כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

► Show Spoiler
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:25 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:16 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 6:51 pm @אסמכתא בעלמא מ'קען אפשר אריבערפירן דעם שמועס צו א באזונדערע אשכול פאר קולט עווערנעס???
וויפיל טעמעס ס'האבן זיך שוין געעפנט א דאנק לב טהור.. טאטע אין הימל!
שוין דא גראדע @מסתמא'ס קולט טעמע
לינק?
...Thank you for your attention to this matter
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 437

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

א רעגן מאנטל 16M

ווער קען נוצן?
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:33 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:25 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:16 pm

וויפיל טעמעס ס'האבן זיך שוין געעפנט א דאנק לב טהור.. טאטע אין הימל!
שוין דא גראדע @מסתמא'ס קולט טעמע
לינק?
viewtopic.php?t=2654
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:45 pm Screenshot 2025-11-11 153727.png

ב"ה מ'האט צאמגעשטעלט $540.

גאנץ לעכטיג גאנץ פיין אבער דאס דעקט נישט קיין האלב חודש רענט פאר מרת מלכה (מענדי'ס מאמע).

ווער וויל כאפן א מצוה, און צו שטייערן געלט פאר דעם גרויסע מצוה?

https://toirem.org/31069
רבותי לאמיר אלע שרייען מיר גיין נישט לאזן די טייער משפחה פאלן
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:54 pm
גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:45 pm Screenshot 2025-11-11 153727.png

ב"ה מ'האט צאמגעשטעלט $540.

גאנץ לעכטיג גאנץ פיין אבער דאס דעקט נישט קיין האלב חודש רענט פאר מרת מלכה (מענדי'ס מאמע).

ווער וויל כאפן א מצוה, און צו שטייערן געלט פאר דעם גרויסע מצוה?

https://toirem.org/31069
רבותי לאמיר אלע שרייען מיר גיין נישט לאזן די טייער משפחה פאלן
די משפחה אין אלגעמיין איז אויכעט זייער חשוב, זיי דארפן גאר אסאך הילף.
אבער יעצט זיכט מען פשוט די אם המלוכה,די מאמע זייערע זאל האבן ווי צו וואוינען, ווי א נארמאלע מענטש.
זי איז א פרוי אליינט, וואס האט נישט קיין שום אייגינע הכנסה.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1433

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווירקליך »

ביטע נישט פאוסטן קיין ליצנות'דיגע פארשעמנדע בילדער.

אפילו אויב דער מענטש איז א רשע וכו, דארף מען רעכענען אז זיינע קינדער ליינען דא, און ס'נישט אידישלעך סתם צו שטעכן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

עמק השדים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:59 pm
שעפעריש האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:48 pm
עמק השדים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:46 pm
ס'נישט קיין חילול השם ווייל ער האט עס נישט געזאגט אין קאורט....

אבער, וואס איך פארשטיי נישט פארוואס האט אזא מענטש נישט מורא פון זיינע אייגענע מענטשן?
....
אבער גלאט גיין מנבא זיין עתידות???
ער וועט דאך ווערן א נביא שקר!!!
ער האט דאך געזאגט אז דאס איז נאר אויב די עולם וועט גענוג שטארק איינרייסן
נו,
האט ער דאך דאס געקענט זאגן אין קאורט אויך!!!
א גוי פארשטייט נישט וואס מיינט 'בחזקה'.
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:53 pm
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:23 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 11:54 am

יא, דאס האב איך געמיינט, און יעצט @לעכטיגע וועלט וויל איך הערן א תירוץ פון דיר.
וואס הייסט, מ'פייניגט קיינמאל נישט אין א קולט.. מ'האט פשוט 'רחמנות'..

ווי האט מיר איינער פון דארט לעצטענס געזאגט 'קיין איינער האט נישט אזא רצון צו העלפן א איד, אזוי ווי אונזער פירער'. אפילו פון אלע לעבעדיגע צדיקים וואס איך האב אים אויסגערעכנט..

און דאס וואס מ'שרייט אזוי און מ'דערנידערט, קומט פון א רצון דיר צו העלפן, אזוי ווי דיין קינד וועט גיין אויפן ראוד וועסטו שרייען אויף עם.. פארוואס? ווייל די ווילסט עם טשעפענען? ניין, 'דיקא' ווייל די האסט א רצון אין עם.. והא ראיה א גוי גייט וועסטו נישט שרייען..

