חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:54 pm הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיט עסקני הישוב באזוכן אין שטוב פון פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל (ארה"ב) שליט"א איבערצושמועסן עניני הכלל והפרט פון אינערהאלב די ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.

אין די בילדער ווערט געזעהן: דער רב שליט"א, הרב עמרם הערצאג שליט"א מנהל רוחני מוסדות עץ חיים, הרב יצחק גראססמאן הי"ו מנהל גשמי מוסדות עץ חיים, הרב אלעזר דאנציגער הי"ו, הרב אברהם הערש ברייער הי"ו און הרב ראובן יוסף לעפקאוויטש הי"ו בונה ומקים פון די מקואות טהרה אין שטאט ועוד.

- - -

א הערליכע באזוך איז געווען ביי כ"ק מרן אדמו"ר מזוועהיל (ארה"ב) שליט"א ווען עסקני הישוב קאסא גראנדע המעטירה אינאיינעם מיטן רב שליט"א זענען אריבערגעקומען אפנעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א און אדורכצושמועסן וויכטיגע ענינים בהקמת הישוב העומדים על הפרק.

דער רבי שליט"א וואס האט א פערזענליכע געפיל פארן נייעם ישוב אין קאסא גראנדע און האט אליין באזוכט אין שטאט דורכאויס דעם ווינטער, האט אויפגענומען דעם רב שליט"א מיט אן ספעציעלן ידידות און דערביי מכבד געווען מיט פירות. דער רבי שליט"א האט צוערשט פארציילט איבער זיין באזוך אין קאסא גראנדע און באוואונדערט די געוואלדיגע מעלות פונעם ישוב פאר היימישע אידן וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, דער רבי שליט"א האט דערמאנט ווי ער האט פערזענליך אריבערגערופן צו זיך אין אכסניא אין קאסא גראנדע די תושבים וואס האבן מחמת סיבות שונות נישט געקענט קומען צום שלחן הטהור אז זיי זאלן אריבערקומען תיכף נאך קבלת שבת צו קידוש בבית האכסניא און דער רבי האט דערביי באדאנקט הרב אלעזר דאנציגער הי"ו פארן דאן ספעציעל אריבערקומען אינאיינעם מיט עטליכע אינגערלייט פון וואס ער האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח.

שפעטער האבן די עסקנים ארומגערעדט מיטן רבי'ן איבער דאס אוועקשטעלן דעם ישוב על אדני התורה והיראה, און אז ווי אין יעדע דבר טוב קומט עס נישט אן גרינג, דער רבי שליט"א וואס האט אסאך עוסק געווען במשך די לעצטע האלבע יאר ארויסצוהעלפן דעם ישוב האט געבעטן דעם רב שליט"א און די עסקנים צו ווייטער אנגיין און קוקן פאראויס, זיך אנרופענדיג 'מען דארף ארבעטן און פרובירן אז ווי מער משפחות זאלן זיך קובע זיין אינעם ישוב, אלע שוועריקייטן וועלן אי"ה אוועקגיין, איך האב טאקע פרובירט וואס איך האב געקענט און איך וועל זיך ווייטער משתדל זיין אבער דאס קוקט מיר אויס ווי די בעסטע וועג פאראויס צו אנגיין ווייטער און זיך נישט צוטוהן מאכן פון די אפהאלטונגען', דער שמועס האט זיך דאן פארקירעוועט צו דעם כלליות'דיגע ענין פון ארויסמופן צו נייע ישובים, דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט מיט די עסקנים איבער מהלכים וויאזוי צו פארבעסערן און פארברייטערן דעם ישוב, און עצות והדרכה איבער ארויסהעלפן אידן זיך אריבערצוצוען קיין קאסא גראנדע.

באזונדער האט דער רבי שליט"א באוואונדערט די ארבעט פונעם רב שליט"א אין קאסא גראנדע, ארויסברענגענדיג ווי שטארק מען זעהט אן אויף די אינגערלייט די כוחות און פרישקייט וואס דער רב שליט"א לייגט אריין אינעם ישוב, די עסקנים האבן דאן געוויזן פארן רבי'ן די ספר פונעם רב שליט"א וואס איז ארויסגעקומען לרגל דעם גרויסן שבת התאחדות פרשת בא העעל"ט אין קאסא גראנדע, דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעבלעטערט דעם ספר זיך אפשטעלנדיג אויף עטליכע תשובות באוואונדערונג די קלארקייט פון די פסקים פונעם רב שליט"א.

ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן די עסקני הישוב צו קענען ווייטער אנגיין מיטן פארברייטערן די קהילה הקדושה, באזונדער האט דער רבי שליט"א געוואונטשן די ראשי העסקנים ר' אברהם הערש ברייער הי"ו און ר' ראובן יוסף לעפקאוויטש הי"ו וואס גיבן זיך אוועק לילות כימים די לעצטע פיר יאר אוועקצושטעלן אלע צרכי קאסא גראנדע על צד היותר טוב שלא על מנת לקבל פרס וכבוד.

דער רבי שליט"א האט דאן ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א וואונטשענדיג אז מען זאל קענען ווייטער אויפטוהן גדולות ונצורות אינעם ישוב, זאגנ'דיג 'עס קען טאקע זיין אז קאסא גראנדע איז די הצלה פאר די דירות קריזיס פון כלל ישראל אין ניו יארק, אבער דאס איז מיטאמאל זיכער אז מיטן רב שליט"א זעה איך א הערליכע עתיד אין קאסא גראנדע'.

Zevil (1).jpg
געדענק איך טאקע ווינטער די הערליכע באזוך פונעם רבין אין קאסא גראנדע, ווען די רבי האט געפרעוועט טיש אין ביהמ"ד קהל חסידים - דינוב, באזוכט די תלמוד תורה און נאך עס איז געווען א געהויבענע באזוך וואס האט איבערגעלאזט א גאר גוטע רושם אויף די ישוב ווי באריכטעט דא אויפן טישל viewtopic.php?p=150561#p150561

די רבי שטיצט טאקע זייער שטארק קאסא גראנדע, און האט טאקע געשיקט רבי משה סורקיס וואוינען אין קאסא גראנדע, שטיין צו די רעכטע האנט פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין און זיין טאטע דער מרא דאתרא און דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, אז ר' משה זאל זיי העלפן אויפבויען די ישוב און די קהילה, און יעצט שיקט טאקע די רבי נאך א מקורב צוצושטיין פאר ר' משה סורקיס מיט די עבודת הקודש.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

באריכט פונעם צווייטן האלב יום טוב אין קאסא גראנדע.

ווי געשריבן פריער איז די ערשטע האלב יום טוב אריבער לעילא ולעילא, ווען דער עולם שעפט זיך אן מיט שמחה פון יום טוב פאר א גאנץ יאר, אבער די ליינער דא ווילן דאך זיכער נישט בלייבן נאר מיט די ערשטע האלב פון די מעשה, נאר ווילן הערן די המשך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט די צווייטע האלב פונעם זמן שמחתנו אינעם נייעם ישוב "קאסא גראנדע אריזאנע", גארטעלט אייך אן און לאמיר גיין.

אויסער וואס א גרויסע טייל תושבי קאסא גראנדע זענען שוין (ווי באריכטעט אין א פריערדיגע באריכט) געווען אוועקגעפארן אויף די ערשטע האלב יום טוב, זענען נאך דריי משפחות ברוכות ילדים חסידי סקווירא געפארן צו מיטהאלטן שמחת תורה אצל רבים ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. זונטאג יום ד' חול המועד זענען זיי אוועקגעפארן לאזענדיג א קלענערע עולם ווי די ערשטע טעג. פון די אנדערע זייט זענען געבליבן עטליכע געסט וועלכע האבן אזוי הנאה געהאט די ערשטע טעג אז זיי האבן אפּגעמאכט אז קשה עלי פרידתכם און געבליבן ביז נאך די צווייטע טעג.

ווי גייט נאר די שפריך ווארט, ווי קלענער דער עולם אלץ גראסערי די שמחה... און אט אזוי האט טאקע אויסגעזען שמחת תורה, מלא שמחה וואס ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן א יום טוב אין קאסא גראנדע קען עס נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א יום טוב מיט א רואיגקייט, אן די אלע אנגעצויגענקייטן וואס מען גייט אריבער יעדע ערב און יום טוב אין די גרויסע שטעט.

ווי שוין דערמאנט פריער ביי ערב יוה"ק אז אין קאסא גראנדע באקומט מען צו אזויפיל צייט. מען קען שחט'ן די כפּרות, זיי כשר מאכן, און מאכן ביידע סעודות, גיין אין מקוה, אנרופן אלע באקאנטע און נאענטע און נאך אלץ האבן עטליכע שעה זיך צו גרייטן ווי ס'פּאסט זיך פאר'ן הייליגסטן טאג פון יאר. און טאקע הושענא רבא ביינאכט האט איינער פון די נייע איינוואוינערס אנגעוויזן אז ס'איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט געקענט עסן די יום טוב'דיגע סעודה מיט א רואיגקייט און נאך גיין צו משנה תורה און אויסזאגן גאנץ תהילים. און אלעס אן קיין ראש און אן זיך יאגן. אין קאסא גראנדע איז זמן שמחתנו אויסגעמישט מיט זמן חרותינו נישט נאר פסח נאר יעדע יום טוב אפילו יום כיפור, און זיכער שמחת תורה.

