חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

מודעה.

אזוי ווי עס פארט ארום א צומישעניש איבער א געוויסע אימעיל וואס מענטשן פרעגן ווער האט עס געשיקט, וויל איך מודיע זיין אז די אימעיל האט גארנישט מיט די קהילה און נישט מיט די מייסדי היישוב.

נ.ב.עצה טובה פארן עתיד.

קוקט פון וועלכע אימעיל אדרעס די אימעיל קומט. צו וויסן אויב עס איז נישט קיין ענליכע, אדער גאר אינגאנצן אן אנדערע. אימעילס וואס קומען פון די קהילה איז khalchasidimcg@gmail.com אדער info@khalchasidimcg.com

א דאנק.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 778

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty »

ישוב החדש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 3:47 am א פרישע שמועס פון ר' שמעון ראלניצקי אויף זיין קול מבשר ווינקל "א טראפ טיפער".

ר' שמעון טיילט מיט מיטן עולם אביסל איבער זיין מופן צו קאסא גראנדע, ער פארציילט א גאר אינטרעסאנטע עפיזאד וואס איז געשעהן אין קאנעקשן מיט זיין מופן צו קאסא גראנדע.

אויך שמועסט ער אויס די ריסק פון לעבן אינטער סאשעליזם, און אויב מאמדאני איז א סיבה ארויסצומופן פון ניו יארק צו קאסא גראנדע אריזאנע.
https://www.yiddish24.com/analysis/146/140868
הערט אויס ר' שמעון'ס חוות דעת איבער די פאליטישע מעלות פון אריזאנע.
ר' שמעון זאגט פאר די וועלעכע קווענקלען איבער מופן צו קאסא גראנדע, טוה עס פאר די קינדער!
זייער א שטארקע שמועס
יעדע וואך איז עס מיט ר' יואל פעלזן אדער נאר יעצט?
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א שיין בילד פון וואס טוט זיך אינעם פליישיגע פריזער פון די קאוישער קעניאן גראסערי אין קאסא גראנדע,

א ריזיקע סעלעקציע פון פלייש און טשיקען, פארשידענע קאמפאניס ווי קרית יואל, סולומון'ס, רב ווייסמאנדל, מיעל מארט, שור הבור און התאחדות הרבנים און נאך.

צו ארדערן אונליין קליקט דא אנצוקומען גלייך צום פלייש דעפארטמענט https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grand ... nyon-glatt

אויב מיינט איר אז גראסערי אין קאסא גראנדע איז טייער, איבערצייגט אייך אליין, די פלייש פרייזן זענען די זעלבע ווי אין די לאקאלע געשעפטן אין די היימישע געגענטער אין ניו יארק.

די אדרעסס פון די גראסערי איז 121 w Florence Blvd casa grande AZ
פיילס
IMG-20251108-WA0009~2.jpg
IMG-20251108-WA0009~2.jpg (103.67 KiB) געזען געווארן 1923 מאל
IMG-20251108-WA0010~2.jpg
IMG-20251108-WA0010~2.jpg (57.33 KiB) געזען געווארן 1923 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27896

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ישוב החדש האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 10:22 pm א שיין בילד פון וואס טוט זיך אינעם פליישיגע פריזער פון די קאוישער קעניאן גראסערי אין קאסא גראנדע,

א ריזיקע סעלעקציע פון פלייש און טשיקען, פארשידענע קאמפאניס ווי קרית יואל, סולומון'ס, רב ווייסמאנדל, מיעל מארט, שור הבור און התאחדות הרבנים און נאך.

צו ארדערן אונליין קליקט דא אנצוקומען גלייך צום פלייש דעפארטמענט https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grand ... nyon-glatt

אויב מיינט איר אז גראסערי אין קאסא גראנדע איז טייער, איבערצייגט אייך אליין, די פלייש פרייזן זענען די זעלבע ווי אין די לאקאלע געשעפטן אין די היימישע געגענטער אין ניו יארק.

די אדרעסס פון די גראסערי איז 121 w Florence Blvd casa grande AZ
אםם.... די פרייזן זענען ביליגער ווי קר"י...
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א שיינע אימעיל איז פריער געווארן ארויסגעשיקט פון די ועד העיר ד'קאסא גראנדע דעקענדיג די באריכטן פונעם חודש תשרי העעל"ט אין קאסא גראנדע אריזאנע,
https://mailchi.mp/ef21185478c4/fg8bve9yhh

אויב באקומט איר נאכנישט אונזערע אימעיל'ס קענט איר זיך אויפסיינען מיט'ן קליקן דעם לינק https://mailchi.mp/9ec97a3b70b5/signup
פיילס
e2e14033-a448-5a88-0037-6cb622c39f5a (1).png
e2e14033-a448-5a88-0037-6cb622c39f5a (1).png (64.9 KiB) געזען געווארן 1731 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

שלום וברכה.

שוין נישטא געווען א שטיק צייט, לאמיר ארויפלייגן די לעצטיגע נייעס'לעך אינערהאלב דעם חסידישן ישוב אין קאסא גראנדע.

