כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

לויטערע הימל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:49 am מענטשן זאגן אז אלטער נסים גאלדמאן האט געשאפט די געלט פאר פארן צו קאלומביע, אדער מענטשן האבן געזאגט אפשר א צווייטע מענטש',
איך גיי זאגן די אמת איז אז עס איז געווען עפעס א מענטש נאך וואס ער האט געזען אז מען האט געכאפט די קינדער פון ידידיה אין ראש השנה און ער האט געהערט אז מען וויל נאך סוכות כאפן נאך קינדער אזוי ווי מען האט דא מפרסם געווען האט ער געזאגט ער איז גרייט צו צאלן אלע הוצאות צו ארויס פון אמעריקע ווער וויל, דיימענטש האט נאך קיינמאל קיינמאל נישט געהאלפן לב טהור אבער יענע אכזריות האט אים דאס געמאכט אז ער זאל געבן די געלד, איז קומענדיקע מאל פאר מען זאגט יענער יענער סתם חושד זיין דארף מען מברר זיין, עס איז נישט א שפיל סתם צו זאגן אויף א מענטש פאלשע זאכן
ידידינו ר' @גרינטליך
אפשר שרייבסטו וואס דו האסט אליינס געהאט מיט אים, להוציא מליבם פון איינער וואס וועט נאך פאלן פארן עצם השמים לטוהר
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

א וויכטיגע ידיעה פאר'ן ציבור אז דאס וואס שטייט אין רמב''ם הל' תשובה פ''ג הל' ב' אז נישט יעדע איד איז זוכה צו אהבת ד'
איז מבואר אין כליא עורב אז עס איז א זיוף

(והראי' אז יעדע איד אין לב טהור האט צו דעם זוכה געווען, און די אידן פון אינדרויסן זענען דאך נישט קיין אידן נאר ערב רב...)
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 951

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יענץ מבין »

די עולם האט דורך אויס די לעצטע פאר בלעטטער געזעהן גאנץ קלאר, וויאזוי לב טהור[טמא] האט פארדרייט די קאפ פון זייערע מיט-גלידער. [ווער האט געוואוסט אז משוגע האט נישט קיין שיעור?]

איז פשוט אז די אלע הייליגע און טייערע יוצאים וואס האבן ב"ה ארויסגעקומען פון די טונקעלע פלאץ, און שטעלן באמת אוועק געהעריגע נערמאלע שטיבער ב"ה, קענען גאר שטארק ניצן אונזער פשוטע הילף פון דארט זיין פאר זיי אלץ חברותות, חברים, פריוואטע מלמדים פאר די קינדער אא"וו.

[נישט אויסגערעדט אז אסאך פון אונז קענען גאר שטארק בענעפיטירן פון לערנען און פארברענגן מיט אזעלעכע יודן]

בעהט מען נאכאמאל אז דער וואס קען זיין צו הילף אין סיי וועלעכע תחום פאר די יוצאים, און אזוי אויך דער וואס ווייסט אדער האט סיי וועלעכע job offer זאל נעמען די צוויי מינוט אויסצופילן די בייגעלייגטע google form.

Google Form
העלפט די יוצאים.pdf

נ.ב. סיי ווער וואס איז עוסק מיט די יוצאים און וויל האבן עקסעס צו די list, זאל שיקן אן אימעיל צו: helptheyotzim@gmail.com
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 341

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:59 am די עולם האט דורך אויס די לעצטע פאר בלעטטער געזעהן גאנץ קלאר, וויאזוי לב טהור[טמא] האט פארדרייט די קאפ פון זייערע מיט-גלידער. [ווער האט געוואוסט אז משוגע האט נישט קיין שיעור?]

איז פשוט אז די אלע הייליגע און טייערע יוצאים וואס האבן ב"ה ארויסגעקומען פון די טונקעלע פלאץ, און שטעלן באמת אוועק געהעריגע נערמאלע שטיבער ב"ה, קענען גאר שטארק ניצן אונזער פשוטע הילף פון דארט זיין פאר זיי אלץ חברותות, חברים, פריוואטע מלמדים פאר די קינדער אא"וו.

