כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:12 pm ס'שיינט אז ר' @משה חיים צבי איז דער מערסט באליבטער שרייבער דא.
Screenshot 2025-10-22 150615.png
פשוט.
די עולם שעצט עם מורא'דיג.
מען ווערט נתפעל פון זיין ערליכקייט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 732

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משיח משיח »

וואס איז געווארן מיט די 8 פארלוירענע משפחות וואס האבן געמאכט א פלוצלינגע ויברח?
מן הסתם האבן זיי שוין געלויפן צו עפעס אראבישע לאנד
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 732

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משיח משיח »

באלד גייט מען פארגעסן פון זיי
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:22 pm באלד גייט מען פארגעסן פון זיי
ביז זיי גייען קומען די גאנצע הנהלה קיין ניו יארק מיט א העכסט אויסגעפלאנטע אקציע צוריק צו כאפן פון די ערב רב אן אנטלאפענער
דעמאלט גייט מען זיך דערמאנען
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:16 pm
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:44 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:32 pm

ישן נושן

אזוי ווי איך האב באקומען אסאך ריקוועסטס פאר די ווידעאו, זיך איך איינער וואס קען עדיטן די נשים.
אויב אזוי פיל בעטן עס צו זעהן דאן
1- זיין גרינגער ארויסשיקן 1 פאוסט ווי יעדן פריוואט
2- @חלום חלמתי סתם א צילייגער,
IMG_2903.jpeg

על פי בקשת @ממעמקים האב איך גע'כשר'ט די ווידעא. על פי רוב האב איך נאר געדארפט פארדעקן חלקים פון די ווידעא חלק, און איין שטיקל (וואו ער רעדט פון שלמה'ס 'קדושה') האב איך געמוזט אינגאנצן ארויסנעמען. עס איז געווען א שווערע ארבעט עס גרונטליך דורכצוגיין און כשר'ן, און כ'בעט אז אויב איינער טרעפט עפעס וואס איך האב פארזעהן זאל ער מיר ביטע מעלדן און מ'וועט עס בעזר השם פארריכטן.
ביים עדיטן די ווידעאו האב איך עטליכע מאל ממש געוויינט, אבער עטליכע מאל זיך געווארפן פאר געלעכטער ווי די חברה האלטן זיך פאר וועלטס מבינים אין געזעץ...

(אגב, עס איז זייער בולט די חילוק צווישן וויינגארטן (דער וואס רעדט א גרויסע חלק פון די ווידעאו) און גאלדמאן. בעת וואס וויינגארטן רעדט ווי א קינד, לאכט ווי א זיבעלע און רעדט נישט צום דבר, רעדט גאלדמאן זייער קלאר און געמאסטן און זיינע ווערטער קלעבן איינס צום אנדערן (כאטש ס'לאו דוקא אמת).)

יישר כח think and thank
איך בין עדות סנעמט צייט און ארבעט.
זייער גוט ארויסגעברענגט די מעסעדש אין די פאוסט
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1308

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:16 pm וואס איז געווארן מיט די 8 פארלוירענע משפחות וואס האבן געמאכט א פלוצלינגע ויברח?
מן הסתם האבן זיי שוין געלויפן צו עפעס אראבישע לאנד
אפשר האט מען זיי אלע אריינגעלייגט אין א לאך
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:33 pm
משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:16 pm וואס איז געווארן מיט די 8 פארלוירענע משפחות וואס האבן געמאכט א פלוצלינגע ויברח?
מן הסתם האבן זיי שוין געלויפן צו עפעס אראבישע לאנד
אפשר האט מען זיי אלע אריינגעלייגט אין א לאך
זאג נישט וועגן סעאסוד
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 495

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:16 pm
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:44 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:32 pm

ישן נושן

אזוי ווי איך האב באקומען אסאך ריקוועסטס פאר די ווידעאו, זיך איך איינער וואס קען עדיטן די נשים.
אויב אזוי פיל בעטן עס צו זעהן דאן
1- זיין גרינגער ארויסשיקן 1 פאוסט ווי יעדן פריוואט
2- @חלום חלמתי סתם א צילייגער,
IMG_2903.jpeg

על פי בקשת @ממעמקים האב איך גע'כשר'ט די ווידעא. על פי רוב האב איך נאר געדארפט פארדעקן חלקים פון די ווידעא חלק, און איין שטיקל (וואו ער רעדט פון שלמה'ס 'קדושה') האב איך געמוזט אינגאנצן ארויסנעמען. עס איז געווען א שווערע ארבעט עס גרונטליך דורכצוגיין און כשר'ן, און כ'בעט אז אויב איינער טרעפט עפעס וואס איך האב פארזעהן זאל ער מיר ביטע מעלדן און מ'וועט עס בעזר השם פארריכטן.
ביים עדיטן די ווידעאו האב איך עטליכע מאל ממש געוויינט, אבער עטליכע מאל זיך געווארפן פאר געלעכטער ווי די חברה האלטן זיך פאר וועלטס מבינים אין געזעץ...