איך האב פאריגע מאל געענדיגט מיט די נייעס'לעך פון אינמיטן חודש תשרי, און איך וואלט בעצם ארויפגעלייגט די הערליכע געשמאקע באריכטן איבער די דערהויבענע ימים טובים וואס מיר האבן מיטגעהאלטן דאהי אין שטאט, אבער היות געוויסע מענטשן האט זייער געבאדערט ווען מ'ברענגט נייעס פון א קנאפע חודש צוריק וועל איך טאקע נאר ברענגן די באריכטן פון נאך די ימים טובים, און די אלע וואס ווילן ליינען די באריכטן פון יום טוב קענען דאס זעהן אינעם אייוועלט אשכול ווי איך לייג אלע באריכטן פונעם ישוב.

בכבוד רב @אלע צוזאמען
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

איך בין זייער פארנומען אין די יעצטיגע טעג, איך וועל אבער פרובירן ארויפצולייגן די בילדער וואס איך באקום פון איינוואוינער, טראץ וואס איך האב נישט עכט צייט צוצושרייבן דערצו קיין סאך, וועל איך אבער זיך דאסמאל פארלאזן אויפן כלל פון 'א בילד רעדט מער פון ווערטער'.

אינעם בילד: תפילת שחרית (קריאת התורה) פון ראש חודש חשון תשפ"ו אין בית המדרש קהל חסידים אינאיינעם מיטן רב הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א.

20251023_080202..jpg
20251023_080202..jpg (173.99 KiB) געזען געווארן 1561 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

די נייע זמן אין מוסדות עץ חיים איז אין פולן שוואונג (דאס יאר האט מען שוין אנגעהויבן חדר תיכף אויף אסרו חג) און מיט די פרישע משפחות פארברייטערט מען זיך ברוך השם אז די יעצטיגע קלאס צימערן פארנעמען שוין נישט די וואוקס.

אין בית חינוך לבנות עץ חיים האט מען דאס יאר צוגעלייגט א גאנצע פרישע קלאס און עס איז ממש נישט געווען ווי צו פלאצירן די קינדער נאך וואס מען האט שוין אויסגענוצט יעדן לעכל אינעם בנין, די הנהלת המוסדות האט נישט געשפארט קיין צייט און געלט און תיכף זיך גענומען צו די ארבעט אויפצובויען א פרישע געשמאקע קלאס צימער אויפן שטח הבית חינוך, די ארבעט גייט אן העפטיג און וועט האפענטליך זיין גרייט אין די קומענדיגע וואך צוויי.

אביסל א אומקלארע בילד אבער דאס האב איך, פונעם קלאס צימער לובש צורה זיין אויפן שטח.

בית חינוך עץ חיים.jpg
בית חינוך עץ חיים.jpg (179.92 KiB) געזען געווארן 1559 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

דעם ראש חודש חשון תשפ"ו העעל"ט האט דער רב הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ונשיא מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אפגעשטאט א הערליכן באזוך אינעם תלמוד תורה לרגל התחלת הזמן.

דער רב שליט"א האט דווקא נישט געוואלט אז מען זאל טוישן סיי וואס אינעם סדר היום צוליב וואס דער רב קומט, נאר געוואלט מיטהאלטן די שעה צוויי אזוי ווי עס ווערט טעגליך אפגעהאלטן, דער רב שליט"א איז אנגעקומען אין חדר בערך ביי לאנטש צייט, און זיך צוגעזעצט ארום דעם טיש אינעם לאנטש צימער ווי די מיטעלע כיתות פון תלמוד תורה עסן אינאיינעם, דער רב שליט"א האט דאן געגעבן א געשמאקן שמועס פאר די קינדער הדרכה אויף די התחלת הזמן, די קינדער האבן געהאט א געלעגנהייט צו פרעגן פראגעס פונעם רב וואס איז געזעצן געשמאק און געענטפערט פאר יעדן קינד על פי דרכו.

שפעטער איז דער רב שליט"א אריין אין די קלאסן און מיטגעהאלטן די סדר הלימוד און שיעורים פון די מלמדים וואס דער רב שליט"א האט שפעטער באוואונדערט ביים וועכנטליכן ליל שיעור אין בית המדרש און פארציילט מיט התפעלות פאר די עלטערן איבער וואס ער האט מיטגעהאלטן אין תלמוד תורה.

עץ חיים הוא למחזיקים בה ותומכיה מאושר.

רב ת_ת..jpg
רב ת_ת..jpg (255.9 KiB) געזען געווארן 1558 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

וועכנטליכע שיעור ליל ששי פונעם רב הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ונשיא מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע.

ליל ששי (2).jpg
ליל ששי (2).jpg (157.91 KiB) געזען געווארן 1556 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ס'איז שוין טאקע כמעט א חודש פון יום טוב סוכות ווען דער שאלה איז געפרעגט געווארן, אבער צווישן תושבי קאסא גראנדע שפירט זיך נאך די קאנסעקווענצן פון די שטארקע רעגענעס וואס האבן זיך אראפגעלאזט אויף דרום אריזאנע דורכאויס די וואך פון חול המועד (און אין געוויסע געגנטער אפי' בעפאר דעם).

