ממש שלמה׳ס שפראךלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:17 am סאיז נישט קיין שפיל צי רעדן אויף צדיקים מיין זיידע שוין מער ווי 40 יאר צירוק האט ער געמאכט טויזנטער בעלי תשובה טאג טעגליך און ארץ ישראל מענטשען האבן אנגהויבן צי האלטן שבת וכו' ער פלעגט געבן דרשות ביי ארגנזציה אורחים די אלע עלטער תלמידים פון די בעל ויואל משה פלעגן שרעקדיג שטיצן מיין זיידע למשל די ברך משה זל ר נתן יוסף מייזלעס זל ר משה ניישלאס ר זלמן גרטנר זל ר מיכל זיכערמאן זל אויב איינער גלייבט נישט קען פרעגן די קרית יואל רבי הרב אהרן טיטלבום שיחיה לאורך ימים טובים אדער הרב דוד מייזליש פון מאנטריאל אדער הרב הגאון יוחנן וואזנער תן לחכם ויחכם עוד ( ר דוד מייזליש האט פארציילט אז די ברך משה מסאטמער זיע האט אהים געזאגט אז יעדער און די וועלט וויל עפעס אנדרעש אבער סע איז דא איינער וואס וויל בלתי לה לבדו דאס איז די לב טהור רבי ער פלעגט אנרופן מיין זיידע מיין רבי אזוי פלעגט זאגן די ברך משה אויב די גלייבסט נישט פרעג זיך נאך
זאכן וואס אפאר חברה האבן אפגעמאכט צוזאמען צו גיין באשמיצן וועגן אזוי גייעט זיי בעסער גיין זייער גרודער און שטאט הייבט זיך פשוט נישט אן, פלוצלונג 9 יאר נאך וואסדי צדיק איז אוועק הייבן זיי אן צו זאגן שקרים וכזבים
אזוי סך מענטשן האבן ארויס פון לב טהור און קיינעם קיינעם האט עס נישט געזאגט אפילו מומר וואס איז געווארן א ציוני און ער האט אייביגע געזיכט צו באשמיצן האט נישט געזאגט די עקעלדיגע זאכן
פארוואס פארוואס וועגן עס איז קיינמאל נישט געווען
אויב מענטשן ווילן ווייטער גלייבן יענע פאר שקרים קענען זיי גלייבן אבער איך קען נעמען א ספר תורה אין שווערן אז עס איז פאלטש
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
- שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 108
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 925
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א אינטרעסאנטע זאך האב איך באמערקט, ווען מ'האלט פאר א לב טהור'ניק איבער די מעשה רציחה תועבה וכו' פון לב טהור, באקומט מען א תשובה עפעס וועגן יראה און אהבה...
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טייערע הימל לעכטיגע לויטערקייט, איך האב גערערט אליינס א עדות פון א ערליכע יוצא אז שלמה העלבראנץ שר"י האט געטון מעשים מנובלים באיסור תורה. ער איז אליינס עדות און אויך ווייסט ער בשם חברים זיינע.לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:47 am אחינו בני ישראל עניק זאלן וויסן אז די ניבול פה וואס מען רעדט אויף קדושי עליון איינע פון די מקורות פון דעם קימט פון מיין כאזען וואס מסתמא האלט ער נישט שבת א סאפער ציוני ( ער האט נישט געבורן אזוי נאר ער איז ליידער ארויס לתרבות רעה ) אפשר א מאל טוהט ער זיך אן א כיפה סריחה ער איז בכלל נישט קיין שומר תורה ומצווות ער איז געווען און מיין כיתה און חידר אלטץ קינד
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס האט דיין הייליגער טאטע ארויסגעגעבן אזעלכע פייניגונג שטראפן פאר אידן? מעג ער דאס טון על פי תורה?לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=a ... NF4WZOOsru
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1127
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3765
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:55 amאיך בין מסכים מיט דיר אבער אן עם הארץ וואס איז יא א חסיד (דהיינו; ער טוט מעשי חסידות) איז נישט קיין אפיקורוס אפי' ער טוט עס קרום.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:28 amהדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:02 am
קיינער וועט מיר נישט חושד זיין אין לב טהור'שאפט אבער פארוואס אפיקורסות? ס'איז סתם נישט אמת. בשלמא אז ער זאגט אז מ'דארף נישט לערנען גמרא; הער איך. ער זאגט אבער אז כדי צו באקומען יראת שמים וואס מ'דארף האבן איידערן לערנען גמרא לערנט מען יענע תורות, ער איז נישט גערעכט ווייל יראת שמים באקומט מען פון גמרא, המאור שבה מחזיר למוטב וכו', אבער ס'איז אפיקורסות?
