כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:27 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:22 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 1:59 am

א הצלה מעמעבער ווייסט יעדער איינער אז ער לויפט ראטעווען יודן פון סכנה, און עס מוז געטון ווערן שבת וויבאלד אויב נישט וועט דער מענטש שטארבן.
משא''כ מחלל שבת זיין צו אוועקנעמען קינדער פון ערליכע עלטערן (אגב עס קען פונקט אזוי געטון ווערן זונטאג אינמיטן נאכט ווי רח''ל שבת אינמיטן נאכט, אבער דאס איז נישט די עיקר טענה) איז אויבנאויף עקירת התורה.
איך בין זיכער אז ס'האט א גוטע תירוץ, אבער דערווייל פארשטיי איך עס נישט, און עס זעט מיר נישט אויס אז דו פארשטייסט עס יא.
אויב אזוי קומט אויס אז די חשובי העדה זענען מחללי שבת ה''י? וויאזוי קען דאס זיין?
איך בין עכט צומישט.
איך האב דעס קיינמאל נישט געפרגט פון מיין היליגע טאטע אבער וואס זאל איך טון אז מיין נארישע קאפ פארשטייט יא אז אויב מיין טאטע וואס ער וואלט געהונגערט א גאנצע שבת צו נישט טון אפילו א פיצי חילול שבת ( איך מיין צוזאגן ער איז גרייט צו מאכן מסרת נפש צו נישט חס ושלום טון חילל שבת) און אויב דא זעי איך אז ער האט יא געטון חילל שבת איז פינקטלעך וועגן דעם איז דאדי מצוה פון דו לכף זכות זיין אז מסתם האט ער פארשטאנן אז ער קען נישט א אנדערע צייט, ער איז חס ושלום נישט מזלזל מיט די היליגע שבת קודש
דער הייליגער בעל ויואל משה זי''ע האט כסדר גע'חזר'ט מיט זיינע תלמידים אז א רבי איז ח''ו נישט העכער ווי די תורה, און אויב מען זעט א רבי עובר זיין אן עבירה טאר מען נישט זאגן מיין נארישע קאפ פארשטייט עס נישט. איך בין מסכים אז דיין טאטע איז א בעל רוח הקודש. אבער ווען אונזערע פליישיגע אויגן זען אז ער האט ח''ו מחלל שבת געווען דארף מען עס פארשטיין. נאכאמאל, עס וועט לכאורה ארויסקומען א קידוש השם אז מ'וועט פארשטיין פארוואס ער האט דאס געמוזט טון, אבער מען מוז עס טאקע מברר זיין, דו האסט א חיוב.
ר' מי"מ היקר, נו?
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

אויף דעם שטייט מי מעכב שאור שבעיסה ושעבוד מלכיות קוק ווען מיין קינד איז שוין געווען א יאר אלט האב איך אמאל געהאט א הויז טאלפאן קוק אביסל מיט א עין טובה ורחמנות וועסטי זעהן אינגאנצען אנדרעש
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

אפילו נישט אנהויז טאלפאן על אחת כמה וכמה נישט....
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

צדיקים מען דארף נישט האבן א התיר מאה רבנים צו מסרן אויף דעם פרעגסטו נישט צו מסרן דארף מען נאר האבן א התיר פון א גוישע לוער מסרן איז פון די ערגסטע עבירות דאס מעג מען אן קיין התיר מאה רבנים ווייל אויף לב טהור מעג מען אלעס טוהן אלעס איז בעצת הרבנים ( סע איז סתם שקר סע איז בעצת רע בנים שלעכטע קינדער נערים מיראת שמים וואס מסרן איז גרינגער פאר זיי פון אטמען ליידער)
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:05 am צדיקים מען דארף נישט האבן א התיר מאה רבנים צו מסרן אויף דעם פרעגסטו נישט צו מסרן דארף מען נאר האבן א התיר פון א גוישע לוער מסרן איז פון די ערגסטע עבירות דאס מעג מען אן קיין התיר מאה רבנים ווייל אויף לב טהור מעג מען אלעס טוהן אלעס איז בעצת הרבנים ( סע איז סתם שקר סע איז בעצת רע בנים שלעכטע קינדער נערים מיראת שמים וואס מסרן איז גרינגער פאר זיי פון אטמען ליידער)
@משה יוסף מנחם העלבראנץ יא, ווי ווייט איך ווייס (הגם, איך ווייס זייער ווייניג...) ביזטו גערעכט,
מען דארף נישט האבן א "היתר מאה רבנים" צו וויסן א הלכה אין הלכות מסירה, ס'איז גענוג צו פרענגן איין "רב" וואס קען גוט די הלכות.
בנצי
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 272

