סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיין מיינונג »

צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:27 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 6:43 pm
קען זיין אז פאר דיר איז דאס א ווילדע חידוש, אבער ס'איז א דבר פשוט אז א נייער בנין איז א אינקאם.
זיך געווינדערט פארוואס עס ווערן געבויט אזוי פיל נייע בתי מדרשים
יישר כח פארן אויסקלארן
איך האב נישט געשריבן קיין ווערטל, אדער טעאריע.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1727
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2814

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

משה רבינו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:43 pm קהל האט לכחילה גראד אנגענומען צו ספאנסערן רוב קאסט פונעם מעמד, ווער עס ווייסט אז רוב קאסט איז די גיום צו אויסליידיגן די ביהמ''ד אין צוריק שטעלן די ביהמ''ד נאכן מעמד אווער טיים פאר אזויפיל גוים

ס''ה האט קהל נאר געגעבן די פלאץ גוים ספיקערס לעיקטער און נאך וואס איז רוב קאסט און נישט געוואלט נעמען די גאנצע קאסט, ווייך זיי נאבן שוין באצאלט די גאנצע מעמד ינ נאכט אין סוכה וכדו' ט יחיד וויל טוען א גוטע זאך עס איז זייער גרינג צו זאגן קהל זאל צאלן לאמיר זעהן צו ער איז גרייט צו דעקן 25 פראצענט קען קהל דעקן די איבריגע
מען האט דא סך הכל אויסגעליידיגט און צוריקגעשטעלט בענק לאמיר זאגן דאס האט גענומען 5 שעה און עס איז געווען 20 גוים, און יעדער האט באקומען 25 א שעה, איז עס א קנאפע, 2500 און די סכום איז זיכער פול ווייניגער, די פרייז וואס די שמחת בית השואבה האט געקאסט איז 5 מאל מער פון דעם.
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 165

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם »

מיין מיינונג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:56 pm
צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:27 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 6:43 pm
קען זיין אז פאר דיר איז דאס א ווילדע חידוש, אבער ס'איז א דבר פשוט אז א נייער בנין איז א אינקאם.
זיך געווינדערט פארוואס עס ווערן געבויט אזוי פיל נייע בתי מדרשים
יישר כח פארן אויסקלארן
איך האב נישט געשריבן קיין ווערטל, אדער טעאריע.
ס'איז דאך דא דער אלטער באקאנטער ווערטל אז א רב איז אריינגעגאנגען צום רבי'ן ז"ל אז ער מוטשעט זיך געפערלעך מיט געלט, האט אים די רבי געזאגט במיטב לשונות, גיי בוי א בנין...

וכך הוה ער האט געבויט, און געזען אז שיינע הרחבה...

ער האט געענדיגט בויען און ער גייט אריין צום רבי'ן זיך באדאנקען אבער אין די זעלבע צייט זיך אפרעדן אז די מצב איז צוריק שמאל געווארן, זאגט אים די רבי 'איך האב אייך געהייסן ענדיגן? איך האב אייך געהייסן בויען'...
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך יאנטשי »

א גוט ווערטל, אבער האט לכאורה גארנישט מיטן רבין ז"ל.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 816

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 1:46 am א גוט ווערטל, אבער האט לכאורה גארנישט מיטן רבין ז"ל.
נישט קיין ווערטל, געווען ביי איינע פון די מוסדות אין אר"י , דאכטסעך מיר בנות ירושלים, ער איז געקומען צום רבי'ן אז ער קען זיך נישט דעקן, האט אים די רבי געזאגט בוי א בנין, ער האט געמיינט די רבי וועפט שוין, זאגט אים די רבי ניין, בוי א בנין, און ס'איז נארמאל אז ווען מ'קאלעקט פארן בנין גייט א געוויסע פראצענט פאר די אפערעיטינג.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

פאוסט דורך שבת קודש »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:13 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:10 pm וואס גייט פאר מיט מתיבתא שיעור ג'? איך הער אז פאליציי האט נעכטן ארויסגעשאסן פון די פלאץ און די ישיבה איז אויפן גאס.