די משנה זאגט אין בור ירא חטא ולא עם הארץ חסיד. די גמרא זאגט אז די עצה קעגן דעם יצר הרע איז די תורה הקדושה. זאגן אז גמרא איז נישט גענוג צו ברענגען יראת שמים נאר מען דארף פאר דעם זיך שטאפן מיט די תורת לאקשן פון א היינטיגן, וכן אז די תורת לאקשן ברענגען יראת שמים אן עפענען א גמרא אדער שלחן ערוך, איז פארקערט ווי דברי חז"ל מפורשים.
דרך אגב, האט ער (שלמה, נישט זיין חשוב'ער אייניקל) אויך אריינגעשטעלט אייגענע תורת לאקשן אין די ווערטער פון די גמרא, וואס ווען מען עפנט נישט קיין גמרא נאר מען ווייסט בלויז וואס די אור הוי"ה ברענגט כלומר'שט נאך פון די גמרא קען מען פארקויפן וואס מען וויל:
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:32 am איך חליש אז יעדע יוד זאל זיין פון די ריכטיגע יודן און טאקע ארבעטן אויף די עיקר אויף וואס א מענטש איז געקומען אויף די וועלט עס שטייט אין אור הויה בשם די גמרא שבת א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט מען פרעגט אם 6 שאלות אין אפילו אויב ער האט עס טאקע געטון די 6 זאכן וואס איז זייער שווער צו עס טאקע טון אוב ער האט נישט אָנקומען צו יראת ה' שיקט מען אים ליידער ליידער צוריק צו די וועלט איז ווער וויל דאס חס ושלום
שנית ס'איז דא א מושג פון לערנען חסיד'ישע ספרים איידערן לערנען גמרא בכדי צו לערנען מיט יראת שמים, יעצט אודאי אז מ'קען נישט וועגן דעם אויסרייסן די גמרא אבער ס'איז קרומקייט און א דראנג נאך עקסטרעמיזם ושגעון מער ווי אפיקורסות. דאס אז ס'איז תורת לאקשן קענסטו נישט פארלאנגען פון אן ארטיגן צו האלטן.
ומה שנוגע הגמרא שהביא בשם זקינו, הא כך כתוב שם בפירוש "אמר רבא, בשעה שמכניסין אדם לדין אומרים לו נשאת ונתת באמונה קבעת עתים לתורה עסקת בפריה ורביה וכו', ואפילו הכי אי יראת ה' היא אוצרו אין אי לא לא" ולפום ריהטא לא דק.
דרך אגב, ס'קוקט אויס ווי א יונגערמאן וואס ברענגט נאך א בפירוש'ער אוצר הלכות וואס ציטירט דעם מג"א...
די פוינט איז נישט אז זיין א עם הארץ חסיד איז אפיקורסות, נאר אז די שיטה אז יראת שמים קען מען און דארף מען באקומען (דוקא) פאר'ן לערנען איז פארקערט די משנה מפורשת אז אין בור ירא חטא. כ'מיין אויף א שיטה פארקערט ווי דברי חז"ל פאסט זיך די אויסדרוק אפיקורסות, חוץ פון די פאקט אז עס איז נאך אזא 'מאי אהני לן רבנן' ווי די דוגמאות וואס די גמרא ברענגט און סנהדרין און די גמרא זאגט דערויף בפירושאז דאס מיינט אן אפיקורס.
גראדע, אן עם הארץ וואס טוט יא חסידות איז דער אוה"ח הקדוש שיין מבאר ווי גרינג ער קען מיט זיין חסידות אריינפארן אין איסורים חמורים מדאורייתא, ווי מען האט טאקע געזען ביי די ע"ה אין ל"ט, אבער נישט דאס איז די שמועס דא.