[נישט אויסגערעדט אז אסאך פון אונז קענען גאר שטארק בענעפיטירן פון לערנען און פארברענגן מיט אזעלעכע יודן]

בעהט מען נאכאמאל אז דער וואס קען זיין צו הילף אין סיי וועלעכע תחום פאר די יוצאים, און אזוי אויך דער וואס ווייסט אדער האט סיי וועלעכע job offer זאל נעמען די צוויי מינוט אויסצופילן די בייגעלייגטע google form.

Google Form

העלפט די יוצאים.pdf

נ.ב. סיי ווער וואס איז עוסק מיט די יוצאים און וויל האבן עקסעס צו די list, זאל שיקן אן אימעיל צו: helptheyotzim@gmail.com
קענסט נישט ציען קיין שטריך פון @לויטערע הימל צו גאנץ לב טהור, און מאכן איין גרויסע קיגל.

@לויטערע הימל איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגקייט און געשמאק, ער שטארצט אלעמאל ארויס אפילו פון לב טהור, און סיי ווער עס שמועסט נאר מיט אים האט אלעמאל באזינדער הנאה פון זיין אייגנארטיגע וועג און קוק ווינקל אויף די וועלט.
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:46 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:42 am אפשר געבסטו ארויס א תיקון פאר מיין נשמה? - איך וויל ווערן העכער און נאנטער צום אויבערשטן. איך וויל עפעס א תיקון, א זאך וואס זאל מיר אויסלייטערן און ברענגען נאנטער צום טאטע'ן אין הימל.

וועלכע תיקון וואלסטו מיר געגעבן, מיר אויסצולייטערן פון מיינע עבירות? - איך וויל נישט זיין פון די ערב-רב.
@לויטערע הימל לאמיר אים קודם טוישן נאמען. איך שלאג פאר דן שמעלקא פלטיאל יצמח.
דאס קען זיין די ערשטע טריט אינעם גוטן ריכטונג.
על פי תורה די האסט דאך באקומען פון לויטערע הימל א נייע לעצטע נאמען
קען זיין אז עס איז א חלק פון א תיקון
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

ברוכים הבאים @לויטערע הימל! מיר פרייען זיך אייך צו האבן דא!
א ספעציעלע בקשה צו די חשובע באניצער. ביטע זיין סענסיטיוו וויאזוי איר שרייבט צו איהם. אסאך פון אונז האבן שטארק הנאה אז איינער (חוץ פון ר' @שמואל פוקס) ברעגט אונז אריין אין די וועלט פון לב טהור און זייער מהלך המחשבה.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2229
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6972

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ים התלמוד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:26 am ברוכים הבאים @לויטערע הימל! מיר פרייען זיך אייך צו האבן דא!
א ספעציעלע בקשה צו די חשובע באניצער. ביטע זיין סענסיטיוו וויאזוי איר שרייבט צו איהם. אסאך פון אונז האבן שטארק הנאה אז איינער (חוץ פון ר' @שמואל פוקס) ברעגט אונז אריין צו די וועלט פון לב טהור און זייער מהלך המחשבה.
בד"וו, איך ווארט נאך אויף אלע וואס האבן מוחה געווען אויף ר' @שמואל פוקס למען השם... ווי איז יעדער יעצט? כ'מיין אז ר' שמואל קומט נישט צו קיין אפס קצהו...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:29 am

ס'הערשט טאקע א גרויסע סכנה אז יעדער גייט יעצט ווערן לב טהור רחמנא לישזבן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2229
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6972

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ים התלמוד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:36 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:29 am
ים התלמוד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:26 am ברוכים הבאים @לויטערע הימל! מיר פרייען זיך אייך צו האבן דא!
א ספעציעלע בקשה צו די חשובע באניצער. ביטע זיין סענסיטיוו וויאזוי איר שרייבט צו איהם. אסאך פון אונז האבן שטארק הנאה אז איינער (חוץ פון ר' @שמואל פוקס) ברעגט אונז אריין צו די וועלט פון לב טהור און זייער מהלך המחשבה.
בד"וו, איך ווארט נאך אויף אלע וואס האבן מוחה געווען אויף ר' @שמואל פוקס למען השם... ווי איז יעדער יעצט? כ'מיין אז ר' שמואל קומט נישט צו קיין אפס קצהו...
ס'הערשט טאקע א גרויסע סכנה אז יעדער גייט יעצט ווערן לב טהור רחמנא לישזבן.
עקזעקטלי....