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בנצי »

ברוינפן אדער יין האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:30 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:05 am צדיקים מען דארף נישט האבן א התיר מאה רבנים צו מסרן אויף דעם פרעגסטו נישט צו מסרן דארף מען נאר האבן א התיר פון א גוישע לוער מסרן איז פון די ערגסטע עבירות דאס מעג מען אן קיין התיר מאה רבנים ווייל אויף לב טהור מעג מען אלעס טוהן אלעס איז בעצת הרבנים ( סע איז סתם שקר סע איז בעצת רע בנים שלעכטע קינדער נערים מיראת שמים וואס מסרן איז גרינגער פאר זיי פון אטמען ליידער)
@משה יוסף מנחם העלבראנץ יא, ווי ווייט איך ווייס (הגם, איך ווייס זייער ווייניג...) ביזטו גערעכט, מען דארף נישט האבן א "היתר מאה רבנים" צו וויסן א הלכה אין הלכות מסירה, ס'איז גענוג צו פרענגן איין "רב" וואס קען גוט די הלכות.
טייערע ר' משה יוסף דו קוקסט מיר זייער רוי.

צו מתיר זיין חרם דרבינו גרשון דארף מען האבן א היתר מאה רבנים. און צו וויסן צו מ'מעג מסר'ן איז גענוג איין מורה הוראה מובהק.

הייב אן צו לערנען וועסטו אויך וויסן.

אגב, פארוואס איז הרב חיד"ו ווייס פון די רע-בנים? ווייל דו ווילסט? ס'ארבעט נישט אזוי.
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

פאר מען גיסט בלוט און מען טרינקט עסט דארף מען זיין מליון פערצענט ניין איך בעט דיך איבער ביזט נישט גערעכט מקען נישט ג'יין ארויס שלעפן זיין א התיר פון איין רב און מסרן ניין רציחה איז נישט מתיר זיין א שאלה בבשר וחלב צדיק טראכט וואס די שרייבסט איך בעט דיך זייער שטארק איבער אבער געניג בלוט האט זיך שוין געגאסן הרב כאריה האט מיך געזאגט אז אפילו די חידא ווייס האט נישט געזאגט מען מעג מסרן ( ניין ממעג נישט מסרן אפילו די חידא ווייס גייט האלטן אז ממעג יא ווייל ער איז א יחיד און מקען נישט פסקנען פאר אזעלכע שרעקדיגע זאכן לויט א יחיד צדיק אידוש בלוט איז נישט קיין שפילעריי סע כל הנוגע בכם כנוגע בבת עיני אני כותב זה בדם לבי
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:44 am פאר מען גיסט בלוט און מען טרינקט עסט דארף מען זיין מליון פערצענט ניין איך בעט דיך איבער ביזט נישט גערעכט מקען נישט ג'יין ארויס שלעפן זיין א התיר פון איין רב און מסרן ניין רציחה איז נישט מתיר זיין א שאלה בבשר וחלב צדיק טראכט וואס די שרייבסט איך בעט דיך זייער שטארק איבער אבער געניג בלוט האט זיך שוין געגאסן הרב כאריה האט מיך געזאגט אז אפילו די חידא ווייס האט נישט געזאגט מען מעג מסרן ( ניין ממעג נישט מסרן אפילו די חידא ווייס גייט האלטן אז ממעג יא ווייל ער איז א יחיד און מקען נישט פסקנען פאר אזעלכע שרעקדיגע זאכן לויט א יחיד צדיק אידוש בלוט איז נישט קיין שפילעריי סע כל הנוגע בכם כנוגע בבת עיני אני כותב זה בדם לבי
@משה יוסף פסק הלכה אדער סברא ?
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

