וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207

פרוביר צוריקדרייען דיין קאפ מיט עטליכע יאר צוריק, ווען סמארטפאון איז געווען נארמאל אין ביהמ"ד ביי חתונות, אין ביהמ"ד, אינדערהיים.
צום באטאנען, דאס איז נאך געוען פאר די וואטסעפפ עפאכע ווען א סמארטפאון האט געמאכט א מענטש אויסזען מאדנע.
פארט האבן געוויסע עסקנים פארשטאנען אז די "אויסזען" פון א סמארטפאון, איז א פראבלעם.
דער דעת הקהל האט בכלל נישט אזוי גרינג אויפגענומען דעם נייעם חידוש. עס איז אריבער שווערע הארעוואניע פון דרשות, ביכלעך, קארטלעך פאר קינדער... וכו' וכו'.
הגם, עס איז כפי ידיעתי נישט געווען א אסיפת הרבנים וואס האט מחליט געווען אז די חיצונית'דיגע צורה פון א טעלעפאון איז דאס וואס איז קובע דער איסור. ביים כינוס כלל ישראל האט מען מחליט געווען לגבי אינטערנעט, נישט לגבי חיצונות'דיגע כלים. איז מען אבער ארומגעגאנגען מיטן ניגון אז די רבנים ווילן באמת אסר'ן סמארטפאונס, נאר די ראשי קהילה לאזן נישט...
שפעטער איז צוגעקומען א קנייטש, אז א סמארטפאון אין פאבליק איז א פראבלעם... דערפאר דארף יעדער האבן צוויי טעלעפאונס... קענסט נאך א זאך וואס איז בעצם א פראבלעם, אבער היות מען קען עס נישט פייטן, טו עס נישט אין פובליק אז מ'זאל זיך נישט אפלערנען?....
און דאן האבן זיך אנגעהויבן די פייטס צווישן די צוויי מחנות... ווען די גאנצע ענערגיע איז געגאנגען אויסצוראטן די טריפה'נע טעלעפאונס. מיט וואס איז עס טריפה? לויט די חיצוניות. דאס הייסט א פליפ פאון מיט אינטערנעט, אז אבער פארט נישט קיין סמארטפאון אן קיין אימעיל...
למעשה איז די מערכ ה געלונגען, און היינט פארשטייט שוין יעדער איינער אז א סמארטפאון איז א פראבלעם, אבער דא אז געקומען א נייע מעשה, אז ס'איז דא פאונס וואס האבן א 'דין סמארטפאון'.
דאס הייסט אז אפילו ס'האט נישט קיין גלאנציגע סקרין, ס'האט נישט די אלע זאכן וואס א סמארטפאון האט, אבער היות ס'האט געוויסע קריטעריעס וואס יעדער מאכט אפ, האט עס א דין פון א סמארטפאון.
אין אנדערע ווערטער, א קינדער שפיל טוי, וואס זעט אויס ווי כשר'ע טאלק אנלי טעלעפאון, וואס האט די זעלבע מיני באטאנס ווי א טריפה'נע פליפ-פאון וואס האט א דין פון א סמארטפאון, וואס איז אסור פונקט ווי א גע'כשר'טע סמארטפאון, וואס איז אסור צוליב מראית עין...
און דעריבער האלט מען צוריק דעם עולם פון האבן גוטע פליפ-פאונס, און אנשטאט דעם האט מען צוויי טעלעפאונס, אדער דרייט מען זיך ארום מיט טעבלעטס, וואס יענץ מעג מען יא, ווייל יענץ האט נישט די גזירה פון דומה לדומה...
בקיצור, ווער מאכט די קריטעריעס און ווי שטעלט זיך עס אפ?
זענען די זעלבע מענטשן וואס געבן ארויס ליפלעטן קעגן טעקסט-מעסעדזש און 'היימישע סייטס', די וואס שטיפן דירעקט און אומדירעקט קעגן נוצן גוטע און פראקטישע פליפ-פאונס צוליב געפילישע חשבונות, אדער איז עס גאר אנדערע מענטשן?

- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
גוט מארגן. די פילטער מערכה איז געווען א געווינענע! יעדער וואס האט געוואלט שיקן די קינדער אין די מוסדות האט געהאט א פילטער, עד שבא עטליכע קארפן קעפ און אפגעמאכט אז יעדער מיז קויפן א טאבלעט ווייל אינטערנעט איז מער נישט קיין פראבלעם נאר דעי מין כלי וואס הייטס סמארטפאון איז...
קויפן פולע היימישע אידן ביליגע טאבלעטן וואס מען פילטערט און מען קאנעקט צו ווייפיי, די פילטער קאמפעני זאל זעהן אז מען ניצט עס .. און מען קויפט א סמארטפאון מיט א למחצה ולשליש פילטער - אויב מען לייגט א פילטער.
און מען איז נאך פרייליך ברוך שעקר עבודה ז.. אויש. יענער האט א קוין פאון, לאמיך אים אויך רודפן אזוי די געווינס זאל זיין בשלימות. שוין יעצט קען מען פייערן זיג.
זיג אין וועם? זיג אין אפאר כולל אינגעלייט וואס מיטשענען זיך מיט זייער טאולק און טעקסט ווייל ס'איז סך הכל דא איין האלב נוצבארע טעלעפאן צו קויפן וואס איז נאר גוט ביז מען ניצט עס, און סאום האו די גרויע קוין פאון האט מען בשום אופן נישט געקענט מתיר זיין ווייל מען גייט זיך צעמישן מיט די שווארצע אפענע, אבער די זעלבע שווארצע טעלעפאן מיט א צווייטע נאמען האט באקומען א הכשר פון די וועד קהילות..

נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
אן אריינגיין אין די נושא פון טעבלעט'ס ווס. סמארטפאון'ס, אין וואס איך האב נישט אזא זיכערע מיינונג, נאר לגבי די פאון'ס וואס מ'קען קויפן די זעלבע זאך אלס סמארטפאון:
איך האלט אז איינער וואס דיעלט נישט מיט ישיבות און בחורים, אינגערע און עלטערע, איז שווער צו פארשטיין וויפיל נשמות ס'זענען אינוואלווד אין אזעלכע דעסיזשענס.