(בלא בלא בלא.. אויב די האסט נאכנישט פארשטאנען וועל איך מער פארברייטערן)
א שאלה צו דיר לעכטיגע הימל, אלעס וואס די רעכנסט אויס אויף די מקום פון וואס די רעדסט זענען דאס זאכן וואס די גאס טאר נישט וויסן און מיטהאלטן? רעדט מען דארט פון נישט פארציילן פאר דרויסנדיגע וואס דארט טוט זיך משום איזה סיבה?
נאכנישט געענטפערט ביטע
...Thank you for your attention to this matter
לעכטיגע וועלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
Location: Upstairs
x 234

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיגע וועלט »

ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 11:45 pm
ז'וריקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:53 pm
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 2:23 pm
וואס הייסט, מ'פייניגט קיינמאל נישט אין א קולט.. מ'האט פשוט 'רחמנות'..

ווי האט מיר איינער פון דארט לעצטענס געזאגט 'קיין איינער האט נישט אזא רצון צו העלפן א איד, אזוי ווי אונזער פירער'. אפילו פון אלע לעבעדיגע צדיקים וואס איך האב אים אויסגערעכנט..

און דאס וואס מ'שרייט אזוי און מ'דערנידערט, קומט פון א רצון דיר צו העלפן, אזוי ווי דיין קינד וועט גיין אויפן ראוד וועסטו שרייען אויף עם.. פארוואס? ווייל די ווילסט עם טשעפענען? ניין, 'דיקא' ווייל די האסט א רצון אין עם.. והא ראיה א גוי גייט וועסטו נישט שרייען..

(בלא בלא בלא.. אויב די האסט נאכנישט פארשטאנען וועל איך מער פארברייטערן)
א שאלה צו דיר לעכטיגע הימל, אלעס וואס די רעכנסט אויס אויף די מקום פון וואס די רעדסט זענען דאס זאכן וואס די גאס טאר נישט וויסן און מיטהאלטן? רעדט מען דארט פון נישט פארציילן פאר דרויסנדיגע וואס דארט טוט זיך משום איזה סיבה?
נאכנישט געענטפערט ביטע
די דארפסט פארשטיין, ס'איז נישטא קיינער וואס צווינגט פיזיש. מ'איז דיר נאר מסביר אין וועלכע טיפן בור די ליגסט (מיט ראיות פון אלע ספרי ראשונים ואחרונים) און ווען די קומסט פרעגן 'וואס זאל איך און ארויסצוגיין פון דעם בור'?! זאגט מען דיר אז מ'דארף זיך פורש זיין און אוועקגיין פון די אייגענע געפילן וכו'.

און ווען די קומסט זאגן אז די קענסט נישט, קען דיר דיין מורה געבן אן 'עצה' פון א קנס.. גארנישט געצווינגען.. און אויך ווער ס'וויל פארלירן זיין לעבן בזה ובבא מעג ארויסגיין פון דארט.. גארנישט געצווינגן ח''ו.. נע..

איז ממילא מעג מען זאגן אלעס פאר די גאס.. ווייל דארט צווינגט מען נישט.. מען האט געגעבן אן 'עצה'..

מ'רעדט אויך זייער שטארק דארט, אז עס איז א ממש א שאד צו רעדן צו די גאס פון די זאכן מען פארקויפט דארט, ווייל די גאס איז אזוי ווייט פון די אמת, כרחוק מזרח ממערב.. ממילא איז א שאד ווייל זיי גייען קיינמאל נישט פארשטיין..
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2291
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7542

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

שינאווער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:49 pm
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pm
יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:31 am

כגיי נישט אוועקמאכן אויב האסט זיך געשפירט באצוימט און א געוויסע קהילה אבער לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות אויב מען איך.

האט מען דיר געהונגערט?

איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?

און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?

האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?

איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?

ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד

אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?

וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
האט מען דיר געהונגערט?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..

אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)

ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..

איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..

אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!

און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!

אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..

מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..

ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..

ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..

זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
אויב איך מעג, וויל איך דיר פרעגן נאך אפאר פראגעס:

איז דארט דא א הנהלה [אדער עפעס אזוי]? אדער דער פירער איז דער איינציגסטער וואס מאכט די דעסיזשענס.

