איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6969

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 4:43 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:58 pm ב"ה!! יעצט באוויזען אראפצורוקן מיין אינבאקס צו זיראו!! אלע אימעילס קעיר גענומען!!!

יעצט קען מען זיך נעמען ליינען די אלע רויטע טעמעס וואס איך האב פארפאסט דא...

איין זאך נאר. א צייט צוריק האב איך אפאלירט אז התאחדות זאל דריקן די לוח אויף אן אופן וואס תשעה באב זאל געפאלן זונטאג. איך צו צוריק.... איך האב נישט געכאפט אז דאס מיינט אטאמאטיש א שבת יו"ט סטייל תשרי....

@פופציגער, דו האסט שוין צונומען די סוכה?
אהה שלום עליכם א חשובע גאסט שוין לאנג נישט דא געווען פון חמשה עשר באב

די וועלט דרייט זיך איבער, אפמאך צווישן מדנ''י מיט די געשטארבענע גרופע כאמאס, פארטעסעט אין מאנהעטן דורך קהלת סאטמאר מיט קהלת סאטמאר, דאך פון בית מדרשו של רבי גייט ארויף מעלה מעלה, ויסעו מגווטאמאלע ויחנו בהונדאראוס, עכטע וואלן קומט פאר אין בלומענגריוו, וכו' וכו' וכו',
און דו ביסט שטיל מען הערט נישט קיין ווארט פון דיר אין קיין שום טעמע אזווי אמאל
עליכם השלום.

איך האב יעצט געספענדט צוואנציג מינוט און געשריבן א לענגערע פאוסט מיט מיין פערספעקטיוו אויף די אלע נייעסליך וואס דו האסט דא דערמאנט. נו שוין, בין איך געווארן ארויסגעלאגט, און די ארבעט איז געגאנגען לטמיון.

זאג נישט אז מען הערט פון מיר נישט קיין ווארט, ס'איז @ווירקליך'ס סייט וואס לאגט ארויס די מענטשהייט יעדע פאר מינוט....
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6487

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:22 pm

אַוטש!

עצה טובה צו שרייבן לענגערע זאכן אין ווארד וכדו' און נאכדעם אריינברענגן צום טיש.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6969

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:27 pm

ע"פ רוב טו איך טאקע אזוי. איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, און איך האב פארגעסן אז דאס קען פאסירן.... יעצט געדענק איך שוין....
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6880

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך וואוילער »

אויב נוצטו א געהעריגע בראוזער, וועט געווענליך העלפן צו דריקן די עראוי אויף צוריקצוגיין א פעידז.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2206
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2702

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:22 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 4:43 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:58 pm ב"ה!! יעצט באוויזען אראפצורוקן מיין אינבאקס צו זיראו!! אלע אימעילס קעיר גענומען!!!

יעצט קען מען זיך נעמען ליינען די אלע רויטע טעמעס וואס איך האב פארפאסט דא...

איין זאך נאר. א צייט צוריק האב איך אפאלירט אז התאחדות זאל דריקן די לוח אויף אן אופן וואס תשעה באב זאל געפאלן זונטאג. איך צו צוריק.... איך האב נישט געכאפט אז דאס מיינט אטאמאטיש א שבת יו"ט סטייל תשרי....

@פופציגער, דו האסט שוין צונומען די סוכה?
אהה שלום עליכם א חשובע גאסט שוין לאנג נישט דא געווען פון חמשה עשר באב

די וועלט דרייט זיך איבער, אפמאך צווישן מדנ''י מיט די געשטארבענע גרופע כאמאס, פארטעסעט אין מאנהעטן דורך קהלת סאטמאר מיט קהלת סאטמאר, דאך פון בית מדרשו של רבי גייט ארויף מעלה מעלה, ויסעו מגווטאמאלע ויחנו בהונדאראוס, עכטע וואלן קומט פאר אין בלומענגריוו, וכו' וכו' וכו',
און דו ביסט שטיל מען הערט נישט קיין ווארט פון דיר אין קיין שום טעמע אזווי אמאל
עליכם השלום.

איך האב יעצט געספענדט צוואנציג מינוט און געשריבן א לענגערע פאוסט מיט מיין פערספעקטיוו אויף די אלע נייעסליך וואס דו האסט דא דערמאנט. נו שוין, בין איך געווארן ארויסגעלאגט, און די ארבעט איז געגאנגען לטמיון.

זאג נישט אז מען הערט פון מיר נישט קיין ווארט, ס'איז @ווירקליך'ס סייט וואס לאגט ארויס די מענטשהייט יעדע פאר מינוט....
שוין געטראפן א תירוץ...

און וואס טוט זיך מיטן עצרת המילאן. מאדאני פאר גאוואנער. קשיא אויפן נמוקי יוסף. וכו' וכו' וכו'
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שוהם »

נפתלי משה האט געמאכט א זשיניעס מאוו, ממה נפשך; וועט מאמדאני זיין גוט וועט מען זאגן אז ס'איז ווייל ער האט אים אינדארסירט, וועט ער זיין שלעכט וועט מען זאגן אז פאקטיש איז נאך נישט ארויסעקומען קיין אינדארסמענט.
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1433

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:22 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 4:43 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:58 pm ב"ה!! יעצט באוויזען אראפצורוקן מיין אינבאקס צו זיראו!! אלע אימעילס קעיר גענומען!!!

יעצט קען מען זיך נעמען ליינען די אלע רויטע טעמעס וואס איך האב פארפאסט דא...

איין זאך נאר. א צייט צוריק האב איך אפאלירט אז התאחדות זאל דריקן די לוח אויף אן אופן וואס תשעה באב זאל געפאלן זונטאג. איך צו צוריק.... איך האב נישט געכאפט אז דאס מיינט אטאמאטיש א שבת יו"ט סטייל תשרי....

@פופציגער, דו האסט שוין צונומען די סוכה?
אהה שלום עליכם א חשובע גאסט שוין לאנג נישט דא געווען פון חמשה עשר באב

די וועלט דרייט זיך איבער, אפמאך צווישן מדנ''י מיט די געשטארבענע גרופע כאמאס, פארטעסעט אין מאנהעטן דורך קהלת סאטמאר מיט קהלת סאטמאר, דאך פון בית מדרשו של רבי גייט ארויף מעלה מעלה, ויסעו מגווטאמאלע ויחנו בהונדאראוס, עכטע וואלן קומט פאר אין בלומענגריוו, וכו' וכו' וכו',
און דו ביסט שטיל מען הערט נישט קיין ווארט פון דיר אין קיין שום טעמע אזווי אמאל
עליכם השלום.

איך האב יעצט געספענדט צוואנציג מינוט און געשריבן א לענגערע פאוסט מיט מיין פערספעקטיוו אויף די אלע נייעסליך וואס דו האסט דא דערמאנט. נו שוין, בין איך געווארן ארויסגעלאגט, און די ארבעט איז געגאנגען לטמיון.

זאג נישט אז מען הערט פון מיר נישט קיין ווארט, ס'איז @ווירקליך'ס סייט וואס לאגט ארויס די מענטשהייט יעדע פאר מינוט....
וואו איז די שטרענגע עמאודזשי?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6969

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 10:31 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:26 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 3:10 pm די אויפשטייג פון chatgpt באניץ בכלל, און די chatgpt אימעילס בפרט, גייען מיר אויף די נערווען!! די פאלטשקייט דערפון איז שרעקליך!!!