אינאיינעם מיט'ן נייע תושב הר"ר שמעון ראלניצקי האט מען געפראוועט הושענא רבא און שמחת תורה מיט איבער צוויי מניינים בנוסף צו נאך א צוויי מניינים בחורים און קינדער קע"ה.

הושענא רבא ביינאכט ארום 10:00 אזייגער האט דינוב'ער רבי שליט"א פארגעליינט משנה תורה כמנהג אבותיו צו ליינען פון א ספר תורה. און דערנאך מעביר סדרה געווען און געזאגט תהלים ביז די שפעטע שעות פונעם הייליגע נאכט.

הושענא רבא בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען ברוב עם 8:30. ווי דער מנהג האט מען געדאוונט פון אדון עולם ביז שמונה עשרה מיט'ן נוסח פון די ימים נוראים. דער רב שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד ביז "המלך" ווען דינוב'ער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען פון "המלך" ביז נאך די הושענות. אויך האט דינוב'ער רבי געבלאזן שופר צווישן יעדע הקפה תשר"ת תש"ת תר"ת כמנהג אבותיו. מען האט געענדיגט מוסף צוואנציג צו צוועלף פארמיטאג. ווי ס'איז נוסח קאסא גראנדע און נוסח דינוב אויסגעמישט, איז די קהלה ארויס פון וועג צו אקאמאדירן אלע איינוואוינערס מיט זייערע מנהגים.

ווי שוין געשריבן איז היי-יאר געווען אן אויסנאמס-יאר אז ס'האט גערעגנט די צווייטע העלפט פונעם יום טוב, וואס פאר קאסא גראנדע איז עס ממש אומדערהערבאר, ווייל כאטש ס'איז דא א מאנסון סעזאן איינמאל א יאר, געפאלט עס געווענליך אויס ענדע זומער. יעצט איז עס געקומען שוין אינעם הערבסט. היות אז נאכן דאווענען איז געגאנגן א שלאק-רעגן, און דער וועטער נביא האט פארגעזאגט רעגן פארן גאנצן טאג, זענען געווען אזעלעכע וואס האבן געגעסן די סעודה מחוץ לסוכה, ווייל אין אריזאנע בויעט מען דאך נישט קיין שלאק (אפשר קומענדיגע יאר וועלן שוין יא זיין ווער עס וועט בויען א שלאק). אנדערע האבן יא געווארט ביז ארום 3:00 מיטאג ווען עס האט נאכגעלאזט אביסל די רעגן פאר עטליכע שעה.

פינף מינוט איידער דעם זמן מנחה ערב שמחת תורה האט זיך אראפגעלאזט אזא שווערע רעגן, ווי צו זאגן אז אז מען זאל אים האבן צו געדענקען. די רעגן איז געווען אזוי שטארק אפהאלטענדיג מענטשן פון אנקומען צו מנחה אין צייט, ווען נאר איין מנין אידן זענען דערווייל געווען אין ביהמ"ד, בלית ברירה האט מען זיך געשטעלט מנחה אן די אנדערע האלב ציבור, וואס איז נאכגעקומען אביסל שפעטער און געמאכט א צווייטע מנין מנחה, צום זמן פון רבינו תם איז צוגעגאנגען צו מעריב הרב משה אברהם ברוין שליט"א, דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים, בנעימת קולו הערב, אריינברענגענדיג א שמחת יום טוב ביים ציבור.

צו אתה הראת איז צוגעגאנגען דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א וועלעכע האט געפראוועט די הקפות כמנהג בית אבותיו לבית ראפשיץ, פארזאגענדיג די חרוזים פאר יעדע הקפה, די הקפות האבן געדויערט בערך אנדערטהאלבן שעה, מען האט געענדיגט די הקפות 8:50 ווען די עולם איז אהיים פראווען די יום טוב'דיגע סעודות, איש כמתנת ידו כברכת ה' אלוקיך אשר נתן לך.

א קרישקעלע אין די זייט קען נישט שאטן: צו די הקפות איז אנגעקומען א גאסט, א לאקאלער גוי (אנגעטון יום טוב'דיג) וועלכער איז אזוי באאיינדרוקט געווארן פון די אידישע איינוואוינער אין שטאט אז ער האט אנגעפאנגען צו לערנען איבער אידישקייט. ער קומט שוין פאר עטליכע יאר איינקויפן אלע כשר'ע פראדוקטן אין די קאוישער קעניאן גראסערי אין קאסא גראנדע, זיך באקענענדיג מיט תושבי קאסא גראנדע, און ער ריקט זיך אלץ נענטער דורכצוגיין א גיור. דערווייל פארשטייט זיך איז מען אים מדחה, ווי די הלכה זאגט. ער איז געקומען צו זען וויאזוי עס זעט אויס אידישע הקפות, עס איז אים זייער שטארק געפאלן, אז שמחת תורה בייטאג איז אויך געקומען זיין פלונית'טע (געווען אין ווייבער שול אנגעטוהן בצניעות ווי עס פאסט) אויך האט דער גוי געברענגט במתנה עטליכע פלעשער כשר'ע וויין (מבושל) און ער אין מענער שול און זי אין ווייבער שול זענען געזעצן און צוגעקוקט די התנהגות פון אנהייב שחרית ביז נאך די קידוש. ס'איז וויכטיג צו באדאנקן אלע נשים צדקניות וועלעכע האבן איר העפליך אויפגענומען מאכנדיג א גרויסן קידוש השם. דער גוי הערט נישט אויף צו רעדן ווי שיין די אידישע רעליגיע איז אז ביי אידן ווען מען טרינקט אביסעלע משקה און וויין איז מען מוסיף שמחה און קדושה, וואס איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס ער איז געווען געוואוינט ביז יעצט, וואס ווען מען טרינקט זיך אן טוט מען דאס פארקערטע, מען ווערט אינגאנצן צעלאזט און ווילד.

כנוסח דינוב און נאך קהילות האט מען שמיני עצרת בייטאג געפראוועט קורצע הקפות ווען מען זאגט אלע הקפות אויף איינמאל אן זינגען א ניגון נאך יעדע הקפה, און נאר נאך די לעצטע הקפה האט מען געטאנצן מיט גרויס התרגשות אויפן ניגון אחד יחיד ומיוחד. צו תפילת גשם איז צוגעגאנגען דינוב'ע רבי שליט"א, דער רבי האט געהייסן אויסרופן צו זאגן משיב הרוח ומוריד הגשם ביי שטילע שמונה עשרה.

נאכ'ן אהיימגיין עסן א סעודה איז דער עולם צוריקגעקומען זיך גרייטנדיג מיט גרויס התרוממות צו די פרישע הקפות שמחת תורה ביינאכט. די הקפות זענען ווידעראמאל צוגעגאנגען גאר לעבעדיג און מיט נאכמער התלהבות. דורכאויס די הקפות זענען פון צייט צו צייט אריינגעקומען אידן וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן די גאר ווארעמע און פרייליכע הקפות אין דינוב. מען האט זיי אויפגענומען מיט די טיפּישע קאסא גראנדע ברידערליכקייט און אריינגעשלעפּט אינעם רינג און געגעבן א ספר תורה צו טאנצן.

דער עולם האט אריינגעטאנצן נישט וועלענדיג אויפהערן פאר כמעט צוויי א האלב שעה, ביז 9:30. נאך די הקפות האט מען כמנהג בית דינוב געליינט די תורה פינף עליות, געבענדיג די ערשטע צוויי עליות פאר צוויי סקווירא חסידים וועלעכע האבן נישט געקענט פארן אויף יום טוב צום רבי'ן, אבער צו מחזק זיין זייער מנהג (אין סקווירא איז יעדער עולה סיי ביינאכט און סיי בייטאג) האט מען זיי מכבד געווען מיט עליות ווען די כהנים האבן עס מוחל געווען לכבודם און אזוי ארום זאל מען קענען פארקויפן די אנדערע עליות. שלישי האט געקויפט ר' חיים מאיר סנה פאר זיין קאזין בן ר' יואל טארים תושב קאסא גראנדע, וואס זיי ביידע זענען געקומען מיטהאלטן די הקפות.

הר"ר שמעון ראלניצקי האט איינגעפירט א שיינע ענין אז ביי הקפה ו' האט מען געטאנצן די הקפה ניגונים פון די קרייזן פון אלע מתפּללים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די הקפות אין קאסא גראנדע, אריינגערעכנט סאטמאר, סקווירא, ויזניץ, דינוב און קאסאן, כדי צו מאכן יעדן פּילן אינדערהיים.

שמחת תורה בייטאג האט מען זיך געשטעלט 9:00 אזייגער שחרית. דער רב האט נישט געדאווענט פארן עמוד כדרכו, ווייל כמנהג אבותיו לבית קאסאן דאווענט מען שמחת תורה ביי שחרית גאר שנעל. מען האט פארקויפט אתה הראת, און עס איז געקויפט געווארן פאר'ן רב. וואס האט עס פארגעזאגט מיט גרויס נעימות, די הקפות זענען פארגעזאגט געווארן דורכן דינוב'ער רבי בנוסח בית ראפשיץ און די ניגונים זענען אנגעפירט געווארן גאר געניט דורך דעם הר"ר משה אברהם ברוין וועלכער איז בארימט מיט זיין טאלאנט צו הייבן אן עולם דורך אריינבלאזן שמחה מיט אלטע חסיד'ישע ניגונים, וואס ווי באקאנט איז ער א ידען נפלא אין דעם היכל הנגינה. מען האט אויך געזונגען צווישן די הקפות די חרוזים פון ויאתיו כה לעבדיך, האדרת והאמונה, אין כאלוקינו, אין אדיר, און נאך, און ווי אויך מארשן פון מאדזשיץ, גור, סטאלין און נאך.

כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום, הר"ר שמעון ראלניצקי האט ביי הקפה ששי גענומען די זאך אין די האנט און געמאכט זיכער אז מען זינגט אין טאנצט לויט די הקפה ניגונים פון אלע קרייזן וואס האבן געהאט פון זייערע מענטשן ביי די הקפות אין קאסא גראנדע, אזוי האט מען געטאנצן און געשפרינגן לכבוד התורה עד כלות פון 10:30 ביז 12:40, ווען מען האט אנגעהויבן קריאת התורה.

עס איז געווען זייער זיס צו זעהן אז מיט די קינדער פון משפחת ראלניצקי בנוסף צו הר"ר חיים מאיר הכהן פערל ומשפחתו זענען געווען אזויפיל כהנים אז יעדער כהן האט געדארפט עולה זיין צוויי מאל איינמאל פאר כהן און איינמאל במקום לוי, היות ס'איז נישט געווען קיין לוי.

ביי אלע הקפות האט מען געטאנצן מיט התלהבות חסיד'ישע ניגונים מיט א ברען, וינועו אמות הסיפים. בעפאר מוסף האט דער רב גערעדט קורצע דיבורים פון הארץ ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע שמחה פון די גאנצע קהילה אז מען איז אריבער אזעלכע הייליגע טעג מיט אזויפיל הצלחה און נאר מיט גרויס סייעתא דשמיא, און ער האט נאכגעברענגט פון צדיקים אז מיט דעם מוסף שמחת תורה איז מען מעלה אלע תפילות פון די גאנצע הייליגע טעג, און גערופן דעם ציבור אויסצוניצן די צייט ווי ס'באדארף צו זיין.

צו מוסף איז צוגעגאנגען דער דינוב'ע רבי. ס'איז געווען אזא געהויבענע אטמאספערע אין שול אז דער רבי האט באלד מחליט געווען אז די כהנים וואס האבן נישט געטרינקן זאלן דוכנ'ען ביי מוסף, ווי מען טוט טאקע אין זייער אסאך קהילות ישראל.

נאך מוסף איז פארגעקומען א ברייטע קידוש, צוגעשטעלט דורכ'ן מרא דאתרא שליט"א, וועלכער האט עולה געווען חתן תורה כמנהג אבותיו און לכבוד דעם געגעבן קידוש חתן תורה, מיט פרישע האליפשעץ עקסטערע געמאכט פון בהמה פלייש און עקסטער פון טשיקן פאר די וועלעכע עסן נישט קיין בהמה פלייש.

נאכן קידוש האט מען געדאווענט מנחה בערך 3:00 מיטאג, ווען די עולם איז אהיימגעגאנגן עסן די סעודת היום כמצווה עלינו.

6:30 איז מען זיך צוזאמגעקומען און געפרעוועט א נעילת החג טיש וואס האט זיך געצויגן ביז נאכן זמן מוצאי ווען דער עולם איז ארויס אין א טאנץ נישט וועלענדיג ענדיגן מיט'ן געהויבענעם יום טוב אזוי שנעל.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:53 pm
► Show Spoiler
איידער איך הייב אן שרייבן איבער די ווייטער'דיגע ימים נוראים טעג און שפעטער די פרייליכע סוכות טעג, לאמיר קודם ארויפלייגן אביסעלע בילדער וואס איך האב באקומען פון איינער פון די אינגערלייט פונעם הערליכן בר מצוה וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת שובה אין קאסא גראנדע פאר הבחור החשוב יוסף שאול בן ר' מנחם פאכטמאן ני"ו.

אין די בילדער ווערט געזעהן די הערליכע בר מצוה, דער ציבור, דער בר מצוה בחור ביים זאגן די פשעטל, א ברודער פון ר' מנחם ביים געבן הדרכה פארן חתן הבר מצוה, זמירות, בענטשן ועוד.

בר מצוה.jpg
איז דער רב הרב ראבינאוויטש אב"ד קהל חסידים געווען ביי די בר מצוה? פארוואס זעט מען אים נישט אויף די בילדער? איז דאס געווען די ערשטע בר מצוה אין זיין קהילה?
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הושענא רבא אין קאסא גראנדע.

גאר א ווארימע דאווענען איז געווען אינעם הייליגן טאג הושענא רבא, ווי באשריבן אינעם לענגערע באריכט איבער די צווייטער האלב יום טוב,

דא איז צוויי בילדער פון הושענא רבא, איינס ווי דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי זאגט פאר די הושענות.
פיילס
IMG-20251015-WA0051.jpg
IMG-20251015-WA0051.jpg (180.41 KiB) געזען געווארן 2344 מאל
IMG-20251015-WA0054.jpg
IMG-20251015-WA0054.jpg (199.78 KiB) געזען געווארן 2344 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

איך שעם זיך אז איך האב נאכנישט געפאוסט אזא וויכטיגע נייעס, אז נאך א משפחה האט געמופט צו די היימישע ישוב קאסא גראנדע!

ר' אברהם חיים נאאס את חשוב'ע סקווירא יונגערמאן, א איידעם פון דער עסקן למען הישוב ר' משה סורקיס הי"ו.

א דורכברוך אינעם עולם הדירות, א יונגערמאן וואס האט געמיינט אז ער קען נישט קויפן א דירה, קען קויפן א אייגענע פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע פאר א נישטיגע $15,000 אראפצולייגן ביים קלאויזינג!, און דארף א נישטיגע $2,000 חודשליכע מארטגעזש פעימענט.

נאכצוטון די צענדליגע גליקליכע חסידישע יונגעלייט וואס האבן שוין געקויפט און געמופט צו קאסא גראנדע, רופט דעם היימישע ריעלטור אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף 520.556.2000 אדער רופט דעם אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045

די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!!!
פיילס
IMG-20251020-WA0021.jpg
IMG-20251020-WA0021.jpg (425.88 KiB) געזען געווארן 2234 מאל
IMG-20251009-WA0071~2.jpg
IMG-20251009-WA0071~2.jpg (170.18 KiB) געזען געווארן 2234 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:46 pm איך שעם זיך אז איך האב נאכנישט געפאוסט אזא וויכטיגע נייעס, אז נאך א משפחה האט געמופט צו די היימישע ישוב קאסא גראנדע!

ר' אברהם חיים נאאס את חשוב'ע סקווירא יונגערמאן, א איידעם פון דער עסקן למען הישוב ר' משה סורקיס הי"ו.

א דורכברוך אינעם עולם הדירות, א יונגערמאן וואס האט געמיינט אז ער קען נישט קויפן א דירה קען שוין קויפן פאר א נישטיגע $15,000 אראפצולייגן צו קלאויזן זיין הויז, און דארף א נישטיגע $2,000 חודשליכע מארטגעזש פעימענט.

נאכצוטון די צענדליגע גליקליכע חסידישע יונגעלייט וואס האבן שוין געקויפט און געמופט צו קאסא גראנדע, רופט דעם היימישע ריעלטור אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף 520.556.2000 אדער רופט דעם אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045

די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!!!
פינקט יעצט האב איך געטראפן א שיינע קאריקטור פון א היימישע אריזאנע ריעל עסטעיט בראוקער נחמן לעפקאוויטש. זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.

רבותי אויב ענק ווילן וויסן מער איבער קאסא גראנדע קענט עטץ מיר קאנטאקטן אין אישי און מיר נאכמאכן אויך צו מופן צו אריזאנע.
פיילס
IMG-20251020-WA0041.jpg
IMG-20251020-WA0041.jpg (84.55 KiB) געזען געווארן 2212 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

תורה הקדושה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 11:25 pm

עס איז טאקע א גוטע קאריקטור מיט א ריכטיגע פוינט.

אבער אלץ די ווארט-זאגער פון א קהל חסידים ד'קאסא גראנדע. שפיר איך פארשעמט אז מ'שטעלט אהער קאסא גראנדא מיט אזעלעכע מאדערנע קאריקטורן און לאגאס מיט אזעלעכע קאויבוי היטלך וכדו', כאילו דאס איז וואס רעפרעזענטירט אונזער שטארק חסידישע ישוב.

איך ווייס נישט וועמען דאס דארף צו געפעלן, אבער אונז זעמיר א אמת'ע חסידישע ישוב וואס איז ווייט פון די סארט זאכן וואס די סארט קאריקטור און לאגא שטעלט פאר, אונז האלטן זיך שטארק צו די מסורה פון חסידישע מקומות פון ווי אונזערע תושבים און אנ"'ש קומען.

ביטע שעצט אונזער ווילן.

א דאנק
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

נעכטן האט מען אנגעהויבן די נייע יאר אין תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיט א קנאק, זעט אויס אז די קינדער האבן גוט געבעטן תחל שנה וברכותיה.

