Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 9:28 pm
שפאט ביליג האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 9:26 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 9:23 pm
לויט'ן סדר וואס מען האט ארויסגעשטעלט אויפ'ן צעטל דארף רבינו שליט"א שוין צו האבן אריינגעקומען. איך האב נארוואס געענדיגט לייגן מיינע קינדער שלאפן, און בעזר השם אין די קומענדיגע מינוטן וועט מען זיך ארויסלאזן צו די חתונה.
פיין ,שיק אפדעיטס ביטע אז די קענסט ,און אויך בילדער וועט נישט שאטן
איך קען נישט שיקן קיין אפדעיטס מיט מיין פליפפאון (די גראבע קייאסערא אויב דו ווילסט דוקא וויסן), און כ'בין נישט די סארט צו כאפן בילדער אין פובליק.
ב"ה א הערליכע חתונה געווען. עטליכע הערות:
די הויכע פארענטשעס זענען מורא'דיג פראקטיש, ווייל ס'דא אונטער דעם גענוג פלאץ צו סטארידזשן די טישן און בענק...
אויסער דעם דינט עס פאר נאך צוועקן, ווי האלטן די גרויסע מאשין וואס מאכט די ביעט - כ'געדענק שוין נישט וויאזוי ס'הייסט, און פאר די רייעס צו געבן מזל טוב אז עס זאל זיין מסודר. די פראבלעם איז ווען ביידע טרעפן זיך צאם... ווארטנדיג אויף די רייע האב איך, אנקומענדיג מער פארנט פון ביהמ"ד, פולצלונג אנגעהויבן שפירן ווי מיינע קישקעס דרייען זיך לויט די ביעט, און אנקומענדיג נאנטער האב איך דערזען דעם גורם. ווער רעדט נאך ווען מען שטייט ממש פארנט פון די מאשין (נישטא קיין אנדערע וועג) זאל דער אויבערשטער אפהיטן. אפשר איז כדאי צו לייגן די מוזיק די אנדערע זייט נעקסטע מאל.
בכלל איז די מאשין געווען צו שטארק, און די גאנצע פאדערשטע העלפט ביהמ"ד האט געזעצט און געבאכעט. קוקט אויס מען האלט נאך אינמיטן אויספיגערן די סעטאפ מיט די נייע דאך.