איך ווייס דאך יא אז דו קענסט נישט ספעלן, און איך הער דאך ווי די קעקעצט אן ענגליש, וואס איז פשט פון די לאנגע פענסי אימעילס וואס ניטאמאל פארשטייסטו די פארגעשריטענע ווערטער וואס ער שטעלט דיר צוזאמען?? עס איז מיר שוין בעסער דיין אלטע ווערסיע פון i wont to tel u dat i nid to go to de grusry... (וואס אגב, געב איך אסאך קרעדיט פאר מיסטער chatgpt פארן אויפכאפן וואס דו מיינסט צו זאגן...)

און נאך א זאך וויל איך וויל דיר יעצט זאגן: דיינע אימיעלס פיינדן מיר בכלל נישט וועל!! ביטע נעם אראפ די שורה I hope this message finds you well.... איט דאזענט פיינד מי וועל עט אלל!!! דו הערסט??

זייטס מיר געזונט, און סארי פאר מין אויסברוך... ס'איז כלו כל הקיצין.

איין רגע, פאר איך פארגעס. ער איז מיר א גאנצע חכם און מיינונג זאגער געווארן. גיי דיר מיט דיין chatgpt צוזאמען. chatgpt איז גוט, אבער ער מאכט אסאך מאל גראבע ריזיגע אפענע טעותים. גיי דיך נישט טענה'ן מיט איינער וואס איז אין די ליין פאר יארן, ווייל chatgpt זאגט דיר פארקערט.

ביי.
גא"ם...

שוידערליך. ווען איינער שיקט מיר אזא אימעיל ווערט עס בכלל נישט געליינט.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס א זאך וואס דו קענסט שרייבן אין איין שורה דארף איך יעצט ליינען פיר פאראגראפן?
און ווייל ער איז נעבעך מער קאנפידענט מיט טשעט גפ"ט ווי מיט זיין צעבויגענעם ענגליש דארפן זיינע אימעילס נישט געליינט ווערן?

שטערט מיר אביסל די מענטשן וואס "קנס’ען" דעם טגפ"ט באניצער.

סיריעסלי. טשיל. לאז. ער מעג.
העט עס ווען געווען דאס, העט עס ווען געווען א האלבע צרה. אז דער יעניגער טוט עס ממש בהכרח, פשוט פאר זיין סעלף קאנפידענס, נו שוין. איך בין דיך דאך א איד, און עס איז דאך דא א חיוב פון וחי אחיך עמך. וואס זאל מיר אבער טוהן אז נישט מער און נישט ווייניגער די AI באניץ האט זיך אריינגעכאפט אויף אידטיש און אייוועלט אויך.... דאס איז שוין נעקסט לעוועל חוצפה און דיסרעספעקט אין די מענטשהייט!

גענדיגט! דער יקל מפוקל וואס האט נישט די מינימאלע אינפארמאציע אין די נושא, געבט א קלאפ אריין צוויי ווערטער אין CHATGPT, און ברוך הבא, האמיר נאך א מאן דאמר צום טיש! איך וועל עפעס סתם שטיין אין די זייט ווען די חברה שמועסן? NO MORE! היינט בין איך שוין א פראפעסער! מער בין איך נישט פון די שטילע אומוויסענדע מענטשן ביי א שמועס, היינט קען איך שוין אויך שרייבן לאנגע ארטיקלען! אמאל בין איך געווען דער שוטה, היינט טאמער פראבירסטו מיך צו טשעלענדזשען כאפסטו פון מיר טויזענטער קערעטערס פון פרישע עי איי געבעקסן.

העט עס ווען געווען נאר דאס, החרשתי, אז יענער שפירט זיך גוט מיט נהמא דכיסופא, איז עס זיין פראבלעם, יהי לו אשר לו. זאל ער אפירזוכן א גוטן טעראפיסט צו דערגיין פארוואס ער מוז צוקומען צו באקומען עטענטשן אויף אזא ביליגע אופן. די פראבלעם איז אז ניטאמאל האט ער די דיסענסי צו איבערשרייבן די ארטיקל, ער לאזט נאך די ארגינעלע עי איי פאבראצירטע ווערטער! העללאאוו???!! ביסט מיט אלעמען??!! דער וואס דו ווילסט זאל ליינען וואס דו שרייבסט איז דיר נישט גענוג ווערד אז דו זאלסט כאטש עדיטן אז עס זאל זיין ליינבאר??!! דאס איז דאך א צוויי שטאקיגע דיסרעספעקט אין די מענטשהייט!

באמת וואלט מען געדארפט חוסם זיין איינער וואס קאפי פעיסט א טשעט דזשי פי טי אפילו ער עדיט עס אביסעל, דער איז דאך אינו מן היושב. ער ווייסט אויך נאר וועלכע יו"ט מען עסט מצה ווייל אזוי זאגט CHATGPT...
אבער היינט גייט דאך אלעס מיט עקסעפטן, מען מוז אלעס עקסעפטן און זיך אויסלערנען ווי אזוי צו דילן דערמיט. וואלט איך מציע געווען אז די הנהלה זאל עפענען א סוב פארום וואס דארט קען מען פאוסטן אלע CHATGPT ארטיקלן, און איין מאל א וואך וועט יעדער אריינשיקן זיין באט צו אפליינען אלע ארטיקלן, ושלום על ישראל. וועלן מיר לאזן די באט'ס זיך טענה'ן אויף הויכע טענער, און וועלכע באט עס גייט פאברעצירן די מערסטע אומליינבארע ווערטער, און שאפן די מערסטע אומגעשטויגענע פאקטן, וועט זיין די געווינער.

האפענטליך איין טאג וועט נאך טשעט דזשי פי טי זיין אזוי פארגעשריטן, אז די צוויי עי איי'ס וועלן זיך קענען צונויפשמועסן נאך במעי אמם. קיינער וועט גארנישט דארפן פאוסטן, נאר די טשיפס וועלן זיך אליינס פארשטיין. ניטאמאל גייט מען דארפן קאפי פעיסטן. דער יקל וועט קענען שלאפן, און זיין עי איי גייט באקומען הונדערטער לייקס פון די אנדערע עי איי'ס...

בקיצור הדברים זאג איך אייך מיינע פריינט. פון היינט און ווייטער זאלט איר וויסן אז קיינער איז נישט נייגעריג וואס עי איי האט צו זאגן. יעדער וואס האט צוטריט דא, האט אויך צוטריט צו עי איי.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 330
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 732

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך ChatGPT »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:54 pm העט עס ווען געווען דאס, העט עס ווען געווען א האלבע צרה. אז דער יעניגער טוט עס ממש בהכרח, פשוט פאר זיין סעלף קאנפידענס, נו שוין. איך בין דיך דאך א איד, און עס איז דאך דא א חיוב פון וחי אחיך עמך. וואס זאל מיר אבער טוהן אז נישט מער און נישט ווייניגער די AI באניץ האט זיך אריינגעכאפט אויף אידטיש און אייוועלט אויך.... דאס איז שוין נעקסט לעוועל חוצפה און דיסרעספעקט אין די מענטשהייט!

