לינק?הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:25 pmשוין דא גראדע @מסתמא'ס קולט טעמעבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:16 pmוויפיל טעמעס ס'האבן זיך שוין געעפנט א דאנק לב טהור.. טאטע אין הימל!חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 6:51 pm @אסמכתא בעלמא מ'קען אפשר אריבערפירן דעם שמועס צו א באזונדערע אשכול פאר קולט עווערנעס???
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 92
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 497
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
...Thank you for your attention to this matter
-
העלפן א איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 134
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
- x 496
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א רעגן מאנטל 16M
ווער קען נוצן?
ווער קען נוצן?
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74

שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רבותי לאמיר אלע שרייען מיר גיין נישט לאזן די טייער משפחה פאלןגרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:45 pm Screenshot 2025-11-11 153727.png
ב"ה מ'האט צאמגעשטעלט $540.
גאנץ לעכטיג גאנץ פיין אבער דאס דעקט נישט קיין האלב חודש רענט פאר מרת מלכה (מענדי'ס מאמע).
ווער וויל כאפן א מצוה, און צו שטייערן געלט פאר דעם גרויסע מצוה?
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די משפחה אין אלגעמיין איז אויכעט זייער חשוב, זיי דארפן גאר אסאך הילף.שוין געגאנגען האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:54 pmרבותי לאמיר אלע שרייען מיר גיין נישט לאזן די טייער משפחה פאלןגרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:45 pm Screenshot 2025-11-11 153727.png
ב"ה מ'האט צאמגעשטעלט $540.
גאנץ לעכטיג גאנץ פיין אבער דאס דעקט נישט קיין האלב חודש רענט פאר מרת מלכה (מענדי'ס מאמע).
ווער וויל כאפן א מצוה, און צו שטייערן געלט פאר דעם גרויסע מצוה?
https://toirem.org/31069
אבער יעצט זיכט מען פשוט די אם המלוכה,די מאמע זייערע זאל האבן ווי צו וואוינען, ווי א נארמאלע מענטש.
זי איז א פרוי אליינט, וואס האט נישט קיין שום אייגינע הכנסה.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע נישט פאוסטן קיין ליצנות'דיגע פארשעמנדע בילדער.
אפילו אויב דער מענטש איז א רשע וכו, דארף מען רעכענען אז זיינע קינדער ליינען דא, און ס'נישט אידישלעך סתם צו שטעכן.

היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 92
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 497
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נאכנישט געענטפערט ביטעז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:53 pmא שאלה צו דיר לעכטיגע הימל, אלעס וואס די רעכנסט אויס אויף די מקום פון וואס די רעדסט זענען דאס זאכן וואס די גאס טאר נישט וויסן און מיטהאלטן? רעדט מען דארט פון נישט פארציילן פאר דרויסנדיגע וואס דארט טוט זיך משום איזה סיבה?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:23 pmוואס הייסט, מ'פייניגט קיינמאל נישט אין א קולט.. מ'האט פשוט 'רחמנות'..שמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 11:54 am
יא, דאס האב איך געמיינט, און יעצט @לעכטיגע וועלט וויל איך הערן א תירוץ פון דיר.
ווי האט מיר איינער פון דארט לעצטענס געזאגט 'קיין איינער האט נישט אזא רצון צו העלפן א איד, אזוי ווי אונזער פירער'. אפילו פון אלע לעבעדיגע צדיקים וואס איך האב אים אויסגערעכנט..
און דאס וואס מ'שרייט אזוי און מ'דערנידערט, קומט פון א רצון דיר צו העלפן, אזוי ווי דיין קינד וועט גיין אויפן ראוד וועסטו שרייען אויף עם.. פארוואס? ווייל די ווילסט עם טשעפענען? ניין, 'דיקא' ווייל די האסט א רצון אין עם.. והא ראיה א גוי גייט וועסטו נישט שרייען..
(בלא בלא בלא.. אויב די האסט נאכנישט פארשטאנען וועל איך מער פארברייטערן)
...Thank you for your attention to this matter
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די דארפסט פארשטיין, ס'איז נישטא קיינער וואס צווינגט פיזיש. מ'איז דיר נאר מסביר אין וועלכע טיפן בור די ליגסט (מיט ראיות פון אלע ספרי ראשונים ואחרונים) און ווען די קומסט פרעגן 'וואס זאל איך און ארויסצוגיין פון דעם בור'?! זאגט מען דיר אז מ'דארף זיך פורש זיין און אוועקגיין פון די אייגענע געפילן וכו'.ז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 11:45 pmנאכנישט געענטפערט ביטעז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:53 pmא שאלה צו דיר לעכטיגע הימל, אלעס וואס די רעכנסט אויס אויף די מקום פון וואס די רעדסט זענען דאס זאכן וואס די גאס טאר נישט וויסן און מיטהאלטן? רעדט מען דארט פון נישט פארציילן פאר דרויסנדיגע וואס דארט טוט זיך משום איזה סיבה?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:23 pm
וואס הייסט, מ'פייניגט קיינמאל נישט אין א קולט.. מ'האט פשוט 'רחמנות'..
ווי האט מיר איינער פון דארט לעצטענס געזאגט 'קיין איינער האט נישט אזא רצון צו העלפן א איד, אזוי ווי אונזער פירער'. אפילו פון אלע לעבעדיגע צדיקים וואס איך האב אים אויסגערעכנט..
און דאס וואס מ'שרייט אזוי און מ'דערנידערט, קומט פון א רצון דיר צו העלפן, אזוי ווי דיין קינד וועט גיין אויפן ראוד וועסטו שרייען אויף עם.. פארוואס? ווייל די ווילסט עם טשעפענען? ניין, 'דיקא' ווייל די האסט א רצון אין עם.. והא ראיה א גוי גייט וועסטו נישט שרייען..
(בלא בלא בלא.. אויב די האסט נאכנישט פארשטאנען וועל איך מער פארברייטערן)
און ווען די קומסט זאגן אז די קענסט נישט, קען דיר דיין מורה געבן אן 'עצה' פון א קנס.. גארנישט געצווינגען.. און אויך ווער ס'וויל פארלירן זיין לעבן בזה ובבא מעג ארויסגיין פון דארט.. גארנישט געצווינגן ח''ו.. נע..
איז ממילא מעג מען זאגן אלעס פאר די גאס.. ווייל דארט צווינגט מען נישט.. מען האט געגעבן אן 'עצה'..
מ'רעדט אויך זייער שטארק דארט, אז עס איז א ממש א שאד צו רעדן צו די גאס פון די זאכן מען פארקויפט דארט, ווייל די גאס איז אזוי ווייט פון די אמת, כרחוק מזרח ממערב.. ממילא איז א שאד ווייל זיי גייען קיינמאל נישט פארשטיין..
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2367
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7844
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@לעכטיגע וועלט ביטע ענטפערן. א דאנק.שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:49 pmאויב איך מעג, וויל איך דיר פרעגן נאך אפאר פראגעס:לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pmהאט מען דיר געהונגערט?יעקב דוד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:31 am
כגיי נישט אוועקמאכן אויב האסט זיך געשפירט באצוימט און א געוויסע קהילה אבער לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות אויב מען איך.
האט מען דיר געהונגערט?
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..
אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)

ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..

איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..

אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!
און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!

אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..

מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..

ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..

ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..
זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
איז דארט דא א הנהלה [אדער עפעס אזוי]? אדער דער פירער איז דער איינציגסטער וואס מאכט די דעסיזשענס.
דער פירער וואס ווי דו זאגסט איז ער אן עובד ה', איז אויסגעטון פון דער וועלט? דהיינו, ער פארמאגט אן אייגענער סעלפאון וכו?
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז נישטא קיין אפיציעלע הנהלה, אבער זיינע קינדער מאכן דארט אסאך אויס, און האבן דארט שיינע פאזיציעס..שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:36 am@לעכטיגע וועלט ביטע ענטפערן. א דאנק.שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:49 pmאויב איך מעג, וויל איך דיר פרעגן נאך אפאר פראגעס:לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pm
האט מען דיר געהונגערט?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..
אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!
און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..
זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
איז דארט דא א הנהלה [אדער עפעס אזוי]? אדער דער פירער איז דער איינציגסטער וואס מאכט די דעסיזשענס.
דער פירער וואס ווי דו זאגסט איז ער אן עובד ה', איז אויסגעטון פון דער וועלט? דהיינו, ער פארמאגט אן אייגענער סעלפאון וכו?
ס'איז אויך דא מענטשן וואס זענען נאנט מיטן פירער און פירן אויס זיינע וואונטשן און געבן פאר מענטשן די גוטע עצות.. ווי למשל 'די קענטסט מער נישט קומען צו קיין שיעורים אינערהאלב די קהילה' (וואס דאס מיינט אז מ'גייט גיין אין גהינם וכו'). ווען מ'פרעגט פארוואס מ'מעג נישט קומען מער, ענטפערט ער ווייל די ווייסט נישט פארוואס די קומסט..
בקיצור די מוזט זיך מכניע זיין עד הסוף.. און די ערגסטע עבירה איז טראכטן אליינס.. יעדער וואס טראכט אליינס גייט נאכאמאל מגולגל ווערן..
לגבי דיין צווייטע שאלה.
די פירער ארבעט זייער שווער צו זיין אויסגעטון פון די וועלט. ער און זיינע מענטשן האבן נאר כשר'ע טעלעפאנען אן טעקסט.
די זייער נאנטע מענשטן וואס דארפן ארלעדיגן 'עסקנות' פאר די קולט האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים מיט געפילטערטע אינטערנעט..
די אינטערטאנען וואס דארפן גארנישט ארלעדיגן, רירן נישט צו צו קיין קאמפיוטער'ס..
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@לעכטיגע וועלט
א גרויסער יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין ווי מען ארבעט בכח עינוי רוחני אפילו אן קיין שום עינוי פיזי
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסען (אויב דו ווילסט ענטפערען) ווי זענען גדולי ישראל זיך מתייחס צו דעם מנהיג
איז מען עם מכבד ביי חתונות וכדו' אדער ער האט נישט קיין קשר מיט אנדערע קרייזען און אלע גדולי ישראל האלטען עם פאר א מסוכן
(כידוע אויך ביי שלמה און אויך אנדערע כמו קאלטס בזמנינו איינער פון די שווערע זאכען פאר מענטשען צו מסכים זיין עס איז א מקום מסוכן איז דורך אופווייזען אז די מנהיג איז געווען מוערך ביי גדולי ישראל בעבר און אמאל אויך בהווה)
יישר כח
א גרויסער יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין ווי מען ארבעט בכח עינוי רוחני אפילו אן קיין שום עינוי פיזי
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסען (אויב דו ווילסט ענטפערען) ווי זענען גדולי ישראל זיך מתייחס צו דעם מנהיג
איז מען עם מכבד ביי חתונות וכדו' אדער ער האט נישט קיין קשר מיט אנדערע קרייזען און אלע גדולי ישראל האלטען עם פאר א מסוכן
(כידוע אויך ביי שלמה און אויך אנדערע כמו קאלטס בזמנינו איינער פון די שווערע זאכען פאר מענטשען צו מסכים זיין עס איז א מקום מסוכן איז דורך אופווייזען אז די מנהיג איז געווען מוערך ביי גדולי ישראל בעבר און אמאל אויך בהווה)
יישר כח
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז כמעט נישטא קיין גדול בישראל וואס איז דארט בכלל ארויפגעקוקט.. אלע זענען מנהיגי שקר און פון די ערב רב.. אלע מאמרים וואס חז''ל און צדיקים האבן געזאגט אויף די מנהיגים פונעם לעצטן דור איז דאך אמת, ניין? אנגעהויבן פון 'פני הדור כפני הכלב' און גענדיגט ביי די לעצטע תלמידי בעל שם (ווי צאנזע רב).אהא האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 7:20 am @לעכטיגע וועלט
א גרויסער יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין ווי מען ארבעט בכח עינוי רוחני אפילו אן קיין שום עינוי פיזי
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסען (אויב דו ווילסט ענטפערען) ווי זענען גדולי ישראל זיך מתייחס צו דעם מנהיג
איז מען עם מכבד ביי חתונות וכדו' אדער ער האט נישט קיין קשר מיט אנדערע קרייזען און אלע גדולי ישראל האלטען עם פאר א מסוכן
(כידוע אויך ביי שלמה און אויך אנדערע כמו קאלטס בזמנינו איינער פון די שווערע זאכען פאר מענטשען צו מסכים זיין עס איז א מקום מסוכן איז דורך אופווייזען אז די מנהיג איז געווען מוערך ביי גדולי ישראל בעבר און אמאל אויך בהווה)
יישר כח
ממילא איז עכט נישט נוגע וואס גדולי הדור (ליין: ערב רב, רשעים, מנהיגי שקר, וכו' {עפ''ל}) זאגן.
און ווען ס'איז שוין יא דא א גרויסע גדול וואס זאגט עפעס, איז ממה נפשך, אויב זאגט ער א גוטע זאך אויף די פלאץ 'פארשטייט ער אביסל צום היינטיגן דור'.. אויב זאגט ער עפעס פארקערט, איז ער אליין פאר זיך זייער הייליג אבער 'ער פארשטייט נישט צום דור, ער ווייסט נישט וועלכע זאך די דור דארף הערן צו אנקומען צום אמת'.. און אויב טיילט ער זיך ממש אפ פון די פלאץ מוז זיין אז זיינע גבאים ארום האבן אים איינגערעדט שקרים וכזבים אויף דיע פלאץ און פארדעם איז ער אנטקעגן דיע פלאץ..
