ישוב החדש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 26, 2025 6:00 am
אין ליכט פון די לעצטע אויפוואכונג פון א גרויסע עולם וואס רופן אריין צום אפיס פונעם ועד העיר און צו די ועד העיר'ס ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן, צו מופן צו קאסא גראנדע, באקומט מען גאר אסאך פראגען וועגן זשאב'ס און פרנסה,
דערפאר האב איך אנגעהויבן שרייבן א הערליכע דיטעיל'ט באריכט איבער זשאב'ס און פרנסה און אלעס ארום, די באריכט וועט בעזה"ש פארעענטפערן אלע קשיות און געבן א קלארע בליק אז יעדער זאל וויסן און פארשטיין אלעס וואס איז נוגע זשאב'ס און פרנסה פאר איינער וואס וויל אהער מופן.
איך האף עס צו האבן פארטיג און אפלויעדען שוין מארגן בס"ד.
ווי דערמאנט איז לעצטענס שטארק געשטיגן די אינטערעסע, און גאר אסאך מענטשן רופן און אינטרעסירן זיך צו מופן צו קאסא גראנדע, פארשטייט זיך אז איינע פון די מערסט, און אפשר גאר די מערסטע, געפרעגטע קשיא איז, וואס טוט זיך מיט זשאב'ס / ארבייטס געלעגנהייטן / אינקאם, וגו'?
רעדענדיג מיט אסאך מענטשן וואס קוקן אריין וועגן מופן צו אונזער נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, האב איך זיך באקענט מיט אן אינטערעסאנטן פאקטאר, אז אפילו נאכדעם וואס א מענטש האט שוין גענומען די מיה און אויסגעטשעקט א געגענט און אפגעמאכט צו מופן, צו קאסא גראנדע אדער צו סיי וועלכע אנדערע נייע ישוב, קומט אייביג ארויף די דאזיגע באמבע קשיא – זשאב/פרנסה געלעגענהייטן – וואס קען אויפרייסן און חרוב מאכן אלע שיינע חלומות און פלענער וואס דער מענטש האט שוין אויפגעבויעט ביי זיך אין קאפ, אפילו אויב דער מענטש קען אנהאלטן זיין זשאב אין די נייע ישוב.
האב איך אפגעמאכט אויסצושמועסן מיט'ן עולם
די ברייטע און נישט גרינגע טעמע פון זשאב'ס/פרנסה, איז עס טאקע אזוי שווער צו טרעפן א דזשאב? איז טאקע די מצב מיט דזשאבס בעסער אין ניו יארק? אדער אפשר איז פרנסה א פראבלעם אבער נישט אזוי שלעכט, נאר עס גאר אנדערע סיבות וואס ברענגען צו אז מען זאל ארויפווארפן די נאסע ליילעך פון 'פרנסה' אויף דעם גאנצן פלאן. אפשר האט ער זיך פשוט דערשראקן פון דעם געוואגטן שריט וואס ער האט געפלאנט צו טון, און אן אפילו טון סיי וועלכע השתדלות צו זעהן אויב עס איז דא א זשאב'ס, האט מען זיך שוין אנגעכאפט אויפן תירוץ, "דער דזשאב". אפשר איז יא דא א דזשאב נאר מען האט מורא אז איך וועל מיך דארפן זיך צושטעלן צום זשאב אנשטאט אז די זשאב וועט זיך צושטעלן צו מיר.
לאמיר צום ערשט אויסשמועסן די צדדים און דערנאך צוריקקומען צו די עצם זשאב טאפיק, (צו עס איז דא זשאב'ס און וויאזוי טרעפט מען די פאסיגע זשאב) ביים צווייטער האלב פונעם שמועס.
איך וויל ערשט צונעמען און אויסשמועסן, נאך א ערשיינונג וואס איך באמפ אריין אוו איז זייער א אפטער ערשיינונג,
פארוואס איז עס אזוי, אז אפילו אזא איינער וואס קען טון זיין ארבייט איבעראל אן זיין צוגעבינדן צו א פלאץ, פרעגט אויך די זעלבע קשיא, וואס טוט זיך מיט פרנסות? וואס ליגט אינטער די קשיא? ער האט דאך נישט די קשיא פאר זיך זעלבסט ווייל ער האט דאך א זשאב אדער ביזנעס וואס ער קען טון אויך אין דעם נייעם ישוב, איז אויב אזוי פארוואס פרעגט ער די פראגע?