פרטים אויב איינער האט. ייש"כ.

גליקמאן (ראדאשיצער רב) האט היי יאר באשלאסן ארויפצוגיין צו 18 טויזנט דאלאר א חודש רענט, אנשטאט דרייצן.
ווי אויך האט ער פארלאנגט אז מתיבתא זאל זיך פארפליכטן צו פארבלייבן דארט אויף ספרינג סטריט פאר אמווייניגסטנס פינף יאר, און אז אלעס זאל זיין באצאלט אין העד טשעקס.

מתיבתא האט נישט געהאלטן דערביי, האט דער גליקמאן געזאגט אז ער ווארפט ארויס.
ווען יוצאי שיעור ג' זענען אריינגעגאנגען אינעם בילדינג ארויסצונעמען די פארבליבענע זאכן און חפצים, האט ער גערופן די פאליציי אז מ'ברעכט זיך איין אין זיינס א פריוואטע שטח און אז מ'האט אנגעבליך צובראכן א שלאס.
נאך א לענגערע דין ודברים מיט די פאליציי אפיצירן, איז געבליבן אז מ'קען פארזעצן דאס ארויסנעמען די זאכן און עס אריבערפירן אויף בארדיטשוב, אונטערן אויפזיכט פון איינע פון די שיעור ג' מגידי שיעור.
למעשה ווי גייט שיעור ג' גיין?
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 454

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 1:18 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 1:46 am א גוט ווערטל, אבער האט לכאורה גארנישט מיטן רבין ז"ל.
נישט קיין ווערטל, געווען ביי איינע פון די מוסדות אין אר"י , דאכטסעך מיר בנות ירושלים, ער איז געקומען צום רבי'ן אז ער קען זיך נישט דעקן, האט אים די רבי געזאגט בוי א בנין, ער האט געמיינט די רבי וועפט שוין, זאגט אים די רבי ניין, בוי א בנין, און ס'איז נארמאל אז ווען מ'קאלעקט פארן בנין גייט א געוויסע פראצענט פאר די אפערעיטינג.
די שאלה איז אויף די סיפא פון די מעשה...
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

אז מרעדט שוין פון שיעור ג

דארף ארויסגעברענגט ווערן די ווייטאג אז מרעדט אינגאנצן פון 19 יעריגע בחורים

און סאיז שוין בערך 12 יאר וואס די עידש איז נישט מסודר

איך האב געהערט פון איינגעשטעלטע אין ישיבה אז די איינציגסטער מהלך דעיס מסדר צו זיין געהעריג
איז דורך צאמשטעלן שיעור ב' און ג' פון די גאנצע ישיבה אין 1 סניף אזוי ווי סאיז געווען אין שנת ע"א און ע"ב

דעיס טוט אוועק נעמען גאר אסאך פראבלעמען

סיי לגבי שיעור ב
וואס איז כהיום די עלטסטע עידש אין ישיבה וואס נאך פסח איז שוין אינגאנצן צופארן סבלייבט אין יעדע סניף ווייניג מציונים ס'פאנגט אן צוצופאלן די עידש די בחורים ווערן דיפרעסט
"מרעדט פון 18 יעריגע" אבער דאס איז א מציאות

און אז א בחור איז דיפרעסט לערענט ער נישט. און אז ער לערענט נישט.......

