נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 1:42 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 1:39 am
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 1:22 am
נישט געוויסט אז סיטיזענס מעגן הארגענען פאליס... אין רעזולטאט פון ינואר 6 זענען 4 פאליס געשטארבן און אלע אטאקירער האבן באקומען פארדענס פון די אזוי גערופענע לאו ענד ארדער פרעזידענט מיט די שטיצע פון די גאנצע פארטיי.
אה די ווילסט אריינדרייען די שמועס טיפער.
א פאליציאנט האט געפאלאוט די רול'ס וואס מען האט אים געלערנט אין אקעדעמיע, און א שווארצע דראגי וואס האט זיך געראנגלט מיט אים איז אומגעקומען. זיין נאמען איז געווען דזשארזש פלויד.
א קעפיטאל היל פאליציאנט איז געווארן פרוסטירט אויף א עיר פארס וועטעראן, פראטעסטירער אין קעפיטאל. און איר דערשאסן צום טויט.
וויזוי האט די מידיע געדעקט די צוויי געשיכטעס, און וואס האט דער צווייטער פאליצאנט באקומען?
דע טאקטיק פון לויפן צו די מידיא טאלקינג פוינט האט שוין עקספייערט. האט די אמעריקאנער פרעזידענט געפארדענט מענטשן וואס האבן אנגעבראכן די ביינער פון לאו אינפארסמענט? האט א דעמאקראטישע פאליטישאן אפי' אמאל געחלומט פון אזאנס? וואס אגב זענען צענדליגער פון די געפארדענטע שוין צירוק ארעסטירט געווארן אויף די ערגסטע עבירות.
נאופ נישט געברויכט אפילו חלומ'ען, מ'האט זיי קיינמאל נישט אנגעקלאגט.
אויב פלאנסטו מיר יעצט צו ענטפערן איבער געציילטע בלמ פירער וואס מ'האט ארעסטירט בין איך דיר שוין יעצט מכבד צו גיין זוכן מיט וואס מ'האט זיי אנגעקלאגט.
מ'קען ציילן אויף די פינגער פון א האנט וויפיל פון די הונדערטער קרימינאלן און פארברעכער וואס האבן טעראריזירט די מענטשהייט און געברענגט די גרעסטע שטעט אויף די קניען האבן באקומען טורמע טערמינען העכער 5 יאר.
1560 מענטשן זענען געווארן אנגעקלאגט פאר די יאנואר 6 פראטעסטן וואס זענען עפ"י רוב געווען נישט שעדליך און א מערהייט פון זיי זענען טאקע געווארן אנגעקלאגט פאר טרעספעסינג, נישט שיינע אויפפירונג (disorderly conduct) און קאנספיראציע. מיט תפיסה טערמינען ביז 20 (!) יאר.
יעצט צו שטעלן אין פערספעקטיוו;
יאנואר 6 פראטעסטירער זענען געווען ארום 2000 - 2500, בלמ זענען געווען 350,000.
יאנואר 6 האט געמאכט א קאלאסאלער שאדן פון קרוב צו $25,000, בלמ האט געמאכט שאדנס פון קנאפע 1-2 ביליאן דאלער.
יאנואר זעקס ראיאטירער זענען געווארן פארדאמט פון טעד קרוז ביז מיטש מעקאנעל און פון קאלינס ביז גרעהעם.
בלמ זענען נישט געווארן פארדאמט דורך די דעמאקראטישע פירער, מ'האט געהאלטן אינאיין ארויסברענגען דעם חוב קדוש פון געבן פלאץ פאר "פיעספול פראטעסטערס" ארויסצוברענגען זייער וויי געשריי
(דורך פארברענען געשעפטן, גנב'ענען און פלינדערן אומשולדיגע ביזנעסער, שיסן שטיינער אויף פאליציי, זיך ארומדרייען מיט אויסגעשטרעקטע מעסערס און איבערנעמען פעדעראלע געביידעס א מינוט לענגער ווי יאנואר 6).
איך ציטיר דיר דא וואס כ'האב אמאל געשריבן פאר
@בודקע.