די ערשטע טאג אין חיידר איז דורך מיט א קנאק ווי קיינמאל בעפאר, די קינדער מיטן קאסא גראנדע חן זענען געקומען אין חיידר מסדר זיין חברותות און נאך, און געלערנט אויפן נייע סדר היום וואס ציט זיך ביז מנחה 4:30, ווען די עלטסטע כיתה דאווענט מנחה אינאיינעם במניין.

איינע פון די עלטערן האט מיר געשיקט די בילד פון די אנגעפילטע קלאס מיט די עלטערע קינדער כ"י.

אויך דא איז א לינק צו א קליפ ווי די קינדער פון די עלטערע כיתה דאווענען מנחה במניין.
פיילס
IMG-20251021-WA0033.jpg
IMG-20251021-WA0033.jpg (142.5 KiB) געזען געווארן 2058 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
בערנשטיין
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:52 pm
Location: Brooklyn NY
x 10

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך בערנשטיין »

תורה הקדושה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 11:25 pm
ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:46 pm איך שעם זיך אז איך האב נאכנישט געפאוסט אזא וויכטיגע נייעס, אז נאך א משפחה האט געמופט צו די היימישע ישוב קאסא גראנדע!

ר' אברהם חיים נאאס את חשוב'ע סקווירא יונגערמאן, א איידעם פון דער עסקן למען הישוב ר' משה סורקיס הי"ו.

א דורכברוך אינעם עולם הדירות, א יונגערמאן וואס האט געמיינט אז ער קען נישט קויפן א דירה קען שוין קויפן פאר א נישטיגע $15,000 אראפצולייגן צו קלאויזן זיין הויז, און דארף א נישטיגע $2,000 חודשליכע מארטגעזש פעימענט.

נאכצוטון די צענדליגע גליקליכע חסידישע יונגעלייט וואס האבן שוין געקויפט און געמופט צו קאסא גראנדע, רופט דעם היימישע ריעלטור אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף 520.556.2000 אדער רופט דעם אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045

די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!!!
פינקט יעצט האב איך געטראפן א שיינע קאריקטור פון א היימישע אריזאנע ריעל עסטעיט בראוקער נחמן לעפקאוויטש. זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.

רבותי אויב ענק ווילן וויסן מער איבער קאסא גראנדע קענט עטץ מיר קאנטאקטן אין אישי און מיר נאכמאכן אויך צו מופן צו אריזאנע.
זייער פיין.

איז דא דזאבס אויך? מען דארף דאך האבן פון ווי צו צאלן די 1950 אויך.
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שוהם »

ישוב החדש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:54 am נעכטן האט מען אנגעהויבן די נייע יאר אין תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיט א קנאק, זעט אויס אז די קינדער האבן גוט געבעטן תחל שנה וברכותיה.

די ערשטע טאג אין חיידר איז דורך מיט א קנאק ווי קיינמאל בעפאר, די קינדער מיטן קאסא גראנדע חן זענען געקומען אין חיידר מסדר זיין חברותות און נאך, און געלערנט אויפן נייע סדר היום וואס ציט זיך ביז מנחה 4:30, ווען די עלטסטע כיתה דאווענט מנחה אינאיינעם במניין.

איינע פון די עלטערן האט מיר געשיקט די בילד פון די אנגעפילטע קלאס מיט די עלטערע קינדער כ"י.

אויך דא איז א לינק צו א קליפ ווי די קינדער פון די עלטערע כיתה דאווענען מנחה במניין.
► Show Spoiler
וואס איז דער סדר הכיתות, וועלכע כיתות זענען דא און וועלכע זענען צאמגעשטעלט?
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

בערנשטיין האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:58 am
תורה הקדושה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 11:25 pm
ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:46 pm איך שעם זיך אז איך האב נאכנישט געפאוסט אזא וויכטיגע נייעס, אז נאך א משפחה האט געמופט צו די היימישע ישוב קאסא גראנדע!

ר' אברהם חיים נאאס את חשוב'ע סקווירא יונגערמאן, א איידעם פון דער עסקן למען הישוב ר' משה סורקיס הי"ו.

א דורכברוך אינעם עולם הדירות, א יונגערמאן וואס האט געמיינט אז ער קען נישט קויפן א דירה קען שוין קויפן פאר א נישטיגע $15,000 אראפצולייגן צו קלאויזן זיין הויז, און דארף א נישטיגע $2,000 חודשליכע מארטגעזש פעימענט.

נאכצוטון די צענדליגע גליקליכע חסידישע יונגעלייט וואס האבן שוין געקויפט און געמופט צו קאסא גראנדע, רופט דעם היימישע ריעלטור אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף 520.556.2000 אדער רופט דעם אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045

די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!!!
פינקט יעצט האב איך געטראפן א שיינע קאריקטור פון א היימישע אריזאנע ריעל עסטעיט בראוקער נחמן לעפקאוויטש. זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.

רבותי אויב ענק ווילן וויסן מער איבער קאסא גראנדע קענט עטץ מיר קאנטאקטן אין אישי און מיר נאכמאכן אויך צו מופן צו אריזאנע.
זייער פיין.

איז דא דזאבס אויך? מען דארף דאך האבן פון ווי צו צאלן די 1950 אויך.
די פשוטע ענטפער איז יא, אבער איך גלייב דו ווילסט וויסן מער דיטעילס, איך האלט אינמיטן אנגרייטן א קלארע דיטעילד ענטפער,
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שוהם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:10 pm
ישוב החדש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:54 am נעכטן האט מען אנגעהויבן די נייע יאר אין תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיט א קנאק, זעט אויס אז די קינדער האבן גוט געבעטן תחל שנה וברכותיה.

די ערשטע טאג אין חיידר איז דורך מיט א קנאק ווי קיינמאל בעפאר, די קינדער מיטן קאסא גראנדע חן זענען געקומען אין חיידר מסדר זיין חברותות און נאך, און געלערנט אויפן נייע סדר היום וואס ציט זיך ביז מנחה 4:30, ווען די עלטסטע כיתה דאווענט מנחה אינאיינעם במניין.

איינע פון די עלטערן האט מיר געשיקט די בילד פון די אנגעפילטע קלאס מיט די עלטערע קינדער כ"י.

אויך דא איז א לינק צו א קליפ ווי די קינדער פון די עלטערע כיתה דאווענען מנחה במניין.
► Show Spoiler
וואס איז דער סדר הכיתות, וועלכע כיתות זענען דא און וועלכע זענען צאמגעשטעלט?
די כיתה אויפן בילד איז צאמגעשטעלט קינדער פון כיתות ז' ביז ט',

עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז די סדר פון די כיתות קען זיך טוישן אפילו אינמיטן יאר ווען עס קומען אן נייע קינדער און עס פעלט זיך אויס צו ארומטוישן די כיתות, דאן אויב האט מען די מלמדים טוט מען דאס, און מען האט עס שוין געטון עטליכע מאל אין די פארגאנגענהייט.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ישוב החדש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:54 am נעכטן האט מען אנגעהויבן די נייע יאר אין תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיט א קנאק, זעט אויס אז די קינדער האבן גוט געבעטן תחל שנה וברכותיה.

די ערשטע טאג אין חיידר איז דורך מיט א קנאק ווי קיינמאל בעפאר, די קינדער מיטן קאסא גראנדע חן זענען געקומען אין חיידר מסדר זיין חברותות און נאך, און געלערנט אויפן נייע סדר היום וואס ציט זיך ביז מנחה 4:30, ווען די עלטסטע כיתה דאווענט מנחה אינאיינעם במניין.

איינע פון די עלטערן האט מיר געשיקט די בילד פון די אנגעפילטע קלאס מיט די עלטערע קינדער כ"י.

אויך דא איז א לינק צו א קליפ ווי די קינדער פון די עלטערע כיתה דאווענען מנחה במניין.
פאר די וואס פרעגן אין אישי, עס פעלט נאך איין יונגעל פון די קלאס אויפן בילד, ער קומט צוריק היינט אדער מארגן, איך וועל פראבירן צו האבן א בילד מיט אים און איבערלייגן
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

אין ליכט פון די לעצטע אויפוואכונג פון א גרויסע עולם וואס רופן אריין צום אפיס פונעם ועד העיר און צו די ועד העיר'ס ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, צו מופן צו קאסא גראנדע, באקומט מען גאר אסאך פראגען וועגן זשאב'ס און פרנסה,

דערפאר האב איך אנגעהויבן שרייבן א הערליכע דיטעיל'ט באריכט איבער זשאב'ס און פרנסה און אלעס ארום, די באריכט וועט בעזה"ש פארעענטפערן אלע קשיות און געבן א קלארע בליק אז יעדער זאל וויסן און פארשטיין אלעס וואס איז נוגע זשאב'ס און פרנסה פאר איינער וואס וויל אהער מופן.

