"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:26 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:03 pm

ארויסגיין אין גאס מוז ער וואקסינען מוז ער אבער נישט נעמען אויב האט מורא פון סייד עפעקטס
ער מוז יא, ווייל אז נישט איז ער א מזיק.
וועלכע וואקסין רעדט מען פון קאוויד וואקסין?
ניין. דאס איז נאריש צו נעמען.

מ'רעדט פון אלע וואס זענען מענדעיטעד.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 325

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פארנומען »

נעמט ביטע די מיה און קוקט אפאר תגובות ארויף.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 472

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך totty »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:26 pm

ער מוז יא, ווייל אז נישט איז ער א מזיק.
וועלכע וואקסין רעדט מען פון קאוויד וואקסין?
ניין. דאס איז נאריש צו נעמען.

מ'רעדט פון אלע וואס זענען מענדעיטעד.
פון וואו ווייסט מען וועלכע איז נעריש וועלכע נישט
די health dep זאגט אויף ביידע אז עס איז וויכטיג
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 472

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך totty »

totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:51 pm

וועלכע וואקסין רעדט מען פון קאוויד וואקסין?
ניין. דאס איז נאריש צו נעמען.

מ'רעדט פון אלע וואס זענען מענדעיטעד.
פון וואו ווייסט מען וועלכע איז נעריש וועלכע נישט
די health dep זאגט אויף ביידע אז עס איז וויכטיג
איך קען פארשטיין אפשר א חילוק אויף א זאך וואס איז דא א סכנהדיגע אויסברוך כסדר ווי מיזעלס וכו' אבער לפי די דאקטוירים און העלט סיסטעם איז אלעס אייניג וויכטיג דעריבער האבן זיי מיר טאקע פארלוירן טראסט זינט די קאוויד בכלל און קאוויד וואקסין בפרט
שטארקע אור
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
x 61

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך שטארקע אור »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:26 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 4:46 pm

ביסטו דער זעלבער וואס זאגט אז ביי קאוויד איז קיינער נישט געשטארבן, נאר פשוט וויבאלד די שפיטעלער "שרייבן צו" יעדע מיתה אויף קאוויד אויב האט יענער געהאט קאוויד, אבער באמת איז ער געשטארבן פון עפעס א אנדערש?

איך וויל נאר דאבל טשעקן...

עניוועי, ס'איז בכלל נישט קיין וויץ אז מער מענטשן שטארבן פון עקסידענטן ווי פון וואקסינען. גיי נישט אויף די גאס, ס'איז א סכנה.
ארויסגיין אין גאס מוז ער וואקסינען מוז ער אבער נישט נעמען אויב האט מורא פון סייד עפעקטס
ער מוז יא, ווייל אז נישט איז ער א מזיק.
ער מוז זיך מזיק זיין דערוועגן? (על הצד ער האלט אז עס מאכט היזק פארשטייט זיך)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:26 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:03 pm

ארויסגיין אין גאס מוז ער וואקסינען מוז ער אבער נישט נעמען אויב האט מורא פון סייד עפעקטס
ער מוז יא, ווייל אז נישט איז ער א מזיק.
ער מוז זיך מזיק זיין דערוועגן? (על הצד ער האלט אז עס מאכט היזק פארשטייט זיך)
ניין, ער קען בלייבן אינדערהיים.
שטארקע אור
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
x 61

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך שטארקע אור »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:44 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:26 pm

ער מוז יא, ווייל אז נישט איז ער א מזיק.
ער מוז זיך מזיק זיין דערוועגן? (על הצד ער האלט אז עס מאכט היזק פארשטייט זיך)
ניין, ער קען בלייבן אינדערהיים.
אויב ער איז געזונט? וואס עפעס?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 11:03 am
היימישע זייגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 10:33 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 3:36 pm image.png
image (1).png
פון וואו האב איך געוואוסט אז ווען איך וועל מאכן אביסל ריסוירטש אויף דעם ד"ר. וועל איך טרעפן א קופה של שרצים תלויה מאחוריו?