די זעלבע ווי ווען שמואל פוקס שרייבט סתם אינטערעסאנטע געשיכטעלעך..
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

גארנישט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 9:09 am א וויכטיגע ידיעה פאר'ן ציבור אז דאס וואס שטייט אין רמב''ם הל' תשובה פ''ג הל' ב' אז נישט יעדע איד איז זוכה צו אהבת ד'
איז מבואר אין כליא עורב אז עס איז א זיוף

(והראי' אז יעדע איד אין לב טהור האט צו דעם זוכה געווען, און די אידן פון אינדרויסן זענען דאך נישט קיין אידן נאר ערב רב...)
רמב"ם הל' תשובה פ"י ה"ב.
מבקש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 9:17 am
x 70

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מבקש »

@לויטערע הימל

מיין טייערע זיסע חבר,
וויסן זאלסטו אז איך האב דיר ליב אהבת נפש!
איך ווייס ניטאמאל ווי אזוי די הייסט, ווי אזוי די זעסט אויס, ווי אויפן וועלט די ביסט.
אבער איך האב דיר ליב ווייל די מיינסט עס אמת'דיג!
כאטש וואס די מאכסט נעבעך א גרויסן טעות, ווייל די גלייבסט אין איינעם וואס עס זענען דא אויף אים צענדליגער עדים אז ער האט עובר געוועהן אויף חמורות שבחמורות כגרועים שבאומות, אין זאגן דערויף אז א צדיק מעג אדער אז דער צדיק טוט על פי תורה שבע"פ וואס איז נתגלה לו וכו' איז כפירה און טפשות גמורה צוזאמען.
אבער איך האב דיר נאכאלץ גאר שטארק ליב, ווייל איינער וואס מיינט עס באמת וועט אים דער באשעפער צום סויף באלייכטן.
דו האסט א לעכטיגן עתיד מיין פריינד!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שלום עליכם צו אייך @לויטערע הימל
פון אייערע שרייבעריי כאפ איך ווער איר זענט, כ'האב שוין ב"ה אסאך פארברענגט (גע'טענה'ט) מיט אייך
דער עולם זאל נאר וויסן וויפיל סתירות עס ליגן אלס אריינגעפרעסט אין צווישן יעדע האלבע ווארט וואס ער זאגט אדער שרייבט
עס איז א פחד!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

אזויפיל מוז איך זאגן
אז הרב @לויטערע הימל האט אזא מאסיווע ליגנערישע באהאלטענע שפראך
און מען קען גאנץ שנעל און גרינג ווערן משוגע פאר'נער'ט פון זיין סכנה'דיגן צינגל ר"ל
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 341

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:12 pm אזויפיל מוז איך זאגן
אז הרב @לויטערע הימל האט אזא מאסיווע ליגנערישע באהאלטענע שפראך
און מען קען גאנץ שנעל און גרינג ווערן משוגע פאר'נער'ט פון זיין סכנה'דיגן צינגל ר"ל
וואס??? דו ביזט זיכער דו קענסט @לויטערע הימל?
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