בנוגע די גמרא האב איך בעיקר געמיינט צוויי זאכן: 1) דאס צוריקשיקן די נשמה, וואס שטייט אודאי נישט אין די גמרא. די גמרא זאגט בלויז 'יראת ה' אוצרו אין אי לא לא', וואס עס זענען דא פארשידענע טייטשן אין די מפרשים אבער איך האב נאכנישט געזען איינעם טייטשן אז מען ווערט מגולגל דערפאר, און די פשוט'ע פשט איז - ווי דער מהרש"א שמועסט עס אויס - אז אן יראת שמים האבן די אלע מעשים טובים נישט קיין קיום אויף די וועלט (ווי די משל וואס די גמרא גיבט מיט קב חומטין). 2) דאס דערקלערן אז אויב מען איז נישט 'אנגעקומען' צו יראת ה' אפילו אויב מען האט געארבעט דערויף איז כמאן דליתא דמיא.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1127
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3765
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:17 am אויב מענטשן ווילן ווייטער גלייבן יענע פאר שקרים קענען זיי גלייבן אבער איך קען נעמען א ספר תורה אין שווערן אז עס איז פאלטש
מעג מען על פי תורה שווערן אויף עפעס וואס מען ווייסט נישט פון מיטהאלטן די מעשה נאר צוליב די אמונה אין א מענטש?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
[/quote]לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:28 am פארוואס איז דער בעל ויואל משה נישט געגאנגען מיט די בגדי ישע? מיין היילגע זיידע האט אויך נישט געגאנגען מיט די בגדי עת לכל חפץ או צוויטע ענפער איז ווייל די היילגע בעל ויואל משה האט געדארפט פשוט ראטווען פשטות אידושקייט נאך די קריג און פשטות אידושקייט איז פאר בגדי ישע און אסאך מאל וואס את רבי קען נישט אויספירן די תלמוד פירט עס אויס את בחינה וואס סע שטייט אז אלישע האט געהאט פי שניים פון אליה הנביא איר קענט דאס זעהן און ליקוטי מוהר"ן אויף יענע פסוק ( איך געדענק נאך ווען מיין היילגע זיידע האט עס מיך עס געזאגט צי עס לערנען אביסל פאר זיין היילגע הסתלקות ( אוי ווי קען מען צירוק ברענגן אזא צדיק אזא מלאך אלקים און ליידער איז ער חשוב און די וועלט ככלב מת אזוי ווי סע שטייט און די רעיה מהימנא עיין שם ) די אייברשער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צי זיך נישט שעמען פאר משיח צדקנו ווייל ווען משיח גייט קימען וועט מען זעהן די אמת משפיל גאים עדי ארץ ומגבוה שפלים עדי מרום מוציא אסרום ופודה ענווים)
הלואי וואלט איך געקענט געבן מער לייקס!
-
העלאו בעלאו
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 170
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
- Location: Brooklyn
- x 325
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כך הוא הדרך!!!יעקב דוד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:43 am @לויטערע הימל קוק צוריק אלע יארן בילדער (איך האב אויכט באזיכט דעהם פלאץ און געזעהן 15 יאר צוריק), בשעת וואס א יעדער פייניגט זיך און איז בלאס,שוואך,הוגעריג איינגעדארט, איז דער מנהיג דעהם זיידען געוועהן דיקלעך (בלשון נקייה) רויטע באקן און קיינמאל מיד אדער שוואך.
אויב האט ער געשלאפן און געגסען און געדאווענט אזוי ווי ענק איז נישט מעגליך אויסצוזעהן אזוי ער האט אויסגעזעהן.
נאר וואס דען ער האט געהאט א ברייטע הארץ מיט אסאך קאריזמע און עמאציניאלע געפילן און א אייזענעם מח און פארקויפט פרומקייטן און עקסטרעמיזם משפה ולחוץ אבער ער אליינס האט נישט געקענט זיך באהערשן און זיין מח שליט על הלב.
די ביסט אינג און נישט געזעהן געניג, רעד צו דיינע פעטערס, גיי ארום הערן פון יעדער וואס איז אמאל דארט געוועהן און פארלאזט וועסטו צוזאמשטעלן א בילד פון א קלא דלא פסיק מיט פערזענליכע מעשיות ווי זיי האבן געזעהן אז ליידער איז ער נישט וואס ענק מיינען.
הגה בעצמך טראכט צוריק וויפול ער איז געוועהן פארשפארט, וויפול ראיות האסטו אז ער איז געשלאפן אזוי ווינציג ווי דיר געגעסן אזוי ווייניג ווי דיר?
אויב די וועסט אנערקענען אז מרעדט פון עפעס אסאל ווייניגער ווי די האסט געקלערט, דאן וועט זיין הארץ זיין אביסל מער פתוח צו גלייבן די אלע ערגערע מעשיות וואס ווערט דערציילט.
איך שפיר דיין צער, די ביסט א אמתע מבקש את ד', די ווילסט זיין לויטער און ריין און אויפטוהן וואס די ברויכסט אויף דעהם וועלט כי לכך נצרת.
די עצה איז קום אהער מיט דיין לעכטיגן משפחה און פרוביר צו זיין אזוי פרום און הייליג פון הרה"צ ר' טודרוס זילבער, מיט ערליכקייט, פרומקייט, אהבה יראה, שמירת עיניים, אהן קיין שייטליך אדער אינטערנעט, מאך זיכער אז דיין קינד באקומט געניג (כשר) צועסן און ווארימע פאטערליכע ליבשאפט.
איין טאג וועסטו און דיין בני בית צוזאמנעמען דיין לעכטיגע עהרליכע קינדער ארום דעהם טיש און קוקן און זייער אויגן און זאגן מיין טייערע קינדער קוקסט אהער ווי איך האב ענק פארזארגט א ווארימע הייליגע שטיב וואס איז געבויט מיט מסירות נפש אויפן שלחן ערוך אהן אוועקנעמען ענקער געזונט און ליבשאפט כרחם אב על בנים בענטש איך ענק און איך בין מתפלל אז ענק זאלען אזוי טוהן ווייטער און ממשיך זיין די הייליגע קייט לעי"נ דעהם זיידען און הייב אויף דיין צעהן פינגערס און זאג מיט א טרער פון קדושה ושמחה "ישמך אלוקים כאפריים וכמנשה וכשרה רחל רבקה ולאה....."