אבער מ'קען, מיט אביסל עכטע מחשבה, פארשטיין די נושא. כ'וועל אבער נישט מאריך (אף..) זיין.
איך האלט אז איינער וואס דיעלט נישט מיט ישיבות און בחורים, אינגערע און עלטערע, איז שווער צו פארשטיין וויפיל נשמות ס'זענען אינוואלווד אין אזעלכע דעסיזשענס.
אבער מ'קען, מיט אביסל עכטע מחשבה, פארשטיין די נושא. כ'וועל אבער נישט מאריך (אף..) זיין.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2591
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 12034
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
איך בין נישט אינוואלווד אין חינוך, און איך האב נישט קיין בחורים דערווייל... אין פארשטיי אבער נישט וויזוי א בחור קען האבן א אפענע קוין פאון אבער נישט קיין סמארטפאון וואס איז גרינגער צו פארשאפן ווי צו קויפן א קוין פאון און פלעשן ס'זאל ארבעטן אין אמעריקעדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:19 pm אן אריינגיין אין די נושא פון טעבלעט'ס ווס. סמארטפאון'ס, אין וואס איך האב נישט אזא זיכערע מיינונג, נאר לגבי די פאון'ס וואס מ'קען קויפן די זעלבע זאך אלס סמארטפאון:
איך האלט אז איינער וואס דיעלט נישט מיט ישיבות און בחורים, אינגערע און עלטערע, איז שווער צו פארשטיין וויפיל נשמות ס'זענען אינוואלווד אין אזעלכע דעסיזשענס.
אבער מ'קען, מיט אביסל עכטע מחשבה, פארשטיין די נושא. כ'וועל אבער נישט מאריך (אף..) זיין.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
אז די גייסט מער אויף די מהלך מיט נשמות... דעסיזשינס...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:19 pm אן אריינגיין אין די נושא פון טעבלעט'ס ווס. סמארטפאון'ס, אין וואס איך האב נישט אזא זיכערע מיינונג, נאר לגבי די פאון'ס וואס מ'קען קויפן די זעלבע זאך אלס סמארטפאון:
איך האלט אז איינער וואס דיעלט נישט מיט ישיבות און בחורים, אינגערע און עלטערע, איז שווער צו פארשטיין וויפיל נשמות ס'זענען אינוואלווד אין אזעלכע דעסיזשענס.
אבער מ'קען, מיט אביסל עכטע מחשבה, פארשטיין די נושא. כ'וועל אבער נישט מאריך (אף..) זיין.
וויל איך דיר זאגן אז איך דיעל יעצט מיט פילטערינג קאמפאניעס ווען די וואלסט ווען געוויסט וויפיל בחורים קומען אריין מיט פאונס סיי סמ''פ סיי קווין קעט וכו' און זיי דארפן זאגן אז זיי קענען עס נישט פילטערן ווייל.... לאזן נישט וואלסטו אנדערש גערעדט אדער נישט...
לענינו אז ס'קומט א קאמפעני וואס וויל ארויסגעבן א פאון וואס איז טאקע די זעלבע סייז ווי א אפענע קעט (פליפ) פאון וואס אגב די טאק פאון וואס איז אפראוועד איז דא געהעריג א אפענע ווערסיע מ'האט פשוט ארומגעטוישט די באטאנס וכו' איז פארוואס און די וועלט זאל זיין א פראבלעם
מראות עין? - מ'טוישט די קאווער און די באטענס ס'זאל אויסזען אנדערש
פילטער חלק? - מ'זיצט מיט ריזיגע פילטער קאמפאניס צו זיכער מאכן אז ס'איז נישט דא קיין לעכער
און צווישן מיר און דיר איז נישט מעגליך צו ביעטן די גרויסע גויאישע קאמפאניס סא אנשטאט גיין קאָפּ און וואנט און זאגן אסור ווען אינטערן טיש (אדער אויפן) דרייט מען זיך ארום מיט אלעס חוץ א סמארט פאון לאז האבן א גוטע פאון אויף א כשר'ע מהלך
און פון די טריפה'נע פאונס ווי פיג וואנדער וועל איך אפי' נישט רעדן זיי זענען שוין ממש דא אפצושמד'ן כלל ישראל מיטן ארויפלייגן וועיז ענדערש קויף דיך א געכשרטע סמארטפאון אדער א טאבלעט מיט WhatsApp וואס האט אויך וועיז...
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
א שטארק אויסגעדראשענע הושא, אבער ווען ידידי @הלבלר בקולמסו נעמט דעם פענע אין די האנט באקומט יעדע נושא א פרישקייט צו זיך.
גוט געשריבן, אבער, געדענק אז דער סברה האט צוויי זייטן, און אויך איז דא א סברה צו זאגן אז א חצניות’דיגע גדר געבט א שטארקייט פאר די זאך.
כ’גיי ווידערהאלן מיין טענה, דאס אריינאקערן אין קליינע קינדער איבער סמארטפאונס איז א פארברעך אויף וואס אונזערע מחנכים גייען אפגעבן דין וחשבון.
א קינד וועמען מ’קען נאכנישט לערנען איבער שעדליכע פארשוינען וכו’, טאר מען נישט לערנען איבער סמארטפאונס.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
לויט די פובליק אינפארמאציע קען מען היינט אינסטאלירן כמעט יעדע פילטער רימאוטלי, אדער אינגאנצן אליינס אן דארפן אראפגיין אין טעג אפיס.גארילע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:38 pm
אז די גייסט מער אויף די מהלך מיט נשמות... דעסיזשינס...
וויל איך דיר זאגן אז איך דיעל יעצט מיט פילטערינג קאמפאניעס ווען די וואלסט ווען געוויסט וויפיל בחורים קומען אריין מיט פאונס סיי סמ''פ סיי קווין קעט וכו' און זיי דארפן זאגן אז זיי קענען עס נישט פילטערן ווייל.... לאזן נישט וואלסטו אנדערש גערעדט אדער נישט...