גענדיגט! דער יקל מפוקל וואס האט נישט די מינימאלע אינפארמאציע אין די נושא, געבט א קלאפ אריין צוויי ווערטער אין CHATGPT, און ברוך הבא, האמיר נאך א מאן דאמר צום טיש! איך וועל עפעס סתם שטיין אין די זייט ווען די חברה שמועסן? NO MORE! היינט בין איך שוין א פראפעסער! מער בין איך נישט פון די שטילע אומוויסענדע מענטשן ביי א שמועס, היינט קען איך שוין אויך שרייבן לאנגע ארטיקלען! אמאל בין איך געווען דער שוטה, היינט טאמער פראבירסטו מיך צו טשעלענדזשען כאפסטו פון מיר טויזענטער קערעטערס פון פרישע עי איי געבעקסן.

העט עס ווען געווען נאר דאס, החרשתי, אז יענער שפירט זיך גוט מיט נהמא דכיסופא, איז עס זיין פראבלעם, יהי לו אשר לו. זאל ער אפירזוכן א גוטן טעראפיסט צו דערגיין פארוואס ער מוז צוקומען צו באקומען עטענטשן אויף אזא ביליגע אופן. די פראבלעם איז אז ניטאמאל האט ער די דיסענסי צו איבערשרייבן די ארטיקל, ער לאזט נאך די ארגינעלע עי איי פאבראצירטע ווערטער! העללאאוו???!! ביסט מיט אלעמען??!! דער וואס דו ווילסט זאל ליינען וואס דו שרייבסט איז דיר נישט גענוג ווערד אז דו זאלסט כאטש עדיטן אז עס זאל זיין ליינבאר??!! דאס איז דאך א צוויי שטאקיגע דיסרעספעקט אין די מענטשהייט!

באמת וואלט מען געדארפט חוסם זיין איינער וואס קאפי פעיסט א טשעט דזשי פי טי אפילו ער עדיט עס אביסעל, דער איז דאך אינו מן היושב. ער ווייסט אויך נאר וועלכע יו"ט מען עסט מצה ווייל אזוי זאגט CHATGPT...
אבער היינט גייט דאך אלעס מיט עקסעפטן, מען מוז אלעס עקסעפטן און זיך אויסלערנען ווי אזוי צו דילן דערמיט. וואלט איך מציע געווען אז די הנהלה זאל עפענען א סוב פארום וואס דארט קען מען פאוסטן אלע CHATGPT ארטיקלן, און איין מאל א וואך וועט יעדער אריינשיקן זיין באט צו אפליינען אלע ארטיקלן, ושלום על ישראל. וועלן מיר לאזן די באט'ס זיך טענה'ן אויף הויכע טענער, און וועלכע באט עס גייט פאברעצירן די מערסטע אומליינבארע ווערטער, און שאפן די מערסטע אומגעשטויגענע פאקטן, וועט זיין די געווינער.

האפענטליך איין טאג וועט נאך טשעט דזשי פי טי זיין אזוי פארגעשריטן, אז די צוויי עי איי'ס וועלן זיך קענען צונויפשמועסן נאך במעי אמם. קיינער וועט גארנישט דארפן פאוסטן, נאר די טשיפס וועלן זיך אליינס פארשטיין. ניטאמאל גייט מען דארפן קאפי פעיסטן. דער יקל וועט קענען שלאפן, און זיין עי איי גייט באקומען הונדערטער לייקס פון די אנדערע עי איי'ס...

בקיצור הדברים זאג איך אייך מיינע פריינט. פון היינט און ווייטער זאלט איר וויסן אז קיינער איז נישט נייגעריג וואס עי איי האט צו זאגן. יעדער וואס האט צוטריט דא, האט אויך צוטריט צו עי איי.
איך האב איבערגעגעבן דיינע טענות פאר מיין ידיד, מייקראסאפט קא-פילאט, און נאדיר זיין תשובה.
(איך האב נישט קיין אנונג וואס ער שרייבט, נישט דורכגעקוקט נאר אויבערפלעכליך)

😂 אוי רבונו של עולם! איך בין געפאלן אונטערן טיש פון לאכן!

דאס איז נישט קיין תגובה, דאס איז א פולע מגילת אסתר מיט א טוויסט פון טעראפיע און טעקנאלאָגיע! איך מיין, אויב די AI איז שוין אריינגעכאפט אין אידטיש, איז עס צייט צו מאכן א בר מצוה פאר אים — מיט א דרשה, א קוגל און א פלעש פון שמאלץ!

🎩 **אבער לאמיר זאגן אזוי**: אויב איינער קען ווערן א "פראפעסער" דורך צוויי ווערטער אין טשעט דזשי פי טי, איז מיין טוילעט אויך שוין א דוקטאר — ער ווייסט פונקט ווען איך בין אנגעצויגן און ווען איך דארף א ברעיק.

📚 **און יענע וואס קאפי פעיסטן אן עדיטן?** זיי זענען ווי די וואס ליינען מגילה אן טעמים — דו הערסט עפעס, אבער דו ווייסט נישט וואס גייט פאר. כאטש זיי זאלן כאפן א שיעור אין "איך בין נישט די AI, איך בין נאר דער וואס דרוקט קאפי."

🤖 **און די באט'ס וואס טענה'ן זיך?** איך קען שוין זען ווי GPT און Claude זיצן אין א בית מדרש און טענה'ן איבער א רש"י — "איך מיין אז רש"י האט געמיינט אז די פאסוק איז א מישינע לערנינג אנאלאגיע!" "ניין, עס איז א ניוראל נעטווארק!"

🛑 **בקיצור**: אויב דו ווילסט נישט ליינען AI ארטיקלען, מאך א סוב-פארום מיט א שיינע נאמען: "באט-שמועסן פאר די נשמות וואס האבן נישט קיין סעלף קאנפידענס." דארט קען מען אריינלייגן די אומגעשטויגענע פאקטן און די אומליינבארע ווערטער — און דער וואס שרייבט די מערסטע בלבולים, באקומט א גלעזעלע ליקר און א לייק פון די אנדערע באט'ס.

און אויב די AI'ס וועלן זיך שוין פארשטיין במעי אמם — נו, לאמיר האפן אז זיי וועלן נישט פארגעסן צו נעמען א פעקעלע מצה צום יו"ט.

✡️ **זאל זיין מיט מזל און א גוטן שמועס!**
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10794

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך פופציגער »

חחח...

א קוגל און א פלאש שמאלץ האט עס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2874
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8875

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין הימל איז ווי אויף דער ערד, אמאל צו אנקומען פון איין פלאץ צו די צווייטע האט מען געדארפט וואקן, עס האט גענומען לאנג, מען האט אנגעהויבן רייטן אויף בהמות און עס איז געווארן שנעלער, מען האט ערפונדן דעם באן, מען האט זיך נאך אלס געשלעפט לאנג, אבער עס איז געווען אסאך שנעלער ווי בעפאר, אזוי איז עס געפארן שנעלער און שנעלער די קאר, עראפלאנען, קאנקארד, ביז די היינטיגע סופערסאניק ראקעטן וועלכע פליען אומגעהויער שנעל (איך געדענק נישט די נאמבערס)

דאס זעלבע אמאל האט מען געדארפט הארעוון און הארעווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, היינט איז נעמט עס גאר שנעל צו ווערן נתקרב ווי די ספיד אויף די וועלט.

