נו די חכמי האומות האבן שוין דאס געטאנעט מיט די חכמי ישראל און די גמרא זאגט שוין אמר רבי ונראין דבריהם מדברינו אז די אויג זעהט ווי די חכמי האומות אבער מיט דעם אלעם פסקנען מיר ווי די חכמי ישראלWho knows האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 24, 2025 2:35 pmצוריק צו מיין משל מיט בארא פארק און 18 מינוט. לאמיר זאגן אז עס איז בכלל נישט קלאר ווי בארא פארק איז און עס איז דא א גרויסע מחלוקת איבער דעם, מיינט דאס אז מ'קען זאגן אז יעדן טאג וואו עס איז אכצן מינוט דארט איז בארא פארק, אפגעזעהן די פלאץ? ניין. ווייל בארא פארק איז למעשה א פלאץ אפילו אויב דו ביסט צומישט. די זעלבע דא, עס קען זיין אז מ'ווייסט נישט פונקטליך וועלכע שטערנס מאכן נאכט, אבער עס איז זיכער אז שטערנס מאכן נאכט. און עס איז אויך קלאר אז שטערנס קומען ארויס איבעראל און אייביג אנדערש, אויב אזוי קען מען נישט זאגן אז ביי 72 ווערט איבעראל און אייביג נאכט.משה רבינו האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:41 pm די פסוק זאגט שוין יציאת כוכבים איז נאכטמ ואמור והיה לנו הלילה משמר והיום מלאכה מעלות השחר ועד צאת הכוכבים איי די אלע שיטות אין די מחלוקת אין די גמרא איז ווען איז צאת הכוכבים.
זאגסטו אז וואס דארף מען זיך שלאגן גיי ארויס קוק ווען עס נאכט תוספות אויפן פלאץ פרעגט די קשיא ענטפירט תוספות אז אין אנו בקיאין בכוכבים
ווייל ד י גמרא מרא לייגט צו אסאך תנאים צו די כוכבים 1 לא כוכבים גדולים ולא כוכבים קטנים אלא בינונים די שאלה איז וואס מיינט בינונים
נאך א תנאי עס מיז זיין הכסיף התחתון והשחיר העליון
וועגן דעם ענטפערט תוספות דאין אנו בקיאין בכוכבים
לשון רבינו חננאל אויף די גמרא מסכת פסחים
אע"פ שהחוזים בכוכבים שבזמן הזה מדברים דברים המכחישין לא משגחינן להו אלא אנו מזהרים דברי רבותינו כתקנם ולא לחוש לדברי זולתם[/b]
באמת איז עס שוין די גמרא אליין וואס זאגט עס,
חכמי ישראל אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע וחכמי אומות העולם אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע א"ר ונראין דבריהן מדברינו, אז עס קוקט אויס פארן אויג אזוי ווי די חכמי האומות, און מיט דען האלט רבי ווייטער ווי די חכמי ישראל
[/quote]