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
לויט ווי איך פארשטיי וועלן רוב בחורים זיך נישט וועלן זען מיט א סמארטפאון אין טאש, משא"כ אויב האט ער א תריץ אז עכט איז עס כמו כשר.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:26 pm
איך בין נישט אינוואלווד אין חינוך, און איך האב נישט קיין בחורים דערווייל... אין פארשטיי אבער נישט וויזוי א בחור קען האבן א אפענע קוין פאון אבער נישט קיין סמארטפאון וואס איז גרינגער צו פארשאפן ווי צו קויפן א קוין פאון און פלעשן ס'זאל ארבעטן אין אמעריקע
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
אויב רעדט מען פון קאנטראל, איז אדרבא איפכא מיסתברא.
לאמיר זיך פרובירן מצייר זיין אזא מצב, די פארלאנג איז אז א פאון דארף האבן א לעגיטימע הכשר פון פאבריק ארויס (די געשעפטן פארקויפן עס רעדי גע'כשר'ט), און עס איז דא א ריזיגע אויסוואל פון פאונס. יא, יעדע גוטע פאון וואס איז דא, איז אויך דא אין א כשר'ע ווערסיע.
וואס געשעט איז אז די געשעפטן פארקויפן כמעט נאר רעדי כשר'ע פאונס, ווייל דאס איז דער פארלאנג. און דאס אז א פאון זאל זיין כשר איז א פארשטענדליכע פאקט וואס יעדער דארף נאכקומען.
וואס געשעט אבער ווען ס'איז דא חיצונית'דיגע רעסטיקריקשאנס, אויף די קלאר שעיפ און סייז פון די פאון, איז נישטא קיין גוטע קוואליטעט כשר'ע פאונס, און דער עולם קויפט אינגרויסן אלגעמיינע טעלעפאונען, פון אלע סארטן, און די קאנטראל ווערט פארלוירן.
און אויף דעם רעדט מען, אז די פאוקעס אין די ענערגיע גייט אוועק אויף חיצונית'דיגע דקות'דיגע הגדרות, אנשטאט פאוקעסן אויף די כשר'ע מארקעט, און די ריכטיגע סאלאושנס צו ברענגען פאר ביזנעסלייט און סתם מענטשן צו קענען פירן א ווירטשאפט כשר און אויסגעהאלטן, און הייבן די סטאנדארט פון די באדייט פון כשרות.

איך רעד פון קווין קעט טיק וואס מען קען נישטיאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 11:28 pmלויט די פובליק אינפארמאציע קען מען היינט אינסטאלירן כמעט יעדע פילטער רימאוטלי, אדער אינגאנצן אליינס אן דארפן אראפגיין אין טעג אפיס.גארילע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:38 pm
אז די גייסט מער אויף די מהלך מיט נשמות... דעסיזשינס...
וויל איך דיר זאגן אז איך דיעל יעצט מיט פילטערינג קאמפאניעס ווען די וואלסט ווען געוויסט וויפיל בחורים קומען אריין מיט פאונס סיי סמ''פ סיי קווין קעט וכו' און זיי דארפן זאגן אז זיי קענען עס נישט פילטערן ווייל.... לאזן נישט וואלסטו אנדערש גערעדט אדער נישט...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
דאס איז א ווייטאג.יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 11:31 pmלויט ווי איך פארשטיי וועלן רוב בחורים זיך נישט וועלן זען מיט א סמארטפאון אין טאש, משא"כ אויב האט ער א תריץ אז עכט איז עס כמו כשר.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:26 pm
איך בין נישט אינוואלווד אין חינוך, און איך האב נישט קיין בחורים דערווייל... אין פארשטיי אבער נישט וויזוי א בחור קען האבן א אפענע קוין פאון אבער נישט קיין סמארטפאון וואס איז גרינגער צו פארשאפן ווי צו קויפן א קוין פאון און פלעשן ס'זאל ארבעטן אין אמעריקע
לו יצויייר, אז די מערכה וואלט געווען אויף טריפה'נע אינטערנעט, אנשטאט אויף טריפה'נע סמארטפאונס, וואלט זיך א בחור זיך נישט געוואלט זען מיט א אינטערנעט פאון אין טאש...
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
מענין לענין, דא א נייע נאמען פאר אינטערנעט, דאס איז 'ביזנעס דאטא'
אפשר קען מען שוין ארויסגעבן א 'ביזנעס דאטא פאון' אנשטאט אן 'אינטערנעט פאון' און וועט יא ווערן אפראווד דורך די ועד הקהילות

- פיילס
-
- Update 3.jpg (174.67 KiB) געזען געווארן 879 מאל
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
נער הייתי גם זקנתי... און כיום אלס טאטע פון אפאר טינעידזש קינדער ב"ה, קען איך נישט מער ווי צושטומען האלבוועגס צו @דער תהלים איד. ווען עס קומט צו די סענסיטיווע נפשות פון די איגנט איז שווער צו טרעפן א דרך ישרה וואס זאל עלימינירן אפילו נאר א חלק אישוס.
ס'איז קלאר אז ווען סמארטפאונ'ס איז ווען סאך מער אקסעפטעד, וואלטן מער בחורים דאס געהאט עווענטועל. כ'מיין יעדער וואס האט א בחור פון אכצן און ארויף פארשטייט דאס.
דאס אז דער בחור נעמט א פליפ דעווייס אן א פילטער, וואלט נישט געווען אנדערש ווען סמארטפאונ'ס איז מער אנגענומען.
מאידך גיסא, דאס פארפעלן צו אדרעסירן געהעריגע פילטערס אויף יעדע דעווייס, און דאס השקצה אויף א פאון וואס קוקט אויס צען פראצענט ווי א סמארטפון איז טאקע א שטאקיגע פערדעריי.
ס'איז קלאר אז ווען סמארטפאונ'ס איז ווען סאך מער אקסעפטעד, וואלטן מער בחורים דאס געהאט עווענטועל. כ'מיין יעדער וואס האט א בחור פון אכצן און ארויף פארשטייט דאס.