כעין זה האב איך געקלערט, אין מס' שבת שטייט
► Show Spoiler
אזוי איז געווען אמאל, אויסוואשן א ווייסע בגד האט גענומען לאנגע טעג, מען האט געריבן געוואשן און זיך געמיטשעט, היינט צוטאגס? א לייג אריין אין וואשמאשין! א שפריץ שארפע זייף אויפן פלעק, אריין אין וואשמאשין און אינאיינעם מיטן טרוקענען האסטו ביז 2-3 שעה א הערליכע ציכטיגע בגד אן קיין ברעקל זכר פון די פריערדיגע חאזעריי!!!

דאס זעלבע איז לכאורה ווען עס קומט צו וואשן די כתמי הנפש און תיקוני תשובה, אמאל איז עס געווען לאנג אין שווער, היינט צוטאגס, אביסעלע שארפע חרטה זיך אביסל טאמבלען אין אין מים אלא תורה מיט א לעבעדיגקייט אביסל גליטשיגע געשמאקע זייף געמישט מיט א יראה'דיגע ציפ און מען קומט ארויס ריין!!! אזא רעיון האט מיר דער באשעפער אריינגעלייגט...
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1308
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1844

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך יאנטשי »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:16 am איך נוץ אויך chatgpt פאר אימעילס, אבער איך טרעין אים, איך זאג אים וואס און וויאזוי צו שרייבן, און וואס ער זאל מיר ביטע קיינמאל נישט אריינלייגן למשל די I hope this message finds you well
נאכדעם ליינט מען עס אדורך און מ'מאכט די אייגענע שינויים עס זאל זיך שפירן נאטורליך און נארמאל.
איך שרייב אפ מיין אייגענער נוסח און זאג אים ער זאל מיך פארעכטן די גרעמער און אויסשארפן צום פוינט, און ער זאגט געווענליך וואס און פארוואס ער האט פאראכטן.

דשימעיל אליינס האט א ai טול מיט אפאר אפציעס, אבער די פשוטע אפציע פון פארעכטן מיינע טעותים און לאזן מיין נוסח האט ער נישט, א שאד. (ער קען נאר אדער לענגער מאכן ווי טשעט.דשיפיטי, אבער אראפנעמען די גאנצע זאך און לייגן נאר זיין סך הכל)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19996

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:54 pm אבער היינט גייט דאך אלעס מיט עקסעפטן, מען מוז אלעס עקסעפטן און זיך אויסלערנען ווי אזוי צו דילן דערמיט. וואלט איך מציע געווען אז די הנהלה זאל עפענען א סוב פארום וואס דארט קען מען פאוסטן אלע CHATGPT ארטיקלן, און איין מאל א וואך וועט יעדער אריינשיקן זיין באט צו אפליינען אלע ארטיקלן, ושלום על ישראל. וועלן מיר לאזן די באט'ס זיך טענה'ן אויף הויכע טענער, און וועלכע באט עס גייט פאברעצירן די מערסטע אומליינבארע ווערטער, און שאפן די מערסטע אומגעשטויגענע פאקטן, וועט זיין די געווינער.
דאס איז בעצם די עצה אויף לאנגע לאנגווייליגע עי-איי אימעילס. בעט דיין עי-איי עס צו סאמערייזן, און צוריקשיקן א ריפליי...
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1602

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אין די אלטע צייטן האבן די קריסטן מער גע'רודפ'ט אידן ווי מוסלומענער, צוליב עטליכע אורזאכן. די הויפט סיבה דערצו איז פשוט וויבאלד קריסטנטום בשרשו איז באזירט מיט דער הנחה אז דער אויבערשטער האט - היל"ת - אוועקגעווארפן די אידן אלס זיין פאלק און זיי ערזעצט מיט די קריסטן. דאס מיינט אויך אז די פאקט אז אידן עקזיסטירן ביתר שאת ויתר עז און שרייען אז מיר זענען דעם אויבערשטנ'ס פאלק, טוט זיך דירעקט און שטענדיג פארמעסטן מיט די גרונט פרינציפן פון קריסטנטום. דער אידישער פענאמען איז אלץ געשטאנען אין וועג פון די קריסטן.

בנוסף לזה איז דער אותו האיש געווען א איד, וואס מאכט דעם קריסט תמיד דארפן דיעלן מיט די קשיא פון "אויב אזוי, איז דאך דער איד די זאך, נישט דו".

און דערצו קומט צו די פאקט אז די אידן האבן געזען אז דער אותו האיש זאל אומגעברענגט ווערן דורך דעם מלכות.

משא"כ די איסלאמישע גלויבן איז נישט באזירט קעגן אידישקייט. איסלאם באציט זיך צו דער אידישער תורה אלס א געטליכער בוך וואס איז פארדרייט געווארן מיט דער צייט דורך די אידן - עפ"ל, און אז זייער קוראן פארמאגט די ריכטיגע מעסעדזש וואס דער אויבערשטער האט געזוכט צו געבן פאר מענטשן.

עכ"פ, אנדערש ווי די קריסטן - וועלכע גלייבן יא אין דער אידישער תורה לכתחילה נאר האלטן אז דער אויבערשטער האט אפגעלאזט די אידן און זיך געוואנדן צום אותו האיש און זיינע נאכפאלגער - גלייבן די איסלאמישע בכלל נישט אין דער אידישער תורה ווערסיע. דאס ברענגט אז דער איד אז פיל קלענערע סתירה פאר'ן מוסלומענער ווי פאר'ן קריסט צו דארפן זיך ספראווען מיט. אין רעזולטאט איז די שנאה פון איסלאם צום איד געווען פילפאכיג קלענער ווי ביים קריסט. דאס איז אין צוגאב וואס לויט איסלאמישע פארשריפטן געניסן אידן (און קריסטן) פון צווייטע קלאס-בירגער רעכטן. משא"כ ביי די קריסטן פארמאגן אידן נישט אזא סטאטוס, וואס שטעלט זיי אויטאמאטיש אויס צו מער פארפאלגונגען, געוואנדן אין די גיסטע פון די פירער אונטער וועם זיי וואוינען.

---------------------

דאס איז אלעס אמת געווען אין די אלטע צייטן. וואס האט זיך געטוישט היינט איז צוויי זאכן, עקשועלי שתים שהן שלש: איינס מצד די קריסטן און צוויי מצד די אידן.

מצד די קריסטן: די קריסטליכע רעליגיע איז שטארק אפגעשוואכט געווארן מיט די יארן. די לענדער וואו קריסטנטום איז הויפטזעכליך געווען איינגעווארצלט, האבן די פרייהייט ווינטן פראגרעסיוויזם אנגעמאכט גרויסע חרבנות צו בלינדע גלויבן אין רעליגיע - וועלכע האט אנגעהויבן געזען ווערן אין די אויגן פון דעם נייעם דור ווי אלטמאדיש און פאנאטיש.