פארוואס פרעגט ער נישט "מתי אעשה גם אנכי לביתי?" רבי יוד, טראכט אריין און מאך זיך דיין אייגענעם חשבון; איך האב א גוטע דזשאב אבער וויפיל איך ארבייט קען איך זיך נאכאלץ נישט דעקן אין ניו יארק. אם אין אני לי מי לי, נישט מיין טאטע, ברודער, שוואגער אדער שווער קען מיך אויסלייזן פון מיין מוטשעניש צו דעקן מיין חודש, לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין און אזויווי יעקב אבינו האט געטון, איינגעפאקט די פעק און זעק און אפגעפיצט פון שווער און שוויגער אינמיטן נאכט (פארשטייט זיך נאר אויב די שווער לאזט נישט, אויב וויל דער שווער באגלייטן מיט תופים ומחולות זאל מען זיכער נישט אנטלויפן אינמיטן נאכט). האב נישט מורא אז זי וועט נישט מסכים זיין, זי וועט נאך ארויס'גנב'ן די געפילטע פיש באהאלטענערהייט, זיכער צו מאכן אז אירע עלטערן קומען נאך איר צו באזוכן... און צו בענטשן...
איי פארוואס פרעגסטו א קשיא וועגן פרנסה, לאמיר צונעמען די זאך. יעצט אויף די מינוט פארדינסטו דאך אויך נישט גענוג. כאטש דו פארדינסט פיל מער ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער בירגער אין דיין עידזש, קענסטו זיך נאך אלץ נישט דעקן. איז אויב אזוי אפשר דארף מען צוערשט קוקן אויף אנדערע זאכן ווי די געציילטע באקוועמליכקייט וואס מען האט פון די יעצטיגע סביבה וואס ברענגט באמת כמעט גארנישט. נאר מען זאל קוקן אויף די בענעפיטן וואס קומט פון קענען קויפן א אייגענעם הויז, די בענעפיטן פון א רואיגערע לעבן, די בענעפיטן פון האבן
די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט! .
בכלל ווען מען קוקט אריין אין א נייע מקום ישוב, דארף מען צולייגן אויף וואס מען קוקט אין בולעט פוינטס. פרנסה/אינקאם, הוצאות החיים, ערליכע געזעלשאפט פאר די עלטערן און די קינדער, צו שטייען די מוסדות אויף ערליכע יסודות, קען איך זיך ערלויבן צו קויפן אן אייגענעם הויז, ווי שווער וועט מיר זיין צו האבן אלע אידישע געברויכן ווי מקוה, בתי מדרש, עירובין, מורה הוראה אויפן פלאץ, גראסערי, פארברענגט מען גוט אינאיינעם, איז דא פארקס פאר די קינדער צו שפילן, זענען די גאסן איידל, איז דא גוטע דאקטוירים, איז דא גוטע שפיטעלער מען זאל נאר דארפן פאר שמחות, גייט נישט די הוצאות פון פארן און קומען צו ניו יארק אויסטרוקענען דאס געלט וואס איך גיי זיך שפארן? די אלע אויבענדערמאנטע פראגעס אויסער אינקאם האבן גאר גונסטיגע ענטפערס, כמעט אלע זענען אסאך בעסער אין קאסא גראנדע ווי אין די עסטעבלישטע אידישע געגענטער.
דערקעגן זענען דא קשיות וואס האבן טאקע נישט אזעלעכע גונסטיגע ענטפערס, ווי פאלגענד,
וועל איך קענען גיין צו שמחות יעדע נאכט, וועלן משפחה קומען צו מיינע שמחות, האב איך כוח צו די שלעפעניש צו פארן מיט די משפחה צו זיידי און באבי אדער צום רבי'ן, וועל איך קענען דולדן צו דאווענען מיט מענטשן פון אזויפיל קרייזן און מיטהאלטן יעדעם'ס אינטרעסאנטע מנהגים, וועל איך מוזן זיין אריינגעמישט אין א פאליטיק, קען איך פארנעמען צו וואוינען מיט אזוי ווייניג אידן, קען מען אויסהאלטן די היץ אין די זומער,
עס איז אמת אז א נייע ישוב האט שוועריגקייטן, אבער לאמיר צונעמען די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קוקן קעגן די ווייניגער וויכטיגע, און לאמיר נעמען די זעלבע קשיות אין עס שטעלן ביים ישוב ווי די וואוינסט יעצט, בואו נחשוב חשבונו של ישובים, און די חשבון וועט זיין גאר שרייענד, ריכטיג עס וועט בלייבן געוויסע בולעט פוינטס וואס וועלן זיין שווער ביז די ישוב ווערט גרויס, לאמיר נישט פארגעסן די שוועריגקייטן וואס די עסטעבלישטע ישובים טראגן מיט זיך,
(בנוסף וואס אונז ווייסן דאך דער כלל פון מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, כל שכן ווען עס איז דא אזוי סאך אור. דער מענטש וואס איז א נחשון און מופט איז גאר די אור אליין די אור און וועג-ווייזער פאר נאך הונדערטער אידן וואס וועלן קומען נאך אים. דאס גייט אים לעכטיג מאכן).
