פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 7:13 pm
אין די אלטע צייטן האבן די קריסטן מער גע'רודפ'ט אידן ווי מוסלומענער, צוליב עטליכע אורזאכן. די הויפט סיבה דערצו איז פשוט וויבאלד קריסטנטום בשרשו איז באזירט מיט דער הנחה אז דער אויבערשטער האט - היל"ת - אוועקגעווארפן די אידן אלס זיין פאלק און זיי ערזעצט מיט די קריסטן. דאס מיינט אויך אז די פאקט אז אידן עקזיסטירן ביתר שאת ויתר עז און שרייען אז מיר זענען דעם אויבערשטנ'ס פאלק, טוט זיך דירעקט און שטענדיג פארמעסטן מיט די גרונט פרינציפן פון קריסטנטום. דער אידישער פענאמען איז אלץ געשטאנען אין וועג פון די קריסטן.
בנוסף לזה איז דער אותו האיש געווען א איד, וואס מאכט דעם קריסט תמיד דארפן דיעלן מיט די קשיא פון "אויב אזוי, איז דאך דער איד די זאך, נישט דו".
און דערצו קומט צו די פאקט אז די אידן האבן געזען אז דער אותו האיש זאל אומגעברענגט ווערן דורך דעם מלכות.
משא"כ די איסלאמישע גלויבן איז נישט באזירט קעגן אידישקייט. איסלאם באציט זיך צו דער אידישער תורה אלס א געטליכער בוך וואס איז פארדרייט געווארן מיט דער צייט דורך די אידן - עפ"ל, און אז זייער קוראן פארמאגט די ריכטיגע מעסעדזש וואס דער אויבערשטער האט געזוכט צו געבן פאר מענטשן.
עכ"פ, אנדערש ווי די קריסטן - וועלכע גלייבן יא אין דער אידישער תורה לכתחילה נאר האלטן אז דער אויבערשטער האט אפגעלאזט די אידן און זיך געוואנדן צום אותו האיש און זיינע נאכפאלגער - גלייבן די איסלאמישע בכלל נישט אין דער אידישער תורה ווערסיע. דאס ברענגט אז דער איד אז פיל קלענערע סתירה פאר'ן מוסלומענער ווי פאר'ן קריסט צו דארפן זיך ספראווען מיט. אין רעזולטאט איז די שנאה פון איסלאם צום איד געווען פילפאכיג קלענער ווי ביים קריסט. דאס איז אין צוגאב וואס לויט איסלאמישע פארשריפטן געניסן אידן (און קריסטן) פון צווייטע קלאס-בירגער רעכטן. משא"כ ביי די קריסטן פארמאגן אידן נישט אזא סטאטוס, וואס שטעלט זיי אויטאמאטיש אויס צו מער פארפאלגונגען, געוואנדן אין די גיסטע פון די פירער אונטער וועם זיי וואוינען.
---------------------
דאס איז אלעס אמת געווען אין די אלטע צייטן. וואס האט זיך געטוישט היינט איז צוויי זאכן, עקשועלי שתים שהן שלש: איינס מצד די קריסטן און צוויי מצד די אידן.
מצד די קריסטן: די קריסטליכע רעליגיע איז שטארק אפגעשוואכט געווארן מיט די יארן. די לענדער וואו קריסטנטום איז הויפטזעכליך געווען איינגעווארצלט, האבן די פרייהייט ווינטן פראגרעסיוויזם אנגעמאכט גרויסע חרבנות צו בלינדע גלויבן אין רעליגיע - וועלכע האט אנגעהויבן געזען ווערן אין די אויגן פון דעם נייעם דור ווי אלטמאדיש און פאנאטיש.
כתוצאה מזה האט די טיפע קריסטליכע פיינטשאפט צום קעגנערישן איד, אנגעהויבן אפגעשוואכט ווערן. ווי שוואכער די אמונה איז, אויטאמאטיש ווערט די שנאה צו דעם וואס פרעגט אפ די אמונה פארמינערט. אדרבה, אין די קריסטליכע לענדער האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג פון טאלעראנץ און ליבע צו יעדן און אלעמען, אלעס אין נאמען פון קריסטנטום.
מצד די אידן: 1, די ערשיינונג פון מדינת ישראל, די ציוניסטישע מדינה. דער אויפבוי פון א אידיש לאנד אין ארץ ישראל האט געשטעלט דעם איד אין דירעקטן קאמף קעגן איסלאם, וועלכע האט ביז דאן געהאט דאמינאנץ דארט, מיט ירושלים און דער אל-אקצא מעטשעט - פון איינע פון די שמייליגסטע ערטער לויט זייער רעליגיע - ביים שפיץ.
2, אידן אין אלגעמיין פילעווען היינט פיל ווייניגער אין יסודות האמונה, ווי מען האט געטון אמאל. אמאל איז אמונה געווען די שפיץ דיסקוסיע צווישן אידן. די יסודות האמונה זענען געווען אויסגעבויט און אויסגעקאכט, צו דורך חקירה, צו דורך קבלה, אונטערשטע שורה: דער נושא פון אמונת היהודית איז געווען דאמינירנד צווישן אידן, און אויטמאטיש זענען ערוועקט געווארן כסדר'דיגע ויכוחים צווישן די פארשידענע רעליגיעס, איבער ווער עס פארטרעט דעם אמת. היינט אבער איז אמונה נישט קיין גרויסע נושא. מיר זענען טאקע זייער הלכה'דיג אויסגעהאלטן און אלע גוטע זאכן, אבער אמונה איז נישט קיין מדובר, מען גלייבט און שוין. ווען איינער פון אן אנדערער רעליגיע וועט פרובירן צו טשאלענדזשן א איד היינט מיט אביסל טיפערע קשיות, וועלן רוב אידן היינט נישט קענען געהעריג ענטפערן.