דאס אז דער בחור נעמט א פליפ דעווייס אן א פילטער, וואלט נישט געווען אנדערש ווען סמארטפאונ'ס איז מער אנגענומען.
מאידך גיסא, דאס פארפעלן צו אדרעסירן געהעריגע פילטערס אויף יעדע דעווייס, און דאס השקצה אויף א פאון וואס קוקט אויס צען פראצענט ווי א סמארטפון איז טאקע א שטאקיגע פערדעריי.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
מצטרף לכל מילה.צולייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 1:33 am נער הייתי גם זקנתי... און כיום אלס טאטע פון אפאר טינעידזש קינדער ב"ה, קען איך נישט מער ווי צושטומען האלבוועגס צו @דער תהלים איד. ווען עס קומט צו די סענסיטיווע נפשות פון די איגנט איז שווער צו טרעפן א דרך ישרה וואס זאל עלימינירן אפילו נאר א חלק אישוס.
ס'איז קלאר אז ווען סמארטפאונ'ס איז ווען סאך מער אקסעפטעד, וואלטן מער בחורים דאס געהאט עווענטועל. כ'מיין יעדער וואס האט א בחור פון אכצן און ארויף פארשטייט דאס.
דאס אז דער בחור נעמט א פליפ דעווייס אן א פילטער, וואלט נישט געווען אנדערש ווען סמארטפאונ'ס איז מער אנגענומען.
מאידך גיסא, דאס פארפעלן צו אדרעסירן געהעריגע פילטערס אויף יעדע דעווייס, און דאס השקצה אויף א פאון וואס קוקט אויס צען פראצענט ווי א סמארטפון איז טאקע א שטאקיגע פערדעריי.
איך האב אודאי נישט אדרעסירט די השומרים-סטייל "שמד פאון" קאמפיינס אויף קווין וכדומה.
מיין נקודה איז געווען פארוואס די רבנים פון ועד הקהילות - וואס שטעלן אוועק דעם לכתחילה - ווילן נישט אפראוון פאונס וואס א בחור גייט קענען (=גייט האבן) דעם זעלבן פאון מיט אפענע אינטערנעט עפפס און בראוזערס באקוועמערהייט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
אלא מאי מידאך זיין אז הא גופא איז (א חלק פון) די נסיון אז סזאל נישט זיין קיין קלארקייט. ווען סזאל ווען זיין אמתע קלארקייט אן קיין צווייפלען וואלט דעי נסיון שוין לאנג געווען א פארגאנגענהייט.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 7:34 pm פרוביר צוריקדרייען דיין קאפ מיט עטליכע יאר צוריק, ווען סמארטפאון איז געווען נארמאל אין ביהמ"ד ביי חתונות, אין ביהמ"ד, אינדערהיים.
צום באטאנען, דאס איז נאך געוען פאר די וואטסעפפ עפאכע ווען א סמארטפאון האט געמאכט א מענטש אויסזען מאדנע.
פארט האבן געוויסע עסקנים פארשטאנען אז די "אויסזען" פון א סמארטפאון, איז א פראבלעם.
דער דעת הקהל האט בכלל נישט אזוי גרינג אויפגענומען דעם נייעם חידוש. עס איז אריבער שווערע הארעוואניע פון דרשות, ביכלעך, קארטלעך פאר קינדער... וכו' וכו'.
הגם, עס איז כפי ידיעתי נישט געווען א אסיפת הרבנים וואס האט מחליט געווען אז די חיצונית'דיגע צורה פון א טעלעפאון איז דאס וואס איז קובע דער איסור. ביים כינוס כלל ישראל האט מען מחליט געווען לגבי אינטערנעט, נישט לגבי חיצונות'דיגע כלים. איז מען אבער ארומגעגאנגען מיטן ניגון אז די רבנים ווילן באמת אסר'ן סמארטפאונס, נאר די ראשי קהילה לאזן נישט...
שפעטער איז צוגעקומען א קנייטש, אז א סמארטפאון אין פאבליק איז א פראבלעם... דערפאר דארף יעדער האבן צוויי טעלעפאונס... קענסט נאך א זאך וואס איז בעצם א פראבלעם, אבער היות מען קען עס נישט פייטן, טו עס נישט אין פובליק אז מ'זאל זיך נישט אפלערנען?....
און דאן האבן זיך אנגעהויבן די פייטס צווישן די צוויי מחנות... ווען די גאנצע ענערגיע איז געגאנגען אויסצוראטן די טריפה'נע טעלעפאונס. מיט וואס איז עס טריפה? לויט די חיצוניות. דאס הייסט א פליפ פאון מיט אינטערנעט, אז אבער פארט נישט קיין סמארטפאון אן קיין אימעיל...
למעשה איז די מערכ ה געלונגען, און היינט פארשטייט שוין יעדער איינער אז א סמארטפאון איז א פראבלעם, אבער דא אז געקומען א נייע מעשה, אז ס'איז דא פאונס וואס האבן א 'דין סמארטפאון'.
דאס הייסט אז אפילו ס'האט נישט קיין גלאנציגע סקרין, ס'האט נישט די אלע זאכן וואס א סמארטפאון האט, אבער היות ס'האט געוויסע קריטעריעס וואס יעדער מאכט אפ, האט עס א דין פון א סמארטפאון.
אין אנדערע ווערטער, א קינדער שפיל טוי, וואס זעט אויס ווי כשר'ע טאלק אנלי טעלעפאון, וואס האט די זעלבע מיני באטאנס ווי א טריפה'נע פליפ-פאון וואס האט א דין פון א סמארטפאון, וואס איז אסור פונקט ווי א גע'כשר'טע סמארטפאון, וואס איז אסור צוליב מראית עין...
און דעריבער האלט מען צוריק דעם עולם פון האבן גוטע פליפ-אונס, און אנשטאט דעם האט מען צוויי טעלעפאונס, אדער דרייט מען זיך ארום מיט טעבלעטס, וואס יענץ מעג מען יא, ווייל יענץ האט נישט די גזירה פון דומה לדומה...