יעצט לאמיר צוריקקומען צו די וועלעכע האבן נישט קיין זשאב וואס ער קען אנהאלטן אדער טון אין די נייע ישוב וואו ער וויל מופן, צו איז דא פאר אים אפערטוניטיס אדער נישט, אידישע זשאבס אדער ביזנעס געלעגענהייט, אדער לאקאלע זשאבס נישט דוקא ביי אידן, אדער גאר זשאבס ביי די קהילה.
עס איז וויכטיג צו אנערקענען אז כדי צו קענען אנקומען צו רואיגערע לעבן מיט א אייגענע דאך איבערן קאפ און דעקן אפילו די ביליגערע קאסטן מוז מען אסאך מאך משלים זיין מיט א פרעמדע זשאב, נישט עפעס צו וואס מען איז געווען צוגעוואוינט ביז יעצט. די פראבלעם איז נישט נאר אין די נייע ישובים, נאר אפילו אין די עסטעבלישטע ישובים דרייען זיך ארום הונדערטער יונגעלייט וואס זוכן און קענען זיך נישט צופאסן צו א זשאב. די פראבלעם איז טאקע שווערער, און לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט,
די גמרא לערנט אונז פון משה רבנו מסכת בבא בתרא דף ק"י, כך מקובלני מבית אבי אבא: לעולם ישכיר אדם עצמו לעבודה זרה ואל יצטרך לבריות און די גמרא איז מסביר פשט אז עס מיינט נישט עבודה זרה ממש אלא עבודה זרה, עבודה שזרה לו, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין רמב"ם און שולחן ערוך יורה דעה סימן רנ"ה ואפילו היה חכם מכובד והעני – יעסוק באומנות, ואפילו באומנות מנוולת, ולא יצטרך לבריות. וכך צוו חכמינו ז"ל בפסחים קי"ג.
זייער אסאך מענטשן ווילן א זשאב וואס זאל זיין אזוי ווי א כולל ווי מען קען טרינקן קאווע און שמועסן אביסל אא"וו און פארשטייט זיך אז דאס קען מען נאר טון מיט א אידישע פרנסה געבער, פאר אזא איינעם איז דערווייל טאקע דא גאר ווייניג אפשעינס, דער וואס האלט ביים ארבייטן קאמיטעט צו זיין זשאב אבער וויל דוקא ארבייטן ביי א איד, האט אפערטוניטיס צו ארבייטן אין די מוסדות אדער אין די קהילות ביזנעסער, געוואנדן אויב ער איז פאסיג פאר די ארבייט, און יא צוביסלעך קומען כסדר צו נאך ביזנעסער וואס נעמען אן אידישע ארבייטער, מען האט יעצט אפגעמאכט מטעם די ועד העיר א הסכם מיט צוויי גרויסע היימישע ביזנעסער אין ניו יארק וואס וועלן הייערן ארבייטער וואס ווילן ארבייטן רימאויט, יעדע חודש איז דא נאך ביזנעסער וואס פארבינדן זיך מיט די ועד העיר צו אפפארן זשאב'ס פאר מענטשן, צום אויספיר, עס זענען אלץ דא זשאב'ס אפערטוניטיס, אבער פארשטייט זיך אז עס איז אלץ לימיטעד צו געציילטע זשאב'ס און עס איז טאקע נישטא די גרויסע סעלעקשין, אויך טוט די ועד העיר זיך אפגעבן מיט ערענסט אינטרעסירטע צו העלפן טרעפן זשאב'ס ביי די לאקאלע גרויסע ביזנעסעס וואס מען האט אנגעקניפט / מען ארבייט צו אנקניפן גאר גוטע באציאונגן.