און זי זיידע און הימל וועט ענטפערן אמן און ישר כח פארן טוהן פאר מיין נשמה.
דברים של טעם און חכמה! מיט ווארעמקייט !
נאר איינער וואס קען רעדן אזוי זאל רעדן , סתם פארפירן אדער העיט טוט גארנישט אויף און מאכט נאר ערגער.
-
צופראסקעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 60
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
- Location: בבל
- x 232
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יא יא לויטערע הימל פרעגט מיר מיט וואונדערטיפזיניגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 5:04 pmאון ער איז שפעטער ארויסגעקומען זאגן אז ער האט נישט קיין סמארטפאון, אזויווי אונז זעה מיר אלע דא...אין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 4:53 pmלויט ווי איך געדענק האט "לויטערע הימל" שוין געגעבען א תיקון פאר איינע פון די עסקנים צו זאגען א וואך צייט תיקון חצות בדמעות, איז די ביסט דאך נישט ח"ו א גרעסערע בעל עבירה ווי יענע עסקן, איז י קענסט דאס אויך ניצן
פארוואס אין וויליאמסבורג זענען דא אזויפיל ס"פ
האט מען פון זיי אויך אוועקגענומן די קינדער?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיט וואס האט מען יא געשלאגן?לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:04 am איך האב מורא אפשר מגייט מיך אויס מעקן וועגן איך זאג א זאך וואס נישט יעדער האט אזוי ליב הערן מין פילט מער בארוהיג ווען מען זאגט אזא לשון הרע פון ווען מען זאגט אז ביי די לב טהור שלאגט מען מיט גאפלעך וועגן עס עיז א זאך וואס קיין איין יוד וואס האט א האר יראת שמים גייט נישט ווילן אפילו הערן פון די עקלעדיגע זאכן פוי עקלעדיג צו אפילו טראכטן
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 11:34 pmאיך בין דארט געוועהן און צו מיר האט ער גערעדט.א מאנסי איד האט געשריבן: איך בין דארט געווען כהאב נישט געהערט קיין שום לויב ווערטער פאר קיינעם
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:43 amאין אנדערע ווערטער, מ'קען זיין 'נישט אין לב טהור' און נישט באלאנגען צו די ערב רב, און מ'קען זיין 'יא אין לב טהור' און יא באלאנגען צו די ערב רב. דהיינו געוויסע מענטשן אין ענקער קהילה וואס דו ווייסט אליין אז זיי זענען ווייט פון ערליכע יודן (אין יעדע קהילה מאכט זיך שוואכע), באלאנגען ווארשיינלעך צו די ערב רב, און געוויסע מענטשן פון די וועלט וואס דינען השי''ת מיט אמת'ע יראת השם באלאנגען לכאורה נישט צו די ערב רב. זייער קלאר. דער עיקר איז דינען השי''ת מיט אמת'ע יראה.לויטערע הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:32 am מענטשן האבן געפרעגט אויב זיי זענען פון די ערב רב איך גיי זאגן די אמת אפילו עס טוט מיך עכט וויי צוזאגן די היליגע בעל דברי חיים האט געזאגט פאר ארום 150 יאר צוריק אז רוב פון זיינע עולם איז פון ערב רב וואס קען אונז זאגן אזוי סך יארן שפעטער איך זאג נישט חס ושלום אז נאר לב טהור איז נישט ערב רב נאר איך זאג לויט וואס די היליגע דברי חיים זאגט איז עס ליידער אפילו מען וויל נישט עס הערן אז יא רוב רוב היינטיגע דור און איז ערב רב
יעצט צו זיין אין לב טהור מאכט נישט אויס ערב רב וואס מאכט יא אויס ערב רב אויב א מענטש ארבעט צו אנקומען צו יראת ה' אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ועתה ישראל מה ה' אלוקים שואל מעמך כי אם ליראה , אז די אלע מצוות דארף צו ברענגן א מענטש צו יראת ה' אויב א מענטש ארבעט אויף דעם און ער לייגט בעיקר זיין כוחות דעמאלט קען ער זיין זיכער בה אז ער איז נישט פון די ערב רב, פון סתם טון מצוות קען מען נישט וויסן איך חליש אז יעדע יוד זאל זיין פון די ריכטיגע יודן און טאקע ארבעטן אויף די עיקר אויף וואס א מענטש איז געקומען אויף די וועלט עס שטייט אין אור הויה בשם די גמרא שבת א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט מען פרעגט אם 6 שאלות אין אפילו אויב ער האט עס טאקע געטון די 6 זאכן וואס איז זייער שווער צו עס טאקע טון אוב ער האט נישט אָנקומען צו יראת ה' שיקט מען אים ליידער ליידער צוריק צו די וועלט איז ווער וויל דאס חס ושלום
מיינע טייערע ברודער הלואי מיין נשמה זאל נישט ווערן צרוק געשיקט קיינער קען נישט וויסן לב טהור האט מען זיכער געהאלטן פון גמרא הקדושה אבער לב טהור האט געהאלטן אז יראת ה' איז פאר גמרא איז וועגן דעם האט מען בעיקר געלערנט די ספרים פון אונזער רבי וואס ברענגט א מענטש צו ליב האבן און מוראא האבן פון די אייבירשטער
איך ווייס נישט אויב עס איז גענג גענטפערט וועגן די שאלה וועגן ערב רב אויב עס איז נישט קלאר איך גיי פראבירן מאכן מער קלאר בה אויב איך גיי האבן צייט
אגב ווען האט צאנזער רב געזאגט פאר זיין עולם אז זיי זענען פון די ערב רב? דאס האט א מקור?