דעיס איז היינט די טריקענע מציאות פון שיעור ב

ווען משטעלט עס צאם ווערט עס א כח פון איבער 200 בחורים איז עס א ישיבה
און סזעיט זיך נישט אזוי שטארק אן די חתנים וואס גייען ארויס
( וואס ווער סווייסט ווייסט אז פאר'ן צוטיילן די ישיבה איז שיעור ב געווען די עיקר ישיבה דארט זענען געווען די גיטע מגידי שיעור ווי הגה"צ ר' מרדכי דוד זצ"ל וכי )

און לגבי שיעור ג
אז סאיז דא א שטארקע שיעור ב כאפט זיך מיט שיעור ג
דאס מיינט אז דער גיטע בחור פון שיעור ג האט א בית מדרש מיט א קול תורה
און ער דארף נישט דורך גיין די גהנום צווישן שיעור ב און ג וואס די 19 יעריגע בחורים גייען יעצט דורך יעדע יאר

דעיס איז די ווייטאג און קורצן
ודוק ואכמל
ווער ספארשטייט פארשטייט
מטות
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm אז מרעדט שוין פון שיעור ג

מ'מעג מחולק זיין?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm אז מרעדט שוין פון שיעור ג

און סאיז שוין בערך 12 יאר וואס די עידש איז נישט מסודר
איז שיעור ג' פון מאנסי פון הרב זיידענפעלד נישט מסודר?
גראסערי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 531
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 384

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גראסערי »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm
איז דורך צאמשטעלן שיעור ב' און ג' פון די גאנצע ישיבה אין 1 סניף אזוי ווי סאיז געווען אין שנת ע"א און ע"ב
איז נישט דעמאלס געווען שיער ב' און ג' באזונדער, ר' לוי יצחק בארזעסקי אויף שיעור ב' און ר' מאיר צוויבל אויף שיעור ג'? די געוועזענע לאנטש רום איז געווארן צוטיילט און 2 חלקים?
אוועיטער
טעכנאלאגיע קענער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 5:29 pm
x 124

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך טעכנאלאגיע קענער »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:07 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm אז מרעדט שוין פון שיעור ג

און סאיז שוין בערך 12 יאר וואס די עידש איז נישט מסודר
איז שיעור ג' פון מאנסי פון הרב זיידענפעלד נישט מסודר?
מ'רעדט יעצט פון זאבעל!
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:07 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm אז מרעדט שוין פון שיעור ג

און סאיז שוין בערך 12 יאר וואס די עידש איז נישט מסודר
איז שיעור ג' פון מאנסי פון הרב זיידענפעלד נישט מסודר?
שיעור ב איז נישט מסודר
צווישן שיעור ב און ג איז נישט מסודר
די חלק וואס גייט נישט צו זיידענפעלד איז נישט מסודר
דעיס אז מדארף גיין צו זיידענפעלד איז נישט מסודר
וואס סטוט זיך ווען מאיז שוין ביי זיידענפעלד ווייס איך נישט
אבער די 10ליגע גיטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג זאגט אז דארט איז נישט קיין גן עדן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:15 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:07 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm אז מרעדט שוין פון שיעור ג

און סאיז שוין בערך 12 יאר וואס די עידש איז נישט מסודר
איז שיעור ג' פון מאנסי פון הרב זיידענפעלד נישט מסודר?

אבער די 10ליגע גיטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג זאגט אז דארט איז נישט קיין גן עדן
נישט דא קיין צענדליגע גוטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג', אפשר איינצעלנע..
חוץ פון דעם וואס זייער אסאך פון פרעמדע ישיבות קומען אהער צו שיעור ג'
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

און מען בעט דעם רבי'ן צו רעדן אז מ'דארף שיקן די בחורים דא ווייל "אזוי איז מען מסודר ווען מען ווערט עלטער"... :oops:
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:10 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:03 pm
איז דורך צאמשטעלן שיעור ב' און ג' פון די גאנצע ישיבה אין 1 סניף אזוי ווי סאיז געווען אין שנת ע"א און ע"ב
איז נישט דעמאלס געווען שיער ב' און ג' באזונדער, ר' לוי יצחק בארזעסקי אויף שיעור ב' און ר' מאיר צוויבל אויף שיעור ג'? די געוועזענע לאנטש רום איז געווארן צוטיילט און 2 חלקים?
האלב איז געווען די בית מדרש און האלב די לאנטש רום
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

צו קלאר מאכן: ר' מרדכי אהרן זאבעל'ס ישיבה איז זייער מסודר, ס'איז א פיינע געשמאקע ישיבה, ס"ה מוטשעט מען זיך יעצט מיט א פלאץ.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:17 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:15 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:07 pm
איז שיעור ג' פון מאנסי פון הרב זיידענפעלד נישט מסודר?