(אגב, עס איז זייער בולט די חילוק צווישן וויינגארטן (דער וואס רעדט א גרויסע חלק פון די ווידעאו) און גאלדמאן. בעת וואס וויינגארטן רעדט ווי א קינד, לאכט ווי א זיבעלע און רעדט נישט צום דבר, רעדט גאלדמאן זייער קלאר און געמאסטן און זיינע ווערטער קלעבן איינס צום אנדערן (כאטש ס'לאו דוקא אמת).)

אויב איינער האט יואלי'ס ווידיאו ווערט שטארק געבעטן עס ארויפלייגן אדער זאגן ווי מען קען עס זעהן.
...Thank you for your attention to this matter
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

2 מיידלעך יוצאי לב טהור האבן נעכטן אנגעהויבן סקול ב''ה
א בחור'ל א יוצא לב טהור האט אנגעהויבן ישיבה
די ערשטע מאל אין זייער לעבן!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:12 pm ס'שיינט אז ר' @משה חיים צבי איז דער מערסט באליבטער שרייבער דא.
Screenshot 2025-10-22 150615.png
אמת!!
עס זענען דא נאך אסאך ניקס וואס ווען זיי וואלטן געשריבן זייער עכטע נאמען וואלטן זיי געהאט אסאך לייקס פאר זייער מעשים טובים וואס זיי טוען
הלוך ילך
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:09 pm
Location: עשרת השבטים
x 43

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלוך ילך »

משה חיים צבי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:14 am א גוטן מיינע חשוב'ע חברים

איך וויל ב"ה אביסל מוסיף זיין הסבר אויף מיין פאריגע תגובה,
אזוי ווי איך הער פון אסאך גוטע פריינד וואס וואונדערן זיך און פרעגן וואס איז די פשט אז איך דריי זיך אין בבל אויף יום טוב, און איך בין נאך גאר געבליבן אויף שבת בראשית אויך, וויל איך עס ב"ה אויסקלארן.

אזוי ווי באריכטעט דא האב איך געדארפט האבן א משפט ערב ראש השנה, אונז האבן אלע געהאפט און מתפלל געווען אז עס זאל געלונגען, און די פלאן איז געווען אז אויף סוכות זאל אונז שוין זיין אין ניו יארק און פראווענען א שיינע יום טוב בשבת אחים גם יחד.

דער רצון ה׳ איז אבער געווען אנדערש און עס איז דורכגעפאלן, דער שופט איז צום גוטן מזל נישט אנגעקומען, אין מיין משפט איז געווארן אפגעשטופט מיט אפאר חדשים און ווער ווייסט ווי לאנג וועט געדויערן ביז איך וועל קענען ארויס גיין פון גוואטעמאלא, די עסקנים טוען כל מה שביכולתם צו פארשנעלערן די קאורט, אבער אלעס איז ביד השם.

עס איז מיר בכלל נישט גרינג צו וואוינען אליינס, פארשימלט ווערן אין גוואטעמאלא סיטי צווישן גויים, און ווער ווייסט ווי לאנג עס וועט זיך נאך אזוי ציען, איך שפיר אז איך וועל דאס נישט קענען דורכמאכן אזוי אליינס.

דערפאר האב איך אדורך גערעדט מיט מיינע גוטע פריינד און געמאכט די החלטה אז איך וועל אי״ה אהינגיין שבת אדער יום טוב לויט די מעגלעכקייט, און איך וועל זיך אביסל טרעפן מיט מיין טאטע און די פאהר געציילטע פארבליבענע אלטע פריינד וואס זענען נאך דארט געבליבן.

יעצט אז איך קום אהין גיי איך נישט זיין כחתן בין האבלים…. עס איז פונקט אזוי אומבאקוועם צו גיין דארט מיט חסיד'ישע בגדים ווי צו גיין מיט לב טהור קליידער אין ניו יארק,
ועוד איך קום זיך נישט רייצן און שלאגן מיט קיינעם, עס איז נישט מיין זאך דא.

איך האף אז יעדער פארשטייט מיר, קאנספעראציעס און חשדות זענען הוילע דמיונות.