- פיילס
-
- 2532.png (429.41 KiB) געזען געווארן 1325 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די עולם וויל וויסן מה יקר חסדו, א אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וועט קאסטן וויפיהל?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:52 amקום אריין מיט א פרייז... כ'גלייב אז דו האסט עני טיים אזוי סאך צו פארציילןמענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:31 amאיך בין גרייט אריין צו קומען פאר א נידריגערע פרייזעל פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 9:35 pm
זייט ווען קאסט א נסיעה'לע פאר 8 משפחות פון קאלאמביע צו איראן 50 אלפים?
מ'דארף זיכער קענען טרעפן ביליגע טיקעטס.
די אנדרע 3 תנאים זענען נישט נוגע
די געלט וועט ער קענען נוצן פאר צו ציהעלפען זיינע גאנצע משפחה.
@מענדי קעניג די האלטס אז $10,000 וואלט געווען געניג פאר א לייוו אינטערוויו מיט דיר?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
צופראסקעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 60
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
- Location: בבל
- x 232
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א אפענע נבואה אין די צוזאמפאל פון לב טהור
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פון קאלאמביא קיין קאלאביא איז אינטערנאשאנעל?!כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:45 am איך וואלט גראדע אויך געוואלט לערנען מיט אים בחברותא, אבער אפשר דארף מען מאכן אינטערנאציאנאלע קאלס, און איך קען דאס נישט
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער איז נישט און קלמביהגרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:33 pmפון קאלאמביא קיין קאלאביא איז אינטערנאשאנעל?!כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:45 am איך וואלט גראדע אויך געוואלט לערנען מיט אים בחברותא, אבער אפשר דארף מען מאכן אינטערנאציאנאלע קאלס, און איך קען דאס נישט
-
הרב ותלמידו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
- Location: ny
- x 310
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איבער דעם שטיקל דברי חיים אז רוב נשמות זענען היינט פון די ערב רב,
האב איך אמאל געהערט איבער דעם אויף דעם קול אמונה האטליין ווי מען קען פרעגן שאלות ותשובת פון הגה''צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט''א,
א אינגערמאן האט אים געפרעגט פשט אויף דעם שטיקל דברי חיים, דער שואל איז געווען באזארגט אז אפשר איז ער אויך פון די ערב רב,
האט אים רבי יצחק אלעזר געענטפערט בערך בזה הלשון, ''ווער זאגט אז א איד וואס דינט דעם רבונו של עולם, און טוט מצות ומעשים טובים די מערסטע וואס ער קען, גייט נישט גיין און גן עדן ווייל ער האט נשמת הערב רב?.. ''דאס וואס רוב אידן האבן נשמת ערב רב איז דעם אויבערשטען'ס חשבונות עס האט גארנישט מיט דיר'' האט ער אים געענטפערט
האב איך אמאל געהערט איבער דעם אויף דעם קול אמונה האטליין ווי מען קען פרעגן שאלות ותשובת פון הגה''צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט''א,
א אינגערמאן האט אים געפרעגט פשט אויף דעם שטיקל דברי חיים, דער שואל איז געווען באזארגט אז אפשר איז ער אויך פון די ערב רב,
האט אים רבי יצחק אלעזר געענטפערט בערך בזה הלשון, ''ווער זאגט אז א איד וואס דינט דעם רבונו של עולם, און טוט מצות ומעשים טובים די מערסטע וואס ער קען, גייט נישט גיין און גן עדן ווייל ער האט נשמת הערב רב?.. ''דאס וואס רוב אידן האבן נשמת ערב רב איז דעם אויבערשטען'ס חשבונות עס האט גארנישט מיט דיר'' האט ער אים געענטפערט
- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 515
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב איינער וויל באמת אנווארעמען זיין הארץ און זיך מחי' זיין ברוחניות ובגשמיות, זאל ער דורך ליינען די אלע פאוסטס פון אונזער באליבטע ברודער'ל @לויטערע הימל די לעצטע עטליכע בלעטער, די לויטערקייט, די ריינקייט, די אמת, ס'איז מחי' און מחייב!!