אזוי אויך טוט די ועד העיר העלפן מענטשן וואס ווילן עפענען א נייע ביזנעס, קאסא גראנדע איז א נייע שטאט וועלעכע וואקסט גאר שנעל, און עס פעלן נאך גאר אסאך לאקאלע ביזנעסער וואס דארף צו זיין אין א שטאט. דערפאר ארבייט די ועד העיר האנט ביי האנט מיט די מענטש וואס אינטרעסירט זיך צו וויסן צו עס איז ראטזאם צו עפענען א ביזנעס וואס ער קלערט, די ועד גייט ארויס די עקסטערע סטעפ צו העלפן יעדעם צו האבן א זשאב.
אבער עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז א מענטש דארף זיין אויפריכטיג צו ער איז טאקע גרייט צו ארבייטן און צו ער איז פאסיג צו טון די סארט ארבעט וואס ער נעמט זיך אונטער און אפילו אויב ער פילט נישט אז עס איז פאסיג פאר אים, דארף ער וויסן אז ער איז מוכן ומזומן צו טון וואס ער האלט עס איז ריכטיג, אן זיך פאפן און אנהייבן א זשאב וואס ער וועט שפעטער אויסשפילן די ארבייט-געבער וואס וועט מאכן א שווערע אטמאספער, ווען ער וועט האבן תרעומות פארוואס די ארבייט-געבער איז נישט צופרידן פון זיין ארבייט. דערפאר איז וויכטיג א מענטש זאל זיך מאכן א חשבון וואס איז ער גרייט צו טון צו קענען האבן א לעבן וואס ער קען קאווערן זיין בודזשעט, אן דארפן ארבייטן עטליכע שיפטס אדער אסאך אווער-טיים אדער טון משוגענע אדער גאר ריזיקאלישע זאכן,
וויפיל איז ער גרייט צו ארבייטן אן עבודה שזרה לו אבער פארדינען בעסערע פאמיליע צייט, מער צייט צו פארברענגן מיט די בני בית און די קינדער אא"וו. בנוסף צו א רואיגע לעבן ווי ער קען עפארדן צו קויפן און וואוינען אין זיין אייגענע גרויסע פריוואטע הויז, מיט א נישטיגע $15,000 צום קלאויזינג, אן דארפן לויפן זיך אנבארגן פון א האלבע שטאט.
אויב ווילסטו זיך פארבינדן מיט'ן ועד העיר ביי צו אפפערן הילף מיט צושטעלן זשאב'ס פאר נייע קוראשפולע תושבים, אדער זוכסטו א זשאב, רוף די אפיס פונעם ועד העיר 520.535.1045 אדער אימעיל צו khalchasidimcg@gmail.com
איך האב שוין איינמאל געשריבן ווי א יונגערמאן מיט א משפחה מיט זיבן קינדער קע"ה האט זיך געמאכט די חשבון אז ס'לוינט אים צו מופן קיין קאסא גראנדע אפילו אן האבן גרייט א זשאב, נאכן אויסרעכענען אז מיט'ן וואוינען אין קאסא גראנדע אן קיין זשאב בלייבט ער סוף חודש מיט א קלענערע דעפיציט ווי וואוינען אין מאנסי מיט א זשאב ווי ער ארבייט 15 שעה א טאג. איך האב דארט געברענגט די חשבונות וואס משפחות ברוכות ילדים קענען זיך אליין אויסשפילן זייער באזשעט אויף א עקסעל פייל, קענען זען די אמת'ע באזשעט וואס קאסט זיי אין ניו יארק קעגן די באזשעט פון זייער לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע.
איך האב מיר אראפגעזעצט שרייבן און מסביר זיין די חשבון פון דעם יונגערמאן, אבער איך האב מחליט געווען ענדערש צו אויסשמועסן די אוועראל בילד, וויפיל די לעבן קאסט אין ניו יארק קעגן די קאסט פון די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע,
הסבר וויאזוי צו ליינען די פיילס;
איך בין געזעצן אויף א עקסעל פייל אין אריינגעלייגט די נומערן אין די קעסטעלעך, ווען פון איין זייט לייג איך די נומערן פון די קאסטן אין ניו יארק און די צווייטע זייט האב איך אריינגעלייגט די נומערן פון קאסא גראנדע.
איך האב אנגעהויבן די חשבונות פאר איינער וואס קלערט צו קויפן א טאונהאוז אין מאנסי אדער א פריוואטע גרויסע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט די היינטיגע אינטערעסט ראטעס, נעמענדיג מאנסי פאר די סעמפל פארן חשבון, איך האב גערעכענט א שכר לימוד באזשעט פון $450 פער קינד, פאר א משפחה וואס צאלט שכר לימוד פאר זעקס קינדער קע"ה.
