חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:03 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:44 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:25 pm
ווער מישט, ווער רעדט פונעם אוועל אפיס?
כהאלט אז ס'איז א פאני זאך אז טראמפ ווארפט אראפ א חלק פונעם ווייסן הויז צו בויען א טראמפ טאוער.
דו האסט געשריבן אז די וועסט ווינג גייט אראפ, און געלייגט א פיקטשער פונ'ם אוועל אפיס. ביידע בלייבן.
טראמפ ווארפט אראפ א חלק פונ'ם ווייסן הויז צו בויען אנשטאט דעם אן אנדערע חלק פונ'ם ווייסן הויז - אן אפיציעלע באל צימער. (די יעצטיגע איז קלענער ווי א קליינע חתונה זאל, און פרעזידענטן וואס ווילן האוסטן סטעיט איווענטס פאר מער ווי 200 מענטשן האבן ביז יעצט געמוזט מאכן טענטס.)
איך הייב נישט אן צו באגרייפו ווי טראמפ טאוער קומט אריין דא.
ווי איז די בילד פונעם אוועל אפיס?
אה, די רעדסט פונעם בילד ווי מען זעהט טראמפ ווייזן אויפן מאדעל פונעם בנין ער בויעט אויף? נישט געטראכט איך דארף צושרייבן מער קלארער
א בנין מיטן נאמען טראמפ באל רום, עס רופן טראמפ טאוער איז אזא סארט ווערטער שפיל על שם די טראמפ טאוער / האטעלן וואס ער האט אין פולע שטעט
גערעכט, כ'האב נישט געכאפט אז דו האסט געמיינט צו ווייזן אז אויף די מאדעל זעהט מען אז די איסט ווינג גייט אראפ. מיי מיסטעיק. עס איז לכאורה געקומען ווייל איין פאוסט פאר דעם האסטו געשריבן אז די וועסט ווינג (וואו די אוועל אפיס און אנדערע היסטארישע צימערן) געפינט זיך, און דאס איז א טעות ווייל די רעדע איז פון די איסט ווינג (וואו עס געפינען זיך בעיקר צערעמאניאלע שטיבער).
דאס אז עס גייט הייסן טראמפ באלרום האב איך נישט געקענט טרעפן קיין קראנטע באריכט, און ווי עס קוקט אויס איז עס א שמועה וואס אנטי טראמפ סאושעל מידיע האט געבאקן. אויב עפעס שרייבט גוגל אז מען האט געמאלדן אז מען וועט מעלדן די נאמען ביי א צווייטע געלעגנהייט.
גראדע, אפילו ער זאל עס ווען רופן טראמפ באלרום מיינט עס גארנישט ווייל א נאכפאלגענדע פרעזידענט קען/וועט טוישן די נאמען מיט א קראץ מיט'ן פעדער. די עצם געביידע בלייבט א חלק פון די ווייסע הויז און געהערט ווייטער צו די פעדעראלע רעגירונג.
(אויב זאל טראמפ א נאמען געבן די אוועל אפיס 'טראמפ אפיס' האט ער גארנישט געטון צו די עצם ווייסע הויז ס'נאר וויאזוי ער רופט עס. די זעלבע איז אויב באשליסט ער צו רופן די באלרום טראמפ באלרום - די עצם געביידע איז א פשוט'ע חלק פון די ווייסע הויז (וואס טראמפ האט גראדע געבויעט), און נאמען טוט און זאגט גארנישט.)
---
דרך אגב, עס קען צומאל אויסקוקן ווי איך זוך דיר צו קריטיקירן ווען איך פאוסט עטליכע קריטיק פאוסטס איינס נאכ'ן צווייטן... זאגלסטע וויסן אז הערות והארות האב איך אויף א גרויסע פראצענט היגע פאוסטס (בפרט ספעלינג טעותים), אבער ביי רוב נעם איך זיך נישט די מיה צו פארריכטן ווייל ס'איז פרוץ מרובה על העומד. דעם אשכול משא"כ איז א הערליכע ארבעט יעדע פאוסט עקסטער, אזש עס שטערט מיר ממש ווען איך זעה עפעס וואס איז נישט 100% אקוראט ווייל ס'דאך ממש א שאד אז אזא ארבעט זאל נישט זיין 100% בשלימות. איך מיין עס ערנסט, און דו קענסט עס זעהן אויף מיינע לייקס אין די טעמע.
(דאס איז, אגב, פון די געציילטע טעמעס וואס איך ליין בקביעות.)