דער באשעפער זאל אונז באגליקן מיט מנוחה ושמחה אור ליהודים אכי"ר.
חיים צבי היקר,
זייט פסח ווען די האסט אנגעהויבן צו העלפן ארויס נעמען איבער 100 קינדער פון שעלטער האט כלל ישראל אינגאנצן געטוישט די בליק איבער דיר אפילו מען האט דיר זייער באשמוצט אינעם עבר.
לגבי דיין גיין צו בבל אדער אנטוהן לב טהור קליידער איז עס בכלל נישט נוגע פאר קיינעם די קענסט טוהן וואס די ווילסט.
פון כלל ישראל'ס זייט האסטו שוין באוויזן דיין גוטהארציקייט און דיין הילף וואס די האסט געהאלפן די אומשילדיגע קינדער ארויס גיין פון שעלטער.
דיין ארויס גיין פון לב טהור אדער זיך דרייען אין בבל אויף שבתים טוישט בכלל נישט די בליק אויף דיר.
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

שוין איינמאל אינטערעסירט...
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

הלוך ילך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:32 pm

דער רעט צו דער זאך!!!!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 172

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:04 pm 2 מיידלעך יוצאי לב טהור האבן נעכטן אנגעהויבן סקול ב''ה
א בחור'ל א יוצא לב טהור האט אנגעהויבן ישיבה
די ערשטע מאל אין זייער לעבן!
דא אין אמערעקא אדער אין א״י?
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 172

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:37 pm https://yeshivaworlds3.b-cdn.net/wp-con ... 2.58-2.mp4
עזרא מנחם שטארק?
א נייע ווידיאו?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:37 pm https://yeshivaworlds3.b-cdn.net/wp-con ... 2.58-2.mp4
עזרא מנחם שטארק?
יא יא
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

גם אני מצרף, מיין פריינט @משה חיים צבי, טו וואס דו ווילסט. קיינער טראכט נישט אויף דיר קיין ברעקל שלעכטס. אויב ווילסטו באריכטן דיינע ימים נוראים וכו' אדרבה, אונז זענען זייער נייגעריג און מיר שפירן מיט, דו זאלסט אינגאנצן ריינגעוואשן ווערן שנעל שנעל און קענען אהערקומען דא בקרוב וואו מיר וועלן זיך טרעפן מיט דיר ווי מיט אלטע פריינט. אבער חס ושלום אז דו זאלסט שפירן אז כאילו דו מוזט זיך פארענטפערן וכו' טו וואס דיר געפעלט! קיינער האט נישט קיין שום חשבונות מיט דיר (אפילו נישט מיט דיינע חברים, אבער דיך איז דאך כ"ש וכ"ש). עס באדערט מיך אז דו שפירסט כאילו דו דארפסט זיך פארענטפערן, דער עולם איז מיט דיר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3401

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שקיעה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:39 pm
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:37 pm https://yeshivaworlds3.b-cdn.net/wp-con ... 2.58-2.mp4
עזרא מנחם שטארק?
א נייע ווידיאו?
א פאר יאר אלט
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:45 pm אז מען איז שוין פארפארן אין שמועס מיט סתם מילי דעלמא (בעניני לב-טהור), וועל איך שוין דערציילן נאך א ידיעה וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם:

עס איז געווען א תקופה אין ירושלים, בשעת דער חכם נר"ו איז געווען א קליינע יונגל, האט דער פריעדיגע רבי אויפגעשפילט יעדן פארטאגס מיטן חכם, די מעשה פון עקידת יצחק. דער רבי פלעגט אויפוועקן זיין זוהן (אגב, ער פלעגט שטענדיג אויפוועקן די קינדער פארטאגס, לעבודת הבורא), ער פלעגט אים אפירנעמען מיט א גרויסן מעסער און אים זאגן אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אים צו שחט'ן פאר זיינעטוועגן. ער פלעגט אים ארויפשטעלן אויפן טיש און זיך גרייטן אים צו שחט'ן אלס קרבן פארן אויבערשטן. אויף דעם וועג האט ער אריינגעבאקן אין אים אהבה ויראה, אים פרעגנדיג, "ביסט גרייט צו גע'הרג'עט ווערן על קידוש-השם? - דו ביסט גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן?" - דער חכם פלעגט ענטפערן מיט פייערליכקייט, "יא! אוודאי בין איך גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן". ביז דער רבי האט געמאלדן, אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אז ער זאל אים נישט שחט'ן.

דאס פלעגט זיך איבער'חזר'ן נאכט נאך נאכט, ביז ער האט אריינגעפרעגלט אין אים די ריכטיגע יראת-שמים און מסירת-נפש פארן אויבערשטן.