איך האף עס צו האבן פארטיג און אפלויעדען שוין מארגן בס"ד.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
בערנשטיין
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:52 pm
Location: Brooklyn NY
x 10

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך בערנשטיין »

ישוב החדש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 6:00 am אין ליכט פון די לעצטע אויפוואכונג פון א גרויסע עולם וואס רופן אריין צום אפיס פונעם ועד העיר און צו די ועד העיר'ס ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, צו מופן צו קאסא גראנדע, באקומט מען גאר אסאך פראגען וועגן זשאב'ס און פרנסה,

דערפאר האב איך אנגעהויבן שרייבן א הערליכע דיטעיל'ט באריכט איבער זשאב'ס און פרנסה און אלעס ארום, די באריכט וועט בעזה"ש פארעענטפערן אלע קשיות און געבן א קלארע בליק אז יעדער זאל וויסן און פארשטיין אלעס וואס איז נוגע זשאב'ס און פרנסה פאר איינער וואס וויל אהער מופן.

איך האף עס צו האבן פארטיג און אפלויעדען שוין מארגן בס"ד.
im waiting
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ישוב החדש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 6:00 am אין ליכט פון די לעצטע אויפוואכונג פון א גרויסע עולם וואס רופן אריין צום אפיס פונעם ועד העיר און צו די ועד העיר'ס ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, צו מופן צו קאסא גראנדע, באקומט מען גאר אסאך פראגען וועגן זשאב'ס און פרנסה,

דערפאר האב איך אנגעהויבן שרייבן א הערליכע דיטעיל'ט באריכט איבער זשאב'ס און פרנסה און אלעס ארום, די באריכט וועט בעזה"ש פארעענטפערן אלע קשיות און געבן א קלארע בליק אז יעדער זאל וויסן און פארשטיין אלעס וואס איז נוגע זשאב'ס און פרנסה פאר איינער וואס וויל אהער מופן.

איך האף עס צו האבן פארטיג און אפלויעדען שוין מארגן בס"ד.
ווי דערמאנט איז לעצטענס שטארק געשטיגן די אינטערעסע, און גאר אסאך מענטשן רופן און אינטרעסירן זיך צו מופן צו קאסא גראנדע, פארשטייט זיך אז איינע פון די מערסט, און אפשר גאר די מערסטע, געפרעגטע קשיא איז, וואס טוט זיך מיט זשאב'ס / ארבייטס געלעגנהייטן / אינקאם, וגו'?
רעדענדיג מיט אסאך מענטשן וואס קוקן אריין וועגן מופן צו אונזער נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, האב איך זיך באקענט מיט אן אינטערעסאנטן פאקטאר, אז אפילו נאכדעם וואס א מענטש האט שוין גענומען די מיה און אויסגעטשעקט א געגענט און אפגעמאכט צו מופן, צו קאסא גראנדע אדער צו סיי וועלכע אנדערע נייע ישוב, קומט אייביג ארויף די דאזיגע באמבע קשיא – זשאב/פרנסה געלעגענהייטן – וואס קען אויפרייסן און חרוב מאכן אלע שיינע חלומות און פלענער וואס דער מענטש האט שוין אויפגעבויעט ביי זיך אין קאפ, אפילו אויב דער מענטש קען אנהאלטן זיין זשאב אין די נייע ישוב.
האב איך אפגעמאכט אויסצושמועסן מיט'ן עולם די ברייטע און נישט גרינגע טעמע פון זשאב'ס/פרנסה, איז עס טאקע אזוי שווער צו טרעפן א דזשאב? איז טאקע די מצב מיט דזשאבס בעסער אין ניו יארק? אדער אפשר איז פרנסה א פראבלעם אבער נישט אזוי שלעכט, נאר עס גאר אנדערע סיבות וואס ברענגען צו אז מען זאל ארויפווארפן די נאסע ליילעך פון 'פרנסה' אויף דעם גאנצן פלאן. אפשר האט ער זיך פשוט דערשראקן פון דעם געוואגטן שריט וואס ער האט געפלאנט צו טון, און אן אפילו טון סיי וועלכע השתדלות צו זעהן אויב עס איז דא א זשאב'ס, האט מען זיך שוין אנגעכאפט אויפן תירוץ, "דער דזשאב". אפשר איז יא דא א דזשאב נאר מען האט מורא אז איך וועל מיך דארפן זיך צושטעלן צום זשאב אנשטאט אז די זשאב וועט זיך צושטעלן צו מיר.
לאמיר צום ערשט אויסשמועסן די צדדים און דערנאך צוריקקומען צו די עצם זשאב טאפיק, (צו עס איז דא זשאב'ס און וויאזוי טרעפט מען די פאסיגע זשאב) ביים צווייטער האלב פונעם שמועס.
איך וויל ערשט צונעמען און אויסשמועסן, נאך א ערשיינונג וואס איך באמפ אריין אוו איז זייער א אפטער ערשיינונג,
פארוואס איז עס אזוי, אז אפילו אזא איינער וואס קען טון זיין ארבייט איבעראל אן זיין צוגעבינדן צו א פלאץ, פרעגט אויך די זעלבע קשיא, וואס טוט זיך מיט פרנסות? וואס ליגט אינטער די קשיא? ער האט דאך נישט די קשיא פאר זיך זעלבסט ווייל ער האט דאך א זשאב אדער ביזנעס וואס ער קען טון אויך אין דעם נייעם ישוב, איז אויב אזוי פארוואס פרעגט ער די פראגע?
פארוואס פרעגט ער נישט "מתי אעשה גם אנכי לביתי?" רבי יוד, טראכט אריין און מאך זיך דיין אייגענעם חשבון; איך האב א גוטע דזשאב אבער וויפיל איך ארבייט קען איך זיך נאכאלץ נישט דעקן אין ניו יארק. אם אין אני לי מי לי, נישט מיין טאטע, ברודער, שוואגער אדער שווער קען מיך אויסלייזן פון מיין מוטשעניש צו דעקן מיין חודש, לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין און אזויווי יעקב אבינו האט געטון, איינגעפאקט די פעק און זעק און אפגעפיצט פון שווער און שוויגער אינמיטן נאכט (פארשטייט זיך נאר אויב די שווער לאזט נישט, אויב וויל דער שווער באגלייטן מיט תופים ומחולות זאל מען זיכער נישט אנטלויפן אינמיטן נאכט). האב נישט מורא אז זי וועט נישט מסכים זיין, זי וועט נאך ארויס'גנב'ן די געפילטע פיש באהאלטענערהייט, זיכער צו מאכן אז אירע עלטערן קומען נאך איר צו באזוכן... און צו בענטשן...
איי פארוואס פרעגסטו א קשיא וועגן פרנסה, לאמיר צונעמען די זאך. יעצט אויף די מינוט פארדינסטו דאך אויך נישט גענוג. כאטש דו פארדינסט פיל מער ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער בירגער אין דיין עידזש, קענסטו זיך נאך אלץ נישט דעקן. איז אויב אזוי אפשר דארף מען צוערשט קוקן אויף אנדערע זאכן ווי די געציילטע באקוועמליכקייט וואס מען האט פון די יעצטיגע סביבה וואס ברענגט באמת כמעט גארנישט. נאר מען זאל קוקן אויף די בענעפיטן וואס קומט פון קענען קויפן א אייגענעם הויז, די בענעפיטן פון א רואיגערע לעבן, די בענעפיטן פון האבן די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט! .
בכלל ווען מען קוקט אריין אין א נייע מקום ישוב, דארף מען צולייגן אויף וואס מען קוקט אין בולעט פוינטס. פרנסה/אינקאם, הוצאות החיים, ערליכע געזעלשאפט פאר די עלטערן און די קינדער, צו שטייען די מוסדות אויף ערליכע יסודות, קען איך זיך ערלויבן צו קויפן אן אייגענעם הויז, ווי שווער וועט מיר זיין צו האבן אלע אידישע געברויכן ווי מקוה, בתי מדרש, עירובין, מורה הוראה אויפן פלאץ, גראסערי, פארברענגט מען גוט אינאיינעם, איז דא פארקס פאר די קינדער צו שפילן, זענען די גאסן איידל, איז דא גוטע דאקטוירים, איז דא גוטע שפיטעלער מען זאל נאר דארפן פאר שמחות, גייט נישט די הוצאות פון פארן און קומען צו ניו יארק אויסטרוקענען דאס געלט וואס איך גיי זיך שפארן? די אלע אויבענדערמאנטע פראגעס אויסער אינקאם האבן גאר גונסטיגע ענטפערס, כמעט אלע זענען אסאך בעסער אין קאסא גראנדע ווי אין די עסטעבלישטע אידישע געגענטער.
דערקעגן זענען דא קשיות וואס האבן טאקע נישט אזעלעכע גונסטיגע ענטפערס, ווי פאלגענד,
וועל איך קענען גיין צו שמחות יעדע נאכט, וועלן משפחה קומען צו מיינע שמחות, האב איך כוח צו די שלעפעניש צו פארן מיט די משפחה צו זיידי און באבי אדער צום רבי'ן, וועל איך קענען דולדן צו דאווענען מיט מענטשן פון אזויפיל קרייזן און מיטהאלטן יעדעם'ס אינטרעסאנטע מנהגים, וועל איך מוזן זיין אריינגעמישט אין א פאליטיק, קען איך פארנעמען צו וואוינען מיט אזוי ווייניג אידן, קען מען אויסהאלטן די היץ אין די זומער,
עס איז אמת אז א נייע ישוב האט שוועריגקייטן, אבער לאמיר צונעמען די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קוקן קעגן די ווייניגער וויכטיגע, און לאמיר נעמען די זעלבע קשיות אין עס שטעלן ביים ישוב ווי די וואוינסט יעצט, בואו נחשוב חשבונו של ישובים, און די חשבון וועט זיין גאר שרייענד, ריכטיג עס וועט בלייבן געוויסע בולעט פוינטס וואס וועלן זיין שווער ביז די ישוב ווערט גרויס, לאמיר נישט פארגעסן די שוועריגקייטן וואס די עסטעבלישטע ישובים טראגן מיט זיך, (בנוסף וואס אונז ווייסן דאך דער כלל פון מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, כל שכן ווען עס איז דא אזוי סאך אור. דער מענטש וואס איז א נחשון און מופט איז גאר די אור אליין די אור און וועג-ווייזער פאר נאך הונדערטער אידן וואס וועלן קומען נאך אים. דאס גייט אים לעכטיג מאכן).
יעצט לאמיר צוריקקומען צו די וועלעכע האבן נישט קיין זשאב וואס ער קען אנהאלטן אדער טון אין די נייע ישוב וואו ער וויל מופן, צו איז דא פאר אים אפערטוניטיס אדער נישט, אידישע זשאבס אדער ביזנעס געלעגענהייט, אדער לאקאלע זשאבס נישט דוקא ביי אידן, אדער גאר זשאבס ביי די קהילה.
עס איז וויכטיג צו אנערקענען אז כדי צו קענען אנקומען צו רואיגערע לעבן מיט א אייגענע דאך איבערן קאפ און דעקן אפילו די ביליגערע קאסטן מוז מען אסאך מאך משלים זיין מיט א פרעמדע זשאב, נישט עפעס צו וואס מען איז געווען צוגעוואוינט ביז יעצט. די פראבלעם איז נישט נאר אין די נייע ישובים, נאר אפילו אין די עסטעבלישטע ישובים דרייען זיך ארום הונדערטער יונגעלייט וואס זוכן און קענען זיך נישט צופאסן צו א זשאב. די פראבלעם איז טאקע שווערער, און לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט,
די גמרא לערנט אונז פון משה רבנו מסכת בבא בתרא דף ק"י, כך מקובלני מבית אבי אבא: לעולם ישכיר אדם עצמו לעבודה זרה ואל יצטרך לבריות און די גמרא איז מסביר פשט אז עס מיינט נישט עבודה זרה ממש אלא עבודה זרה, עבודה שזרה לו, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין רמב"ם און שולחן ערוך יורה דעה סימן רנ"ה ואפילו היה חכם מכובד והעני – יעסוק באומנות, ואפילו באומנות מנוולת, ולא יצטרך לבריות. וכך צוו חכמינו ז"ל בפסחים קי"ג.
זייער אסאך מענטשן ווילן א זשאב וואס זאל זיין אזוי ווי א כולל ווי מען קען טרינקן קאווע און שמועסן אביסל אא"וו און פארשטייט זיך אז דאס קען מען נאר טון מיט א אידישע פרנסה געבער, פאר אזא איינעם איז דערווייל טאקע דא גאר ווייניג אפשעינס, דער וואס האלט ביים ארבייטן קאמיטעט צו זיין זשאב אבער וויל דוקא ארבייטן ביי א איד, האט אפערטוניטיס צו ארבייטן אין די מוסדות אדער אין די קהילות ביזנעסער, געוואנדן אויב ער איז פאסיג פאר די ארבייט, און יא צוביסלעך קומען כסדר צו נאך ביזנעסער וואס נעמען אן אידישע ארבייטער, מען האט יעצט אפגעמאכט מטעם די ועד העיר א הסכם מיט צוויי גרויסע היימישע ביזנעסער אין ניו יארק וואס וועלן הייערן ארבייטער וואס ווילן ארבייטן רימאויט, יעדע חודש איז דא נאך ביזנעסער וואס פארבינדן זיך מיט די ועד העיר צו אפפארן זשאב'ס פאר מענטשן, צום אויספיר, עס זענען אלץ דא זשאב'ס אפערטוניטיס, אבער פארשטייט זיך אז עס איז אלץ לימיטעד צו געציילטע זשאב'ס און עס איז טאקע נישטא די גרויסע סעלעקשין, אויך טוט די ועד העיר זיך אפגעבן מיט ערענסט אינטרעסירטע צו העלפן טרעפן זשאב'ס ביי די לאקאלע גרויסע ביזנעסעס וואס מען האט אנגעקניפט / מען ארבייט צו אנקניפן גאר גוטע באציאונגן.
אזוי אויך טוט די ועד העיר העלפן מענטשן וואס ווילן עפענען א נייע ביזנעס, קאסא גראנדע איז א נייע שטאט וועלעכע וואקסט גאר שנעל, און עס פעלן נאך גאר אסאך לאקאלע ביזנעסער וואס דארף צו זיין אין א שטאט. דערפאר ארבייט די ועד העיר האנט ביי האנט מיט די מענטש וואס אינטרעסירט זיך צו וויסן צו עס איז ראטזאם צו עפענען א ביזנעס וואס ער קלערט, די ועד גייט ארויס די עקסטערע סטעפ צו העלפן יעדעם צו האבן א זשאב.
אבער עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז א מענטש דארף זיין אויפריכטיג צו ער איז טאקע גרייט צו ארבייטן און צו ער איז פאסיג צו טון די סארט ארבעט וואס ער נעמט זיך אונטער און אפילו אויב ער פילט נישט אז עס איז פאסיג פאר אים, דארף ער וויסן אז ער איז מוכן ומזומן צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג, אן זיך פאפן און אנהייבן א זשאב וואס ער וועט שפעטער אויסשפילן די ארבייט-געבער וואס וועט מאכן א שווערע אטמאספער, ווען ער וועט האבן תרעומות פארוואס די ארבייט-געבער איז נישט צופרידן פון זיין ארבייט. דערפאר איז וויכטיג א מענטש זאל זיך מאכן א חשבון וואס איז ער גרייט צו טון צו קענען האבן א לעבן וואס ער קען קאווערן זיין בודזשעט, אן דארפן ארבייטן עטליכע שיפטס אדער אסאך אווער-טיים אדער טון משוגענע אדער גאר ריזיקאלישע זאכן, וויפיל איז ער גרייט צו ארבייטן אן עבודה שזרה לו אבער פארדינען בעסערע פאמיליע צייט, מער צייט צו פארברענגן מיט די בני בית און די קינדער אא"וו. בנוסף צו א רואיגע לעבן ווי ער קען עפארדן צו קויפן און וואוינען אין זיין אייגענע גרויסע פריוואטע הויז, מיט א נישטיגע $15,000 צום קלאויזינג, אן דארפן לויפן זיך אנבארגן פון א האלבע שטאט.
אויב ווילסטו זיך פארבינדן מיט'ן ועד העיר ביי צו אפפערן הילף מיט צושטעלן זשאב'ס פאר נייע קוראשפולע תושבים, אדער זוכסטו א זשאב, רוף די אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045 אדער אימעיל צו khalchasidimcg@gmail.com
איך האב שוין איינמאל געשריבן ווי א יונגערמאן מיט א משפחה מיט זיבן קינדער קע"ה האט זיך געמאכט די חשבון אז ס'לוינט אים צו מופן קיין קאסא גראנדע אפילו אן האבן גרייט א זשאב, נאכן אויסרעכענען אז מיט'ן וואוינען אין קאסא גראנדע אן קיין זשאב בלייבט ער סוף חודש מיט א קלענערע דעפיציט ווי וואוינען אין מאנסי מיט א זשאב ווי ער ארבייט 15 שעה א טאג. איך האב דארט געברענגט די חשבונות וואס משפחות ברוכות ילדים קענען זיך אליין אויסשפילן זייער באזשעט אויף א עקסעל פייל, קענען זען די אמת'ע באזשעט וואס קאסט זיי אין ניו יארק קעגן די באזשעט פון זייער לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע.