טראץ וואס יעדע'ס יאר איז דא א מאנסון סעזאן אין אריזאנע וואס קען ברענגן שטארקע רעגענעס, איז דאס יאר געווען אסאך שטערקער אזש געוויסע געגנטער א שטייגער ווי גילא קאונטי (ב"ה נישט אין די קאסא גראנדע אומגעגנט) האבן געהאט מאסיווע פארפלייצונגען און סטעיט אוו עמערדזשענסי'ס, און בעיקר איז עס אויך געווען אסאך שפעטער ווי געווענדליך היות געווענדליך איז סוכות צייט שוין מער ווייניגער טריקן, מאנסון דארף צו זיין ארום יולי/אוגוסט דאס יאר איז עס אבער געווען אויך ביז אריין אין אקטאבער, וואס דאס האט געפירט אז ריזיגע שטחים וואס זענען געווענדליך זייער טריקן און אפי' אויב לאזט זיך אראפ דארט א שטארקע רעגן אינמיטן מאנסון ווען די זון איז נאך בתקפו טריקנט זיך עס אויס גענוג שנעל, איז דאס מאל געווארן גרויסע טייכלעך וואס איז געשטאנען אזוי פאר עטליכע טעג, דאס האט עווענטואל געפירט צו א ריזיגע אויפשטייג פון מאסקיטאוס איבער די גאנצע וועלי פון אריזאנע, די מצב פון מאסקיטאוס איז אסאך ערגער ווי די לעצטע פיר יאר, אבער קומט למעשה נישט צו צו די שרעקליכע אויסברוך פון מאסקיטאוס און וויירוס'עס וואס איז געווען אין אריזאנע אין 2021 ווען הונדערטער מענטשן האבן באקומען די וועסט נייל וויירוס און אנדערע וויירוסן, דאס יאר איז ב"ה כמעט נישט געווען אזעלכע רעפארטן.

די גוטע נייעס איז, אז ב"ה אין די לעצטע טעג ווערט עס אסאך אסאך בעסער און די וועטער אלץ-ווייסער זאגן אז עס דארף זיך צו בארואיגן אין די קומענדיגע טעג, אזוי אויך ווי געזאגט, איז דאס מאל (אנדערש ווי אין 2021) כמעט נישט באריכטעט געווארן קיין פעלער פון וויירוס'עס ביי די מאסקיטאוס וואס האט געמאכט אז עס זאל ב"ה נישט זיין קיין שפיטעלער פעלער.

די רעגן האט אבער אויך געברענגט אסאך גוטע השפעות מיט זיך, קודם כל האט עס ארויסגעהאלפן מיט די טריקעניש וואס אריזאנע ליידט פאר די לעצטע צען יאר, הגם די עיקר פראבלעם האט נישט מיט די אריזאנע היצן אדער ווייניג רעגן נאר מער מיט די גניבה פון וואסער וואס קאלאראדא האט אפגעהאלטן און דאס איז פארשטייט זיך נישט בעסער געווארן, אבער אויף א לאקאלע פארנעם האט עס ארויסגעהאלפן סיי די וואסער רעזערווארן און סיי די פעלדער און וועלדער וואס איז געווען זייער טריקן און האבן יעצט באקומען א שטארקע וואסער בוסט, וואס העלפט סיי ארויס פאר די פלאנצונגען און אזוי אויך העלפט עס ארויס צו אראפנעמען די סכנה פון פייערן וואס איז ווי פארשטענדליך א שטענדיגע געפאר אין א מדבר שטאט, אזוי אויך האט עס אויפגעלעבט די טייכלעך וואס טוריסטן האבן אזוי ליב צו באזוכן אבער איז שוין געווענדליך לאאאנג טריקן אין די יעצטיגע סעזאן, א שטייגער ווי די שיינע וואסער ביי סאבינאו קעניאן אין טוסאן וואס האט נאך פאריגע וואך געהאט א געשמאקן וואסער אריינצוגיין, א זאך וואס מאכט זיך זייער זעלטן אין די יעצטיגע סעזאן פון יאר ווען עס איז שוין געווענדליך גענצליך טריקן.

עס בלייבט נאר איבער צו בעטן אז דער טל ומטר זאל טאקע זיין נאר לברכה, אמן.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אפדעיטעד זמני התפילה פאר חורף תשפ"ו אין בית מדרשינו אין קאסא גראנדע.
https://maps.app.goo.gl/rkeo8CNiqvc4AdY76

זמנים פו.jpg
זמנים פו.jpg (149.67 KiB) געזען געווארן 1555 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אקעי, מ'האט מיר יעצט ארויסגעווארפן פון א געשעפט אין קאסא גראנדע...

זעמיר יעצט געווען איינקויפן לכבוד שבת קודש, זעמיר געגאנגען צו די לאקאלע פריי'ס סופערמארקעט ווי מיר קויפן געווענדליך וועדזשטעבעלס און אנדערע צוגעהערן היות עס געפונט זיך גלייך נעבן, אינעם זעלבן פארקינג לאט, פון די לאקאלע כשר'ע גראסערי 'גראנדע קאושער', במילא איז עס זייער פראקטיש אז מען קען זיך אפשטעלן אין די זעלבע פלאץ און קויפן אלעס לכבוד שבת, סיי די אלגעמיינע פראדוקטן און סיי אלע כשר'ע פראדוקטן.

קיצור, אזוי זייענדיג אין פריי'ס, שוין ממש ביים ארויסגיין פאר מיר זענען געגאנגען באצאלן הער איך פלוצלינג קולות וברקים, מען ווארפט ארויס דעם עולם פון געשעפט, למעשה האב איך שנעל אנגעהויבן באצאלן און באוויזן צו קויפן אלע זאכן, און מען האט ארויסגעיאגט דעם עולם היות עס איז דא א פייער אינעם (גוישן) דעלי דעפארטמענט, איך האב גארנישט געזעהן אבער אזוי האט מען געשריגן.