בקיצור, ווער מאכט די קריטעריעס און ווי שטעלט זיך עס אפ?
זענען די זעלבע מענטשן וואס געבן ארויס ליפלעטן קעגן טעקסט-מעסעדזש און 'היימישע סייטס', די וואס שטיפן דירעקט און אומדירעקט קעגן נוצן גוטע און פראקטישע פליפ-פאונס צוליב געפילישע חשבונות, אדער איז עס גאר אנדערע מענטשן?
למעשה וואס דארף מען טוהן, ווי אזוי ווייס איך וואס איז ריכטיג? אה! זעה איך אז איך דארף איבערזאגן אז הא גופא איז די נסיון און מיר ווייסן טאקע נישט וואס צו טוהן.
אההה איז הייסט אז איך קען יעצט טוהן וואס איך וויל און באלאנגט צו טעכנעלאגיע? זעכער נישט ווייל דאן וועסטו פאלן און תהום אריין! איז וואס יא? אה! קיינער ווייסט נישט, ווייל (זאגסטס אלע מיט מיט מיר): "הא גופא איז די נסיון".
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
איך וויל נישט יעצט מזלזל זיין ח"ו אין די איסור פון סמארטפאונס, ווייל דאס איז דאך שוין אגענומען און געסעטלט. איך וויל יעצט רעדן וועגן דעם נייעם פראלעם דער צוגאנג צו פליפ-פאונס.
און היות דער גאנצער צוגאנג צו פליפ-פאונס אז געבויט אויף דעם איסור פון סמארטפאונס מוז מען דאס אפירנעמען.
דער עצם געדאנק פון אסר'ן א כלי, פאר א איד וואס פאלגט זיין קהילה און ער לייגט ארויף א הכשר און ער נוצט דאס ערליך בלויז ווייל עס זעט אויס ענליך צו א אסור'דיגע דעווייס, וואס אנדערע מענטשן גייען נוצן איז א געוואלדיגע חידוש. ואין לך בו אלא חידושו.
אבער עס גייט נאך מער פון דעם. בשעת די מערכה פון די סמארטפאונס, איז ארומגעגענגען א איד א צדיק און מעורר געווען אידן דערויף, איינער פון זיינע עיקר ארגומענטן איז געווען אז דאס מאכט חרוב די ישיבות, די מנהלים שרייען געוואלד!! זיי קענען נישט אפהאלטן די בחורים פון דאס האבן, ווייל די ראשי קהילה מאכן זיך פעסט מיט דעם, זיי קוקן דאס ארויף. וויאזוי קענסטו זאגן פאר א בחור האב עס נישט ווען דער ראש הקהל האט עס... וכו' וכו'.
און ווי געזאגט דאס אליין איז א חידוש. און ס'איז נישט אזוי גרינג געווארן אויפגעכאפט, בעיקר האט זיך עס צוגעכאפט צו די פרומערע שיכט וואס זענען געווארן אנגעווארעמט איבער די פראבלעמען וואס זענען דא. נאר ווען איז געשען די טויש? ווען ס'איז ארויסגעקומען די אויסגאבע "יענע וועלט" וואס האט אביסל אויפגעדעקט וואס טוט זיך אינעם באבל זעלבסט. וואס טוט זיך אין די וואטסעפפ וועלט.
דאס הייסט אז דער איסור וואס איז געווארן נתפשט ביי כלל ישראל איז קיינמאל נישט געווען, ווייל אויב גייסטו האבן א סמארטפאון מיט א פילטער גייט דער בחור האבן אן א פילטער, און דער מנהל אין ישיבה קען זיך נעבעך נישט קיין עצה געבן מיט זיינע בחורים, די איינציגסטע עצה וואס גייט (האפנטליך?) העלפן איז צו באגרעניצן די וואס דארפן דאס האבן און נוצן דאס ערליך, כדי נישט צו געבן לעגיטימאציע פאר דעם. ניין. נישט דאס איז געווען וואס האט דאס געמאכט. דאס וואס האט דאס ענגילטיג אויסגעפירט איז געווען אז מען האט אויפגערלערט איבער די פראבלעמען וואס איז דא מיט דעם זעלבסט. מיט די אופן וויאזוי די כלי ארבעט, און די עפפס וואס מען נוצט געווענליך מיט דעם.
אבער, דא קומט דער אבער, איינמאל ס'האט זיך איינגעגעסן די קאנצעפט אז א סמארטפאון איז א פראבלעם, זענען דאס געוויסע וואס האבן ארויסגענומען פון דעם א מעסעדזש, אז אלא מאי זעט מען אז דאס איז טאקע דער איסור, יא, אויב זענען דא בחורים וואס האבן כלים וואס קענען עווענטועל האבן פראבלעמען, איז די ריכטיגע מהלך צו אסר'ן פאר די פארהייראטע וואס האבן קינדער אין די מוסדות אלע כלים וואס זעען אויס ענליך צו דעם, ווייל אזוי גייען זיך די בחורים שעמען פון האבן אזוינע כלים... דאס איז א ריכטיגע ישיבה קטנה צוגאנג, וואס איך גלייב נישט אז קיין איין קהילה האט געמאכט א מיטינג און דאס באשלאסן ברוב מנין ובנין... לכאורה קומט דאס דירעקט אדער אומדירעקט פון אזוינע וואס ווערן זייער אנגעווייטאגט פון די פראבלעמען ביי כלל ישראל וואס מען הערט כסדר לופטערן אויף די קנעפלעך פון א האטליין, און דארטן קאכט מען זיך אריין ברוב יועץ וואס זענען די אמת'ע לעזונגען פאר כלל ישראל... וד"ל.
וואס איז פשט פון אזא סארט צוגאנג? וואו האט מען דאס געזען?