פרעג ביטע הרב הגאון יוחנן וואזנער אדער הרב עזרא משה כאריה אדער די מעליציע רבי פון מאנסי זיי זענען אויך ערליכע יודן אדער הרב הגאון אדמו"ר מסאטמער שליט''א אפילו זיי האבן ב"ה נישט געגאסן און געטרינקן קיין בלוט ( סתם אזוי איך האב געהרט אז נאך די אסופת הרבנים וועגן לב טהור גלייך נאך די איבערפאל רח"ל ביי די הויז פון די מאנקאטשע רבי הויז האט די מאנקאטשע רבי געזאגט צי הרב הגאון חידא ווייס שליט''א בזה הלשון איך בין שוין ביי די 90 יאר און די וועסט מיך נישט מאכן קיין מסור און קיינער האט נישט צום סויף געוואלט אינטער חסמנען "ווייל צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" משוד עניים ומענקת אביונים עתה אקים ............
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:38 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:04 am
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:53 pm

"צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" איז "צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" נישט מער און נישט ווייניגער
אבער "באדעקטע פנים'ער פון לב טהור" ווער ווייסט וואס אונטער דעם צודעק ליגט אלס, קיין גוטס זיכער נישט והמבין יבין וביודעי ומכירי קאמינא
רבותי! מפרסמין את החנפים מפני חילול השם!

פון די אלע א"ג הייליגע באדעקטע פנים'ער זאלט עטס אנטלויפן כמטחוי קשת
די עלטערע דור האבן עדות געזאגט אז "די גלחים זענען אינדערהיים אזוי געגאנגען אנגעטוהן" און אויך דא אין אמעריקא אין די ערשטע צייטן
די באבע'ס פלעגן דאס אנרופן "די קליפה קליידער" ר"ל
דער בעל ויאל משה וואלט געשעפט נחת פון אזעלכע ערליכע צניעותדיגע הייליגע מלבושים וואס אונזערע פרויען גייען אנגעטון
דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן אנטון די הייליגע צנועותדיגע מלבושים אזויווי שרה אמנו אמן כן יהי רצון
כ'וואלט זייער געוואלט זעהן דעם בילד וואס דו האסט פון שרה אמנו ווי מען זעהט איר אזוי אנגעטוהן
כוואלט אויך זייער שטארק געוואלט זעהן די בילד ווי שרה אמנו גייט מיט א שפיצל אדערֿ א שייטל
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:36 am @לויטערע הימל ביי אונז אין אמעריקע אדער ארץ ישראל דרייען זיך ארום טויזנטער יונגעלייט וועלעכע זענען יונגער פון דיר און האבן שוין די היתר הוראה. יונגעלייט אינטער 30 יאר זענען מסיים ש''ס. הונדרעטער יונגע דיינים תלמידי חכמים מופלגים.

אין לב טהור זענען אויך דא אזויפיל תלמידי חכמים?
וויפיל יונגעלייט אין לב טהור האבן שוין מסיים געווען ש''ס? וויפיל יונגעלייט האבן שוין די היתר הוראה?
די סברא וואלט געזאגט אז ביי די איינציגסטע אמת'ע יודישע קהילה אויף דער וועלט דארף צו זיין תלמידי חכמים און גאונים אדירים. עס איז טאקע אזוי?
איך האב וואס דיך צי ענפערן אבער נישט דא און גיי די מסביר זיין פריוואט בעזהי ובלינ
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 11:04 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:47 am אחינו בני ישראל עניק זאלן וויסן אז די ניבול פה וואס מען רעדט אויף קדושי עליון איינע פון די מקורות פון דעם קימט פון מיין כאזען וואס מסתמא האלט ער נישט שבת א סאפער ציוני ( ער האט נישט געבורן אזוי נאר ער איז ליידער ארויס לתרבות רעה ) אפשר א מאל טוהט ער זיך אן א כיפה סריחה ער איז בכלל נישט קיין שומר תורה ומצווות ער איז געווען און מיין כיתה און חידר אלטץ קינד
טייערע הימל לעכטיגע לויטערקייט, איך האב גערערט אליינס א עדות פון א ערליכע יוצא אז שלמה העלבראנץ שר"י האט געטון מעשים מנובלים באיסור תורה. ער איז אליינס עדות און אויך ווייסט ער בשם חברים זיינע.
מיין טייערע ברודער אויך אויף דוד המלך און די רמח״ל איז געווען מער אזעלכע עדות אבער דוד איז רגל רביעי להרכבה ביטע לערן די בריוו וואס סע ווערט געדריקט ביי די סויף פון ספה"ק פון נועם אלימלך מיט אביסל בכיות צי השי"ת רבש"ע הראנו דרך האמת
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