למעשה ביים ארויסגיין האט זיך שוין אנגעזעהן א מאסיווע איבערקערעניש פון פייער טראקס און פאליציי קארן, קוקט אויס ווי די פייער דעפארטמענט דאהי ווערט זייער עקסייטעד ווען מ'רופט זיי, און עס איז אנגעקומען עטליכע טראקס און מעדיקס און אנדערע צוגעהערן, קיצור, העווי מצב.

מערקט אינעם בילד פונדערווייטנס די גראנדע שאפפס בנין ווי די גראנדע קאושער כשר'ע סופערמארקעט געפינט זיך.

IMG_20251106_154600_056.1..jpg
IMG_20251106_154600_056.1..jpg (257.1 KiB) געזען געווארן 1553 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 769

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 12:38 am
אויבער ווישאווא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 11:36 pm איא, אונז ווארטן מיר צו הערן פון אייך, ספעציעל בנוגע די שכ"ל פראגראמען באנוץ.
פשוט ווייל סאיז אינו דומה בלויז צו הערן די געדאנק אז סעקזיסטירט, קעגן עס באמת נוצן. (boots on the ground בלע"ז). למשל פלארידע איז אויך באוואוסט עס צו האבן, (און טאקע Lakefront עדווערטייזט עס), אבער כמיין אז אין טעמפא ווערט עס נאכנישט גענוצט משום איזה סיבה.
יא יא, איך ווייס אז איך דארף נאך אנקומען דערצו, וועט אי"ה קומען א פול פלעדזש אנאליז דערויף, האפענטליך תיכף נאכן צוענדיגן אלע באריכטן, שמועסן און בילדער פון די ימים טובים.

(לגבי טעמפא, אויב פארשטיי איך גוט איז די עיקר סיבה צוליב וואס רוב פון די קינדער אינעם מוסד זענען קליינע קינדער וואס קענען נאכנישט באקומען די פראגראמען, אבער איך וועל לאזן די ארטיגע אידן אליין מסביר זיין וואס די מעשה דארט איז).
אקעי, האמיר זיך געמאכט אביסעלע צייט, איז לאמיר טאקע אנהויבן איבער סקול טשויס, איך וועל לכאורה נישט אנקומען צו רעדן איבער אלעם אבער כמה שאפשר אפשר ועוד חזון למועד.

קודם וועל איך צוברענגו א תגובה וואס איך האב געשריבן פאר איבער צוויי יאר צוריק (איך זעה יעצט טאקע אויך פאר @אויבער ווישאווא, קוקט אויס ווי איר זענט עוסק אין דעם ענין), אבער דארט איז עס נאך געווען מער אין קאנצעפט היות מען האט עס דאן נאכנישט ברייט גענוצט אין קאסא גראנדע, היינט קען מען שוין ב"ה רעדן פון עקספיריענס.
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 3:44 pm לגבי סקול טשויס אין אריזאנע:

די ווארט סקול טשויס איז א זייער א גרויסע קאטעגאריע, און עס איז מער א קאנצעפט ווי א געזעץ, די געדאנק איז אז מען קען באקומען געלט פון די גאווערמענט צו שיקן אין א פרייוועט סקול (אדער פאר האום סקולינג פראגרעמס).

(וואס איך שרייב פון דא אין ווייטער איז בעיסד אויף וואס איך האב געליינט און ווייס פון די פאקט פון די יונגערלייט וואס באקומען די געלט, עס קען אבער זיין אז די פונקטליכע פרטים איז אביסל אנדערש אויף ביידע זייטן).

אין אריזאנע איז שוין דא זייער א לאנגע צייט א פראגראם וואס הייסט ESA דאס איז א פראגראם וואס די גאווערמענט גיט געלט פאר די סקול (עס קען זיין אז איך בין Wראנג מיט דעם פרט) וואס די עלטערן האבן באשלאסן צו שיקן די קינדער אהין, און די עלטערן זענען דער וואס זענען מחליט ווי צו שיקן די קינד (אנדערש ווי אין סטעיטס וואס האבן נישט קיין סקול טשויס וואס מען מיז שיקן די קינדער אין די פאבליק סקול פון די זעלבע דיסטריקט און מען קען אפי' נישט באשליסן צו שיקן אין א אנדערע פאבליק סקול).

אין 2022 איז אריבער אין אריזאנע א טויש וואס הייסט יונעווערסעל סקול טשויס, דאס מיינט אז די געלט פון די גאווערמענט קומט אן צו די עלטערן (נישט אין קעש נאר אלץ א קרעדיט אין א קאנטע) און זיי קענען באשליסן צו טוהן דערמיט וואס זיי ווילן פאר די עדיוקעשאן פון זייער קינד, דאס הייסט אז עס גייט נישט צו די סקול, נאר די עלטערן קענען גיבן די געלט פאר די סקול אלץ טואישן (די געדאנק פון דעם איז בעיקר געווען אז עלטערן זאלן קענען באשליסן אינמיטן יאר אז זיי ווילן שיקן די קינדער אין א אנדערע סקול, אדער אפי' אין א אנדערע סטעיט, דער זעלבע זאך איז שפעטער אויך אריבער אין עטליכע אנדערע סטעיטס, דאכזיך מיר אז פלארידע האט שוין היינט אויך די זעלבע זאך).

יעצט צו נומבערס און סטאטוס:
די פראגראם ארבעט אז מען באקומען ארום 6K אדער 7K פאר א קינד, צוטיילט אין פיר, יעדע דריי חדשים א געוויסע אמאונט, דאכזיך אז מען דארף אויסניצן די געלט ביז דריי חדשים נאך וואס עס איז אריין, דאס מיינט יעדע האלבע יאר.
ESA איז נאר פאר קינדער העכער 5 יאר אלט, און מען דארף זיין פינעף ביי יאנואר, דאס מיינט לכאורה אז אויב א קינד ווערט פינעף אין פעברואר דארף ער ווארטן א גאנץ יאר (איך בין נישט אינגאנצן זיכער אין דעם), אזוי אויך דארף מען פון דעם פארשטיין אז א מענטש וואס קומט אהער מיט קינדער אונטער פינעף דארף פונקט אזוי צאלן שכר לימוד היות עס איז נישט דא קיין שום גאווערמענט פאנד פאר דעם (אין קאסא גראנדע, ד. ה. אז אין מאריקאופע קאונטי וואס נעמט אריין איז זיך פיניקס איז יא דא עפעס א פראגראם פאר פרי סקול קינדער).
► Show Spoiler

איז א שנעלע ריקעפ: אין אריזאנע איז דא צוויי עיקר פראגראמען פאר עדיוקאציע, די ערשטע איז ווי געשמועסט די ESA (עמפאוערמענט סקאלערשיפ אקאונט), דאס איז א די פשוטע סקול טשויס פראגראם וואס ווערט מער און מער פארשפרייט איבער די פאראייניגטע שטאטן (הגם נישט אין יעדע סטעיט הייסט עס אזוי אדער ארבעט עס פונקט אזוי), וואס אנשטאט די גאווערמענט זאל געבן געלט צו שיקן אין א ספעציפישע מוסד/סקול אדער אז מען זאל גיבן וואוטשער'ס וכדומה, גיבט די גאווערמענט פאר אלע עלטערן וואס האבן קינדער העכער פונעף יאר אלט (ווען עס הייבט זיך אן א געווענדליכע גוישע עדיוקאציע סיסטעם) א געוויסע סכום, עס לויפט צווישן 6K צו 8K געוואנדן אין די עלטער פונעם קינד, דער סכום גייט דאן צו די עלטערן אין א ספעציעלע אקאונט און זיי קענען נוצן דאס געלט נאר פאר עדיוקאציע, סיי צו באצאלן שכר לימוד (טואישן) צו פאר ביכער אדער אנדערע אנליין קורסעס, האומסקולינג פראגראמען, אזש מען קען עס אפי' נוצן צו קויפן לעגאו'ס, און עס איז נישט סתם א משל, עס איז געווען א גאנצע איבערקערעניש דערוועגן א שטיק צייט צוריק אין אריזאנע ווען א געוויסע ליבעראלע סענאטאר פונעם סטעיט סענאט האט פארפירט אז מענטשן קויפן מיט די געלט שפילצייג פאר די קינדער און די סענאט רעפאבליקאנער האבן דאן צוריק גע'טענה'ט אז זיי פארשטייען בכלל נישט וואס די פראבלעם איז, אויב האלטן עלטערן אז פאר די עדיוקאציע פון זייער קינד איז וויכטיג ער זאל שפילן מיט לעגאו'ס דאן זאלן זיי דאס טאקע קויפן, איך מיין אבער אז עס איז דא א שטיקל לימיט וויפיל שפילצייג אדער אנדערע זאכן מען קען קויפן דערמיט (עפעס ליגט מיר אין קאפ א נומבער פון $500 פאר לעגאוס, איך געדענק אבער נישט אויב עס איז ממש אזוי אדער נאר געווען א וויץ), און עס דארף פארשטייט זיך מאכן סענס וואס מען טוט מיט די געלט, אבער אויב גיבט מען די געלט פאר א פריוואטע שולע דאן איז פארשטייט זיך די בעסטע.

דאס איז אבער נאר א קליינע חלק פון די סקול טשויס פראגראמען וואס אריזאנע פארמאגט און וואס קען זיין א ישועה פאר די מוסדות התורה, היות, ווי יעדער איינער וואס האט אמאל געפירט א מוסד פארשטייט, קאסט א קינד פאר די מוסד אסאך מער ווי 8K א יאר, און בפרט ווען מען האט א קלענערע מוסד וואס די עקספענסעס זענען נאכאלץ זייער הויעך, אבער די אינקאם איז נאך אסאך קלענער (מען צאלט פאר א מלמד די זעלבע פרייז, אדער אפי' מער, ווי ווען עס איז דא נאך צען קינדער וואס באצאלן שכ"ל), במילא, טראץ וואס דאס העלפט שטארק ארויס די עלטערן פון די מוסדות קען נישט א מוסד עכט זיך קאווערן נאר מיט ESA.

איז וויאזוי קאווערן זיך די מוסדות אין אריזאנע? אריזאנע האט נאך א פראגראם וואס איז געווארן א פאקט אין 2011 און טראץ וואס עס קומט אונטער נאכאנאנדע אטאקע פון די ליבעראלן אינעם סטעיט שטייט עס נאך דערווייל שטאנדהאפטיג, און דאס איז STO (סקול טואישן ארגעניזאציע), אדער ווי עס איז לעצטנס באוואוסט געווארן ביים היימישן ציבור אלץ 'טעקס פאר סקולס' נאך וואס אגודת ישראל האט שווער געארבעט און מצליח געווען אריינצורוקן אזא סארט פראוויזיע און געזעץ אינעם 'ביג ביוטיפיל ביל' פון פרעזידענט טראמפ און ווי עס קוקט אויס גייט מען ערגעץ ווי אין די קומענדיגע צוויי דריי יאר קענען טוהן די זעלבע זאך אויף א פעדעראלע אופן, די פעדעראלע פראגראם הייסט ECCA און די פראוויזיע פון דעם ספעציפישן מהלך איז די SGO חלק (סקאלערשיפ גרענטינג ארגעניזאציעס).

וויאזוי STO ארבעט איז א לענגערע שמועס, איך וועל עס אי"ה אויסשמועסן אין די קומענדיגע טעג, אבער די מהלך אין קורצן איז אז מענטשן קענען באצאלן זייער טעקס געלטער וואס זיי דארפן סייווי באצאלן פאר די סטעיט, א שטייגער ווי אינקאם טעקס, פערסאנעל אדער קאאפערעט, אנשטאט עס געבן פאר די סטעיט קען מען עס גיבן פאר טואישן פאר סטודענטן אין פריוואטע סקולס, עס האט א גאנצע סיסטעם וויאזוי עס ארבעט און אויב איז מען באמת מצליח און מען לייגט אריין די ריכטיגע כוחות דערין קען א מוסד אנקומען זיך צו קאווערן מיט א שמיץ אריבער, פארשטייט זיך אז די מוסדות דא אין קאסא גראנדע, מוסדות עץ חיים, שטייט נאך זייער ווייט פון זיך קאווערן, אבער די אלע פראגראמען, צוזאמען מיט דעם אז דער עולם צאלט ב"ה ערליך שכר לימוד, פארשטייענדיג אז אן א פעסטע פינאנציעלע יסוד איז קיין מוסד נישטא, און אן קיין מוצלח'דיגע מוסד איז קיין ישוב נישט פארהאן, און כדי די מלמדים און טיטשער'ס זאלן קענען טוהן זייער ארבעט בנאמנות פארלאנגט זיך די פולע רואיגקייט פון ווערן באצאלט אין צייט, און טאקע האט מען ב"ה נאך קיין איין מאל נישט פארפאסט אדער פארשפעטיגט א פעימענט פאר די מלמדים און טיטשערס זינט מוסדות עץ חיים איז געגרינדעט געווארן.

וואס הייסט באצאלן שכר לימוד? איך האב געמיינט אז מען האט סקול טשויס און שכ"ל איז בחינם?

אמת, די פרייזן פון שכר לימוד אין קאסא גראנדע רעפלעקטירט טאקע די פאקט אז עס איז דא סקול טשויס, אנדערש ווי אין פיניקס וואס טראץ וואס די מוסדות נעמען אלע סארט סקול טשויס פראגראמען קאסט נאך אלץ שכר לימוד א מאיאנטעק מיט געלט (פרעג מיר נישט פארוואס), איז אבער אין מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אנדערש. קינדער אונטער פונעף, היות אויף דערווייל האט מען נאכנישט געקענט מסדר זיין קיין פראגראמען, הגם, עס איז דא געוויסע פראגראמען וואס מען האפט בקרוב הימים צו קענען באקומען, איז אבער דא דערפאר געוויסע רעגולאציעס וואס מען דארף נאכקומען, נישט אין די לימודים נאר אין די בנין המוסדות א.ד.ג., און דערווייל קען מען דאס נאכנישט באווייזן אינעם יעצטיגן לאקאל, האפענטליך אין דער צוקונפט. במילא פאר קינדער אונטער פונעף צאלט מען פולע שכר לימוד, יעצט קינדער העכער פונעף, אויב איז דער קינד אויפגעסיינט אויף ESA, וואס ב"ה 'אלע' קינדער אין מוסדות עץ חיים זענען טאקע אויפגעסיינט געווארן תיכף ומיד, טראץ וואס עס פאדערט אסאך צוזאמארבעט פון די עלטערן ארבעט יעדער מיט זיכער צו מאכן אז זאכן פארן געשמירט על צד היותר טוב, און די עלטערן צאלן דערפאר נאר א מינומאלע סכום, און די איבעריגע ווערט גענומען פון ESA און ביי געוויסע שוין ב"ה פון STO, יא, פאר קינדער העכער פונעף איז שכר לימוד אין מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע כמעט אומזיסט!

די סיבה פארוואס מען צאלט נאך למעשה אביסל צו, איז צוויי פאכיג, צוערשט האט דער רב הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א ונשיא המוסדות אנגעוויזן אז עס איז סתם אזוי כדאי אז די עלטערן זאלן עפעס אריינצאלן פאר די מוסדות, סיי השקפה'דיג און סיי פראקטיש היות עס מאכט די עלטערן מער פארבינדן און אינוואלווד אין זייער קינדער'ס חינוך, אזוי אויך איז ווי נישט ווי נאך דא א לאך טראץ די פראגראמען במילא העלפט אפי' די מינימאלע סכום אויך ארויס ופרוטה ופרוטה מצטרפת, וואס איז אבער יא וויכטיג צו אנווייזן איז אז די הנהלה גשמיות רעכנט זיך זייער שטארק מיט די עלטערן איבער די באצאלן שכר לימוד ובפרט ביי עלטערן וואס לייגן אליין אריין גרויסע כוחות ארויסצוהעלפן מיט STO, וואס ווען איך וועל שרייבן וויאזוי די פראגראם ארבעט וועט מען פארשטיין בעסער וואס איך מיין צו זאגן.