אין רעזולטאט שפירט דער גוי פון אן אנדערער רעליגיע נישט קיין טריגער פון דעם איד, וויבאלד דער איד פרעגט אים נישט אפ. און ממילא האט ער אים נישט אזוי פיינט.
די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן עכט הייס, איז דער קאמף וואס אידן האבן אנגעהויבן פירן קעגן איסלאם, דאס האט ערוועקט א טיף באהאלטענע שנאה פון דעם מוסלומענער צום איד אין אלגעמיין. עסס האט טאקע נאר מיט מדינת ישראל, אבער צוליב די מדינה און דער קאמף וואס זי פירט קעגן איסלאמישע דאמינאנץ, איז ערוועקט געווארן א טיפע רעליגיעזע שנאה צום איד אין אלגעמיין. דער איסלאמיסט שפירט זיך באדראעט פון דעם איד.
אריבער צום קריסט. די קריסטן וועלכע זענען פארבליבן געטריי צו זייער אריגינעלער רעליגיע, האבן זיך געטראפן היינט אין א מצב וואו פראגרעסיוויזם און ליבעראליזם דאמינירט זייערע רייען און דראעט אינגאנצן צו פארווישן יעדן אנדענק פון קריסטנטום. צוליב דעם האבן זיי אנגעהויבן טייטלען מיט די פינגער אויפ'ן איד, באשולדיגנדיג אים אין שטיין אונטער די אלע לינקע און ליבעראלע פארדארבענע שטיק (וואס האט געוויסע אמת'ע אנעקדאטן צו זיך אויף וואס זיי קענען אנצייגן).
-----------------
האבן מיר דא צוויי קעגנזייטיגע שנאות אין אונזער ריכטונג: די קריסטן - וועלכע זענען אויף דעפענסיווע פאר זייער רעליגיע'ס עקזיסטענץ - זוכן אנצולייגן דעם שולד אויף די אידן אז זיי שטיצן און שטייען אונטער די וואוק אידעען לייגט חרוב די גאנצע קריסטליכע פעסטונג. דאן זענען דא די מוסלומענער - וועלכע זענען ווי דעם בער וועם דער איד האט ארויסגערופן פון וואלד און גייט אויף דער אפענסיווע - וועלכע זוכן צו צערייסן דעם איד.
די קריסטן קעמפן א פארלוירענעם קריג. זיי וועלן שוין זייער רעליגיע'ס מצב נישט שוין מצליח זיין ראטעווען. די מערב וועלט איז שוין צו פארדארבן און חרוב פון אינעווייניג, אז אפילו דאס ביסל שטיצע וואס זיי האבן, איז ווי א קול קורא במדבר. זייער ווייטאג איז בעיקר געצילט קעגן פארדארבנקייט, נאר זיי האבן גענומען דעם איד אלס א שעיר לעזאזל וועם זיי באשולדיגן אין דעם אלעם.
די מוסלומענער, ווידעראום, זענען אין זייער פריים. זיי זענען אין דעם העכסטן פלאץ וואו זיי האבן זיך סיי ווען געפונען. זיי פארשפרייטן זייער השפעה אלץ מער און מער איבער דער וועלט. זיי זענען די געווינער אין דעם יעצטיגן קאמף. אזוי אויך איז זייער קאמף דירעקט געצילט קעגן דעם איד: דער איד האט אים אויפגערעגט, און נישט אז זיי באשולדיגן דעם איד אין עפעס א דריטע צרה וואס יענץ באדערט זיי בעיקר. דער איד איז וואס שטערט זיי.
------------
און דערפאר, מיינע פריינט, זענען די מוסלומענער אנטיסעמיטן אסאך מער געפארפול פאר אידן, ווי די רעכטע קריסטן. איי דער מוסלומענער רעדט צו מיר שענער, און ער זאגט מיר אז ער מיינט נאר מדינת ישראל, נישט מיר. גלייב אים נישט, ער איז א ליגנער. יעצט שפילט ער אזוי דעם שפיל, אבער יבא יומו ווען ער וועט זיך שוין שפירן גענוג שטארק און ער וועט אויפדעקן זיין אמת'ן פרצוף. דער קריסט, פון דער אנדערער זייט, וויל בעיקר באקעמפן ליבעראליזם, נו אז דער איד וועט זיך שטעלן אויף זיין זייט בנושא מיט'ן גאנצן קלארקייט און שטארקייט און ארויסווייזן פאראכטונג צו די אטעאיסטישע און פארדארבענע קולטור, וועט ער זייער מעגליך בארואיגט ווערן, ספעציעל ווען ער איז אן 'אנדערדאג' אין דעם קאמף.
דער איסלאמיסט אבער, מיט זיין פונדאמענטאלע שנאה קעגן דעם איד, אין א וועלט וואו ער שפאנט זיגרייך אויסצושפרייטן זיין השפעה איבעראל, קענסטו גארנישט טון מיט אים. די איסלאמישע וועלט איז להשמיד קעגן דעם איד. נישט לאנג צוריק האט עמיצער מיר געשיקט א רעקארדירונג פון עפעס אן איסלאמיסטישן באאיינפלוסער (פון דא אין אמעריקע מיין איך, נישט זיכער), ווי ער לאכט אפ פון די נטורי קרתא, זאגנדיג: "גוט, זאלן זיי מיינען אז זיי האבן אונז געווינען מיט זייערע אויפקלערונגען אז זיי זענען נישט קיין חלק פון מדינת ישראל. עס לוינט פאר אונז צו עקטן ווי מיר זענען איבערצייגט געווארן פון זיי, ס'איז בעסער פאר אונז אזוי".