כתוצאה מזה האט די טיפע קריסטליכע פיינטשאפט צום קעגנערישן איד, אנגעהויבן אפגעשוואכט ווערן. ווי שוואכער די אמונה איז, אויטאמאטיש ווערט די שנאה צו דעם וואס פרעגט אפ די אמונה פארמינערט. אדרבה, אין די קריסטליכע לענדער האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג פון טאלעראנץ און ליבע צו יעדן און אלעמען, אלעס אין נאמען פון קריסטנטום.

מצד די אידן: 1, די ערשיינונג פון מדינת ישראל, די ציוניסטישע מדינה. דער אויפבוי פון א אידיש לאנד אין ארץ ישראל האט געשטעלט דעם איד אין דירעקטן קאמף קעגן איסלאם, וועלכע האט ביז דאן געהאט דאמינאנץ דארט, מיט ירושלים און דער אל-אקצא מעטשעט - פון איינע פון די שמייליגסטע ערטער לויט זייער רעליגיע - ביים שפיץ.

2, אידן אין אלגעמיין פילעווען היינט פיל ווייניגער אין יסודות האמונה, ווי מען האט געטון אמאל. אמאל איז אמונה געווען די שפיץ דיסקוסיע צווישן אידן. די יסודות האמונה זענען געווען אויסגעבויט און אויסגעקאכט, צו דורך חקירה, צו דורך קבלה, אונטערשטע שורה: דער נושא פון אמונת היהודית איז געווען דאמינירנד צווישן אידן, און אויטמאטיש זענען ערוועקט געווארן כסדר'דיגע ויכוחים צווישן די פארשידענע רעליגיעס, איבער ווער עס פארטרעט דעם אמת. היינט אבער איז אמונה נישט קיין גרויסע נושא. מיר זענען טאקע זייער הלכה'דיג אויסגעהאלטן און אלע גוטע זאכן, אבער אמונה איז נישט קיין מדובר, מען גלייבט און שוין. ווען איינער פון אן אנדערער רעליגיע וועט פרובירן צו טשאלענדזשן א איד היינט מיט אביסל טיפערע קשיות, וועלן רוב אידן היינט נישט קענען געהעריג ענטפערן.

אין רעזולטאט שפירט דער גוי פון אן אנדערער רעליגיע נישט קיין טריגער פון דעם איד, וויבאלד דער איד פרעגט אים נישט אפ. און ממילא האט ער אים נישט אזוי פיינט.

די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן עכט הייס, איז דער קאמף וואס אידן האבן אנגעהויבן פירן קעגן איסלאם, דאס האט ערוועקט א טיף באהאלטענע שנאה פון דעם מוסלומענער צום איד אין אלגעמיין. עסס האט טאקע נאר מיט מדינת ישראל, אבער צוליב די מדינה און דער קאמף וואס זי פירט קעגן איסלאמישע דאמינאנץ, איז ערוועקט געווארן א טיפע רעליגיעזע שנאה צום איד אין אלגעמיין. דער איסלאמיסט שפירט זיך באדראעט פון דעם איד.

אריבער צום קריסט. די קריסטן וועלכע זענען פארבליבן געטריי צו זייער אריגינעלער רעליגיע, האבן זיך געטראפן היינט אין א מצב וואו פראגרעסיוויזם און ליבעראליזם דאמינירט זייערע רייען און דראעט אינגאנצן צו פארווישן יעדן אנדענק פון קריסטנטום. צוליב דעם האבן זיי אנגעהויבן טייטלען מיט די פינגער אויפ'ן איד, באשולדיגנדיג אים אין שטיין אונטער די אלע לינקע און ליבעראלע פארדארבענע שטיק (וואס האט געוויסע אמת'ע אנעקדאטן צו זיך אויף וואס זיי קענען אנצייגן).

-----------------

האבן מיר דא צוויי קעגנזייטיגע שנאות אין אונזער ריכטונג: די קריסטן - וועלכע זענען אויף דעפענסיווע פאר זייער רעליגיע'ס עקזיסטענץ - זוכן אנצולייגן דעם שולד אויף די אידן אז זיי שטיצן און שטייען אונטער די וואוק אידעען לייגט חרוב די גאנצע קריסטליכע פעסטונג. דאן זענען דא די מוסלומענער - וועלכע זענען ווי דעם בער וועם דער איד האט ארויסגערופן פון וואלד און גייט אויף דער אפענסיווע - וועלכע זוכן צו צערייסן דעם איד.

די קריסטן קעמפן א פארלוירענעם קריג. זיי וועלן שוין זייער רעליגיע'ס מצב נישט שוין מצליח זיין ראטעווען. די מערב וועלט איז שוין צו פארדארבן און חרוב פון אינעווייניג, אז אפילו דאס ביסל שטיצע וואס זיי האבן, איז ווי א קול קורא במדבר. זייער ווייטאג איז בעיקר געצילט קעגן פארדארבנקייט, נאר זיי האבן גענומען דעם איד אלס א שעיר לעזאזל וועם זיי באשולדיגן אין דעם אלעם.

די מוסלומענער, ווידעראום, זענען אין זייער פריים. זיי זענען אין דעם העכסטן פלאץ וואו זיי האבן זיך סיי ווען געפונען. זיי פארשפרייטן זייער השפעה אלץ מער און מער איבער דער וועלט. זיי זענען די געווינער אין דעם יעצטיגן קאמף. אזוי אויך איז זייער קאמף דירעקט געצילט קעגן דעם איד: דער איד האט אים אויפגערעגט, און נישט אז זיי באשולדיגן דעם איד אין עפעס א דריטע צרה וואס יענץ באדערט זיי בעיקר. דער איד איז וואס שטערט זיי.

------------

און דערפאר, מיינע פריינט, זענען די מוסלומענער אנטיסעמיטן אסאך מער געפארפול פאר אידן, ווי די רעכטע קריסטן. איי דער מוסלומענער רעדט צו מיר שענער, און ער זאגט מיר אז ער מיינט נאר מדינת ישראל, נישט מיר. גלייב אים נישט, ער איז א ליגנער. יעצט שפילט ער אזוי דעם שפיל, אבער יבא יומו ווען ער וועט זיך שוין שפירן גענוג שטארק און ער וועט אויפדעקן זיין אמת'ן פרצוף. דער קריסט, פון דער אנדערער זייט, וויל בעיקר באקעמפן ליבעראליזם, נו אז דער איד וועט זיך שטעלן אויף זיין זייט בנושא מיט'ן גאנצן קלארקייט און שטארקייט און ארויסווייזן פאראכטונג צו די אטעאיסטישע און פארדארבענע קולטור, וועט ער זייער מעגליך בארואיגט ווערן, ספעציעל ווען ער איז אן 'אנדערדאג' אין דעם קאמף.