דער פירער וואס ווי דו זאגסט איז ער אן עובד ה', איז אויסגעטון פון דער וועלט? דהיינו, ער פארמאגט אן אייגענער סעלפאון וכו?
@לעכטיגע וועלט ביטע ענטפערן. א דאנק.
לעכטיגע וועלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
Location: Upstairs
x 234

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיגע וועלט »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:36 am

ס'איז נישטא קיין אפיציעלע הנהלה, אבער זיינע קינדער מאכן דארט אסאך אויס, און האבן דארט שיינע פאזיציעס..

ס'איז אויך דא מענטשן וואס זענען נאנט מיטן פירער און פירן אויס זיינע וואונטשן און געבן פאר מענטשן די גוטע עצות.. ווי למשל 'די קענטסט מער נישט קומען צו קיין שיעורים אינערהאלב די קהילה' (וואס דאס מיינט אז מ'גייט גיין אין גהינם וכו'). ווען מ'פרעגט פארוואס מ'מעג נישט קומען מער, ענטפערט ער ווייל די ווייסט נישט פארוואס די קומסט..

בקיצור די מוזט זיך מכניע זיין עד הסוף.. און די ערגסטע עבירה איז טראכטן אליינס.. יעדער וואס טראכט אליינס גייט נאכאמאל מגולגל ווערן..

לגבי דיין צווייטע שאלה.
די פירער ארבעט זייער שווער צו זיין אויסגעטון פון די וועלט. ער און זיינע מענטשן האבן נאר כשר'ע טעלעפאנען אן טעקסט.
די זייער נאנטע מענשטן וואס דארפן ארלעדיגן 'עסקנות' פאר די קולט האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים מיט געפילטערטע אינטערנעט..
די אינטערטאנען וואס דארפן גארנישט ארלעדיגן, רירן נישט צו צו קיין קאמפיוטער'ס..
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

@לעכטיגע וועלט
א גרויסער יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין ווי מען ארבעט בכח עינוי רוחני אפילו אן קיין שום עינוי פיזי

עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסען (אויב דו ווילסט ענטפערען) ווי זענען גדולי ישראל זיך מתייחס צו דעם מנהיג
איז מען עם מכבד ביי חתונות וכדו' אדער ער האט נישט קיין קשר מיט אנדערע קרייזען און אלע גדולי ישראל האלטען עם פאר א מסוכן

(כידוע אויך ביי שלמה און אויך אנדערע כמו קאלטס בזמנינו איינער פון די שווערע זאכען פאר מענטשען צו מסכים זיין עס איז א מקום מסוכן איז דורך אופווייזען אז די מנהיג איז געווען מוערך ביי גדולי ישראל בעבר און אמאל אויך בהווה)
יישר כח
לעכטיגע וועלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
Location: Upstairs
x 234

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיגע וועלט »

אהא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 7:20 am @לעכטיגע וועלט
א גרויסער יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין ווי מען ארבעט בכח עינוי רוחני אפילו אן קיין שום עינוי פיזי

עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסען (אויב דו ווילסט ענטפערען) ווי זענען גדולי ישראל זיך מתייחס צו דעם מנהיג
איז מען עם מכבד ביי חתונות וכדו' אדער ער האט נישט קיין קשר מיט אנדערע קרייזען און אלע גדולי ישראל האלטען עם פאר א מסוכן

(כידוע אויך ביי שלמה און אויך אנדערע כמו קאלטס בזמנינו איינער פון די שווערע זאכען פאר מענטשען צו מסכים זיין עס איז א מקום מסוכן איז דורך אופווייזען אז די מנהיג איז געווען מוערך ביי גדולי ישראל בעבר און אמאל אויך בהווה)
יישר כח
ס'איז כמעט נישטא קיין גדול בישראל וואס איז דארט בכלל ארויפגעקוקט.. אלע זענען מנהיגי שקר און פון די ערב רב.. אלע מאמרים וואס חז''ל און צדיקים האבן געזאגט אויף די מנהיגים פונעם לעצטן דור איז דאך אמת, ניין? אנגעהויבן פון 'פני הדור כפני הכלב' און גענדיגט ביי די לעצטע תלמידי בעל שם (ווי צאנזע רב).

ממילא איז עכט נישט נוגע וואס גדולי הדור (ליין: ערב רב, רשעים, מנהיגי שקר, וכו' {עפ''ל}) זאגן.