יאנקל גרויס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 6:08 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:41 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
באשמוצן א מענטש קען נאר ער אליינס
איך באשמוץ נישט, נישט דיר און נישט קיין שום נברא אויף דער וועלט (אויסער מיין גארביטש קען)
@שמועות טובות שטיי ביי דיין ווארט!!
הער ביטע אויף!!
ברענג שוין שמועות טובות נישט רעות
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:25 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:04 am איך האב מורא אפשר מגייט מיך אויס מעקן וועגן איך זאג א זאך וואס נישט יעדער האט אזוי ליב הערן מין פילט מער בארוהיג ווען מען זאגט אזא לשון הרע פון ווען מען זאגט אז ביי די לב טהור שלאגט מען מיט גאפלעך וועגן עס עיז א זאך וואס קיין איין יוד וואס האט א האר יראת שמים גייט נישט ווילן אפילו הערן פון די עקלעדיגע זאכן פוי עקלעדיג צו אפילו טראכטן
מיט וואס האט מען יא געשלאגן?
מיט א שטיקל פון די היילגע ספר ראשית חכמה מיט דעם שלאגט מען די נפש הבהמית אדער א שטיקל שערי תשובה וכו'
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

ברוינפן אדער יין האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:09 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:42 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:41 pm

וואו האט איינער געשריבן אפיקורסות?

לעצטיגע יארן קומען עפעס ארויף פרישע חומרות און די הגדרה פון אפיקורסות....
שיטת לב טהור אויף אידישקייט איז ריין אפיקורסות.
דו מיינסט זיין זיידע, נישט הרב הצדיק @לויטערע הימל שליט"א
איך בין ליידער נישט קיין צדיק מיין זיידע איז געווען נאר א פושטע איד ווי אברהם אבינו
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:59 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:40 pm לויטערע הימל האט מיר אמאל שיער געראטעוועט דאס לעבן.

עס איז געווען אמאל, ווען איך האב זיך געפינען אין גואטאמאלא, ווארטנדיג אונטער די ארטיגע ברענעדיגע היצן, איך האב געווארט אויף א "טוק טוק" (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא), און איך האב געשפירט אז איך גיי פשוט אויס פאר היץ.

פלוצלינג קומט צו מיר א יונגערמאן, מיט די גאנצע טראגע וכו', ער ברענגט מיר א זעקל אייז קאלטע וואסער (אין גואטאמאלא פארקויפט מען וואסער אין זעקלעך), און ער זאגט מיר אז ער האט עס געקויפט ספעציעל פאר מיר. ער האט געזען ווי אזוי איך שטיי אין די היץ, ער האט רחמנות געהאט און מיר געקויפט וואסער, צו שטילן די דארשט און היץ.

איך זאג אייך, אז די וואסער דעמאלס האט געהאט אלע טעמים. איך האב זיך מחיה געווען דערמיט. עס האט מיר פשוט אויפגעפרישט און אריינגעברענגט א רוח החיים. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענע חסד וואס ער האט מיט מיר דעמאלס געטון.

איך בין צוריקגעקומען קיין אמעריקע, האב איך אפילו געשיקט א מודעה צום חכם, אז ער זאל וויסן וואספארא איידעלע מענטשן ער פארמאגט אין לב-טהור.