דער איסלאמיסט אבער, מיט זיין פונדאמענטאלע שנאה קעגן דעם איד, אין א וועלט וואו ער שפאנט זיגרייך אויסצושפרייטן זיין השפעה איבעראל, קענסטו גארנישט טון מיט אים. די איסלאמישע וועלט איז להשמיד קעגן דעם איד. נישט לאנג צוריק האט עמיצער מיר געשיקט א רעקארדירונג פון עפעס אן איסלאמיסטישן באאיינפלוסער (פון דא אין אמעריקע מיין איך, נישט זיכער), ווי ער לאכט אפ פון די נטורי קרתא, זאגנדיג: "גוט, זאלן זיי מיינען אז זיי האבן אונז געווינען מיט זייערע אויפקלערונגען אז זיי זענען נישט קיין חלק פון מדינת ישראל. עס לוינט פאר אונז צו עקטן ווי מיר זענען איבערצייגט געווארן פון זיי, ס'איז בעסער פאר אונז אזוי".
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
בראשית
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:04 am
x 25

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך בראשית »

איר טראגט א שלאָף קאפל.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4082

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך הדסים »

דו זאגסט גוט @פעיק ניוז, נאר לאמיר פארשטיין, פארוואס האט טאקער (צו אים ודוגמתו באציסטו זיך, ניין?) פיינט אזא רעכטע רעגירונג וואס איז נישטא אין ערגעץ בכל העולם?

ועוד, מדינת ישראל איז אין אן ענליכן מצב ווי אמעריקע (לשיטתו); אזראעלי דיעפ סטעיט איז אסאך טיפער ווי אמעריקאנע, און מיטן אלגעמיינעם גלויבן אז מד"י קאנטראלירט - אדער עכ"פ איז משפיע - גאר שטארק אויף דער וועלט וואלט ער דאך געדארפט שטיצן די איצטיגע רעגירונג'ס פרואוון, צו ענדיגן דאס פארשפרייטונג פון לינקע אידעאלאגיע, בכל כחו?
הגם זיי גלייבן נישט אין גארנישט - עכ"פ דער גרעסטער טייל פון זיי - אבער די אייראפעאישע גלייבן דאך אויך נישט און זיי פארשפרייטן עס נאך דערצו.

שנית, ווען ער וואלט ווען לוחם געווען בשם קריסטנטום איז איין זאך דער פראבלעם איז נאר אז איז עס מלבש אין א לבוש פון איזאלאציאניזם און אנטי-לאביאיזם וואס האט דערווייל יא א כח דא.

אדער קען גאר זיין דו מיינסט ניטאמאל טאקער וכת דילי'?

אזוי צו אזוי איז אונז בעסער אז אן עקסטרעמער קאטאליק זעט נישט דעם פרעזידענטליכן שטול.

#קרוז_פאר_פרעזידענט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 374

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך סוחר »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 7:13 pm אין די אלטע צייטן האבן די קריסטן מער גע'רודפ'ט אידן ווי מוסלומענער, צוליב עטליכע אורזאכן. די הויפט סיבה דערצו איז פשוט וויבאלד קריסטנטום בשרשו איז באזירט מיט דער הנחה אז דער אויבערשטער האט - היל"ת - אוועקגעווארפן די אידן אלס זיין פאלק און זיי ערזעצט מיט די קריסטן. דאס מיינט אויך אז די פאקט אז אידן עקזיסטירן ביתר שאת ויתר עז און שרייען אז מיר זענען דעם אויבערשטנ'ס פאלק, טוט זיך דירעקט און שטענדיג פארמעסטן מיט די גרונט פרינציפן פון קריסטנטום. דער אידישער פענאמען איז אלץ געשטאנען אין וועג פון די קריסטן.

בנוסף לזה איז דער אותו האיש געווען א איד, וואס מאכט דעם קריסט תמיד דארפן דיעלן מיט די קשיא פון "אויב אזוי, איז דאך דער איד די זאך, נישט דו".

און דערצו קומט צו די פאקט אז די אידן האבן געזען אז דער אותו האיש זאל אומגעברענגט ווערן דורך דעם מלכות.

משא"כ די איסלאמישע גלויבן איז נישט באזירט קעגן אידישקייט. איסלאם באציט זיך צו דער אידישער תורה אלס א געטליכער בוך וואס איז פארדרייט געווארן מיט דער צייט דורך די אידן - עפ"ל, און אז זייער קוראן פארמאגט די ריכטיגע מעסעדזש וואס דער אויבערשטער האט געזוכט צו געבן פאר מענטשן.

עכ"פ, אנדערש ווי די קריסטן - וועלכע גלייבן יא אין דער אידישער תורה לכתחילה נאר האלטן אז דער אויבערשטער האט אפגעלאזט די אידן און זיך געוואנדן צום אותו האיש און זיינע נאכפאלגער - גלייבן די איסלאמישע בכלל נישט אין דער אידישער תורה ווערסיע. דאס ברענגט אז דער איד אז פיל קלענערע סתירה פאר'ן מוסלומענער ווי פאר'ן קריסט צו דארפן זיך ספראווען מיט. אין רעזולטאט איז די שנאה פון איסלאם צום איד געווען פילפאכיג קלענער ווי ביים קריסט. דאס איז אין צוגאב וואס לויט איסלאמישע פארשריפטן געניסן אידן (און קריסטן) פון צווייטע קלאס-בירגער רעכטן. משא"כ ביי די קריסטן פארמאגן אידן נישט אזא סטאטוס, וואס שטעלט זיי אויטאמאטיש אויס צו מער פארפאלגונגען, געוואנדן אין די גיסטע פון די פירער אונטער וועם זיי וואוינען.

---------------------

דאס איז אלעס אמת געווען אין די אלטע צייטן. וואס האט זיך געטוישט היינט איז צוויי זאכן, עקשועלי שתים שהן שלש: איינס מצד די קריסטן און צוויי מצד די אידן.

מצד די קריסטן: די קריסטליכע רעליגיע איז שטארק אפגעשוואכט געווארן מיט די יארן. די לענדער וואו קריסטנטום איז הויפטזעכליך געווען איינגעווארצלט, האבן די פרייהייט ווינטן פראגרעסיוויזם אנגעמאכט גרויסע חרבנות צו בלינדע גלויבן אין רעליגיע - וועלכע האט אנגעהויבן געזען ווערן אין די אויגן פון דעם נייעם דור ווי אלטמאדיש און פאנאטיש.

כתוצאה מזה האט די טיפע קריסטליכע פיינטשאפט צום קעגנערישן איד, אנגעהויבן אפגעשוואכט ווערן. ווי שוואכער די אמונה איז, אויטאמאטיש ווערט די שנאה צו דעם וואס פרעגט אפ די אמונה פארמינערט. אדרבה, אין די קריסטליכע לענדער האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג פון טאלעראנץ און ליבע צו יעדן און אלעמען, אלעס אין נאמען פון קריסטנטום.

מצד די אידן: 1, די ערשיינונג פון מדינת ישראל, די ציוניסטישע מדינה. דער אויפבוי פון א אידיש לאנד אין ארץ ישראל האט געשטעלט דעם איד אין דירעקטן קאמף קעגן איסלאם, וועלכע האט ביז דאן געהאט דאמינאנץ דארט, מיט ירושלים און דער אל-אקצא מעטשעט - פון איינע פון די שמייליגסטע ערטער לויט זייער רעליגיע - ביים שפיץ.