אבער די 10ליגע גיטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג זאגט אז דארט איז נישט קיין גן עדן
נישט דא קיין צענדליגע גוטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג', אפשר איינצעלנע..
חוץ פון דעם וואס זייער אסאך פון פרעמדע ישיבות קומען אהער צו שיעור ג'
נו סוי ?
די נאמבער מאכט אויס?
האסט געכאפט מיין פוינט?
די ווייסט די ווייטאג וואס די בחורים גייען דורך?
די ביסט עס דורך?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:21 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:17 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:15 pm

אבער די 10ליגע גיטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג זאגט אז דארט איז נישט קיין גן עדן
נישט דא קיין צענדליגע גוטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג', אפשר איינצעלנע..
חוץ פון דעם וואס זייער אסאך פון פרעמדע ישיבות קומען אהער צו שיעור ג'
נו סוי ?
די נאמבער מאכט אויס?
האסט געכאפט מיין פוינט?
די ווייסט די ווייטאג וואס די בחורים גייען דורך?
די ביסט עס דורך?
ס'איז דא איין צייט וואס דו קענסט זאגן אז ס'איז דא ווייטאג, סוף זוממער שיעור ב' ווען א גרויס חלק פון די חברים האבן חתונה, אבער דעטס איט, איינמאל מ'איז אין שיעור ג', און אזוי אויך די ערשטע דריי פערטל יאר פון שיעור ב', איז אלעס פיין מסודר.
(חוץ איינצעלנע פעלער ווען א גרויס חלק עידזש גייט שוין ארויס סוף ווינטער שיעור ב', איז עס די גאנצע זוממער זמן, אבער זה הוא.)
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 816

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:54 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 1:18 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 1:46 am א גוט ווערטל, אבער האט לכאורה גארנישט מיטן רבין ז"ל.
נישט קיין ווערטל, געווען ביי איינע פון די מוסדות אין אר"י , דאכטסעך מיר בנות ירושלים, ער איז געקומען צום רבי'ן אז ער קען זיך נישט דעקן, האט אים די רבי געזאגט בוי א בנין, ער האט געמיינט די רבי וועפט שוין, זאגט אים די רבי ניין, בוי א בנין, און ס'איז נארמאל אז ווען מ'קאלעקט פארן בנין גייט א געוויסע פראצענט פאר די אפערעיטינג.
די שאלה איז אויף די סיפא פון די מעשה...
אה, דעיס איז שוין טאקע א ווערטל, כ'האב נישט געהערט די חלק... (גראדע מאכט נאך אלטס סענס אז די רבי זאל עס האבן געזאגט פאר א ווערטל)
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:25 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:21 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:17 pm