קיינמאל וועל איך פארגעסן די חסד וואס ער האט דעמאלס געטון מיט מיר.
איך וואלט ווען ענדערש געבליבן דארשטיג און נישט צוגענומען קיין לעק וואסער פון אן אויסגעשפראכענע משכיל
פון ווי האסטו געיארשעט אזעלכע רשעות איך בעט דיך איבער וואסער וואלסטו נישט געטרינקן אבער בלוט טרונקסטי יא איך בין דיך מוחל אבער הער שוין אויף אויף מיך אליין החרשתי אבער...געניג שוין מיט דיין שמועות רעות ומרות
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:44 am פאר מען גיסט בלוט און מען טרינקט עסט דארף מען זיין מליון פערצענט ניין איך בעט דיך איבער ביזט נישט גערעכט מקען נישט ג'יין ארויס שלעפן זיין א התיר פון איין רב און מסרן ניין רציחה איז נישט מתיר זיין א שאלה בבשר וחלב צדיק טראכט וואס די שרייבסט איך בעט דיך זייער שטארק איבער אבער געניג בלוט האט זיך שוין געגאסן הרב כאריה האט מיך געזאגט אז אפילו די חידא ווייס האט נישט געזאגט מען מעג מסרן ( ניין ממעג נישט מסרן אפילו די חידא ווייס גייט האלטן אז ממעג יא ווייל ער איז א יחיד און מקען נישט פסקנען פאר אזעלכע שרעקדיגע זאכן לויט א יחיד צדיק אידוש בלוט איז נישט קיין שפילעריי סע כל הנוגע בכם כנוגע בבת עיני אני כותב זה בדם לבי
מ'האט געדארפט טוהן אלעס אין די וועלט צו פארשליסן דעם כת לב טהור מדין "לא תעמוד על דם רעך".

ווי דער הייליגער חינוך (שוין געהערט אמאל פון אזא ספר?) שרייבט: "שלא נמנע מלהציל נפש מישראל כשנראהו בסכנת המיתה והאבדה ויהיה לנו יכלת להצילו בשום צד, שנאמר (ויקרא יט טז) לא תעמד על דם רעך. ואמרינן בסנהדרין (דף עג.) תניא מנין לרואה את חברו שטובע בנהר או חיה גוררתו או לסטים באים עליו שהוא חייב להצילו בנפשו שנאמר לא תעמד על דם רעך".

לב טהור האט געהאט אין זיך אלע דערמאנטע זאכן, טובע בנהר, חיה גוררתו, לסטים באים עליו, ועוד - אז דו ווילסט קען איך אויסשמועסן ביישפילן.
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב דוד »

צדיק, די זעהסט אויס צו האבן א ריין הארץ א לב טהור מוט גוטע כוונות, אבער די כת און די ראש הכת איז געוועהן א גרויסע סכנה ברוחניות ובגשמיות, ווילאנג סאיז געוועהן ברוחניות זענען מיר געשוויגן (און אפאר ציונים האבן גערודפט), ווייל מיר האבן אונזער אייגענע ניסיונות און טול קורא מבין עיניך.

אבער ווען סאיז געווארן מער און מער א גשמיותדיגע סכנה (נאכמער ווען די היינטיגע ראש צוזאמען מיט גברת מינדל האט איבערגענומען) איז געווארן א מצב פון ואמרו ידינו לא שפכה און א חיוב פון פדיון שביים וואס אפילו ס"ת שבהיכל מיז מען פארקויפן (און פאר טייל עסקנים איז עס געוועהן ומבשרך על תתעלם).

די האסט א לויטערע נשמה אבער איין טאג וועסטו הערן מער פערזענליך פון גוטע קינדערליך די מעשיות וואס הרה"ג החיד"א האט געהערט, און אפשר וועסטו אויכט דעמאלדס קלערן צו גלייבן די וואס זענען געווארן מאדערן נאכן מיטמאכן אזויפיל, און דעמאלטס וועסטו קלערן צו זיך "האט מיין זיידע געמיינט גאט אדער איז ער געוועהן פארכאפט און אני ואפסי?".