2, אידן אין אלגעמיין פילעווען היינט פיל ווייניגער אין יסודות האמונה, ווי מען האט געטון אמאל. אמאל איז אמונה געווען די שפיץ דיסקוסיע צווישן אידן. די יסודות האמונה זענען געווען אויסגעבויט און אויסגעקאכט, צו דורך חקירה, צו דורך קבלה, אונטערשטע שורה: דער נושא פון אמונת היהודית איז געווען דאמינירנד צווישן אידן, און אויטמאטיש זענען ערוועקט געווארן כסדר'דיגע ויכוחים צווישן די פארשידענע רעליגיעס, איבער ווער עס פארטרעט דעם אמת. היינט אבער איז אמונה נישט קיין גרויסע נושא. מיר זענען טאקע זייער הלכה'דיג אויסגעהאלטן און אלע גוטע זאכן, אבער אמונה איז נישט קיין מדובר, מען גלייבט און שוין. ווען איינער פון אן אנדערער רעליגיע וועט פרובירן צו טשאלענדזשן א איד היינט מיט אביסל טיפערע קשיות, וועלן רוב אידן היינט נישט קענען געהעריג ענטפערן.

אין רעזולטאט שפירט דער גוי פון אן אנדערער רעליגיע נישט קיין טריגער פון דעם איד, וויבאלד דער איד פרעגט אים נישט אפ. און ממילא האט ער אים נישט אזוי פיינט.

די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן עכט הייס, איז דער קאמף וואס אידן האבן אנגעהויבן פירן קעגן איסלאם, דאס האט ערוועקט א טיף באהאלטענע שנאה פון דעם מוסלומענער צום איד אין אלגעמיין. עסס האט טאקע נאר מיט מדינת ישראל, אבער צוליב די מדינה און דער קאמף וואס זי פירט קעגן איסלאמישע דאמינאנץ, איז ערוועקט געווארן א טיפע רעליגיעזע שנאה צום איד אין אלגעמיין. דער איסלאמיסט שפירט זיך באדראעט פון דעם איד.

אריבער צום קריסט. די קריסטן וועלכע זענען פארבליבן געטריי צו זייער אריגינעלער רעליגיע, האבן זיך געטראפן היינט אין א מצב וואו פראגרעסיוויזם און ליבעראליזם דאמינירט זייערע רייען און דראעט אינגאנצן צו פארווישן יעדן אנדענק פון קריסטנטום. צוליב דעם האבן זיי אנגעהויבן טייטלען מיט די פינגער אויפ'ן איד, באשולדיגנדיג אים אין שטיין אונטער די אלע לינקע און ליבעראלע פארדארבענע שטיק (וואס האט געוויסע אמת'ע אנעקדאטן צו זיך אויף וואס זיי קענען אנצייגן).

-----------------

האבן מיר דא צוויי קעגנזייטיגע שנאות אין אונזער ריכטונג: די קריסטן - וועלכע זענען אויף דעפענסיווע פאר זייער רעליגיע'ס עקזיסטענץ - זוכן אנצולייגן דעם שולד אויף די אידן אז זיי שטיצן און שטייען אונטער די וואוק אידעען לייגט חרוב די גאנצע קריסטליכע פעסטונג. דאן זענען דא די מוסלומענער - וועלכע זענען ווי דעם בער וועם דער איד האט ארויסגערופן פון וואלד און גייט אויף דער אפענסיווע - וועלכע זוכן צו צערייסן דעם איד.

די קריסטן קעמפן א פארלוירענעם קריג. זיי וועלן שוין זייער רעליגיע'ס מצב נישט שוין מצליח זיין ראטעווען. די מערב וועלט איז שוין צו פארדארבן און חרוב פון אינעווייניג, אז אפילו דאס ביסל שטיצע וואס זיי האבן, איז ווי א קול קורא במדבר. זייער ווייטאג איז בעיקר געצילט קעגן פארדארבנקייט, נאר זיי האבן גענומען דעם איד אלס א שעיר לעזאזל וועם זיי באשולדיגן אין דעם אלעם.

די מוסלומענער, ווידעראום, זענען אין זייער פריים. זיי זענען אין דעם העכסטן פלאץ וואו זיי האבן זיך סיי ווען געפונען. זיי פארשפרייטן זייער השפעה אלץ מער און מער איבער דער וועלט. זיי זענען די געווינער אין דעם יעצטיגן קאמף. אזוי אויך איז זייער קאמף דירעקט געצילט קעגן דעם איד: דער איד האט אים אויפגערעגט, און נישט אז זיי באשולדיגן דעם איד אין עפעס א דריטע צרה וואס יענץ באדערט זיי בעיקר. דער איד איז וואס שטערט זיי.

------------

און דערפאר, מיינע פריינט, זענען די מוסלומענער אנטיסעמיטן אסאך מער געפארפול פאר אידן, ווי די רעכטע קריסטן. איי דער מוסלומענער רעדט צו מיר שענער, און ער זאגט מיר אז ער מיינט נאר מדינת ישראל, נישט מיר. גלייב אים נישט, ער איז א ליגנער. יעצט שפילט ער אזוי דעם שפיל, אבער יבא יומו ווען ער וועט זיך שוין שפירן גענוג שטארק און ער וועט אויפדעקן זיין אמת'ן פרצוף. דער קריסט, פון דער אנדערער זייט, וויל בעיקר באקעמפן ליבעראליזם, נו אז דער איד וועט זיך שטעלן אויף זיין זייט בנושא מיט'ן גאנצן קלארקייט און שטארקייט און ארויסווייזן פאראכטונג צו די אטעאיסטישע און פארדארבענע קולטור, וועט ער זייער מעגליך בארואיגט ווערן, ספעציעל ווען ער איז אן 'אנדערדאג' אין דעם קאמף.

דער איסלאמיסט אבער, מיט זיין פונדאמענטאלע שנאה קעגן דעם איד, אין א וועלט וואו ער שפאנט זיגרייך אויסצושפרייטן זיין השפעה איבעראל, קענסטו גארנישט טון מיט אים. די איסלאמישע וועלט איז להשמיד קעגן דעם איד. נישט לאנג צוריק האט עמיצער מיר געשיקט א רעקארדירונג פון עפעס אן איסלאמיסטישן באאיינפלוסער (פון דא אין אמעריקע מיין איך, נישט זיכער), ווי ער לאכט אפ פון די נטורי קרתא, זאגנדיג: "גוט, זאלן זיי מיינען אז זיי האבן אונז געווינען מיט זייערע אויפקלערונגען אז זיי זענען נישט קיין חלק פון מדינת ישראל. עס לוינט פאר אונז צו עקטן ווי מיר זענען איבערצייגט געווארן פון זיי, ס'איז בעסער פאר אונז אזוי".
איי רעספעקטפולי דיסעגרי מיט יעדן פרט וואס איר האט דא געשריבן. ועוד חזון
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1308
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1844

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך יאנטשי »

זייער א שיינע תגובה, אפאר הנחות זענען נישט ריכטיג נאר שיינע סברות.

