ממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:04 am
קען זיין איך בין שפעט און אלע ווייסן אבער אויף אידטיש מיין איך איז נישט געוועהן די אינפארמאציע, איך האב יעצט געהערט
מרת הורוויץ האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט א ליטוואק און לכבוד זיין חתונה האט אים לב טהור געטוישט זיין נאמען…
…ניין נישט זיין ערשטע נאמען, זיין לעצטע!!
א מין צידרייטע פלאץ
ווען די מאן נעמט איבער די פאמיליע נאמען פון די פרוי, זאגט זי הרי אתה…?
ביטע אויסקלארן
לענ"ד, ווי משוגע טוישן די לעצטע נאמען איז, איז טוישן די ערשטע נאמען טויזנט מאל מער צודרייט. די לעצטע נאמען איז אידענטיפיקאציע בעת וואס די ערשטע נאמען איז די עצם מענטש. (און ס'איז אזוי סיי במציאות דא אויף דעם עולם השפל און סיי על פי די העכערע זאכן וואס זענען דא אין א נאמען.) אין אלע דורות האט מען שוקל געווען במאזני זהב דאס צוגעבן אדער טוישן ערשטע נעמען און עס בדר"כ נאר געטון על פי הוראת צדיק, משא"כ לעצטע נעמען האט מען אלע יארן גרינג געטוישט כפי הצורך.
אז לב טהור טוישט ערשטע נעמען איז נישט קיין נייעס
איך האב געמיינט ארויסצוברענגען די השגה פון טוישן א מאן׳ס לעצטע נאמען צו זיין פרוי׳ס! סמאכט נישט קיין טראפ סענס. בעיסיקלי ראביי, די רעביצן איז בעל בית
נישט ממש אזוי....
זיין ווייב'ס געבורט נאמען איז מלכה, נישט הורוויץ. די קינדער זענען הורוויצע'ס.
נאר היות זיין שטוב ווערט בזיוויג שני צוזאם געשטעלט פון 2 משפחות, זיין ווייב'ס קינדער און זיינע אייגענע, במילא (כנהוג ביי די גוים אין גואטעמאלא) רופן זיך די ערשטע קינדער הורוויץ, און די נייע בשותפות'דיגע קינדער ביינוש - הורוויץ ווייל זיי זענען דאך אויך קינדער פון ביינוש (ביבי).
$1010
אפשר מאכן מיר די גאול אויף היינט נאכט?
א נישטיגע 790 צו גיין, און דער יונגערמאן איז מסודר מיט א דירה!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מען דארף דאך האבן מסירת נפש נישט צו זיין אין אמעריקא!
ווי איך האב פארשטנען אז ביים גרעניץ ווערן זיי אפגעשטעלט! אדער אטליעסט מען האט אוועק גענומען זייער פאפירן
ווען מען האט גערעדט פון קענען גיין צו דריי לענדער, איז די מדובר געווען ארויסצובאקומען די קינדער פון שעלטער. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס, ווען כמעט אלע עלטערן האבן געמוזט אויפווייזן אז די קינדער גייען צו איינס פון די דריי לענדער.
יעצט איז די נושא פון די געציילטע איבערגעבליבענע (פאר)פירער, וואס זענען אומשטאנד צו טון וואס זיי ווילן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא גענוג מהלכים זיי מסדר צו זיין - וואס העכער אין ראנג, אלס מער פארברעכנס אויף די פלייצע...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 4:40 pm$924
רוב פונעם גאול איז שוין מסודר!
ב"ה
נעכטן האבן מיר בעה"י געלאזט אין גאנג א קאמפיין לטובת א חשוב'ער יוצא וועלכער איז אויפ'ן וועג אהער, ולרש אין כל. מיר וועלן אים אי"ה שטעלן אויפ'ן פוס, העלפן אוועשטעלן א שטוב בדרך ישראל סבא לשם ולתפארת, און העלפן פארגעסן פונעם טונקעלע אוישוויץ וועלכע ער איז אריבער.
ווי מיר האבן באטאנט, וועט דער חשוב'ער יוצא זיין א נהנה מיגיע כפיו, זייענדיג א פלייסיגער און טויגליכער ארבייטער, און ער וועט נישט זיין קיין לאסט אויפ'ן ציבור בעה"י.
אשריכם ישראל נתבעים ונותנים. זינט נעכטן האבן נדבות אנגעהויבן אריינפליסן. און אפילו שענערע נדבות פון מאה ולמעלה זענען נתקבל געווארן בשמחה וצהלה. כלל ישראל בכלל, און אונזער קרעמל דאָהי בפרט, האט זיך ארויסגעוויזען מיט אירע שענסטע קאלירן.
על של עתה באנו, טייערע אידן! כאפט אייך א זכות בזה ובבא, און דורות נאמנים לד' ולתורתו הקדושה וועלן זיין יזקף לזכותכם.
געדענקט די הייליגע ווערטער פונעם 'ערוך השולחן' (יו"ד סי' רמז, סעי' ו): "וגם החוש מעיד מכמה עשירים שכל מה שנותנים יותר מתעשרים יותר." כאפט אייך א זכות לדורות, און זייט זוכה צו עשירות מופלגת ביינזאם!