@לויטערע הימל אויב דו קענסט באשטיין אריינצולאגען נישט באהאלטן כדי מ'זאל קענען זען דיין נאמען אונטן ⇣ , נאר זען דיין ניק דערווארעמט שוין דאס הערצעלע
@לויטערע הימל אויב דו קענסט באשטיין אריינצולאגען נישט באהאלטן כדי מ'זאל קענען זען דיין נאמען אונטן ⇣ , נאר זען דיין ניק דערווארעמט שוין דאס הערצעלע
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1191
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'וואלט זייער געוואלט זעהן דעם בילד וואס דו האסט פון שרה אמנו ווי מען זעהט איר אזוי אנגעטוהןלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:04 amדער בעל ויאל משה וואלט געשעפט נחת פון אזעלכע ערליכע צניעותדיגע הייליגע מלבושים וואס אונזערע פרויען גייען אנגעטוןשמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:53 pm"צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" איז "צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" נישט מער און נישט ווייניגערלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:45 pm צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל
אבער "באדעקטע פנים'ער פון לב טהור" ווער ווייסט וואס אונטער דעם צודעק ליגט אלס, קיין גוטס זיכער נישט והמבין יבין וביודעי ומכירי קאמינא
רבותי! מפרסמין את החנפים מפני חילול השם!
פון די אלע א"ג הייליגע באדעקטע פנים'ער זאלט עטס אנטלויפן כמטחוי קשת
די עלטערע דור האבן עדות געזאגט אז "די גלחים זענען אינדערהיים אזוי געגאנגען אנגעטוהן" און אויך דא אין אמעריקא אין די ערשטע צייטן
די באבע'ס פלעגן דאס אנרופן "די קליפה קליידער" ר"ל
דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן אנטון די הייליגע צנועותדיגע מלבושים אזויווי שרה אמנו אמן כן יהי רצון
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1191
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
באשמוצן א מענטש קען נאר ער אליינסלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:56 am שמועות טובות איך בין דיך מוחל בלב שלם אז די באשמיצט מיך אבער ביטע באשמיץ נאר מיך נישט אנדרע אידושע קינדער זיכער נישט מיין היילגע טאטע אדער זיידע אדער אנדרע צדיקום כגון הרב טעללער וכו'
איך באשמוץ נישט, נישט דיר און נישט קיין שום נברא אויף דער וועלט (אויסער מיין גארביטש קען)
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1127
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3765
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לויטערע הימל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:04 amדער בעל ויאל משה וואלט געשעפט נחת פון אזעלכע ערליכע צניעותדיגע הייליגע מלבושים וואס אונזערע פרויען גייען אנגעטוןשמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:53 pm"צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" איז "צניעות'דיגע שייטלעך אין ניו יארק" נישט מער און נישט ווייניגערלויטערע הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:45 pm צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל
אבער "באדעקטע פנים'ער פון לב טהור" ווער ווייסט וואס אונטער דעם צודעק ליגט אלס, קיין גוטס זיכער נישט והמבין יבין וביודעי ומכירי קאמינא
רבותי! מפרסמין את החנפים מפני חילול השם!
פון די אלע א"ג הייליגע באדעקטע פנים'ער זאלט עטס אנטלויפן כמטחוי קשת
די עלטערע דור האבן עדות געזאגט אז "די גלחים זענען אינדערהיים אזוי געגאנגען אנגעטוהן" און אויך דא אין אמעריקא אין די ערשטע צייטן
די באבע'ס פלעגן דאס אנרופן "די קליפה קליידער" ר"ל
דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן אנטון די הייליגע צנועותדיגע מלבושים אזויווי שרה אמנו אמן כן יהי רצון
דער הייליגער בעל ויואל משה האט מקפיד געווען מען זאל נישט זיין (פירוש: זיך איינרעדן אז מ'איז) פרומער ווי אונזערע עלטערן. ווען מ'האט געוואלט 'מחמיר זיין' אז די כלה זאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ד ביי של"ס צו שבע ברכות האט ער זיך קעגנגעשטעלט ווייל ער וויל נישט זיין פרומער ווי זיין טאטע. ווען מ'האט געוואלט לייגן וואן וועי גלאז ביי די מחיצה אין ראדני ווייל עס איז בעסער ווי די לעכער וואס מען קען עטוואס דורכזעהן האט ער נישט געלאזט ווייל ער האט נישט געוואלט זיין פרומער ווי זיין טאטע. עס איז קיין שום ספק אז ווען זיינע חסידים טוען זיך ווען אן די בגדי שחץ פון ל"ט וואלט ער דאס עוקר מן השורש געווען.