► Show Spoiler
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 3:23 pm
ממש אזוי, טראמפ האט געפארדאנט 1500 מענטשן וואס זענען
1. לכל הדעות געווארן אנגעקלאגט מיט איבערגעטריבענע אורטיילן.
2. רוב פון זיי האבן נישט עובר געווען קיין שום געזעץ אויסער טרעספעסינג.
3. זיי זענען שוין געווען אנגעקלאגט און טייל פון זיי שוין געזעצן א שיינע פאר יאר.
4. מ'האט זיי אויסגעפייניגט אויף סטופיד פארלעצונגען וואס קיינער קימערט זיך נישט דערמיט קיינמאל.
5. זיי האבן נישט שאדן געמאכט קיין ציווילע, ס'איז געווען פאליטישע ווייעלענס - אויב ס'איז געווען - פאר פאליטישע צילן.
משא"כ בלמ האט חרוב געמאכט גאנצע שטעט, גערויבט און געפלינדערט לעיני השמש והקהל ואין פוצה פה, אראפגעברענגט לאו ענד ארדער צו די קניען און זייערע שטיקעס האבן געהאט זילטש מיט דער אזויגערופענע עוולה אויף וואס זיי האבן כלומרש'ט 'פראטעסטירט'.
אפשר קענסטו מיר אויסרעכענען איינער וואס איז געגאנגען זיצן פארן טרעספעסינג? פאר שלאגן פאליציי? פאר גנב'ענען רצח'ענען פלינדערן בארויבן און צוגרינד לייגן גאנצע שטעט און ביליאנען פון פריוואטע בירגער און שטאטישע געלטער צוגלייך?
אבער געוואלד! איינער איז דאך געקומען צום קעפיטאל באוואפנט ביז צו די ציין מיט הערנער, אמעריקע איז אין געפאר!!
און פארדעם האט מען זיי באהאנדלט ערגער ווי די נידריגסטע פארברעכער, גערעדט זייערע הייזער ווי (מ'דארף ווען טון פאר) רויבער און מערדער, אוועקגענומען זייערע מינימאלע רעכטן, ועל כולם ווען מ'האט אויפגעשטעלט א קאמיטע אויסצופארשן וואס דארט איז געווען איז די אינפארמאציע פארניכטעט געווארן.
און זיי די אבסטראקטער אוו זשאסטיס האבן באקומען א פארדאן, דאס איז געוואלדיג כדי דער טראמפ זאל נישט קענען וועפענייזן די זשאסטיס דעפארטמענט חלילה קעגן די נידריגע פארברעכער וואס זענען פאר סאם אדד ריזען געווארן אריינגעוועלט אין קאנגרעס, אבער פארדאנירן די טרעספעסער וואס זענען באהאנדלט געווארן אומ'יושר'דיג? דאס נישט, ווייסט דען נישט אז אמעריקע איז געשטאנען ביים שוועל פון אינטערגאנג?
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 5:09 pm
דאס איז דער נפק"מ, טראמפ האט זיך באניצט מיט א לעגאלן מיטל אינעם סיסטעם ארויסצובעילן אזויגערופענע ראיאטירער און די דעמאקראטן האבן בפומבי קוראזשירט אויסגעלויבט און בדוקא נישט אפגעשטעלט אנארכיסטן און מערדער, דאכט זיך אז דאס איז נישט אינעם סיסטעם.
איך ווארט נאך זאלסט מיר מסביר זיין וואס איז די פראבלעם פון ארויסלאזן די יאנואר 6 פראטעסטירער ווען די פרעצעדענט איז אז מ'גיבט נישט פאר דעם קיין טורמע טערמינען און אודאי נישט אזעלכע הארבע, און ענטפער מיר נישט אז למעשה האבן זיי עובר געווען אויפן געזעץ ווייל רובאשקין האט אויך עובר געווען אויף עפעס א געזעץ און עכ"ז פארשטייט יעדער רעכטדענקנדער מענטש אז די וואס האבן אים ארעסטירט האבן זיך באניצט מיטן פארפוילטן חלק פונעם סיסטעם און נישט די וואס האבן אים ארויסגעלאזט.