נאכן ענדיגן דעם חשבון האב איך געמאכט א נייע עקסעל פאר די זעלבע סייז משפחה אבער אנשטאט וואס זיי קויפן א הויז דינגען זיי א פינף בעדרום אפארטמענט אין מאנסי קעגן דינגען א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע,
דערנאך האב איך געמאכט נאך א עקסעל פייל פאר א משפחה מיט פינף קינדער וואס קויפט א טאוינהויז אין מאנסי קעגן קויפן א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע.
די חשבונות האב איך געבויעט פאר א משפחה וואס האט נישט קיין פראגראמען, אויך נישט קיין שווארצע געלטער, נאר טריקענע קאסט נומערן. נעמענדיג אין באטראכט אז ווען א מענטש פארדינט שוין יא די אומגעהויערע סכום צו קענען דעקן די לעבנ'ס קאסטן, האב איך גערעכנט וויפיל שטייערן ער דארף צאלן לויט זיין אינקאם.
אזוי אויך האב איך אריינגערעכנט הוצאות וואס זענען נישט קביעות'דיג יאר איין יאר אויס, ווי למשל א מענטש וואס האט א הויז דארף יעדע צען ביז צוואנציג יאר באנייען די מאשינערי פון די הויז ווי בוילער, הייס וואסער טאנק, עיר קאנדישען, אדער דאך פון די הויז אא"וו,
ימים טובים אדער אנדערע איינמאליגע הוצאות האב איך איינגעטיילט לויט די חדשים פון די יאר, אזוי טוט געווענליך אן אויסגערעכנטער מענטש, ער לייגט אוועק אביסל פון זיין חודש'ליכע געהאלט פאר די איינמאליגע הוצאות.
איך האב נישט אריינגערעכנט די קאסטן פון שמחות וואס מען מאכט ווען מען האט א שטוב פון קינדער. און נאך אנדערע הוצאות געצייכענט אין געל.
איך האב אריינגערעכנט די קאסט פון וואקאציע וואס געווענליך א מענטש וואס ארבעט און קען דעקן אזאנע באזשעטס מוז דאך פארן א וואקאציע, די זעלבע האב איך גערעכענט די קאסט פון וואקאציע פאר אריזאנע תושבים,
בנוסף, האב איך צוגעלייגט ביי קאסא גראנדע אריזאנע א באזשעט פון טרעוול, צוויי מאל א יאר פאר די גאנצע משפחה צו פארן קיין ניו יארק (רוב תושבי קאסא גראנדע פארן אפילו נישט די צוויי מאל)
די תוצאות זענען אויסגעקומען הימל שרייענד!
. די לעבן פאר א שטוב מיט פינף אדער זעקס קינדער וואס קויפן א הויז אין קאסא גראנדע לעבט א העכערע סטאנדארט ווי אין ניו יארק, און מיט דעם אלעם קאסט די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט 45/46 פראצענט ביליגער פון די לעבן אין מאנסי.
. פאר א משפחה וואס דינגט א דירה, איז קאסא גראנדע ביליגער מיט 34 פראצענט פאר א העכערע סטאנדארט ווי אין מאנסי באקומענדיג א גרויסע פריוואטע הויז אנשטאט א עטליכע שטאקיגע טאוינהויז אדער קאנדא וואס על פי רוב פאררעכט די לענדלארד כמעט גארנישט און גאר אסאך מאל איז די הויז אין מאנסי גאר אלט.
איך וועל דא עטעטשן די דריי אויבענדערמאנטע פיילס אין א PDF ווערסיע, אויב איינער וויל ארומשפילן מיט די נאמבערס צוגעפאסט לויט זיין באזשעט קען ער בעטן פאר די אפענע EXCEL ווערסיע, פון מיר אין אישי אדער פון די קהילה האום אדווייזערי אפיס פון די ועד העיר
520.535.1045, אדער דעם היימישע אריזאנע ריעל עסטעיט אגענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן אויף
520.556.2000, וועלכער וועט אים שיקן די פייל, און אויב ווילסטו, וועט די ועד העיר דיר העלפן מאכן די חשבונות לויט דיינע פערזענליכע צרכים.
* זייטס מיר מוחל אויף די טייפאו מיסטעיקס פון די פיילס, מען דארף עס נאך שענער מאכן. אבער דערווייל קען עס בייהילפיג זיין פאר גאר אסאך אידישע קינדער.