אפגערעדט פון די פאקט אז די איינציגסטע מקור אז שרה אמנו איז געגאנגען ענליך דערצו איז פון די בוך א הילף פאר'ן קינד...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7830
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18822
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער רבי זאגט דא זייער קלארע ווערטער, אז היינט זענען דא כיתות שונות מהערב רב, און די ערב רב היינט זענען אסאך ארגער ווי די אמאליגע, זיי זענען אפענע כופרים.
ח"ו צו זאגן אז דער רבי זאגט עס אויף אונז ערליכע אידן. לערן עס איבער בהבנה...
אזויפיל זאגט דער רבי יא, אז דער ערב רב האט "א השפעה" אויף ערליכע רבנים אויך. נישט אז די רבנים זענען ערב רב.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אהבה ויראה און די אנדערע מצוות התלויות בלב זענען א חלק פון תרי"ג מצוות.האאפטשאהההה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:21 pm ליינענדיג די פריעדיגע בלעטער קום ארויף צו מיר די געדאנק:
ווען עיקר אידישקייט הייבט אן ווערן עפעס א הויכע געפיל ווי מען דארף צוקומען, און מען פארגעסט פון די 613 מצות מיטן שלחן ארוך, איז עס א שנעלע וועג אנצוקומען און לב טהור און דאס גלייכן.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1127
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3765
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ים התלמוד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:23 pmאהבה ויראה און די אנדערע מצוות התלויות בלב זענען א חלק פון תרי"ג מצוות.האאפטשאהההה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:21 pm ליינענדיג די פריעדיגע בלעטער קום ארויף צו מיר די געדאנק:
ווען עיקר אידישקייט הייבט אן ווערן עפעס א הויכע געפיל ווי מען דארף צוקומען, און מען פארגעסט פון די 613 מצות מיטן שלחן ארוך, איז עס א שנעלע וועג אנצוקומען און לב טהור און דאס גלייכן.
מען רעדט דאך ווען מען פארגעסט פון די איבריגע, איז עס פונקט ווי איינער זאל נישט דאווענען, נישט לערנען, נישט היטן שבת, נישט עסן כשר'ס, ווייל ער פאוקעסט נאר אויף לייגן תפילין און לא תגזול.
-
מקשין העולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 398
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
להוי ידוע, אז שלמה האט מחדש געווען א חידוש וואס עס שטייט נישט אין קיין שום פלאץ, און עס איז קלאר מבואר צענדליגער מאל אין ספרי דבי רב דברי יואל פונקט פארקערט, און דער רבי זי"ע פון סאטמאר האט דאס גע'חזר'ט הונדערטער מאל, און דער פלא איז אז ער האט עס נאך געבויעט אויפ'ן ויואל משה, כדרכן של המסלפים צו נאכזאגן ווערטער און אריינלערנען זייערע פשטים.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:09 pm
דער הייליגער בעל ויואל משה האט מקפיד געווען מען זאל נישט זיין (פירוש: זיך איינרעדן אז מ'איז) פרומער ווי אונזערע עלטערן. ווען מ'האט געוואלט 'מחמיר זיין' אז די כלה זאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ד ביי של"ס צו שבע ברכות האט ער זיך קעגנגעשטעלט ווייל ער וויל נישט זיין פרומער ווי זיין טאטע. ווען מ'האט געוואלט לייגן וואן וועי גלאז ביי די מחיצה אין ראדני ווייל עס איז בעסער ווי די לעכער וואס מען קען עטוואס דורכזעהן האט ער נישט געלאזט ווייל ער האט נישט געוואלט זיין פרומער ווי זיין טאטע. עס איז קיין שום ספק אז ווען זיינע חסידים טוען זיך ווען אן די בגדי שחץ פון ל"ט וואלט ער דאס עוקר מן השורש געווען.
אפגערעדט פון די פאקט אז די איינציגסטע מקור אז שרה אמנו איז געגאנגען ענליך דערצו איז פון די בוך א הילף פאר'ן קינד...
זיין חידוש איז, אז אין עקבתא דמשיחא וואס דער דור איז אזוי נידריג, טאקע אין די צייט קען מען און מען דארף אנקומען אסאך מער פון די פריערדיגע. איר הערט ווערטער?. אזוי איז לב טהור געפראגרעמט לענ"ד. איך האב נישט נאכגעשריבן זיין פונקטליכע לשון ווייל די עיקר איז די נקודה.
די ראיות וואס שלמה האט געזאגט איז פארשטייט זיך גארנישט מיט גארנישט, ער האט גערעדט און גערעדט און נאכגעזאגט זאכן אריינלערנענדיג זיינע חידושים. פלאי פלאים פארוואס די חברה האבן אנגענומען וואס ער זאגט.