איך האב זיך שוין אפגעשטעלט נאך פאר די ריסערטש. וויפיל דאקטוירים האט אייזנשטיינ'ס קליניק געהאט אז זיי האבן געקענט באדינען 25,000 משפחות אויפאמאל?
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 325

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פארנומען »

totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:12 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm

ניין. דאס איז נאריש צו נעמען.

מ'רעדט פון אלע וואס זענען מענדעיטעד.
פון וואו ווייסט מען וועלכע איז נעריש וועלכע נישט
די health dep זאגט אויף ביידע אז עס איז וויכטיג
איך קען פארשטיין אפשר א חילוק אויף א זאך וואס איז דא א סכנהדיגע אויסברוך כסדר ווי מיזעלס וכו' אבער לפי די דאקטוירים און העלט סיסטעם איז אלעס אייניג וויכטיג דעריבער האבן זיי מיר טאקע פארלוירן טראסט זינט די קאוויד בכלל און קאוויד וואקסין בפרט
יאפ, פארפאלן, די קאוויד-וואקסין נושא ניצט מען אויס עד הסוף, און מען בויעט אויף דעם גאנצע געביידעס, אפגעזעהן וואס די פאקטן זענען.

דו פאלגסט דאך סייווי נישט די העלט דיפארטמענט. געפעלט מיר ווי א געוויסע ווייטעמין פירמע טיהט זיך לעצטענס אויף אז די FDA האט געפינען זייערע ווייטעמינען צו האבן די מערסטע אקוראטע אינגרידיענס.. ווען קען מען יא גלייבן די FDA און ווען נישט.. גיי פארשטיי..

ביטע פרעג איינע פון דיינע לאקאלע דאקטוירים וואס צו טוהן. קיין איינע פון דיע האבן קיינמאל נישט געזאגט אז מען דארף נעמען די קאוויד-וואקסין פאר קינדער, און איך זעה נישט לשיטתך וואס זיי האבן פארלוירן טראסט נאך קאוויד.

דאס אז געוויסע רייטן און בלאזן אויף די גאנצע קאוויד-וואקסין נושא איינמאל און נאכאמאל, מאכט עס נאכנישט קיין סקאנדאל וואס לייגט אין פראגע צייכן די וויכטיגקייט פון אלגעמיינע וואקסינען.
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 173

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

היימישע זייגער האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:47 pm
אויף שמחנו גרופ פאר אלמנות וויינען זייער אסאך פארן לאזן זייער מענער נעמען די אזויגערופענע וויכטיגע טעסט פאר העכער 50 יאר ווייל אינטער א יאר נאכן טרעפן זענען זייער מענער שוין נישט געווען דא, פשטות העלפט עס אויך פאר געוויסע מענטשן, גיי ווייס וואס איז ריכטיג.

בברכת מען זאל נישט וויסן...
וואס מיינט די שורות?

סתם פירוש המילות
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

הבוחר בתורה האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:23 pm

פירוש המילות איז אז אלמנות וויינען אז ווען מ'נעמט ווען נישט די טעסט וואלט זייער מאן קיינמאל געוואוסט אז ער האט יענע מעשה און ער וואלט געשטארבן פון איין סעקונדע אויף די צווייטע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:27 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:38 pm איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט אמת, און א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע. אקסידזשען איז איינס פון טויזנט פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און ווען די קארד איז פארקניפט און/אדער ארום די האלז באקומט דאס קינד גארנישט דורך דארט.
א רוצח'טע? קיין איין קינד איז נישט געשטארבן אונטער אירע הענט. ארבעטסלאז? זי האט עטליכע צענדליגע דעליוועריס א יאר.

א קאורד ארום די האלז איז עפעס וואס מאכט זיך זייער אפט און דאקטוירים זענען נישט צופיל באזארגט דערוועגן און געבן זיך א עצה מיט מעטאדן וואס דארף נישט קיין שפיטאל און די מידווייפס טוען די זעלבע. די בעסטע וואס זיי קענען טוען איז אויב זיי זעהן אז די בעיבי'ס הארט רעיט פאלט וועלן זיי מאכן א סי-סעקשאן. און די מידווייפס מאניטארן פונקט אזוי די בעיביס הארט רעיט און וועלן אריינפארן אין שפיטאל אין אזא פאל. א פארקניפטע קאורד איז מער ווייניגער די זעלבע זאך.

