שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:16 am
אויב די אבלאווע איז אנגעפירט געווארן דורך די אימיגראציע, איז די מצב נישט אזוי געפערליך. אויך גענוג ביטער ליידער, אבער נישט אזוי ווי איך האב עס פריער אראפגעלייגט.
לאמיר דאס אויסקלארן:
די פריעדיגע דאקיומענט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דא פריער, איז געווען פון די ICBF - דאס איז די טשיילד פראטעקשן אין קלאמביע. דעריבער האב איך פארשטאנען אז זייי האבן דורכגעפירט די אבלאווע. אויב דאס וואלט טאקע געווען דער מצב, דאן וואלט עס געווען גאר ביטער פאר זיי, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן און דאס איז א פראצודור וואס קען נעמען וואכן און חדשים, מיט שווערע קאנצעקווענצן, ביז תפיסה, אפטיילן די קינדער אויף שטענדיג און ערגער.
אצינד שרייבן מענדי קעניג, אז די אימיגרעישן האט עס דורכגעפירט, דאס איז שוין אסאך א ליייכטערע מצב. דאס מיינט אז מען וועט זיי פשוט פארטרייבן פון לאנד. געווענליך מיינט דאס, אז מען פארטרייבט אלע עלטערע צו איין לאנד (למשל גואטאמאלא) און די קינדער שיקט מען יעדער איינער דארט וואו ער האט בירגעררעכט, דאס מיינט אז מען צוטיילט די קינדער פון די עלטערן. מיט א געזונטע עסקנות קען מען ערלעדיגן אז די עלטערן זאלן גיין צוזאמען מיט די קינדער און נישט מוזן ווערן אפגעטיילט.
די שאלה איז:
קענען די קינדער זען די עלטערן אצינד, אן א סאשעל ווארקער וואס געפינט זיך אויפן ארט? - אויב נישט, זענען זיי אין ICBF, און דאן איז נישט גוט. אויב נישט, דאן זענען זיי ביי די אימיגרעישן.
ווער פון די רעגירונג איז אצינד אין קאנטאקט מיט די עלטערן? - זענען דאס אגענטן אין בלוי און ווייסע מונדירן? - דאן איז מען ביי די אימיגרעישן - אסאך לייכטער.
די קינדער געפינען זיך פארשפארט, אויף אייזערנע בעטן, מיט שומרים, אינאיינעם מיט אסאך אנדערע קינדער? - דאן טויג נישט די מצב, זיי זענען ביי ICBF.
בקיצור, מען דארף בודק זיין וואו די קינדער געפינען זיך יעצט, און אזוי קען מען וויסן ווער עס האט געמאכט די אבלאווע און וואס עס איז די מצב מיט די קינדער.
אויב איז עס טאקע די אימיגרעישן דעפארטמענט, קען מען זאגן א צווייי מינוט'דיגע מודים מארגן.