איין דוגמא. די לעצטע נבואה פון מלאכי וואס דער רבי זי"ע מסאטמאר האט אנגעפאנגן די באוויסטע נשא תורה, האט שלמה גע'גנב'ט פאר זיינע צוועקן ווי כאילו דארט ווערט מבואר די אויבענדערמאנטע נקודה, וועסטו פרעגן וואו, וועל איך דיר ענטפערן, ווייל דער פסוק זאגט ויכתב 'בספר זכרון' ליראי ה' ולחושבי שמו, נו פון וואו איז געדרינגן אז מ'גייט קענען גיין העכער, אה, דאס איז מבואר אין פרקי דרבי אליעזר פרק ב' אז דער אייבערשטער האט באשאפן אזא זאך ווי תשובה, און דער פרקי דר"א רופט עס אן מיט א משל פון אריינקריצן, [אזוי זאגט ער און גראדע אפילו דאס שטייט נישט, וזה"ל: הקדוש ברוך הוא החריט לפניו 'את העולם' ולא היה עומד עד שברא את התשובה], נו קומט דאך אויס אז תשובה איז א ענין פון א ספר, כאפסט?, והנה, ס'איז דאך מבואר אין ויוא"מ אז פאר משיח וועט קומען מוז דאך זיין א גרויסע תשובה, ממילא איז געדרינגען אז ספר זכרון מיינט די גרויסע תשובה, וואס צו דעם דארף מען זוכה זיין דווקא אין עקבתא דמשיחא [פארשטייט זיך נאר דורך אים, דאס איז דאך פשוט, פארשטייסט?].
איי אין ויוא"מ און אין אלע תורות פון רבי'ן איז מבואר אז די תשובה גדולה דאס וועט זיין ערשט נאך אליהו הנביא'ס קומען, און ס'איז נישט מעגליך פאר אונז אליין, דאס לאז איך פאר אנדערע צו פארענטפערן אויב ס'איז דא.
יעצט אויב איינער זאגט, איך האב גארנישט מיט סאטמאר רב זי"ע, איך זאג אייגנס, נו, זאג וואס דו ווילסט, אבער אונטערן שלייער פון סאטמארער רב צו פארדרייען זיינע קלארע שיטות און ווערטער, דאס איז שוין א....
איך האב נישט נאכגעשריבן פונקליך זיינע תורות לאקשן ווייל ס'איז מיר סייווי נישט נוגע, נאר צו פארשטיין אין וואספארא טיפשות זיי לעבן.
איז פארענטפערט דיין קשיא וועגן פרומער פון די עלטערן, טאקע דאס איז לב טהור אז אין עיקבתא דמשיחא קען מען זיין אסאך העכער פון די פריערדיגע. איך מיין אז מ'מעג זאגן עפרא לפומייהו פאר ווער וואס זאגט אזוי, נאר איך זאג עס נישט, ווייל מ'קען זיך פארענטפערן ער האט געמיינט אהער און געמיינט אהין.
אזוי ווי די פלאץ דא איז נישט געאייגנט פאר לאנגע תורות מוז איך מקצר זיין פון ברענגן נאך דוגמאות אין וואספארא דעות זיי האבן דארט געלעבט, נאר ידוע תדע אז מ'קען נעמען אלע אלע אלע שמועסן פון לב טהור און עס צומאלן אויף פיץ פיצלעך, דורכדעם וואס מ'וועט נאכקוקן אליינס יעדע זאך, ס'איז האר אויפשטעלנד וויאזוי מ'האט פארנארט אזא חשוב'ע ציבור מיט גילוי פנים בתורה. איך רעדט שוין נישט פון די אנדערע פרעדיגערס דארט וואס האבן אויסגעטייטשט מעשיות פון תנ"ך לפי זייערע אגענדעס אן קיין שום געהעריגע מקור. ממש א פחד.
[ומכאן הקריאה יוצאת, עס איז דא אסאך בעלי דרשנים וואס זאגן נאך פון ספרים הקדושים, און זיי ציטירן עס אויף א אופן אז דארט איז מבואר וואס זיי וואלטן ווען געוואלט אז ס'זאל דארט שטיין, און מ'דארף טאקע געווארנט זיין און מאכן זיכער אז די עצם השקפה פון דעם בעל דרשן איז אויסגעהאלטן, און זיך נישט פארלאזן אויף דעם ווייל ער זאגט נאך פון ספרים ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך].
די מעשה מיט די שפיגל גלאז איז געווען אין קרית יואל.
שרה אמנו איז נישט געגאנגן קיין שווארצע קליידער! פינטל.
[אפילו דער מלאך וואס האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער איז אויך נישט קלאר צו ער איז געגאנגן שווארץ אדער גאר געפארבטע בגדים, עס ווענדט זיך וויאזוי מען קאלירט עס].
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס דער בעל אור הוי"ה האט נישט פארשטייסטו שוין?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:06 am פארוואס איז דער בעל ויואל משה נישט געגאנגען מיט די בגדי ישע?