@לויטערע הימל
הייבט אייך ביטע נישט אן מיט די באשעפערס קינדער
ער איז פארט קלוגער פון דיר (כאטש כ'ווייס אז דו האלסט אז נישט) און שקר אין לו רגלים
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:14 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:12 pm אזויפיל מוז איך זאגן
אז הרב @לויטערע הימל האט אזא מאסיווע ליגנערישע באהאלטענע שפראך
און מען קען גאנץ שנעל און גרינג ווערן משוגע פאר'נער'ט פון זיין סכנה'דיגן צינגל ר"ל
וואס??? דו ביזט זיכער דו קענסט @לויטערע הימל?
סקוקט אויס אז ער מיינט אז סאיז איינער אנדערש ווייל @לויטערע הימל איז א טייער ייד וואס איז בכלל נישט וואס שמועות טובה שרייבט
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

פליז פארטרייבטס איהם נישט!
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:14 pm @לויטערע הימל
הייבט אייך ביטע נישט אן מיט די באשעפערס קינדער
ער איז פארט קלוגער פון דיר (כאטש כ'ווייס אז דו האלסט אז נישט) און שקר אין לו רגלים
פליס בארואיג דיר @שמועות טובות
מען זעהט אויף אים אז ער איז נישט קיין שקרן ער מיינט עס מיט די גאנצע אמת'דיגקייט
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1330

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין די נושא פון שייטלעך
קיינער האט קיינעם געבעטן צו אנטון א שייטל
אויף וויפיל איך ווייס אויף די מינוט האט זיך קיין איין יוצא וואס האט זיך אריבערגעטוישט זיך אנגעטון א שייטל
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:35 pm איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין די נושא פון שייטלעך
קיינער האט קיינעם געבעטן צו אנטון א שייטל
אויף וויפיל איך ווייס אויף די מינוט האט זיך קיין איין יוצא וואס האט זיך אריבערגעטוישט זיך אנגעטון א שייטל
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:53 pm וואס האט מען קען געקענט טוהן אז סע איז געווען מענטשען וואס האבן געסטראשעט אז נאך סוכות גייט מען צי כאפן אינזערע לעכטיגגע קינדער וואס ווילסטי מזאל בלייבן דארט כצאן לטבח,
אויב גייסטי זאגן וועגן די קליידער רודפט מען וואס איז יעדער גייט ווי אזוי ער פארשטייט צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל מען באקומט נישט קיין געלט און כבוד פארדעם נאר למען שמו
ער האט נישט געזאגט אז מען זאגט זיי אנטוהן שייטלעך, ער האט געפרעגט צדיקל ניץ דיין שכל וואס איז בעסער שייטלעך פון ניו יארק אדער.... און אנדערע ווערטער וואס איז ערגער דאס אדער דאס
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

@לויטערע הימל
פארשטיי אז פאר אסאך מענטשן דא ביסטו דער ערשטער מענטש וואס זיי באגעגענען וואס טראכט אנדערש ווי זיי.
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:12 pm אזויפיל מוז איך זאגן
אז הרב @לויטערע הימל האט אזא מאסיווע ליגנערישע באהאלטענע שפראך
און מען קען גאנץ שנעל און גרינג ווערן משוגע פאר'נער'ט פון זיין סכנה'דיגן צינגל ר"ל

@לויטערע הימל דערשרעק דיר נישט, עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז יעדער מוז טראכטן פונקט ווי זיי, מיר ווילן דיר ווייטער הערן דא
שבת גוי
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 9:59 pm
Location: willimsbrg
x 55

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שבת גוי »

מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:05 am
יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 10:59 am די עולם האט דורך אויס די לעצטע פאר בלעטטער געזעהן גאנץ קלאר, וויאזוי לב טהור[טמא] האט פארדרייט די קאפ פון זייערע מיט-גלידער. [ווער האט געוואוסט אז משוגע האט נישט קיין שיעור?]