אפילו ביי סמארטפאונס איז דאס געווען א חידוש, וואס נישט יעדער האט אקצעפטירט. און כ"ש וק"ו ווען דארט איז דאך דא נאך טויזענט זאכן, אז ס'איז גלאנציג און רייצנד, און ס'איז מעיקרא אוועקגעשטעלט פאר אינטערטעימענט, קומסטו דאס צושטעלן צו א פשוטע פליפ-פאון וואס מען בלאקט אלעס אפ און מען לאזט נאר רעדן און טעקסטן. און דאס זאל מען אסר'ן... פארוואס? ווייל דער מנהל אין ישיבה האט נישט קיין וועג צו קאנטראלן זיינע בחורים?!
און וואסערע סעלאושן איז דאס שוין?.. די בחורים וואס האבן א סמארטפאון האבן דאך סייווי. די וואס פאלגן די תקנות און האבן כשרע טעלעפאונס, האבן דאך סיי ווי נישט. נאר דו ווילסט פאר די בחור וואס וויל האבן אינטערנעט נאר מיט א כשרע צורה?.. דער בחור האט דאך עפפס פאר פליפס אויף א קיאסערע פאון.. נאר סך הכל ווילסטו אים מאכן שווערער?... און וויפיל פון די בחורים האבן סייווי קעט פאונס וכדומה.. און וויפיל זענען זיך מונע פון האבן די טעלעפאונס ווייל ועד הקהילות געט נישט קיין הכשר אויף די כשרע ווערסיע וואס איז ענליך צו דעם?... האלטסט איין טאטע ווייסט וועלכע "סארט" קיפעד די טעלעפאון פון וועד הקהילות האט, אז זאל בחור זאל זיך שעמען ווען ער קויפט א טעלעפאון?... און וואס טוט זיך מיט אלע ווידעאוס וואס דרייען זיך ארום אויף די SD קארדס, דאס ווערט אויך געסאלוודט מיט דעם?...
בקיצור אין איין ווארט. דא איז דא א ריזיגע פראבלעם וואס הייסט טעלעפאונס ביי בחורים. דא דארף מען זיך מטכס עצה זיין און אפירטרעפן בס"ד א ריכטיגע צוגאנג און לעזונג וויאזוי דאס צו סאלוון.
נאכדעם איז דא טאטעס וואס ווילן קינדער די שיקן אין ערליכע מוסדות, און זיי ווילן קויפן א כשרע טעלעפאון וואס האט נאר טאלק און טעקסט, און ס'זאל זיין גוטע שטארקע טעלעפאון. וואס איז דא אסאך אפציעס פון דעם אויפ'ן מארקעט.
וואס אין די וועלט האבן די צוויי זאכן א שייכות? און פונקטליך וויפיל פראצענט גייט דאס העלפן פאר דעם פראבלעם?...
עס וואלט געווען סאך א בעסערע עצה אז מען זאל לאזן ווי מער סארטן כשרע טעלעפאונס אויפ'ן מארקעט, אלע מיני, אלע סארטן, גוטע, און שוואכע, טייערע און ביליגע, אזוי אז יעדער איינער! טאקע יעדער און טאקע איינער אן אויסנאם, זאל אנהייבן קויפן א 'כשר'ע טעלעפאן'.
מען זאל ארבעטן מיט די סעלפאון סטארס אז זיי זאלן פארקויפן בעיקר טעלעפאנס וואס זענען שוין פון פאראויס גע'כשר'ט, און מען זאל זיכער מאכן אז אלע גוטע טעלעפאונס האבן א גרויסע חותם אין פראנט. דעמאלטס קענסטו אוועקשטעלן א סאליד תקנה אז מ'האט נאר כשרע טעלעפאונס. אלע יונגעלייט און בעלי בתים גייען זיך דרייען מיט כשרע טעלעפאונס פון אלע מינים און אלע סארטן, ווייל זיי גייען קענען האבן גוטע און שטארקע פאונס וואס קומט נאך זייערע געברויכן.
און דעמאלטס... זאל זיך וואגן א בחור ארויסצונעמען זיין טעלעפאון. מען גייט גראד קענען זען צי ס'האט א הכשר צו נישט. מען דארף נאר קוקן אויפ'ן דעקל און זען. מ'דארף נישט זיין א מומחה אין סטיילס פון קיפעדס, און וויסן וועלכע טעלעפאנס ס'איז אלס דא אויפן מארקעט, און וואס עס זענען די קאטאגאריעס פון יעדע איינע, און צו וועלכע טעלעפאון דער פאון איז ענליך... ער דארף נישט וויסן וויאזוי אריינצוקריכן אין הידדען עפפס צו וויסן וואס געפונט זיך אין דעם טעלעפאון. ער דארף בלויז קוקן אויפן דעקל און זען דעם סימבאל.
איך האלט אז דאס איז סאך א בעסערע לעזונג פאר דעם פראבלעם, און אפילו איינער גייט זיך דינגען דערויף. איז אבער זיכער אז מען דארף לייגן סאך מער פאוקעס און ענערגיע אויף דעם עצם פראבלעם, און די וואס זענען אין דעם פעלד פון די קאנצעקווענצן. און עס האט נישט קיין שום זין צו באגרעניצן און אויסברענען די כשר'ע מארקעט, און לימיטן די מענטשן וואס זענען בכלל נישט אין דעם פראבלעם פעלד, צוליב אזעלכע דקות'דיגע און ישיבה קטנה'דיגע השוואות, וואס איז ניטאמאל זיכער אז ס'ארבעט עכט.

@הלבלר בקולמסו זייער שיין און איידל אראפגעשריבן דעם צד.
דער אמת איז אבער, אן אריינגיין צו מען האט געמעגט אסר'ן אדער רעדן אזוי שארף קעגן א כלי מיט א פילטער, וואס איז א נושא פאר זיך, און טאקע נישט יעדער האט אזוי גערעדט, יש ויש ואכמ"ל.
אין פאקט דאס וואס א סמארטפאון איז געווארן געטוישט פון א אקצעפטירטע טעלעפאון צו א דיעבד'דיגע פרנסה כלי, א ריכטיגע הצלת הדור.
איך געדענק נאך 10 יאר צוריק ווען יעדער "עוורידזש" חתן האט חתונה געהאט מיט א סמארטפאון. און כמובן די כלה אויך. פאר א גוטע פאר יאר האט אויסגעזען ווי דאס ווערט דער נארם. און ס'איז געשען א גרויסער טויש, אנגעהויבן מיט'ן כינוס כלל ישראל טאקע, אבער געענדיגט ביי די קהילות אליינס מיט די מוסדות וואס האבן אסאך אריינגעארבעט, קודם עס אויסגעריסן שטארק פון די ווייבערשול און שפעטער ביי די מענער, ווען היינט האט יעדע "נארמאלע" בעה"ב אין סאטמאר עטליעסט "אויך" א פליפ פאון אויף צו רעדן אין פובליק ערטער נישט אין די ביזנעס.
יעצט ווייטער בנוגע די נושא פון מראית עין, איז נישט קיין גזירה לגזירה נאר כולה חדא גזירה הוא.
אויב ווערט איינגעגעסן פליפ טעלעפאן'ס מיט אלע סארטן עפפס, ווייל קיינער ווייסט נישט אויב ס'איז די כשר'ע ממילא איז עס נארמאל, גייט מען צוריק צום אלטן. און ס'מיינט מיין בחור און דיין בחור. און טאכטער.

האמיר געהאט א שטיקל קופקע ווי איינער האט אויפגעברענגט @הלבלר בקולמסו ’ס ארטיקל..
אינטערסאנט צו זען ווי מענטשן ווערן דיזי ווען זיי הייבן אליינס אן טראכטן 'א רגע, סא מ’טאר נישט די נייע כשר’ע קעט םאון, ווייל ס’זעט אויס ווי א קעט פאון וואס קען האבן עפס, וואס מ’קען לאזן אן א פילטער, וואס האט געביסן דעם ערשטן ציגעלע אינעם חד גדיא געשיכטע'.
מאדנע איט איז.
מענטשהייט פארדינט אזויפיל טראסט מזאל כאטש קענען עקספלעינען גזירות און תקנות.
אינטערסאנט צו זען ווי מענטשן ווערן דיזי ווען זיי הייבן אליינס אן טראכטן 'א רגע, סא מ’טאר נישט די נייע כשר’ע קעט םאון, ווייל ס’זעט אויס ווי א קעט פאון וואס קען האבן עפס, וואס מ’קען לאזן אן א פילטער, וואס האט געביסן דעם ערשטן ציגעלע אינעם חד גדיא געשיכטע'.
מאדנע איט איז.
מענטשהייט פארדינט אזויפיל טראסט מזאל כאטש קענען עקספלעינען גזירות און תקנות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
אגרי. אבער דער 'נארמאל' ווערט נישט באשטימט בעיסד אויף גיידליינס פון איין וועד. (עכ"פ אין מיין באבל...)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:37 pm אויב ווערט איינגעגעסן פליפ טעלעפאן'ס מיט אלע סארטן עפפס, ווייל קיינער ווייסט נישט אויב ס'איז די כשר'ע ממילא איז עס נארמאל, גייט מען צוריק צום אלטן. און ס'מיינט מיין בחור און דיין בחור. און טאכטער.
הונדערטער יונגעלייט דרייען זיך ארום מיט כשרע פאונס מיט עפפס, אן קיין אפראוועל פונעם ועד הקהילות. פעיס פעקט.
רוב מענטשן ווייסן נישט קיין חילוקים פון פאונס באזירט אויף קיבאורד דעזיינס. פעיס פעקט.
אין א שפורדלדיגע מארקעט פון אלע סארטן פליפ-פאונס, קען מען נישט קאנטראלן די 'נארמע' מיט א מאגערע צאל 'אפראווטע' פאונס. פעיס פעקט.
אלזא א סעלושן פון א ריזן אויסוואל פון א גאנצע מארקעט פון כשר'ע גוטע פאונס, אלע סארטן און פרייזן. צוזאמען מיט א שטארקע אווערנעס קאמפיין (תקנה לדורות סטיל) וואס זאל איינפעדעמען בלויז אפראווטע פאונס, וואס זענען שוין רעדי גע'כשר'ט, און געמארקט אויפן דעקל מיט א פרינט. זעט מיר אויס סאך פראקטישער און מער אפעקטיוו. לעומת די איצטיגע מהלך וואס זעט מיר אויס היבש געקראכן אויף גראדע ווענט...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
רובא דרובא אינגעלייט דרייען זיך נישט מיט די פאונס וואס קענען זיין סמארטפאון'ס.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:14 amאגרי. אבער דער 'נארמאל' ווערט נישט באשטימט בעיסד אויף גיידליינס פון איין וועד. (עכ"פ אין מיין באבל...)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:37 pm אויב ווערט איינגעגעסן פליפ טעלעפאן'ס מיט אלע סארטן עפפס, ווייל קיינער ווייסט נישט אויב ס'איז די כשר'ע ממילא איז עס נארמאל, גייט מען צוריק צום אלטן. און ס'מיינט מיין בחור און דיין בחור. און טאכטער.
הונדערטער יונגעלייט דרייען זיך ארום מיט כשרע פאונס מיט עפפס, אן קיין אפראוועל פונעם ועד הקהילות. פעיס פעקט.
רוב מענטשן ווייסן נישט קיין חילוקים פון פאונס באזירט אויף קיבאורד דעזיינס. פעיס פעקט.
אין א שפורדלדיגע מארקעט פון אלע סארטן פליפ-פאונס, קען מען נישט קאנטראלן די 'נארמע' מיט א מאגערע צאל 'אפראווטע' פאונס. פעיס פעקט.
אלזא א סעלושן פון א ריזן אויסוואל פון א גאנצע מארקעט פון כשר'ע גוטע פאונס, אלע סארטן און פרייזן. צוזאמען מיט א שטארקע אווערנעס קאמפיין (תקנה לדורות סטיל) וואס זאל איינפעדעמען בלויז אפראווטע פאונס, וואס זענען שוין רעדי גע'כשר'ט, און געמארקט אויפן דעקל מיט א פרינט. זעט מיר אויס סאך פראקטישער און מער אפעקטיוו. לעומת די איצטיגע מהלך וואס זעט מיר אויס היבש געקראכן אויף גראדע ווענט...
דאס אז ס'איז דא הונדערטער וואס יא, איז אפשר א פראבלעם פאר'ן מיסיע פון די קהלות, אבער ס'איז אויך דא הונדערטער וואס דרייען זיך מיט סמארטפאונס. סוי כ'בין נישט אזוי זיכער אינעם פראבלעם.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
נאכאמאל. וואס איז די 'נארמאל'?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 5:22 pm רובא דרובא אינגעלייט דרייען זיך נישט מיט די פאונס וואס קענען זיין סמארטפאון'ס.
דאס אז ס'איז דא הונדערטער וואס יא, איז אפשר א פראבלעם פאר'ן מיסיע פון די קהלות, אבער ס'איז אויך דא הונדערטער וואס דרייען זיך מיט סמארטפאונס. סוי כ'בין נישט אזוי זיכער אינעם פראבלעם.
האסטו באוויזן צו טוישן די מיינדסעט פון מענטשן וואס ווייסן ניטאמאל פון וואס דו רעדסט?
דערווייל זע נישט קיין קהילות וואס זאלן האבן דא א געצילטע מיסיע... און אויב דארף צו זיין אזוינס, איז עס טאקע א דורכפאל.
ביסט אבער לכל הדיעות מודה אז ס'קוקט נאך אויס אזוי ענליך צו א קווין ווי מעגאלייף (מיט געטוישטע קנעפלעך) איז צו א קעט? איז מאי שנא הא מהא?שמח האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:42 pmצו זיין פונקטליכער ס'איז נישט קווין, ס'איז די m5 מיט אביסל אן אנדער אויסזעהן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:41 pm @פופציגער פארגעס נישט די טק פאון איז די זעלבע קווין פאון, אבער סאום האו האט עס יא א הכשר...
איך קען נישט שרייבן אין הלבלר'ס טעמע (פילטער אישוס) אבער @צולייגער האט מסביר געווען אז פאר בחורים איז וויכטיג אז זיי זאלן זיך שעמען צו האבן א סמארטפאון, און איך בין מודה צו דעם, אבער צי האלט דען איינער אז א בחור וועט זיך ווייניגער שעמען צו האבן א סמארטפאון ווייל ס'איז דא א כשר'ע מיינד פאון וואס פונדערווייטנס זעט עס אויס ווי א סמארטפאון?
און בשלמא ווען ס'איז דא א ריזיגע אויסוואל פון גוטע כשר'ע פאונס החרשתי, הגם איך האלט מ'מאכט אומזיסט שאדן פאר איד אבער עטליעסט מאכט מען נישט שאדן פאר דער מערכה, אבער פאקטיש איז נישטא; TCL איז דיספאוזעבל, LG classic קאסט 150 און מיט טעקסט נעמט נישט לענגער ווי עטליכע חדשים און די באטנס איז א פארגאנגענהייט, vn220 איז נישטא מער, קאנסטראקשן חוץ פון זיין אומבא'טעמ'טקייט דארף מען האלטן דעם טעלעפאון ביים מויל ממש ווייל אז נישט הערט זיך עס ווי מ'רעדט אונטערן וואסער, די אידישע סעלפאונס קאסטן קרוב אדער אריבער פיר מאות פאר א פאון וואס באגט, פריזט און האט אנדערע פראבלעמען יעדן שני וחמישי. איז אנשטאט זיך צוצוכאפן צו יעדן גוטן סעלפאון וואס קומט ארויס, טרעפט מען פראבלעמען פון אונטער דר'ערד. און ראה זה פלא; דער אינגערמאן מיטן געפילטערטן סמארטפאון האט נישט קיין פראבלעמען מיט די מוסדות, אבער א מיינד; דא שטעקט דער חורבן. (אזוי האט איינער דא געשריבן, איך פערזענליך האב געקויפט מיין מיינד נאכן אנהייב זמן).
וואס איז דער תוצאה דערפון?
1. דער ועד פארלירט זיין כח ווייל אז ס'איז נישטא קיין אויסוואל גייט מען בלית ברירה מיט וואס ס'איז דא.
2. די אלע מאנופעקטשורער מאכן זיך דעם חשבון אז דעם ועד האמיר סייווי נישט לאמיר פרובירן צופרידן שטעלן דעם קאסטומער און וועיז, גוגל מעפס און גוגל מעסעדזשעס ווערן מעינסטריעם ביים פרומען ציבור. (נעווער מיינד, מיר אינטערעסירט נישט אז פליפ פאונס האבן וועיז, איך ווייז נאר אן ווי מ'מאכט קאליע).
איך האב נישט געזוכט צו קויפן קיין מיינד, נישט ווייל איך האלט אז ס'איז א פראבלעם נאר ווייל איך גלייך נישט קיין באר פאונס בעצם, איך בין פשוט געבליבן אן קיין אויסוואל, איך בין נישט רייך (ווען יא האב איך א סמארטפאון...) און איך האלט נישט ביים צאלן פיר הונדערט דאלער פאר א סעלפאון וואס איז אין בעטא שוין פאר דריי יאר. מיין אנדערע אויסוואל איז געווען נאכאמאל צו קויפן אן אלגעמיינע פאון אָן אידיש קיבארד/טי 9, זמנים וכו' און הערשט איז עס מלא חסרונות. דער הכרח האט מיר געשטופט צו נעמען דעם מיינד פאר 179.99 + א יאר ווארענטי און א מהלך צו ריפלעיסן חלקים בחצי חנם און איך בין ב"ה העכסט צופרידן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 788
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1207
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
נעטפרי איז געטריגערט געווארן ווייל ס'האט געפעלט די פ' פון פאונס...
Re: וויפיל איז דער שיעור פון גזירה לגזירה?!...
וועלקאם. ש'כח @הלבלר בקולמסו פארן מיר אויפשפארן..
למעשה האב איך שוין געשריבן מיין מיינונג אין פאם טעמע.
אופס ש'כח אחראי פארן אהערברענגען.