► Show Spoiler
בס"ד
איך שרייב אין ספוילער, ווייל איך זעה אז ס'זענען דא וואס פארנעמען נישט מיין אריכות, אדער אנדערע סיבות, זיי קענען שוין קיין צום נעקסטן קנעפל, איך האלט זיי נישט אויף...
איך האב ארויפגעלייגט נעכטן א בריוו פון א שרייבער א יוצא פון א כת געשריבן צו אנדערע יוצאים. איך האב עס איבערגעזעצט און איבערגעארבעט פון די טמא'נע שפראך העברעאיש צו ריין אידיש, כ'האב אריינגעלייגט אפאר שעה ארבעט נאר לתועלת. מיין היתר איז געווען פונקט ווי אסאך ביכער וואס מ'לייענט ביי אונז איז במקורו געשריבן אין די טמא'נע שפראך און איבערגעזעצט אויף ריין אידיש און ס'איז אנגענומען ביי אונז אז ס'איז מותר צו לייענען ואין פוצה פה ומצפצף.
איך האב געקווענקלט אהער און אהין צו איך זאל ארויסשרייבן די נאמען פונעם שרייבער 'תמיר חן' ווייל איך ווייס נישט צו ער לייגט רבינו תם'ס תפילין יעדן טאג, מצד אחד איז דא מער א תועלת ווען מ'ווייסט אז ס'איז נישט געשריבן געווארן ספעציפיש פאר לב טהור, און כל שכן אז נישט איך אדער א סתם א מענטש האט עס געשריבן, נאר איינער וואס האט דאס געשפירט, און ווייסט וואס ער רעדט. מצד שני האב איך געקלערט אז אזוי ווי עס קען אפשר ארויסקומען א תועלת דערפון כדלקמן, איז אויב וועל איך שרייבן ווער דאס איז, אולי וועלן זיין אזעלכע וואס ברויכן צוקומען דערצו וואס וועלן זיך מונע זיין עס צו לייענען, און דאס איז ביי אונז אנגענומען אז ווען ס'קומט צו רפואת הנפש גייט מען צו אזעלכע וואס האבן געליינט ליידער העברעאישע ביכער דוק ותשכח.
ממילא האב איך נאר געלאזט דאס אז ער איז דער שרייבער פונעם בוך 'סגור' אזוי אז מ'זאל קענען וויסן.
פארוואס האב איך געטראכט אז ס'איז דא אין דעם א תועלת, ווייל ער אליין שרייבט אזוי, און ער ווייסט בעסער פון מיר.
איך האב עס דייקא ארויסגעלייגט נעכטן נאכדעם וואס ס'איז געווען א דעבאטע איבער קולט'ס און א נייע שרייבער האט גע'טענה'ט אז דר'עולם האט נישט ארויס וואס דאס מיינט, איז מיט'ן ליינען דעם בריוו קען מען זעהן עטוואס אז רוב ציבור האט באמת נישט ארויס קיין געליטענע.
עס איז באוואוסט די מאמר פונעם שפת אמת (על אבות): "אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו. כלומר ולמקום חבירך אי אפשר להגיע לעולם, כי לא כל דעות בני אדם שוות, ולכן אל תדון לחברך כלל".
די וועלט זאגט עס נאך אביסל שארפער: "אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו. ולמקומו לעולם לא תגיע".
פון תמיר'ס בריוו קען מען האבן א שטיקל השגה פון וואס מ'רעדט, איך האב שוין אסאך געלייענט פון לב טהור און פון קולט'ס אבער א קוואל פון טרערן האט זיך מיר דא געעפנט.
איך בין געווען גרייט אז די עסקנים וועלן הייסן עס אראפנעמען צוליב דעם וואס עס וועקט אויף די שווערע ביטערע געפיהלן, און עס קען גורם זיין ח"ו צוריקצופאלן, איך האב אבער געטראכט אז אויב תמיר חן זאגט אז ס'איז דא כאטש א משהו תועלת, לוינט זיך מיר מיין מיה און פלאג, אויך על צד הספק אז עס וועט אויסגעמעקט ווערן.
גם חשבתי אז ס'איז דא אסאך חילוקים צווישן אונזער פאל פון לב טהור, און די פעלער וואס עס ווערט ארויסגעברענגט אינעם בריוו, ווייל בעצם איז מען יעצט נישט ארויס פון א עקזיסטירנדע קולט, נאר עס איז צוזאמענגעפאלן אינגאנצן, ובפרט איז דא נאך א חילוק פון אנדערע כתות וויבאלד דער אמת'ע גרינדער פונעם קהלה איז מער נישט דא, עס איז געסוויטשט געווארן צו ממלאי מקום וואס האבן געטוישט די מהלכים, איז אפשר גייט נישט אן די אלע זאכן וואס תמיר שרייבט, און אזוי איז מסתבר וכמובן.
יעצט וואס וויל איך דא, איך וויל ארויפלייגן די ארגינעלע לשון פון דעם שרייבער, ווייל ס'איז נישט מעגליך צו איבערזעצן פונקטליך, איך האב נישט אלעס פונקטליך פארשטאנען, און אזוי ווי איך ווייס אז איך פארשטיי נישט פונקטליך די געפיהלן, איז דא א תועלת מיט די ארגינעלע לשון.
יעצט צו די אלע וואס זעען פאר וויכטיג מעורר צו זיין און מגלה זיין אז דער שרייבער האט געשריבן אין עברית. רבותי, איך בין א הייסער קנאי, איך ווייס אז עברית איז א טמא'נע שפראך, איך שריי אויך 'פוי' ביי די מחאות, אבער נאך אלץ איז דא אויסנאמען, ווי עס איז ידוע אז דער רבי זי"ע מסאטמאר האט בעיקר גע'אסר'ט באזהרות חמורות צו לערנען עברית דא אין אמעריקא ווייל ס'איז לשם מינות, ואכמ"ל. [ומותר גם על אידטיש שהוא סאטמאר געשטימט].
איך האב ביי מיר אויך איבערגעזעצט אויף אידיש א מאמר פון דעם תמיר, איך האב עס טאקע דערווייל נישט ארויפגעלייגט מחמת מורא פון די וואס שפירן פאר וויכטיג מודיע צו זיין אז תמיר האט געשריבן א בוך אין די טמא'נע שפראך. איך געב אוועק טייערע צייט ווייל איך מיין אז ס'איז א מצוה, מיין רחמנות אויף די געליטענע לאזט מיך נישט צורוה.
אגב, אויב איינער האלט אז עס קען מאכן ערגער ח"ו זאל מודיע זיין און מען וועט דאס אראפנעמען.
תמצית, לעת עתה איז די אידישע מיין בריוו און נישט תמיר'ס איך האב עס קונה געווען בשינוי... ס'איז כשר בתכלית הכשרות.
איך האב ארויסגעשריבן אויף די פי די עף אז ס'איז העברעאיש ווייל דאס איז נאר פאר איינער וואס שפירט אז ער ברויך עס.

- תמיר העברעאיש.pdf
- (412.55 KiB) דאונלאודעד 123 מאל