איך האב מיר אראפגעזעצט שרייבן און מסביר זיין די חשבון פון דעם יונגערמאן, אבער איך האב מחליט געווען ענדערש צו אויסשמועסן די אוועראל בילד, וויפיל די לעבן קאסט אין ניו יארק קעגן די קאסט פון די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע,
הסבר וויאזוי צו ליינען די פיילס;
איך בין געזעצן אויף א עקסעל פייל אין אריינגעלייגט די נומערן אין די קעסטעלעך, ווען פון איין זייט לייג איך די נומערן פון די קאסטן אין ניו יארק און די צווייטע זייט האב איך אריינגעלייגט די נומערן פון קאסא גראנדע.
איך האב אנגעהויבן די חשבונות פאר איינער וואס קלערט צו קויפן א טאונהאוז אין מאנסי אדער א פריוואטע גרויסע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט די היינטיגע אינטערעסט ראטעס, נעמענדיג מאנסי פאר די סעמפל פארן חשבון, איך האב גערעכענט א שכר לימוד באזשעט פון $450 פער קינד, פאר א משפחה וואס צאלט שכר לימוד פאר זעקס קינדער קע"ה.
נאכן ענדיגן דעם חשבון האב איך געמאכט א נייע עקסעל פאר די זעלבע סייז משפחה אבער אנשטאט וואס זיי קויפן א הויז דינגען זיי א פינף בעדרום אפארטמענט אין מאנסי קעגן דינגען א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע,
דערנאך האב איך געמאכט נאך א עקסעל פייל פאר א משפחה מיט פינף קינדער וואס קויפט א טאוינהויז אין מאנסי קעגן קויפן א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע.
די חשבונות האב איך געבויעט פאר א משפחה וואס האט נישט קיין פראגראמען, אויך נישט קיין שווארצע געלטער, נאר טריקענע קאסט נומערן. נעמענדיג אין באטראכט אז ווען א מענטש פארדינט שוין יא די אומגעהויערע סכום צו קענען דעקן די לעבנ'ס קאסטן, האב איך גערעכנט וויפיל שטייערן ער דארף צאלן לויט זיין אינקאם.
אזוי אויך האב איך אריינגערעכנט הוצאות וואס זענען נישט קביעות'דיג יאר איין יאר אויס, ווי למשל א מענטש וואס האט א הויז דארף יעדע צען ביז צוואנציג יאר באנייען די מאשינערי פון די הויז ווי בוילער, הייס וואסער טאנק, עיר קאנדישען, אדער דאך פון די הויז אא"וו,
ימים טובים אדער אנדערע איינמאליגע הוצאות האב איך איינגעטיילט לויט די חדשים פון די יאר, אזוי טוט געווענליך אן אויסגערעכנטער מענטש, ער לייגט אוועק אביסל פון זיין חודש'ליכע געהאלט פאר די איינמאליגע הוצאות.
איך האב נישט אריינגערעכנט די קאסטן פון שמחות וואס מען מאכט ווען מען האט א שטוב פון קינדער. און נאך אנדערע הוצאות געצייכענט אין געל.
איך האב אריינגערעכנט די קאסט פון וואקאציע וואס געווענליך א מענטש וואס ארבעט און קען דעקן אזאנע באזשעטס מוז דאך פארן א וואקאציע, די זעלבע האב איך גערעכענט די קאסט פון וואקאציע פאר אריזאנע תושבים,
בנוסף, האב איך צוגעלייגט ביי קאסא גראנדע אריזאנע א באזשעט פון טרעוול, צוויי מאל א יאר פאר די גאנצע משפחה צו פארן קיין ניו יארק (רוב תושבי קאסא גראנדע פארן אפילו נישט די צוויי מאל)
די תוצאות זענען אויסגעקומען הימל שרייענד!
. די לעבן פאר א שטוב מיט פינף אדער זעקס קינדער וואס קויפן א הויז אין קאסא גראנדע לעבט א העכערע סטאנדארט ווי אין ניו יארק, און מיט דעם אלעם קאסט די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט 45/46 פראצענט ביליגער פון די לעבן אין מאנסי.
. פאר א משפחה וואס דינגט א דירה, איז קאסא גראנדע ביליגער מיט 34 פראצענט פאר א העכערע סטאנדארט ווי אין מאנסי באקומענדיג א גרויסע פריוואטע הויז אנשטאט א עטליכע שטאקיגע טאוינהויז אדער קאנדא וואס על פי רוב פאררעכט די לענדלארד כמעט גארנישט און גאר אסאך מאל איז די הויז אין מאנסי גאר אלט.
איך וועל דא עטעטשן די דריי אויבענדערמאנטע פיילס אין א PDF ווערסיע, אויב איינער וויל ארומשפילן מיט די נאמבערס צוגעפאסט לויט זיין באזשעט קען ער בעטן פאר די אפענע EXCEL ווערסיע, פון מיר אין אישי אדער פון די קהילה האום אדווייזערי אפיס פון די ועד העיר 520.535.1045, אדער דעם היימישע אריזאנע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף 520.556.2000, וועלכער וועט אים שיקן די פייל, און אויב ווילסטו, וועט די ועד העיר דיר העלפן מאכן די חשבונות לויט דיינע פערזענליכע צרכים.