דיין זיידע האט געמיינט גוט בתחילה און וועגן דעהם האט ער מצליח געוועהן און קישור, און וועגן דעהם האט סאטמאר איהם געהאלפן ביי פרשת שי פימה, אבער אזוי ווי אסאך בעלי תשובה וואס זענען געווארן מנהיגים אהן קיין ריכטיגע מסורה (ע"ע המנהיג משכינת חומה השלישית) איז ער אויכט פארדארבן געווארן מיט גאווה און בועט געוועהן בדרך המסור לנו מאבותינו ומצדיקים הקודמים, יעדע גדול בישראל איז געווארן טריפה, אזוי האט ער פארלוירן זיין סייעתא דשמיא.

בשעת דיין טאטע האט געהינגערט און געכאפט שלעק האט ער געגעסן און געשלאפן (איין מאל ווען איך האב באזיכט און קאנאדע און שפאצירט נעבן זיין הויז אינמיטן טאג בשעת ענק זענען אדורך סיגופים בין איך שטילערהייט אדורך זיין פענסטער די פירהאנג איז געוועהן אביסל אפען און ער איז געשלאפן, די וויינגארטנס זענען געקומען צולויפן....).

@שמואל פוקס קען דיר דערציילן וואס איז געשעהן מיטן כת האיסיים נאכן אפלאזן כלל ישראל און זיך פורש געוועהן און מדבר (און געגעסן פון איין קאסע.. דערמאנט דיר פון עפעס ענליך?) און אוועקגעמאכט אלע גדולי ישראל בזמניהם... וואס איז געבליבן פון זיי??? (לויט געוויסע מקורות איז נצרות א תולדה פון זיי).

אזוי אויכט ענדעלט און געוויסע פונקטן צו השתשלות כת ש"ץ (איך ווייס אז די ליטאים האבן דאס אויכט געזאגט אויפן חסידים, אבער סאיז דא אסאך חילוקים און קוק וואס איז למעשה געווארן פון חסידים הוכיח סופו על תחילתו ואכן המקום להאריך אבל אין הזמן מספיק).
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

