יישר כח think and thankThink and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:16 pm
על פי בקשת @ממעמקים האב איך גע'כשר'ט די ווידעא. על פי רוב האב איך נאר געדארפט פארדעקן חלקים פון די ווידעא חלק, און איין שטיקל (וואו ער רעדט פון שלמה'ס 'קדושה') האב איך געמוזט אינגאנצן ארויסנעמען. עס איז געווען א שווערע ארבעט עס גרונטליך דורכצוגיין און כשר'ן, און כ'בעט אז אויב איינער טרעפט עפעס וואס איך האב פארזעהן זאל ער מיר ביטע מעלדן און מ'וועט עס בעזר השם פארריכטן.
ביים עדיטן די ווידעאו האב איך עטליכע מאל ממש געוויינט, אבער עטליכע מאל זיך געווארפן פאר געלעכטער ווי די חברה האלטן זיך פאר וועלטס מבינים אין געזעץ...
(אגב, עס איז זייער בולט די חילוק צווישן וויינגארטן (דער וואס רעדט א גרויסע חלק פון די ווידעאו) און גאלדמאן. בעת וואס וויינגארטן רעדט ווי א קינד, לאכט ווי א זיבעלע און רעדט נישט צום דבר, רעדט גאלדמאן זייער קלאר און געמאסטן און זיינע ווערטער קלעבן איינס צום אנדערן (כאטש ס'לאו דוקא אמת).)
איך בין עדות סנעמט צייט און ארבעט.
זייער גוט ארויסגעברענגט די מעסעדש אין די פאוסט