* זייטס מיר מוחל אויף די טייפאו מיסטעיקס פון די פיילס, מען דארף עס נאך שענער מאכן. אבער דערווייל קען עס בייהילפיג זיין פאר גאר אסאך אידישע קינדער.
פיילס
arizona vs monsey rent 6 children (1) (1).pdf
(103.91 KiB) דאונלאודעד 26 מאל
arizona vs monsey 5 children (1) (1).pdf
(104.77 KiB) דאונלאודעד 11 מאל
arizona vs monsey 6 children (1) (1).pdf
(104.76 KiB) דאונלאודעד 14 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שמעון בא לעיר! א שיינע קרישקילע אין די באקאנטע מאמענט מאגאזין ווי זיי ברענגן די ברוכים הבאים פאויסטער וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע לכבוד רבי שמעון ראלניצקי פאר זיין זיך אריבערציען צו קאסא גראנדע אריזאנע.
פיילס
IMG-20251023-WA0036.jpg
IMG-20251023-WA0036.jpg (376 KiB) געזען געווארן 1296 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ברוך ה' אז די יאר האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, די עלטערע קלאס וואס באשטייט דאס יאר פון צען קינדער בליעה"ר, פארט אויף באקוועמע רעדער, די קלאס איז שוין מער עקסייטעט ווי עס איז געווען די לעצטע עטליכע יאר ווען די קלאסן זענען באשטאנען פון ווייניג קינדער, די קינדער האבן געבעטן אז אנשטאט ענדיגן חיידר 4:30 ווילן זיי זיין לענגער אין חיידר, דערפאר האט מען געטוישט די זמן פון מנחה וואס איז געווען באשטימט פאר 4:30 און פון היינט אין ווייטער וועלן די קינדער לערנען אין חיידר ביז 5:00 און דאווענען מנחה 5:10.

די חשבון פארוואס מען האט קובע געווען די נייע זמן מנחה פאר 5:10 איז צוליב וואס מען וויל האלטן די קביעות'דיגע זמן מנחה זאל זיין בעפאר די פריה'סטע שקיעה פון קאסא גראנדע, וואס איז 5:20, קומט אויס אז די שפעטסטע קביעות'דיגע זמן וואס מען קען זיך שטעלן מנחה איז 5:10, די נייע זמן איז אויך בעסער אויסגערעכנט פאר די יונגעלייט וועלעכע ארבייטן און ענדיגן זייער זשאב 5:00 אזייגער.

איך וועל ארויסלייגן די נייע זמנים צעטיל ווען איך וועל עס באקומען, אויפדערווייל זע איך אז איך האב פארפעלט צו לייגן די שינוי זמן צעטיל פאר די טעגליכע שיעור פונעם דיין הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א
פיילס
IMG-20251005-WA0071.jpg
IMG-20251005-WA0071.jpg (300.99 KiB) געזען געווארן 1160 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

קינדער פון תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביים מקבל פנים זיין די נייע בעבי הינער וואס זענען אנגעקומען אין שפיל-הויף פון די תלמוד תורה.

די קינדער האבן שוין אויפגעהאדעוועט גרויסע טשיקענס די לעצטע האלבע יאר, די גרויסע טשיקענס לייגן שוין אייער און די ילדי התלמוד תורה האנדלן מיט די אייער זיך לערנענדיג צו האנדלן ערליך, "מֹ֧אזְנֵי צֶ֣דֶק אַבְנֵי צֶ֗דֶק אֵ֥יפַת צֶ֛דֶק וְהִ֥ין צֶ֖דֶק יִהְיֶ֣ה לָכֶ֑ם"
פיילס
IMG-20251030-WA0002.jpg
IMG-20251030-WA0002.jpg (284.39 KiB) געזען געווארן 1082 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

היות דעם שבת קודש איז אויסגעפאלן להבדיל די גויאישע חאגא האלאווין. האט מען ארויסגעשטעלט די הוראות פונעם רב איבער וויאזוי זיך צו פירן מיט די נישט אידישע שכנים.
פיילס
IMG-20251101-WA0002~2.jpg
IMG-20251101-WA0002~2.jpg (69.72 KiB) געזען געווארן 958 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

דעם שבת קודש אינדערפרי ווען איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד, ווענדענדיג זיך צום טיר וועלעכע פירט פונעם היכל ביהמ"ד צום חצר ווי עס געפינט זיך די מקוה, איז מיר קעגן געקומען אסאך קינדער, וואס זענען פינקט אריינקומענדיג פונעם חצר צום ביהמ"ד, אלע קינדער זענען געווען מיט גרויסע שמייכלן אויסגעשפרייט אויף זייערע פענימער, עס האט קלאר אויסגעזען ווי עפעס איז יעצט פארגעקומען, אויף מיין פראגע צו עפעס איז פארגעקומען, פון ווי קומען יעצט אלע קינדער, האט מען מיר געענטפערט אז דער מלמד האט מיט גרויסע הצלחה אנגעהויבן בעארבייטן דעם שבת ביי די קינדער, מאכן פראגראמען וואס די קינדער האבן אויפגענומען מיט גרויסע עקסטאז, אז אפילו שבת דאווענט מען אלע דריי תפילות אינאיינעם אויף די קביעות'דיגע פלעצער אזוי ווי די חיידר טעג, האסטו נישט געזען ביינאכט ווי פלייסיג די קינדער האבן געדאווענט... און יעצט קומען זיי אריין נאך א געשמאקע חברת תהלים ווי זיי האבו געזאגט אינאיינעם תהילים.