@משה יוסף מנחם העלבראנץ ביטע הער אויף שרייבן פון דיין הייליגע זיידע ווייל ס'ברענגט מיר שלעכטע מחשבות
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 8:31 am דיין זיידע האט געמיינט גוט בתחילה און וועגן דעהם האט ער מצליח געוועהן און קישור, און וועגן דעהם האט סאטמאר איהם געהאלפן ביי פרשת שי פימה, אבער אזוי ווי אסאך בעלי תשובה וואס זענען געווארן מנהיגים אהן קיין ריכטיגע מסורה (ע"ע המנהיג משכינת חומה השלישית) איז ער אויכט פארדארבן געווארן מיט גאווה און בועט געוועהן בדרך המסור לנו מאבותינו ומצדיקים הקודמים, יעדע גדול בישראל איז געווארן טריפה, אזוי האט ער פארלוירן זיין סייעתא דשמיא.
נישט אומזיסט האבן (אמת'ע) צדיקים געזאגט, אז א בעל תשובה זאל זיצן בשקו ובתעניתו אין ביהמ"ד און תשובה טון, אבער נישט ווערן קיין מנהיג בישראל!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:11 am
אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:25 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:04 am איך האב מורא אפשר מגייט מיך אויס מעקן וועגן איך זאג א זאך וואס נישט יעדער האט אזוי ליב הערן מין פילט מער בארוהיג ווען מען זאגט אזא לשון הרע פון ווען מען זאגט אז ביי די לב טהור שלאגט מען מיט גאפלעך וועגן עס עיז א זאך וואס קיין איין יוד וואס האט א האר יראת שמים גייט נישט ווילן אפילו הערן פון די עקלעדיגע זאכן פוי עקלעדיג צו אפילו טראכטן
מיט וואס האט מען יא געשלאגן?
מיט א שטיקל פון די היילגע ספר ראשית חכמה מיט דעם שלאגט מען די נפש הבהמית אדער א שטיקל שערי תשובה וכו'
נישט ריכטיג.
דו ווייסט אויך אז מען האט געשלאגן מיט א אייזערנע גאפעל מכות אכזריות עד זוב דם.
און אפילו ווען דער באקאנטער מלמד האט געשלאגן מיט די הענט (מען פלעגט פילן די ביין פון זיינע הענט) האט זיך געגאסן בלוט מיט די גרעסטע מאס אכזריות
איך האב דיר ליב אהבת נפש. אבער ביטע שטעל נישט אן א בילד אז אין לב טהיר האט מען געשלאגן מיט א שטיקל ראשית חכמה, בו בזמן וואס דו האסט מיטגעהאלטן די אלע ברוטאלע קלעפ ווי מ'האט פארגאסן די בלוט פון קליינע קינדערלעך.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 5:44 am פאר מען גיסט בלוט און מען טרינקט עסט דארף מען זיין מליון פערצענט ניין איך בעט דיך איבער ביזט נישט גערעכט מקען נישט ג'יין ארויס שלעפן זיין א התיר פון איין רב און מסרן ניין רציחה איז נישט מתיר זיין א שאלה בבשר וחלב צדיק טראכט וואס די שרייבסט איך בעט דיך זייער שטארק איבער אבער געניג בלוט האט זיך שוין געגאסן הרב כאריה האט מיך געזאגט אז אפילו די חידא ווייס האט נישט געזאגט מען מעג מסרן ( ניין ממעג נישט מסרן אפילו די חידא ווייס גייט האלטן אז ממעג יא ווייל ער איז א יחיד און מקען נישט פסקנען פאר אזעלכע שרעקדיגע זאכן לויט א יחיד צדיק אידוש בלוט איז נישט קיין שפילעריי סע כל הנוגע בכם כנוגע בבת עיני אני כותב זה בדם לבי
איך האב דיר שוין געשריבן אז א בי''ד אין בארא פארק פון 3 חשוב'ע רבנים האבן גע'פסק'נט אז עס איז א מצוה רבה צו מסר'ן
איך בין דארט געווען.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 2:41 am וואס איך ווייס קען איך ענפערן בה מיין נישט איך גיי בכלל וויסן וואס צו ענפערן אויף יעדע זאך אזוי ווי נישט יעדע סאטמערע בחור קען ענפערן אויף יעדע זאך אין סאטמאר
א גוטע נאכט מיינע טייערע הייליגע ברודערס די אייבירשטער זאל ענק אלע בענטשן און אינס אלע זאלן עכט אנקומען צו פלאגן ביי די תורה כי הם חיינו אורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה ורק בהם אנדרע זאכן איז שטותום והבלים א שטיקל פון די היילגע מאיר עני חכמים סע ווערט געברענגט אין די נוסח התבוננות פרק ג וכל זה אי אפשר להתגלות אם לא שיהי' נחקק במחשבתו של האדם באמת לאמיתו דבר זה שאנו חלק ה ממש וכשיזכו ישראל בזה יום אחר יום להתלהט בדבר זה בדביקות אמיתי ויהי' מאוס בעיניו כל חללי דעלמא אז יתגלה הדבר אליו שהם חלק ה' ממש ובלתי יגיעה רבה, והתמדה בדבר והתאמצות רב אי אפשר דבר זה להתגלות כמאמר רז"ל אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה שנאמר זאת התורה אדם כי ימות באוהל א גוטע נאכט
די חילוק פון א סאטמאר'ע בחור און דיר איז. אז אויב א סאטמאר'ע בחור זעט אז רוב סאטמאר זענען שוין געווארן פאפא'נע, און גאנץ כלל ישראל שרייט אז שיטת סאטמאר איז עובר אויף די ערגסטע עבירות, און אויב ער בלייבט סאטמאר כאפט מען צו זיין קינד, און א גדול בישראל קומט ארויס שארף קעגן שיטת סאטמאר, וואלט דער יונגערמאן זיך זיכער אריינגעלייגט צו איבערטראכטן וואס עס גייט דא פאר, און אויב ער טוט טאקע די ריכטיגע זאך מיטן אנהאלטן סאטמאר, און וויפיל מסי''נ דארף מען טאקע האבן דערויף.