נישט דא קיין צענדליגע גוטע בחורים וואס גייען צו פרעמדע ישיבות פאר שיעור ג', אפשר איינצעלנע..
חוץ פון דעם וואס זייער אסאך פון פרעמדע ישיבות קומען אהער צו שיעור ג'
נו סוי ?
די נאמבער מאכט אויס?
האסט געכאפט מיין פוינט?
די ווייסט די ווייטאג וואס די בחורים גייען דורך?
די ביסט עס דורך?
ס'איז דא איין צייט וואס דו קענסט זאגן אז ס'איז דא ווייטאג, סוף זוממער שיעור ב' ווען א גרויס חלק פון די חברים האבן חתונה, אבער דעטס איט, איינמאל מ'איז אין שיעור ג', און אזוי אויך די ערשטע דריי פערטל יאר פון שיעור ב', איז אלעס פיין מסודר.
(חוץ איינצעלנע פעלער ווען א גרויס חלק עידזש גייט שוין ארויס סוף ווינטער שיעור ב', איז עס די גאנצע זוממער זמן, אבער זה הוא.)
חוץ דא חוץ דארט
און דארט אויך
די זאגסט וואס די טראכטסט
איך שרייב וואס איך ווייס
איך האלט עס מיט שוין אסאך יאר
און והוא העיקר איך האב עס געהערט פון א שיינע פאר איינגעשטעלטע סיי משגיחים סיי מגידי שיעור
אז דעיס איז א מהלך וואס האט געארבעט און קען ווייטער ארבעטען

דא ענדיג איך אי"ה
די האסט מער צייט ווי מיר
זיי געזונט
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:33 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:25 pm
מטות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:21 pm
נו סוי ?
די נאמבער מאכט אויס?
האסט געכאפט מיין פוינט?
די ווייסט די ווייטאג וואס די בחורים גייען דורך?
די ביסט עס דורך?
ס'איז דא איין צייט וואס דו קענסט זאגן אז ס'איז דא ווייטאג, סוף זוממער שיעור ב' ווען א גרויס חלק פון די חברים האבן חתונה, אבער דעטס איט, איינמאל מ'איז אין שיעור ג', און אזוי אויך די ערשטע דריי פערטל יאר פון שיעור ב', איז אלעס פיין מסודר.
(חוץ איינצעלנע פעלער ווען א גרויס חלק עידזש גייט שוין ארויס סוף ווינטער שיעור ב', איז עס די גאנצע זוממער זמן, אבער זה הוא.)
חוץ דא חוץ דארט
און דארט אויך
די זאגסט וואס די טראכטסט
איך שרייב וואס איך ווייס
איך האלט עס מיט שוין אסאך יאר
און והוא העיקר איך האב עס געהערט פון א שיינע פאר איינגעשטעלטע סיי משגיחים סיי מגידי שיעור
אז דעיס איז א מהלך וואס האט געארבעט און קען ווייטער ארבעטען

דא ענדיג איך אי"ה
די האסט מער צייט ווי מיר
זיי געזונט
אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

בודקע, אויב דער אפיציעלער סיסטעם איז, אז א בחור ווערט פארשימלט, דעפרעסט, צוגאנגען און חרוב "נאר 6 חדשים פון שיעור ב'", איז דער סיסטעם שרעקעדיג.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:37 pm בודקע, אויב דער אפיציעלער סיסטעם איז, אז א בחור ווערט פארשימלט, דעפרעסט, צוגאנגען און חרוב "נאר 6 חדשים פון שיעור ב'", איז דער סיסטעם שרעקעדיג.
ס'איז נישט אפיציעל, ס'איז נישט יעדער, און אפי' ווער יא איז עס אויך נישט אזוי דראמאטיש אז מ'ווערט "פארשימלט" "דיפרעסט" "צוגאנגען" "חרוב"...
ס'איז ס"ה אביסל א שווערע זמן
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שפאט ביליג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 3:37 pm די מתיבתא אין קרית יואל האט דעת בעל הבית ,סאיז נישט קיין דעת תורה , ווילאנג עס ווערט געפירט פון גשמיות און סאיז נישט דא קיין וועד הרוחני וואס פירט די רוחני וועט עס אזוי אויס זען.
סאיז די איינציגסטע מוסד אינערהאלב סאטמאר מהר"א אלוועלטליך וואס עס הערשט אזא פאלטשע קאראפשען אין א מוסד ,וואס עס אפעקטירט די גאנצע חסידות מיט א געפערליכע ווייטאג פאר עלטערן ,ולהשם הישועה
שטותים
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
שרייב פאוסט