פון מיין בליק איז דאס סטאם א מארקעטינג סענטינ'טס ווי צו זאגן איך מיין נישט איבער צו האקן די שמועסן מיט א תכלית'דיגע פנים אבער דאך ביטע וכו'
@יענץ מבין האט און טוט א געוואלד לאמיר נישט קוקן מיט א פארגרעסירנג גלאז עס איז בלויז א דקדוק הלשון לפי קט שכלי
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

לויטערע הימל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:32 am מענטשן האבן געפרעגט אויב זיי זענען פון די ערב רב איך גיי זאגן די אמת אפילו עס טוט מיך עכט וויי צוזאגן די היליגע בעל דברי חיים האט געזאגט פאר ארום 150 יאר צוריק אז רוב פון זיינע עולם איז פון ערב רב וואס קען אונז זאגן אזוי סך יארן שפעטער איך זאג נישט חס ושלום אז נאר לב טהור איז נישט ערב רב נאר איך זאג לויט וואס די היליגע דברי חיים זאגט איז עס ליידער אפילו מען וויל נישט עס הערן אז יא רוב רוב היינטיגע דור און איז ערב רב
יעצט צו זיין אין לב טהור מאכט נישט אויס ערב רב וואס מאכט יא אויס ערב רב אויב א מענטש ארבעט צו אנקומען צו יראת ה' אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ועתה ישראל מה ה' אלוקים שואל מעמך כי אם ליראה , אז די אלע מצוות דארף צו ברענגן א מענטש צו יראת ה' אויב א מענטש ארבעט אויף דעם און ער לייגט בעיקר זיין כוחות דעמאלט קען ער זיין זיכער בה אז ער איז נישט פון די ערב רב, פון סתם טון מצוות קען מען נישט וויסן
איך חליש אז יעדע יוד זאל זיין פון די ריכטיגע יודן און טאקע ארבעטן אויף די עיקר אויף וואס א מענטש איז געקומען אויף די וועלט עס שטייט אין אור הויה בשם די גמרא שבת א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט מען פרעגט אם 6 שאלות אין אפילו אויב ער האט עס טאקע געטון די 6 זאכן וואס איז זייער שווער צו עס טאקע טון אוב ער האט נישט אָנקומען צו יראת ה' שיקט מען אים ליידער ליידער צוריק צו די וועלט איז ווער וויל דאס חס ושלום
ווער קען זאגן אז ער איז אויף די וועג צו יראת ה' באמת, עס שאקלט זיך נישט פון די ערמל אלע דורות האבן אלע צדיקים געשפיגן בלוטט צו אנקומען
מיינע טייערע ברודער הלואי מיין נשמה זאל נישט ווערן צרוק געשיקט קיינער קען נישט וויסן לב טהור האט מען זיכער געהאלטן פון גמרא הקדושה אבער לב טהור האט געהאלטן אז יראת ה' איז פאר גמרא איז וועגן דעם האט מען בעיקר געלערנט די ספרים פון אונזער הייליגע רבי וואס ברענגט א מענטש צו ליב האבן און מוראא האבן פון די אייבירשטער
איך ווייס נישט אויב עס איז גענג גענטפערט וועגן די שאלה וועגן ערב רב אויב עס איז נישט קלאר איך גיי פראבירן מאכן מער קלאר בה אויב איך גיי האבן צייט
הערטס מיך צו רבותי
אנשטאט זיך טענה'ן מיט @לויטערע הימל איבער יעדע ווארט אהער צו אהין, קבל את האמת ממי שאמרו, @לויטערע הימל צווינגט קיינעם נישט צו האלטן אלעס פונקטליך ווי אים, ער וויל אונז נאר אויפוועקן, וועקטס ענק אויף!! אנשטאט זיין פארנומען צו זיך טענה'ן מיט אים, ארבעטס אביסל אויף ענקער אהבה און יראה! קיינער וויל נישט דארפן נאכאמאל אראפקומען,

לב טהור האט געהאט זייער וועג אבער אונז קענען עס טון אויף אונזער וועג, אלע ספרים שרייבן אז די עיקר איז די אהבה און יראה

@לויטערע הימל אפי' ס'קוקט אויס ווי מ'טענה'ט זיך מיט דיך, זיי וויסן אז טיף אן הארץ האסטו מסתמא א השפעה אויף יעדער דא, שרייב ווייטער דא!
שכרך הרבה מאד!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

מיינע טייערע פריינט
"דאס איז נישט דער דרך"
וד"ל
שרייב פאוסט