משא''כ דו, ווילסט דאך ניטאמאל טראכטן.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 4:35 am אנטשאלדיג על פי תורה סע שקר וואס די שרייבסט אז די ההנהלה האט אייביג געהאט א שמדטפאן אן א פילטער סע איז שקר ווייל ביז די שרעקדיגע צייטן האבן אפילו נישט געהאט א שמדטפאן נאר א קאמפיוטער מיט א פילטער און מיט א שומר תמידי וואס איז געשטאנען דארט בשעת ער ניצט אינטרנט זיין אביסל דיין לכף זכות דארפסט נישט הערן וואס אלע נערים רעדן שטיתים גלייב מיך ביטע
איך זאג נאר וואס איך האב געהערט פון עטליכע פון די הנהלה.
אדרבה, וועלעכע פילטער האבן זיי געהאט? מ'קען דעס מברר זיין אין א רגע.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 6:33 am פרעג ביטע הרב הגאון יוחנן וואזנער אדער הרב עזרא משה כאריה אדער די מעליציע רבי פון מאנסי זיי זענען אויך ערליכע יודן אדער הרב הגאון אדמו"ר מסאטמער שליט''א אפילו זיי האבן ב"ה נישט געגאסן און געטרינקן קיין בלוט ( סתם אזוי איך האב געהרט אז נאך די אסופת הרבנים וועגן לב טהור גלייך נאך די איבערפאל רח"ל ביי די הויז פון די מאנקאטשע רבי הויז האט די מאנקאטשע רבי געזאגט צי הרב הגאון חידא ווייס שליט''א בזה הלשון איך בין שוין ביי די 90 יאר און די וועסט מיך נישט מאכן קיין מסור און קיינער האט נישט צום סויף געוואלט אינטער חסמנען "ווייל צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" נאכאמאל "צי מסרן איז נישט קיין געלעכטער" משוד עניים ומענקת אביונים עתה אקים ............
קודם כל הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א איז בטול ומבוטל צו דעת הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס שליט''א בעניין הלכות מסירה. דאס האב איך אליין מיטגעהאלטן 100טער מאל. איך בין גרייט יעצט צו רופן הגאון ר' עזרא משה אינאיינעם מיט דיר.

בנוגע הגה''צ ר' יוחנן וואוזנער, קענסט אים אליין רופן, ער איז היינט אויסגעשפראכן קעגן לב טהור. הגאון ר' חיד''ו האט געזאגט פאר די בי''ד אין בארא פארק אז ר' יוחנן האט זיך אפגערעדט פאר אים וויאזוי לב טהור האט אים אזוי אפגע'נער'ט די אלע יארן.

בנוגע האדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א האבן מיר צוזאמען שוין מברר געווען אינאיינעם מיט ר' בנימין יוסף טעללער אז דו האסט קיינמאל נישט גערעדט צום רבי'ן, סך הכל האט דער הויז בחור גערעדט מיט דיר פאר א שעה און דיר איינגערעדט אז ער איז די רבי.

צווייטנס די מעשה וואס דו זאגסט מיט מונקאטש'ער רב איז לא היה ולא נברא. די נושא ביים אסיפה איז בכלל נישט געווען איבער מסירה. נאר איבער ראטעווען די קינדער.
די קול קורא איז נישט געסיינט געווארן פלעין ווייל ס'האט געפעלט אן עסקן וואס זאל זיך אינטערנעמען דאס צו מסדר זיין. אדרבה ברענג מיר איין עד וואס האט דיר דערציילט די מעשה.

די אלע יודן לעבן נאך ב''ה און איך בין גרייט צו רעדן צו יעדער פון זיי אינאיינעם מיט דיר.

בכל אופן האסטו נאכנישט געענפערט בנוגע די רב וואס האט חתונה געהאט מיט 2 ווייבער. א שרעקליכע פירצה און עקירת התורה אין די איינציגסטע מקום אמת.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שרייב פאוסט