נישט פון זיך אלין, וואקסט אזא חכם נר"ו.
רבי שמואל אלע מיינע שאלות אויף אים איז פארענטפערט
נאך אזא חינוך ווער וויל עסען. ווער וויל שלאפן. ווער ווי וואונען אין א נערמאלע הויז. (ווער וויל לערנען? ווער וויל יענעם זאל זיין גוט? ווער האט ליב א איד?)
קאכעדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 208

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קאכעדיג »

נישט פון זיך אליין וואקסט אזא חכם נר"ו.
:lol: :lol: :lol: :lol:
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1868

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:45 pm אז מען איז שוין פארפארן אין שמועס מיט סתם מילי דעלמא (בעניני לב-טהור), וועל איך שוין דערציילן נאך א ידיעה וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם:

עס איז געווען א תקופה אין ירושלים, בשעת דער חכם נר"ו איז געווען א קליינע יונגל, האט דער פריעדיגע רבי אויפגעשפילט יעדן פארטאגס מיטן חכם, די מעשה פון עקידת יצחק. דער רבי פלעגט אויפוועקן זיין זוהן (אגב, ער פלעגט שטענדיג אויפוועקן די קינדער פארטאגס, לעבודת הבורא), ער פלעגט אים אפירנעמען מיט א גרויסן מעסער און אים זאגן אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אים צו שחט'ן פאר זיינעטוועגן. ער פלעגט אים ארויפשטעלן אויפן טיש און זיך גרייטן אים צו שחט'ן אלס קרבן פארן אויבערשטן. אויף דעם וועג האט ער אריינגעבאקן אין אים אהבה ויראה, אים פרעגנדיג, "ביסט גרייט צו גע'הרג'עט ווערן על קידוש-השם? - דו ביסט גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן?" - דער חכם פלעגט ענטפערן מיט פייערליכקייט, "יא! אוודאי בין איך גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן". ביז דער רבי האט געמאלדן, אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אז ער זאל אים נישט שחט'ן.

דאס פלעגט זיך איבער'חזר'ן נאכט נאך נאכט, ביז ער האט אריינגעפרעגלט אין אים די ריכטיגע יראת-שמים און מסירת-נפש פארן אויבערשטן.

נישט פון זיך אליין וואקסט אזא חכם נר"ו.
נאר פארן חכם? וואס איז מיט די אנדערע קינדער?

איד דער חכם דער עלסטער קינד?
קאכעדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 208

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קאכעדיג »

צופראסקעט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:49 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:45 pm אז מען איז שוין פארפארן אין שמועס מיט סתם מילי דעלמא (בעניני לב-טהור), וועל איך שוין דערציילן נאך א ידיעה וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם:

עס איז געווען א תקופה אין ירושלים, בשעת דער חכם נר"ו איז געווען א קליינע יונגל, האט דער פריעדיגע רבי אויפגעשפילט יעדן פארטאגס מיטן חכם, די מעשה פון עקידת יצחק. דער רבי פלעגט אויפוועקן זיין זוהן (אגב, ער פלעגט שטענדיג אויפוועקן די קינדער פארטאגס, לעבודת הבורא), ער פלעגט אים אפירנעמען מיט א גרויסן מעסער און אים זאגן אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אים צו שחט'ן פאר זיינעטוועגן. ער פלעגט אים ארויפשטעלן אויפן טיש און זיך גרייטן אים צו שחט'ן אלס קרבן פארן אויבערשטן. אויף דעם וועג האט ער אריינגעבאקן אין אים אהבה ויראה, אים פרעגנדיג, "ביסט גרייט צו גע'הרג'עט ווערן על קידוש-השם? - דו ביסט גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן?" - דער חכם פלעגט ענטפערן מיט פייערליכקייט, "יא! אוודאי בין איך גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן". ביז דער רבי האט געמאלדן, אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אז ער זאל אים נישט שחט'ן.

דאס פלעגט זיך איבער'חזר'ן נאכט נאך נאכט, ביז ער האט אריינגעפרעגלט אין אים די ריכטיגע יראת-שמים און מסירת-נפש פארן אויבערשטן.

נישט פון זיך אלין, וואקסט אזא חכם נר"ו.
רבי שמואל אלע מיינע שאלות אויף אים איז פארענטפערט
נאך אזא חינוך ווער וויל עסען. ווער וויל שלאפן. ווער ווי וואונען אין א נערמאלע הויז. (ווער וויל לערנען? ווער וויל יענעם זאל זיין גוט? ווער האט ליב א איד?)
אויב האט ער געענטפערט יא אוודאי, האט ער לכאורה געוואוסט וואס קומט נאכדעם. ער האט לכאורה מיטגעשפילט די טעגליכע משוגע'נע געים
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

זאגטס א גוט ווארט וועגען די יוצאים ווי שיין אסאך ארדענען זיך איין.

די עולם וויל הערן.

מ'וויל הערן פון די הצלחות אויכעט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

► Show Spoiler
Got it...
שוין איינמאל אינטערעסירט...
שרייב פאוסט