפירט צום שחיטה, האט הענגען פענער אין געטא געדינט אמבעסטן דעם ציל. די פענער האבן היטלער'ן ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. "דו מוזסט אראפנעמען די פענער, פאר יעדן פרייז!" האט ער געקוויטשעט אינעם טעלעפאן צום עס-עס קאמאנדיר שטרופ.
און אגב, דער אויפשטאנד איז אנגעפירט געווארן דורך צוויי באזונדערע באוואפנטע גרופעס, די "אי"ל - ארגון יהודי לוחם" און "אצ"י - ארגון הצבאי היהודי". ביידע זענען צאמגעשטעלט געווארן דורך ציוני'סטישע גרופעס און באוועגונגען, יעדער מיט זיינע באזונדערע אידעאלאגיעס.
אלזא, ס'איז זייער ריכטיג צו זאגן אז דער אויפשטאנד איז געפירט געווארן דורך ציונים, פשוט ווייל דאס זענען זיי געווען, און זייער ציל איז בלויז געווען כחי ועוצם ידי און נאציאנליסטישע שטאלץ, ווי זייערע מעשים דערציילן.
איך האב נישט קיין עקסקלוסיווע אינפא, אלעס וואס איך האב געשריבן איז פובליק אינפא צוגענגליך פאר יעדן שמויגער.
אגב, דער ראדזינער רבי הי"ד האט געפלאנט א ווידערשטאנד קעגן די נאציס אין וולאדאווע געטא, און טאקע מיטן ציל צו ראטעווען אידן. זיינע פלענער האבן געלויטעט אז מען וועט אנהייבן אטאקירן די נאצישע וועכטער און אין דעם גרויסן בהלה וואס וועט געשאפן ווערן וועט מען ארויסטרייבן אלע אידן פון געטא צו די וועלדער. (דער רבי האט זיך אסאך געבעטן ביים עולם אז מען זאל אנטלויפן ווייל די נאציס פלאנען צו הארגענען יעדן, מען האט אים אבער נישט געוואלט פאלגן. האט ער געוואלט פשוט ארויסצווינגען אלעמען פון געטא צו די וועלדער און אזוי זיי ראטעווען).
דאס איז למעשה דורכגעפאלן ווען די נאציס זענען געוואויר געווארן דערפון און אים אומגעברענגט אויפן טאג וואס דער אויפשטאנד האט זיך געזאלט אנהייבן.
פון די גרופע באוואפנטע קעמפער וואס ער האט אנגעגרייט, האבן א מערהייט איבערגעלעבט, נאכן טאקע אנטלויפן צו די וועלדער און זיך אנשליסן אין פארטיזאנער גרופעס, צווישן זיי ציילט זיך דער שפעטערדיגער ראדזינער רבי, זיין שוואגער, וועלכע האט איבערגענומען דאס אדמורו"ת נאכן קריג.
דער קורצער ענטפער איז אז די פוילישע אנטיסעמיטישע פארטיזאנער האבן געהאט צוגעזאגט הילף וואס זיי האבן נישט געגעבן, און קייינער האט נישט געטראכט אז די דייטשן וועלן אוועקנעמען סאלדאטן און טאנקען פונעם פראנט כדי צו דערשטיקן דער אויפשטאנד.
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
פון וואנעט נעמסטו דיין זיכערקייט איבער ר' מנחם זעמבא?כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד
ש'כח @חנן. איבער דעם ראדזינער רבי מיין איז שוין געווען ערגעץ אן ארטיקל דערוועגן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
יאפ. אין אינטערעסאנט (ז"ל).הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 11:49 amפון וואנעט נעמסטו דיין זיכערקייט איבער ר' מנחם זעמבא?כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד
ש'כח @חנן. איבער דעם ראדזינער רבי מיין איז שוין געווען ערגעץ אן ארטיקל דערוועגן.
- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 513
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
זאגסט מיר יעצט א ריזיגע חידוש, ווי איז דער מעשה אפירגעקומען?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:30 amאויב רעדט איר פון יוסל ראקאווער, זייט וויסן אז עס איז נישט קיין אמת'ער בריוו, און עס איז נישט געווען אזא מענטש.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד
- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 513
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
אגב איז אינטרעסאנט, פאר די נאציס האט גענומען 36 טעג איינצונעמען פוילן, און 63 טעג צו דערשטיקן דער אויפשטאנד
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 863
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 919
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7 ... prov=sfla1כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:01 pmזאגסט מיר יעצט א ריזיגע חידוש, ווי איז דער מעשה אפירגעקומען?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:30 amאויב רעדט איר פון יוסל ראקאווער, זייט וויסן אז עס איז נישט קיין אמת'ער בריוו, און עס איז נישט געווען אזא מענטש.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:55 am די מעלות האט אמאל געשריבן אז די ווארשעווע געטא אויפשטאנד איז געווען געפירט דורך ציונים מיט א כוונה פון כחי ועוצם ידי
איך בין נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערוועגן און די פאקטן ארום דעם
ווי באקאנט האט מען געטראפן א בריוו פון א גערע חסיד ווי ער לייגט אראפ זיינע לעצטע מינוטן און ער דרוקט אויס זיין פעלזן פעסטע אמונה צוזאמען מיט זיין אומבאגרייפענע ווילן נקמה צו נעמען
ווי אויך איז ר' מנחם זעמבא געווען אינוואלווד
- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 513
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
איז ער געווען א גוטע בעקער...תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 12:03 amhttps://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7 ... prov=sfla1כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:01 pmזאגסט מיר יעצט א ריזיגע חידוש, ווי איז דער מעשה אפירגעקומען?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 11:30 am
אויב רעדט איר פון יוסל ראקאווער, זייט וויסן אז עס איז נישט קיין אמת'ער בריוו, און עס איז נישט געווען אזא מענטש.
דאס הערט זיך אזוי אויטענטיש... דו האסט געהרגט די זאך א שאד
Re: חורבן אירופה - ארטיקלן און אנעקדאטן
נישט אזא חידוש. אויף פוילן זענען זיי געקומען מיט א מאסיווע קראפט און אין פארגלייך פונעם פוילישן מיליטער זענען זיי געווען פילפאכיג שטערקער. אויפן געטא האבן זיי אנגעהויבן מיט עטליכע צענדליגע זייענדיג היפש שוואכער אין קראפט ווי גורילע קעמפער אויסבאהאלטן אין אומבאצייכנטע געביידעס, ביז זיי האבן איינגעזען אז מען רעדט דא פון אן ערנסטן אויפשטאנד און מען דארף א מאסיוון קראפט.כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:04 pm אגב איז אינטרעסאנט, פאר די נאציס האט גענומען 36 טעג איינצונעמען פוילן, און 63 טעג צו דערשטיקן דער אויפשטאנד
דאס איז אויסער וואס א גרויסער טייל פון די 63 טעג איז אריינגערעכנט די ערשטע תקופה ווען די אויפשטאנד איז נאכנישט געווען אינגאנצן אפיציעל.