און ווען ס'איז שוין יא דא א גרויסע גדול וואס זאגט עפעס, איז ממה נפשך, אויב זאגט ער א גוטע זאך אויף די פלאץ 'פארשטייט ער אביסל צום היינטיגן דור'.. אויב זאגט ער עפעס פארקערט, איז ער אליין פאר זיך זייער הייליג אבער 'ער פארשטייט נישט צום דור, ער ווייסט נישט וועלכע זאך די דור דארף הערן צו אנקומען צום אמת'.. און אויב טיילט ער זיך ממש אפ פון די פלאץ מוז זיין אז זיינע גבאים ארום האבן אים איינגערעדט שקרים וכזבים אויף דיע פלאץ און פארדעם איז ער אנטקעגן דיע פלאץ..

(נאכאמאל, דאס איז נאר ביי דעי איין צוויי גדולים וואס זענען נאך עפעס ווערט..)

און די 'אמת'דיגע' סיבה פארוואס גדולים האלטן נישט פון די פלאץ איז די זעלבע פארוואס מ'האט נישט געהאלטן פון מרדכי הצדיק און די חשמונאים און סאטמאר רב.. און דער בעל שם.. בלא בלא בלא.. {דא לאכט מען}
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

ים התלמוד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:30 pm
► Show Spoiler
די קנסות פאר תאוות אכילה, מלקות, און תענית דיבור איז דאס אלץ געוועהן אין ישיבה פאר די בחורים אדער איז דאס אויך געוועהן פאר אינגעלייט? ווער האט ארויסגעגעבן די פסק פאר די אלע זאכן? די משגיח, הנהלה, דער רבי? ווער?
האט איינער פון דרויסן שוין פראבירט עפעס צו טוהן צו ראטעווען?
@לעכטיגע וועלט קענסטו אפשר ענטפערן אויף דעם?
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

די ענטפער פון תמיר חן אויף די שאלה וואס איז די חילוק צווישן א חסידות און א קולט. גראדע קומט ער נישט צוריק מיט וואס א חסידות איז אנדערש, אבער למעשה באציהט ער זיך אויף דעיע שאלה. [די קעפלעך האב איך צוגעלייגט].
► Show Spoiler
צו די וואס ווילן נישט אז מ'זאל פארוואנדלן דעם אשכול פאר כלליות קולט, זאלן בעטן פון די מערכת צו עפענען א נייע אשכול פאר אפדעיטס... וואס טוט זיך אינערהאלב די פרשה פון לב טהור....
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

אן אינטרעסאנטע אפהאנדלונג איבער וויאזוי אוועקצושטעלן די לעגאלע הגדרה פון א קאלט, דורך הרה"ח ר' דוד גוטליב שליט"א פון ישיבת אור שמח, די פאטער פון הר"ר נחמיה גוטליב שליט"א מייסד פון TAG.
פיילס
IsThisACult.mp3
(10.23 MiB) דאונלאודעד 255 מאל
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

ממעמקים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
פיילס
Screenshot_20251112_111402_WhatsApp.jpg
Screenshot_20251112_111402_WhatsApp.jpg (344.77 KiB) געזען געווארן 933 מאל
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

.
פיילס
Screenshot_20251112_111411_WhatsApp.jpg
Screenshot_20251112_111411_WhatsApp.jpg (303.2 KiB) געזען געווארן 931 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמח »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pm
ממעמקים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
וועלכע אויסגאבע?
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pm
ממעמקים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
אז מען רעדט פון הצדיק יעקב רייזמאן דארף מען דערמאנט פאר אלעס וואס ער העלפט מיט מסירה נפש אלע יוצאים און מאנטיאל טאג און נעכט
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

אונז קענען אויכעט אלע ווערן עסקנים ביי העלפן חשוב'ע משפחות פון יוצאי ל"ט, זיך אוועקשטעלן אויף די פיס.

מ'רעט יעצט פון א פרוי אין אירע מיטילער יארן, וואס האט נישט קיין שום הכנסה.

אירע קינדער זענען שוין אלע אויכעט ארויס פון ל"ט און זיי טוהן וואס זיי קענען.

מיר אלע קענען רעדן, אבער לאמער האנט אלע מקיים זיין די משנה: אמור מעט ועשה הרבה.