אויף למעשה: יא, אריזאנע האט זייער פיינע סקול טשויס פראגראמען, אבער געלט רינט נישט אריין אן גארנישט טוהן און עס פאדערט אסאך ארבעט וואס ווי פארשטענדליך, די אדמיניסטראטער און הנהלה געשמיות האבן נאכאלץ א שווערע ארבעט צו שאפן די נויטיגע פאנדס יעדע חודש צו באצאלן די איינגעשטעלטע, ב"ה ווי געזאגט מיט גרויס הצלחה, אבער עס איז זיכער א שטארקע הילף פאר אחב"י וואס הויערן אונטער די שווערע יאך פון שכר לימוד אויפן איסט קאוסט, די הנהלת מוסדות עץ חיים ארבעט מיט מיט יעדער איינער פון די עלטערן און די פרישע משפחות וואס צוען זיך אריבער בעז"ה, זיי צו באגלייטן און זיכער מאכן אז די קינדער ווערן שנעל און געשמירט אויפגעסיינט און נישט אז עס זאל אריבערגיין טייערע חדשים וואס די עלטערן זאלן נאך דארפן באצאלן די געווענדליכע שכר לימוד פרייזן, נאר תיכף קענען געניסן פון די אריזאנע בענעפיטן.

פאר איך גיי, אויב איז דא אידן וואס ליינען דא וואס האבן ביזנעסער וואס זענען רעגיסטרירט אין אריזאנע, דאס הייסט אז זיי צאלן טעקס אין אריזאנע, ביטע ביטע קאנטאקט מיר אין אישי, אדער קענט איר זיך פארבינדן דיירעקט מיט די אדמיניסטראטער פון די מוסדות אויף 520.660.3366 עקסטענשען 4, איר קענט שטארק ארויסהעלפן דעם נייעם ישוב מיט אירע וואקסענדע מוסדות אן דעם וואס עס זאל אייך קאסטן א פעני, אזוי אויך צו די אלגעמיינע ציבור בכלליות אויב ווילסטו ארויסהעלפן די מוסדות הקדושים אין קאסא גראנדע פארבינדט זיך אין אישי אדער צו די הנהלה גשמיות אויף די אויבערדערמאנטע נומבער.

א גוט שבת.
א ווארעמע שבת.
צום ווידערזעהן קומענדיגע וואך.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א הארציגע קליפ פון נעכטן, ווי נאך א משפחה האט שוין צוזאמגעפאקט די פעק און זעק, אריין אין די יו-האויל שאכטלעך און ויסעו, זיך צום ווידערזעהן אין זייער ריזיגע נייע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע, האפענטליך אין ווייניגער פון צען טאג,

זיי אויך פון די בוני קאסא גראנדע און פארבינד זיך היינט מיטן ועד העיר'ס ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטען, וואס וועט אייך העלפן מיט אלעס וואס דו דארפסט צו קויפן דיין אייגענע הויז מיט'ן אראפלייגן א נישטיגע 15 טויזענט דאלער ביים קלאויזינג. רופט אים אויף 520.556.2000
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

*איינמאליגע געלעגנהייט*
25 יאר הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל פון ר' שמעון ראלניצקי, צום פארקויפן. שפאנענדע געשיכטעס, אינהאלטסרייכע באשרייבונגען, היסטארישע שילדערונגען און דראמאטישע אינטערוויוס, וועלכע וועלן אייך פארנומען פאר שעות ארוכות.

שיקט א טעקסט צו 845-746-7510.

נאר היינט און מארגן.

זעט א הערליכע קליפ ווי יואליש פעלזן באזוכט דעם הערליכן אוצר ביי ר'שמעון'ס גאראזש סעיל
פיילס
IMG-20251112-WA0040.jpg
IMG-20251112-WA0040.jpg (188.39 KiB) געזען געווארן 1336 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2254
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4407

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך הדסים »

ישוב החדש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 9:17 pm *איינמאליגע געלעגנהייט*
25 יאר הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל פון ר' שמעון ראלניצקי, צום פארקויפן. שפאנענדע געשיכטעס, אינהאלטסרייכע באשרייבונגען, היסטארישע שילדערונגען און דראמאטישע אינטערוויוס, וועלכע וועלן אייך פארנומען פאר שעות ארוכות.

שיקט א טעקסט צו 845-746-7510.

נאר היינט און מארגן.

זעט א הערליכע קליפ ווי יואליש פעלזן באזוכט דעם הערליכן אוצר ביי ר'שמעון'ס גאראזש סעיל
► Show Spoiler
מ'קען באקומען די אלטע גלאקן? פאר וויפיל?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 620
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1414

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

מ'קען גיין און קויפן איינצעלנע? אדער נאר די גאנצע
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:39 am
ישוב החדש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 9:17 pm *איינמאליגע געלעגנהייט*
25 יאר הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל פון ר' שמעון ראלניצקי, צום פארקויפן. שפאנענדע געשיכטעס, אינהאלטסרייכע באשרייבונגען, היסטארישע שילדערונגען און דראמאטישע אינטערוויוס, וועלכע וועלן אייך פארנומען פאר שעות ארוכות.