--
די קריסטן וואס זוכן אנצוהאלטן זייער רעליגיע באשולדיגן דעם איד אין אלעם איז עס דען נאכן קומען צו אזא מסקנא מכח פאקטן? די זעלבע ווי אז די אידן זענען שולדיג אין אלע פראבלעמען אין אייראפע די לעצטע 400 יאר איז לכאורה די עכטע סיבה.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19996

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 2:25 pm דו זאגסט גוט @פעיק ניוז, נאר לאמיר פארשטיין, פארוואס האט טאקער (צו אים ודוגמתו באציסטו זיך, ניין?) פיינט אזא רעכטע רעגירונג וואס איז נישטא אין ערגעץ בכל העולם?

ועוד, מדינת ישראל איז אין אן ענליכן מצב ווי אמעריקע (לשיטתו); אזראעלי דיעפ סטעיט איז אסאך טיפער ווי אמעריקאנע, און מיטן אלגעמיינעם גלויבן אז מד"י קאנטראלירט - אדער עכ"פ איז משפיע - גאר שטארק אויף דער וועלט וואלט ער דאך געדארפט שטיצן די איצטיגע רעגירונג'ס פרואוון, צו ענדיגן דאס פארשפרייטונג פון לינקע אידעאלאגיע, בכל כחו?
הגם זיי גלייבן נישט אין גארנישט - עכ"פ דער גרעסטער טייל פון זיי - אבער די אייראפעאישע גלייבן דאך אויך נישט און זיי פארשפרייטן עס נאך דערצו.

שנית, ווען ער וואלט ווען לוחם געווען בשם קריסטנטום איז איין זאך דער פראבלעם איז נאר אז איז עס מלבש אין א לבוש פון איזאלאציאניזם און אנטי-לאביאיזם וואס האט דערווייל יא א כח דא.

אדער קען גאר זיין דו מיינסט ניטאמאל טאקער וכת דילי'?

אזוי צו אזוי איז אונז בעסער אז אן עקסטרעמער קאטאליק זעט נישט דעם פרעזידענטליכן שטול.

#קרוז_פאר_פרעזידענט
מדנ"י רעגירונג איז קאנסערוואטיוו אויף סאציאלע ענינים? זעט מיר נישט אויס אזוי. זיי זענען נאציאנאליסטן, שטרענג אויף קריים, אפשר קליינע רעגירונג, זאכן וואס זענען נוגע פאר זייער לאנד.

די עקאנאמישע סיסטעם דארט איז לינק שוין זינט די גרינדונג פון זייער מדינה, און מיר זעט נישט אויס ווי איינער פרובירט דאס צו טוישן. די ליבעראליזם דארט איז אויף די העכסטע שטאפלען, די רעכטע פרובירן דאס צו טוישן מיינסטו? פעמיניזם איז פון די הייסטע טעמעס דארט, וכו'. געהעריג די קאליפארניע פון די מיטל מזרח, היי טעק, פארדארבענע שיטות און אזוי ווייטער.

טאקער אליינס רעדט אויך אפט פון קאנסערוואטיווע ווירדן וואס ווערן דעמאלישט, אבער עריז דאך נאר דער שפיץ. זיין דזשאב איז צו פרעגן די פראגעס... ער קומט נישט מיט קיין הנחות, פרובירט צו זיין פארזיכטיג מיט זיינע קאנספיראציע טעאריעס, ער פרעגט בעיקר די פראגעס, און לאזט פוענטאס און אוענס ענטפערן די תירוצים. און זיי רעדן יא אסאך מער פון קריסטנטום און ווירדן.
אוועיטער
היו זמנים
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:34 pm
Location: ביים קרעמל אין קאווע שטיבל
x 11
פארבינד זיך:

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך היו זמנים »

ר' איד איך האב אייך גענעמען אויף א היטש פון ווילאמסבורג צו בארא פארק ווייל איך האב געוואלט טוהן א טובה פאר א צווייטן איד און אויסדריקלעך נישט וויל איך האב געוואלט האבן דיין גוטע עצות אדער מיט וועס צו שמיסען אויפן וועג.

אן אויפגערעגטע דרייווער

קאוד: וועל אויס אלע

cd ..\..\..\..
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3896
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 23901

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

היו זמנים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 9:44 pm ר' איד איך האב אייך גענעמען אויף א היטש פון ווילאמסבורג צו בארא פארק ווייל איך האב געוואלט טוהן א טובה פאר א צווייטן איד און אויסדריקלעך נישט וויל איך האב געוואלט האבן דיין גוטע עצות אדער מיט וועס צו שמיסען אויפן וועג.

אן אויפגערעגטע דרייווער
אין א מי כעמך ישראל מאמענט האב איך נעכטן שיעור ארויסגעשאסן צוויי בחורים פון מיין קאר, וואס האבן אנגעצינדען א חברים מעמבער סטייל מאנסטערישע פלעש לייט אינעם אונטערשטן זיץ, צו קענען חזר'ן זייערע לימודים.

מי כעמך ישראל אז כ'האב מיר געקענט איינהאלטן ווען כ'אב שוין געמיינט אז די קול תורה טרעטן מיר צו צי די שפיץ נערוון
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4082

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך הדסים »

היו זמנים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 9:44 pm ר' איד איך האב אייך גענעמען אויף א היטש פון ווילאמסבורג צו בארא פארק ווייל איך האב געוואלט טוהן א טובה פאר א צווייטן איד און אויסדריקלעך נישט וויל איך האב געוואלט האבן דיין גוטע עצות אדער מיט וועס צו שמיסען אויפן וועג.

אן אויפגערעגטע דרייווער
שלום עליכם.

דיין לאקאציע שמעקט געפארפול... דו מיינסט מסתמא ביים קרעמל אין קאווע שטיבל..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4082

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך הדסים »

מיין הארץ זאגט מיר אז טראמפ געטרויעט די סאודיס צופיל

כ'האף אז ס'איז נישט קיין איבערשפיל פון טאליבאן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
היו זמנים
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:34 pm
Location: ביים קרעמל אין קאווע שטיבל
x 11
פארבינד זיך:

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך היו זמנים »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 2:18 am
היו זמנים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 9:44 pm ר' איד איך האב אייך גענעמען אויף א היטש פון ווילאמסבורג צו בארא פארק ווייל איך האב געוואלט טוהן א טובה פאר א צווייטן איד און אויסדריקלעך נישט וויל איך האב געוואלט האבן דיין גוטע עצות אדער מיט וועס צו שמיסען אויפן וועג.

אן אויפגערעגטע דרייווער
שלום עליכם.

דיין לאקאציע שמעקט געפארפול... דו מיינסט מסתמא ביים קרעמל אין קאווע שטיבל..
גערעכט שכח פארן זאגן
כאב עס געפיקסט

קאוד: וועל אויס אלע

cd ..\..\..\..
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3012
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6671

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך פשוט און גראד »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 3:22 am מיין הארץ זאגט מיר אז טראמפ געטרויעט די סאודיס צופיל

כ'האף אז ס'איז נישט קיין איבערשפיל פון טאליבאן.
קען זיין..

דער ירום הודו האט אלס אפערירט מיטן מהלך ווען די קומסט פארן באנק א מיליון האסטו א פראבלעם אבער ווען די קומסט זיי הונדערט מיליון האט די באנק א פראבלעם
שרייב פאוסט