ווער וויל זוכה זיין צו די זכות פון געבן א פרוי ווי צו וואוינען פאר א וואך צייט?

פאר א נישטיגע $350 קען מען דאס דעגרייכן.

יא ס'איז געלט, אבער וויפיהל מאל זעהן מיר סוף חודש אויפן סטעיטמענט, ווי מיר האבן פאר תכליוועט גרעסער סאמעס געלט ווי דעם?

וואס מ'געבט פאר יענעם, געבט מען בעיקר פאר זיך. וואס מגעבט פאר זעך אליין בלאבט נישט דערפון קיין סאך.

אבער העלפן יענער איז נצחיות און קיינער קען עס נישט צו נעמען.

https://toirem.org/31069
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
טרוימט
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 9:28 pm
x 114

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טרוימט »

נקודה למחשבה
וואס ברענגט א מענטש אנציקומען
און א קולט
צימאל איז עס פלעין ווען א מענטש גייט דורך שוועריקייטן און ער איז vulnerable
אבער זייער אסאך איז עס ווען מען זיכט צי שטייגען און מען כאפט נישט אדער מען איז אויפגעווקסען מיט א שטופ צי פאלטשע שאיפות

דער לעווערטאווער איז עס מסביר און צווי ווערטער
עס שטייט פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה אם אתה עושה כן און סאיז אשריך בעלום הזה דעמאלטס וטוב לך בעולם הבא

ווי לאנג עס איז נישט טוב לך זיי א פושטער איד נעם קעיר פון דיר טוה וואס עס שטייט און שלחון ערוך לערן דאווען דיין עבודה איז נישט צ׳י זייין א מלאך והא ראיה אז דער אייבישטער האט דיך באשאפען א מענטש נישט קיין מלאך
קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:32 pm
ממעמקים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:02 am איך האב באמערקט א ״לעכטיגע״ השגחה
עס האט זיך געעפנט א נייע לאקאציע פון די בארימטע ארגאנעזאציע ״ר׳ ישעי׳לעס קאך״ וואס שטעלט צו אז סזאל זיין עסן פריי פון אפצאל, כדאי א איד זאל נישט זיין חלילה הינגעריג
שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן וואס מען האט געשטעלט אלס מענעדשער, ד.ה. זיך פארנעמען די גאנצע טאג צו פארטיילן עסן און זעטיגן אידן איז אן איידעלער יוצא ל״ט!!
א מין ווינדערליכע זאך דעיס
ער קומט ארויס פון א פלאץ וואו מען האט אויסגעהינגערט די מענטשהייט
און גייט איין צו א פלאץ וואו ער איז זוכה צו אזא עבודת הקודש!!
איך באוואונדער דער קאראזש פון יוצאים וואס זענען קוים 18 יאר אלט, און האבן די קאראזש, צו ארויסגיין אויף די גאס טוהן ארבעט וואס מ'האנדלט מיט א ציבור.
בפרט ווען מ'איז געווען צו געוואוינט צו א לעבן פון גאר א קליינע עוילם, אדער בעסער געזאגט א גרויסע משפחה.

און יעצט האנדלט מען מיט א נייע מענטשן יעדן טאג.

דאס איז באמת צו באוואונדערן, און בעיקר לערנט דאס אז די אלע יוצאים זענען דא זיך אוועקשטעלן אויף די אייגינער פיס.

און זוכן נישט זיך צו באלעסטיגן אויף קיינער, און זענען גרייט צו טוהן וואס אימער אפילו שווערע ארבעט, וואס א סאך אנדערע פון אונז כאפן זיך בכלל נישט צו.

וואס יא, ווען בוז זיי שטעלן זיך אוועק קען געדוירען אביסל צייט.

מורי ורבותי, דאס איז א השקעה וואס בלייבט לדורות, פשוט זיי יעצט העלפן זיך אוועקשטעלן אויף די פיס.

אויב טרעפט איר אן א יוצא, העלפטס עהם בגוף, ובממון, במעש אויב ער וויל העלף עהם אויכעט בעצה.

ווייל מיט דעם שטעלט הייליגער אידישער דורות אויף די פוס.

דארך דעם וועסטו זוכה זיין אז ווען זיי געבן צירוק פאר כלל ישראל, בעזרת ה' זייערע כוחות און טאלאנטען, וועסטו האבן אין יענץ אויכעט א חלק.

שרייב פאוסט