א פאל וואס די קאורד איז געווען פארקניפט אדער ארומגעדרייט אויף אן אופן וואס מ'האט גארנישט געזעהן פון פון פארדעם און נאכן דעליווערי קען די קינד נישט אטעמען און עס קומט בכלל נישט קיין אקסידזשען פון די קארד איז אן אבנארמאלע זעלטענע היכי תימצא.

איינעמ'ס לייק האט מיר אהערגעפירט און איך האב געזען אז איך האב נאכנישט געענטפערט, וועל איך יעצט ענטפערן: איך אליין האב צוויי גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, פון די ז' קרובים פאר מיר אדער מיין ווייב, וואס ביי ביידע האט פאסירט זאכן בשעת געבורט - זאכן וואס קיין שום אבזערוואציע פאר דעם וואלט עס נישט געקענט אויפדעקן ווייל זיי געשעען בשעת'ן געבורט פון איין סעקונדע אויף די צווייטע אן גארנישט פריער - וואס ווען זיי זענען ווען נישט אין שפיטאל וואלטן נישט די מאמע און נישט דאס קינד איבערגעלעבט. דאס איז בלויז פון מיין ענגע קרייז פון גאר גאר נאנטע משפחה, האט זיך געמאכט זאכן וואס מאכן אויס צווישן לעבן און טויט ממש, בלויז געציילטע יאר אפגערוקט. ווילסטו מיר זאגן אז א מידווייף וואס האט שוין דורכגעפירט שווערער הונדערטער געבורטן האט נאר איין פאל ווי זי האט בכלל געדארפט אריינפירן אין שפיטאל אפילו פאר ספק?

איך ווידערהאל: א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע. (און מ'קען זיין א רוצח'טע אפילו אויב די דזשאוק איז געלונגען און דאס קינד איז למעשה יא געבליבן לעבן.)
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 329

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:35 pm
איינעמ'ס לייק האט מיר אהערגעפירט און איך האב געזען אז איך האב נאכנישט געענטפערט, וועל איך יעצט ענטפערן: איך אליין האב צוויי גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, פון די ז' קרובים פאר מיר אדער מיין ווייב, וואס ביי ביידע האט פאסירט זאכן בשעת געבורט - זאכן וואס קיין שום אבזערוואציע פאר דעם וואלט עס נישט געקענט אויפדעקן ווייל זיי געשעען בשעת'ן געבורט פון איין סעקונדע אויף די צווייטע אן גארנישט פריער - וואס ווען זיי זענען ווען נישט אין שפיטאל וואלטן נישט די מאמע און נישט דאס קינד איבערגעלעבט. דאס איז בלויז פון מיין ענגע קרייז פון גאר גאר נאנטע משפחה, האט זיך געמאכט זאכן וואס מאכן אויס צווישן לעבן און טויט ממש. ווילסטו מיר זאגן אז א מידווייף וואס האט שוין דורכגעפירט שווערער הונדערטער געבורטן האט נאר איין פאל ווי זי האט בכלל געדארפט אריינפירן אין שפיטאל אפילו פאר ספק?

איך ווידערהאל: א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע.
קענסט אוישמועסן די פרטים דערפון? איינע פון די אפטע זאכן איז אז די הארט רעיט האט געדראפט, אן "אנגענומענע" סייד עפעקט פון די אלע פראצעדורן פון שפיטאל.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

Who knows האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:38 pm

ווייטער געווארפן א באמבע אן די מינדעסטע דעקונג, זיך שפילנדיג מיט אידיש בלוט אן געבן א בלינק. ביי איינס פון מיינע קינדער האט די הארט רעיט געדראפט צוליב די פאזיציע אין וואס מיין ב"ב האט זיך געדרייט בשעת'ן כאפן א דרימל - גארנישט, זעראו, זילטש מיט קיין שום פראצעדור פון שפיטאל היות די שפיטאל האט נאכנישט געמאכט קיין שום פראצעדור! עס האט נאך געהאלטן אינמיטן די נאטורליכע פראצעדור. און ניין, די שפיטאל האט נישט געמאכט קיין שום פראצעדור צוליב די הארט רעיט דראפ, נאר האט עדזשאסטעד די פאזישען און אזוי האט זיך עס ב"ה סטעיבילייזד.

גראדע די מעשיות וואס איך האב גערעדט האט מען נישט גערעדט פון אזא 'קלייניגקייט' ווי הארט רעיט דראפ, נאר זאכן וואס האבן געפאדערט באלדיגע ארבעט צו ראטעווען סיי די מאמע און סיי דאס קינד און יעדע מילי-סעקונדע שפילט א ראלע. ביי איינס פון די דערמאנטע מעשיות איז געווען א ruptured uterus, עפעס וואס האט ווייטער נישט קיין שום שייכות מיט גארנישט וואס קיינער טוט נאר קען פאסירן אלס רעזולטאט פון די נאטורליכע פראצעדור פון לידה.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 329

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:53 pm
ווייטער געווארפן א באמבע אן די מינדעסטע דעקונג, זיך שפילנדיג מיט אידיש בלוט אן געבן א בלינק. ביי איינס פון מיינע קינדער האט די הארט רעיט געדראפט צוליב די פאזיציע אין וואס מיין ב"ב האט זיך געדרייט בשעת'ן כאפן א דרימל - גארנישט, זעראו, זילטש מיט קיין שום פראצעדור פון שפיטאל היות די שפיטאל האט נאכנישט געמאכט קיין שום פראצעדור! עס האט נאך געהאלטן אינמיטן די נאטורליכע פראצעדור. און ניין, די שפיטאל האט נישט געמאכט קיין שום פראצעדור צוליב די הארט רעיט דראפ, נאר האט עדזשאסטעד די פאזישען און אזוי האט זיך עס ב"ה סטעיבילייזד.
די פאלגענדע שפיטאל פארצעדורן קענען גורם זיין א הארט רעיט דראפ (טשעק עס נאך):
Pitocin
Epidural anesthesia
Amniotomy (breaking water)

עס זענען אויך דא נאך וואס קענען גורם זיין. אפילו די פאזיציע איז א שפיטאל פראבלעם וואס איז נישטא אינדערהיים צוליב וואס מ'קען אייביג טוישן פאזיציע.
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:53 pm גראדע די מעשיות וואס איך האב גערעדט האט מען נישט גערעדט פון אזא 'קלייניגקייט' ווי הארט רעיט דראפ, נאר זאכן וואס האבן געפאדערט באלדיגע ארבעט צו ראטעווען סיי די מאמע און סיי דאס קינד און יעדע מילי-סעקונדע שפילט א ראלע. ביי איינס פון די דערמאנטע מעשיות איז געווען א ruptured uterus, עפעס וואס האט ווייטער נישט קיין שום שייכות מיט גארנישט וואס קיינער טוט נאר קען פאסירן אלס רעזולטאט פון די נאטורליכע פראצעדור פון לידה.
ruptured uterus קומט געווענליך פון א פריערדיגע קייזער-שניט, און דאס איז עפעס וואס מ'ווייסט פון פאראויס און איז זיכער א העכערע ריזיקע וואס מ'דארף טאקע שוקל זיין אויב היים געבורט איז פאסיג. און ווייסט וואס נאך איז א שטארקע גורם דערצו? Pitocin! נאך א שפיטאל אינטערווענטשאן אין גרויסן טייל פאר אומוויכטיגע סיבות.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:29 pm
הבוחר בתורה האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:23 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:47 pm
אויף שמחנו גרופ פאר אלמנות וויינען זייער אסאך פארן לאזן זייער מענער נעמען די אזויגערופענע וויכטיגע טעסט פאר העכער 50 יאר ווייל אינטער א יאר נאכן טרעפן זענען זייער מענער שוין נישט געווען דא, פשטות העלפט עס אויך פאר געוויסע מענטשן, גיי ווייס וואס איז ריכטיג.

בברכת מען זאל נישט וויסן...
וואס מיינט די שורות?

סתם פירוש המילות

פירוש המילות איז אז אלמנות וויינען אז ווען מ'נעמט ווען נישט די טעסט וואלט זייער מאן קיינמאל געוואוסט אז ער האט יענע מעשה און ער וואלט געשטארבן פון איין סעקונדע אויף די צווייטע.
:lol:
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Think and Thank »

Who knows האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:49 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:53 pm
ווייטער געווארפן א באמבע אן די מינדעסטע דעקונג, זיך שפילנדיג מיט אידיש בלוט אן געבן א בלינק. ביי איינס פון מיינע קינדער האט די הארט רעיט געדראפט צוליב די פאזיציע אין וואס מיין ב"ב האט זיך געדרייט בשעת'ן כאפן א דרימל - גארנישט, זעראו, זילטש מיט קיין שום פראצעדור פון שפיטאל היות די שפיטאל האט נאכנישט געמאכט קיין שום פראצעדור! עס האט נאך געהאלטן אינמיטן די נאטורליכע פראצעדור. און ניין, די שפיטאל האט נישט געמאכט קיין שום פראצעדור צוליב די הארט רעיט דראפ, נאר האט עדזשאסטעד די פאזישען און אזוי האט זיך עס ב"ה סטעיבילייזד.
די פאלגענדע שפיטאל פארצעדורן קענען גורם זיין א הארט רעיט דראפ (טשעק עס נאך):
Pitocin
Epidural anesthesia
Amniotomy (breaking water)

עס זענען אויך דא נאך וואס קענען גורם זיין. אפילו די פאזיציע איז א שפיטאל פראבלעם וואס איז נישטא אינדערהיים צוליב וואס מ'קען אייביג טוישן פאזיציע.

אה, סאו היים געבורטן זענען נאר געזונט ווייל מען גיבט נישט קיין עפידורעל? נאך א סיבה צו האבן קינדער אין שפיטאל דוקא.
אודאי זענען דא נאך זאכן וואס קענען גורם זיין, אריינגערעכנט זאכן וואס האבן גארנישט מיט די שפיטאל.
אגב, pitocin איז אויך 'שולדיג' אין אסאך געראטעוועטע מאמעס און קינדער, און כאטש וואס אין די אלגעמיינע וועלט גיבט מען עס אויך ווען עס פעלט נישט אויס זענען אלע היימישע רבנים אן אויסנאם מקפיד מען זאל עס נאר געבן ווען עס פעלט זיך אויס מעדיציניש, וכן נוהגין אלע ערליכע אידן.

און ווי איך האב שוין פריער געשריבן קען מען אין שפיטאל אויך טוישן פאזיציע, והראי' אז ביי מיר האט מען עס טאקע געטון.

Who knows האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:49 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:53 pm גראדע די מעשיות וואס איך האב גערעדט האט מען נישט גערעדט פון אזא 'קלייניגקייט' ווי הארט רעיט דראפ, נאר זאכן וואס האבן געפאדערט באלדיגע ארבעט צו ראטעווען סיי די מאמע און סיי דאס קינד און יעדע מילי-סעקונדע שפילט א ראלע. ביי איינס פון די דערמאנטע מעשיות איז געווען א ruptured uterus, עפעס וואס האט ווייטער נישט קיין שום שייכות מיט גארנישט וואס קיינער טוט נאר קען פאסירן אלס רעזולטאט פון די נאטורליכע פראצעדור פון לידה.
ruptured uterus קומט געווענליך פון א פריערדיגע קייזער-שניט, און דאס איז עפעס וואס מ'ווייסט פון פאראויס און איז זיכער א העכערע ריזיקע וואס מ'דארף טאקע שוקל זיין אויב היים געבורט איז פאסיג. און ווייסט וואס נאך איז א שטארקע גורם דערצו? Pitocin! נאך א שפיטאל אינטערווענטשאן אין גרויסן טייל פאר אומוויכטיגע סיבות.

געווענליך, שמעווענליך, די מציאות איז אז דאס מאל איז נישט געווען קיין פריערדיגע קייזער שניט, קיין פיטאסין, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז עס גייט פאסירן, און פארט האט עס פאסירט.

און ווייטער מיט דיין שפיטאל אינטערווענשאן פאר 'אומוויכטיגע סיבות', ווי שוין אויסגעשמועסט וועט קיין איין היימישער איד עס נישט געבן פאר אומוויכטיגע סיבות.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6918

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Who knows האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:49 pm די פאלגענדע שפיטאל פארצעדורן קענען גורם זיין א הארט רעיט דראפ (טשעק עס נאך):
Pitocin
Epidural anesthesia
Amniotomy (breaking water)

עס זענען אויך דא נאך וואס קענען גורם זיין. אפילו די פאזיציע איז א שפיטאל פראבלעם וואס איז נישטא אינדערהיים צוליב וואס מ'קען אייביג טוישן פאזיציע.
דער גרעסטער גורם דערצו איז, דאס עצם געבוירן א קינד ה"י. דאן איז דא גורמים אזוי ווי זאכן וואס מען האט געגעסן. און אזוי אויך נאך הונדערט און פופציג זאכן. וואס האט איר זיך אפגעשטעלט דוקא ביי די געזונטע און וויכטיגע שפיטאל באהאנדלונג?
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 329

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:33 pmאה, סאו היים געבורטן זענען נאר געזונט ווייל מען גיבט נישט קיין עפידורעל? נאך א סיבה צו האבן קינדער אין שפיטאל דוקא.
איך האב גארנישט קעגן עפידורעל, עס האט נאכאלס בענעפיטן און וועגט מעגליך איבער די ריזיקע, אבער קום נישט שרייען אז די וואס האבן אינדערהיים זענען רוצחים ווען אין שפיטאל טוט מען אסאך זאכן וואס זענען א גורם צו א גרויסע טייל פון די פראבלעמען וואס די שפיטאל ראטעוועט.
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:33 pmאגב, pitocin איז אויך 'שולדיג' אין אסאך געראטעוועטע מאמעס און קינדער, און כאטש וואס אין די אלגעמיינע וועלט גיבט מען עס אויך ווען עס פעלט נישט אויס זענען אלע היימישע רבנים אן אויסנאם מקפיד מען זאל עס נאר געבן ווען עס פעלט זיך אויס מעדיציניש, וכן נוהגין אלע ערליכע אידן.
א שיינע פראצענט פון די וויכטיגע סיבות וואס היימישע רבנים זענען מסכים זענען ע"פ רוב אומוויכטיג (למשל צוויי וואכן), בפרט אויב מ'טוט עס מאניטארן, נאר עס איז סאך גרינגער צו ענדיגן און פארטיג ווי צו האלטן א וואכזאם אויג. און נאכאמאל איך האב נישט קיין טענות אויף ווער עס טוט עס, אבער עס איז עפעס וואס קומט מיט ריסקס. און ווען עס פעלט זיך באמת וויכטיג אויס איז עס טאקע א ישועה.
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:33 pm און ווי איך האב שוין פריער געשריבן קען מען אין שפיטאל אויך טוישן פאזיציע, והראי' אז ביי מיר האט מען עס טאקע געטון.
אינדערהיים איז יעדער לכתחילה אויף די באקוועמסטע פאזיציע, כל אחד לפי מצבו
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:53 pmגעווענליך, שמעווענליך, די מציאות איז אז דאס מאל איז נישט געווען קיין פריערדיגע קייזער שניט, קיין פיטאסין, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז עס גייט פאסירן, און פארט האט עס פאסירט.
אויב איז די מציאות טאקע ווי דו זאגטס רעדט מען דא פון גאר א זעלטענע פאל, עס איז פונקט ווי איך דריי מיך נישט מיט קיין שפיטאל נעבן מיר ווייל אפשר גיי איך כאפן א הארץ אטאקע. מ'האט שוין אויבן געשמועסט אז סטאדיס אויף לאו ריסק פאציענטן ווייזן אז עס איז נישט קיין חילוק צווישן אינדערהיים און שפיטאל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3696

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אנדערער »

Who knows האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:51 pm א שיינע פראצענט פון די וויכטיגע סיבות וואס היימישע רבנים זענען מסכים זענען ע"פ רוב אומוויכטיג
קלארע הלכה אז מען טאר נישט צואיילן אבער רבנים זענען מסכים צו טון קעגן הלכה
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

העמיר דערציילן א מעשה וואס כ'האב "היינט" געהערט, גאר גאר קראנט, פארגעקומען 3 חדשים צוריק.

א קרוב מיינער האט דער דאקטאר געהייסן צואיילן צוליב א געוויסע חשש. די פרוי האט געפרעגט איר דיין, אזא וואס זי האט אויסגעוועלט כמובן לצורך התשובה, און ער האט טאקע געענטפערט מ'זאל נישט צואיילן.

ווען מ'איז שוין אנגעקומען אין שפיטאל האט דער דאקטאר געזאגט אז יעצט איז שוין זייער מסוכן און מען מוז עס מאכן דורך א פראצעדור וכו', נישט נאטורליך. די פרוי אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה) האבן זיך געבעטן ברחמים אז זיי נעמען עס אויף זיך, ער זאל איינשטעלן און עס מאכן אן א פראצעדור.

ער האט נאכגעגעבן זייער געבעט, אויף זייער אחריות, וכך הוה, עס איז געברוין געווארן א קינד פאר די חברה קדישא, תנצב"ה.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה
נאסע לאלעך.

ה"י פאר די איבעריגע חלק תגובה, אבער לכאורה האט זי אויך אויסגעוועהלט א דולא וואס וועט מיטארבעטן מיט איר, דאס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה
נאסע לאלעך.

ה"י פאר די איבעריגע חלק תגובה, אבער לכאורה האט זי אויך אויסגעוועהלט א דולא וואס וועט מיטארבעטן מיט איר, דאס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל.
קען זיין דו ביסט גערעכט.

כ'בין נישט זיכער די מציאות מיט דעם פרט, געהערט האב איך אז דארט שטעקט א גרויסע פראצענט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה
נאסע לאלעך.

ה"י פאר די איבעריגע חלק תגובה, אבער לכאורה האט זי אויך אויסגעוועהלט א דולא וואס וועט מיטארבעטן מיט איר, דאס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל.
קען זיין דו ביסט גערעכט.

כ'בין נישט זיכער די מציאות מיט דעם פרט, געהערט האב איך אז דארט שטעקט א גרויסע פראצענט.
מאכט סענס אז ס'זאל זיין אזא גרופע דולאס וואס זאלן ארבעטן פאר די מארד מאשין, אבער מען קען נישט אנלייגן אז אלע דולאס וכו', איך למשל האב שוין גענוצט דולאס אין פארגאנגענהייט, ס'איז טייער אבער ווערד געווען (אין מיינע סיטואציעס)
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך היימישע זייגער »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:03 pm

נאסע לאלעך.

ה"י פאר די איבעריגע חלק תגובה, אבער לכאורה האט זי אויך אויסגעוועהלט א דולא וואס וועט מיטארבעטן מיט איר, דאס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל.
קען זיין דו ביסט גערעכט.

כ'בין נישט זיכער די מציאות מיט דעם פרט, געהערט האב איך אז דארט שטעקט א גרויסע פראצענט.
מאכט סענס אז ס'זאל זיין אזא גרופע דולאס וואס זאלן ארבעטן פאר די מארד מאשין, אבער מען קען נישט אנלייגן אז אלע דולאס וכו', איך למשל האב שוין גענוצט דולאס אין פארגאנגענהייט, ס'איז טייער אבער ווערד געווען (אין מיינע סיטואציעס)
Correct
א דולעה מיינט איינער וואס העלפט ביים געבורט און ווערט געקאווערט ביי אינשורענס, גארנישט מיט העלטה מיינדעד אדער האום בירטה וכדומה, שוין געניצט איינס 25 יאר צוריק.
שרייב פאוסט