איך מוז זאגן איך האב געשפירט אז דאס איז קנאקעדיגע נייעס פאר אזא איינער וואס קוקט אריין צו מופן צו קאסא גראנדע, אפילו פאר סתם זייטיגע צוקוקער, צו זען די סיעתא דשמיא און הצלחה וואו מען ריקט זיך אלץ פאראויס אין חינוך הבנים אין קהל חסידים אין די נייע בליענדע יישוב קאסא גראנדע אריזאנע.

די זעלבע צייט וויל איך באצאלן מיין חוב צו ברענגן די פארראכטענע לוח זמני תפלה נאכן טוישן די זמן מנחה צו 5:10 ווי אועסגעשמועסט אין א פריערדיגע תגובה.
פיילס
IMG-20251030-WA0003~2.jpg
IMG-20251030-WA0003~2.jpg (147.82 KiB) געזען געווארן 825 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

קרישקילע אין א זייט.

נעכטן נאכט האבן אידן די בכל אתר ואתר אויסער די אריזאנע יודן, מקיים געווע דעם מנהג ישן צוריק צו ריקן דעם זייגער צו די עכטע זייגער, דאס איז וויבאלד אריזאנע האט נישט אנגענומען די אלטוועלטליכע טראדיציע פון ריקן די זומער זייגער אויף צוריק כדאי צו פארדינען מער לעכטיגע צייט אין זימער,

די אריזאנע זייגער לויפט אגאנץ יאר די זעלבע, דערפאר קומט אויס אז ווינטער איז טאקע אפגעריקט צווישן די אריזאנע יודן און די ניו יארק'ע יודן צוויי שעה, אבער זימער ווען ניו יארק אזוי ווי די גאנצע וועלט ריקו יא די זייגער נאר אריזאנע ריקט נישט דאן ווערט די טיילונג צווישן די צוויי זייגער'ס דריי שעה,

אינטרעסאנט צו וויסן אז אין מיין אינטערוויו מיט הגאון הגדול רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל פאר די מאמענט מאגאזין, האט דער גאון געזאגט אז ער ריקט נישט די זייגער ביי זיך אין שטוב וועגן הרה"ק בעל חזון איש זצוק"ל האט געפסקנ'ט אז מיטן ריקן די זייגער איז מען עובר אויפן לאו פון ובחוקותיהם לא תלכו. אזוי אויך האמיר שפעטער געהערט פון פארשידעננע גדולים וואס האבן חושש געווען אויף דעם, און טאקע נישט געריקט די זייגער נאר געלאזט די ווינטער זייגער אגאנץ יאר. איז אונז אין אריזאנע האמיר א חשש ווייניגער אז מען דארף נישט ריקן די זייגער.

אלע חשובע געסט וואס פלאנען צו קומען באזוכן דאס יאר אין קאסא גראנדע, זאלן נעמען אין קאנסידערעישן אז די זייגער אין אריזאנע איז אנדערש פון גאנץ אמעריקא,

אויב ווילט איר וויסן מער רופט אן צו אריזאנע קאוישער ריזארטס אדער צו אפיס פונעם ועד העיר פאר סיי וועלעכע אינפארמאציע אדער הילף איר דארפסט האבן
פיילס
IMG-20251009-WA0067(1).jpg
IMG-20251009-WA0067(1).jpg (236.29 KiB) געזען געווארן 809 מאל
IMG-20250825-WA0008(2).jpg
IMG-20250825-WA0008(2).jpg (244.28 KiB) געזען געווארן 809 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

טייערע ברידער אין ניו יארק, אויב ביזטו פון די וועלעכע זעען פאראויס די שוועריגקייטן אין ניו יארק סיטי אינטער די נייע ערוויילטע קאמוניסטיש-גענויגטע מעיאר וועלעכע איז היינט געווארן ארייגעוואויט צו דינען אלץ די קומענדיגע מעיאר פון די סיטי,

דאן טוט צו די זאך, געדענק, דו קענסט האבן די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט! אין א "סווינג סטעיט" אריזאנע וואו יעדער פאליטישען ארבייט צו געפעלן פאר אלע סעקטעס פון מענטשהייט, צו כאפן נאך א וואויט.

רוף צום אפיס פון די ועד העיר און זייער בראוקער ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, אינאיינוועגס בענפעטירט שוין פון די פאקט אז דו וועסטו קענען קויפן א אייגענע הויז מיט'ן אראפלייגן בערך $15,000 דאון פעימענט!!! רופט שוין פאר מער אינפארמאציע 520.535.1045.
פיילס
IMG-20251009-WA0071~2.jpg
IMG-20251009-WA0071~2.jpg (170.18 KiB) געזען געווארן 507 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

זייט איך האב באקומען קאוויד אב תשפ"א, איך האב עס טאקע באקומען כמעט אנדערטהאלבן יאר שפעטער פון רוב עולם אין ניו יארק, דאס איז געווען א דאנק וואס קאוויד איז געווען אסאך שוואכער אין אריזאנע, דאך נאכן קומען אין קאנטאקט מיט פילע געסט האט זיך עס אנגעשטעקט אין מיר און עס האט מיר היפש שטארק עפעקטעט, איינע פון די נאכווייען איז געווען, אזוי ווי פיל אנדערע האב איך פארלוירן די חוש הריח, איך האב נישט געקענט שמעקן, דאס האט אזוי אנגעהאלטן עטליכע יאר, ביז די לעצטע יאר האט עס אנגעהויבן נאכלאזן און איך האב שוין געקענט שמעקן פארשידעננע זאכן, ווען יעדע שטיק צייט בין איך מוסיף והולך צוריקצובאקומען מער און מער די חוש הריח, ביז היינט נאכט האב איך ביים שפאצירן אויף די גאסן אין קאסא גראנדע, געשמעקט א ריח וואס איך פלעגן שפירן נאר די ערשטע יאר נאכן אנקומען צו קאסא גראנדע, און מענטשן פרעגן מיר כסדר וואס איז די פארם שמעק וואס שפירט זיך אין קאסא גראנדע.

איז לאמיר ענק זאגן, איינע פון די שוואכקייטן וואס קאסא גראנדע פארמאגט איז טאקע דאס, אנדערע זאגן אויף די זעלבע זאך אז עס גאר א מעלה וואס קאסא גראנדע פארמאגט, יעדע שטיק צייט איז דא עטליכע נעכט וואס גאנץ קאסא גראנדע און די אומגעגענט שפירט זיך און שמעקט ווי כאילו מען וואלט יעצט באזוכט א פארם פון קיען, די שמעק שפירט זיך פון צייט צו צייט, און נאר ביינאכט פאר צוויי דריי שעה, און מענטשן ווינדערן זיך פון וואס דאס קומט.

אויף די זעלבע גאס פון די קאוישער קעניאן גראסערי אין קאסא גראנדע, א נישטיגע 15 מייל צו פארן. צווישן אסאך קיען פארם'ס געפינט זיך די צווייט גרעסטע פארם אין אריזאנע, די באקאנטע שעמראק פארם מיט איבער צען טויזענט מילך קיען, דאס איז אויסער נאך אסאך יונגערע קיען, די פארם זיצט אויף א שטח פון 320 אקער לאנד, די פארם אפערעיט און מעלקט אירע קיען אלע פיר און צוואנציג שעה פונעם טאג.

די אויסנאמקייט פון דעם פארם איז אז אלע כשר'ע פראדוקטן פון די גאנצע וועלט וואס ווערט פראדוצירט מיט מילך שטויב קומט פון דעם פארם, איין חודש פון די יאר ווערט די מאשינערי געכשר'ט און די גאנצע ראן (run) פון יענע חודש ווערט אריבערגעפירט צו די קאמפאניס וואס פראדוצירן כשר'ע מילכיגע פראדוקטן.

און ווען די ווינט בלאזט די שמעק אין ריכטונג פון קאסא גראנדע וועט קאסא גראנדע זיך שפירן ווי א פארם.

ווילסט באזוכן דעם פארם קליק דא פאר זייער וועבזייטל https://share.google/9dZVyufpJFS2iSUqb

זיי שטעלן צו טור'ס פאר די קינדער און די משפחה, צו רעזערווירן קליקט https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 0UGSSMk83b
פיילס
sfdairygrouping_2020.jpg
sfdairygrouping_2020.jpg (238.16 KiB) געזען געווארן 367 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 520

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א פרישע שמועס פון ר' שמעון ראלניצקי אויף זיין קול מבשר ווינקל "א טראפ טיפער".

ר' שמעון טיילט מיט מיטן עולם אביסל איבער זיין מופן צו קאסא גראנדע, ער פארציילט א גאר אינטרעסאנטע עפיזאד וואס איז געשעהן אין קאנעקשן מיט זיין מופן צו קאסא גראנדע.

אויך שמועסט ער אויס די ריסק פון לעבן אינטער סאשעליזם, און אויב מאמדאני איז א סיבה ארויסצומופן פון ניו יארק צו קאסא גראנדע אריזאנע.
https://www.yiddish24.com/analysis/146/140868
הערט אויס ר' שמעון'ס חוות דעת איבער די פאליטישע מעלות פון אריזאנע.
ר' שמעון זאגט פאר די וועלעכע קווענקלען איבער מופן צו קאסא גראנדע, טוה עס פאר די קינדער!
פיילס
IMG-20251106-WA0006~2.jpg
IMG-20251106-WA0006~2.jpg (32.65 KiB) געזען געווארן 358 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
שרייב פאוסט