(נאכאמאל, דאס איז נאר ביי דעי איין צוויי גדולים וואס זענען נאך עפעס ווערט..)
און די 'אמת'דיגע' סיבה פארוואס גדולים האלטן נישט פון די פלאץ איז די זעלבע פארוואס מ'האט נישט געהאלטן פון מרדכי הצדיק און די חשמונאים און סאטמאר רב.. און דער בעל שם.. בלא בלא בלא.. {דא לאכט מען}
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@לעכטיגע וועלט קענסטו אפשר ענטפערן אויף דעם?ים התלמוד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:30 pmדי קנסות פאר תאוות אכילה, מלקות, און תענית דיבור איז דאס אלץ געוועהן אין ישיבה פאר די בחורים אדער איז דאס אויך געוועהן פאר אינגעלייט? ווער האט ארויסגעגעבן די פסק פאר די אלע זאכן? די משגיח, הנהלה, דער רבי? ווער?► Show Spoiler
האט איינער פון דרויסן שוין פראבירט עפעס צו טוהן צו ראטעווען?
-
ממעמקים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
- Location: ברוקלין
- x 646
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די ענטפער פון תמיר חן אויף די שאלה וואס איז די חילוק צווישן א חסידות און א קולט. גראדע קומט ער נישט צוריק מיט וואס א חסידות איז אנדערש, אבער למעשה באציהט ער זיך אויף דעיע שאלה. [די קעפלעך האב איך צוגעלייגט].
צו די וואס ווילן נישט אז מ'זאל פארוואנדלן דעם אשכול פאר כלליות קולט, זאלן בעטן פון די מערכת צו עפענען א נייע אשכול פאר אפדעיטס... וואס טוט זיך אינערהאלב די פרשה פון לב טהור....
► Show Spoiler
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אן אינטרעסאנטע אפהאנדלונג איבער וויאזוי אוועקצושטעלן די לעגאלע הגדרה פון א קאלט, דורך הרה"ח ר' דוד גוטליב שליט"א פון ישיבת אור שמח, די פאטער פון הר"ר נחמיה גוטליב שליט"א מייסד פון TAG.
- פיילס
-
- IsThisACult.mp3
- (10.23 MiB) דאונלאודעד 257 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ממעמקים האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
- פיילס
-
- Screenshot_20251112_111402_WhatsApp.jpg (344.77 KiB) געזען געווארן 1012 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
.
- פיילס
-
- Screenshot_20251112_111411_WhatsApp.jpg (303.2 KiB) געזען געווארן 1010 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וועלכע אויסגאבע?מטות מסעי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pmממעמקים האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
-
שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אז מען רעדט פון הצדיק יעקב רייזמאן דארף מען דערמאנט פאר אלעס וואס ער העלפט מיט מסירה נפש אלע יוצאים און מאנטיאל טאג און נעכטמטות מסעי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pmממעמקים האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אונז קענען אויכעט אלע ווערן עסקנים ביי העלפן חשוב'ע משפחות פון יוצאי ל"ט, זיך אוועקשטעלן אויף די פיס.
מ'רעט יעצט פון א פרוי אין אירע מיטילער יארן, וואס האט נישט קיין שום הכנסה.
אירע קינדער זענען שוין אלע אויכעט ארויס פון ל"ט און זיי טוהן וואס זיי קענען.
מיר אלע קענען רעדן, אבער לאמער האנט אלע מקיים זיין די משנה: אמור מעט ועשה הרבה.
ווער וויל זוכה זיין צו די זכות פון געבן א פרוי ווי צו וואוינען פאר א וואך צייט?
פאר א נישטיגע $350 קען מען דאס דעגרייכן.
יא ס'איז געלט, אבער וויפיהל מאל זעהן מיר סוף חודש אויפן סטעיטמענט, ווי מיר האבן פאר תכליוועט גרעסער סאמעס געלט ווי דעם?
וואס מ'געבט פאר יענעם, געבט מען בעיקר פאר זיך. וואס מגעבט פאר זעך אליין בלאבט נישט דערפון קיין סאך.
אבער העלפן יענער איז נצחיות און קיינער קען עס נישט צו נעמען.
https://toirem.org/31069
מ'רעט יעצט פון א פרוי אין אירע מיטילער יארן, וואס האט נישט קיין שום הכנסה.
אירע קינדער זענען שוין אלע אויכעט ארויס פון ל"ט און זיי טוהן וואס זיי קענען.
מיר אלע קענען רעדן, אבער לאמער האנט אלע מקיים זיין די משנה: אמור מעט ועשה הרבה.
ווער וויל זוכה זיין צו די זכות פון געבן א פרוי ווי צו וואוינען פאר א וואך צייט?
פאר א נישטיגע $350 קען מען דאס דעגרייכן.
יא ס'איז געלט, אבער וויפיהל מאל זעהן מיר סוף חודש אויפן סטעיטמענט, ווי מיר האבן פאר תכליוועט גרעסער סאמעס געלט ווי דעם?
וואס מ'געבט פאר יענעם, געבט מען בעיקר פאר זיך. וואס מגעבט פאר זעך אליין בלאבט נישט דערפון קיין סאך.
אבער העלפן יענער איז נצחיות און קיינער קען עס נישט צו נעמען.
https://toirem.org/31069
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נקודה למחשבה
וואס ברענגט א מענטש אנציקומען
און א קולט
צימאל איז עס פלעין ווען א מענטש גייט דורך שוועריקייטן און ער איז vulnerable
אבער זייער אסאך איז עס ווען מען זיכט צי שטייגען און מען כאפט נישט אדער מען איז אויפגעווקסען מיט א שטופ צי פאלטשע שאיפות
דער לעווערטאווער איז עס מסביר און צווי ווערטער
עס שטייט פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה אם אתה עושה כן און סאיז אשריך בעלום הזה דעמאלטס וטוב לך בעולם הבא
ווי לאנג עס איז נישט טוב לך זיי א פושטער איד נעם קעיר פון דיר טוה וואס עס שטייט און שלחון ערוך לערן דאווען דיין עבודה איז נישט צ׳י זייין א מלאך והא ראיה אז דער אייבישטער האט דיך באשאפען א מענטש נישט קיין מלאך

קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך באוואונדער דער קאראזש פון יוצאים וואס זענען קוים 18 יאר אלט, און האבן די קאראזש, צו ארויסגיין אויף די גאס טוהן ארבעט וואס מ'האנדלט מיט א ציבור.מטות מסעי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pmממעמקים האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
בפרט ווען מ'איז געווען צו געוואוינט צו א לעבן פון גאר א קליינע עוילם, אדער בעסער געזאגט א גרויסע משפחה.
און יעצט האנדלט מען מיט א נייע מענטשן יעדן טאג.
דאס איז באמת צו באוואונדערן, און בעיקר לערנט דאס אז די אלע יוצאים זענען דא זיך אוועקשטעלן אויף די אייגינער פיס.
און זוכן נישט זיך צו באלעסטיגן אויף קיינער, און זענען גרייט צו טוהן וואס אימער אפילו שווערע ארבעט, וואס א סאך אנדערע פון אונז כאפן זיך בכלל נישט צו.
וואס יא, ווען בוז זיי שטעלן זיך אוועק קען געדוירען אביסל צייט.
מורי ורבותי, דאס איז א השקעה וואס בלייבט לדורות, פשוט זיי יעצט העלפן זיך אוועקשטעלן אויף די פיס.
אויב טרעפט איר אן א יוצא, העלפטס עהם בגוף, ובממון, במעש אויב ער וויל העלף עהם אויכעט בעצה.
ווייל מיט דעם שטעלט הייליגער אידישער דורות אויף די פוס.
דארך דעם וועסטו זוכה זיין אז ווען זיי געבן צירוק פאר כלל ישראל, בעזרת ה' זייערע כוחות און טאלאנטען, וועסטו האבן אין יענץ אויכעט א חלק.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש