משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 6:33 am
פרעג ביטע הרב הגאון יוחנן וואזנער אדער הרב עזרא משה כאריה אדער די מעליציע רבי פון מאנסי זיי זענען אויך ערליכע יודן אדער הרב הגאון אדמו"ר מסאטמער שליט''א אפילו זיי האבן ב"ה נישט געגאסן און געטרינקן קיין בלוט ( סתם אזוי איך האב געהרט אז נאך די אסופת הרבנים וועגן לב טהור גלייך נאך די איבערפאל רח"ל ביי די הויז פון די מאנקאטשע רבי הויז האט די מאנקאטשע רבי געזאגט צי הרב הגאון חידא ווייס שליט''א בזה הלשון איך בין שוין ביי די 90 יאר און די וועסט מיך נישט מאכן קיין מסור און קיינער האט נישט צום סויף געוואלט אינטער חסמנען "ווייל צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" משוד עניים ומענקת אביונים עתה אקים ............
קודם כל הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א איז בטול ומבוטל צו דעת הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס שליט''א בעניין הלכות מסירה. דאס האב איך אליין מיטגעהאלטן 100טער מאל. איך בין גרייט יעצט צו רופן הגאון ר' עזרא משה אינאיינעם מיט דיר.
בנוגע הגה''צ ר' יוחנן וואוזנער, קענסט אים אליין רופן, ער איז היינט אויסגעשפראכן קעגן לב טהור. הגאון ר' חיד''ו האט געזאגט פאר די בי''ד אין בארא פארק אז ר' יוחנן האט זיך אפגערעדט פאר אים וויאזוי לב טהור האט אים אזוי אפגע'נער'ט די אלע יארן.
בנוגע האדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א האבן מיר צוזאמען שוין מברר געווען אינאיינעם מיט ר' בנימין יוסף טעללער אז דו האסט קיינמאל נישט גערעדט צום רבי'ן, סך הכל האט דער הויז בחור גערעדט מיט דיר פאר א שעה און דיר איינגערעדט אז ער איז די רבי.
צווייטנס די מעשה וואס דו זאגסט מיט מונקאטש'ער רב איז לא היה ולא נברא. די נושא ביים אסיפה איז בכלל נישט געווען איבער מסירה. נאר איבער ראטעווען די קינדער.
די קול קורא איז נישט געסיינט געווארן פלעין ווייל ס'האט געפעלט אן עסקן וואס זאל זיך אינטערנעמען דאס צו מסדר זיין. אדרבה ברענג מיר איין עד וואס האט דיר דערציילט די מעשה.
די אלע יודן לעבן נאך ב''ה און איך בין גרייט צו רעדן צו יעדער פון זיי אינאיינעם מיט דיר.
בכל אופן האסטו נאכנישט געענפערט בנוגע די רב וואס האט חתונה געהאט מיט 2 ווייבער. א שרעקליכע פירצה און עקירת התורה אין די איינציגסטע מקום אמת.