שיקט א טעקסט צו 845-746-7510.

נאר היינט און מארגן.

זעט א הערליכע קליפ ווי יואליש פעלזן באזוכט דעם הערליכן אוצר ביי ר'שמעון'ס גאראזש סעיל
► Show Spoiler
מ'קען באקומען די אלטע גלאקן? פאר וויפיל?
די סעיל איז אויווער פאר יעצט. איך האף האסט אים גערופן און זיך מסדר געווען, אויב נישט, ווען ער קומט אן צוריק קיין קאסא גראנדע וועל איך אים פרעגן צו ס'איז נאך געבליבן עפעס.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 10:43 am מ'קען גיין און קויפן איינצעלנע? אדער נאר די גאנצע
יא
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ווי אויסגעשמועסט אין א פריערדיגע תגובות האט די הנהלת התלמוד תורה אין קאסא גראנדע אויפגעשטעלט א הינער שטייג פאר די קינדער,

די הינער זענען געווארן שיין אויפגעהאדעוועט דורך די ילדי תלמוד תורה, און עס האלט שוין היינט צוטאגס אז די הינער געבן אייער וואס די קינדער האנדלן מיט צו פארקויפן די אייער, פאר תושבי און אורחי קאסא גראנדע. ארויסלערנענדיג די קינדער צו האנדלן ערליך ווי די מצוות עשה פון "מֹ֧אזְנֵי צֶ֣דֶק אַבְנֵי צֶ֗דֶק אֵ֥יפַת צֶ֛דֶק וְהִ֥ין צֶ֖דֶק יִהְיֶ֣ה לָכֶ֑ם"

איך האב באקומען א זיס בילד ווי עטליכע יונגעלייט וועלעכע האבן געקויפט אייער פון די תלמוד תורה געשעפט קומען ארויס פון ביהמ"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.
פיילס
IMG-20251114-WA0012.jpg
IMG-20251114-WA0012.jpg (187.18 KiB) געזען געווארן 962 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

די וואך ביים בודק זיין דעם עירוב האב איך געזען א עפעס וואס איך האב געשפירט אז עס וועט זיין א באחן'טע קרישקילע פאר אונזערע ליינער,

נאכן אויפבויען דעם עירוב מהודר אין קאסא גראנדע האט דער עסקן רבי יצחק גרין געדאגה'ט אז כאטש עס איז ב"ה נישטא קיין אנטיסימעטיזם אין אונזער געגענט, דאך קען זיין אז דער עירוב וועט שטיין איינעם אין וועג פאר אנדערע סיבות, איז וויאזוי מען קען פארזיכערן אז קיינער טשעפעט נישט מיט'ן עירוב?

איז רבי יצחק אויפגעקומען מיט א געניעלע געדענק, היות דארט ווי די עירוב לויפט אריבער געפינען זיך וואוינ-ערטער פון די אויעל owl פייגלעך, וואס די בעשעפניש רעכטן גרופעס האבן שוין עטליכע מאל זיך ארויסגעשטעלט זיי צו באשיצן, האט זיך רבי יצחק יעצט ארויפגעכאפט אויף דעם און ארויפגעשטעלט אויף אלע פאוילס וואס האלטן דעם עירוב אזעלעכע שילדן (סיינס), וואס זאגן אן נישט צו טשעפן מיט די שטריקן ווייל דאס העלפט ארויס די פייגלעך צו איבערגיין פון איין פלאץ צום אנדערע crossing בלע"ז.
פיילס
IMG-20251116-WA0005.jpg
IMG-20251116-WA0005.jpg (239.68 KiB) געזען געווארן 812 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 620
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1414

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

אידישע חכמה און פקחות... זיס
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

יעצט ווען מען שטייט שוין נאנט צו חנוכה ווען אידישע קינדער צינדן די הייליגע ליכט מיט קנויטן געמאכט פון קאטאן. איז אינטרעסאנט צו ברענגן עטליכע בילדער פאר קאסא גראנדע פאלאויער'ס, פון די ריזיגע קאטאן פעלדער מיט וואס קאסא גראנדע איז געבענטשט.

נישט לאנג צוריק איז כמעט גאנץ קאסא גראנדע געווען באוואקסן מיט קאטאן פעלדער, אפילו היינט צוטאגס איז קאסא גראנדע געבענטשט מיט צענדליגער אדער הונדערטער קאטאן פעלדער.

די יעצטיגע סעזאן פאר חנוכה, ענדיגן די קאטאן צו וואקסן און יעצט שניידט מען אפ די קאטאן, די גרויסע טרעקטאר מאשינען פאקן איין ריזיגע בינטלך פון רויע קאטאן וואס מען פירט דערנאך אפ צו די פאבריקן ווי מען ארבייט אויס די קאטאן צו זיין גרייט פאר די הייליגע חנוכה ליכט, פאר קליידער, בעט געוואנט (לינען) און נאך.
פיילס
IMG-20251118-WA0003.jpg
IMG-20251118-WA0003.jpg (185.05 KiB) געזען געווארן 638 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 669

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

די ליכטיגע קינדערלעך פון כיתות ז', ח' און ט' מיט די הינער וואס זיי ציען אויף פאר אייער
פיילס
IMG-20251120-WA0003.jpg
IMG-20251120-WA0003.jpg (285.97 KiB) געזען געווארן 369 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
שרייב פאוסט